א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6207
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:32 pm
בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:28 pm
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:52 pm
ליידער זעהט מען ביי די בעסטע און די שענסטע... ווען עס קומט צו דרייווען וכו'... ווערן זיי פארוואנדעלט און צוויי פיסיגע חיות מטורפות...
מ׳ווערט נישט דעמאלטס פארוואנדעלט. דעמאלטס קומט ארויס די אמת
לאו דווקא...
איך קען באמת וואילע מענטש, אבער ווען עס קומט צום דרייווען האבן זיי א גרויסע נסיון...
א געוויסע עגו וואס איז דא ביים דרייווען...
יא יא, דעמאלטס קומט ארויס די עכט באהאלטענע נאטורן...
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

א צובויגענע פלעיט האבעך נאך קיינמאל געהאט, אבער סתם אזוי יעדע נאכט ביים אהיימקומען שוים איך עקסטער אויף דעם וואס רוב (זאג נישט אז איך בין מגזם, הייב אן קוקן וועסטו זעהן אז סיז ליידער אמת!) אידן פארקירן זייער וויהקל מינימום צוויי פיס אוועק פון די נעקסטע קאר.
ר' איד איך ווייס אז איר האט זייער מורא אז איינער גייט צוקריצן אייער קאר אבער פארקירן ווי א אומ-מענטש גייט אייך נישט העלפן, ווייל איינער וואס קען נישט פארקן גייט צומזיקן אייער אויטא אפילו ביסט געפארקט א מייל פארנט פון אים, און איינער קען יא גייט אייך נישט אנרירן אפילו ביסט נאר זעקס אינטשעס אפגעריקט, סאו הייבטס אן טראכטן פון א צווייטן און רוקט אייך צי וואס נענטער צו די נעקסטע קאר אז א אנדערע איד וואס קומט אויך אהיים הינגעריג נאך א טאג ארבעט זאל נישט ברויכן מאכן לכבוד אייך זעקס הקפות ארום די גאס!!!

#איך-פארק-מענטשליך
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:25 pm
א צובויגענע פלעיט האבעך נאך קיינמאל געהאט, אבער סתם אזוי יעדע נאכט ביים אהיימקומען שוים איך עקסטער אויף דעם וואס רוב (זאג נישט אז איך בין מגזם, הייב אן קוקן וועסטו זעהן אז סיז ליידער אמת!) אידן פארקירן זייער וויהקל מינימום צוויי פיס אוועק פון די נעקסטע קאר.
ר' איד איך ווייס אז איר האט זייער מורא אז איינער גייט צוקריצן אייער קאר אבער פארקירן ווי א אומ-מענטש גייט אייך נישט העלפן, ווייל איינער וואס קען נישט פארקן גייט צומזיקן אייער אויטא אפילו ביסט געפארקט א מייל פארנט פון אים, און איינער קען יא גייט אייך נישט אנרירן אפילו ביסט נאר זעקס אינטשעס אפגעריקט, סאו הייבטס אן טראכטן פון א צווייטן און רוקט אייך צי וואס נענטער צו די נעקסטע קאר אז א אנדערע איד וואס קומט אויך אהיים הינגעריג נאך א טאג ארבעט זאל נישט ברויכן מאכן לכבוד אייך זעקס הקפות ארום די גאס!!!

#איך-פארק-מענטשליך
איך פארשטיי אז איר שוימט אבער איינס ביז צוויי פיס אפגערוקט איז זייער נארמאל און איך ווייס נישט צו די גייסט פארדינען א גאנצע פארקינג ספאט דורך ריקן אלע קארס אויף א בלאק מיט א פיס נענטער.

יעצט לאמיר אנהייבן די דעבאטע איבער ווי נאנט מ׳קען פארקען…
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:29 pm

@באשיינפערליך האט ווארשיינליך גערעדט פון, ווען אויף דיין אנדערע זייט איז יא דא פלאץ, און דורך זיך אביסל צוזאם קוועטשן מאכט איר פלאץ פאר נאך א איד.
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

איך גיי קרעיזי פאר די סארט אשכולות....

