אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אייוועלט רעפארטער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 8:59 am

אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט רעפארטער »

מיר האבן אלע געהערט מיט ווייטאג איבער דעם כאמאס'ער פאגראם וועלכע איז פארגעקומען ביי די גרעניצן מיט עזה דעם פארגאנגענעם שמחת תורה, אינעם געגענט וואס ווערט גערופן 'עוטף עזה'.

וואס טוט זיך יעצט דארט, נאך עטליכע חדשים וואס זענען שוין דורך זינט דאן, האבן מיר דעם כבוד צו הערן אן ערשטהאנטיגער באריכט פון @אזוי גאר! וואס האט דארט באזוכט אין די טעג.


א גוטן @אזוי גאר!
צוערשט ווילן מיר קלארשטעלן אז מיר זענען נישט קיין זון פון א מנהל…
די מייק איז אייערס.


וועל איך אנהויבן מיט א קורצע הקדמה פון מיין זייט:
אלע בילדער וואס מיר טיילן דא מיט, האב איך אליינס געכאפט (אויסער איינס).
איינער האט מיר געאפפערט אין אישי אז איך קען עס געבן פאר א צייטונג, וויל איך בעטן טאקע אז קיינער זאל נישט נעמען אן רשות, נישט די גאנצע שמועס, און נישט קיין חלקים, אויך נישט קיין בילדער, צו לייגן אין אנדערע פלעצער. אויב איינער וויל, איז מיין אישי קעסטל אפן.

א דאנק פאר אייער הקדמה.
אויב מעגן מיר פרעגן, אין וועלכע שטאט וואוינט איר?


בני ברק.

ווען האט איר אויסגעפונען אז עפעס שרעקליך האט פאסירט?

זיך צו די דערמאנען פון יענע טעג מאכט מיר טשילס. עס איז געווען שבת, שמחת תורה אינדערפרי, ווען איך האב מיר אויפגעוועקט פון די טעלעפאן וואס דריזלט איין מאל און נאכאמאל, איך געב אזא בליק אויפן טעלעפאן (מ'מעג?), זע איך 19 מיסד קאלס, אזוי בשעת'ן קוקן קומט אריין נאך א קאל און אויף די טעלעפאן שטייט "צבע אדום", פאר ווער ס'ווייסט נישט, אין א"י איז דא א טעלעפאן סיסטעם וואס יעדע מאל ס'איז דא א סירענע באקומט מען א קאל, און מ'קען צוריק רופן הערן ווי ס'פייפט. הכלל נאכן זען אזויפיל קאלס, האב איך פארשטאנען אז עפעס ערנסט גייט פאר.
דאס איז געווען בערך 9:15 צופרי.

וויאזוי האט איר דערנאך אויסגעפונען די דעטאלן?

בערך 10:00 בין איך אנגעקומען אין ביהמ"ד, איז דארט געווען איינער וואס ארבעט אין הצלה, און ער האט געברענגט די ערשטע באריכטן.
מ'האט פון אנהייב געהערט פון אפאר צענדליגע טעראריסטן וואס זענען אריינגעקומען אין מדנ"י און ליידער געהארגעט ארום 20 מענטשן, און פארכאפט אן ענדליכען ציפער. קיינער האט עס נישט געוואלט גלייבן.

ווי שפעטער ס'איז געווארן, האט מען אנגעהויבן הערן מער און מער אז דער מצב איז אסאך ערגער, אבער יעדער האט געטראכט אז די מינוט ס'וועט ווערן מוצ"ש וועט מען הערן אז אלע שמועות איז סתם אויפגעבלאזענע מעשיות. ליידער האט זיך די בילד ארויסגעשטעלט גאר אנדערש, וואס אין די ערגסטע חלום האט מען נישט געטראכט אז דאס וועט אמאל געשען.
(מוצ"ש 4 מינוט נאכן זמן איז שוין געווען אן אשכול דא אויף אייוועלט דערוועגן.)

איז געווען סירענעס אין אייער שטאט יענע צייט?

יא, אנהייב איז געווען כמעט יעדן טאג, אדער אפילו מער.

און דורכאויס די לעצטע חודש?

אסאך ווייניגער, די לעצטע מאל ס'האט געפיפן איז געווען איבער א וואך צוריק. (גיי זאג זיי אז איך בענק מיך…)

האט איר שוין אמאל געזען ראקעטן פליען אין אייער געגענט?

יא, ווי איך האב שוין געשריבען דא אסאך מאל אז איך האב געזען.

האט דער סיטואציע אייך פערזענליך אפעקטירט?

ווענדט זיך אין וואס, אין ארבעט, איז דא ווייניגער ארבעט, חוץ פון דעם נישט אסאך.

האט איר געהאט געזען די בילדער און ווידיאוס פון די שחיטות?

בילדער נישט עפעס ספעציעל, ווידיאוס קוק איך נישט בכלל.

יעצט, אויב קענסטו אראפלייגן פאר די וואס ווייסן נישט, וואו אויפן מאפע באטרעפט דער געגענט 'עוטף עזה'?
בילד
מאפע פון די געגענט
די געגענט לויפט אויף די גאנצע לענג פון מדנ"י וואס גרעניצט זיך מיט עזה, אזוי ווי מ'האט לעצטנס געהערט די נעמען פון אלע שטעט וואו ס'איז ליידער פארגעקומען די שחיטות,
אזוי ווי:
זיקים, וואס געפונט זיך העכער עזה.
מפלסים, וואס איז גאנץ אויבן, אבער שוין אויף די זייט.
תקומה (וואס מ'וועט באלד דערמאנען), כפר מימון ,כפר עזה, נחל עוז, סעד, שוקדה.
און בערך אינמיטן, איז די שטאט וואו איך האב באזוכט, בארי.
ווייטער נאך מער אראפ איז דא נאך שטעט, רעים, מגן, עין הבשור, ניר יצחק, כיסופים,ניר עוז, אא"וו.

