רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

לתועלת הציבור, ברענג איך דא א רשומה פון שמות הרבנים ואנשי השם וואס איך האב געטראפן דערמאנט אין דעם פנקס פון דעם פאדוואיוואדסטווע געריכט פון לבוב (סקענס פון פאטאקאפיס זענען לעצטענס ארויף ביים ספה"ל)
די רשימה איז רוי, אבער לע"ע וועל איך נישט זיין קיין מונע טוב.
רבני לבוב
ר' חיים הכהן רפאפארט אב"ד לבוב והגליל (דהיינו רב דמדינת לבוב) נזכר פעמים רבות בהעתקי מעשי בית דינו, אך פעמים מספר כנטען ופעם אחת כטוען
ר' שלמה ב"ר משה אב"ד חעלמא
רבנים קדמונים מלבוב שנזכרו אגב קרקעותיהם
ר' משה [?]
ר' משה חריף ('חאריבּס')
ר' ליב חסיד
ר' מענדל פאטיקר

רבני ערים אחרות
ר' הירץ הרב מראדזין (?)
ר' ליב ב"ר אברהם אב"ד טישוויץ (איטינגא, אבי משפחת עטינגער בלבוב)
ר' יעקב אב"ד טרעמבאוולי (מבי"ד לבוב)
ר' מאיר מרגליות אב"ד יאזלאוויץ
ר' פנחס הרב מסווירז בזאלקווא נאמן דד"א
(ר' צבי?) הרב מדאמברווא (בן ר' מאניס הורוויץ ר"מ בלבוב)
ר' שמחה ב"ר ישראל אב"ד קאמינקא (אחיו של ר' יאסקא אב"ד פאדקאמין מח"ס אהל יוסף)
ר' שמחה אב"ד סלאנימא (נזכר אגב בנו ר' יוסף מוולאדווי)
הרב מקראקא (לא נזכר שמו)

דייני לבוב
ר' דוב ב"ר ליב (מזאמושטש) ר"מ לבוב (נזכר בעיקר במעשי בי"ד)
ר' יחיאל מיכל ספרא ודיינא (בן ר' מענדל ר' הירצש, עי' לקמן)
ר' ליב מיזיש
ר' מנחם מאניס הלוי הורוויץ ר"מ לבוב (ומלפנים אב"ד זמיגראד) ב"ר יעקב יוקיל אב"ד גלוגא ובראד
ר' מרדכי אב"ד טרעמבאוולי
ר' משה ב"ר יאיר (נישט דערמאנט אלץ דיין אבער)
ר' מאיר ספרא ודיינא

פרנסי קהל לבוב
ר' אברהם מגזע צבי הנקרא פייגלש
ר' דוד (ב"ר אליעזר) סאבאליס מטיסמניץ
האחים ר' דוד ור' חיים העשליש, ור' יוסף בנו של ר' דוד
ר' יהודא ליב ב"ר יקותיאל זיסקינד באלאבאן
ר' יואל (ב"ר משה) ברעסלער שמש הקהל (חו"ז של ר' משה דוד אשכנזי אב"ד טאלטשווא)
ר' ישראל ב"ר משה פינליש
ר' ישראל יוסף צימלש
ר' משה אשר אנשיל רייס ב"ר יעקב הנקרא ר' אנשיל רוכל
ר' נפתלי הירץ בן הרב ר' שמריה שמעריל סג"ל הורוויץ
ר' עזריאל ב"ר יוסף (הנקרא לפעמים דראהביטשער, חותנו של ר' שמחה אב"ד קאמינקא)
ר' שלמה זלמן בן הק' ר' אליה פיניליס
ר' שלמה מיזיש

פרנסי קהלות אחרות
ר' בער בן הרב מבראד נאמן דד"א
חתנו ר' ליב
ר' עזריאל ב"ר ישכר מיארטשוב (אבי משפחת שטערן מיארטשוב) ובנו ר' ישכר

