איך האב ADHD, דו אויך?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שלום וברכה אלע תושבים וגרים בתוך קהלתנו הקדושה הנקרא 'אייוועלט'.

איך קען באשטיין צו עפענען א נושא וואס איז שוין מעגליך אויסגעשמועסט געווארן, אבער יעך האב נישט געזעהן קיין אשכול דערויף.

אין קורצן: איך האב ADHD און איך שעם זיך נישט דערמיט!

באריכות:
פון אלס קינד אן האב איך זיך געמיטשעט צו פארשטיין וואס אין די וועלט גייט פאר מיט מיר. נאך אלס קינד אין חדר, דינסטאג האב איך שוין געקענט די גאנצע חומש (שפעטער גמרא) און צופלאצט געווארן א מינוט דערויף אין חדר. שפעטער אין די בחורישע יארן און בעיקר נאך די חתונה איז עס גאר שווער געווארן. איך האב געקענט טראכטן פון עטליכע זאכן אויף איינמאהל, אבער פון אלעם צומישט.

איך האב אנגעהויבן איין זאך, געטאנצן צום צווייטן, געהיפט צום דריטן. און קיינמאל גארנישט גע'ענדיגט. יעדער האט געזאגט: טוה נאר איין זאך און ענדיג עס, איך האב פשוט נישט געקענט.

איך האב געקענט אדער ארבעטן 24 שעה אין א צוה און אויפטוהן וואס אנדערע האבן געטוהן אין א חודש, אדער געקענט זיצן קעגן דעם קאמפיוטער אין מיין מוח איז געווען בלענק. איך האב געזעהן אותיות אבער ניטאמאל געקענט ליינען די ווערטער.

אין די זעלבע שעה האב איך געהאט מוד סווינגס פון זיין צובראכן ווי א שארב, ביז זיין פריילעך ווי א זיבעלע. פארשטייט זיך אז דאס קומט מיט א גרויסע לאסט פון ווערן גאר שנעל באליידיגט אויף יעדע טשעפע, אבער קיינמאל נישט ארויסווייזן.

א ווארט וואס איז געווען אויפן מחשבה איז שוין געווען אויפן צינג איידער וואס-ווי-ווען. וויפיל מאהל האב איך חרטה געהאט נאך בשעת ארויסזאגן די ווערטער, אבער איך האב פשוט נישט געקענט איינהאלטן.

עס איז געקומען צו א בחינה בכתב בין איך ממש פארנעפעלט געווארן. האסט מיר געקענט פארהערן גאנץ מסכת חולין אויסעווענדיג, אבער איך וואלט נישט געקענט מאכן א בחינה בכתב אויף די ערשטע בלאט אין מסכת ברכות.

איך האב אדער ליב געהאט א זאך אהבת נפש, אדער פיינט געהאט בתחלית השנאה, נישט געווען קיין גרעי עריע.

איך האב כסדר געשפירט אז מ'האט מיר נישט ליב, מ'שעצט מיר נישט, איך אליינס בין א פעליער, איך טויג נישט צו גארנישט. איך האב זיך אלס געווינדערט ווי אזוי קען איך א גרויסע חלק פון ש"ס בעל פה (נישט מגזם), אבער איך בין נישט קיין תלמיד חכם. איך בין דער שלחן ערוך אין מיין ארבעט אויף אלע פראגעס אין די פעלד וואס איך ארבעט אין, אבער איך קען נישט גיין אליינס די נעקסטע סטעפ. איך האב א כסדר'דיגע שטארקע "ניד" פון באקומען א קאמפלימענט אדער א גוט ווארט. אפילו אויב דו האסט מיר נעכטן געזאגט א גוט ווארט, איך דארף היינט א פרישע. א שטעכע וועל איך געדענקן לעולמי עד, א גוט ווארט נאך 5 מינוט איז עס שוין אויסגעוועפט.

עס איז דא טעג וואס איך קען פשוט נישט ארבעטן, עפעס א חומה בצורה איז דא פאר מיר. אויב קומט סיי וועלכע לחץ ווער איך פארפרוירן און איך קען עס פשוט נישט אויספירן.

קומט ביינאכט און איך קען נישט איינשלאפן, עס העלפט נישט קיין ציילן שעפעלעך אדער זינגען א ניגון. דער מלאך החלומות האט מיר געלייגט אויף האלד און ער לאזט מיר ווארטן.

