טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18813
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ווייסט מען וויאזוי זיי זענען אריין?

זיי רייסן זיך שוין ביים גרעניץ פאר אפאר חדשים, מען האט גארנישט געוויסט אז עפעס קאכט זיך?
לעצט פארראכטן דורך את פתח לו אום זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

#גיי_מאך_א_בד***
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18813
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פארוואס הערט מען נישט גארנישט פון די מדינה? וואס איז זייער פלאן? גייט מען איינעמען עזה? עס איז שוין באלד צוויי טעג נאך די אטאקע.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

#גיי_מאך_א_בד***
אסטראלאג
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:25 am

Re: מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסטראלאג »

אוי ואבוי 😭
דשודעאיזעם - יעס! זייאוניזעם - נאו!
דע סטעיט אוו איזראעל מאסט, גאו!
וואן, טא, טרי, פאור, - זייאוניזעם נאו מאר,
פייוו, סיקס, סעווען, עיט,
- איזראעל איז נאט, עי דשואיש סטעיט!

נתחבר ע"י מהרי"ד ווייס שליט"א, להקדשות מוה"ק נ"ק
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9101
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דעם ערשטן טאג, און שוין דארפן זיי הילף פון נאך סופליי פון אמעריקע?
איך רעד נישט פון דולרים $$, אבער פשוט אמוניציע און מיליטערישע געצייג! כ'אב געמיינט אז איר זייט א פארגעשריטענע מדינה!!
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:12 pm
דעם ערשטן טאג, און שוין דארפן זיי הילף פון נאך סופליי פון אמעריקע?
איך רעד נישט פון דולרים $$, אבער פשוט אמוניציע און מיליטערישע געצייג! כ'אב געמיינט אז איר זייט א פארגעשריטענע מדינה!!
די הילף האבן זיי געבעטען אויב חזאבאלע וועט זיך אריינמישען פון צפון און זיי וועלען דארפן קעמפען אויף צוויי פראנטען ר''ל
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18813
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ביי מיר קומט מדינת ישראל ארויס פאר די לויזערס פון די יאר הונדערט...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

#גיי_מאך_א_בד***
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ביי מיר קומט ארויף יעצט די כפירה טוויט פון די ראש הכופרים פאר די וואס פארן קיין אומאן.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:23 pm
ביי מיר קומט מדינת ישראל ארויס פאר די לויזערס פון די יאר הונדערט...
ס'איז אן עת מלחמה
ס'איז נישט רוסלאנד און אוקריינע
ס'איז אונזערע ברידער אויף די ליין
ווער ס'געווינט אדער פארלירט וועט מען דעבאטירן איינמאל יעדער איז פארזיכערט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13708
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

משה'עלע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:42 pm
עס איז דא א גרויסע ווינט און מדינת ישראל אז די פירערשאפט האט געוויסט אז עפעס קומט און מען האט גארנישט געטוען טאקע צוליב די ווילען אז עס זאל זיין א בארעכטיגונג פאר א מלחמה.

און א לענגערע שמועס מיט הרב סורצקין בעל קץ מגולה חל המועד האט ער געטענה'ט (נישט מיט רוח הקודש און קבלה ענינים נאר על פי הערכת המצב) אז סיי מדינת ישראל און סיי די אראבער גרייטען זיך און ווילען פאר א ערנסטע מלחמה, און די מדינה וועט לאזען די אראבער אריינקומען, כדי עס זאל זיך גיסען בלוט, בכדי מען זאל האבען א תירוץ אויף צו פלאך מאכען כאמאס, לפי השערתו וועט עס אנפאנגען הושענא רבה. (ער האט זיך טועה געווען מיט א טאג), זייער אסאך טענה'ען אז מען גייט גארנישט טוען וועגען די משכונות ממה נפשך, נאך בלוט איז דאך גוט, וועלען די אראבערס זיי נישט הארגענען נאר וועלען א אויסטויש איזדאך ווייטער גוט.

ד"מ אז ווער עס האט עכט געוואלט האט געקענט וויסען אז עס גייט קומען, בפרט נאך די לענגערע באריכטען דעם זומער איבער די אומציגעגרייטקייט פון די ערד ארמיי ביים גרעניץ.

זעכע געבראטענע נארישקייטן.