איינער ברענגט ארויס א לעגטימע נושא.
די צווייטער פארשטייט איהם נישט גוט.
דער דריטער גייט שוין פערזענליך.
דער פערטער שימפט שוין אויף האלב כלל ישראל.
דער פיפטער טענה'ט שוין אז זיי זענען בכלל נישט קיין חלק פון כלל ישראל.

און דאן..... קומט דער מעקער-טראק צו פאר'ן אין אלעס ווערט ששאאאא שטיל....

גייט דורך פינעף פרישע בלעטער, וחוזר חלילה....
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:29 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:25 pm
א צובויגענע פלעיט האבעך נאך קיינמאל געהאט, אבער סתם אזוי יעדע נאכט ביים אהיימקומען שוים איך עקסטער אויף דעם וואס רוב (זאג נישט אז איך בין מגזם, הייב אן קוקן וועסטו זעהן אז סיז ליידער אמת!) אידן פארקירן זייער וויהקל מינימום צוויי פיס אוועק פון די נעקסטע קאר.
ר' איד איך ווייס אז איר האט זייער מורא אז איינער גייט צוקריצן אייער קאר אבער פארקירן ווי א אומ-מענטש גייט אייך נישט העלפן, ווייל איינער וואס קען נישט פארקן גייט צומזיקן אייער אויטא אפילו ביסט געפארקט א מייל פארנט פון אים, און איינער קען יא גייט אייך נישט אנרירן אפילו ביסט נאר זעקס אינטשעס אפגעריקט, סאו הייבטס אן טראכטן פון א צווייטן און רוקט אייך צי וואס נענטער צו די נעקסטע קאר אז א אנדערע איד וואס קומט אויך אהיים הינגעריג נאך א טאג ארבעט זאל נישט ברויכן מאכן לכבוד אייך זעקס הקפות ארום די גאס!!!

#איך-פארק-מענטשליך
איך ווייס נישט צו די גייסט פארדינען א גאנצע פארקינג ספאט דורך ריקן אלע קארס אויף א בלאק מיט א פיס נענטער.

יעצט לאמיר אנהייבן די דעבאטע איבער ווי נאנט מ׳קען פארקען…
די ווייסט נישט וואס?? א עוורידזש מיניווען איז לאמיר זאגן צען פיס סאו אויב פארקן צוועלף קארס א פיס נענטער האמיר פארדינט א פארקינג ספעיס, און איך רעד שוין נישט פונעם פאקט אז זייער זייער אסאך קארס זענען א שיינע פאר פיס אפגערוקט!!

און פאר די טענה'סטוך צוריק שטעל דיר ביים ווינדאו פאר אפאר מינוט און באטראכט וויזוי וויליאמסבורגע איינוואוינער פארקירן
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:42 pm
אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:29 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:25 pm
א צובויגענע פלעיט האבעך נאך קיינמאל געהאט, אבער סתם אזוי יעדע נאכט ביים אהיימקומען שוים איך עקסטער אויף דעם וואס רוב (זאג נישט אז איך בין מגזם, הייב אן קוקן וועסטו זעהן אז סיז ליידער אמת!) אידן פארקירן זייער וויהקל מינימום צוויי פיס אוועק פון די נעקסטע קאר.
ר' איד איך ווייס אז איר האט זייער מורא אז איינער גייט צוקריצן אייער קאר אבער פארקירן ווי א אומ-מענטש גייט אייך נישט העלפן, ווייל איינער וואס קען נישט פארקן גייט צומזיקן אייער אויטא אפילו ביסט געפארקט א מייל פארנט פון אים, און איינער קען יא גייט אייך נישט אנרירן אפילו ביסט נאר זעקס אינטשעס אפגעריקט, סאו הייבטס אן טראכטן פון א צווייטן און רוקט אייך צי וואס נענטער צו די נעקסטע קאר אז א אנדערע איד וואס קומט אויך אהיים הינגעריג נאך א טאג ארבעט זאל נישט ברויכן מאכן לכבוד אייך זעקס הקפות ארום די גאס!!!