האלטן מיינע מחשבות אויף די זעלבע נושא פאר מער פון 2 מינוט, איז מיר שוין גרינגער צו שלינגען מעסערס. עס גייט פשוט נישט.

ספענדן, אוי איז דאס א ווייטאגליכע ווארט. נישט געווען מעגליך צו זאגן ניין פאר אן אייטעם אויב האב איך עס געוואלט אויף די סקונדע. די זעלבע מיט צדקה, דו קענסט פשוט נישט זאגן ניין פאר א צווייטן. דו קענסט אויסניצן דיין גאנצע פעיטשעק פאר א צווייטן.

קבלות טובות, יעדע שני וחמישי א פרישע קבלה טובה און עס האלט זיך פון אסתר תענית ביז פורים.

דער זייגער. ער איז קיינמאל נישט אויף מיין זייט. פארוואס דארף איך אייביג אנקומען צוויי מינוט נאך די לעצטע??

און אזוי קען מען גיין און גיין. איך האב מיר געדרייט פון איין "קליגע מענטש בלע"ז" צו א צווייטער, אבער קיין איינער האט מיר נישט געהאלפן. עד היום הזה איז מיר א חידוש עצום הייתכן, די שריפט האט דאך געשריגן אויפן וואנט מיט גרויסע אותיות. ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן איך בין געגאנגען צו א דאקטאר א יחיד מומחה. ער האט מיר געלאזט ווארטן אין א צימער פארן אריינקומען צו אים, פאר א גוטע האלבע שעה. די צימער האט געהאט אויגעלעך אויפן דאך... נאכן אריינקומען ווייזט ער מיר ווי אזוי איך האב אויסעגעזעהן אט די האלבע שעה און מיר זענען ביידע געליגן פאר געלעכטער. און ער זאגט מיר רבי לעבן, איר האט ADHD אויפן העכסט גראד. איי ווי אזוי האט דאס קיינער נישט באמערקט ביז איצט? גוטע פראגע.

ער האט מיר מסביר געווען א פשוטע געדאנק וואס דאס שפילט זיך אפ אין מיין קאפ. ער זאגט מיר: שטעל דיר פאר אז דו האסט א פארארי קאר אבער מיט ברעקס פון א בייסיקל. דאס וואס גייט פאר אין דיין קאפ, דיין מוח פארט אויף 150 מייל א שעה (אין א שטייטע טאג), אבער קיין ברעיקס איז נישט דא.

און אזוי האט ער מיר ארויפגעלייגט אויף VYVENCE און דאס פארשטערקערט די ברעיקס סיסטעם עד להפליא. איך קען היינט האבן א גוטס אריינצוזאגן אבער איך קען זיך איינהאלטן. איך קען זיך שולט זיין צו טוהן נאר איין זאך אויף א מאהל וכו'. זייט דעמאלס האט זיך ממש מיין לעבן נשתנה לאיש אחר. איינער האט נישט לאנג צוריק מיר מבזה געווען בראש כל חוצות על לא עוול בכפי, 10 מינוט שפעטער בין איך שוין געפארן ווייטער. אמאל? דריי וואכן אין שטוב אינטער די דאכענע.

סך הכול:
א. איך האב ADHD, מעגליך אז דו אויך, אדער דיין בני בית, אדער דיינע קינדער. גיי פאר העלפ!!! שטיפ עס נישט אינטער די קארפעט, עס וועט נאר ערגער ווערן.
ב. אויב ווייסטו איינער וואס האט ADHD, עס וועט נישט הלעפן אז דו וועסט אים זאגן שטיי יא אויף באצייטענס, גיי יא שלאפן ווי א נערמאלע מענטש, דאוון אין א סידור, האלט דיר ביי א דשאב, פארוואס קען יעדער עס טוהן און דו נישט, פארוואס קלאצטו און דו טוסט גארנישט, פארוואס האסטו דאס אנגעהויבן פאר דו האסט גע'ענדיגט די פאריגע פראיקעט, פארוואס ביטסו סתם צוקלאפט, פארוואס ביסטו אזוי סענסעטיוו. און אזוי ווייטער ער קען זיך נישט העלפן!!!! מאך נישט ערגער די מצב, צוקלאפ אים נישט מער ווי ער איז שוין. ער קען זיין פעקל אסאך בעסער פון דיר
ג. שעם דיר נישט מיט די מתנה וואס דו האסט באקומען פונעם אייבערשטער!! במציאות קענסטו אנקומען אסאך ווייטער אין לעבן. דו קענסט אנקומען אסאך ווייטער פון ווי אנדערע קענען חלומ'ן אנצוקומען. ניץ אויס די כלים וואס דו האסט באקומען און אנדערע וועלן "דיר" מקנא זיין!!!
ד. איש את רעהו יעזורו- מיט די אלע מעדעצינען דארף מען נאך אסאך הילף. גוטע טיפס און געדאנקען ווי אזוי איבערצוקומען די געראנגל.