זע בילד:

ווילאנג נעמט דער וועג אנצוקומען דארט פון בני ברק?

בערך א שעה +. אינטערעסאנט איז געווען, אז די ערשטע חלק וועג (בערך 45 מינוט) קוקט אלעס אויס געהעריג, אבער ווי נענטער מ'פארט, זעט מען מער און מער טרעקלעך און טראקס פון די מיליטער. ווי אויך הייבט מען אן צו זען רויעך קומען פון עזה, ווי מ'קען זעהן אויפן בילד:
בילד
רויעך פון עזה


ביזטו געגאנגען אליינס?

ניין, אונז זענען געפארן א גאנצע קבוצה פון די פלאץ וואו איך ארבעט.

(אלץ באונעס זענען אונז געפארן מיטן קאר פון הרב שטיינמאן זצ"ל, נישט פאר א ספעציעלע סיבה, נאר דאס האט די דרייווער געהאט).

אלס וואס האט עטץ גענוצט א דרייווער, איז דאס צוליב וואס קיינער פון אייך דרייווט נישט קיין קאר, אדער איז נישט ערלויבט צו קומען דארט מיט די אייגענע קאר, אדער אן אנדערע סיבה?

ניין, אונז אלע דרייווען, נאר דא אין א"י איז ווייניגער פאפולער צו האבן א קאר, נאכדערצו א מיניווען וואס אונז האבן געדארפט האבן, זענען אונז געפארן מיט איינער וואס האט א שייכות מיט אונזער ארבעט.

און וויאזוי האט ענקער דרייווער צוטריט צו די קאר פון הרב שטיינמאן זצ"ל?

ער איז געווען א שטיקל מקורב דארט.

אהא.
יעצט, וואס ברענגט אייך צו גיין באזוכן אין דעם געגענט, האט איר געשעפטן אויסצופירן דארטן?


ניין, דערווייל נישט, נאר היות מיין בעה"ב ארבעט אין זק"א, האט ער גענומען זיינע ארבעטארער צו זען דעם פלאץ.

אלס וואס האט ער געוואלט איר זאלט דאס זען?

סיי צו פארשטיין וואס ער איז אלס אריבער, און סיי צו געבן א שטיקל ברעיק פאר די ארבעטער.

האט אייער בעה"ב אייך געהאט פארציילט וואס זיי האבן דארט צוגעזען און מיט וואס זיי זענען געווען באשעפטיגט די לעצטערע צייט?

ער האט פארציילט אסאך מער ווי איך האב געקענט פארטראגען, און איך וועל נישט אריינגיין אין דעטאלן.

זענט איר יעצט געגאנגען צוזאמען מיט אייער בעה"ב?

אוודאי. דאס איז געווען אונזער איינטריט קארטל. אן אים וואלט מען אונז אין ערגעץ נישט אריינגעלאזט.
ער האט געעפנט אלע טירן.

מיט וואס באשעפטיגט איר זיך, אויב מעג מען פרעגן?

שיילן קארטאפל, איינקויפן אין גראסערי, לערנען, דאווענען אא"וו, אלעס וואס א אידישע טאטע דארף טון.

איר ווילט וויסען וואס איך טו פאר פרנסה? איך ארבעט אין אן אפיס…..

הייסט עס אז איר האט געהאט מנוחה פון אייער בעה"ב פאר די לעצטערע שטיק צייט, זינט ער איז דאך געווען פארנומען דארט אין די געגענטער.

איך וואלט עס נישט אנגערופן מנוחה. אמת אז ער איז ווייניגער אריינגעמישט אין די ארבעט, אבער ס'האט גרויסע חסרונות, שאין כאן המקום להאריך.

איז דער געגענט אפן פאר די פובליק?

ווענדט זיך וואו. די ראודס וואס פירן קיין עזה זענען פארמאכט, און יעדע דארף פאר זיך איז אויך פארמאכט, מ'דארף באקומען א ספעציעלע רשות אריינצוגיין, אבער די וועגן אליינס איז כמעט אלעס אפן.

רשות פון וועמען?

פון די סאלדאטן אין סעקיורעטי וואס שטייען דארט.

אלס וואס דארף מען האבן רשות דארט אריינצוגיין?

איר דארפט פארשטיין אפאר זאכן:
  • אין די אלע פלעצער איז דא א גרויסע אנוועזנהייט פון סאלדאטן, זיי האלט דארט געווער מיט מיסילס. (איך האב דעמאלטס אנגעהויבן צו פארשטיין ווי אזוי עס קען זיין די אלע גניבות, די זאכן ליגן אפן, מ'קען גרינגערהייט נעמען און גיין.)
    בילד
    מיליטערישע געצייג

    זע בילד:
  • די דירות און קארס ליגן אפן מיט פריוואטע חפצים פון מענטשן, און מ'זוכט נישט אז סתם מענטשן זאלן קומען גנב'נען.
  • ס'איז זייער נאנט צום גרעניץ און זיי קענען זיך נישט ערלויבן אז ס'זאלן זיך דרייען טויזענטער מענטשן אונטער די פיס, און בפרט אויב כאמאס וועט וויסען אז מען דרייעט זיך דארט, וועלן זיי אהינשיקען מער ראקעטען.
  • איך גלייב אז מ'האט נאך נישט געענדיגט אלע אויספארשונגען.
אהא.
און וויאזוי האט איר באקומען רשות?