פינף מלחמות אין די לעצטע פופצן יאר, טויזנטער טעראריסטן גע'הרג'עט, צענדליגער טויזנטער געביידעס אפגעווישט, און כאמאס האט באוויזן די ערשטע גרויסע פאלעסטינער מיליטערישע "געווינס" מיט שווערער הונדערטער טויטע, שוין נאך די אלע 'גראז שניידעריי.'

וואס גייט מען יעצט טון וואס מען האט נישט געטון אין די לעצטע פינף קאנפליקטן?

געלאזט די גאנצע גרעניץ פריי און אומבאוואפנט פאר לאנגע שעות, צענדליגע שטעטלעך אטאקירט ווערן, זיבן הונדערט+ טויט, אלעס צו קענען אריינגיין אין עזה, וואס זיי קענען סיי ווי טון אויב ווילן זיי, און האבן די זעלבע ענדע ווי אלע רייניגונגען ביז היינט?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

וואס מ'דארף יעצט זעהן.

צו כיזבאלא גייט זיך אריינמישן. לדעתי נישט אבער א''י גרייט זיך דערפאר זייער שטארק און פון דעם ציטערן זיי.

צו מדינת ישראל גייט אריינשיקן ערד טרופן קיין עזה. לדעתי יא.

וואס וועט פאסירן מיט די משכונות. מסתבר אז אלע גייען ליידער ווערן אויסגע'הרג'ט. אדער אוועקגעפירט קיין איראן.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:23 pm
ביי מיר קומט ארץ ישראל ארויס פאר די לויזערס פון די יאר הונדערט...
ווער געדענקט נאך ביי יעדע מבצע וואס די מדינת ישראל פירט דורך אז דאס מאל האט מען זיי דערשטיקט אינגאנצן און די טעראריסטן קענען שוין נישט אנגיין פאר די נעקסטע צענדליגע יארן...

יעצט וועט מען נאכאמאל הערן די נערישע דמיונות..
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3460
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:50 pm
משה'עלע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:42 pm
עס איז דא א גרויסע ווינט און מדינת ישראל אז די פירערשאפט האט געוויסט אז עפעס קומט און מען האט גארנישט געטוען טאקע צוליב די ווילען אז עס זאל זיין א בארעכטיגונג פאר א מלחמה.

און א לענגערע שמועס מיט הרב סורצקין בעל קץ מגולה חל המועד האט ער געטענה'ט (נישט מיט רוח הקודש און קבלה ענינים נאר על פי הערכת המצב) אז סיי מדינת ישראל און סיי די אראבער גרייטען זיך און ווילען פאר א ערנסטע מלחמה, און די מדינה וועט לאזען די אראבער אריינקומען, כדי עס זאל זיך גיסען בלוט, בכדי מען זאל האבען א תירוץ אויף צו פלאך מאכען כאמאס, לפי השערתו וועט עס אנפאנגען הושענא רבה. (ער האט זיך טועה געווען מיט א טאג), זייער אסאך טענה'ען אז מען גייט גארנישט טוען וועגען די משכונות ממה נפשך, נאך בלוט איז דאך גוט, וועלען די אראבערס זיי נישט הארגענען נאר וועלען א אויסטויש איזדאך ווייטער גוט.

ד"מ אז ווער עס האט עכט געוואלט האט געקענט וויסען אז עס גייט קומען, בפרט נאך די לענגערע באריכטען דעם זומער איבער די אומציגעגרייטקייט פון די ערד ארמיי ביים גרעניץ.

זעכע געבראטענע נארישקייטן.

פינף מלחמות אין די לעצטע פופצן יאר, טויזנטער טעראריסטן גע'הרג'עט, צענדליגער טויזנטער געביידעס אפגעווישט, און כאמאס האט באוויזן די ערשטע גרויסע פאלעסטינער מיליטערישע "געווינס" מיט שווערער הונדערטער טויטע, שוין נאך די אלע 'גראז שניידעריי.'

וואס גייט מען יעצט טון וואס מען האט נישט געטון אין די לעצטע פינף קאנפליקטן?

