כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6228
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

איינס צוויי... איינס איינס צוויי דריי... די מייק ארבעט? מ'הערט? אויך די וואס זיצן פון הינטן? מ'קען אנהייבן?

מורי ורבותי, איך גיי נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות, לאמיר גלייך צוגיין צום ענין, און פארציילן די מעשה דברים כהווייתן:

פאר נישט צו לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען בדרך לא דרך צו כאפן א שמועס מיט א ניק, גראדע גאנץ א געשמאקער, נישט צו פאפולער. און בין הדברים בין איך געוואויר געווארן אז נישט מער און נישט ווייניגער, ער איז גאר א זון פונעם הויך בארימטן באשפריצטן מנהל הרה"ג ר' @לכאורה !

ענק זענען אין שאק? איך בין אויך געווען! דעם מנהל'ס א זון דרייט זיך דא אונטער די פיס? איך ווייס, און איך גלייב אז יעדער וואס דרייט זיך דא מער פון אפאר חדשים ווייסט, אז דער מנהל האט שוין חתונה געמאכט און האט שוין ב"ה אייניקלעך, אבער דאך, באגעגענען זיין זון איז מיר געווען א חידוש.

יענעם טאג, נאך דער ארבעט גיי איך מיר אהיים, ווען איך געב מיר א דערמאן וועם איך האב היינט אנטפלעקט. פאלט מיר אזוי איין, אפשר מאך איך א שמועס מיט אים? אפשר פרעג איך אים אויס אפאר שאלות איבער וויאזוי ס'שפירט זיך צו זיין א זון פון א מנהל?

אומר ושותה, יענע נאכט שיק איך אן אישי פאר׳ן בן המנהל:
אזוי גאר! האט געשריבן:
וואלסט ווען געקענט באשטיין צו מאכן אן אינטערוויו?

פארשטייט זיך בעילום ניק, און אויב טאטי/מנהל לאזט...
און דער ענטפער שפעטיגט נישט צו קומען:
בן המנהל האט געשריבן:
חחח…

כ'האב שוין אמאל אפגעשריבן אן ארטיקל דערוועגן... 'איך בין א וויקטים פון זיין א זון פון א מנהל', מיט אסאך סיפורים וואס מענטשן לויפן מיר נאך שוין פון אלס ישיבה קטנה (אויך מיין מנהל), פרובירנדיג צו דערשנאפן ווארע פון פנימי... וכו'.

למעשה אבער האט מיין טאטע נישט קיין חשק דערצו...
איך האב מיר אבער נישט געלאזט, און די נעקסטע אישי איז געווען צום חשוב׳ן מנהל, אפילו איך האב געטראכט אז לכאורה (נד״נ) וועט לכאורה (יד״נ) נישט מסכים זיין, אבער השתדלות מעג מען.

נאך א שטיקל דין ודברים מיט׳ן חשוב׳ן מנהל זענען מיר געקומען לעמק השווה, אז מ'וועט מאכן א שמועס אבער "בעילום ניק".

אין א שיינעם טאג האבן מיר זיך געזעצט צום טיש (דער טיש איז אביסל לענגער ווי פוטינ'ס טיש, ווייל מיר זענען אויף צווי אנדערע זייטן פונעם אטלאנטיק), אויסגעשמועסט אפאר ענינים און אט האט איר דעם שמועס.

***

א גוטן צו אייך חשוב׳ער ניק הרוצה בעילום ניק, מיר וועלן נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות, נאר גלייך צוגיין צו דער נושא איבער וואס מיר האבן זיך היינט געזעצט צום טיש. איז צום אלעם ערשטן, ווען האסטו דאס ערשטע מאל געהערט פון דער זאך וואס הייסט אייוועלט?

א גוטע שאלה וואס איך קען מיך נישט יעצט דערמאנען.

בערך?

אין די ישיבה קטנה יארן. בעצם האב איך שוין געוואוסט דערפון א וויילע בעפארדעם, אבער דער נאמען און מער פינקטליכער וואס ווען און וואו איז געווען דעמאלט. (ווען מיין חבר, אויך א זון פון א מנהל, האט אויסגעפונען אז זיין טאטע איז א מנהל, ווייס איך יא.)