אונזער בעה"ב האט עס ערלעדיגט, איך ווייס נישט וואס פונקטליך ער האט זיי געזאגט, אבער ס'האט אויסגעקוקט אז ער קען זיך זייער גוט מיט זיי, און זיי געבן אים נאך וואס ער בעט.

אפשר איז דא אינטערעסאנט אנצומערקן, אז טאקע נישט אין יעדע פלאץ לאזן זיי אריין, למשל אין נחל עוז, לאזן זיי אפילו נישט אריין די זק"א וואלונטירן צו רייניגען די בלוט. אזעלכע לינקע מענטשן וואוינען דארט.

האט איר געדארפט אנטון עפעס ספעציעלע סארט קליידער, ווי שוץ וועסטלעך וכדומה?

ניין, ס'איז נישט יעצט ממש א מקום סכנה אזוי ווי אנהייב וואס מ'האט נאך געקענט טרעפן באמבעס, און ס'איז געפלויגן אסאך ראקעטען, יעצט פליעט כמעט נישט.

און וואס טוט זיך מיט די איינוואוינער, זיי מעגן דארט זיין?

זיי מעגן אריינגיין, אבער קיינער שלאפט נישט דארט. זיי אלע זענען אין געוויסע אנדערע שטעט, אזוי ווי איך האב שוין באריכטעט ביי די נייעס.

צו וועלכע ישוב האט איר זיך די ערשטע געוואנדן?

צום ערשט זעמיר אנגעקומען צו א פלאץ וואס הייסט "מוצא אזורית שדות נגב", ס'איז א גאנצע געגענט פון 16 קליינע דערפער/קיבוצים.
בילד
מוצא אזורית שדות נגב
דארט איז דא א פלאץ וואו ס'איז דא די בנינים פון די שטאטראט ווי אויך שולעס, וואס איז א שטח פאר זיך ארום גענומען מיט א געיט, ווי מ'דארף באקומען רשות צו אריינגייען. אין יענע פלאץ איז דא א פארקינג לאט מיט קארס וואס זענען באטראפן געווארן דורכאויס די שמחת תורה שחיטות.

וואס הייסט קארס פון די שחיטות?

איז לאמיר דיר מסביר זיין מיט א שטיקל הקדמה וועגן די קארס:
די טעראריסטען ימ"ש האבן געשעדיגט קארס אויף 2 אופנים, 1. געשאסן אויף קארס וואס האבן פראבירט צו אנטלויפן, סיי אויף די ראודס און סיי ביי טשעקפוינטס וואס זיי האבן אויפגעשטעלט, און ליידער געהארגעט די מענטשן וואס זענען געווען אינעוווייניג. 2. געשאסן אויף די מאטאר פון יעדע קאר וואס זיי האבן געזען כדי אז מענטשן זאלן נישט קענען שפעטער אנטלויפן מיט דעם.

הייסט עס אז זיי האבן אויך סתם געשעדיגט די קארן אן די מענטשן, און דערנאך האט מען צאמגעברענגט אלע געשעדיגטע קארן צו איין צענטראלע פלאץ?

ס'איז בעצם דא דריי פלעצער צו וואו מ'האט אוועקגעשלעפט קארס וואס זענען געווארן געשעדיגט נאך די שחיטה, און אויך געהאט ליידער אומגעקומענע דארט, געוואנדען אין די מצב פון די קאר
שדות נגב - קארס וואס זענען געווען באשאסן מיט קוילן.
תקומה - קארס וואס זענען געווען פארברענט אדער האבן געכאפט א מיסל.
א באהאלטענע פלאץ - קארס אין א ערגערע מצב.

וואו זענט איר געגאנגען ערשט?

מיר זענען געגאנגען קיין שדות נגב די ערשטע.

דארט איז דא קארס אין אלע סארט אומשטענדן. אנגעהויבן מיט נאר לעכער פון קוילן, אויסגשאסאנע פענסטערס, צעלעכערטע רעדער, אויפגעשניטענע דעכער, קארס וואס זענען געווארן איבער געפארן דורך טאנקען אא"ו. יעדע קאר מיט זיין מעשה, למשל: די הענדיקעפ קאר פון די מיידל וואס מ'האט געזוכט, (געווען א באקאנטע מעשה דעמאלס), די מיני באס פון די 15 אלטע פרויען וואס מ'האט געהארגעט הי"ד.

איר קומט אן, וואס באגעגענט איר?

אינדרויסן זיצן 2 מיליטער לייט, צו אויפפאסען אז פרעמדע זאלן נישט אריינגיין, אבער פאר מיין בעה"ב מאכט זיך אויף אלע טירן...

דארט זעען מיר ווי יעדע קאר האט א סטיקער אינדרויסן אז עס איז געווארן דורכגעקוקט, און אויב איז ליידער געווען א טויטער אין די קאר איז דא א X געשריבען אויף די קאר. מ'קען זען אז ביי א חלק פעלט די סיטס וואס מ'האט ליידער געדארפט באגראבן. אונז האבן אויך געהאט די זכיה צו האבן א חלק מיט די עבודת הקודש, אז אידיש בלוט זאל קומען לקבר ישראל, ווען אונז האבן באמערקט אויף איינע פון די קארס איז נאך געבליבן בלוט ה"י, א קאר וואס איז שוין געווען איבער געקוקט, און אונז האבן געלאזט וויסן פאר וועם מ'דארף, אז זיי זאלן עס קומען נאכאמאל רייניגן.
באגלייט בילדער (מ'קען זעהן אין די אינטערגרונט די רויעך פון עזה)
◄ ווייז ספוילער
און טאקע דארט אין שדות נגב איז געפאלן א מיסל 2 שעה נאכדעם וואס אונז זענען געווען דארט.
באגלייט א בילד פון די שאדענס.
◄ ווייז ספוילער
וואו זענט איר געגאנגעו פון דארט?