געלאזט די גאנצע גרעניץ פריי און אומבאוואפנט פאר לאנגע שעות, צענדליגע שטעטלעך אטאקירט ווערן, זיבן הונדערט+ טויט, אלעס צו קענען אריינגיין אין עזה, וואס זיי קענען סיי ווי טון אויב ווילן זיי, און האבן די זעלבע ענדע ווי אלע רייניגונגען ביז היינט?
נישט אינגאנצן אזוי.
ווייל מדינת ישראל קען נישט בעצם אריינגיין אין עזה סתם אזוי. ווייל יעדע ריר קאסט ציווילע, און די וועלט וועט עס נישט צולאזן.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13708
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:12 pm
דעם ערשטן טאג, און שוין דארפן זיי הילף פון נאך סופליי פון אמעריקע?
איך רעד נישט פון דולרים $$, אבער פשוט אמוניציע און מיליטערישע געצייג! כ'אב געמיינט אז איר זייט א פארגעשריטענע מדינה!!
אסאך אנגענומענע, מעינסטריעם, איינרעדענישן האבן אויפגעריסן אין די לעצטע פאר יאר. א גרויסע לאנד מלחמה אין אייראפע קען נישט פארקומען היינטיגע צייטן, רוסלאנד האט די וועלט'ס צווייט שטערקסטע מיליטער, פוטין און די רוסישע פאליס סטעיט איז אומבאזיגבאר, פריגאָזשין וועט קיינמאל נישט קענען אריינטרעטן אין רוסלאנד, מדנ"י האט די בעסטע שפיאנאזש אגענטורן, די עזה גרעניץ איז אומדורכברעכבאר.

אלעס אויפגעריסן ווי א זייפן-בלאז. קיינער האט פשוט נישט געטרייט ביז לעצטנס.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:50 pm
משה'עלע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:42 pm
עס איז דא א גרויסע ווינט און מדינת ישראל אז די פירערשאפט האט געוויסט אז עפעס קומט און מען האט גארנישט געטוען טאקע צוליב די ווילען אז עס זאל זיין א בארעכטיגונג פאר א מלחמה.

און א לענגערע שמועס מיט הרב סורצקין בעל קץ מגולה חל המועד האט ער געטענה'ט (נישט מיט רוח הקודש און קבלה ענינים נאר על פי הערכת המצב) אז סיי מדינת ישראל און סיי די אראבער גרייטען זיך און ווילען פאר א ערנסטע מלחמה, און די מדינה וועט לאזען די אראבער אריינקומען, כדי עס זאל זיך גיסען בלוט, בכדי מען זאל האבען א תירוץ אויף צו פלאך מאכען כאמאס, לפי השערתו וועט עס אנפאנגען הושענא רבה. (ער האט זיך טועה געווען מיט א טאג), זייער אסאך טענה'ען אז מען גייט גארנישט טוען וועגען די משכונות ממה נפשך, נאך בלוט איז דאך גוט, וועלען די אראבערס זיי נישט הארגענען נאר וועלען א אויסטויש איזדאך ווייטער גוט.

ד"מ אז ווער עס האט עכט געוואלט האט געקענט וויסען אז עס גייט קומען, בפרט נאך די לענגערע באריכטען דעם זומער איבער די אומציגעגרייטקייט פון די ערד ארמיי ביים גרעניץ.

זעכע געבראטענע נארישקייטן.

פינף מלחמות אין די לעצטע פופצן יאר, טויזנטער טעראריסטן גע'הרג'עט, צענדליגער טויזנטער געביידעס אפגעווישט, און כאמאס האט באוויזן די ערשטע גרויסע פאלעסטינער מיליטערישע "געווינס" מיט שווערער הונדערטער טויטע, שוין נאך די אלע 'גראז שניידעריי.'

וואס גייט מען יעצט טון וואס מען האט נישט געטון אין די לעצטע פינף קאנפליקטן?

געלאזט די גאנצע גרעניץ פריי און אומבאוואפנט פאר לאנגע שעות, צענדליגע שטעטלעך אטאקירט ווערן, זיבן הונדערט+ טויט, אלעס צו קענען אריינגיין אין עזה, וואס זיי קענען סיי ווי טון אויב ווילן זיי, און האבן די זעלבע ענדע ווי אלע רייניגונגען ביז היינט?
איך בין מסכים מיט אייך אבער איך זיץ נישט און קאבינעט.

יעדער וואס האט מיטגעהאלטען די אפעראציעס און דזשענין ווי מהאט אויספראבירט נייע סארט זאכען, אן א באמתע טארגעט, האט פארשטאנען אז מען גרייט זיך פאר א מלחמה און מען גרייט אן די באדען, אויף איי וועלט האט מען געמאלדען אז די אלע אפעראציעס און דזשענין איז געווען איינצופלאנצען שפיאנאזש מיטלען.