אקעי, מיר וועלן לאזן די אנדערע דערווייל אינדרויסן. צוריק צו דיר, האסטו געהערט פון אייוועלט פאר דו האסט געוואוסט אז דיין טאטע דרייט זיך דא בכלל?

עס האט מיר נאר אינטערעסירט צוליב דער איינער סיבה, און עס האט זיך טאקע אנגעהויבן ווען איך האב אנגעהויבן צוריקצוהערן פון דער גאס.

האבן סתם מענטשן געוואוסט וועמענ'ס זון דו ביסט?

וואס מיינסטו צו פרעגן? אן אידענטעט פון א טאטע איז נישט באהאלטבאר...

צי די האסט אמאל געהערט פון אנדערע מענטשן עפעס וועגן דעם אז דיין טאטע איז מנהל?

אמאל?! כמעט יעדע וואך האב איך צוריקגעהערט אויף אן אנדערן וועג. מיין טאטע האט אויך געשריבן דערוועגן דא.

כ׳דערמאן מיך יעצט טאקע אז אמאל ווען מיין טאטע האט געמאכט א וואכנאכט און דער עולם (איבערגעזעצט אין אידיש: אייוועלט) איז געקומען, האב איך גענומען א טשאקאלאדע פון א טיש וואו מען האט העפטיג דעבאטירט כל מילי 'ד'עלמא', און איינער געבט מיר אזא פרעג, ״העי, דו ביסט...״ און א צווייטער געבט אים א ציפ, ״ששש… ער איז זיין זון, רעד נישט הויך. ער ווייסט נישט פון גארנישט.״ (דא לאכט מען…)

האבן מענטשן פרובירט צו מאכן פראטעקציע ביי דיר?

וואס רעדסטו, אסאך האבן פרובירט. עס האט זיך נאך אנגעהויבן אין די יונגע יארן פון ישיבה קטנה, ווען מענטשן האלטן אין איין זיך צוטשעפען און פרובירן צו דערשנאפן סודות פונעם מנהלים שטיבל, אדער אויסגעפינען אויף פאפולערע ניקס ווער זיי זענען.

ווי גערעדט פריער האט אויך מיין מנהל - יא, פון ישיבה - גאר שטארק פרובירט צו רודפ'ן. שוין, לאמיך שוין פארציילן געהעריג די מעשה.

כ'זיץ מיר אזוי אין ישיבה, און מיין מנהל רופט מיר צו מיט א שארפע מינע און האלט מיר גאר שטארק פאר פאר׳ן זיך באנוצן מיט אינטערנעט, א זאך וואס איז אומדערהערט ביי אונז.

זאג איך אים, ״וואס הייסט, כאניש קיין אנונג פון וואס דער מנהל רעדט...״

אזוי איז עס געגאנגען אהין און צוריק ווען דער מנהל האלט זיך שטארק מיט זיינס, און איך ביי מיינס.

ביז ער פרעגט מיר, ״וואס הייסט, דיין טאטע ווייזט דיך גארנישט?״

״וואס עפעס?״ שטיי איך דארט ווי יאסעלע קלאץ.

אבער דער מנהל האלט נאך ווייטער אז איך שפיל דא, און באהאלט עפעס. אבער זעענדיג מיין תמימות פרעגט ער מיר, ״דו ווייסט טאקע נישט אז דיין טאטע פירט אן א ריזיגע זאך אויפ׳ן אינטערנעט?״ (דא וויינט מען…)

ווערנדיג עלטער האב איך אנגעהויבן הערן יעדע וואך פון אנדערע מענטשן, אדער למשל ביי היטש קיין בארא פארק, יענער האט זייער געוואלט וויסן ווער איז דער און דער ניק, וכו׳

אזוי האב איך א קופערנע טאץ פון סיפורי צדיקים...

האסט שוין אמאל געשריבן וועגן דעם אויפ׳ן וועלטל?

ניין, איך האב אמאל געוואלט ארויפלייגן עפעס, אבער מיין טאטע האט נישט געהאט קיין חשק. ווי פאלגנד:

נאכ׳ן באקומען די לעצטע פיר און צוואנציג שעה א שיינע צאל טעלעפאן רופן פון אידן וואס בעטן פאר פראטעקציע אויף אייוועלט צו ווערן אנגענומען, וויל איך אייך זאגן אז איך האב נישט קיין שום פראטעקציע, און ביי מיר קומט אויך ארויף ׳הא, דו האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די אשכול...׳ ממילא האט איר מיר נישט וואס נאכצולויפן און רופן... (כ'זאג נישט צו עס איז טאקע אמת...)

