מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא - ענדע

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא - ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

פאר לאנגע יארן האב איך געלעבט מיט די איינרעדעניש אז די גאר אינטערעסאנטע
נפלאות הבורא ווי הערליך שניי באדעקטע בערג, טיפע טאלן וכדו' איז עפעס וואס
מען טרעפט נאר אין ווייטערע לענדער, א שטייגער ווי שווייץ אדער איטאליע.
געמיינט האב איך אז דאס איז נאר פאר איינער וואס איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן
דאס געלט וואס אזא נסיעה קאסט אפ. ביי אונז אין אמעריקא האט א
וואקאציע/אויספלוג געווענליך געמיינט א נסיעה קיין מיאמי אדער פאלם ספרינגס.

איך בין שטארק איבערראשט געווארן געוואר צו ווערן אז דא אין אמעריקא געפינט
זיך אן אוצר פון גאר אינטערעסאנטע נפלאות הבורא, בעיקר אין מערב אמעריקע.
איינע פון די דאגות וואס מענטשן האבן ביים פארן אויף נייע פלעצער איז וויאזוי
מען געבט זיך אן עצה מיט כשר'ע עסן, מנין, מקוה. אריינקוקענדיג מער האט איך
געזעהן ווי א שיינע חלק פון די שטעט זענען באוואוינט מיט אידישע איינוואוינער
און פארמאגן די אידישע אינפראסטרוקטשור צו ערמעגליכן אזא אויספלוג פאר היימישע
אידן.

איינע פון די שטעט וואס האט באקומען די מערסטע אויפמערקזאמקייט איז די שטאט
קאלאראדא. קאלאראדא איז געבענטשט מיט הערליכע נפלאות הבורא. די שטאט איז די
היים פון די מערסטע בערג שפיצן העכער 14 טויזנט פיס. די שטאט פארמאגט א ריזיגע
אויסוואל פון פלעצער צו באזוכן. איך וואלט געשאצט אז עס קען נעמען א חודש צייט
אנצוקומען צו באזוכן די אלע פלעצער. קאלאראדא'ס הויפט שטאט 'דענווער' איז
באוואוינט מיט אסאך אידן און פארמאגט אלע אידישע געברויכן.

די פאסיגסטע צייט צו באזוכן קאלאראדא איז דורכאויס די זומער (חוץ אויב מען
פארט מיט'ן ציל צו באזוכן די סקי רעזארט'ס און שניי אקטיוועטעטן). וויבאלד
געווענליך בין איך זומער אין קאנטרי איז נישט אויסגעקומען קיין געלעגענהייט צו
אינטערנעמען אזא נסיעה. איין זומער האב איך משום כמה סיבות נישט געקענט פארן
אין קאנטרי. האמיר מחליט געווען זיך ארויפצוכאפן אויף די געלעגענהייט און פארן
קיין קאלאראדא פאר א וואך צייט.

מען פארט
עס איז זונטאג נאכמיטאג ווען מיר לאזן זיך ארויס צום JFK עירפארט.
עס איז היינט שבעה עשר בתמוז, נישט די געשמאקסטע טאג זיך ארויסצולאזן. אונזער
JETBLUE פלייט איז געסקעדשולט זיך ארויסצולאזן 8:00 ביינאכט, דאס מיינט אז
ארום א שעה אריין אינעם פלייט קען מען שוין אויספאסטן.

מען האט איינקעטשעקט און אדורך סעקיורטי. עס איז צייט אויפצושטייגן אויפן
פליגער. די טיקעטס האב איך געבוקט בלויז געציילטע טעג פארדעם. קיין גרויסע
אויסוואל פון זיצן איז שוין נישט געווען. איינס פאר די לעצטע רייע האט פארמאגט
צוויי זיצן איינס נעבן צווייטן האט מען דאס גענומען.

מען מאכט זיך באקוועם אויף די זיצן ווען פון מיין רעכטע זייט (פענטסטער זיץ)
זיצט אן אייניקל פון די בני חם, אויף די לינקע זייט (אייל זיץ) זיצט מיין בני
בית. די פליגער פארלאזט די געיט און רוקט זיך אריבער צום ראנוועי. געמיינט האב
איך אז ביז א געציילטע מינוטן זעמיר אין די לופטן. אבער למעשה לאזט אונז די
פילאט וויסן אז מיר וועלן דארפן ווארטן אביסל. ענדליך נאכ'ן ווארטן איבער א
האלבע שעה האט מען זיך געהויבן אין די ליפטן.

נארמאל וואלט די פליגער גענומען א דירעקציע קיין מערב זייט. דאסמאל צוליב
שלעכטע וועטערס אין די געגענט האט מען זיך געוואנדן ארויף צפון בעפאר זיך
איינדרייען קיין מערב, דאס האט היפש פארלענגערט די וועג אבער פאר מיר
פרעזענליך איז דאס געווען א טובה וויבאלד ווילאנג מען פארט אינעם מערב ריכטונג
פארט מען אוועק פונעם זון אונטערגאנג וואס מיינט אז די זמן אויסצופאסטן ווערט
אלץ שפעטער און שפעטער.

אזוי פליענדיג האב איך כסדר געהאלטן אן אויג אויף די מאפע און געטשעקט ווען
איז די זמן צאת הכוכבים העכער די באטרעפענדע שטאט. נאך איבער א שעה אין די
לופטען איז שוין געווארן נאכט לכל הדעות, האב איך ענדליך געקענט אויספאסטן.
בסך הכל האב איך געפאסט מיט ארום 20 מינוט לענגער ווי די מענטשן אויף די ערד.

ברוכים הבאים צו קאלאראדא
נאך א לאנגע אויסמאטערנדע רייזע האט מען ענדליך געלאנדעט אינעם
דענווער איטערנאציאנאלע עירפארט. נאכ'ן אפירזוכן די פעקלעך זענען מיר
אויפגעשטיגן אויף א שאטעל וואס האט אונז גענומען צום הערץ קאר רענטעל. די קאר
רענטעל'ס געפינען זיך אפאר מינוט אוועק פונעם טערמינעל. אלץ א פרעזידענט סירקל
מעמבער האב איך געקענט אויסוועלן א קאר פונעם לאט. איינע פון די עס יו ווי'ס
האט נושא חן געווען אין מיינע אויגן האט מען דאס גענומען.

