מוז הערן: אונטערוויו אויף קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גראדע הער איך פון מאל צו מאל די טעם זקנים עס האט די זעלבע לופט ווי די אינטערוויא.

איך האב נאר ליב געהאט די אינטערוויא, ווייל עס איז זיס געווען. יעדער גייט אזוי אויסקוקן, און די עצם זאך איז אינטערסאנט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
הודו לו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו לו »

וואס הייסט עס האט די זעלבע לופט?
וועמען האסטו למשל געהערט דארט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הודו לו האט געשריבן:רב מיללער:

1.האט איר אמאל געהערט "טעם זקנים" אפטיילונג אויף קול מבשר? פון אייער רעקאציע איז שטארק משמע אז נישט.
2. עס איז משמע אז איר ליינט בעיקר ר' חנה פר"מ לעצטע עדות אין די צייטונג.

3.איז, וואס וואלט איר געזאגט ווען ר' חנה פר"מ באשרייבט א 93 יעריגער זקן, און די נעקסטע וואך שרייבט ער אז דורך דעם האט דער זקן זיך דערוואוסט פון א צווייטער זקן מיט וועם ער איז געווען אין מונקאטאבאר, און זיי האבן איבערגעשמועסט פון זייערע פארצווייגטע דורות וואס זיי האבן געבויעט די לעצטע 70 יאר. וואלט עס בעסער געווען? וואלסטו פארשטאנען אז די "די צייטונג" האט צאמגעברענגט 2 מענטשן און עס איז היסטאריש? איז וואס איז דא ווייניגער היסטאריש, פשוט ווייל איר זענט בכלל נישט אינפארמירט מיטן טעם זקנים רובריק, און איר באציהט זיך בעיקר צום רינדעל ווי איידער צום ברויט.


על ראשון ראשון:
1. איך האב פריער ערווענט אז איך הער "נישט" טעם זקנים, און בכלל הער איך זעלטן קול מבשר - און אגב איבער דער 'טעם זקנים' רובריק זעלבסט האט מען בעבר געשריבן ענליך צו וואס איך האב דא געשריבן:
viewtopic.php?p=913256#p913256
יקוםפרקן האט געשריבן:
משתוקק האט געשריבן:לפענ"ד איז דער אינטערויא .... נישט לפי כבודו.


זייער איידל געשריבן! - לענ"ד דארפן די קינדער און די קרובים פון די עלטערע אידן זיי מעורר זיין, אז ווען איינער רופט זיי אויפ'ן טעלעפאן, זאלן זיי הייסן אריבערקומען, און דאן אויב זיי ווערן אפגעכאפט מוז א קינד אדער א קרוב דארט זיין, און עס דארף ווערן געהעריג איבערגעהערט און געמעקט וכדומה, (כהאב אמאל געהערט אז דער מגיד הג"ר יוסף חיים לאזט נישט ארויסגעבן זיינע טעיפס אום פארראכטן, כאטש דאס איז געזאגט געווארן ברבים און זיך גוט פארגעקוקט).
קול מבשר איז גולטי אין פארשעמען אלטע און יונגע צונאזאם!


אור האט געשריבן:איימסארי אבער הערענדיג די ערשטע פאר אינטערוויוס מוז איך זאגן, ס'נישט צום זאך.
אדער זענען זיי צו אלט אדער דרעזזנער צו יונג...
גרינבערג חלום'ט וועגן אליהו הנביא, דרעזנער קוועטש איהם אויס... חלומות ודמיונות
אפשר די לעצטע פאר זענען בעסער, אולי. כהאב עס נאכנישט געהערט


2. יא, איך בין א שטרענג-רעליגיעזע ליינער פון דעם 'לעצטע עדות' קאלום, לית טב מינה, דארט ווערט מען געוואור חידושים וועכנטליך, און עס ברענגט א מורא'דיגע כבוד פאר די זקנים וואס ווערן דארט אינטערוויוט - עס איז ביי מיר קיין ספק אז הרב פר"מ לייגט אריין א באזונדערע עבודה אין "עדיטן" (רעדאגירן) דעם שמועס, נישט יעדע קרעכטץ אדער גרימאס פונעם עלטערן איד ווערט אראפגעשריבן, בכלל איז עס נישט קיין ווארט-ביי-ווארט שמועס, נאר דער תוכן דערפון (דערמאנט מיך פון טאקע דער קול מבשר אינטערוויוער האט אמאל געדרוקט א ווארט-ביי-ווארט שמועס פונעם פאטיקער רב מיט א ראדיו האוסט, טראץ דעם וואס דער תוכן פונעם שמועס איז געווען זייער באלערנד, האט אבער דער "וואס, הא, איך הער נישט," נישט געהאט קיין פשט במחילת כבודו)