אז איך האב דיך שוין דא, לאמיך דיר פרעגן אביסל א פריוואטע שאלה, האסטו לייף אינשורענס?

מיינסט אודאי צו פרעגן צי איך קען @וויכי

וויכי קען איך נאך פון די וויגעלע, כ'פלעג יעדן פורים באקומען פון אים, ווען ער פלעגט ארויפקומען צו מיין טאטן פורים די צווייטע נאכט מיט א ביכל פון פריש געביגלטע צווייערס, און אזוי גביר׳יש אראפרייסן בשעת מעשה און אויסטיילן פאר די יונגווארג. אוי, איז דאס זכרונות...

איז צי איך האב אינשורענס וויל איך נישט ארויסגעבן, צוליב די קאסעקווענצן וואס קענען נאכפאלגן...

צוריק צו אונזער נושא, ווען האסטו געעפנט דעם ניק, און האט דיין טאטע געוואוסט דעמאלט פון דעם?

אפאר חדשים נאך מיין חתונה.

גראדע האב איך קיינמאל נישט גערעדט צו מיין טאטן וועגן אייוועלט, ביז עס איז געווען אינמיטן דער נסיעה וואס איך בין געפארן מיט אים צו מקומות הקדושים (צוזאמען מיט מיין חברותא און זיין טאטע, וועם איך דערמאן שפעטער) ווי ברייט באשריבן דא אויף אייוועלט, און וויילנדיג שבת אין מירון האבן מיר פארברענגט מוצאי שבת, און מיין טאטע האט געוואלט ווייזן פאר׳ן ציבור דא אז ער איז טאקע אין א"י, האט ער גענומען זיין חבר'ס כלי און געעפנט אן אשכול. געב איך א זאג, ״נו, שרייב אויך עפעס מיט מיין ניק…״ געבט ער מיר א קוק אן ״ניק?! וואס איז דאס ניק?״ מען האט דאן פארדרייט דעם שמועס און געגאנגען ווייטער.

דיין טאטע קען דיין ניק?

איך בין בעצם א וואויל קינד וואס באהאלט נישט גארנישט פון זיין טאטן.

ביסטו שוין אמאל געווארן געמעקט אויף אייוועלט?

אין מיין בלוט ליגט שוין די תקנות נאך בעפארן וויסן אפילו וואס אייוועלט איז. למשל ביי אונז אינדערהיים רעדט מען נישט קיין שום סארט פאליטיק (טעגלאש בלע״ז), און אודאי און אודאי נישט קיין אידישע. פון די מיאוס'טע ווערטער אינדערהיים זענען די צונעמען וואס מען געבט פאר א חסידות, סיי אלס פאליטיק און סיי אלס מכנה שם רע לחברו.
ווי אויך אין ריעל-לייוו, ווי מ׳רופט עס דא, איז מיין טאטע א נמשל פון די תקנות, וואס יעדעס ווארט איז געזיפט מיט'ן זיפל...

גראדע בין איך מיין איך איינמאל געווארן געמעקט, איך ווייס אבער נישט פארוואס. מען האט גערעדט צי מען זאגט המפיל, איך גראדע זאג נישט, ווערנדיג אזוי אויפגעוואקסן (האב איך פונקט געזען אז מיין טאטע זאגט שוין היינט יא, אבער איך בין אויפגעוואקסן אז נישט) האב איך געשריבן אז עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען אן אנקעטע וויפיל עס זאגן יא צי נישט. און בומס, אויסגעמעקט. גיי פארשטיי פארוואס.

האסטו דיך אמאל משתתף געווען ביי אן אייוועלט צוזאמקום?

איך קען אסאך פון די ניקס פערזענליך אנדעם וואס איך און ער ווייסן אז מען זעט זיך נאך ערגעץ, דאס איז צוליב דעם וואס ווען מיין טאטע מאכט א וואכנאכט צי א שושן פורים פארברענג וכו' מען קומט זיך צוזאם און מען פארברענגט. ווי אויך האב איך שוין עטליכע מאל געגעסן שבת ביי @סאכדעס , אן איבערלעבעניש פאר זיך...

אינעם מנהלים צימער האסטו אמאל באזוכט?

