כ"ה סיון - יאסעלע ראזענבלאט'ס יארצייט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

א גוטן יעדער א גוטן חזן הערשמאן איך האב געטראפן אין די ארכיוון א פארבעסערטע ווערסיע פון פאגראם פון קישינעוו דא האט איר עס און איך נעם אראפ די פריערדיגע https://dl.dropbox.com/u/11585487/Kishinev%20Pogrom.mp3
לעצט פארראכטן דורך yield אום דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
yield the right of way
אוועטאר
מרדכי הערשמאן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2012 1:01 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי הערשמאן »

much better
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

לייבעלע וואלדמאן'ס זוהן שרייבט:

My father had long admired the great artistry of Rosenblatt and many were the services and concerts that he and my grandfather Chaim Rueven had attended.


At one particular concert, for the benefit of a Yeshiva on the East Side, all of the best cantors in New York were in attendance. When Cantor Rosenblatt stood up, a hush fell upon the audience. He was the smallest of all the star cantors and the most beloved.


There were cries of "Sing your masterpieces, Yossele," and other intimate remarks. He smiled to the vast group and seemed happy to be among them. My father was impressed with his humility and gentlemanly ways.


Needless to say, the crowd was filled with ecstasy as he sang. Rosenblatt's voice was not as loud as the others, but his sweetness not one possessed. His appeal was to the Jewish heart and none could resist him. Thunderous applause burst from the listeners and he, modest as always, bowed in appreciation. Rosenblatt sang two more numbers and my father, in complete awe and admiration, forgot that he too was on the program!

Cantor Rosenblatt turned an amused glance toward the younger cantor. My father was announced as the next performer. Rosenblatt must have guessed what my father was thinking, for he nodded very knowingly to him, full of encouragement.


And this is how my father and Yossele Rosenblatt met. Over the years they would share the stage together and remain in touch.


Cantor Yossele Rosenblatt
At Rosenblatt's last New York concert, he invited my father to join him. My father had two affairs the night of the concert, but Rosenblatt prolonged the show so he could get there by 11:30 pm. When my father arrived, the golden voice of Cantor Rosenblatt floated through the open windows. He went inside and took a seat in the back of the room. Rosenblatt motioned for him to come up to the front of the room. With his hand affectionately placed on my father's shoulder, Cantor Rosenblatt led him to the center of the pulpit.


"Good friends, I don't know whether some of you may have heard that I am leaving for Palestine. We are in G-d's hands, and who knows whether I shall come back." There was protest among the audience to these words. He then introduced my father to the audience as "the greatest of the young talent that we have today."

My father sang that night full of inspiration and with feelings of pride and accomplishment.


This was a turning point in my father's career. It brought him confidence to produce unique compositions, and style, which is still compared by many to Yossele Rosenblatt.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

אכציגסטע יארצייט פון יאסעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אויף ק"מ איז דא היצט עטליכע אינטערוויוס מיט חזנים לכבוד די 80'סטע יארצייט פונעם מלך החזנים, חזן יאסעלע רויזענבלאט.

די אינטערוויו איז געבעיסד אויף עטליכע פראגעס, נעמליך מיט וואס האט יאסעלע זוכה געווען צו דעם טיטל 'מלך החזנים', וועלעכעס שטיקל פון יאסעלע איז ס'שטערקסטע, און בכלל אלעס ארום זיין אייגען-ארטיקייט.

ס'וואלט געווען א גלייכע זאך דא אין איי-וועלט, אז דער עולם זאל זיך לאזן הערן מיט מבינות אין די אויבן דערמאנטע פראגעס.

איך וואלט געזאגט אז יאסעלע'ס טיטול 'מלך החזנים' קומט פון עטליכע שטאנד-פונקטן, ראשית, זיין קול, זיינע קאמפעזיציעס, זיין טאלאנט, און איבער אלעס זיין השלמה.