3. לא קרב זה אל זה, ווען קול מבשר זאל "דערציילן, און מעלדן" איבער א היסטארישע צאמטרעף וואס איז צושטאנד געקומען א דאנק טעם זקנים, און אפי' לייגן א 'וואוס-קאט' פונעם שמועס, וואלט עס געווען אין איינקלאנג מיט אייער סינעריא, אבער אויפשפילן אן אומרעדאגירטע שמועס פון צוויי זקנים לאויט"א, זעקס מינוט ליידיג פון תוכן, איז נישט לפי כבודם.

-

כן נראה לפי עניית דעתי, ואיני אומר קבלי דעתי
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'האב דאס נישט געהערט נאר איבער דעם לעצטע עדות קאלום דרוק איך אויס מיין געוואלדיגע הנאה, כ'פארפאס נישט א וואך פון עס ליינען (פאר צוויי וואכן צוריק איז עס נישט געווען, א עוולה טאקע), מלא וגדוש מיט כל טוב וטוב, מ'זעהט אז ס'ליגט דערין אסאך ארבייט, אזא ארטיקל וואקסט נישט אויפ'ן בוים.

סתם רעדען מיט עלטערע אידן איז אפשר אינטערסאנט אבער קען חלילה ברענגן לזלזל בזקני עמינו לאויט"א
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
הודו לו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו לו »

רעדן און ווארפן תגובות איבער א זאך וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט, איז קינדיש און שכל'לאז. אויב האט איר נישט געהערט טעם זקנים, מיט וואס פארגלייכט איר עס צום פאטיקער רב'ס שמועס, און אגב רב מיללער, קוועלער ווייסן צו זאגן אז יעדע שמועס אויף קול מבשר ווערט יא געעדיטעט און מוגה, איך האב לעצטענס געהערט פון א "אינסיידער" אין קול מבשר, אז עס איז כמעט נישטא קיין אינטערוויו וואס גייט ארויף אויף קול מבשר אן דעם וואס עס זאל געשניטן ווערן פריער שטיקלעך וואס פעלט נישט אויס.
אגב, א אייניקעל פון איינע פון די זקנים נעכטן האט מיר געזאגט אז זיין זיידע האט אים געזאגט אז אסאך זאכן וואס ער האט גערעדט האט קול מבשר געעדיטד. אבער ער האט אליין פארשטאנען אז נישט אלעס וואס מען זאגט דארף געהערט ווערן.
סתם צו פירקלען תגובות אונטער א שלייער פון א ניק אָן דעם וואס מען זאל אמאל האבן אפילו איינמאל געהערט יענען קאלום, און ווערן אינגאנצן עקסיידעט ביים הערן א אוידיאו פייל וואס פארט ארום וואס איז ווי א "האלבע מעשה", צייגט נישט אויף א באזונדערע הויכע איי קיו שטאפל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

העי העי הודו!!

קודם וועלקאם! נייס טו העוו יו. ביטע טראכטען פארן ראגירן, צו עס וועט נישט מאכען אויסקוקען ווי איר נעמט עס פשוט פערסענאל....

איך בין מיט איין מיינונג מיט אייך איבער די אינטערוויו, אבער מיללער און אנדערע מעגן אויך נעמען א מיינונג אן קיין "קליינע איי-קיו" אטאקעס. (חוץ אויב איז עס טאקע פערסענעל.. דאן האבעך גארנישט געזאגט.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
הודו לו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו לו »

מען רעדט בלויז פון איין פונקט, אז עס האט נישט קיין פשט צו רעאגירן אויף סיי וועלכע נושא וואס מען איז נישט דעראין באהאווענט און מען האט דאס אפילו נישט געהערט. פינטל.
מען דארף געדענקט אז דא איז א רשות הרבים, און מען קען נישט אנפירקלען באמערקונגען אן דעם וואס מען זאל האבן א רוקן ביין דעראויף. מען קען נישט שרייבן א הערה אויף א חידוש פון א ספר, אויב מען האט נישט קודם אריינגעקוקט אינעם ספר, אפגעזעהן ווי קלוג און טאלאנטפול דער כותב זאל נאר זיין.

