אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
א שחט-הויז פלעגט מען בדרך כלל רופן א "שלאכט-הויז", און דאס האט אנגעהאלטן אפילו נאכדעם וואס מ'האט אויפגעהערט צו זאגן אז מ'האט "געשלאכטעט" היינט אסאך עופות. למעשה לגבי @זשוליאנע 'ס קושיא פון "דו שחט'סט?" וואלט נישט קיין סאך ארויסגעהאלפן אפילו אויב איינער זאל זיך טרויען צו זאגן "דו שלאכטעטסט?".
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פארוואס נישט באלעבוס? (ס'איז דא א מלאופום, נישט קיין קמץ, און ס'איז נישטא אזא זאך ווי אן אפענער קמץ. און איך ווייס אז דער תירוץ איז, ווייל דאס ווארט איז נשתלשל געווארן אין אן אונגארישער סביבה. איי פארוואס פרעגסטו? ווייל איך וויל ברענגען א געוויסע אווערנעס).גרשון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:25 pm
נאך א ווארט וואס מ'שרייבט לפי כללי אידיש איז באלבאטיש/באלבאסטע. ס'איז מסתמא בארעכטיגט, ווייל בעל הבית מיינט בוכשטעבליך "דער הויז אייגנטימער", און אפילו לויט'ן שפעטערן באדייט איז עמך מענטשן; נישט דער רב, נישט דער ראש הקהל, נישט כולל יונגערמאן, נישט דיין, נישט כניאק, און נישט אויפגעקלערטער. דאקעגן באלבאטיש האט א טיפערן באדייט, "כאחד הנגידים," און באלבאסטע איז איינע וואס פירט א גוטע ווירטשאפט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 938
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אה, פאנגט זיך אן - - -המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:48 pmפארוואס נישט באלעבוס? (ס'איז דא א מלאופום, נישט קיין קמץ, און ס'איז נישטא אזא זאך ווי אן אפענער קמץ. און איך ווייס אז דער תירוץ איז, ווייל דאס ווארט איז נשתלשל געווארן אין אן אונגארישער סביבה. איי פארוואס פרעגסטו? ווייל איך וויל ברענגען א געוויסע אווערנעס).גרשון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:25 pm
נאך א ווארט וואס מ'שרייבט לפי כללי אידיש איז באלבאטיש/באלבאסטע. ס'איז מסתמא בארעכטיגט, ווייל בעל הבית מיינט בוכשטעבליך "דער הויז אייגנטימער", און אפילו לויט'ן שפעטערן באדייט איז עמך מענטשן; נישט דער רב, נישט דער ראש הקהל, נישט כולל יונגערמאן, נישט דיין, נישט כניאק, און נישט אויפגעקלערטער. דאקעגן באלבאטיש האט א טיפערן באדייט, "כאחד הנגידים," און באלבאסטע איז איינע וואס פירט א גוטע ווירטשאפט.
פארוואס נישט באלעבאטיש?
דערפאר טאקע האלט איך מיך מיט בעל הבית'טע, בעל הבתי'ש.
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איך שרייב טאקע באלעבאטיש!יחליצך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:22 pmאה, פאנגט זיך אן - - -המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:48 pmפארוואס נישט באלעבוס? (ס'איז דא א מלאופום, נישט קיין קמץ, און ס'איז נישטא אזא זאך ווי אן אפענער קמץ. און איך ווייס אז דער תירוץ איז, ווייל דאס ווארט איז נשתלשל געווארן אין אן אונגארישער סביבה. איי פארוואס פרעגסטו? ווייל איך וויל ברענגען א געוויסע אווערנעס).גרשון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:25 pm
נאך א ווארט וואס מ'שרייבט לפי כללי אידיש איז באלבאטיש/באלבאסטע. ס'איז מסתמא בארעכטיגט, ווייל בעל הבית מיינט בוכשטעבליך "דער הויז אייגנטימער", און אפילו לויט'ן שפעטערן באדייט איז עמך מענטשן; נישט דער רב, נישט דער ראש הקהל, נישט כולל יונגערמאן, נישט דיין, נישט כניאק, און נישט אויפגעקלערטער. דאקעגן באלבאטיש האט א טיפערן באדייט, "כאחד הנגידים," און באלבאסטע איז איינע וואס פירט א גוטע ווירטשאפט.
פארוואס נישט באלעבאטיש?
