לשון הקודש ולהבדיל עברית
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
איז די ווארט תגובה לשון קודש אדער עברית?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
טראק דרייווער האט געשריבן:איז די ווארט תגובה לשון קודש אדער עברית?
עברית. דער שורש קומט פון אראמיש.
תרין אמוראין, חד אמר בשוכח. מגיב ליה חבריה וכי יש הלכה בשוכח? ( ירושלמי ברכות א הלכה ב גמרא).
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:איז די ווארט תגובה לשון קודש אדער עברית?
עברית. דער שורש קומט פון אראמיש.
תרין אמוראין, חד אמר בשוכח. מגיב ליה חבריה וכי יש הלכה בשוכח? ( ירושלמי ברכות א הלכה ב גמרא).
אז עס איז אראמיש און עס ווערט באנוצט אין גמרא ממש אויף די זעלבע ענין, איז דאך עס נישט עברית. נישט אזוי?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:איז די ווארט תגובה לשון קודש אדער עברית?
עברית. דער שורש קומט פון אראמיש.
תרין אמוראין, חד אמר בשוכח. מגיב ליה חבריה וכי יש הלכה בשוכח? ( ירושלמי ברכות א הלכה ב גמרא).
אז עס איז אראמיש און עס ווערט באנוצט אין גמרא ממש אויף די זעלבע ענין, איז דאך עס נישט עברית. נישט אזוי?
1. 'מגיב' יא אבער 'תגובה' טרעפט מען נישט.
2. און דארט מיינט עס אויך נאר אז 'ער האט גענפערט אויף יענעמס ווערטער', משא"כ אין העברעאיש נוצט מען 'תגובה' נוצט מען אויף יעדע 'רעאקציע' צו א זאך.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:איז די ווארט תגובה לשון קודש אדער עברית?
עברית. דער שורש קומט פון אראמיש.
תרין אמוראין, חד אמר בשוכח. מגיב ליה חבריה וכי יש הלכה בשוכח? ( ירושלמי ברכות א הלכה ב גמרא).
אז עס איז אראמיש און עס ווערט באנוצט אין גמרא ממש אויף די זעלבע ענין, איז דאך עס נישט עברית. נישט אזוי?
1. 'מגיב' יא אבער 'תגובה' טרעפט מען נישט.
2. און דארט מיינט עס אויך נאר אז 'ער האט גענפערט אויף יענעמס ווערטער', משא"כ אין העברעאיש נוצט מען 'תגובה' נוצט מען אויף יעדע 'רעאקציע' צו א זאך.
איך הער, אבער אויב די עצם ווארט מיינט 'משיב' איז פון זיך אליינס מסתבר אז מען קען שרייבן 'תגובה', פונקט ווי די ווארט משיב מיינט ענטפערן, און תשובה מיינט געענטפערט, די זעלבע זאך איז מיט מגיב און תגובה, אז עס איז זעלבסט פארשטענדליך פון זיך אז די ווארט תגובה איז נישט קיין נייע ווארט נאר א תוצאה פון די עיקר ווארט 'מגיב'.
איך בין מודה אז די ווארט איז אריינגעקומען דורך די ציונים, אבער נאך אלס איז צריך עיון צו מען קען זאגן אז וויבאלד אפילו אן זיי וואלט מען געקענט ניצן די ווארט אויף די זעלבע ענין, ממילא ווערט דאס נישט גערעכנט צו זיי.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:איז די ווארט תגובה לשון קודש אדער עברית?
עברית. דער שורש קומט פון אראמיש.
תרין אמוראין, חד אמר בשוכח. מגיב ליה חבריה וכי יש הלכה בשוכח? ( ירושלמי ברכות א הלכה ב גמרא).
אז עס איז אראמיש און עס ווערט באנוצט אין גמרא ממש אויף די זעלבע ענין, איז דאך עס נישט עברית. נישט אזוי?
1. 'מגיב' יא אבער 'תגובה' טרעפט מען נישט.
2. און דארט מיינט עס אויך נאר אז 'ער האט גענפערט אויף יענעמס ווערטער', משא"כ אין העברעאיש נוצט מען 'תגובה' נוצט מען אויף יעדע 'רעאקציע' צו א זאך.