הצלחה
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איר האט א ריכטיגע פונקט. אבער דא אין וועלטל, איז דא א סדר וויאזוי מען רעדט צווישען זיך, אפי' מען האלט יענער איז באגאנגען א עוולה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טענו לו בחיטים והודו לזכר קדשו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הודו לו האט געשריבן:
מען דארף געדענקט אז דא איז א רשות הרבים, און מען קען נישט אנפירקלען באמערקונגען אן דעם וואס מען זאל האבן א רוקן ביין דעראויף. מען קען נישט שרייבן א הערה אויף א חידוש פון א ספר, אויב מען האט נישט קודם אריינגעקוקט אינעם ספר, אפגעזעהן ווי קלוג און טאלאנטפול דער כותב זאל נאר זיין.

הצלחה


ריכטיגע הערה. כ'וואלט געזאגט נאך מער אפילו מען האט יא אמאל עפעס געהערט אדער געזען איז נישט שיין צו יענעם אראפרייסן ברבים אויף א פלאץ וואס ווערט געליינט דורך הונדערטער מענטשן.

מקען אסאך מאל זען דא אויפן וועלטל ווי איינער גיט א קרום מיט דער נאז אויף א ארטיקל אדער ספר וואס א איד האט אריינגעלייגט כחות דערינען, און מען איז אים מבזה על לא דבר. צומאל גרעניצט זיך עס אויך מיט מקפח זיין פרנסה פון אידן, חכמים הזהרו בדבריכם.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

איך הער "קיינמאל" נישט די קול מבשר אינטערוויוס.
איך האב יעצט געהערט די שמועס פון די צוויי זקנים, און נאכ'ן ליינען דא איבער די היסטארישקייט פון דעם צוזאמענטרעף, און אז די שמועס איז א המשך צו א פאריגע אינטערוויו, שפיר איך אז דאס איז ליידיג און לופטיג און ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם פון זיי.

אמת ס'איז זייער זיס צו הערן ווי זקנים שמועסן צווישן זיך, אבער עס פארקויפט נישט קיין ברעקל אינפארמאציע חוץ די דאטומ'ס פון געוויסע שמחות. איינער פון די צוויי הערט זיך פונקט אזוי "נישט איבערראשט" ווי הרב מיללער שפירט.

אגב, מיין 2 יעריג קינד איז אויך זייער זיס ביים רעדן. איך וואלט נישט געהאלטן אז קול מבשר זאל עס אויפשפילן.

#איי עם נאו עקסעפטינג די אייס באקעט טשעלענדזש אף די ניו ניק הו...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
הודו לו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו לו »

החחים והמות ביד "הלשון"...
מען זאגט אליין אז מען האט "קיינמאל" נישט געהערט, און מען נעמט די בימה צו רעאגירן אויף א זאך צו וואס מען איז ווילד פרעמד.
רבותי, איך האב נאך "קיינמאל" נישט געגעסן קיין רייס קעיק, אבער איך קען אייך זאגן אז עס האט נישט קיין אידישע טעם.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

הרב הודו,
הערטס אייך איין, קיינער איז נישט דא ספעציעל ברוגז אויף דעם אינטערוויו און יעדער איז מודה אז ס'איז גאנץ קיוט, אבער פון די אנדערע זייט אויב קענט איר איבערגעבן פארן אינטערוויוער אז קומענדיגע מאל זאל ער זעהן אביסל אויסצוצוען און אריינלייגן אביסל מער תוכן אינעם שמועס ס'זאל זיין אינטערסאנטער אויסצוהערן.
דאס אלעס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הודו לו האט געשריבן:החחים והמות ביד "הלשון"...
מען זאגט אליין אז מען האט "קיינמאל" נישט געהערט, און מען נעמט די בימה צו רעאגירן אויף א זאך צו וואס מען איז ווילד פרעמד.
רבותי, איך האב נאך "קיינמאל" נישט געגעסן קיין רייס קעיק, אבער איך קען אייך זאגן אז עס האט נישט קיין אידישע טעם.