פון שדות נגב זענען אונז געפארן צום צווייטען פלאץ - תקומה

דארט ליגט די אינטערגעצינדענע קארס, אדער קארס וואס האבן באקומען א מיסל, ס'דא דארט איבער 1000 קארס, א גרויסע חלק אין גרויסע הויפענעס וואס איז שוין געווארן דורך געקוקט אפאר מאל. דא קען מען אויך זען פארברענטע אמבולאנסן, אויך יעדע איינס מיט זיין מעשה.

דארט קען מען נישט אריינגיין (אויסער מיין בעה"ב, פארשטייט זיך, איז יא אריין), אבער מ'קען זען פונדרויסן.

אנדערש ווי אין שדות נגב, וואס מ'ארבעט נישט דארט, איז דא יא דא ארבעט. בערך 10 חברה ארבעטן נאך, צו רייניגען און צו זוכן. (כדי מ'זאל אביסל פארשטיין, א טאג פאר איך בין געווען דארט האט מען געטראפן דארט א חלק פון א קאפ ה"י).
דארט איז אויך געווען נאך מענטשן וואס זענען געקומען קוקן.

די בילדער איז נישט אזוי קלאר אבער דאס האב איך.
◄ ווייז ספוילער
פארוואס איז דארט אנדערש אז עטץ האטס נישט געקענט אריינגיין?

ווייל די באאמטע האבן נאך געהאלטן אינמיטען ארבעטן דארט אויף די קארס.

דערנאך זענט עטץ געגאנגען צו?

די דריטע פלאץ ווייס איך נישט וואו ס'איז, דארט איז דא די קארס וואס מ'האט געטראכט צו באערדיגן, למעשה הייסט יעצט אז מ'גייט נישט, נאר זק"א האט אראפ געברענגט א גרויסע קאמפעני פון קאליפארניע, וואס מיט געוויסע וועקיאם קלינערס שלעפען זיי ארויס די גאנצע אש פון די קארס, און טיילן אפ פון דעם די מענטשליכע איבערבלייבענישען צו קענען ברענגען לקבורה, אדער דורך דעם טרעפן די נאך 34 מענטשן וואס הייסן אלץ "פעלענדיגע".

אויב איז אייך באקאנט, טשעקן זיי די איבערבלייבענישן פון וועמען דאס קומט בעפאר זיי זענען דאס קובר?

אוודאי. זיי באקוקן די DNA פון די אש, אפשר וועט מען טרעפן איבערבלייבענישן פון נאך א איד וואס פעלט.

וואס פלאנירן זיי צו טון מיט דעם זאפאס פון קארן?

זיי לייגן עס קודם אוועק פאר 2 סיבות. 1. באווייז פאר וואס איז געווען. 2. קענען צוריק געבן געלט פאר אלע קאר אייגענטומער.
נאכדעם וועלן זיי לכאורה עס אריינלייגען אין די מוזיאום וואס מ'גייט מאכן.

וואו פלאנירן זיי צו מאכן א מוזיאום?

לויט וויפיל איך האב פארשטאנען, אין בארי.

אהא.
נאך דעם געגענט וואס איז געווען אייער קומענדיגער דעסטינאציע?


פון דארט זענען אונז געפארן צו דעם ישוב בארי, וואס איז אויך א קיבוץ סטיל געגענט.

אויב קענט איר אין קורצן ארויסברענגען -פאר די וואס ווייסן נישט- וואס מיינט דאס א קיבוץ סטיל?

ממש אין קורץ: א דארף וואס מענטשן לעבן זייער שטארק צוזאמען, ארבעטן בעיקר אין פעלד אדער אין א ביזנעס וואס געהערט פאר די קיבוץ, למשל בארי האט א ריזיגע פרינטינג קאמפעני.

צו אביסל מער פארשטיין, וואלטסטו עס אנגערופן אזוי ווי א קאנטרי, וואס יעדער וואוינט ארום און מען קומט אין דעם זעלבן לאנטש רום עסן די מאלצייטן?

יא און ניין. יא, ס'איז אזוי ווי א קאנטרי, אז יעדער וואוינט אין אן איין שטאקיגע הויז, מקסימום 2 שטאק, און מ'עסט צוזאמען אין איין לאנטש רום. ניין, ס'איז נישט ממש אזוי ווי א קאנטרי, וויבאלד די מענער זענען אויך דארט א גאנצע וואך…., און ס'איז זייער שטארק געבויט אויף אידיעלאגיע, (און נישט א ערליכע ליידער).

און די קליינע געביידעס דארט האבן ממ"ד'ס אויך דערינען?

אוודאי. ווען ס'פליט ראקעטן זענען די אלע שטעטלעך די ערשטע צו כאפן. נישט נאר האבן אלע הייזער, נאר אויך אינדרויסען אויף די גאסן איז דא ביי יעדע פאר הייזער אזא בודקע געמאכט פון צעמענט, צו קענען דארט אריינלויפן אויב מ'איז פונקט אויפן גאס. דו דארפסט פארשטיין אז אין יענע פלעצער האט מען ס"ה 15 סעקונדעס צו לויפן פון ווען די אלארם צינדט זיך אן ביז די מיסל פאלט.

האט זיך אייער בעה"ב געדארפט באנוצן מיט אזא צומער דורכאויס די צייט וואס ער איז געווען פארנומען דארט מיט זיין עבודת הקודש?