דאס איז כלפי וואס גייט מען יעצט טוען מער, איך זעה נישט וואס, אבער עס הערט זיך פון נתניהו אז זיי פלאנען עפעס מער.

דאס וואס דו שרייבסט וועגען לאזען די גרעניץ פריי דאס איז דאך א קשיא ניין?

און זיי דארפען די סימפאטיע פון די וועלט פאר אפאר וואכען, ביזווילאנג די וועלט וועט ארויסקומען מיט סיפאטיע פאר די אראבערס. [רק בדם תהיה לנו איז נאך אלטס די שלאגווארט], למשל אפהאקען וואסער סופליי קענען זיי נישט וועגען די וועלט, עס איז דא א גבול וואס זיי קענען טוען בעיסד אויף די רחמנות געפילן.
ביי ביי.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:58 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:12 pm
דעם ערשטן טאג, און שוין דארפן זיי הילף פון נאך סופליי פון אמעריקע?
איך רעד נישט פון דולרים $$, אבער פשוט אמוניציע און מיליטערישע געצייג! כ'אב געמיינט אז איר זייט א פארגעשריטענע מדינה!!
אסאך אנגענומענע, מעינסטריעם, איינרעדענישן האבן אויפגעריסן אין די לעצטע פאר יאר. א גרויסע לאנד מלחמה אין אייראפע קען נישט פארקומען היינטיגע צייטן, רוסלאנד האט די וועלט'ס צווייט שטערקסטע מיליטער, פוטין און די רוסישע פאליס סטעיט איז אומבאזיגבאר, פריגאָזשין וועט קיינמאל נישט קענען אריינטרעטן אין רוסלאנד, מדנ"י האט די בעסטע שפיאנאזש אגענטורן, די עזה גרעניץ איז אומדורכברעכבאר.

אלעס אויפגעריסן ווי א זייפן-בלאז. קיינער האט פשוט נישט געטרייט ביז לעצטנס.
שטילערהייט מעג מען זאגן וועט זיין די זעלבע אויב אמעריקא גייט אריין אין א מלחמה..

ווען מ'עקספאוסד איינעם טרעפט מען יענעם'ס חסרונות.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

זאגזשע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:52 pm
משה'עלע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:42 pm
עס איז דא א גרויסע ווינט און מדינת ישראל אז די פירערשאפט האט געוויסט אז עפעס קומט און מען האט גארנישט געטוען טאקע צוליב די ווילען אז עס זאל זיין א בארעכטיגונג פאר א מלחמה.

און א לענגערע שמועס מיט הרב סורצקין בעל קץ מגולה חל המועד האט ער געטענה'ט (נישט מיט רוח הקודש און קבלה ענינים נאר על פי הערכת המצב) אז סיי מדינת ישראל און סיי די אראבער גרייטען זיך און ווילען פאר א ערנסטע מלחמה, און די מדינה וועט לאזען די אראבער אריינקומען, כדי עס זאל זיך גיסען בלוט, בכדי מען זאל האבען א תירוץ אויף צו פלאך מאכען כאמאס, לפי השערתו וועט עס אנפאנגען הושענא רבה. (ער האט זיך טועה געווען מיט א טאג), זייער אסאך טענה'ען אז מען גייט גארנישט טוען וועגען די משכונות ממה נפשך, נאך בלוט איז דאך גוט, וועלען די אראבערס זיי נישט הארגענען נאר וועלען א אויסטויש איזדאך ווייטער גוט.

ד"מ אז ווער עס האט עכט געוואלט האט געקענט וויסען אז עס גייט קומען, בפרט נאך די לענגערע באריכטען דעם זומער איבער די אומציגעגרייטקייט פון די ערד ארמיי ביים גרעניץ.
די תגובה קומט אדער פון קאנספיריציע, אדער פון די וואס קענען נישט פארדייען אז די אז"ג בעסטע אינטעל אין די וועלט האט פארזעהן עפעס וואס איבער טויזנט פארזאנען האבן געוויסט פאר לכאורה וואכן אויב נישט חדשים.
די אמת איז לכאורה אז זיי האבן עס פשוט פארזעהן, א פשוטע דורכפאל.
איך פארשטיי נישט וואס איר רעדט, איינער וואס זאגט מיר חול המועד אז עס גייט קומען א מלחמה ווייל ער פארשטייט אזוי איז א קאנספיראציע נאר ביזווילאנג עס פארסירט איינמאל עס פארסירט איז וואס א קאנספיראציע? די גאנצע מלחמה?