די העק באפאלסטו מענטשען דא??
די אינטערוויו ליגט אויף א פאבליק קול מבשר, די פארום דא איז א פאבליק פארום צו רעדן וואס די הארץ באגערט ווי לאנג ס'איז אידישלעך און תורה'דיג. יעדער יעדער און נאכאמאל יעדער האט רעכט צו זאגן א מיינונג אויף וואס ער האלט און וויל!! דיסעגריעסט? זייער גוט! זאג דיין מיינונג הויעך און קלאר, אבער מיט רעספעקט!!

גענוג קלאר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הודו לו האט געשריבן:החחים והמות ביד "הלשון"...
מען זאגט אליין אז מען האט "קיינמאל" נישט געהערט, און מען נעמט די בימה צו רעאגירן אויף א זאך צו וואס מען איז ווילד פרעמד.
רבותי, איך האב נאך "קיינמאל" נישט געגעסן קיין רייס קעיק, אבער איך קען אייך זאגן אז עס האט נישט קיין אידישע טעם.

האו עבאוט, איך עס געווענליך נישט קיין רייס קעיק, די איין מאל וואס איך האב עס פארזוכט האט עס מיר נישט געשמעקט.

איך פארשטיי אבער אז אנדערע מיט אן אנדעדער 'טעיסט' גלייכן עס יא, והזכות להם.

(דאס האט נישט מיט קיפוח פרנסה, ווילאנג עס זענען דא מיימינים וועלן די משמאילים נישט טוישן דעם סטאטוס קווא, גענוי ווי קיינער קוקט נישט אן קרום ווען איינער זאגט א מיינונג אין היכל הנגינה איבער א זינגער אדער א נייע טעיפ)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

הודו לו האט געשריבן:החחים והמות ביד "הלשון"...
מען זאגט אליין אז מען האט "קיינמאל" נישט געהערט, און מען נעמט די בימה צו רעאגירן אויף א זאך צו וואס מען איז ווילד פרעמד.
רבותי, איך האב נאך "קיינמאל" נישט געגעסן קיין רייס קעיק, אבער איך קען אייך זאגן אז עס האט נישט קיין אידישע טעם.


קלאר געשריבן אז די איינצעלנע אינטערוויו האב איך יא געהערט, און דערויף האב איך געשריבן מיין פריוואטע באמערקונג. (נאכגעקוקט מיין געבורט-שיין, כ'האב שוין בליעה"ר איבערגעשפרייזט די 18, און האב לעגאל רעכט צו האבן א מיינונג)

אויב איר זענט דער אינטערוויוער, און נעמט עס פערזענליך, זייט'שע מיר מודיע אין אישי, און איך וועל אייך בל"נ שטארק אויסרימען ברבים, ווי זעלטן דראמאטיש, תוכנ'פול, שפאנענד די שמועס איז.

אדערווייז ווייסעך נישט על מה יצא הקצף. ווי האט יענער געזאגט - א שטורעם אין א גלעזל אראנדזש סאדע!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב גראדע יא הנאה געהאט פון הודו'ס אויפרייס, ווענגלייך עס איז צו שארף.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

עס איז אפשר נישט איידל און נישט אידיש'ליך, אבער מיר איז אויך געווען אינטרעסאנט צוצוקוקן ווי איינער פלאצט אויס, און שיסט קוילן רעכטס און לינקס, אזוי נישט איך נישט דו.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב נעכטן געטראפן אויף קול מבשר דעם אינטערוויו, נאך איידער איינער האט דאס דא געמאלדן, און אהיימשפאצירנדיג א לאנגע וועג נאך א מצוה טאנץ האב איך באמת שטארק הנאה געהאט פון דעם טעם זקנים שמועס, און נישט געקענט אוועקמישן דערפון, כאטש אסאך מאל ביי 1-1-4 ליגט מיין פינגער אויפן פאונד קנעפל צו גיין וואס שנעלער צום פריערדיגן שמועס.