#איך-פארק-מענטשליך
איך פארשטיי אז איר שוימט אבער איינס ביז צוויי פיס אפגערוקט איז זייער נארמאל און איך ווייס נישט צו די גייסט פארדינען א גאנצע פארקינג ספאט דורך ריקן אלע קארס אויף א בלאק מיט א פיס נענטער.

יעצט לאמיר אנהייבן די דעבאטע איבער ווי נאנט מ׳קען פארקען…
@באשיינפערליך האט ווארשיינליך גערעדט פון, ווען אויף דיין אנדערע זייט איז יא דא פלאץ, און דורך זיך אביסל צוזאם קוועטשן מאכט איר פלאץ פאר נאך א איד.
גענאגלט קוקט אויס ביסט א היזיגע איינוואוינער....
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:55 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:42 pm
אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:29 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:25 pm
א צובויגענע פלעיט האבעך נאך קיינמאל געהאט, אבער סתם אזוי יעדע נאכט ביים אהיימקומען שוים איך עקסטער אויף דעם וואס רוב (זאג נישט אז איך בין מגזם, הייב אן קוקן וועסטו זעהן אז סיז ליידער אמת!) אידן פארקירן זייער וויהקל מינימום צוויי פיס אוועק פון די נעקסטע קאר.
ר' איד איך ווייס אז איר האט זייער מורא אז איינער גייט צוקריצן אייער קאר אבער פארקירן ווי א אומ-מענטש גייט אייך נישט העלפן, ווייל איינער וואס קען נישט פארקן גייט צומזיקן אייער אויטא אפילו ביסט געפארקט א מייל פארנט פון אים, און איינער קען יא גייט אייך נישט אנרירן אפילו ביסט נאר זעקס אינטשעס אפגעריקט, סאו הייבטס אן טראכטן פון א צווייטן און רוקט אייך צי וואס נענטער צו די נעקסטע קאר אז א אנדערע איד וואס קומט אויך אהיים הינגעריג נאך א טאג ארבעט זאל נישט ברויכן מאכן לכבוד אייך זעקס הקפות ארום די גאס!!!

#איך-פארק-מענטשליך
איך פארשטיי אז איר שוימט אבער איינס ביז צוויי פיס אפגערוקט איז זייער נארמאל און איך ווייס נישט צו די גייסט פארדינען א גאנצע פארקינג ספאט דורך ריקן אלע קארס אויף א בלאק מיט א פיס נענטער.

יעצט לאמיר אנהייבן די דעבאטע איבער ווי נאנט מ׳קען פארקען…
@באשיינפערליך האט ווארשיינליך גערעדט פון, ווען אויף דיין אנדערע זייט איז יא דא פלאץ, און דורך זיך אביסל צוזאם קוועטשן מאכט איר פלאץ פאר נאך א איד.
גענאגלט קוקט אויס ביסט א היזיגע איינוואוינער....
כ'האב זיך איינגעהאלטן פון שרייבן פאר אחד הרבנים "מען קען זעהן אז איר וואוינט נישט אין די שטאט ווייל דארט איז 2 פיס שטחים פון פלאץ".

(אדער סתם אלץ רב פארקט איר קיינמאל נישט...)
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1472
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע: דיזי פון זיסע וויין....

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

Shachmel האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:08 pm
אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm
נעקסטע וואך מיטוואך, מאכט יואלי חתונה אין וויליאמסבורג" האט מיר די אשת חיל געלאזט וויסן.

אאאךךך, די קאשמארן הייבן זיך אן... די פארקינג, די טרעפיק, די טיקעטס, די ווילדע דרייווערס, די מענטשן-קארן מישמאש... אבער, יואלי מאכט דאך חתונה, קיין צוויי ברירות האט מען נישט. פארוואס דען האט מען קרובים אויב נישט זיך צו קענען באטייליגן ביי שמחות.