אנהייב האבן אלע זק"א וואלונטירן געדארפט גיין מיט שוץ וועסטלעך, און נאר געקענט אריינגיין מיט באגלייטונג פון די מיליטער, און נאר נאכדעם וואס זיי האבן באקוקט די הייזער זיכער צומאכן אז ס'איז נישטא דא דארט קיין אויפרייס מאטריאל.
זיי האבן געהאט אסאך מאל אלארמס דורכאויס די צייט וואס זיי האבן געוויילט דארט. איך ווייס נישט וואס זיי האבן געטון, איך ווייס נאר אז זיי זענען אסאך מאל געראטעוועט געווארן ממש אין די לעצטע רגע.

פון אומגעפער וויפיל איינוואוינער באשטייט דער ישוב בארי?

בערך 1200.

וויפיל פון זיי זענען ליידער אומגעקומען, פארוואונדעט, פעלן אדער פארכאפט געווארן?

איבער 80 ליידער אומגעקומען, א גרויס חלק מיט מיתות משונות ה"י, איבער 25 פאכאפט, און ס'זענען דא וואס פעלן נאך.

אויב איז דיר באקאנט, וועלכע סארט אידן וואוינען אדער האבן געוואוינט אין דעם ישוב?

ליידער איז עס נישט זייער אידיש, רוב הייזער האבן נישט קיין מזוזות.

איז דא דארט אנוועזנד מיליטערישע געצייג און מיליטערלייט?

אסאך. גלייך נעבען די אריינגאנג פון בארי, איז דא א פלאץ ווי זיי נעמען זיך צוזאם פארן אריין פארן אין עזה.
(איך האב בילדער אבער עס קומט נישט נאך די תקנות המקום, וויבאלד ס'איז טרעקלעך פון די מיליטער).

איז זק"א נאך טעטיג דארט יעצט אויפן מאמענט?

נאר פאר פראפאגאנדע. געבן אינטערוויאס פאר אויסלענדישע צייטונגען, אבער נישט מיט רייניגונגען.

צו וואו האט איר געוואנדן אייער ערשטע טריט ווען איר זענט דארט אנגעקומען?

צו די ערשטע הויז ווי די רוצחים זענען אריין, נאכן אויפברעכען א לאך אין די געיט. (יא געווען א געיט…).

בילדער פון די געיט און די ערשטע הויז:
◄ ווייז ספוילער
לייגט אונז אראפ וואס האט איר באגעגענט ווען איר זענט אריין אין דעם ישוב.

די ערשטע זאך איז געווען זעצעס, אבער אזעלכע הויכע וואס האט אונז אלע געמאכט שפרינגען די ערשטע מאל. למעשה איז דאס געווען זעצעס פון מיסל ארויסשיסער, וואס מדנ"י נוצט צו שיסן אויף עזה. נאך אפאר מינוט געוואוינט מען זיך צו, אבער א טאג שפעטער האט נאך מיינע אויערן געהערט די זעצעס.

עס איז כמעט נישט דא קיין הויז אין דעם ישוב וואס איז נישט געווארן באטראפן. ס'דא הייזער וואס איז אינגאנצן איינגעפאלן, עס איז דא וואס איז פארברענט, און ס'איז דא וואס האבן "נאר" לעכער פון קוילען.

אזוי ווי ביי די קארס וואס איך האב גערעדט דערפון פריער, האט אויך יעדע הויז זיין מעשה, און אונזער בעה"ב וואס איז געווען דארט בשעת מעשה, ווייסט צו זאגן אויף יעדע הויז וואס איז געווען דארט, און וויפיל טויטע איז געווען.

זענט איר אריין אין באטראפענע הייזער?

א חלק יא און א חלק נישט. ס'איז דא הייזער וואס די בעלי בתים לאזן נישט אריין, אבער וואו ס'איז נישט דא א צעטל זענען אונז אריין.

וואו ליגט דער צעטיל? וואס שטייט אויפן צעטיל? ווער לייגט דעם צעטיל?

אויפן טיר איז דא צעטיל פון די מיליטער, אז אין דעם שטוב טאר מען נישט אריינגיין, מיט א נומער וואס מ'זאל רופן אויב מ'האט שאלות.

וואס האט איר אנגעטראפן אין די הייזער וואו איר זענט אריין?

וואס זאל איך זאגן? ס'איז זייער ווייטאגליך. בפרט נאכן הערן אין יעדע הויז וואס עס איז געווען דארט, אבער אין כמעט יעדע שטוב איז דא א חורבן, פארברענטע זאכן, לעכער פון קוילן, איבערגעדרייטע בעטן, יעדע אינטש אין די הייזער רעדן, סארי, שרייען ווערטער, טרויעריגע ווערטער, אפילו אן מסביר זיין, קען מען זיך אליינס פארשטעלן וואס איז דארט פארגעגאנגען.

לאמיר געבן אפאר דוגמאות מיט בילדער:

בילד
אן איבערגעדרייעטע הויז
בילד
א וואנט אינגאנצן צולעכערט פון קוילן און גראנאטן
בילד
ווערטער וואס די טעראריסטן האבן געשריבען אויף די ווענט פון די הייזער
בילד
א האלבע הויז איינגעפאלן
בילד
א טיר צולעכערט פון א RPG
בילד
אמאל געווען א קאך















































בילד
די הויז פון משפחת שוהם, וואס מ'האט זיי אלע פאכאפט
בילד
אן איבערגעדרייעטע הויז


















און דאס איז די הויז ווי ס'געווען די מעשה וואס איז לעצטענס געווארן באקאנט, מיט 15 פארכאפטע וואס די סאלדאטען האבן געשאסן אויף די הויז, ליידער האבן 14 פון די 15 נישט איבערגעלעבט, אויך איז געווען דא 11 טויטע טעראריסטן.
בילד
די הויז ווערט אנגערופן "די הויז פון פעסי"


שרעקליך.
איז דא א ביהמ"ד אין בארי?