מען האט זיך ארויסגעלאזט צום האטעל וועלעכע געפינט זיך ארום א האלבע שעה וועג
פונעם עירפארט. מיר האבן איינקעטשעקט אינעם הייעט האטעל. די פרייז פער נאכט
איז געווען ארום $300 אבער איך דאס געבוקט מיט א קנאפע 8000 פוינטס.

ויהי ממחרת. אפאר מינוט פונעם האטעל געפינען זיך מערערע בתי מדרשים. די זמן
שחרית איז איבעראל בערך די זעלבע, עכ"פ נישט שפעטער ווי 7:00. איך האב
אויסגעקליבן די בית המדרש 'בני ישראל'. אנקומעדיג אהין האב איך געזען ווי די
ביהמ"ד געפינט זיך אינעם בעיסמענט פונעם בנין. אראפגייענדיג די שטיגן האב איך
מיר באגעגענט מיט א גרויסן בילד פונעם ליובאוויטשער רבי'ן. זעהט אויס אז דאס
פלאץ באשטייט פון חסידי חב"ד.

נאכ'ן דאווענען זענען אפאר אידן צוגעקומען געבן שלום עליכם און זיך
אינטערעסירט איבער וואס האט דא אהער געברענגט דעם ניו יארקן גאסט. פון דארט
בין איך צוריקגעגאנגען צום האטעל.

נאכן כאפן א שטיקל דרימל האמיר זיך ארויסגעלאזט צום איינציגסט'ן כשר'ע גראסערי
אין די געגענט. East Side Kosher Deli פארמאגט א פארהעלטניסמעסיגע גוטע
אויסוואל פון פראדוקטן. מיר האבן דארט מערערע מאל איינגעקויפט דורכאויס אונזער
באזוך. אזוי אויך פארמאגן דארט די לאקאלע King Soopers געשעפטן א שיינע
אויסוואל פון כשר'ע פראדוקטן.

אין דענווער איז אויך פארהאן א כשר'ע פיצא שאפ Brooklyn Pizza אונטער די השגחה
פון די וועד הכשרות ד'דענווער.

א באזוך ביי די רויעל גארדש
צוויי אהאלב שעה אוועק פון דענווער געפינט זיך די Royal Gorge
Bridge Park. דאס פלאץ איז א גאר פאפולערע אטראקציע אין די געגנט. די פארק
באשטייט פון א בריק וואס ציט זיך אריבער צווישן די הויכע פעלזן שטיינער העכער
די ארקענסאו ריווער, צושטעלענדיג אויגפארכאפענדע וויוס. די בריק שטייט ביי א
הייך פון 955 פיס העכערן טייך, ביז 2001 למספרם האט עס געהאלטן די רעקארד אלץ
די העכסטע בריק אין די וועלט. זייט דעמאלטס האט א צווייטע בריק אין טשיינע
פארכאפט דעם טיטל.

אויפ'ן ארט געפינען זיך מערערע אקטיוועטעטן. ווי א טרעם רייד וואס שפרייזט
אריבער דעם טאל, זיפ ליין, סקיי קאוסטער (א גאר אינטערסאנטע שרעקעדיגע רייד),
רעפטינג, אדער סתם די אפציע אריבער צו שפאצירן דעם בריק.

מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג פארענדיג אין א דרום ריכטונג. די וועג
פאר זיך איז גאר אינטערסאנט. אין קאלאראדא בכלל זענען די וועגן פול מיט
אויגפארכאפענדע וויוס וואו מ'דרייט זיך נאר. אינמיטן וועג פארט מען אדורך די
טאון פון 'קאלאראדא ספרינגס', די פלאן איז צו סטאפן דא אויפן וועג צוריק.

די וועטער איז געווען הערליך שיין. אנקומענדיג צום פארק האט מען געקויפט
טיקעטס. די General Admission טיקעט ענטהאלט צוטריט צום בריק און צו פארן
אויפן טרעם. מיר האבן זיך ארויסגעלאזט שפאצירן אויפ'ן בריק. די וויוס פון
ביידע זייטן זענען אויגפארכאפענד! די בריק איז באהאנגען מיט פאנען פון אלע
פופציג שטעט. אראפקוקענדיג אונטן זעהט מען די רעפט/שיפלעך וואס ווארפן זיך אין
די רושיגע כוואליעס. די בריק איז א סוספענשען בריק און בשעת'ן שפאצירן קען מען
פילן ווי עס שאקלט זיך אביסל פון די ווינטן.
אזוי אויך האט מען געכאפט א רייד מיט'ן טרעם, די רייזע אריבער די 1000 פיסיגע
טיפע טאל איז אן עקספיריענס פאר זיך.

גארדען אף גאד
פון דארט האבן מיר זי ארויסגעלאזט צוריק אין וועג צו אונזער
קומעדיגע דעסטינאציע, די הערליכע Garden Of God (געטוישט די נאמען צוליב
רעליגיעזע סיבות) וואס געפינט זיך אין קאלארדא ספרינגס. דאס פלאץ איז א
צוזאמשטעל פון אינטערסאנטע אראנדש-רויטע פעלזען שטיינער וואס שטעקן זיך ארויס
צווישן די גרינע געוויקסן אהערשטעלנדיג אן אייגענארטיג הערליך בילד. דאס פלאץ
איז פריי פון אפצאל פאר באזוכער.

אנקומענדיג צום פארק האט גערעגנט האמיר זיך צוערשט אפגעשטעלט ביים וויזיטאר
סענטער. נאך א שטיק צייט איז די זון צוריק ארויסגעקומען און מיר האבן זיך
ארויס געלאזט אויפן פארק ראוד. דורכאויס די דרייוו קען מען זיך אפשטעלן ביי
פארשידענע וויו פוינטס, אזוי אויך איז דא מערערע הייקינג טרעילס. אזוי ווי עס
איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג האבן מיר זיך באגניגנט מיט'ן אביסל ארומפארן
און זיך אפשטעלן ביי געציילטע פלעצער.

אין קאלאראדא ספרינגס געפינט זיך נאך א גאר אינטערסאנטע פלאץ Pikes Peak, דאס
איז א הויכע בארג שפיץ העכער 14 טויזענט פיס וואס אנצוקומען אהין קען מען דורך
ארויפדרייוון די Pikes Peak Highway אדער נעמט מען א טרעין (Cog Railway)
ארויף צום שפיץ. די צייט האט אונז למעשה נישט ערלויבט דאס אריינצוריקן.