פאלט דיך נישט ביי אז איך בין א באהאלטענער מנהל?!

האסטו נאך אלס בחור באמערקט ווי שטארק דיין טאטע געבט זיך אוועק פאר אונזער וועלטל?

מיין טאטע ארבעט אסאך אויפ׳ן קאמפיוטער, אבער וואס ער טוט דארט האב איך קיין אנונג נישט.

האסט געהאט עקסעס אלס בחור צו אייוועלט?

ביי אונז אינדערהיים האט קיינער נישט קיין שום עקסעס צו דער אפענער וועלט, און צו קיין שום פארמאט פון ווירטואלע ענינים. געדענק איך אלס בחור האב איך עפעס געוואלט טייפן אין מיין טאטנ'ס אפיס, און מיין טאטע האט ענדערש אלעס אליין געטון פון זיין צייט, זאגנדיג אז א קאמפיוטער איז א גוטע שפילצייג, אבער פאר טאטעס...

ווי כמעט אלע ליינער ווייסן איז דיין חשוב׳ער טאטע געפארן משלים זיין מנין אין תפיסה יו"כ. ווילסטו אביסל מיטטיילן ווי אזוי ס'קוקט אויס א יו"כ אן א טאטן אין שטוב, און בכלל דיין טאטנ׳ס זיך אוועקגעבן פאר אנדערע אידן?

ביז אהער האב איך די מערסטע הנאה פון דער פראגע, וויבאלד דאס שטייט זייער נאנט צו מיין הארץ. מיין טאטע איז שוין פון נאך דער חתונה ארומגעגאנגען משמח זיין אידן אין שפיטעלער און אין תפיסות, און ווי אויך ספעציעל פאר דעם זיך געגאנגען אויסלערנען ביי איינעם צו שפילן פידל, אלעס כדי צו משמח זיין לבבות נשברות. מיין טאטע האט מיר שפעטער אוועקגעגעבן דעם פידל.

בעפאר די יו"כ מעשיות איז געווען די ניר וואס ער האט אוועקגעגעבן, ווי איך האב ממש געשוועבט דערין זייענדיג גאר שטאלץ צו זיין א חלק פון אזא אקט.

און ב"ה, מעשה אבות סימן לבנים, איך גיי אויך ווען איך קען אין שפיטעלער און אין תפיסות. (כ'האב אויך געדארפט זיין דאס יאר און פארגאנגענע יאר יו"כ, אבער דער באשעפער האט אנדערש געוואלט.) ווי אויך בין איך איינגעשריבן ביי ׳רינועל׳ אז איך בין וויליג אוועקצוגעבן מיין ניר, כ'האף זיי האבן עס אין פייל ווייל איך בין נאך דעמאלט ביים איינשרייבן געווען זעכצן יאר. כ'האב מיך איינגעשריבן ווען ס׳איז געווען א דרייוו אין מאנסי, און מיין טאטע האט וואלונטירט אהינצוגיין מסביר צו זיין אז דאס איז נישט אזא בער ווי מאנכע מיינען.

צ/ש (צום שאלה), א יו"כ אן א טאטן איז בכלל נישט קיין שווערע זאך ווען מען ווייסט וואו דער טאטע איז, און פארוואס ער איז דארט. אדרבה דאס פארמערט נאר די שעצונג.

פשיהא, מ'קען זען אז דער עפל פאלט נישט צו ווייט פונעם בוים, וואלסטו געקענט אביסל מער מיטטיילן מיט׳ן עולם פונעם משפחה קוק ווינקל איבער אזא יו"כ?

ווי געשריבן איז דאס א ספעציעלע חשיבות. דער טאטע בענטשט זיינע קינדער ארום מיט אנגעגרייטע זעקלעך צו פארן, און א דערהויבנקייט שפירט מען מער ווי נארמאל. מען פילט א ספעציעלע נאנטקייט מיט'ן טאטן אין הימל אז מען געבט זיך אוועק אין סאמע העכסטן טאג פאר א צווייטן איד, אפילו מען דארף פאסטן לענגער, און אן קיין עיר-קאנדישאן און בשמים, און אנדערע באקוועמליכקייטן וואס איז גאר שווער אויפצוגעבן און אזא טאג..