נגידי לבוב ובני משפחות מפורסמות
ר' אבנר ב"ר שניאור פייבוש (אבי משפחת שנעע מלבוב)
ר' אהרן ב"ר אברהם מדראהביטש (ראש
משפחת שטערנבאך/שטערנבוך בלבוב)
ר' אהרן ב"ר גרשון הכהן מסקאהל
הנגידים למשפחת אלמיץ
ר' ליב ור' מן באטשעס בני ר' צבי הירש
ר' יהושע ב"ר משה ברד"ח
ר' ברוך (אבי משפחת הירש) ור' הירץ ור' מיכל סו"ד בני 'ר' מענדל ר' הירצש'
ר' משה ב"ר ליב גאליגר מלבוב ובניו ר' רפאל צבי[?] ור' חיים נפתלי הירץ
ר' דוב בער ב"ר יהודא סוחר יין מבאליחוב (בעל הזכרונות)
דרעזל בת ר' חיים אלמנת (?) ר' שמואל שמעלקא מבוטשאטש
משפחת סג"ל הורוויץ - ר' מרדכי (הנקרא ברעסלער) ב"ר יהושע ובניו ר' יצחק ור' דוד
ר' יששכר בער זימלש ואביו ר' אהרן מפרעמיסלא
ר' מאיר חמיידיש ובנו ר' אפרים
ר' חיים טארניגראדר (מרגליות) בן הרב ר' אליקים געציל (אב"ד ראקוב) וחמיו ר' ליב ב"ר יצחק מלבוב-בוטשאטש
ר' יצחק טאביש
ר' יוסף מבאר (?) ב"ר אריה ליב מפינטשוב
ר' יוסף ב"ר מאיר משענדישוב
משפחת לאנדיס הוא (סג"ל) לנדא, ככל הנראה צאצאי ר' שלמה חותנו של הפני יהושע בזו"ר
משפחת ר' מאניש סג"ל - בניו ר' מאשיל (כנראה זקנו של ר' מאשיל וואהל זקנו של הבית יצחק) ור' יצחק, ונכדיו (בני בנו ר' אברהם אבלי) ר' משולם, ר' חיים, ור' אליה (חתן ר' מאניס הורוויץ ר"מ)
משפחת מיזיש: ר' שלמה, ר' חיים, ר' צבי הירש ובנו ר' ירחמיאל
ר' משה ב"ר יצחק מענקיש איש צבי
ר' יעקב יהודא ליב ב"ר שמואל פריידלש (למשפחת פּורדעס) וחתן ר' מענדל
משפחת קראחמאל, ר' שלמה ור' יצחק בני ר' צבי הריש[!]
משפחת רייס (אויב איז עס איין משפחה): ר' חיים, ר' ישראל, ר' נחום, ר' שמואל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27060
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן יישר כח כבוד הרב,

די נעמען ווערן נאר דערמאנט, אדער מ'זעהט זייער שריפט זעלבסט?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:26 pm
א גרויסן יישר כח כבוד הרב,

די נעמען ווערן נאר דערמאנט, אדער מ'זעהט זייער שריפט זעלבסט?
יש ויש, רוב וואס איך האב דערמאנט אלץ א הויפט-ערך ווערן דערמאנט בעצמם.
ר' מאניס הורוויץ ר"מ ווערט דערמאנט זייער אפט (צוליב זיינע פסקי בית דין) אבער איך האב נישט געטראפן קיין איין חתימה זיינער.
ר' ליב באלאבאן און ר' יואל ברעסלער חתמנ'ן זיך צענדליגע מאהל.
ר' ליב אב"ד טישוויץ'ס איין קויפן פון א געביידע ווערט באשריבן באריכות נפלא, אבער אהן קיין חתימה פון דעם קונה ומקנה.
ר' העשיל אב"ד קרעשוב - וועמן איך האב דערווייל נישט געטראפן אין קיין שום אנדערן מקור, אויסער דעם קאפ-שטייער צענזוס פון תקכ"ה - ערשיינט דווקא יא בחתימת ידו.