פון דארט זענען מיר צוריקגעפארן קיין דענווער. מנחה האב איך געדאווענט אין
ביהמ"ד East Denver Orthodox Synagogue. דורכאויס די קומעדיגע טעג האב איך
דארט אפאר מאל געדאווענט מנחה-מעריב.

המשך

לעצט פארראכטן דורך jewish explorer אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:28 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

WOW אויסטערליש אינטרעסאנט און הערליך באשריבן, מיר שלונגען מיט דורשט
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

הערליכע באשרייבונג!
הערליכע בילדער!
גוט געשריבען! קיעפ איט קאמינג.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4408
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען, העמיר באלד צוריקומען בעז"ה
די בילדער קוקן אויס מאסיוו, סציעט צו ליינען!!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער אינטערסאנט, שיינע בילדער.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

זייער שיין באשריבן, יישר כח פארן מיטטיילן
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
--
דאס לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'פארשטייט א צווייטן. מ'פארשפאָרט זיך אסאך!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

הערליך!!!!
ווייכע ברויט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:14 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייכע ברויט »

הערליך איז ווייניג געזאגט! מיר ווארטן שוין אויפ'ן המשך!
די שיינקייט פון די וועלט איז אז ס'דא אלע סארט מענטשן, פארלאנג נישט א צוויטער זאל זיין פונקט ווי דיר
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

מאסיוו!
זייער קלאר און אינפארמאטיוו
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הערליך הערליך. איך בין שוין אויך געווען 3 מאל אין קאלאראדא, איינגעשטאנן אין וועיל, סאיז א ביוטיפאל סטעיט, רויעל גאדש איז ברעסטעקינג.
לדעתי איז עס נישט אויף די לעוועל פין שווייץ.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הערלעך שיין באשריבן מיט זייער שיינע בילדער. איך הייב עס אן נעמען ערענסט אויף דעם קומענדיגן וואקאציע!

איך האף אז דו וועסט אונז נישט לאזן דאווענען מעריב דעם ערשטן טאג... אונז ווילן מיט פארן מיט די גאנצע רייזע...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:00 am
הערליך הערליך. איך בין שוין אויך געווען 3 מאל אין קאלאראדא, איינגעשטאנן אין וועיל, סאיז א ביוטיפאל סטעיט, רויעל גאדש איז ברעסטעקינג.
לדעתי איז עס נישט אויף די לעוועל פין שווייץ.
איך בין איינשטומיג מיט דיר אז עס איז נישט ווי שווייץ, איך האב מיט מיינע ווערטער געמיינט צו דעמאנסטרירן די פאקט אז ביי אונז אינדערהיים געפינען זיך גאר אינטערסאנטע פלעצער וואס מענטשן ווייסן נישט דערפון.
איך האלט אבער נאך אלץ אז קאלאראדא קומט די מערסטע נאנט צו שווייץ פון סיי וועלכע אנדערע פלאץ אין אמעריקא, קאלאראדא פארמאגט אפילו א טאון Ouray וואס ווערט באטיטעלט אלץ די 'שווייץ פון אמעריקא'
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

jewish explorer האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:14 pm
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:00 am
הערליך הערליך. איך בין שוין אויך געווען 3 מאל אין קאלאראדא, איינגעשטאנן אין וועיל, סאיז א ביוטיפאל סטעיט, רויעל גאדש איז ברעסטעקינג.
לדעתי איז עס נישט אויף די לעוועל פין שווייץ.
איך בין איינשטומיג מיט דיר אז עס איז נישט ווי שווייץ, איך האב מיט מיינע ווערטער געמיינט צו דעמאנסטרירן די פאקט אז ביי אונז אינדערהיים געפינען זיך גאר אינטערסאנטע פלעצער וואס מענטשן ווייסן נישט דערפון.
איך האלט אבער נאך אלץ אז קאלאראדא קומט די מערסטע נאנט צו שווייץ פון סיי וועלכע אנדערע פלאץ אין אמעריקא, קאלאראדא פארמאגט אפילו א טאון Ouray וואס ווערט באטיטעלט אלץ די 'שווייץ פון אמעריקא'
יאפ. גערעכט
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

הערליך! דראמאטיש! ציענד! גאר גוט אראפגעלייגט.

מיר ווארטן אויף נאך!!!

דו האסט שטארקע טאלאנטן אין שרייבן און אין כאפן הערליכע בילדער.

די בילדער זענען נישט נארמאל שיין!!! איז עס אריגינעלע אדער ארומגעשפילט?
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

עולם הפוך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:48 pm
הערליך! דראמאטיש! ציענד! גאר גוט אראפגעלייגט.

מיר ווארטן אויף נאך!!!

דו האסט שטארקע טאלאנטן אין שרייבן און אין כאפן הערליכע בילדער.

די בילדער זענען נישט נארמאל שיין!!! איז עס אריגינעלע אדער ארומגעשפילט?
יישר כח פאר די פידבעק
די בילדער זענען טיילווייז פון וואס איך האב איך האב אליין געכאפט און אנדערע וואס נישט
הויז גרין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:10 am
לאקאציע: גרינע הויז

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז גרין »

זייער שיין און געשמאק
פאר'ן מחליט זיין אז דו מוזט גיין צו גייסטישע הילף. מאך זיכער אז דו ביסט זאט (אבער נישט אנגעגעסן און אראפגעשלעפט) אויסגעשלאפן און אויסגערוהט מיט א קלארע מוח. אפשר וועגן דעם ביסטו געווען נערוועז?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער גוט און געשמאק אראפגעלייגט, ווארט מיר אויפ'ן המשך. ש'כח!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא - חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

דינסטאג אינדערפרי זעמיר אויפגעשטאנען פרי צו כאפן דעם 6:00 אזייגער מנין אין
ביהמ"ד אהבת ישראל. די ביהמ"ד באשטייט פון מיטגלידער אין די באקאנטע אש
ארגינאזאציע פאר בעלי תשובה.