די מעדעצין העלפט אז דו זאלסט זיך קענען גובר זיין, אבער מ'דארף אסאך הילף איינער צום צווייטן ווי אזוי בעצם זיך שלאגן. אויב איינער האט דא גוטע טיפס, אדרבה ואדרבה.
ה. אויב ווייסטו איינער וואס האט די מתנה פונעם אייבערשטער, גיב אים א קאמפלימענט אסאך מער. דו ווייסט נישט ווי שטארק ער וועט דאס מכיר טוב זיין.
ו. אויב האסטו אן ארבעטער וואס האט די מתנה. אדרבה, אפשר דא וועט דיר דער עולם קענען העלפן אז דו זאלסט האבן פון אים די גרעסטע הנאה מער פון אלע ארבעטער!!!!

א לעכטיגן שבת,
ממי
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ר' איד איר האט אן פיינע פען
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע: ביים חצות מנין

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

יארמער רב איז מסביר פארוואס א מענטש לאכט פון א נעבעך ווען איינער פאלט אראפ, ווען מען לייגט אראפ א פלאפ מיט אלע קליפערלעך
ווייל דער מענטש שפירט זיך היימיש!!!...
און עס איז גענוג מיט דעם.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

וויאזוי האסטו מצליח געווען צו טייפן אזא לאנגע מעשה?
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

איך האב געקענט אדער ארבעטן 24 שעה אין א צוה און אויפטוהן וואס אנדערע האבן געטוהן אין א חודש, אדער געקענט זיצן קעגן דעם קאמפיוטער אין מיין מוח איז געווען בלענק. איך האב געזעהן אותיות אבער ניטאמאל געקענט ליינען די ווערטער

איי איז דעיס אמת..

א קאסעקווענץ פון דעי מתנה.
מען ווייסט אז מען קען אויפטוהן א וועלט מער ווי א צווייטן, סא ווען מען פלאנירט עפעס מאכט מען עס אויף דעם חשבון, אבער ווען עס קומט למעשה קומט מען נישט אן אינערגעץ, עס צוקלאפט זייער.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יקוש פייוויש האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 8:00 am
וויאזוי האסטו מצליח געווען צו טייפן אזא לאנגע מעשה?
1. דער וואס האט די מתנה, קען "הייפערפאוקוסן" פאר אסאך לענגער ווי א געווענטליכע מענטש.
2. VYVENCE
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

ADHD מיט סענסעטיוויטי גייען אלעמאל אינאיינעם?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אשר אנשיל האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 9:38 am

נישט יעדער וואס איז סענסעטיוו האט אויך ADHD, אבער רוב פון ADHD האבן אין זיך א שטארקע מאס פון סענסיטיוויטי. דאס קומט בעצם פון אינערליך צוקלאפטקייט און מוד סווינגס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יקוש פייוויש האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 8:00 am
וויאזוי האסטו מצליח געווען צו טייפן אזא לאנגע מעשה?
ער שרייבט דאך אז ער איז געגאנגען פאר העלפ.

@ממי_שאמרו א פיינע פעדער!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

איינס האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 9:46 am
יקוש פייוויש האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 8:00 am
וויאזוי האסטו מצליח געווען צו טייפן אזא לאנגע מעשה?
ער שרייבט דאך אז ער איז געגאנגען פאר העלפ.

@ממי_שאמרו א פיינע פעדער!
דעס האבעך געזעהן… אבער זיין תירוץ איז בעסער.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פארוואס זאל איך עס האלטן פאר א סוד?