הסרפד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:33 pm

און ווידער א הילכיגען יישר כח און נאך א פראגע, די חתימות און שריפטן זענען אלעס בלע"ז אדער בגופן שלנו?

פון מיין זיידע ר' ברוך ב"ר מענדל ב"ר הירץ איז דא א חתימה?

מיללער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:48 pm

און ווידער א הילכיגען יישר כח און נאך א פראגע, די חתימות און שריפטן זענען אלעס בלע"ז אדער בגופן שלנו?

פון מיין זיידע ר' ברוך ב"ר מענדל ב"ר הירץ איז דא א חתימה?
די חתימות זענען נאר בגופן שלנו. (א מאהל איז פארהאן א העתק אויף גופן שלהן, און אמאהל נאר א העתק, אבער קיין איין ייד חתמ'ט נישט בגופן שלהן, אפילו דיע וואס האבן נישט געקענט שרייבן חתמנ'ן במסירת קולמוס - בעיקר נשים אבער אמאהל מענער אויכעט. ניכרים הדברים אז נישט יעדער מאן וואס האט יא געקענט חתמנ'ן האט דווקא געמוזט קענען א צורת אות...)

פון ר' ברוך ומשפחתו זענען פארהאן אסאך חתימות! בל"נ, ווען איך עפען ווידער מיין קאפי (ביים ספה"ל אליין איז שווער צו בלעטערן) וועל איך ברענגן עטליכע דוגמאות.
זיינע ברידער ר' הירץ (וואס ווערט דערמאנט כמעט אלעמאל צוזאמן מיט ר' ברוך, בנדון זייערע שותפות'דיגע בנין) ור' מיכל חתמנ'ן זיך בפירוש 'ברמר"ה' (בן ר' מענדל ר' הירץ), ר' ברוך אליינס כמדומה חתמ'ט א ביסל קורצער בדר"כ.
זקנכם רק הירץ ב"ר ברוך ווערט אויך לכאורה דערמאנט, אהן קיין חתימה, אויב זאגט מען אז עס איז פארהאן א ט"ס אויף פויליש (הערץ ברוכאוויטש וזוגתו אסתר'קא שמואלאוונא ראבינאווא - דהיינו הירץ ב"ר ברוך וזוגתו אסתר בת הרב ר' שמואל, 'ראבין' אויף פויליש ווערט נאר גענוצט אויף אב"דים ור"מים, ולכאורה הכוונה לר' שלמה אב"ד חעלמא אחי רח"כ.)
משפחת רמר"ה ווערן אפט דערמאנט בעיקר צוליב א פראיעקט פון יאהרן לאנג פון פארעכטן איין איינגעפאלענעם טייל פון זייער געביידע - די איינוואוינער האבן געמאכט א הסכם צווישן זיך בבי"ד הרח"כ און יעדער שלב פון די חלוקה פון די הוצאות האט מען כנראה געדארפט באריכטן פארן ריכטער.
גאהר אנהייב פון די יאהרן געדעקט אין דעם באנד (בעצם פיר בענדער צוזאמן געשטעלט) האט ר' מיכל דיין נאך געלעבט; שפעטער טרעפט מען נאר אלמנתו בילא בת ר' גרשון, בניו ר' יקותיאל זלמן ור' משה ועוד. (דאס שטימט מיט'ן שער בלאט פון חתנו הסו"ד והמדקדק ר' אהרן משה ב"ר צבי הירש, אבי משפחת זעגיל, וואס דערמאנט ר' מיכל בברכת המתים שוין אין תקכ"ה.)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