אנקומענדיג אהין האבן מיר אנגעטראפן א גרויסן בנין וואס ענטהאלט דעם ביהמ"ד,
בית חינוך און מקוה טהרה. איינער פון די מתפללים האט מיר אנגעוויזן וואו די
מקוה איז. נאכ'ן אויפשליסן דעם טויער מיט'ן קאוד וואס מ'האמיר שוין פון
פאראויס פארשאפט האט מען געכאפט א ווארימע טבילה און דערנאך זיך געשטעלט
דאווענען שחרית.

עס איז כדי צו אנמערקן אז פאר איך בין ארויסגעפארן האביך געמאכט ריסערטש איבער
מקוואות אין דענווער. די שטאט פארמאגט 3 מקוואות, 2 דערפון זענען דעמאלט'ס
געווען אונטער קאנסטרוקציע. די איינציגסטע אפציע איז געווען די מקוה אין 'אש'.

נאכן דאווענען האמיר אביסל געשמועסט מיט די מתפללים. די אידן דארט זענען זייער
פריינטליך אין האבן זיך אינטערעסירט איבער מיין נסיעה און געגעבן פארשידענע
געדאנקען וואו צו באזוכן.

ראקי מאונטען נאציאנאלע פארק
איינס פון די גאר פאפולערע פלעצער אין קאלאראדא איז די 'ראקי
מאונטען נאציאנאלע פארק'. די פארק איז איינס פון די מערסט באזוכטע נאציאנאלע
פארקס מיט אריבער 4 מיליאן יערליכע באזיכער. די פארק באשטייט פון דראמאטישע
הויכע שניי באדעקטע בערג, טיפע טאלן, מערערע טייכן, א ריזיגע אויסוואל פון
הייקינג טרעילס און פאנאראמישע וויוס. בקיצור א הערליכע פלאץ פון נפלאות
הבורא.

צו באמת דעקן דעם פארק פעלט זיך אויס א וואך אדער מער, געוואנדן וואס מ'וויל
אלץ אריינכאפן. מיר האבן באשטימט פאר די פארק 2 טעג. די פלאן האט געלויטעט אז
די ערשטע טאג וועט מען אונטער נעמען א לענגערע הייק און דערנאך אביסל ארומפארן
אין די פארק. די צווייטע טאג וועט מען זיך קאנצענטרירן אין די געגנט ארום 'בער
לעיק' וואו עס זענען פארהאן פארשידענע אינטערעסאנטע (גרינגע און שווערע)
הייקינג טרעילס.

מיר האבן זיך ארויסגעלאזט פון דענווער היפש פרי וויבאלד אין די זומער סעזאן
איז די פארק זייער פול. אויב פלאנט מען זיך ארויסצולאזן אויף אן הייק, דארף
מען זיך רעכענען אז די פארקינג פלעצער ארום די 'טרעילהעד' (די אריינגאנג צו די
הייקינג טרעיל) ווערן זייער שנעל פארנומען.

די וועג פון דענווער צום פארק נעמט ארום א שעה און א האלב. אלץ נענטער מען
קומט אן אלץ שענער ווערן די וויוס. פונדערווייטנס דערקענט זיך שוין די הויכע
שניי באדעקטע בערג. הארט פאר'ן אריינפארן אין די פארק פארט מען אדורך די טאון
'עסטעס פארק'. דאס שטעטל דינט אלץ א גאסט געבער פאר אסאך פון די פארקס
באזוכער.

מיר קומען אן צום טויער פון די פארק. נאכ'ן ווייזן מיין פאראויס רעזערווירטע
טיקעט, באקומען מיר א מאפע און מ'לאזט זיך ארויס אינעם פארק.

די הייק ארויף צום שפיץ פון Deer Mountain
מיר פארן צו צום Deer Mountain Trailhead וואו מיר פארקירן דעם קאר
און מען לאזט זיך ארויס אויפ'ן הייק.

ווי פריער געשריבן פארמאגט די ראקי מאונטענס א ריזיגע אויסוואל פון הייקינג
טרעילס. אויף דעם וועבסייט איז אויסגערעכנט א ליסטע פון מערערע טרעילס פון אלע
סייזעס אין לעוועלס. מיר האבן פון פאראויס געמאכט אביסל ריסערטש און געקומען
צו די החלטה אז מיר גייען הייקן דעם Deer Mountain Trail. די הייק איז 6.2
מייל ראונד טריפ מיט 1210 פיס אין Elevation Gain דאס הייסט אז דורכאויס דעם
שפאציר הייבט מען זיך א סך הכך פון 1210 פיס.

לויט ווי איך האב פארשטאנען איז דאס פאררעכנט אלץ א הייק וואס איז שוה לכל נפש
און איז פאסיג אפילו פאר אזעליכע מיט ווייניג הייקן עקספיריענס.

אלזא האמיר זיך ארויסגעלאזט אויפן שפאציר. דורכאויס די ערשטע מייל פונעם וועג
אנטפלעקן זיך הערליכע פאנאראמישע וויוס פון די קליינע ביימער אויסגעשפרייט
אויף די אפענע פעלדער ווען פונעם אינטערגרונד זעהט מען די שניי באדעקטע בערג.
די בארג וואס שטייט די מערסטע ארויס איז .Longs Peak דאס איז די העכסטע שפיץ
אינעם פארק ביי א הייך פון 14,255 פיס.

שפעטער אינעם וועג דרייט מען זיך אדורך צווישן די ביימער. ביי א געוויסע פונקט
הייבט מען אן ווערן גוט אויסגעמוטשעט. נאך אלעם קריכט מען אלץ העכער און העכער
און די אקסעדשין ביי די הייך איז שוואכער. די פראבלעם איז געווען אז אלץ
ווייטער מיר זענען געגאנגען האבן מיר געמיינט אז אט אט קומט מען אן צום שפיץ
און עס לוינט זיך נישט יעצט צוריקצודרייען. ביי פארשידענע פונקטן האב איך
אפגעשטעלט אנדערע הייקער'ס זיך נאכצופרעגן ווילאנג די טרעיל ציט זיך נאך און
וואס עס איז דא צו ערווארטן.

למעשה האמיר כסדר געמאכט פארשריט. דא און דארט האבן מיר זיך אפגעשטעלט כאפן
דעם אטעם און דערנאך ווייטער ממשיך געווען. ערגעץ ביי די שפעטערע חלק פון די
וועג האמיר זיך אנגעשטויסן אין א גרופע פערד רייטער וואס זענען געווען אויפן
וועג אראפ. איך האב מיר נאר געקענט אויס'דמיונ'ען אז הלוואי ווען איך קען ווען
זיצן באקוועם אויפ'ן פערד און זיך איינשפארן די כוחות ארויפצוקריכן דעם בארג.