אז דו האסט שוין דערמאנט וועגן די ניר, לאמיר הערן אביסל איבער דעם, איז עס געווען שווער פאר דער משפחה?

שווער? אפשר פאר אים, מיר האבן זיך מחי' געווען מיט דריי גויט׳עס א טאג (געווען הארט בעפאר פסח), א וואך אין האטעל, שבת אין א ווייטערן האטעל, פליישן פאר נאכטמאל יעדן טאג, ווער רעדט נאך פון פרישטאג און לאנטש. און נאך דערצו פאר א מצוה...

געדענקסטו די נסיעה פון אייוועלט צו מקומות הקדושים אין אייראפע? קענסטו אונז פארציילן אביסל איבער דעם?

צי איך געדענק? איך בין דאך שוין געווען אן עלטערער בחור דעמאלט (נישט אלט, עלטער).

א קליינע קרישקעלע פון דער נסיעה, צום נייעם זמן אין א נייע ישיבה האב איך פערצופאל באקומען א חברותא פון אן עלטערן שיעור, [און מיט דעם חברותה און מיט זיין טאטע בין איך שפעטער געפארן צו דינסיעה] אפאר וואכן אריין אין זמן זאג איך אים אז מיין טאטע גייט פארן אויף א נסיעה מיט זיינע חברים צו מקומות הקדושים, זאגט ער מיר ׳אינטערעסאנט, מיין טאטע גייט אויך פארן קומענדיגע וואך…׳ קוקן מיר דעם דאטום, און יאפ... ס'איז דער זעלבער טאג. די אייוועלט נסיעה.

א שאלה וואס איך גלייב אז אסאך ליינער וועלן פרעגן. ווער זאגט אז דו ביסט טאקע דעם מנהל'ס א זון?

וואס פאלט דיך ביי, ס'איז טאקע א קאלערוואר, חחח… און דו גלייבט נאך, פרעגסט ווי א תמים שאלות. אוי געוואלד, ביז דא, כ'קען מיך נישט איינהאלטן פון אויספלאצן... ויתפלוצצו הנערים כמה פליצות שפלצתי, פירט אבער אויס דער מדרש, וגם פלוץ זכור לטוב...

דארפט מיין סאושעל?

עכט קען דא זיך יעדער פאררופן אלס זון... מורה דרך זיכער!

דיין טאטע שרייבט אין זיין אינטערוויו אז ער האט אויסגעוועלט דעם נאמען ׳לכאורה׳ ווייל ער נוצט עס אסאך, איז עס אמת?

לכאורה.

צום שלוס, אפאר ווערטער פאר די ליינער?

כ'קען נאר איבערשרייבן וואס מיין טאטע האט געזאגט ביי זיין אינטערוויו, ׳ליינט גוט איידער איר זענט מגיב, און קלערט איבער איידער איר שלח'ט. (איך האלט בעצם אז מען דארף ווען מאכן אז די ראנגען זאל זיך ווענדן אינעם תוכן התגובת, און נישט אין צאל…)

און אויב איך מעג עפעס צולייגן, נעמט קיינמאל נישט זאכן פערזענליך.

יאפ, וואו איז די לייק קנעפל ווען מ'דארף עס? (מסתמא הינטער די טשיינע-קלאזעט, דארט וואו ס׳ליגט מיין עיר-פאדס, און די קרישמע ליינער... וועלן מיר דארפן ווארטן ביז פסח עס צו טרעפן…

א גרויסן ש'כח פאר׳ן אוועקגעבן פון דיין טייערע צייט מהנה צו זיין דעם עולם! (כמנהג אביו)

האב מיר א גוטע נאכט און אויף ווידערזען אי"ה ביי חלק ב', וואס מ'וועט אי"ה מאכן מיט די שאלות וואס וועט אריינקומען פונעם עולם.

א ריזיגע ש'כח פאר @היסטאריש פארן מגיה זיין, אן איהם וואלט די גאנצע זאך נישט געקענט געשען!!
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

@אזוי גאר! האסט אינז נישט אנטוישט דעיס איז הייסע ווארע פרישע בשמים הארטע בארכעס פארגליווערטע קאטשיניא אין צוגעברענטע טשאלענט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6027
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

נייס
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
שוואכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

זייער גוט @אזוי גאר!
און א שכח פאר @היסטאריש
וואוט פאר חיריק!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

@אזוי גאר! סארא נארטיקל!!!!!!