דערפאר טאקע האלט איך מיך מיט בעל הבית'טע, בעל הבתי'ש.
Re: אידיש: ווי אזוי שרייבן מען דאס ווארט...?
מיין שאלה יעצט איז אויף ווערטער וואס מען קען שוין היינט לכאורה רופן אידיש.
ווי אזוי שרייבט מען ?
אוואקאדוי
טאמעטאוי
ווי אזוי שרייבט מען ?
אוואקאדוי
טאמעטאוי
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
לאמיר פרובירן אויסצוקלארן דער נושא, און ווער ס'קען זאל ביטע ארויסהעלפן.יחליצך האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 12:32 amאין מיין פאל מיינט עס "שוין איינמאל; נאך ווי!"המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 12:09 amפארוואס האלטסטו אז אין דיין זאץ באלאנגט ענדערש "הערשט" ווי אין "איך בין 'הערשט' יעצט אנגעקומען"? ס'איז די זעלבע מחלוקה. וכבר הורה זקן...
ווען מ'רעדט צווישן "ערשט" און "צווייט", איז דאך נישט קיין שאלה אז מ'דארף שרייבן "ערשט" און נישט "הערשט".
און ווען מ'רעדט וועגן איינעם וואס "הערשט", קומט דאך נישט אריין דאס ווארט "ערשט".
יעצט, אין מונדליכע שפראך, זענען דא אסאך וואס וואלט געזאגט: "איך בין 'הערשט' יעצט אנגעקומען!" אדער "נישט נאר קינדער טארן נישט רעדן אינמיטן דאווענען; טאטעס טארן 'הערשט' נישט", און עס איז דא א תועלת צו מחלק זיין צווישן "ערשט" און "הערשט", און ס'איז נישט קיין פראבלעם אז מ'זאל זיך טועה זיין מיט יענעם וואס "הערשט", ווייל דער "סגול" ווערט ארויסגעזאגט אנדערש.
אבער אין שרייבן קען מען נישט זען וויאזוי דער סגול ווערט ארויסגעזאגט, און ממילא איז ר' @גרשון גערעכט (און נישט איך), אז מ'דארף ענדערש מחלק זיין צווישן "הערשט" יעצט, און "הערשט" פון שליטה, ווי איידער צווישן "ערשט" צווייט, און "הערשט" יעצט.
קומט @יחליצך און טענה'ט אז ס'איז דא א חילוק צווישן: "איך בין 'הערשט' יעצט אנגעקומען!" און "נישט נאר קינדער טארן נישט רעדן אינמיטן דאווענען; טאטעס טארן 'הערשט' נישט", אז 'הערשט יעצט' מיינט: 'און נישט פריער', און 'הערשט נישט' מיינט: על אחת כמה וכמה.
און איך טענה אז (איך טענה מיך שוין דא צו סאך, און אויך אז) אפילו אויב דער ווערטערליכע משמעות איז אביסל אנדערש, טרעפט מען זייער אסאך אזעלכע ווערטער וואס ווערן נשתרבב צו אפילו פארקערטע משמעות'ן. אבער וויבאלד שורש'דיג זענען זיי דאס זעלבע, דארפן זיי בלייבן מיט'ן ספעלינג (און דער באקאנטער משל פאר דעם, איז "באַלד". ווייל וויבאלד "איך קום באלד" האט געדויערט איינמאל און נאכאמאל א יאר מיט א מיטוואך, איז דורך השתלשלות נשתרבב געווארן דורך די צינורות פון געפילן און שפראך, אז "באלד" מיינט שוין אפיציעל שפעטער, און נישט ווי לכתחילה וואס ס'האט געמיינט "שוין, יעצט, תיכף ומיד"). און בפרט אז ווילאנג מיר דארפן נאך מחלק זיין צווישן גראבערע זאכן, איז מען זיך נישט מטפל מיט קיין דקות'דיגע (אויסער אז מ'איז א ליטוואק... פארשטייט זיך).
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג יוני 09, 2023 8:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידיש: ווי אזוי שרייבן מען דאס ווארט...?
געווענליך שרייבט מען: אוועקאדא, טאמאטע.
ויבואו הגבאים ויספרו היאך שכותבים ב"דער איד".
ויבואו המדקדקים וילמדו אותנו מה שיש בדעתם ובבינתם הרחבה.
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
מרת מיט א פינטל צום סוף מרת. אדער מרת ?