מיר קומען אן צום סוף פון די 2.9 מייל וואו מיר באגעגענען א פרשת דרכים. איין
וועג טראגט צום טאון פון 'עסטעס פארק' בשעת די אנדערע פירט די לעצטע 0.2 מייל
וועג צום שפיץ. מיר דרייען זיך רעכטס אויפ'ן וועג צום שפיץ. די חלק פונעם וועג
איז לכאורה געווען די שווערסטע וויבאלד מען קריכט היפש אסאך און ביי די לעצטע
פאר 100 פיס, ממש פאר'ן שפיץ, גייט מען ארויף אסאך טרעפ וואס איז ווייט פון
גרינג.

ענדליך קומען מיר אן צום שפיץ און עס אנטפלעקט זיך הערליכע פאנארמישע וויוס!
יעצט פילט מען שוין ווי די לאנגע שווערע וועג האט זיך עטוואס אויסגעצאלט. פון
איין זייט זעהט מען די דראמאטישע הויעכע שניי באדעקטע בערג שפיצן. קוקנדיג
אויף אראפ דערקענט זיך די אפענע פעלדער פול מיט ביימעלעך. ווייטער ארויף אינעם
האריזאנט זעהט מען די טאון 'עסטעס פארק' און איר 'לעיק עסטעס' טייך. עס שרייט
ארויס פון זיך מה רבו מעשיך ה'!

נאכ'ן פארברענגען א שטיק צייט ביים שפיץ איז געקומען די צייט צו מאכן דעם וועג
אראפ. עס איז ערווארטעט אז די וועג אראפ גייט אסאך גרינגער און שנעלער אבער
דאס מיינט נישט אז מען קען אונטערשאצן די שוועריגקייטן פונעם וועג. ווי נישט
ווי ליגט נאך פאר אונז 3.1 מייל.

די וועג אראפ האט למעשה גענומען היפש שנעלער און ענדליך נאך ארום א שעה און א
האלב הייק האמיר זיך דערזעהן אונטן פונעם בארג.

טרעיל רידזש ראוד
עס איז שוין יעצט געווען ארום 2:30 נאכמיטאג. נאכ'ן זיך דערכאפן
אביסל די כוחות לאזן מיר זיך ארויס ווייטער אריין אינעם פארק. אונזער ציל איז
צו פארן אביסל פונעם 'טרעיל רידזש ראוד' און זיך אפשטעלן ביי פארשידענע וויו
פוינטס אויפ'ן וועג.

די 'טרעיל רידזש ראוד' איז א 48 מייל ראוד וואס שניידט אדורך דעם פארק. א
רייזע אויף דעם ראוד פירט דיר צו די אינטערעסאנטע חלקים פונעם פארק. דורכאויס
דעם וועג איז פארהאן מערערע פלעצער זיך אפצושטעלן און אריין נעמען די
פאנאראמישע וויוס.. די ראוד איז פאררעכנט אלץ די העכסטע ראוד אין די
פאראייניגטע שטאטן וואס ווערט כסדר אויסגעפלאסטערט. דורכאויס די ווינטער חדשים
איז די ראוד געשלאסן צוליב די שוועריקייטן מיט די אנגעהויפענטע שניי.

נאכ'ן פארן אפאר מייל שטויסן מיר זיך אן אינעם .Many Parks Curve Overlook מיר
פארקירן דעם קאר. די וויוס זענען אויסטערליש אינטערסאנט! א ברייטע אפענע טאל
ארומגענומען מיט הויכע בערג פון די זייטן. מען קנאקט אפאר בילדער און מען פארט
ווייטער.

אונזער ציל איז יעצט געווען אנצוקומען צום וויזיטאר סענטער וועלעכע געפינט זיך
ביי די העכסטע חלק פונעם ראוד. דורכאויס די קומענדיגע מיילן פארט מען אדורך
אויגפארכאפענדע וויוס פון הויכע בערג און טיפע טאלן. ביי די הייך פון ארום
עלעף טויזענט פיס קומט מען אן צום 'בוים ליניע' (Tree Line). דאס איז די הייך
גרעניץ וואו עס הערט אויף צו וואקסן ביימער. פון דא און ווייטער פארט מען אין
די ברייט אפענע פעלדער באקאנט אלץ 'עלפיין טאנדרע'.

ביי איין פונקט שטויסן מיר זיך אן אין א סטאדע הערשן וואס פאשען זיך רואיג
אויפ'ן פעלד.

אין די קומענדיגע פאר מייל שטויסן מיר זיך אן אין מערערע אווערלאקס איינס
בעסער פונעם צווייטן. ביים דערגרייכן ארום 12,000 פיס קומען מיר אן צום
וויזיטאר סענטער.

די וויזיטאר סענטער פארמאגט פארשידענע אויסשטעלונגען איבער דעם פארק. אזוי
אויך איז פארהאן דארט א גיפט שאפ. איינע פון די פראדוקטן וואס ווערט דארט
פארקויפט איז אן אקסעדשין בוסטער. דאס איז א ספרעי וואס מ'שפריצט אריין אין די
נאז/מאל וואס דארף מ'כלומר'שט העלפן אטעמען אין די הויכקייטן. למעשה איך האב
נישט געפילט עפעס ספעציעל אנדערש. ארגינעל האב איך געהאט ערווארטעט אז די
עפעקטס פון די שוואכערע אקסעדשין וועט האבן א שטיקל השפעה.

ארום די וויזיטאר סענטער זענען פארהאן פלאטפארמעס פון וואן מען קען באטראכטן
די אנטערסאנטע וויוס. נאכ'ן ארומשפאצירן דארט פאר א וויילע האמיר פארלאזט דאס
פלאץ. יעצט האבן מיר אנגעהויבן מאכן אונזער וועג צוריק צו דענווער מיט'ן פלאן
זיך צוריקצוזעהן דעם קומענדיגן טאג צו באזוכן די אנדערע חלקים פונעם פארק.