שוין, מיטוואך נאכט איז אנגעקומען, ענדליך נאך שווערע פלאגענישן און אומצאליגע טעלעפאון ריפן האט מיין ווייב פארשאפט א בעיביסיטער. ויסעו, מען לאזט זיך ארויס צום עיר הקודש וויליאמסבורג.

אנקומענדיג צום זאל, האב איך קודם אויסגעליידיגט די קאר פון מענטשן כנהוג, און דאן האב איך זיך גענומען צו מאכן הקפות; ווי גייט נאר דעם ווערטל? איך בין אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג זיכן פארקינג, און איינוועגס בין איך שוין אריין זאגן מזל טוב פאר מיין ברודער וואס מאכט חתונה.

די ערשטע פאר הקפות זיכט מען נאך ליגאלע פארקינגס, אפשר וועט די מזל שפילן היינט... דערנאך הייבט מען שוין אן צו זיכן פאמפס און מען פארברייטערט דעם פארימעטור, מען זיכט שוין און די ברייטערע ארום.

איך מאך נאך איין הקפה ארום די גאס פונעם זאל, און!!! פינדערווייטנס אנטפלעקט זיך צוויי (!!!) פארקינג פלעצער ממש פארנט פונעם זאל! מיין מויל הייבט ספאנטאן אן צו שעפשן קאפיטלעך תהלים, ווער ווייסט וואס עס קען נאך פאסירן ביז איך קום אן ביז אהין... און פופס! איינער מיט א שווארצע בעל גאווה וויהעקל, מיט טינקעלע פענצטערס, האט מיט גרויס חוצפה צוגעכאפט איינע פון די פארקינגס פארנט פון מיינע אויגן!

שוין, "ס'דאך דא א צווייטע פארקינג הארט דערנעבן" טראכט איך צו זיך... אבער דער יעניגער איז צו מיינע צרות א סדום'ניק, א בשבילי'ניק, ער געבט זיך א שפרייט ארויס אן טראכטן קיין צוויי, אזוי אז מיין אדעסי האט שוין נישט געקענט געהעריג אריינפיטן. איך האב געמאכט נאך אן הקפה ארום דעם בלאק, און נאכן זען אז ס'איז כלו כל הקיצין האב איך מיר בלית ברירה אנגעהויבן אריינצוקוועטשן דארטן ביי דעם ספאט.

די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג ווי יענער האט נאך אסאך פלאץ פארנט פון זיך. מיסטער, פארוואס ביסטו אזא אוממענטש אז דו קענסט זיך נישט אביסל נענטער ריקן צום קאר פון פארנט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן?!?!

איך דריי דעם מיניווען אהער און אהין, מען דרייט די רעדל אינגאנצן אהער, און מען געבט א קליינע ריק, און דאן רירט מען שוין כמעט אן די קאר פון די בעק, מוז מען אינגאנצן ריקן די רעדל אויף פארקערט און זיך געבן נאך א פיצי ריק, וחוזר חלילה ביז ענדליך האב איך מיר אריינגעקוועטשט אין דעם קליינטשיגן לעכל.

איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)

איך האב גאנץ פיין באמערקט אז בשעת איך האב מיך ארויפגעריקט האט איך אנגערירט יענעמס קאר פון פארנט. יא! מיין קאר האט יעצט "אנגערירט" זיין קאר! געפערליך! איך וואלט נאך געקענט צוריק אריינגיין אין מיין קאר און צוריק בעקן א טראפעלע אזוי אז איך זאל חלילה נישט אנרירן דעם קאר, אבער איך האב נישט געהאלטן אז עס קומט זיך אים. און בכלל האב איך נישט געוויסט אויב דער וועט נאך זיין דארטן ווען איך וועל שוין גיין. און אויב יא וועל איך ווייטער דארפן אריינטאנצן און ארויסטאנצן פון מיין קאר זיך צו ריקן צו קענען צוריק אריינלייגן מיין שטריימל.