קול: אין וואויס טערמינאלאגיע איז פארהאן א באגריף ווי 'טעמבער', ס'מיינט דער 'קאליר' פונעם קול, ד.ה. אזוי ווי יעדע אבדזשעקט האט א קאליר, זוי איז אויך מיט די שטימע. פון צווישן א סך חזנים, איז פארהאן פארשידענע קאלירפולע קולות, געוויסע מיט מער מתיקות, און געוויסע מיט ווייניגער. דער קאליר און דער אינהאלט פון יאסעלעס שטימע איז א זעלטענהייט וואס מ'טרעפט נישט ביי א צווייטן, און ניין, כ'מיין נישט די דיקע-קייט פון זיין שטומע, איך מיין די 'הימלישקייט', זיין שטימע איז דיק אבער זיס, פיל אבער סאפט, דעכטעניש, מ'קען דאס אבער דורך-זעען. יא, ס'איז פארהאן אנדערע וואס האבן ענדליך צו זיין 'קרעכץ', געוויסע שטריכן, אבער נישט זיין 'טעמבער', דער אייציגסטער וואס האט פארמאגט אביסעלע פון זיין טעמבער, איז געווען חזן 'שלמה'לה ראטטשטיין'.

קאמפעזיציעס: מ'דארף נישט צופיהל מאריך זיין אין דעם, יעדער ווייסט אז יאסעלע געמאכט אן א שיעור חזנות שטיקלעך וואס יעדעס איינס איז חידוש און א שורש פאר זיך, איין שטיקל וואס איז עטליכע מהלכים באו לפונדק אחד, דאס איז די 'יהי רצון'ס' פאר 'אחינו', אנגהויבן מיט מיינער אריין צו מעידזשער, אריינגעבלענדט פרעיגיש, צוריק צו מיינער, און א יעדעס קאמפעזיציע איז אזוי צוגעפאסט צו 'זיין' יהי רצון, דאס איז בלויז א ביישפיל וואס דאס הייסט א גאון אין קאמפאזיציעס.

טאלאנט: יאסעלעס טאלנטן--נידעריגע טיפע טענער, הויכע טענער 'מיטן פילן שטימע', קאלעראטור, פאלסעטאו (קאפ-שטימע), זיך געשפילט מיט ס'קול ווי א פידעלע, אריין און ארויס פון קאפ-שטימע, עולה ויורד, נישט אויסלאזענדיג אפי' א קליינע ניואנס, מתיקות, וכו.

השלמה: ביי אנדערע חזנים זעעט מען ווי זיי האבן זיך אויסגעצייכנט אין איינס אדער צוויי ספעציפישע זאכן, ווי למשל 'קווארטין' האט געהאט א געזונטן 'קרעפטיגן' שטימע מיט א סך הארץ, 'הערשמאן', א זיס שטארקע שטימעלע מיט א גוטן גזאגעכץ און געזינגעכטס בבת אחת, 'רויטמאן' א פרעכטיגער דאווענער, און אזוי ווייטער אן א שיעור חזנים וואס האבן געהאט זייער 'יוניקנעס', און ס'קען גאר זיין אז זיי זענען געוועזן מיט דעם שטערקער ווי יאסעלע, אבער צו האבן אזויפיל זאכן אינאיינעם, אין דעם איז ער געווען א חד-נישט נאר- בדרא.

און ועל כולם, ער איז געווען א ערליכער חזן מיטן בארד, א ירא שמים, ובעל צדקה. דרך אגב, ס'זענען געווען נאך עטליכע חזנים מיט בערד ובתוכם, חזן ישראל שאר, און חזן דוד שטיינבערג, פון א בילד וואס כאב בייי מיר אין באזיס קוקט אויס ווי דוד רויטמאן האט זיך צוריק געלאזט וואקסן זיין בארד.

נחזור לעניננו, הכל מודים אז יאסעלע איז געווען דער מלך החזנים, און ווען מ'זינגט נאך זיינע הארציגע ניגונים זאל דאס זיכער ערוועקן רחמים ביים בעל רחמנות.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שכוח פאר דיין אינטערוויא..