"קרימען מיט די נאז" קרומען אדער קרימען ?
אנגעפולט אדער אנגעפילט ?
"קרימען מיט די נאז" קרומען אדער קרימען ?
אנגעפולט אדער אנגעפילט ?
Re: אידיש: ווי אזוי שרייבן מען דאס ווארט...?
אוואקאדא טאמאטעהמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 8:40 amגעווענליך שרייבט מען: אוועקאדא, טאמאטע.
ויבואו הגבאים ויספרו היאך שכותבים ב"דער איד".
ויבואו המדקדקים וילמדו אותנו מה שיש בדעתם ובבינתם הרחבה.
כנלע"ד פשוט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 938
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
קרומען
אנגעפילט. (א ו' באלאנגט נאר אין "פול")
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
מרת קומט אן א פינטל, נאר מיט א ס' לייגט מען.
קרימען אלס א ווערב איז מיט א י'.
(דאס זעלבע איז מיט) אנגעפילט, כיחליצך. טראכט פון ענגליש, fill און full.

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 743
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
היינט איז מיר געווען א חידוש צו הערן פון פנחס גלויבער ווי ער רעדט פון א באן וואס פירט פעקלעך האט ער געזאגט "פּראכט באן" מיט א פינטל אינעם פ. ווי איך ווייס הייסט עס פראכט באן אזוי ווי אן F, אזוי ווי עס הייסט אין ענגליש FRIGHT.
אפשר מאך איך א טעות?
אפשר מאך איך א טעות?
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4733
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איך ווייס נישט וואס ער האט געזאגט, אבער איך פלעג אויך אזוי זאגן ביז איך האב געכאפט אז עס איז פשוט די ענגלישע freight, מילא קומט עס מיט א פ (f) און נישט א פּ (p).
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
גענומען איז א דאטיוו?
גענומען פונעם זיידן...
---
כאפ איך שוין די "פון" מאכט עס דאטיוו
גענומען פונעם זיידן...
---
כאפ איך שוין די "פון" מאכט עס דאטיוו
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
געלייענט דעם מאמענט, און שרייבן שרייבן זיי "דער ווייב" זכר פאר א נקיבה, געזען האב איך גלייכצייטיג אז מעלות שרייבט אויך אזוי,
כ'גלייב נישט ס'א טעות, אויב עמיצער קענעס מברר זיין.
תודה!
כ'גלייב נישט ס'א טעות, אויב עמיצער קענעס מברר זיין.
תודה!
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
דער מאן, די ווייב
פאר דעם מאן און פאר דער ווייב...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אנשטאט 'דעם' ניצט מען 'דער'. אהא, ש'כח.
- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
יא, זע דא.פאפעטשאו האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 12, 2023 6:47 pmאנשטאט 'דעם' ניצט מען 'דער'. אהא, ש'כח.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
ערד
ארץ, אדמה, קרקע איז א לשון נקבה, ווידער עפר איז א לשון זכר,
וי אזוי קלאפט עס אויס אין אידיש, ווען שרייבט מען די ערד און ווען שרייבט מען דער ערד?
שכוח
אגב, איך האב געוואלט טשעקן ביי סיורטש די ווערטער "דער ערד" אבער עס האט נאר 3 אותיות, וויאזוי קען מען זוכן אזא ווארט?

עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק
דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ערד איז לשון נקיבה. זע איין תגובה ארויף ווען מ'שרייבט דער פאר נקיבה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
און באריכות דא
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
שכוח!
אגב, היוצא מדבריך אז עס קען זיין א ווארט (עפר) וואס איז אין לשה"ק א לשון זכור און אין אידיש א לשון נקבה (ערד)?
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק
דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
יא, ס'איז לאו דווקא געבונדן.
וואו זעט מען, אגב, אז עפר איז לשון זכר?
גראדע ארץ זאגט דער אבן עזרא קען זיין אויך לשון זכר. אבער רש"י לערנט אז ס'איז אייביג לשון נקיבה.
וואו זעט מען, אגב, אז עפר איז לשון זכר?
גראדע ארץ זאגט דער אבן עזרא קען זיין אויך לשון זכר. אבער רש"י לערנט אז ס'איז אייביג לשון נקיבה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
זיי זאגן זכר
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
כ'פארשטיי. איך האב געמיינט צו פרעגן אין פסוק.