סך הכל פארצייל איך דיר א מעשה א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א מענטש, נישט קיינע פאקטען איבער די מציאות, נאר א סיפור, און צוגעלייגט אז עס זענען דא אסאך וואס גלייבען אזוי "לאחר המעשה", און זיי זענען טאקע קאנספעראציע גלייבער. (אבער עס שטומט מער ווי די תירוץ אז מען האט נישט געוויסט א זאך וואס קאכט זיך פאר א יאהר, און נאך די באריכטען זימער איבער וואס גייט געשען).
ביי ביי.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

איך ליין און ליין, קיינער האט נאכנישט גענומען די מיה צו שרייבן אין קורצן פון א כראנאלאגישען שטאנדפונקט וואס האט צוגעברענגט צו דעם יעצטיגן אטאקע מצד כאמאס, מעגליך פאר די וואס זענען באקאנט אין איזראעלי פאליטיק איז עס ממש פשוט אבער פאר רוב חוץ לא"י אידן וואס הערן די נייעס פעלט די פשוט'ע ידיעות
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5097
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

פארוואס האט מדינת ישראל אנגעהויבן די אטאקע אויף עזה ווען כאמאס האט נאך אלע משכונות דארט???
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2023 9:13 pm
איך ליין און ליין, קיינער האט נאכנישט גענומען די מיה צו שרייבן אין קורצן פון א כראנאלאגישען שטאנדפונקט וואס האט צוגעברענגט צו דעם יעצטיגן אטאקע מצד כאמאס, מעגליך פאר די וואס זענען באקאנט אין איזראעלי פאליטיק איז עס ממש פשוט אבער פאר רוב חוץ לא"י אידן וואס הערן די נייעס פעלט די פשוט'ע ידיעות
ווי ס'קוקט אויס איז עס פשוט א לאנגע צוגעגרייטע אקציע.

גארנישט פאסירט ספעציפיש לעצטענס.

מעגליך אז טאקע א יאר צוריק ביים מבצע שומר החומות ווען מדינת ישראל האט סוקסעספול... אונטערגעברענגט אלע גרויסע פליגלען פון חאמאס פאר ווער ס'געדענקט, אזוי אויך אלע וואפן סטורעדזשעס און טונעלן פון חאמאס האבן זיך די פלענער אנגעהויבן וועבן.
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום זונטאג אקטאבער 08, 2023 9:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

צו קלאר מאכן אויב מ'באמערקט נישט.

אונזער רוסלאנד רעפארטער @משהלע איז נישט די זעלבע ווי דער היגע רעפארטער @משה'עלע ..
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גוגל האט געלייגט א על דזשאזירא קעפל וואס לויטעט אז די ״טויט צאל אין עזה האלט זיך אינאיין הייבן צוליב אטאקעס פון מדינת ישראל״ אלס די ערשטע נייעס ווען מ׳זוכט פאר ״איזראעל מלחמה״ נייעס.

ימח שמם וזכרם אלע שונאי ישראל. די באהאלטענע און די אפענע.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

המשכיל בעת ההוא ידום, ה' ירחם על עמו ועל ארצו, דער אשכול ווערט פארשפארט, ביטע נישט אויפמאכן קיין נייע אשכולות פאר קאמענטארן דער אנדערער אשכול איז בלויז פאר נייעס, פאר קאמאנטארן ביטע גייט צו אנדערע זייטלעך.
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

** קורצע אנאליז **

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

Jhon האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:36 am
א געוועזענע צה"ל אינטיליזשענט אפיציר זאגט
די מדינה פלעגט ביז היינט ארבעטן אויף א סיסטעם אז אלעס זאל זיין רואיג און אונטער קאנטראל,
גלייבנדיג אז מיט געלט און מיט סטראשען קען מען איינשטילן די בלוט דארשטיגע אראבערס,

א גאר באקאנטער שרייבער א געוועזענער מוסד שפיאן און איינער וואס קען און ליינט די אראבערס איבעראל דורך און אדורך, מיטן נאמען "צבי יחזקאלי", וואס איז לעצטנס געווארן א בעל תשובה
שרייט שוין פאר די לעצטע עלעוו יאר אז די גאנצע צוגאנג סיי פון די מילטער און סיי פון מדינה הויפטן צו די אלע פאלעסטינער בכלל און טעראריסטשע ארגענזאציעס בפרט איז געווען אז 'מקען זיך אויסקומען מיט די אראבער' און מקען זיי אונטערקויפן מיט ארבעטס פערמיט אדער געלט זיי צו האלטן אין די ראמען, איז פשוט די פאלשטע צוגאנג נאר מעגליך,