כ'האב אלץ געטראכט די שאלה, וואס האט אים טאקע געמאכט אלץ מלך החזנים,
מ'קען טראכטן אפאר זאכן, די עיקר איז אזויווי דו זאגסט, ער האט געהאט אסאך מעלות.
מ'קען זאגן נאך זאכן, ער פלעגט גאר אסאך ארומגיין אפילו בחינם, דאס מאכט אים אוטומאטיש מער באוויסט און וויבאלד ער האט געהאט וואס צו פארקויפן איז ער שטערקער געוואקסן.
למשל אייזיק האניג היינטצוטאגס וואלט געקענט זיין וועלט באוויסט ווען ער זאל האבן יעדן צווייטן טאג א קאנצערט, די ביסל וואס ער איז יא באקאנט איז נאר ווייל די היינטיגע טעכנעלאגיע פארשפרייט אלעס.
יוסעלע האסטו זיכער געליינט זיין היסטארי איז נישט געווען ווי די אנדערע חזנים וואס האבן זיך געהאט זייער ביהמ״ד, ער פלעגט שטענדיג זיין אויף טורס און ווי מ'זאגט האט דאס אויך געברענגט זיין פריצייטיגע פטירה.

נאך א זאך וואס כ'קלער, זיינע ניגונים זענען נישט פיור (Pure) חזנות ס'איז נוסח מיט נגינה אריינגעמישט, דאס האט עס אויך געמאכט מער אריינגעמישט צווישן המון עם מ'זאל עס קענען נאכזאגן אפילו מ'איז נישט קיין חזן. (אקעי דאס איז אפשר מער היינצוטאגס)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

יש"כ פארן ממשיך זיין...

ברענגסט ארויס 2 אינטערעסאנטע נקודות, ארומפארן: יאסעלע איז טאקע זייער א סך ארומגעפארן, בפרט דא אין די סטעיטס, אבער אנדערע זענען אויך ארומגעפארן, א שטייגער ווי קווארטין, וואס איז פלענטי ארומגעפארן ובפרט אין יוראפ, סיראטא פלעגט ארומפארן, ער איז אויך געווען דא אין נ.י. א שטיק צייט, קאן זיין אז דאס האט טאקע צוגעגעבן צו זייער בארימטקייט, ווידער אין קאמפעזיציעס דא האט שוין יאסעלע געהאט גאר א נייע מהלך, און דאס איז דיין צווייטע נקודה, און מיט דעם איז ער באמת געווען א חידוש, ובפרט בימים ההם, וואס ער איז געווען דער ערשטער מיט אזא מין באגריף.

לויט ווי מ'ליינט אין די היסטאריע ביכער (קווארטין, רומשינסקי, וכו.) ווייזט זיך אויס אז די ערשטע מערסטע בארימט זענען געווען, קווארטין מיט סיראטא, און דאסיז טאקע געווען צוליב דעם וואס זיי האבן פון די ערשטע אריינגעזאגט זייערע שטיקלעך אין די פלאטן, קווארטין האט מען ליב געהאט צוליב זיין 'היימישן נוסח', וואס דאסיז געווען די 'אינטערטעימענט' אין יענס צייטן, און סיראטא, צוליב זיין מעכטיגע לייבן שטים, אבער ביידע פלעגן בלויז אריינזאגן שטיקלעך פון דאווענען, אן קיין נגינה, ס'גאנצע געזאגעכטס זייערע שמעקט מער מיטן עמוד, און די פלאטן זענען איבעראל ארומגעגאנען.

וואו דערמאנט איז יאסעלע געוועזן ניי מיט דעם וואס ער האט אנגעהויבן אריינצוזינגען מער א ניגון סטייל, און נישט סתם, נאר זייער קאלירפול, ס'לאזט זיך זאגן, עכ"פ ווי ס'קוקט אויס פון די היסטאריע ביכער, אז ס'האט גענומען וויילע ווילאנג דער המון עם האט אנגעהויבן צו באגרייפן די נייע סטיל חזנות וואס יאסעלע ברענגט אריין, און עווענטואל איז ער געווארן דער מלך.

רבותי זייט ממשיך, וועלעכע שטיקל/שטיקלעך גלייכט איר ס'מערסטע, וכדו.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

זייער אונטערעסאנט, איך גלייך סמערסטע די אידישע ניגונים, א שטייגער ווי לאמיר זיך איבערבעטן, דוד המלך מיט זיין פידעלע, וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, זייער קלאסיש, הגם זיינע שטיקלעך אויף ימים נוראים זענען נורא נוראות.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

הערליך האט געשריבן:זייער אונטערעסאנט, איך גלייך סמערסטע די אידישע ניגונים, א שטייגער ווי לאמיר זיך איבערבעטן, דוד המלך מיט זיין פידעלע, וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, זייער קלאסיש, הגם זיינע שטיקלעך אויף ימים נוראים זענען נורא נוראות.