איך הער, אבער אויב די עצם ווארט מיינט 'משיב' איז פון זיך אליינס מסתבר אז מען קען שרייבן 'תגובה', פונקט ווי די ווארט משיב מיינט ענטפערן, און תשובה מיינט געענטפערט, די זעלבע זאך איז מיט מגיב און תגובה, אז עס איז זעלבסט פארשטענדליך פון זיך אז די ווארט תגובה איז נישט קיין נייע ווארט נאר א תוצאה פון די עיקר ווארט 'מגיב'.
איך בין מודה אז די ווארט איז אריינגעקומען דורך די ציונים, אבער נאך אלס איז צריך עיון צו מען קען זאגן אז וויבאלד אפילו אן זיי וואלט מען געקענט ניצן די ווארט אויף די זעלבע ענין, ממילא ווערט דאס נישט גערעכנט צו זיי.
האסט נישט גענטפערט אויף מיין נאמבער 2
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:עברית. דער שורש קומט פון אראמיש.
תרין אמוראין, חד אמר בשוכח. מגיב ליה חבריה וכי יש הלכה בשוכח? ( ירושלמי ברכות א הלכה ב גמרא).
אז עס איז אראמיש און עס ווערט באנוצט אין גמרא ממש אויף די זעלבע ענין, איז דאך עס נישט עברית. נישט אזוי?
1. 'מגיב' יא אבער 'תגובה' טרעפט מען נישט.
2. און דארט מיינט עס אויך נאר אז 'ער האט גענפערט אויף יענעמס ווערטער', משא"כ אין העברעאיש נוצט מען 'תגובה' נוצט מען אויף יעדע 'רעאקציע' צו א זאך.
איך הער, אבער אויב די עצם ווארט מיינט 'משיב' איז פון זיך אליינס מסתבר אז מען קען שרייבן 'תגובה', פונקט ווי די ווארט משיב מיינט ענטפערן, און תשובה מיינט געענטפערט, די זעלבע זאך איז מיט מגיב און תגובה, אז עס איז זעלבסט פארשטענדליך פון זיך אז די ווארט תגובה איז נישט קיין נייע ווארט נאר א תוצאה פון די עיקר ווארט 'מגיב'.
איך בין מודה אז די ווארט איז אריינגעקומען דורך די ציונים, אבער נאך אלס איז צריך עיון צו מען קען זאגן אז וויבאלד אפילו אן זיי וואלט מען געקענט ניצן די ווארט אויף די זעלבע ענין, ממילא ווערט דאס נישט גערעכנט צו זיי.
האסט נישט גענטפערט אויף מיין נאמבער 2
די דמיון איז זייער נאנט, רוב מאל ווען מען שרייבט א "תגובה" מיינט מען צו זאגן אז מען שרייבט א "תשובה" אויף יענעמ'ס ווערטער. ווען די ווארט איז טאקע מצומצם בלויז אויף די מושג פון 'רעאקציע' דעמאלס איז דאס טאקע עפעס אנדערש, אבער ווען מען רעדט בלויז פון א ענטפער איז צריך עיון צו דאס איז א פראבלעם.
בכלל, אין ויואל משה איז אויך פארהאן אזעלכע סארט ווערטער וואס די מקור איז גוט אבער עס איז אריינגעקומען דורך די ציונים, און דאך האט דאס די רבי געניצט, א שטייגער ווי משטרה, אדער אפילו די ווארט "מוסדות" וואס דאס צו פארטייטשן אלס א תורה פעסטונג איז אויך פון העברעאיש, און דאך האט דאס דער רבי גענוצט, און א קנאי האט מיר שוין אמאל זיך אפגערעדט דערויף און געזאגט אז עס איז בלויז געווען א שיגרא דלישנא און מען קען נישט זיך אפלערנען פון דעם. וצ"ע
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
די ווארט משטרה איז טאקע א העברעאיש ווארט אבער ס'שטאמט פון די ווארט שוטר וואס מען טרעפט עטליכע מאל אין תורה (וַיְצַו פַּרְעֹה בַּיּוֹם הַהוּא אֶת הַנֹּגְשִׂים בָּעָם וְאֶת שֹׁטְרָיו לֵאמֹר.“ (שמות ה, פסוק ו))
די זעלבע זאך מיט די ווארט מוסדות וואס איז טאקע אן העבראיש ווארט אבער באזירט אויף די ווארט מוסד וואס מעו טרעפט אסאך מאל אין תנ"ך (אם כי דארט מיינט עס 'די יסוד פון א בנין)