הערליך!
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

מעכטיג!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך האב נישט קיין אנדערע ווארט ווי @אזוי גאר!

:roll: :roll: :roll: :roll:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

5555
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שאקס!

מאסיוו.

איך דארף נאך מאכן סדר אין מח, צופיל קשיות צו פרעגן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 27935
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אזוי גאר! פאר'ן זיך אזוי שיין אפגעבן מיט מיין זוהן, אים מקרב זיין און אויספרעגן וכו'.

אבער די מעשה מיט די מנהל פון ישיבה קטנה רעגט מיך אויף יעדע מאל באזונדער איך ליין דאס.

שעמט אייך אין פרצוף אריין, ר' געוועזענער מנהל! איר זענט נייגעריג צו הערן מער וועגן אייוועלט פאר אייער אייגענע הנאה און דערפאר רופט איר אריין אן אומשולדיגער בחור'ל אין אפיס און איר מאכט אים פחדים און בושות?!

איך דאנק השי"ת אז איר דרייט זיך שוין נישט צווישן בחורים, און איך האף איר זאלט מער קיינמאל צורירן דעם קלאמקע פון חינוך.

וויי פאר'ן דור וואו איר זענט א מחנך.
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע: קרית יואל יצ"ו

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

אזוי גאר? יא! @אזוי גאר! א געוואלדיגע ארבעט! 5555
viewtopic.php?p=4644114#p4644114 <<<<<

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה. כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:18 pm

שטארק!!!
אויב האט איינער אזוינס געטון, האט ער זיכער געטון נאך אסאך פארברעכנס.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:18 pm
יישר כח אזוי גאר! פאר'ן זיך אזוי שיין אפגעבן מיט מיין זוהן, אים מקרב זיין און אויספרעגן וכו'.

אבער די מעשה מיט די מנהל פון ישיבה קטנה רעגט מיך אויף יעדע מאל באזונדער איך ליין דאס.

שעמט אייך אין פרצוף אריין, ר' געוועזענער מנהל! איר זענט נייגעריג צו הערן מער וועגן אייוועלט פאר אייער אייגענע הנאה און דערפאר רופט איר אריין אן אומשולדיגער בחור'ל אין אפיס און איר מאכט אים פחדים און בושות?!

איך דאנק השי"ת אז איר דרייט זיך שוין נישט צווישן בחורים, און איך האף איר זאלט מער קיינמאל צורירן דעם קלאמקע פון חינוך.

וויי פאר'ן דור וואו איר זענט א מחנך.
אוטש!
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע: קרית יואל יצ"ו

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

אוי וויי.. ס'גייט זיך דא אנהייבן יעצט העיט אקעגן ישיבה קטנה מנהלים??
לעצט פארראכטן דורך עטרת חיים אום דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
viewtopic.php?p=4644114#p4644114 <<<<<

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה. כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

עטרת חיים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:22 pm
אוי וויי.. ס'גייט זיך דא אנהייבן יעצט העיט אקעגן מנהלים??
נישט געזארגט. אונז האבן מיר דא צוויי מעקערס. אב ובנו
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עטרת חיים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:22 pm
אוי וויי.. ס'גייט זיך דא אנהייבן יעצט העיט אקעגן מנהלים??
וואו זעסטו דאס? ער שרייבט דאך אז יענער איז ב"ה מער נישט קיין מנהל.

אונזער מנהל בלייבט מיט אונז!!!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

זייער גוט!!!!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע: קרית יואל יצ"ו

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

אזוי גאר! האט געשריבן:

ביסטו שוין אמאל געווארן געמעקט אויף אייוועלט?

אין מיין בלוט ליגט שוין די תקנות נאך בעפארן וויסן אפילו וואס אייוועלט איז. למשל ביי אונז אינדערהיים רעדט מען נישט קיין שום סארט פאליטיק (טעגלאש בלע״ז), און אודאי און אודאי נישט קיין אידישע. פון די מיאוס'טע ווערטער אינדערהיים זענען די צונעמען וואס מען געבט פאר א חסידות, סיי אלס פאליטיק און סיי אלס מכנה שם רע לחברו.
ווי אויך אין ריעל-לייוו, ווי מ׳רופט עס דא, איז מיין טאטע א נמשל פון די תקנות, וואס יעדעס ווארט איז געזיפט מיט'ן זיפל...
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:18 pm

אבער די מעשה מיט די מנהל פון ישיבה קטנה רעגט מיך אויף יעדע מאל באזונדער איך ליין דאס.