גם אני בחלומי! זעט אויס אז איך האב די זעלבע טעיסט ווי הערליך
אויף די שאלה וואס ס'מאכט אים אלס די מלך החזנים?
איך קען נישט אנצייגן קיין אויף קיין ספעציפישע פוינט ! צו די הארציגקייט, צו שטימע, צו קאמפאזיציעס,
אזויפיל ווייס איך יא, ווען איך הער אים צונעמט עס מיר אלע געפילן ס'צוגיסט זיך מיר אין אלע אברים
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

זייער אסאך מאל הערט מען שמועסן איבער פארוואס ער איז די מלך, אין די צייט וואס די יעניגע האבן נאכנישט אויסגעהערט באמת א צווייטן חזן, און ווייסן אפילו נישט וואסערע אוצר פון חזנים די אידישע היסטארי האט פארמאגט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

לייבי, אדרבה, איר האלט אנדערש?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

כ'האב נישט קיין כלל אבער אסאך מאל בין איך אין די מוד פון הערן אנדערע און ס'ארבעט אויף ריפיט (Repeat), יוסעלעס ניגונים זענען נישט אלע פול מיט חידושים, כ'קען עס נישט אזויפיל מאל איבערהערן אויפאיינמאל.

כ'רעד נישט פון אלע זיינע ניגונים אבער געניג.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ס'איז פארהאנען א ביכל 'יוסלה רוזנבלט - סיפור חייו', איז דא ערגעץ פון ווי מ'קען עס דאונלאודן?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »


פארוואס קען מען עס נישט דאונלאודען?
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

וואס איז פשט פון דעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

Error (403)
It seems you don't belong here! You should probably sign in. Check out our Help Center and forums for help, or head back to home.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

יא!

ייש"כ גדול
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

איינער האט א השגה וואס די רעקארדינג איז http://victor.library.ucsb.edu/index.ph ... ga_boatmen

http://victor.library.ucsb.edu/index.ph ... _of_summer
yield the right of way
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אפשר איז דאס פון וואס ווידער רעדט אין זיין אינטערוויו אויף ק"מ, ער רעדט פון עפעס אן ענגלישע ניגון פון יאסעלע וואס מ'זוכט.

איך האב אביסל געגוגלט דעם ניגון, האט ער מיר צוגעפירט צו א אלטע צייטונג'ס אויסשניט פון דאלאס טעקסעס ווי זיי ברענגען א פראגראם וואס יאסעלע גייט זונגען, ווי אויך אביסל פון זיין פערענליכקייט (כ'בין נישט גוט אין לינקן, כ'האב אריינגעקלאפט די נאמען פון ניגון the last rose of summer by joseph rosenblatt האט עס מיר צוגעפירט צו דעם, אויב איינער קען דאס אהערברענגן, אדרבה)

דרך אגב, דארט ברענגן זיי אינעם פראגראם דעם ניגון רחם נא, מיט די נאמען פונעם קאמפאוזער, בשעת כ'האב געליינט, אז ער האט דאס אליינס קאמפאוזעד אויפן באן ערגעץ אין די סטעיטס.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

yield the right of way
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

דא איז די link פון די jewish monitor ס'איז אינטרעסאנט אז עס איז גארנישט געבליבן live פון אלע זיינע concerts
yield the right of way
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

קאן טאקע זיין אז זיי מיינען 'דעם' רחם.

איז דען בכלל געבליבן לייוו זאכן פון אנדערע חזנים אין יענעם עפאכע?

די וואך איז געוועזן א חזנות אווענט אין ספרדישע שול אין ב.פ., לרגל דעם אכציגסטן יארצייט פון יאסעלע, האט עמעציר א רעפארט, ווער ס'האט דארט אלץ געזונגען, און וואס מ'האט געזונגען, בכלל וויאזוי איז דאס געווען.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

וואסערפאל האט געשריבן:איך האב אביסל געגוגלט דעם ניגון, האט ער מיר צוגעפירט צו א אלטע צייטונג'ס אויסשניט פון דאלאס טעקסעס ווי זיי ברענגען א פראגראם וואס יאסעלע גייט זונגען, ווי אויך אביסל פון זיין פערענליכקייט (כ'בין נישט גוט אין לינקן, כ'האב אריינגעקלאפט די נאמען פון ניגון the last rose of summer by joseph rosenblatt האט עס מיר צוגעפירט צו דעם, אויב איינער קען דאס אהערברענגן, אדרבה) .