די זעלבע זאך מיט די ווארט מוסדות וואס איז טאקע אן העבראיש ווארט אבער באזירט אויף די ווארט מוסד וואס מעו טרעפט אסאך מאל אין תנ"ך (אם כי דארט מיינט עס 'די יסוד פון א בנין)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
סאבאבא האט געשריבן:די ווארט משטרה איז טאקע א העברעאיש ווארט אבער ס'שטאמט פון די ווארט שוטר וואס מען טרעפט עטליכע מאל אין תורה (וַיְצַו פַּרְעֹה בַּיּוֹם הַהוּא אֶת הַנֹּגְשִׂים בָּעָם וְאֶת שֹׁטְרָיו לֵאמֹר.“ (שמות ה, פסוק ו))
די זעלבע זאך מיט די ווארט מוסדות וואס איז טאקע אן העבראיש ווארט אבער באזירט אויף די ווארט מוסד וואס מעו טרעפט אסאך מאל אין תנ"ך (אם כי דארט מיינט עס 'די יסוד פון א בנין)
לפי זה איז די ווארט תגובה די זעלבע זאך, די שורש פון די ווארט טרעפט מען אין ירושלמי און אין מדרש. ווייל מען טרעפט דאס נישט אין תנ"ך זאל דאס זיין מער א פראבלעם?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:די ווארט משטרה איז טאקע א העברעאיש ווארט אבער ס'שטאמט פון די ווארט שוטר וואס מען טרעפט עטליכע מאל אין תורה (וַיְצַו פַּרְעֹה בַּיּוֹם הַהוּא אֶת הַנֹּגְשִׂים בָּעָם וְאֶת שֹׁטְרָיו לֵאמֹר.“ (שמות ה, פסוק ו))
די זעלבע זאך מיט די ווארט מוסדות וואס איז טאקע אן העבראיש ווארט אבער באזירט אויף די ווארט מוסד וואס מעו טרעפט אסאך מאל אין תנ"ך (אם כי דארט מיינט עס 'די יסוד פון א בנין)
לפי זה איז די ווארט תגובה די זעלבע זאך, די שורש פון די ווארט טרעפט מען אין ירושלמי און אין מדרש. ווייל מען טרעפט דאס נישט אין תנ"ך זאל דאס זיין מער א פראבלעם?
די פראבלעם מיט 'תגובה' און אזוי אויך מיט די ווארט 'מוסד' איז אז די משמעות וואס עס האט אין תנ"ך אדער אין גמרא איז נישט די זעלבע וואס די ציונים נוצן עס היינט, ס'איז בלויז באזירט דערויף.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:די ווארט משטרה איז טאקע א העברעאיש ווארט אבער ס'שטאמט פון די ווארט שוטר וואס מען טרעפט עטליכע מאל אין תורה (וַיְצַו פַּרְעֹה בַּיּוֹם הַהוּא אֶת הַנֹּגְשִׂים בָּעָם וְאֶת שֹׁטְרָיו לֵאמֹר.“ (שמות ה, פסוק ו))

טאקע דאס איז וואס איך זאג, אז אויב דער רבי האט געניצט די ווארט מוסדות אפילו אויב אין תנ"ך איז די משמעות אנדערש ווי די באנוץ אין העברעעיש, אויב אזוי יתכן אז מען קען מאכן א גזירה שוה אז אויב אזוי קען מען ניצן די ווארט תגובה פונקט אזוי.
איך בין נאר מעיר, אן עכטע סאטמארער וואלט געזאגט אז ענדערש וועט ער בלייבן מיט א קשיא אויפ'ן רבי'ן פארוואס ער האט געניצט די ווארט מוסדות, אבער די ווארט תגובה וועט ער נישט ניצן. אבער איך זאג נאר אז די זאך איז נישט קלאר די גדרים לפי א חסיד ותלמיד סאטמאר, ווען ער קען זיך באניצן מיט אזא סארט ווארט וואס די עצם ווארט איז לשון קודש נאר עס איז פארברייטערט געווארן אין די העברעישע שפראך.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז אין די תרגום השבעים איז די תרגום פון די ווארט חשמל איז אלקטרי. האט שוין איינער געהערט דערפון אדער ווייסט איינער צי מען קען דאס מברר זיין?