צווייטן טאג ביים ראקי מאונטען נאציאנאלע פארק
דעם קומענדיגע טאג האבן מיר זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט צום ראקי
מאונטען נאציאנאלע פארק. דאסמאל איז געווען די פלאן צו באזוכן די 'בער לעיק'
עריע. למעשה אנקומענדיג צום בער לעיק ראוד האבן מיר זיך אנגעשטויסן אין א ראוד
בלאקאדע מיט שילדן וואס האבן אנגעזאגט אז די פארקינג לאט איז פול.

דערזעהענדיג אז די פלאן ארבעט זיך נישט אויס האבן מיר מחליט געווען זיך
צוריקצוקערן שפעטער נאכמיטאג. אויף דערווייל וועלן מיר אדורך דרייוון דעם
גאנצן פארק ביז צום מערב אריינגאנג און דערנאך זיך צוריק דרייען און זיך
אפשטעלן ביי די פלעצער וואס זעען אויס אינטערעסאנט.

די וועג צום אנדערן עק נעמט ארום א שעה מיט פופצן מינוט. ביים אנקומען אויף די
אנדערע זייט האמיר זיך אפגעשטעלט ביי די .Coyote Valley Trail דאס איז א
קורצע, גרינגע טרעיל ארומגענומען מיט שיינע וויוס ווען אינדערזייט פליסט א
טייכל. דארט האבן מיר שפאצירט פאר א שטיק צייט אונטער א גאר אנגענעמע וועטער.

מיר לאזן זיך ווייטער ארויס אויפן פארק ראוד. ביי יעדע פאר מייל שטויסט מען
זיך נאכאמאל אן אין אן אווערלאק וואו מען קען זיך אפשטעלן באטראכטן די וויוס.

אינמיטן וועג פארן מיר אדורך די 'קאנטינענטאל דיווייד'. דאס איז א ליניע פון
בערג אין צפון אמעריקע וואס טוט אפטיילן מזרח און מערב. די וואסער אין די
טייכן פון מזרח זייט פליסן צו מזרח און ענדיגט אפ אין דעם אנטלאנטיק אקעאן.
בשעת די וואסער פון די אנדערע זייט פליסט אין די פארקערטע ריכטונג און ענדיגט
אפ אין דעם פאסיפיק אקעאן.

נאכ'ן פארן פאר 15 מייל גרייכן מיר די וויזיטאר סענטער ווי מיר האבן שוין
באזוכט דעם פריערדיגן טאג. דאסמאל גייען מיר זיך ארויסלאזן אויף א קורצע 10
מינוטיגע הייק אנצוקומען צום שפיץ וואס זיצט ביי א הייך פון 12,000 פיס.

די 'עלפיין רידש טרעיל' הייבט זיך אן פונעם פארקינג לאט און ציט זיך פאר ארום
א האלבע מייל. אויף א חלק פונעם טרעיל גייט מען אויף טרעפ. בשעת'ן גיין
באגעגנט מען שילדן וואס ווארענען נישט אראפצוטרעטן פונעם דרך המלך כדי נישט צו
שעדיגן די האקעלע געוויקסן וואס וואקסן אינעם אפענעם 'טאנדרע'. אנקומעדיג
נענטער צום שפיץ שטויסן מיר זיך אן אין די קליינע 'מארמאט' באשעפעניש וואס
שפרינגען ארום צווישן די שטיינער.

אנקומענדיג אויבן אנטפלעקט זיך א הערליכע פארנאראמישע 360 דעגרי וויו פון אלע
בערג ארום.

אונזער קומענדיגע ציל איז געווען אנצוקומען צום .Bear Lake Trailhead דאס איז
ביי די אנדערע עק פונעם פארק. אנצוקומען אהין פארט מעו אויפ'ן זעלבן וועג וואס
מיר זענען שוין געפארן אפאר מאל, די טרעיל רידש ראוד. א גרויס חלק פון די
פלעצער וואס מיר פארן פארביי האמיר שוין נעכטן באזוכט. דא און דארט שטעלן מיר
זיך אפ ביי די פלעצער וואס מיר האבן אויסגעלאזט די פריעדיגע מאל.

די Bear Lake Trailhead איז א שטארק פאפולערע דעסטינאציע אינעם פארק און ווי
דערמאנט אויבן ווערט די פארקינג לאט זייער שנעל אנגעפולט. די Trailhead איז אן
אריינפיר צו א נעץ פון מערערע טרעילס פון אלע סייזעס און לעוועלס וואס פירן צו
פארשידענע אינטערסאנטע טייכן און בערג שפיצן. די ערשטע און מערסט פאפולערע
פלאץ איז די Bear Lake וואס זיצט ביים אנהייב פונעם טרעילהעד.

וויבאלד עס איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג האבן מיר זיך באגניגנט מיט'ן
ארומשפאצירן אביסל ביים 'בער טייך'. אפשר ביי א קומענדיגע געלעגענהייט וועט
מען זיך אונטערנעמען א מער לענגערע הייק.

מיט דעם איז געקומען צו אן ענדע אונזער 2 טאגיגע באזוך אינעם ראקי מאונטען
נאציאנאלע פארק. ווי פריער דערמאנט איז דא דארט זייער אסאך צו זעהן. איך האב
אין די 2 טעג פרובירט צו דעקן די עיקר חלקים פונעם פארק. איך וואלט אבער גערן
צוריקגעגאנגען נאכאמאל פאר א באזוך.

המשך

לעצט פארראכטן דורך jewish explorer אום מיטוואך יולי 26, 2023 2:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ambit
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 3:22 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ambit »

jewish explorer האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:36 pm
פאר לאנגע יארן האב איך געלעבט מיט די איינרעדעניש אז די גאר אינטערעסאנטע נפלאות הבורא ווי הערליך שניי באדעקטע בערג, טיפע טאלן וכדו' איז עפעס וואס מען טרעפט נאר אין ווייטערע לענדער, א שטייגער ווי שווייץ אדער איטאליע. געמיינט האב איך אז דאס איז נאר פאר איינער וואס איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן דאס געלט וואס אזא נסיעה קאסט אפ. ביי אונז אין אמעריקא האט א וואקאציע/אויספלוג געווענליך געמיינט א נסיעה קיין מיאמי אדער פאלם ספרינגס.