דר. Ira Sacker איז געווען דער וואס האט 'אנדעקט' די ADHD ביי מיר.
דר. נודמאן פון מענהעטן האט מיר געגעבן די ריכטיגע דאסעדש פון די מעדעצין און באגלייט נאכדעם. יא, ער איז גאר א שטרענגער דאקטאר, אבער איך אים האב אים זייער ליב.
נחמיה ראזען פון ב"פ באגלייט מיר שוין עטליכע יאר פאר די "העלפ".
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

א הערליכע פעדער! יישר כח פאר אייער אפענקייט, עס קען שטארק העלפן אנדערע
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

טייערע AדיAדים ווי ברוך וויינשטאק האט געשריבן אין כוואליעס איז ADHD ראשי תיבות אויך דו האסט דאס!
אבער נישט יעדער, נאר אסאך, האבן עס, זענען געבענטש מיט עס, נישט יעדער דארף מעדעצין, געב א בליק אינעם ספר ''שאו מי דע סייענס' דורך אבגיל גימפעל א שוועסטער פון די באקאנטע עקיבא פערלמאן, זי ברענגט גוט ארויס די חסרונות פון מעדעצין.
א קאוטש איז א געבענטשטע זאך.
מען דארף זיך האלטן פריש, אבער שטארק פריש, אזויווי א האקעלע עסנווארג.
אלענפאלס, האטס מיר און זייטס מיר.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:01 am
פארוואס זאל איך עס האלטן פאר א סוד?

דר. Ira Sacker איז געווען דער וואס האט 'אנדעקט' די ADHD ביי מיר.
דר. נודמאן פון מענהעטן האט מיר געגעבן די ריכטיגע דאסעדש פון די מעדעצין און באגלייט נאכדעם. יא, ער איז גאר א שטרענגער דאקטאר, אבער איך אים האב אים זייער ליב.
נחמיה ראזען פון ב"פ באגלייט מיר שוין עטליכע יאר פאר די "העלפ".
דארף מען גיין צו אזוינע מומחים פון מאנהעטן וכדומה, אדער א לאקאלער דאקטאר איז פונקט גענוג?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

אשר אנשיל האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 9:38 am
ADHD מיט סענסעטיוויטי גייען אלעמאל אינאיינעם?
ADHD גייט אפטמאל אינאיינעם מיט וואס די וועלט רופט RSD רישעקשען סענסיטיוויטעט.
מען ווערט אזויפיל פארשווייגט און אוועקגעמאכט אז מען בויעט אויף א מהלך אין קאפ אז יענער פרעגט אפ מיין גאנצע מציאות.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:32 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:01 am
פארוואס זאל איך עס האלטן פאר א סוד?

דר. Ira Sacker איז געווען דער וואס האט 'אנדעקט' די ADHD ביי מיר.
דר. נודמאן פון מענהעטן האט מיר געגעבן די ריכטיגע דאסעדש פון די מעדעצין און באגלייט נאכדעם. יא, ער איז גאר א שטרענגער דאקטאר, אבער איך אים האב אים זייער ליב.
נחמיה ראזען פון ב"פ באגלייט מיר שוין עטליכע יאר פאר די "העלפ".
דארף מען גיין צו אזוינע מומחים פון מאנהעטן וכדומה, אדער א לאקאלער דאקטאר איז פונקט גענוג?
ADHD איז פון די מערסט מיס-דייעגנאזד דיססארדערס, דהיינו אפטמאל איז עס נישט ADHD נאר אנדרע זאכן און אפטמאל איז עס אביסל ADHD מיט אסאך אנדערע ענינם וואס האבן זיך צוואקסן פון די שוועריגקייט פון האבן ADHD, דערפאר איז נישט גוט צו גיין צו סתם א יקיש נאר בעסער א מומחה.
מאונט סיינע האט א ספעציעלע ADHD צענטער מיט ספעציעל טעסטס

נאך א וויכטיגע נקודה וואס איך וויל ערווענען זייט איך בין געווען אויפן וועלטל לעצט, אז א בחור אדער אינגל מיט ADHD דארף וויכטיג א פריוואטע מחנך, עס קען טוישן זיין וועלט
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:35 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:32 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:01 am
פארוואס זאל איך עס האלטן פאר א סוד?