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
רכבת הקלה האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז אין די תרגום השבעים איז די תרגום פון די ווארט חשמל איז אלקטרי. האט שוין איינער געהערט דערפון אדער ווייסט איינער צי מען קען דאס מברר זיין?
viewtopic.php?p=2844600#p2844600
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
סאבאבא האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:סאבאבא האט געשריבן:די ווארט משטרה איז טאקע א העברעאיש ווארט אבער ס'שטאמט פון די ווארט שוטר וואס מען טרעפט עטליכע מאל אין תורה (וַיְצַו פַּרְעֹה בַּיּוֹם הַהוּא אֶת הַנֹּגְשִׂים בָּעָם וְאֶת שֹׁטְרָיו לֵאמֹר.“ (שמות ה, פסוק ו))
די זעלבע זאך מיט די ווארט מוסדות וואס איז טאקע אן העבראיש ווארט אבער באזירט אויף די ווארט מוסד וואס מעו טרעפט אסאך מאל אין תנ"ך (אם כי דארט מיינט עס 'די יסוד פון א בנין)
לפי זה איז די ווארט תגובה די זעלבע זאך, די שורש פון די ווארט טרעפט מען אין ירושלמי און אין מדרש. ווייל מען טרעפט דאס נישט אין תנ"ך זאל דאס זיין מער א פראבלעם?
די פראבלעם מיט 'תגובה' און אזוי אויך מיט די ווארט 'מוסד' איז אז די משמעות וואס עס האט אין תנ"ך אדער אין גמרא איז נישט די זעלבע וואס די ציונים נוצן עס היינט, ס'איז בלויז באזירט דערויף.
וואס איז נישט באזירט אויף עפעס אנדערש? קיינער זויגט נישט אויס קיין ווערטער פון פינגער.
העברעאיש/לשון-קודש גייט קיינמאל נישט זיין עפעס וואס ס'איז שייך צו שניידן מיט א שארפן מעסער, דאס באלאנגט דא און דאס דא. ס'איז דאס געפיל אז מ'וויל נישט ניצן ווערטער וואס קומט פון דער ציוניסטישער שפראך, און דעריבער אחר הרגש הלב הן הן הדברים; ס'ווענדט זיך ווי אזוי דאס ווארט ווערט אנגעקוקט בעיני ההמון.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון "חשמל" -- על דרך הפשט איז חשמל נישט קיין מלאך. יחזקאל הנביא פארציילט אז ער האט געזען א מראה וואס האט אויסגעקוקט אזוי ווי חשמל. חשמל אליין, זאגן די מפרשים, איז דער מיטן פונעם פייער, וועלכער האט א שטארקע שיין און א קלארן, ליכטיגן קאליר.
די סיבה פארוואס מ'ניצט חשמל פאר עלעקטרי איז וויבאלד אינעם תרגום השבעים ווערט עס פארטייטשט אלס "עלעקטראן".
יש"כ. האסט א מקור דערויף וואו איך קען זעהן מער דערוועגן?
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
רכבת הקלה האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון "חשמל" -- על דרך הפשט איז חשמל נישט קיין מלאך. יחזקאל הנביא פארציילט אז ער האט געזען א מראה וואס האט אויסגעקוקט אזוי ווי חשמל. חשמל אליין, זאגן די מפרשים, איז דער מיטן פונעם פייער, וועלכער האט א שטארקע שיין און א קלארן, ליכטיגן קאליר.
די סיבה פארוואס מ'ניצט חשמל פאר עלעקטרי איז וויבאלד אינעם תרגום השבעים ווערט עס פארטייטשט אלס "עלעקטראן".
יש"כ. האסט א מקור דערויף וואו איך קען זעהן מער דערוועגן?
https://he.wiktionary.org/wiki/%D7%97%D7%A9%D7%9E%D7%9C
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
גרשון האט געשריבן:רכבת הקלה האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון "חשמל" -- על דרך הפשט איז חשמל נישט קיין מלאך. יחזקאל הנביא פארציילט אז ער האט געזען א מראה וואס האט אויסגעקוקט אזוי ווי חשמל. חשמל אליין, זאגן די מפרשים, איז דער מיטן פונעם פייער, וועלכער האט א שטארקע שיין און א קלארן, ליכטיגן קאליר.
די סיבה פארוואס מ'ניצט חשמל פאר עלעקטרי איז וויבאלד אינעם תרגום השבעים ווערט עס פארטייטשט אלס "עלעקטראן".