ער שרייט שוין יארן (און איך הער איהם שוין פון לאנג)
אז מדארף בלויז ליינען וואס אלע דזשיהאד גרופעס שרייבן אין זייערע ציהלן, אין די ווערק און צייטונגען וואס זיי פארשפרייטן, וואס זיי לערנען מיט זייערע קינדער, און וואס זיי רעדן איבעראל איז צו פארטיליגן גאנץ כלל ישראל היל"ת

און די צוגאנג איז ריכטיג אויף יעדן, פון חאמאס אריבער קיין חיזבאללא און דזשיהאד איסלאמיק ביז צו די פאלעסטינער אטאריטעט פון מחמוד אבאס וואס פארקויפט פארן וועלט אז אפציעל שטיצט נישט קיין בלוט, אבער אין זייערע לימודים און שולעס טוהען זיי דאס פארקערטע

חאמאס און אלע טעראריסטישע ארגעניזאציעס גרייטן זיך שוין יארן פארן מינוט וואס זיי וועלן קענען אויספיהרן זייער ציהל, און די מדינה האט בעצם געוויסט אבער פשוט נישט געהאלטן גלייבן,

די היסטאריע אין מיטל מזרח איז באקאנט אלס בלוטיגע און אכזרית'דיגע פאר אלע פעלקער אינעם געגענט, נישט האבנדיג קיין שום באגרענצונגען צו וואס מען מעג יא אדער נישט טוהן,
אבער מד"י האט זיך געפיהרט מיט זיי ווי א דעמאקראטישע לאנד, טוענדיג בלויז וואס מ'מעג לויט די מערב וועלט לענדער פארשריפטן הגם זיי זענען בכלל אין חיות'דיגן מיטל מזרח,
אןו די מדינה האט נישט געזוכט צו געווינען ען אדער באזיגן טעראריסטישע לענדער אדער ארגענזאציעס פאר די לעצטע פופציג יאר נאר בלויז צו האלטן קאנטראל אויף וואס זיי האבן און די ארבערס זאלן זיך נישט צופיהרן צו שטארק די הענט,

וואס איז יעצט געשעהן?
די תירוץ איז אלע טעראריסטישע גרופעס ווארטן שוין יארן אויף א ריכטיגע און שוואכע מינוט, זיי האבן די לעצטע האלבע יאר אנגעהויבן צו פיהלן אז די מדינה איז צוטיילט און צושפליטערט און האלט ביים צאמפאל (און סאיז טאקע געווען היבש נאנט דערצו)
די אלע ריזיגע הפגנות קעגן די רעגירונג און דאס וואס מאנכע האבן זיך אפגעזאגט פון מיליטער, האט זיי געגעבן די פיהלונג איז יעצט איז די ריכטיגע שוואכע מינוט, (און דאס איז אויך געווען כסדר די שאצונגען פון די מדינה אגענטורן אז דאס איז וואס איז די אראבער פיהלן, און נתניהו און אנדערע האט דאס כסדר געשריגן די לעצטע האלבע יאר {זעהט אויס זיי האבן געוויסט אז זייערע שרייערייען מוזן געהערט ווערן, ווייל זיי האבן לכאורה געעויסט די אמת'ע מאכט פון די מיליטער...)

חאמאס האבן געלאזט די לעצטע האלבע יאר די מדינה איינשלאפן און געגעבן די געפיל אז זיי זוכן נישט קיין מערכה, בשעת זיי האבן באמת זיך אנגעגרייט די ריזן אטאקע אויף א סודות'פוהלן פארנעם וואס די געלונגסטע מדינה אין די וועלט (גלייך נאך רוסלאנד..) האט נישט באוויזן אויפצוכאפן, און נישט ווייל זיי קענען נישט באמת, נאר ווייל זי האבן פשוט געגלייבט אז די אראבערס זוכן נישט צו הארגענען אידן נאר צו האבן א אייגענע מדינה,