וויכטיג צו מערקן אז כפי הנראה זענען אהן געקומן צו דעם געריכט נאר פעלער מיט א שייכות צו לבוב תוך העיר - בני חוץ לעיר ווערן נאר דערמאנט, לפום ריהטא, אין ענינים וואס האבן צו טוהן מיט ביידע קהלות, אדער צווישן די קהלות, אדער צווישן א בן תוך העיר לבן חוץ לעיר, און אמאהל צווישן א ייד פון חוץ לעיר און א פריץ פון תוך העיר (ווי מען טרעפט אפילו מיט יידן פון אנדערע שטעט, למשל די וויין סוחרים פון בוליחוב און סקאליע וואס האבן געהאט געשעפטן מיט די פריצים פון לבוב).
איך מיין אז איך האב נישט געטראפן קיין איין פאל פון געריכט צווישן צוויי יידן פון חוץ לעיר (אהן קיין שטאטישער פריץ אריין געמישט) אין דעם פנקס.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:48 pm
הסרפד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:33 pm
מיללער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:26 pm
א גרויסן יישר כח כבוד הרב,

די נעמען ווערן נאר דערמאנט, אדער מ'זעהט זייער שריפט זעלבסט?
יש ויש, רוב וואס איך האב דערמאנט אלץ א הויפט-ערך ווערן דערמאנט בעצמם.
ר' מאניס הורוויץ ר"מ ווערט דערמאנט זייער אפט (צוליב זיינע פסקי בית דין) אבער איך האב נישט געטראפן קיין איין חתימה זיינער.
ר' ליב באלאבאן און ר' יואל ברעסלער חתמנ'ן זיך צענדליגע מאהל.
ר' ליב אב"ד טישוויץ'ס איין קויפן פון א געביידע ווערט באשריבן באריכות נפלא, אבער אהן קיין חתימה פון דעם קונה ומקנה.
ר' העשיל אב"ד קרעשוב - וועמן איך האב דערווייל נישט געטראפן אין קיין שום אנדערן מקור, אויסער דעם קאפ-שטייער צענזוס פון תקכ"ה - ערשיינט דווקא יא בחתימת ידו.
און ווידער א הילכיגען יישר כח און נאך א פראגע, די חתימות און שריפטן זענען אלעס בלע"ז אדער בגופן שלנו?

פון מיין זיידע ר' ברוך ב"ר מענדל ב"ר הירץ איז דא א חתימה?
כמה חתימות ממשפחת ר' מענדל ר' הירצש:
ממרחשון תקכ"ד - ר' מיכל רמר"ה ספרא ודיינא ובנו ר' יקותיאל זלמן:
0032_FL147145579.jpg
0032_FL147145579.jpg (15.56 KiB) געזען 276 מאל
ממרחשון תקכ"ח - חתימות האחים ר' ברוך ור' הירץ בנדון חלק אחיהם ר' מיכל בבנינם:
0087_FL147145534.jpg
0087_FL147145534.jpg (7.02 KiB) געזען 276 מאל
מטבת תקכ"ט בערך - השותפים בבנין הנ"ל, דהיינו האחים ר' ברוך ור' הירץ, ר' אהרן כ"ץ מסקאהל, ור' מאיר ספרא (איני יודע מה הוא לר' מיכל, ואם היה בכלל ממשפחתו) בעסק תיקון חלק ההרוס:
0114_FL147145674.jpg
0114_FL147145674.jpg (14.25 KiB) געזען 276 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עוד אחת, מאדר תקכ"ה, ר' נפתלי הירץ ב"ר ברוך יצ"ו, אולי בנו של ר' ברוך הנ"ל, בענין המנוח ר' יצחק 'מבראד' מלבוב אבי ר' משה מלבוב, שחתמו בעדו[?] ר' דוד ב"ר וואלף מענקיש, ר' נפתלי הירץ ב"ר ברוך, ור' חיים [מרגליות/טארניגראדר] ב"ר אליקים געציל [אב"ד ראקוב]
0044_FL147145538.jpg
0044_FL147145538.jpg (17.46 KiB) געזען 274 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27060
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבנים ואנשי שם בפנקס הערכאות דלבוב (תק"כ-תקל"ב בערך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

Wow

יישר כח! כה לחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”