שעמט אייך אין פרצוף אריין, ר' געוועזענער מנהל! איר זענט נייגעריג צו הערן מער וועגן אייוועלט פאר אייער אייגענע הנאה און דערפאר רופט איר אריין אן אומשולדיגער בחור'ל אין אפיס און איר מאכט אים פחדים און בושות?!

איך דאנק השי"ת אז איר דרייט זיך שוין נישט צווישן בחורים, און איך האף איר זאלט מער קיינמאל צורירן דעם קלאמקע פון חינוך.

וויי פאר'ן דור וואו איר זענט א מחנך.
לויט ווי דער בן המנהל זאגט איז מען ביי זיין פאטער און שטוב הר"ר @לכאורה גאר אפגעהיטן פון טעגלא"ש וכדומה.. אפשר איז דא אידן וואס גייען וויסן פון וועלכע ישיבה קטנה מנהל מ'רעדט דא. איז די תגובה געזיפט געווארן מיט'ן זיפל? (איז חוצפה וואס איך שרייב?)
viewtopic.php?p=4644114#p4644114 <<<<<

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה. כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
לאמיר גיין ווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

עטרת חיים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:22 pm
אוי וויי.. ס'גייט זיך דא אנהייבן יעצט העיט אקעגן מנהלים??
סך הכל איין מנהל אויף א צווייטע מנהל
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אבימלך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:27 pm
זייער גוט!!!!
וואס האלט איר, די אינטערוויא האט יא אדער נישט פאסירט? :wink: :wink:
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע: בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:18 pm
יישר כח אזוי גאר! פאר'ן זיך אזוי שיין אפגעבן מיט מיין זוהן, אים מקרב זיין און אויספרעגן וכו'.

אבער די מעשה מיט די מנהל פון ישיבה קטנה רעגט מיך אויף יעדע מאל באזונדער איך ליין דאס.

שעמט אייך אין פרצוף אריין, ר' געוועזענער מנהל! איר זענט נייגעריג צו הערן מער וועגן אייוועלט פאר אייער אייגענע הנאה און דערפאר רופט איר אריין אן אומשולדיגער בחור'ל אין אפיס און איר מאכט אים פחדים און בושות?!

איך דאנק השי"ת אז איר דרייט זיך שוין נישט צווישן בחורים, און איך האף איר זאלט מער קיינמאל צורירן דעם קלאמקע פון חינוך.

וויי פאר'ן דור וואו איר זענט א מחנך.
אז איר ווייסט אז ער ליינט דא, און אז ער קען אייך, און אז ער ווייסט אייער ניק, וויאזוי וועט איר זיך שפירן ביי אייער נעקסטע באגעגעניש מיט אים? באשמוצן ברבים? נאך דערצו ווען ער ווייסט, אדער קען האלטן אז מערסטנסטייל ניק'ס קענען וויסן פון וועם די רעדע איז, כ'האב מורא ער וועט אייך קיינמאל נישט מוחל זיין
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:37 pm
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:27 pm
זייער גוט!!!!
וואס האלט איר, די אינטערוויא האט יא אדער נישט פאסירט? :wink: :wink:
🙃😆🙃😆
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואף, וואט עי דזאב!

ווארענונג; שטיי אוועק פון מיין געזונדל...
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm
לאקאציע: ביים דאקטער

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

הו הא.. הייסע ווארע...

דאס יענטעלע ביי יעדן טיף אין הערצעלע - אדער ביי געוויסע גאר אויבן פונעם הארץ.. צושפילט זיך און לעבט אויף...

שכח @אזוי גאר! און פארן @מנהל פארן צולאזן צו דעגרינטעוון אביסל אין די פריוואטע משפחה..
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטע ווינטער
חיים צדוק יונגרייז
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: כל שהוא ובנו: ערשטמאליגער אינטערוויו מיט א זון פון א מנהל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יאנאש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:45 pm
ווארענונג; שטיי אוועק פון מיין געזונדל...
איך נעם אן אז @אזוי גאר! האט געהאט רשות פון @לכאורה אויף דעם.

על כל פנים איך האף אזוי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”