(מיט חודשים צוריק איז שוין פארשפרייט געווארן דורך חאמאס און אויך די אנדערע זייער צוגרייטונגען צו א איבערפאל, אקוראט ווי ס'איז יעצט דורכגעפיהרט געווארן, סאיז געווען אויף אלע וועבזייטלעך, אויך אויף די היימישע, אבער קיינער האט נישט געגלייבט אז דאס גייט איינמאל קומען למעשה)

נישט נאר אונז זענען געווארן אין שאק פון די דראמאטישע אינוואזיע, חאמאס איז געעוען די זעלבע אין שאק! ווען יעדער טעראריסט וואס איז געכאפט געעוארן פון זיי האט געזאגט אז זיי זענען געווען זיכער אז די מילטיער ווארט זיי אפ און ס'גייט זיי קאסטן א בלוטיגע אינוואזיע, און אפשר וועלן זיי מצליח צו כאפן עטליכע זעלנער אויך,
בעת ווען למעשה איז די מיליטער גוט געשלאפן און פריי געלאזט אלע זייערע זעלנערס אויף י"ט,
ווען ביזן אנהייבן כאפן וואס סגייט פאר האט גענומען לאנגע לאנגע שעות און איז נאך ליידער יעצט נישט געענדיגט, קאסטנדיג אסאך אסאך אידשע נפשות, מער ווי די אלע אינטיפאדעס אינאיינעם


ערשט נאך די אטאקע האט זיך אנגעהויבן טוישן די באגרייפונג אין מיליטער אז די מערכה קען מער נישט געפיהרט ווערן בלויז מיט פליגערס אטאקעס און מיט זיידענע הענטשיך
און ממילא גרייט מען זיך ליידער צו א ביטערן און לאנגן מלחמה וואס סופו מי ישירנה, און דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אז קיין שום איד זאל נישט געשעדיגט ווערן ח"ו

[נ.ב. האט מיר פארציילט א היימישער איד וואס צוליב זיין ארבעט דארף ער זיין אין כל מיני פארוואגלטע פלעצער אין מדינה
אז ער איז געווען בעפאר סוכות ביים גרעניץ מיט לבנון צוליב זיין ארבייט, ער איז דארט ארום געפארן און זיך ארום געדרייט ביים גרעניץ פראנק און פריי פאר א האלבע שעה זעענדיג פון די אנדער זייט חיזבאללא קעמפער זיך ארום דרייען,
ער איז אריין אין "ארמיי טורעמס" און באוואכן ערטער וואס זענען געווען ליידיג און איז אויך ארויף אויפן גרעניץ זעלבסט,

אבער "קיינער איז דארט נישט געקומען זעהן וואס זיי זוכן דארט, נישט קיין זעלנער און קיין אנדערער"


יא יא. אזוי זעהט אויס די באוואכסטע און שטערקסטע מילטער אינעם מיטל מזרח
לעצט פארראכטן דורך פיינע קאווע אום מאנטאג אקטאבער 09, 2023 6:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קשורה בנפשו
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: **בלויז נייעס** שוידערליכע טעראר מלחמה אין א"י, איבער "1000" אידן טויט הי"ד - שמחת תורה תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

וואס איז געווען די פלאן פון חמאס?

די וועלט קוקט מיט ווינדער און שפאנונג אויפן עזה סטריפ און זייערע פירער חמאס בראש, זיי ווייסן און קענען די איזרעילי שטארקקייט פון די נאנט אלזא, וואס האט זיי געמאכט גיין אויף אזא זעלבסמארד מיסיע?


די אנאלאזירער זאגן אז חאמאס האט בכלל נישט געהאט אין פלאן צו אריינגיין אזוי טיף און דורכפירן אזא מאסן מארד.

זייער פלאן איז געווען זייער איינפאך אין גרינג. שיק אריבער אפאר טויזנט זעלבסמערדער און ס'רוב פון זיי וועלן פארשטייט זיך אפגע'שחט'ן ווערן דורך די איזרעילי מיליטער, אינמיטן פון די כאאס וועלן זיי פארכאפן אפאר מיליטערלייט און פאר זיי אויסדרעשן דאס מערסטע וואס מען קען, אבער עס איז ווארשיינליך איבריג צו זאגן אז עס איז זיי ווייט נישט געגאנגען ווי געפלאנט…

די טעראריסטן זענען אריבער דעם גרעניץ און אנגעהויבן פאראויס גיין און צו זייער שאק און ווינדער האט זיי קיינער אפגעשטעלט פאר שעות אריכות, די הויפטקווארטירן האבן פארלוירן קשר מיט די טעראריסטן און זאכן זענען ארויס פון קאנטראל, די טעראריסטן זענען געפארן און גע'רצח'עט נאכאנאד אן אויפהער ביז מען האט זיי אפגעשטעלט.