דר. Ira Sacker איז געווען דער וואס האט 'אנדעקט' די ADHD ביי מיר.
דר. נודמאן פון מענהעטן האט מיר געגעבן די ריכטיגע דאסעדש פון די מעדעצין און באגלייט נאכדעם. יא, ער איז גאר א שטרענגער דאקטאר, אבער איך אים האב אים זייער ליב.
נחמיה ראזען פון ב"פ באגלייט מיר שוין עטליכע יאר פאר די "העלפ".
דארף מען גיין צו אזוינע מומחים פון מאנהעטן וכדומה, אדער א לאקאלער דאקטאר איז פונקט גענוג?
ADHD איז פון די מערסט מיס-דייעגנאזד דיססארדערס, דהיינו אפטמאל איז עס נישט ADHD נאר אנדרע זאכן און אפטמאל איז עס אביסל ADHD מיט אסאך אנדערע ענינם וואס האבן זיך צוואקסן פון די שוועריגקייט פון האבן ADHD, דערפאר איז נישט גוט צו גיין צו סתם א יקיש נאר בעסער א מומחה.
מאונט סיינע האט א ספעציעלע ADHD צענטער מיט ספעציעל טעסטס
Where in Mount Sinai? Phone Number?
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:30 am
טייערע AדיAדים ווי ברוך וויינשטאק האט געשריבן אין כוואליעס איז ADHD ראשי תיבות אויך דו האסט דאס!
אבער נישט יעדער, נאר אסאך, האבן עס, זענען געבענטש מיט עס, נישט יעדער דארף מעדעצין, געב א בליק אינעם ספר ''שאו מי דע סייענס' דורך אבגיל גימפעל א שוועסטער פון די באקאנטע עקיבא פערלמאן, זי ברענגט גוט ארויס די חסרונות פון מעדעצין.
א קאוטש איז א געבענטשטע זאך.
מען דארף זיך האלטן פריש, אבער שטארק פריש, אזויווי א האקעלע עסנווארג.
אלענפאלס, האטס מיר און זייטס מיר.
אזוי ווי עס וואלט געווען נעריש פון מיין זייט זיך צו שטעלן טיילן מעדעצין פאר יעדעם, טאר מען אויך נישט אוועקמאכן די מעדעצין.

לאמיר אייך פרעגן, קומט קויפן א הויז מיט סייד עפעקטס? זיכער! מארגעטש, מענטענענס, טעקסעס וכו' אבער אויב קענט איר קויפן א ברענד נו הויז אין צענטער פון וויליאמסבורג, 5000 סקווערע פיסלעך, פאר 300 אלפים הכול בכל מכל, וואלט איר געזאגט אז עס לוינט זיך נישט ווייל עס קומט מיט העדעקס פון מופן?

ביי מיר (און טויזענטער אנדערע) איז די מעדעצין א לייף סעיווער. אלע מיטלען קענען העלפן נאך די מעדעצינען. אויב איינער פראבירט אייך איינצורעדן אז דאס קען געראטעוועט ווערן אן מעדעצין, איך האב אייך א בריק צו פארקויפן פאר גאר א גוטער פרייז.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:35 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:32 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:01 am
פארוואס זאל איך עס האלטן פאר א סוד?

דר. Ira Sacker איז געווען דער וואס האט 'אנדעקט' די ADHD ביי מיר.
דר. נודמאן פון מענהעטן האט מיר געגעבן די ריכטיגע דאסעדש פון די מעדעצין און באגלייט נאכדעם. יא, ער איז גאר א שטרענגער דאקטאר, אבער איך אים האב אים זייער ליב.
נחמיה ראזען פון ב"פ באגלייט מיר שוין עטליכע יאר פאר די "העלפ".
דארף מען גיין צו אזוינע מומחים פון מאנהעטן וכדומה, אדער א לאקאלער דאקטאר איז פונקט גענוג?
ADHD איז פון די מערסט מיס-דייעגנאזד דיססארדערס, דהיינו אפטמאל איז עס נישט ADHD נאר אנדרע זאכן און אפטמאל איז עס אביסל ADHD מיט אסאך אנדערע ענינם וואס האבן זיך צוואקסן פון די שוועריגקייט פון האבן ADHD, דערפאר איז נישט גוט צו גיין צו סתם א יקיש נאר בעסער א מומחה.
מאונט סיינע האט א ספעציעלע ADHD צענטער מיט ספעציעל טעסטס
איר זענט אזוי הייליג גערעכט!!
שמועה שמענו, איך האב עס נאך נישט געזעהן, אז היינט צוטאגס קען מען זעהן אויף א ספעציעלע קעט-סקען אויב איינער האט די מתנה.

עס מאכט סענס, ווייל איינער מיט די מתנה מיינט אז די מוח איז 'געווייערד' אנדערש.
אוועטאר
.O.C.D
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 5:07 am

תגובה דורך .O.C.D »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:04 am

צום ערשט ש'כח פארן מיטטיילן דיין פערזענליכע געשיכטע, כ'בין זיכער ס'קען העלפן מחזק זיין אסאך מענטשן וואס זענען אין די זעלבע מצב. בד"וו דו האסט זייער א לייכטע און געשמאקע פעדער.