הכלל, איך האב געלאזט מיין קאר אזוי קישנדיג יענעמס אויפגעריסטעטע קאר, און אריין אינעם זאל זיך מיטצופרייען מיט יואלי'ן. מען האט געטאנצן, זיך מיטגעפרייט, אויסגעטוישט הענט דריקן, פארזיכט פונעם סעסעמי טשיקן, געטרינקען פון די וואסער מיטן צוקוועטשטן לעמאן דערין, און ארומשפאצירט אביסל אינעם זיידע רינג.

מען האלט שוין ביים אהיימגיין. איך גיי צוריק צו מיין קאר, פונדערווייטנס זעה איך אז דער שרעק אנווארפנדע קאר איז שוין נישט דארטן, ער האט שוין אפגעפיצט פונעם האריזאנט און א צווייטע קאר האט איבערגענומען זיין פלאץ. "זייער גוט אז ער איז שוין געגאנגען פון דא" טראכט איך צו מיר "יעצט איז שוין דא אביסל פלאץ, מען קען שוין אטעמען".

איך קום אן נענטער צו מיין קאר און עס ווארט מיר אפ א סערפרייז... דער פארשוין האט ארויפגעבויגן מיין גאנצע לייסנספלעיט אויף ארויף! (בעסער מסביר צו זיין, מיין פלעיט איז נאר אריינגעסקראוט פון אויבן מיט צוויי סקרואס, אבער פון הונטן הענגט עס אראפ געהעריג אן קיין סקראו, אזוי ווי אסאך פירן זיך. האט דער חיה רעה געגאנגען און ארויפגעבויגן דעם גאנצן פלעיט, פון נאך די סקראוס, אויף ארויף... אלעס פארן חוצפה פון נעבעך אנרירן זיין קאר)

(בלויז אנצומערקן, קיין גרינגע ארבעט איז עס נישט געווען פאר אים. יענער האט קודם געמוזט אריינגיין אין זיין קאר און זיך ארויפריקן, צוריק ארויסקומען פון זיין קאר און מיט די הענט צו וואס, בייגן א הארטע פלעיט אויף ארויף, און כנראה האט ער נאך שפעטער צוריק געבעקט מיט זיין קאר אריין אינעם געבויגענעם פלעיט עס צו באפעסטיגן)

איך האב זיך געדארפט מוטשענען אביסל צוריק אויסצוגראדן דעם פלעיט, מען קען דאך נישט פארן ווען מען קען נישט זען די נומערן... און, ויסעו, מען האט ארויסגעיאפעצט פון דעם שטאט ווי שנעלער מעגליך.

יא, איך פארשטיי אז ס'זענען דא איידעלע וואוילע אידן אין וויליאמסבורג, רוב אידן פירן זיך נישט אזוי אויף, און דער מטורף רעפרעזענטירט נישט גאנץ כלל ישראל, דאך האט עס מיר געשטערט אז עס קען בכלל זיין אזא זאך אז א איד זאל זיך אזוי אויפפירן.

און צו דיר, אויב ליינסטו מיינע ווערטער לאמיר דיר דא זאגן אפען, א איד פירט זיך נישט אזוי אויף! א איד איז איידעלער פון דעם! אפשר האב איך טאקע נישט געטון ריכטיג אז איך האב אנגערירט דיין קאר, אבער דיין ריספאנץ איז ארויס פון יעדע פארפארציע! איינער האט נעבעך בארירט דיין איגו וואס באשטייט אינגאנצן פון א פענסי קאר, ווערסטו אזוי צעפידלט אזש צו גיין מזיק'ן יענעמס א זאך? און בכלל, פארוואס פארגינסטו נישט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן? פארוואס לאזטו נאר איבער פאר א צווייטן זיך צו אריינקוועטשן אין א פיצעלע ספאט? מען דארף טראכטן פון א צווייטער אויך!
איך כאפ נישט פינקליך די מעשה.
פון וויסטו אז יענער האט עס צובויגען?
ער שרייבט:

"איך קום אן נענטער צו מיין קאר און עס ווארט מיר אפ א סערפרייז... דער פארשוין האט ארויפגעבויגן מיין גאנצע לייסנספלעיט אויף ארויף! (בעסער מסביר צו זיין, מיין פלעיט איז נאר אריינגעסקראוט פון אויבן מיט צוויי סקרואס, אבער פון הונטן הענגט עס אראפ געהעריג אן קיין סקראו, אזוי ווי אסאך פירן זיך. האט דער חיה רעה געגאנגען און ארויפגעבויגן דעם גאנצן פלעיט, פון נאך די סקראוס, אויף ארויף... אלעס פארן חוצפה פון נעבעך אנרירן זיין קאר)

(בלויז אנצומערקן, קיין גרינגע ארבעט איז עס נישט געווען פאר אים. יענער האט קודם געמוזט אריינגיין אין זיין קאר און זיך ארויפריקן, צוריק ארויסקומען פון זיין קאר און מיט די הענט צו וואס, בייגן א הארטע פלעיט אויף ארויף, און כנראה האט ער נאך שפעטער צוריק געבעקט מיט זיין קאר אריין אינעם געבויגענעם פלעיט עס צו באפעסטיגן)"
אויב לערנט איר דעם דף טעגליך, קליקט דא, איר וועט הנאה האבן
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:29 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:25 pm
א צובויגענע פלעיט האבעך נאך קיינמאל געהאט, אבער סתם אזוי יעדע נאכט ביים אהיימקומען שוים איך עקסטער אויף דעם וואס רוב (זאג נישט אז איך בין מגזם, הייב אן קוקן וועסטו זעהן אז סיז ליידער אמת!) אידן פארקירן זייער וויהקל מינימום צוויי פיס אוועק פון די נעקסטע קאר.
ר' איד איך ווייס אז איר האט זייער מורא אז איינער גייט צוקריצן אייער קאר אבער פארקירן ווי א אומ-מענטש גייט אייך נישט העלפן, ווייל איינער וואס קען נישט פארקן גייט צומזיקן אייער אויטא אפילו ביסט געפארקט א מייל פארנט פון אים, און איינער קען יא גייט אייך נישט אנרירן אפילו ביסט נאר זעקס אינטשעס אפגעריקט, סאו הייבטס אן טראכטן פון א צווייטן און רוקט אייך צי וואס נענטער צו די נעקסטע קאר אז א אנדערע איד וואס קומט אויך אהיים הינגעריג נאך א טאג ארבעט זאל נישט ברויכן מאכן לכבוד אייך זעקס הקפות ארום די גאס!!!

#איך-פארק-מענטשליך
איך פארשטיי אז איר שוימט אבער איינס ביז צוויי פיס אפגערוקט איז זייער נארמאל און איך ווייס נישט צו די גייסט פארדינען א גאנצע פארקינג ספאט דורך ריקן אלע קארס אויף א בלאק מיט א פיס נענטער.

יעצט לאמיר אנהייבן די דעבאטע איבער ווי נאנט מ׳קען פארקען…
ווייסעך נישט ווען איך גיי מיר יעצט פאר'טענהן דא אויב איך בין אין קאנטעסט מיט איינער וואס האט שוין אמאל געדרייווט אדער נישט, אבער לאמיר זיין זייער קלאר:

צו פארקן א קאר און דייקא לאזן אסאך ספעיס פארנט פון זיך איז א הימל שרייענדע אומרעכט. יעדער וואס דרייווט ווייסט צו זאגן פון דעי סינעריאו ווען מ'קומט אהיים פון א חתונה שפעט ביינאכט און מ'טרעפט זיך בלי שום פארקינג פינעף בלאקס ארום און ארום דעם הויז. און ווען ממש איעדע צווייטע ספאט טרעפט מען זיך אן אין קארס וואס זיצן אינעם סאמע סענטער פון אזא צוויי אהאלב ספאטס כאחד האדם, ווייל מיט נאך א אינטש וואס זיי גייען זיך ריקן גייט שאדן ווערן אלע זייערע טייערע סענסערס וואס זיי האבן יא אדער נישט אין זייער קאר נאז.
און עס זעהט אויס אסאך מאל ווי דער יעניגער איז ארויס געקומען פון קאר מיט א אינטש מעסטער זיכערצומאכן אז ער איז אין סאמע סענטער און אז קיינער פיט נישט אריין אין ביידע זייטן פון ס'וויעקל זיינער...

און בנוגע פארדינען פארקינג ספאטס מאך דיר אליין ס'חשבון.

האסט נישט קיין צייט? פיין העליך דיר העלפן. רוב קארן זענען נישט לענגער ווי זעכצן זיבעצן פיס. (אז דו דרייווסט א קאנטעינער שיף, ביטע לאז עס איבער אין וואסער..) איז אז לשיטתך מ'רוקט ארויף א קאר וואס איז נישט מער ווי צוויי פיס אפגעריקט עטוואס נענטער, דאן לויט מיין חשבון פארדינט יעדע גאס מער ווי צוויי ספאטס, און דאס איז אויב מ'רעדט שוין טאקע פון צוויי פיס צווישן איין קאר אינעם צווייטן. איך מיין אז זאלסט אנהייבן אויסצורעכענען אביסל מער פארזיכטיג העסטע זעהן אז א מערהייט פונעם ציבור פארקירער לאזט פארענט און אונטער זיך א ריזן נומער מער ווי צוויי פיס...
דזשאסט קוק דיר אום..
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

גרויס בריטאניע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:25 pm
(אז דו דרייווסט א קאנטעינער שיף, ביטע לאז עס איבער אין וואסער..)

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

קאנטעינער שיף איט איז
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

די חוצפא פון דעם צובייגער איז געפערליך
מ'דארף נאר וויסן ווער ס'האט עס געטון

לגופו של ענין: מיינס א ידיד פון מאנסי, זאגט מיר, "קיין ווילי גיי איך נאר מיט א קאר סערוויס, די 200 טאלער איז מיר נישט ווערט צו שפארן אויפן חשבון פון מיין געזונט און צייט"
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מאכטס א מערכה, לייגטס חתימות!!!
#איך-פארק-מענטשליך
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

גאר א גוטע נקודה.

איך האב שוין געוואלט אמאל שרייבן דערפון, מען דארף ברענגען אויפמערקזאמקייט.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
בקע לגלגולת
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

אבער מען דארף אויך טראכטן פון די אנדערע זייט אז עס קען זיין אז ער האט געפארקט גוט און איינער איז ארויסגעפארן איז געווארן אזא ספאט וואס עס איז נישט אהער און נישט אהין סא נישט יעדער איז א חי.
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

מקווה איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 6:28 pm
מאכטס א מערכה, לייגטס חתימות!!!
האמיר דעם נחשון מיט די חתימה.

די טאלאנטפולע גראפיקער ווערן געבעטן צו פראדוצירן עפעס א שיינע זאך!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

בקע לגלגולת האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:13 pm
אבער מען דארף אויך טראכטן פון די אנדערע זייט אז עס קען זיין אז ער האט געפארקט גוט און איינער איז ארויסגעפארן איז געווארן אזא ספאט וואס עס איז נישט אהער און נישט אהין סא נישט יעדער איז א חי.
זיכער אזוי, מ'רעדט דאך פון ווען מ'זעהט יענעם אריינפארקען אזוי.
#איך-פארק-מענטשליך
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

די וועלט זאגט, אז לויט וויאזוי א מענטש דרייווט
קען מען זעהן וויאזוי זיין שלום בית זעהט אויס...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די אשכול דערמאנט מיר די אשכול, מיר בענקען זיך נאך דעם ראש העיר.....