אזוי האט זיך חמאס געטראפן מיט אן איבערגעקאכטע קאשע וואס זיי ווייסן נישט וואס צו מאכן דערפון, זייער פלאן איז געווען פאר א קליינע אפעראציע מיט אפאר פארכאפטע און זיי האבן זיך געטראפן מיט א סיטואציע וואס זיי האבן גענצליך נישט פלאנירט.

עס לאזן זיך נישט טראכטן אז זיי האבן פלאנירט פון אנהויב די מאסן שחיטה.

1) זיי האבן געוואוסט אז דאס וועט ברענגען א מאסיווע רעאקציע פון די איזרעילי מיליטער.

2) זיי האבן פארלוירן די וועלט שטיצע איבערנאכט און יעדער בר דעת פארשטייט אז נאך אזאנע רציחות פאסירט דאס די פאלעסטינער קענען זיך נישט אין זייער מצב ערלויבן צו פארלירן די שטיצע.

חמאס טרעפט זיך אין א פאזיציע ווי זיי שטייען אויס פארניכטונג און זיי קענען דאס נישט עסן.


איראן וואס האט פלאנירט און אויסשטאפירט און טרענירט די טעראריסטן זיצט צעמישט און ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן.

אזא קארטל ווערט אוועקגעלייגט פאר ארגערע מצבים, זייער צעמישטקייט שיינט ארויס פון זייערע סטעיטמענטס און דאס אז זיי האבן נישט אקטיוויזירט חיזבאללה און זייערע צעלן אין די מערב ברעג.

איראן איז אין א שווערע ספאט פון איין זייט קענען זיי נישט לאזן זייער פראקסי חמאס פאלן, פון די צווייטע זייט ווילן זיי נישט ניצן זייער חיזבאללה קארטל.


בלייבט איבער צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן.
לעצט פארראכטן דורך קשורה בנפשו אום מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמאנטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

אויפן בקשה פונעם ציבור און צו האלטן די אנדערע אשכול פאר בלויז נייעס עפענען מיר צוריק דעם קאמענטארן אשכול פאר קורצע קאמענטארן, פראגעס און אנאליזן. ביטע האלטן די אשכול צו קורצע שמועסן און נישט אריינשלעפן אין קיין לענגערע דעבאטעס וכדומה.


ווי פארשטענדליך וועט בלויז ערלויבט ווערן תגובות וואס קומען נאך די תקנות המקום און פאר סיי וועלכע פארלעצונגען וועלן מיר זיין געצווינגען צו פארשפארן דעם ניק עד יעבור זעם. כדי אנצוהאלטן די ריינקייט פונעם מקום און צוליב די סענסעטיווקייט פונעם ענין וועט די הנהלה האלטן א שטרענגע אויג און מעגליך דארפן מעקן מער ווי אין פרידנס צייטן לפי ראות עינם פון די אחראים, ביטע האבן פארשטענדעניש און ערווארט נישט קיין הסברים אפי׳ אין פאל איר שפירט אז מ׳האט געמעקט שלא ביושר.



מיט דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

app.php/rules#section-2
די פארוואלטער פון דעם פלאץ געהערן צו די עדה הקדושה דקהילת סאטמאר, און וואס דא ווערט געשריבן דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די שיטה הק' וואס מרן רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט. דערפאר איז נישט ערלויבט צו:
שרייבן עפעס וואס קען ווערן אויסגעטייטשט אפילו אלס א שמץ פון ציונות ואביזרייהו.
שרייבן אויף זייער טמא'נעם שפראך, און אפילו בלויז קאפירן דרויסנדע ארטיקלען אדער ברענגען סקרין שאטס.
באריכטן נייעס פון אינערהאלב די פאליטישע פירערשאפט, אדער פון די וואס זיצן אין דעם כנסת המינים.
דעבאטירן און אפהאנדלען אינערליכע רייבערייען אין לאנד.
אלע אנדערע נייעס פון מדינת ישראל איז בלויז ערלויבט צו באריכטן אויף א נייטראלע אופן. (אלע השקפה'דיגע קאמענטארן וועלן פארמעקט ווערן.)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”