יא, אבער מ'נוצט עס נישט זייער אפט, לעצטענס ווען ס'איז דא דארט זק"א וואלונטירן, מאכט זיך דארט מנינים פון מאל צו מאל פאר א מנחה. אינערעסאנט צו באמערקן אז די שול איז פון די איינציגסטע פלעצער וואס איז געבליבען גאנץ אן קיין איין קריץ. מיר האבן געכאפט א מנחה דארט.


האבן זיי געוואוסט אז דארט וועלן זיי קיינעם נישט טרעפן?


מעגליך. זייער פלאן האט דאך אריין גענומען צו אנקומען אפילו אזוי ווייט ווי אשדוד, וואו זיי האבן געהאט רשימות פון אלע בתי מדרשים און ישיבות. דער אויבערשטער האט אלע פשוט געראטעוועט.

וויאזוי איז דער מצב יעצט דארט?

מער ווייניגער זענען די ראודס גאנץ און ליידיג, מקען נאך זען סימנים פון טאנקן אויף די ראודס, ס'איז דא הייזער וואס זענען שוין געווארן גערייניגט, און אויסגעליידיגט אינגאנצן, און ס'איז דא ווי מ'זעט נאך די גאנצע מעס.

וואס איז געווען אייער רעאקציע צו וואס איר האט געזען?

עטליכע האבן מיר געפרעגט נאכדעם צו איך בין געווען דערשראקן, און די תשובה איז: ניין. ס'איז זייער זייער טרויעריג, און ס'ציפט אין הארץ, טראכטנדיג וואס די מענטשן האבן דא מיטגעמאכט, זייער לעבן האט זיך פשוט אפגעשטעלט. מ'קען זען אין געוויסע הייזער, די עסן וואס איז געבליבן אויף די קאונטערס, ס'איז פשוט טרויעריג.

איך בעט אז קיינער זאל מיר נישט אריינשרייען, אבער איינער וואס איז געווען דארט מיט אונז, איז געווען לעצטנס אין אוישוויץ, ער זאגט אז דא איז 10 מאל ערגער, סיי ווייל אונז לעבן עס מיט און אלעס איז פריש, און סיי ווייל אלעס איז נאך דארט, נישט אזוי ווי אוישוויץ וואו זיי האבן פראבירט צו פארדעקן די שפירן.

זענט איר געווען אין די לאנטש רום, וואו ס'איז געווען די מעשה פון 50 פארכאפטע?

זייער גוט אז דו פרעגסט מיר, ווייל איך האב אן אינטערסאנטע מעשה מיטצוטיילן, וואס איז נאכנישט געווארן געדעקט דעם אמת אין ערגעץ.
יעדער איינער וואס האלט מיט די נייעס פון אנהייב מלחמה, ווייסט צו זאגן פון די לאנטש רום אין בארי וואו טעראריסטן האבן געהאלטן פארכאפט 50 מענטשן, ביז מ'האט זיי געראטעוועט, אבער כמעט קיינער ווייסט נישט אז די מעשה איז קיינמאל נישט געווען. די גאנצע זאך איז געווען א שפיצל פון די טעראריסטען ימ"ש, וואס האבן געוואלט אריין לייגען די סאלדאטען אין א פאסטקע, זיי האבן געהייסן איינס פון די 15 פארכאפטע וואס זענען געווען פארכאפט אין פעסי'ס הויז, צו רופן די פאליציי זאגן אז ס'איז דא 50 פארכאפטע אין די לאנטש רום, ווען די פאליציי און די מיליטער זענען אנגעקומען האבן טעראריסטן זיי אפגעווארט, און ליידער געשאסן אסאך פון זיי. הי"ד.

צום עצם שאלה, נישטא וואו צו אריינגיין, די בילדונג איז איין שטיק ברוכווארג.

האט איר זיך אנגעטראפן מיט סיי וועמען פון די איינוואוינער אדער אנדערע באזוכער?

יא. מיר האבן באגעגענט איין פרוי וואס וואוינט דארט, ווי אויך אפאר גרופעס טוריסטן.

וויאזוי איז געווען דער באנעמונג צו אייך פון די איינוואוינער אויף אייער באזוך?

פאזעטיוו.

האט איר פארפירט א שמועס מיט איינע פון די איינוואוינער?

יא. מיר האבן געכאפט א שמועס מיט די פרוי וואס אונז האבן באגעגענט.

קענט איר מיטטיילן אויסצוגן פון אייער שמועס?

איינער האט איר געפרעגט פארוואס זי איז געקומען דא, האט זי געענטפערט אז זי איז געקומען זיך געזעגענען פון אירע חבר'טעס וואס זענען ליידער נישט געבליבן ביים לעבן :).

זי וואוינט שוין דארט 50 יאר, איר זיידע איז געווען א רב, זי פארט מיט א בייק, איר טאטע איז געווען א "דתי".
א נאכט פארדעם האבן זיי אפגעצייכנט די "געבורט'ס טאג" פון די קיבוץ, זי האט 2 קינדער אין מיליטער.

האט איר זיי געפרעגט וואס זיי האבן צוגעזען און וויאזוי זיי זענען געראטעוועט געווארן?

אוודאי, דאס איז דאך דאס מערסטע אינטערעסאנט צו הערן.

נו, טיילט אונז מיט ביטע.