איך בין שטארק איבערראשט געווארן געוואר צו ווערן אז דא אין אמעריקא געפינט זיך אן אוצר פון גאר אינטערעסאנטע נפלאות הבורא, בעיקר אין מערב אמעריקע. איינע פון די דאגות וואס מענטשן האבן ביים פארן אויף נייע פלעצער איז וויאזוי מען געבט זיך אן עצה מיט כשר'ע עסן, מנין, מקוה. אריינקוקענדיג מער האט איך געזעהן ווי א שיינע חלק פון די שטעט זענען באוואוינט מיט אידישע איינוואוינער און פארמאגן די אידישע אינפראסטרוקטשור צו ערמעגליכן אזא אויספלוג פאר היימישע אידן.

איינע פון די שטעט וואס האט באקומען די מערסטע אויפמערקזאמקייט איז די שטאט קאלאראדא. קאלאראדא איז געבענטשט מיט הערליכע נפלאות הבורא. די שטאט איז די היים פון די מערסטע בערג שפיצן העכער 14 טויזנט פיס. די שטאט פארמאגט א ריזיגע אויסוואל פון פלעצער צו באזוכן. איך וואלט געשאצט אז עס קען נעמען א חודש צייט אנצוקומען צו באזוכן די אלע פלעצער. קאלאראדא'ס הויפט שטאט 'דענווער' איז באוואוינט מיט אסאך אידן און פארמאגט אלע אידישע געברויכן.

די פאסיגסטע צייט צו באזוכן קאלאראדא איז דורכאויס די זומער (חוץ אויב מען פארט מיט'ן ציל צו באזוכן די סקי רעזארט'ס און שניי אקטיוועטעטן). וויבאלד געווענליך בין איך זומער אין קאנטרי איז נישט אויסגעקומען קיין געלעגענהייט צו אינטערנעמען אזא נסיעה. איין זומער האב איך משום כמה סיבות נישט געקענט פארן אין קאנטרי. האמיר מחליט געווען זיך ארויפצוכאפן אויף די געלעגענהייט און פארן קיין קאלאראדא פאר א וואך צייט.

מען פארט
עס איז זונטאג נאכמיטאג ווען מיר לאזן זיך ארויס צום JFK עירפארט. עס איז היינט שבעה עשר בתמוז, נישט די געשמאקסטע טאג זיך ארויסצולאזן. אונזער JETBLUE פלייט איז געסקעדשולט זיך ארויסצולאזן 8:00 ביינאכט, דאס מיינט אז ארום א שעה אריין אינעם פלייט קען מען שוין אויספאסטן.

מען האט איינקעטשעקט און אדורך סעקיורטי. עס איז צייט אויפצושטייגן אויפן פליגער. די טיקעטס האב איך געבוקט בלויז געציילטע טעג פארדעם. קיין גרויסע אויסוואל פון זיצן איז שוין נישט געווען. איינס פאר די לעצטע רייע האט פארמאגט צוויי זיצן איינס נעבן צווייטן האט מען דאס גענומען.

מען מאכט זיך באקוועם אויף די זיצן ווען פון מיין רעכטע זייט (פענטסטער זיץ) זיצט אן אייניקל פון די בני חם, אויף די לינקע זייט (אייל זיץ) זיצט מיין בני בית. די פליגער פארלאזט די געיט און רוקט זיך אריבער צום ראנוועי. געמיינט האב איך אז ביז א געציילטע מינוטן זעמיר אין די לופטן. אבער למעשה לאזט אונז די פילאט וויסן אז מיר וועלן דארפן ווארטן אביסל. ענדליך נאכ'ן ווארטן איבער א האלבע שעה האט מען זיך געהויבן אין די ליפטן.

נארמאל וואלט די פליגער גענומען א דירעקציע קיין מערב זייט. דאסמאל צוליב שלעכטע וועטערס אין די געגענט האט מען זיך געוואנדן ארויף צפון בעפאר זיך איינדרייען קיין מערב, דאס האט היפש פארלענגערט די וועג אבער פאר מיר פרעזענליך איז דאס געווען א טובה וויבאלד ווילאנג מען פארט אינעם מערב ריכטונג פארט מען אוועק פונעם זון אונטערגאנג וואס מיינט אז די זמן אויסצופאסטן ווערט אלץ שפעטער און שפעטער.

אזוי פליענדיג האב איך כסדר געהאלטן אן אויג אויף די מאפע און געטשעקט ווען איז די זמן צאת הכוכבים העכער די באטרעפענדע שטאט. נאך איבער א שעה אין די לופטען איז שוין געווארן נאכט לכל הדעות, האב איך ענדליך געקענט אויספאסטן. בסך הכל האב איך געפאסט מיט ארום 20 מינוט לענגער ווי די מענטשן אויף די ערד.

ברוכים הבאים צו קאלאראדא
נאך א לאנגע אויסמאטערנדע רייזע האט מען ענדליך געלאנדעט אינעם דענווער איטערנאציאנאלע עירפארט. נאכ'ן אפירזוכן די פעקלעך זענען מיר אויפגעשטיגן אויף א שאטעל וואס האט אונז גענומען צום הערץ קאר רענטעל. די קאר רענטעל'ס געפינען זיך אפאר מינוט אוועק פונעם טערמינעל. אלץ א פרעזידענט סירקל מעמבער האב איך געקענט אויסוועלן א קאר פונעם לאט. איינע פון די עס יו ווי'ס האט נושא חן געווען אין מיינע אויגן האט מען דאס גענומען.

מען האט זיך ארויסגעלאזט צום האטעל וועלעכע געפינט זיך ארום א האלבע שעה וועג פונעם עירפארט. מיר האבן איינקעטשעקט אינעם הייעט האטעל. די פרייז פער נאכט איז געווען ארום $300 אבער איך דאס געבוקט מיט א קנאפע 8000 פוינטס.

ויהי ממחרת. אפאר מינוט פונעם האטעל געפינען זיך מערערע בתי מדרשים. די זמן שחרית איז איבעראל בערך די זעלבע, עכ"פ נישט שפעטער ווי 7:00. איך האב אויסגעקליבן די בית המדרש 'בני ישראל'. אנקומעדיג אהין האב איך געזען ווי די ביהמ"ד געפינט זיך אינעם בעיסמענט פונעם בנין. אראפגייענדיג די שטיגן האב איך מיר באגעגענט מיט א גרויסן בילד פונעם ליובאוויטשער רבי'ן. זעהט אויס אז דאס פלאץ באשטייט פון חסידי חב"ד.