viewtopic.php?p=1294464#p1294464
הדד בן בדד
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:35 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הדד בן בדד »

מענין לענין וועגן לאזן פלאץ...
אטעטשמענטס
Screenshot_20230609-024131_Telegram.jpg
Screenshot_20230609-024131_Telegram.jpg (239.14 KiB) געזען 457 מאל
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

מנהלים. ביטע צוזאמשמעלצן.
viewtopic.php?p=4304697#p4304697
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

בסד האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:20 am
מנהלים. ביטע צוזאמשמעלצן.
viewtopic.php?p=4304697#p4304697
קיין שום זין צו שמעלצן. איינער שרייבט דא זיין פערזענליכע געשיכטע.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

קוקט אויס אז יענער איז געווארן אזוי אויפגערעגט אז ער האט געשריגן: "אדער בייגן אדער לייגן"
צום סוף ברוב רחמנותו האט ער מחליט געווען צו "בייגן".
אבני שוהם
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:22 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שוהם »

חידוש נפלא האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:26 pm
קוקט אויס אז יענער איז געווארן אזוי אויפגערעגט אז ער האט געשריגן: "אדער בייגן אדער לייגן"
צום סוף ברוב רחמנותו האט ער מחליט געווען צו "בייגן".
נישט פארגעסן אז 'זיך לייגן אדער בייגן' ניצט מען אויף גוים, פאר אידן געבט מען צו עסן... נישט אויסמישן...

כ'פארשטיי אז דו מיינסט נאר א ווערטל, אבער לעצטנס זעה איך ווי טייל פארגעסן וועמען ר' ישעי'לע האט געניצט דעם פראז אויף, און מען ניצט עס אויף יעדע געפעכט וואס מאכט זיך נאר אין ס'מעדריש. אויף אזוי ווייט, אז א מגיד שיעור האט לעצטנס אנגעשריגן א בחור אין ישיבה פאר עפעס א אומרעכט וואס ער האט געטון, און דער בחור האט צוריקגעשריגן "ר' ישעי' ב"ר משה האט געזאגט אדער זיך לייגן אדער זיך בייגן"!!!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:24 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:14 pm
דרייוון א שווארצע עס יו ווי מיט טינקעלע פענסטער, איז ווי אויפהענגען א גרויסע סיין מיט א סטעטוס...
אבער,
ס׳זענען דא פיינע וואוילע אידן מיט די סארט קארס, און חיות ארויס פון זו מיט פשוט׳ע קארס וואס וואוינען נישט אין שטאט. דו ביסט שוין אריינגעקומען אין שטאט ״ריזענטפול״ און אויפגערעגט.

פאר נעקסט טיים, אדער פארק נישט אין יענע ספאט.
ריר נישט אן קיינעם׳ס באמפּער, עס האט סענסארס וואס קאסטן אלפים צו פארעכטן.
פיקס נישט יענעם צי און לאז אזוי, ווייל יענער איז שולדיג. ביסט זיך אליין שולדיג. ער שרייט חיה פאר דיר.
מ׳זוכט פארקינג אפילו מ׳דארף וואקן עטליכע בלאקס. דאס איז נישט קיין אויסרייד צו אנרירן אנדערע קארס.
נעם די באס אדער דרייוו נישט אריין.
קיינער איז נישט שולדיג אז דו האסט צו די חתונה נישט געהאט קיין נערוון.
איהר וואונט אין שטאט ? פון דיין תגובה זעהט אויס אז נישט
ביז 3 יאר צוריק געוואוינט אין ווילי. געפארקט אין ווילי, שוין געדרייווד א חדר באס אויף טעפי, סקילמאן. און געהאט מיין סטודיאו אין הארץ פון די טראפיק.

מ׳רירט נישט אן יענעם׳ס קאר, אפילו די פלעיט. ענדערש פארק נישא דארט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”