זי מיט איר מאן זענען געווען אין שטוב, ווען די ימ"ש'ניקס זענען אריינגעקומען אין דארף, זייער שכן'ס שטוב האט מען אינטער געצינדען, ביי זיי האט מען פראבירט צו אריינגיין, אבער איר מאן האט געזאגט אז ער גייט נישט שטארבן אן זיך שלאגען מיט זיי, ער האט געהאט געווער, און ארויס דערמיט. זיי האבן זיך דערשראקן און אנטלאפן. שפעטער האבן זיי זיך איינגעשפארט אין די ממ"ד פאר 20 שעה וואו זיי זענען געזעצן שטיל, און זי האט נאר איבער געזאגט א גאנצען צייט די קאפיטל פון "גם כי אלך בגיא צלמות". זיי האבן געהערט די טעראריסטן, אבער זענען נישט געווארן געשעדיקט ב"ה.

זיי פלאנען זיך צוריק צוקערן דארט צו וואוינען?

נישט ווען די אראבער זענען אזוי נאנט צום גרעניץ, אבער זיי ווילן, ס'איז זייער היים.

פארוואס זענען זיי מתחילה געגאנגען וואוינען אזוי נאנט צו די אראבער? איז דאס צוליב וואס זייער אידעעלאגיע איז ווי די לינקע וואס האבן געטראכט אז מען קען לעבן בשלום מיט אראבער?

רוב מענטשן וואס וואוינען דארט זענען לינקע, וואס האלטן פון לעבן בשלום מיט די אראבער. זיי האבן אלעמאל געטראכט אז ס'גייט זיי גארנישט געשען.

צו אביסל פארשטיין, יענע שבת אינדערפרי האט געדארפט פארקומען א יערליכע משוגעת, ווי ס'קומען ארויס מענטשן פון די אלע דערפלעך, און פון די צווייטע זייט קומען ארויס די אראבער פון עזה, און יעדער שיסט ארויף א קייט, און אזוי ווייזט מען אז מ'וויל לעבן בשלום. ליידער האט פאר זיי און פאר אונז אלע געפאטשט די מציאות פון עשיו שונא ליעקב, אין פנים.

אבער ס'איז דא מענטשן וואס וואוינען דארט סתם, ווייל זיי זענען דארט געווארן אויפגעצויגן, אדער דארט האבן זיי געהאט חברים.

האבן זיי געטוישט זייער מיינונג יעצט נאכ'ן צוזען זייער אמת'ע פרצוף?

ווענדט זיך ווער, ס'איז דא אסאך וואס יא, און ליידער זייער אסאך וואס נישט.

האט איר באזוכט נאך ערגעץ מערקווירדיג?

יא. אונז זענען געווען אין די ציין דאקטער'ס אפיס, וואס דארט האט מען אויך געהרג'ט ליידער מיט מיתות משונות ואכזריות.

נאך א פלאץ וואס איז כדאי צו דערמאנען איז די קינדערגארטן, וואס איז געווארן באשאסן פון אלע זייטן.

זענען דא אין בארי נישט אידן אויך?

איך ווייס נישט.

וואס זענען די פלענער פאר די געגענטער, וועט עס בלייבן אפגעפיסטעוועט?

פון א חלק וועט מען -ווי געזאגט- מאכן א מוזיאום, די איבריגע וועט מען צוריק בויען.

ארום ווען אינעם טאג זענט איר פארטיג געווארן מיט אייער באזוך?

ארום 4:00 זענען אונז אוועק געפארן פון דארט, נאכן באזוכן אויך א פלאץ ווי דער ארמיי נעמט זיך צוזאם פארן ארויסגיין אויפן פראנט, אבער צוליב די תקנות המקום וועל איך נישט צופיל מאריך זיין אין דעם.

אלס וואס האט איר אויסגעקליבן צו גיין דוקא צו די פאר פלעצער?

ווייל די פלעצער האט מיין בעה"ב געהאט אן אפענע טיר, און מ'קען זען גענוג אויף צו פארשטיין וואס דא איז געשען.

האט איר פלאנירט צו גיין צו נאך פלעצער?

ניין, אונז האבן געפלאנט צו זיין צוריק אין בני ברק 2:30, אבער למעשה האבן זיך זאכן פארשלעפט.

האט איר פארפירט שמועסן מיט נאך געראטעוועטע איבערלעבער?

מיר האבן געשמועסט מיט נאך מענטשן וואס ארבעטן דארט אין בארי אבער וואוינען נישט דארט, זיי האבן גארנישט ספעציעל פארציילט.

האט איר נישט געוואלט זען רעים וואו א גרויסע מספר איז געווארן אומגעברענגט ביי דעם באקאנטן פעסטיוועל?

נישט עכט.

פארוואס נישט?

דריי סיבות: 1. ס'איז נאך ווייטער פון אונז. 2. ס'שוין לכאורה נישט דא וואס צו זען דארט. ס'איז נישט דא דארט קיין הייזער אזוי ווי אין בארי, וואס יעדע הויז האט א מעשה אונטער זיך. 3. אסאך פון די באקאנטע אכזריות'דיגע רציחות איז פארגעקומען אין בארי, האבן מיר ענדערש דאס געוואלט דעקן.

אויב איז אייך באקאנט, וועלכע נאך געגענטער זענען געווארן באטראפן ענליך צו בארי?

בעיקר כפר עזה און נחל עוז.

און פון וויפיל באטראפענע רעדט מען אין די ישובים?

איבער 50 אין כפר עזה און איבער 35 אין נחל עוז.

און וואס טוט זיך מיט זיקים?

געווען דארט שלאכטן צווישן פאליציי מיט טעראריסטן אבער ב"ה נישט געווען דארטן קיין סאך געהארגעטע, די נאמען איז מער באקאנט ווייל ס'איז נעבן די וואסער, וואו די טעראריסטן האבן פראבירט עטליכע מאל צו אריינקומען אבער ב"ה אן קיין גרויסע הצלחה.