זיי שרייבן דאך דארט אז the last rose of summer איז אן אלטע אייריש ליד, נישט יאסעלע'ס.
פון וויקיפידיע:
The Last Rose of Summer is a poem by Irish poet Thomas Moore. Moore wrote it in 1805 while at Jenkinstown Park in County Kilkenny, Ireland. Sir John Stevenson set the poem to its widely known melody, which was published in December 1813 in volume 5 of a collection of Moore's work called A Section of Irish Melodies.

אזוי אלט איז עס, אז בעטהאווען און מענדלזאהן (נישט יודל מענדלזאהן, נאר פעליקס - דער קלאסישער קאמפאזיטאר) האבן געבויעט קאמפאזיציעס באזירט אויף דעם.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

yield האט געשריבן:דא איז די link פון די jewish monitor ס'איז אינטרעסאנט אז עס איז גארנישט געבליבן live פון אלע זיינע concerts



וואסערפאל האט געשריבן:איז דען בכלל געבליבן לייוו זאכן פון אנדערע חזנים אין יענעם עפאכע?

ס'איז פארהאן פון יאסעלע עטליכע יודישע לידער און קאמפאזיציעס לייוו, ווי אויך האט ער רעקארדירט א פילם ביי זיין לעצטע נסיעה קיין א"י.

ווי אויך איז דא א רעקארדירטער קאנצערט פון גדולי החזנים - ובתוכם הערשמאן און רויטמאן.

מ'האט שוין גערעדט פון דעם ערגעץ דא אויף איי-וועלט.

פון קווארטין האבן מיר נאכנישט געטראפן.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

לכאורה באציהט זיך yield אויף לייוו קאנצערטן, נישט אויף די פילמס. די פילמס וואס זענען פארהאן פון יאסעלע איז רובם צוזאמען געשטעלט, ד.ה. אז זיי האבן רעקארדעט די מאושען, שפעטער האבן זיי צוזאמען געשטעלט די אודיאו פון די ארגינעלען רעקארד ווי ער האט דאס געזונגען, חוץ ביי די באקאנטע פילם פון 'השם זכרנו' וואס די אודיאו איז אפגעכאפט געווארן אין די זעלבע צייט. ס'איז אויך דא א פילם פון א מאווי (כ' דענק נישט דעם נאמען כעת), וואס מ'זעעט יאסעלע זינגען 'יאר צייט ליכט' כ'מיין אז דארט ברענגן זיי אויך די אודיאו רעקארדינג פונעם ארגינעלן רעקארד. די זעלבע זעעט אויס פון די לעצט באקאנטע פילמען 'א אידישע מאמע' 'יארצייט ליכט'.

אנדערש ווי די שפעטעריגע חזנים וואס ס' איז פארהאן לייוו רעקארדירונגן פון דאווענען אדער קאנצערטן, (מען הערט דעם עולם היסטן אין די בעקראונד).

בנוגע דעם קאנצערט וואס איר האט דערמאנט, כ'בין נישט זיכער אויף וועלעכע קאנצערט די באציהסט זיך, ס'איז געווען א ריזיגע קאנצערט פון דאכט-זיך איבער 300 חזנים, פון יענץ האב איך געהערט אז ס'איז געבליבן א לייוו רעקארדינג. די סאלאוס זענען געווען די 'גרויסע' חזנים, א שטייגער ווי הערשמאן, רויטמאן, וכו. (קווארטין האט דאכט-זיך געוואוינט אין אר"י אין יענע צייט), עכ"פ פון יענע קאנצערט איז פארבליבן א רעקארדירונג, מ' האמער נאכנישט באוויזן צו לייגן א יד דערויף, מ'האף מיר בקרב.
על מי מנוחות ינהלנו
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”