און יעצט צו מיין קשיא: וואספארא זאך קען איינער מיט ADHD ווען ס'איז געזונט, טוהן מער ווי א פשוט'ע מענטש?

.O.C.D האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:44 am

יישר כוח!

בנוגע אייער פראגע, עטליכע תשובות בדבר.
1. הייפער פוקוסן אויף א פראיעקט מיט גאר שטארקע תוצאות.
2. עס קומט געווענטליך מיט שטארקע קריעטיוויטי און פראבלעם סאלווינג כוחות.
3. חסד - גאר א שטארקע מיטגעפיל פאר אנדערע.
4. ידיעות - אזוי ווי עס קומט געווענטליך מיט גאר א שטארקע דורשט צו ליינען-וויסן, זאמעלט זיך אן מיט אסאך ידיעות. קוק אין אן ADHD יוטוב היסטאריע וועסטו דיר אינטערהאלטן. פון ווי אזוי מ'קעמט פערד ביז ווי אזוי קען מען ווערן א פיילעט איבערנאכט (מקען נישט, בדרך אגב..)
5. ענערגיע - ווען איר זאלט טרינקען 5 קאוועס, צולייגן א פעקל ציקער, מיט נאך דריי ענערגי טרינקען וועט איר האבן די ענערגיע פון א מידער ADHD.

בדרך אגב, עס איז דא ADD אנעם H, איך קען זיך נישט אויס מיט דעם

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:55 am

א דאנק פארן עקלערן.
ADHD קומט מיט א שטארקע דורשט צו ליינען און לערנען בכלליות? אדער קען זיין אז אפשר וועגן דו האסט ליב צו לערנען און וויסן ביי נאטור אויס, שטופט דיך ADHD שנעל און שטארק פאראויס צו קענען און לערנען אסאך, אדער איז דאס א זאך וואס יעדער מיט ADHD האט אז ער האט א דורשט צו לערנען און וויסן?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

.O.C.D האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 2:15 pm

א דאנק פארן עקלערן.
ADHD קומט מיט א שטארקע דורשט צו ליינען און לערנען בכלליות? אדער קען זיין אז אפשר וועגן דו האסט ליב צו לערנען און וויסן ביי נאטור אויס, שטופט דיך ADHD שנעל און שטארק פאראויס צו קענען און לערנען אסאך, אדער איז דאס א זאך וואס יעדער מיט ADHD האט אז ער האט א דורשט צו לערנען און וויסן?
שוין געזעהן עטליכע מיט ADHD וועלכע וועלן ליינען יעדע זאך מיט אותיות דערויף.
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: איך האב ADHD, דו אויך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 11:04 am
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:35 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:32 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:01 am
פארוואס זאל איך עס האלטן פאר א סוד?

דר. Ira Sacker איז געווען דער וואס האט 'אנדעקט' די ADHD ביי מיר.
דר. נודמאן פון מענהעטן האט מיר געגעבן די ריכטיגע דאסעדש פון די מעדעצין און באגלייט נאכדעם. יא, ער איז גאר א שטרענגער דאקטאר, אבער איך אים האב אים זייער ליב.
נחמיה ראזען פון ב"פ באגלייט מיר שוין עטליכע יאר פאר די "העלפ".
דארף מען גיין צו אזוינע מומחים פון מאנהעטן וכדומה, אדער א לאקאלער דאקטאר איז פונקט גענוג?
ADHD איז פון די מערסט מיס-דייעגנאזד דיססארדערס, דהיינו אפטמאל איז עס נישט ADHD נאר אנדרע זאכן און אפטמאל איז עס אביסל ADHD מיט אסאך אנדערע ענינם וואס האבן זיך צוואקסן פון די שוועריגקייט פון האבן ADHD, דערפאר איז נישט גוט צו גיין צו סתם א יקיש נאר בעסער א מומחה.
מאונט סיינע האט א ספעציעלע ADHD צענטער מיט ספעציעל טעסטס
איר זענט אזוי הייליג גערעכט!!
שמועה שמענו, איך האב עס נאך נישט געזעהן, אז היינט צוטאגס קען מען זעהן אויף א ספעציעלע קעט-סקען אויב איינער האט די מתנה.

עס מאכט סענס, ווייל איינער מיט די מתנה מיינט אז די מוח איז 'געווייערד' אנדערש.
נישטא אזא זאך און וועט נישט זיין קיינמאל.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”