נאך א טאג פון זיך אנזען מיט אזעלכע שרעקליכע סצענעס, האט איר געקענט שלאפן יענע נאכט די זעלבע?

ב"ה אז יא, איך בין פשוט געווען זייער אויסגעמיטשעט.

נאך בילדער:
◄ ווייז ספוילער
א גרויסן דאנק פאר אייער דעטאלירטע באריכט.
זאל דער באשעפער אונז שיקן דעם גואל צדק און נקמה נעמען אין אונזערע שונאים במהרה בימינו אמן.

אויב האט איר הנאה געהאט ביטע לאזט איבער א לייק וואס זאל געבן א גוטע געפיל פאר די וואס קומען ארויף אויף אונזער שאו/טישל
אויב צייגט עס נישט גלייך דעם לייק, זייטס נישט באזארגט, עס קומט אן צום סוף.
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט רעפארטער אום זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:52 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זענט איר גרייט פאר אן אינטערוויו? מיין אישי איז אפן פאר אייך.

צייטונגען, מאגאזינען אדער סיי וועלכע אויסגאבעס וואס ווילן נוצן אונזערע מאטריאל, זאלן זיך פארבינדן מיט אונז בעפאר, אויף: [email protected] צו באקומען אונזער רשות דערויף.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6340
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

דא נעם איך איך אן פאר ווער עס וויל געבן לייקס אויף מיין קאנטע.

א ריזיגע ש'כח פאר @אייוועלט רעפארטער פאר די הערליכע ארבעט!!!

ווער ס'קען עס אויסשטעלן שיין אין PDF איז מכובד.

נאך שאלות איז אויך וועלקאם, אבער נישט קיין פריוואטע.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
א דאנק אזוי גאר
און א דאנק אייוועלט רעפארטער.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9041
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

Wow! זייער אינטערסאנט! שכח!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6085
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שכח @אזוי גאר! און @אייוועלט רעפארטער!
עלינו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

wow זייער אינטערעסאנט און גוט
די ערשטע שאלה פון דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצוק"ל, האסטו געהאלפן מיינע קינדער?

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

@אבימלך ווער קען בעסער ????

@אייוועלט רעפארטער די ביסט פיין !!!!!

@אזוי גאר! א גרויסער ישר כח פאר די באריכט בילדער אא"וו
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10750
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOOF!!
ספרינטער פרינט
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

Wowo
יישר כח
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4800
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

👍👍👍👍
ואבנר בן נר שר צבא!!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21155
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

@אזוי גאר גאר שיין און ליידער הארצרייסנד.

כבין מתפלל אז די חזיונות זאלן דיר נישט שטערן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

WOW הערליך שיינע אינטערוויא

שכח @אייוועלט רעפארטער
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

@אזוי גאר! wowow!!!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הערליך @אזוי גאר! ! יישר כח!
איך וואלט געווען נייגעריג אין פערזענדליכע עדות פון די רציחות, אפשר אין א ספוילער.
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

נאכנישט געליינט אבער קוקט אויס מאסיוו, און משטעלמיר אויף חזקה אז ווען @אזוי גאר! נעמט דעם קיעבארד און האנט קומט ארויס פרישע ווארע...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28207
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך מוז דיר גראטולירן פאר'ן נישט קוקן ווידיאו! אומגלויבליך!
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8909
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דער וואס ליינט נאך היינט די צייטונגען און מאגעזינען (און נישט אייוועלט) איז נישט מיט אלעמען!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

שוידערליך!! אוי טאטע ווי נעמט מען די כוחות?

ייש"כ @אזוי גאר! פארן אונז אלע מיטנעמען אויפן באזוך...
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
איך שרייב יעצט
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:21 pm
לאקאציע: בחצרות קדשיך

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שרייב יעצט »

יישר כח
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

שקויעך @אייוועלט רעפארטער פארן אונז ברענגען אזא אינטערעסאנטע און הארץ רייסנדע באשרייבונג, און @אזוי גאר! פארן שמועס. ס׳איז גאר ווייטאגליך עס צו ליינען, אבער כ׳האב הנאה געהאט.
אלס וואס האט ער געוואלט איר זאלט דאס זען?

סיי צו פארשטיין וואס ער איז אלס אריבער, און סיי צו געבן א שטיקל ברעיק פאר די ארבעטער.
וועלכע מאדנע בעה״ב נעמט זיינע ארבעטערס זיך אויסצורוען צו אזא טריפ?..
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

מעכטיגע אינטערוויו @אייוועלט רעפארטער
שכח @אזוי גאר! ס'האט געלוינט צו ווארטן!!
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6340
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

א גרויסע ש'כח פאר אלע לייקערס, און בפרט פאר אלע וואס נעמען די מיה צו שרייבן אפאר גוטע ווערטער.

ווער קען עס מאכן אויף א PDF?
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

געפרינטן און שוין גענדיגט ליינען.

זייער שיין און אינפארמאטיוו, און ווייטאגליך.

און יא, כ'בין זיך אויך מצטרף צו @לכאורה'ס ''אומגלויבליך!''

יישר כח ביז גאר!
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6340
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

נארמאליזעם האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 7:57 pm
@אזוי גאר גאר שיין און ליידער הארצרייסנד.

כבין מתפלל אז די חזיונות זאלן דיר נישט שטערן.
ב"ה אז ס'שטערט נישט
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19957
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אויסשליסליכער באזוך אין עוטף עזה מיט @אזוי גאר! -אינטערוויא-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אזוי גאר! האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:15 pm

ווער ס'קען עס אויסשטעלן שיין אין PDF, איז מכובד.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”