יש"כ. האסט א מקור דערויף וואו איך קען זעהן מער דערוועגן?
https://he.wiktionary.org/wiki/%D7%97%D7%A9%D7%9E%D7%9C
איבער די ווארט "חשמל"
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=222
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
חַיָל איז לכאורה א גרייז. זינט חַיִל מיינט א פארזאמלונג. (מסתמא דא נאך פשטים אויף חיל, ווייס איך נישט צי לויט זיי קען עס יא זיין טיילווייז אויסגעהאלטן)
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
די ווארט "מקוה" אני מקוה [איך האף] איז א ווארט וואס קומט פון תקוה, קוה אל השם וכו, אבער די באנוץ פון די ווארט איז לשון הקודש אדער עברית?
אויב איז עס עברית וויאזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש? מצפה? אדער מצפה מיינט ווארטן?
אפשר ווארטען איז מחכה? און מצפה מיינט עכט האפן? המצפה לישועת השם מיינט האפט אויפן ישועה אדער ווארט אויפן ישועה?
עם כל זה אחכה לו מיינט ווארטן אדער האפן?
אויב איז עס עברית וויאזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש? מצפה? אדער מצפה מיינט ווארטן?
אפשר ווארטען איז מחכה? און מצפה מיינט עכט האפן? המצפה לישועת השם מיינט האפט אויפן ישועה אדער ווארט אויפן ישועה?
עם כל זה אחכה לו מיינט ווארטן אדער האפן?
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
מחשבהטובה האט געשריבן:די ווארט "מקוה" אני מקוה [איך האף] איז א ווארט וואס קומט פון תקוה, קוה אל השם וכו, אבער די באנוץ פון די ווארט איז לשון הקודש אדער עברית?
אויב איז עס עברית וויאזוי זאגט מען עס אין לשון הקודש? מצפה? אדער מצפה מיינט ווארטן?
אפשר ווארטען איז מחכה? און מצפה מיינט עכט האפן? המצפה לישועת השם מיינט האפט אויפן ישועה אדער ווארט אויפן ישועה?
עם כל זה אחכה לו מיינט ווארטן אדער האפן?
ס'דאכט זיך מיר אז מען טרעפט זיך מיט "מְקַוֶּה" לראשונה אין אלטע פיוטים. לדוגמא, דאס ווארט געפינט זיך אינעם "קדושתא עשר תעשר" דיניי ("מְקַוֶּה לך מימית ומחיה").
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 07&hilite=
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
- חוט של חסד
- שר חמש מאות
- תגובות: 572
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
- לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
"תעמולה" איז לשון הקודש אדער עברית?
אויבנאויף זעהט עס אויס ווי עברית, אבער אין ספר הקדוש על הגאולה ועל התמורה ווערט עס עטליכע מאל צוגעברענגט.

טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!

- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7078
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
די שורש איז דאך "עמל" תעמולה איז זיך אנשטרענגען יענעם איבערצורעדן א.ד.ג.חוט של חסד האט געשריבן:"תעמולה" איז לשון הקודש אדער עברית?
אויבנאויף זעהט עס אויס ווי עברית, אבער אין ספר הקדוש על הגאולה ועל התמורה ווערט עס עטליכע מאל צוגעברענגט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- חוט של חסד
- שר חמש מאות
- תגובות: 572
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
- לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
סתם אויסצוקלארן: תעמולה מיינט "פראפאגאנדע."צו געזונט האט געשריבן:די שורש איז דאך "עמל" תעמולה איז זיך אנשטרענגען יענעם איבערצורעדן א.ד.ג.חוט של חסד האט געשריבן:"תעמולה" איז לשון הקודש אדער עברית?
אויבנאויף זעהט עס אויס ווי עברית, אבער אין ספר הקדוש על הגאולה ועל התמורה ווערט עס עטליכע מאל צוגעברענגט.
לעצט פארראכטן דורך חוט של חסד אום דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 10:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!
די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!
פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.
א דאנק!
- הערינג מיט ברוינפען
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3589
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
זייער א ווייטע קשר, יעדע זאך קען ווען באקומען די נאמען לויט דעם.צו געזונט האט געשריבן:די שורש איז דאך "עמל" תעמולה איז זיך אנשטרענגען יענעם איבערצורעדן א.ד.ג.חוט של חסד האט געשריבן:"תעמולה" איז לשון הקודש אדער עברית?
אויבנאויף זעהט עס אויס ווי עברית, אבער אין ספר הקדוש על הגאולה ועל התמורה ווערט עס עטליכע מאל צוגעברענגט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7078
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית
יעך ווייס דאס. אידיש איז מיין "צווייטע" שפראך. אינדערהיים רעדט מען העברעאיש