מען זעהט אז די אידעלעך זענען ב"ה ביים פולן זינען, געדענקן יעדע קלייניגקייט פון זיבעציג יאר צוריק ווי עס וואלט היינט פאסירט, קלאמערן זיך מיט אמונה פשוטה צום בוכ"ע, און דאנקן דעם באשעפער אויף די דורות ישרים ומבורכים וואס זיי האבן זוכה געווען אויפצושטעלן, נאכדערצו אז צווישן די אייניקלעך ציילן זיך "בני תורה" אדער "מורי הוראה". מען קען זעהן די אינערליכע שאיפה פון יעדן איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען ביים קריג און אויך דערנאך, והיינו דאהני לן אז מיר פארמאגן נאך עפעס תוכן אין אונזער דור יתום.

עס איז מיר מורא'דיג שטארק געפאלן די פאקט אז די עלטער זיידעס פרייען זיך צו יעדע שמחה אין די משפחה. אסאך מאל מיינט מען אז נאך צוואנציג ברית'ן ביי אור אייניקלעך איז דאס שוין צוגעגעסן און "לאמיך שוין אפ".. אבער ניין, ער קוקט שוין ארויס אויף די קומענדיגע שמחה און מעלדט דאס מיט פרייד פאר יעדן וואס רופט אים אן כאפן א שמועס. אויך פריידט ער זיך מורא'דיג צו יעדע טעלעפאנישע רוף, און אפילו יעצט ביים אראפלייגן פארגעסט ער נישט צו זאגן "א יישר כח פארן רופן".

דאס איז די מיינונג פון כאטש איין אינגערמאן, וואס פארשטייט נישט וויאזוי מען קען אראפרייסן אן אינטערוויוער פאר אט דעם צוזאמשטעל פון די 2 זקנים.
צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטונג »

בקיצור פונעם גאנצן געפעכט דא:
דער אינטערוויוער איז איטערעסאנט פאר'ן פאליש זיצער - און די "לעצטע עדות" פון הרב חני פר"מ איז פאר ביהמ"ד זיצער!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ערשטענס שלום עליכם, פון וואו קומט איר?

זאגט נאר, איר קענט די אידן דא הונטער די ניקס אז איר ווישט אזוי ארויס א סטעיטמענט?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נו שוין האב איך אויסגעהערט דעם אינטערוויו, איך זעהנישט וואס עס איז דא זיך צו שעמען דערמיט, אדער וואס דער שמועס איז אינטערעסאנט פאר די צוהערער. סתם א געווענליכער רענדאם שמועס פון 2 אלטע אידן, גארנישט באלערנד און זיכער נישט דראמאטיש.

מען האט געמארקעט דעם אינטערוויו דא ווי עפעס היסטאריש האט פאסירט, דערווייל פונעם שמועס גופא שטעלט זיך ארויס אז דער ניו יארקער איד האט תמיד געוויסט פון דעם אז א געוועזענער מונקא טאבאריסט מיט וועמען ער האט פערצופאל געדינט אינאיינעם פאר א שטיק צייט (פון צווישן א גרעסערע גרופע פוו מסתמא 500 אידן וואס ס'רוב האבן איבער געלעבט און זיך צושפרייט און צוזייט בארבע כנפות הארץ) מיטן נאמען פארקאש וואוינט אין מאנטריאל. זהו.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טאקע גראשניט ספעציעל. נישט לטב און נישט לרע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אזוי ווי מאנכע האבן אויסגעטייטשט מיינע פריערדיגע קאמענטארן אלס א פערזענליכע באליידיגונג פאר געוויסע מענטשן, וויל איך אויסדריקן ברבים שלא לזה היתה כוונתי ח"ו, איך האלט אז,דער געדאנק איז גאר א גוטע ויישר חילם וכחם פון די אינטערוויער און פון קול מבשר, תחזקנה ידיהם.

מיינע קאמענטארן זענען גווען געצילט צו די ספעציםישע שמועס און איר תוכן, צו דאס איז אינטערעסאנט, און אפילו אויף דעם איז רבו עלי חברי, ממילא בטלה דעתי אצל דעתם.

ובזה יצאתי ידי חובתי של והייתם נקיים, ואת כולם הסליחה
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

הער מיללער, איר הייבט אן צו באקומען א טעם זקנים.
רצונינו לעשות רצוניך.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”