נאכ'ן דאווענען זענען אפאר אידן צוגעקומען געבן שלום עליכם און זיך אינטערעסירט איבער וואס האט דא אהער געברענגט דעם ניו יארקן גאסט. פון דארט בין איך צוריקגעגאנגען צום האטעל.

נאכן כאפן א שטיקל דרימל האמיר זיך ארויסגעלאזט צום איינציגסט'ן כשר'ע גראסערי אין די געגענט. East Side Kosher Deli פארמאגט א פארהעלטניסמעסיגע גוטע אויסוואל פון פראדוקטן. מיר האבן דארט מערערע מאל איינגעקויפט דורכאויס אונזער באזוך. אזוי אויך פארמאגן דארט די לאקאלע King Soopers געשעפטן א שיינע אויסוואל פון כשר'ע פראדוקטן.

אין דענווער איז אויך פארהאן א כשר'ע פיצא שאפ Brooklyn Pizza אונטער די השגחה פון די וועד הכשרות ד'דענווער.

א באזוך ביי די רויעל גארדש
צוויי אהאלב שעה אוועק פון דענווער געפינט זיך די Royal Gorge Bridge Park. דאס פלאץ איז א גאר פאפולערע אטראקציע אין די געגנט. די פארק באשטייט פון א בריק וואס ציט זיך אריבער צווישן די הויכע פעלזן שטיינער העכער די ארקענסאו ריווער, צושטעלענדיג אויגפארכאפענדע וויוס. די בריק שטייט ביי א הייך פון 955 פיס העכערן טייך, ביז 2001 למספרם האט עס געהאלטן די רעקארד אלץ די העכסטע בריק אין די וועלט. זייט דעמאלטס האט א צווייטע בריק אין טשיינע פארכאפט דעם טיטל.

אויפ'ן ארט געפינען זיך מערערע אקטיוועטעטן. ווי א טרעם רייד וואס שפרייזט אריבער דעם טאל, זיפ ליין, סקיי קאוסטער (א גאר אינטערסאנטע שרעקעדיגע רייד), רעפטינג, אדער סתם די אפציע אריבער צו שפאצירן דעם בריק.

מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג פארענדיג אין א דרום ריכטונג. די וועג פאר זיך איז גאר אינטערסאנט. אין קאלאראדא בכלל זענען די וועגן פול מיט אויגפארכאפענדע וויוס וואו מ'דרייט זיך נאר. אינמיטן וועג פארט מען אדורך די טאון פון 'קאלאראדא ספרינגס', די פלאן איז צו סטאפן דא אויפן וועג צוריק.

די וועטער איז געווען הערליך שיין. אנקומענדיג צום פארק האט מען געקויפט טיקעטס. די General Admission טיקעט ענטהאלט צוטריט צום בריק און צו פארן אויפן טרעם. מיר האבן זיך ארויסגעלאזט שפאצירן אויפ'ן בריק. די וויוס פון ביידע זייטן זענען אויגפארכאפענד! די בריק איז באהאנגען מיט פאנען פון אלע פופציג שטעט. אראפקוקענדיג אונטן זעהט מען די רעפט/שיפלעך וואס ווארפן זיך אין די רושיגע כוואליעס. די בריק איז א סוספענשען בריק און בשעת'ן שפאצירן קען מען פילן ווי עס שאקלט זיך אביסל פון די ווינטן.
אזוי אויך האט מען געכאפט א רייד מיט'ן טרעם, די רייזע אריבער די 1000 פיסיגע טיפע טאל איז אן עקספיריענס פאר זיך.

גארדען אף גאד
פון דארט האבן מיר זי ארויסגעלאזט צוריק אין וועג צו אונזער קומעדיגע דעסטינאציע, די הערליכע Garden Of God (געטוישט די נאמען צוליב רעליגיעזע סיבות) וואס געפינט זיך אין קאלארדא ספרינגס. דאס פלאץ איז א צוזאמשטעל פון אינטערסאנטע אראנדש-רויטע פעלזען שטיינער וואס שטעקן זיך ארויס צווישן די גרינע געוויקסן אהערשטעלנדיג אן אייגענארטיג הערליך בילד. דאס פלאץ איז פריי פון אפצאל פאר באזוכער.

אנקומענדיג צום פארק האט גערעגנט האמיר זיך צוערשט אפגעשטעלט ביים וויזיטאר סענטער. נאך א שטיק צייט איז די זון צוריק ארויסגעקומען און מיר האבן זיך ארויס געלאזט אויפן פארק ראוד. דורכאויס די דרייוו קען מען זיך אפשטעלן ביי פארשידענע וויו פוינטס, אזוי אויך איז דא מערערע הייקינג טרעילס. אזוי ווי עס איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג האבן מיר זיך באגניגנט מיט'ן אביסל ארומפארן און זיך אפשטעלן ביי געציילטע פלעצער.

אין קאלאראדא ספרינגס געפינט זיך נאך א גאר אינטערסאנטע פלאץ Pikes Peak, דאס איז א הויכע בארג שפיץ העכער 14 טויזענט פיס וואס אנצוקומען אהין קען מען דורך ארויפדרייוון די Pikes Peak Highway אדער נעמט מען א טרעין (Cog Railway) ארויף צום שפיץ. די צייט האט אונז למעשה נישט ערלויבט דאס אריינצוריקן.

פון דארט זענען מיר צוריקגעפארן קיין דענווער. מנחה האב איך געדאווענט אין ביהמ"ד East Denver Orthodox Synagogue. דורכאויס די קומעדיגע טעג האב איך דארט אפאר מאל געדאווענט מנחה-מעריב.

המשך יבא...

ווי זענען די בילדער?
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

ambit האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 1:11 am

די לינקס ארבעטן מער נישט
איך וואלט עס איבערגעלייגט אבער איך קען מער נישט עדיטען די תגובה
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

PDF Please
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

זייער שיין און קלאר באשריבן!!
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

jewish explorer האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 10:13 am

כמיין אז מקען בעטן די מנהלים צו טוישן, אבער פארוואס טאקע לייגסטו א לינק? איז נישט ענדערש צו לייגן די בילד דא ארויף סזאל בלייבן למשמרת?
אוועטאר
jewish explorer
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:15 pm

Re: מיין זומער אויספלוג אויף די בערג פון קאלאראדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish explorer »

כח און מח האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 1:04 pm

שוין פארראכטן
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”