ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בס"ד

איז געווען א גוי, א באקאנטער אינשורענס אגענט, וואס פלעגט אלעמאל האבן אינטערעסאנטע ענטפערס פאר די טיפיקל אבדזשעקשנס וואס מענטשן האבן...

מאכצעך אמאל אז ער האט מסביר געווען פאר איינעם וויפיל אינשורענס ער דארף האבן, יענער איז אהיימגעגאנגן און זיך אדורכגערעדט מיט זיין ווייב, און ער קומט צוריק די נעקסטע מאל און זאגט: "כאב גערעדט מיט מיין ווייב, זי זאגט אז ס'פעהלט נישט אויס אזוי סאך"... דער פה מפיק ענטפערט "צו דיין ווייב האסטע גערעדט? פארוואס? רעד ענדערש מיט דיין אלמנה!"...

טשולדיגט פאר מיין לענגווידזש, סיז אפשר נישט שיין אזוי צו רעדן, אבער די אנדערע וועג איז דען בעסער?

זייענדיג פארנומען מיט די מהפיכה קאמפיין, בינעך דערווייל נישט אנגעקומען דערצו, אבער כאמעך געהאט פארגענומען צו שרייבן איבער דעם ענין, דאס איז א זאך וואס פלאקערט, און ס'ווערט גאר ווייניג געטוהן דערוועגן... יעצט גיימער פראבירן אביסל אויפקלערן דעם עולם...

****************

פאר איך גיי ווייטער ווילעך קלארשטעלן, איך בין אין די אינשורענס ביזנעס, און אויב ווילסטו קלערן אז איך שרייבעס צוליב מיין ביזנעס, גאו אהעד! איך וועלמעך פרייען אויב נאך אפאר אידן גייען לכבוד דעם קויפן ביי מיר אינשורענס... אבער ליידער איזעס סאאאך מער פון מיר און מיין ביזנעס... סאו לאמער צוגיין צום פוינט...

*****************

גאר אפט מאכט זיך ווען מ'פרעגט א אינגערמאן די באקאנטע פראגע "האלאו, דו האסט אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?" הערט מען א ברייטע "יא"... זיכער האבעך... איך האב 3 פאלעסיס... איך גיי נישט אריינגיין אין א פאל ווען מ'ווערט געוואור אז ער האט איינס אויף זיך פון 250,000 און די זעלבע אויף די ווייב און די דריטע אויף א קינד אדער האט גע'לעפסד... דאס איז ליידער נישט קיין זעלטענהייט, אבער דאס איז א דבר פשוט אז סיז ניטאמאל קיין וויץ...

איך גיי רעדן פון די וואס האבן יא עפעס מער זאכליך, א אינגערמאן פון 30 יאר, ער האט 6 קינדער, ער האט א טאוטל פון א מיליאון דאללער אינשורענס אויף זיך און א מיליאון אויף די ווייב... ער איז מסודר!!! זיין "ווייב און קינדער זענען געקאווערט"...

לאמעך אבער פרעגן די ציפעדיגע פראגע, אויף קיין שום איד געדאכט... דיין ווייב און קינדער זענען מסודר, איז דיין אלמנה און יתומים אויך מסודר?

שרעקעדיג צו טראכטן, הא? די עלסטע איז 9 יאר, ער האט אונטער זיך נאך 4-5 פיצלעך... זאלעך גיבן דאס ווארט פאר הרב ראטענבערג פון אור חדש? ער העט אראפלייגן וויזוי א שטוב קוקט אויס מיט א מיליאון דאללער און זעקס קינדער... העסט נישט שלאפן פאר א חודש!!

לאמער פראבירן צו רעדן אביסל נאמבערס...

דאס לעבן פאר א געזונטע משפחה פון 5-6 קינדער קאסט היינט מינימום 100,000 דאללער א יאר, אויב לעבט מען שפארזאם, אויב נישט קאסטעס סאאאך מער! און אויב ח"ו א טאטע איז נישטא - פאר קיין שום איד געוואונטשן - דארף מען היבש מער פאר טעראפי און פריוואטע מלמדים פאר די קינדער וכו...

לאמער נעמען די קאנסערוועטיווע נאמבער פון 150,000 דאללער א יאר, וויזוי אין די וועלט קעמען קריעיטן די אינקאם פון 150,000 דאללער יאר יערליך בעת דער טאטע וואס פלעגט ברענגן פרנסה איז מער נישטא?

די איינציגסטע וועג איז מיטן אויפשטעלן א קרן וואס גייט ברענגן 150,000 דאללער א יאר...

די צייטן פון 2-3 פראצענט אינטערעסט רעיטס זענען אצינד אונטער אונז, יעצט קעמען באקומען ארום 5 פראצענט אויף געלט... אויב זאל די אלמנה באקומען א מיליאן דאללער, קען זי באקומען 50 טויזענט דאללאר א יאר... אפשר זאגסטו מיר וויזוי די קינדער דארפן קענען אנגיין? וויזוי קען אן אלמנה שפייזן אירע קינדער מיט א לאך פון 100,000 דאללער א יאר?

די ערשטע זאך וואס מענטשן טראכטן איז, פיין, ביסט גערעכט אז א מיליאון דאללער איז נישט גענוג... אבער איך דארף דאך אויך לעבן יעצט? דו ווייסט וויפיל ס'קאסט 2-3 מיליאון דאללער אינשורענס?

אין רעאלעטי, א געזונטער 30 יעריגער אינגערמאן קען היינט האבן פאר 50 דאללער א חודש א מיליאון דאללער אינשורענס, און מעגליך נאך ביליגער אדער אביסל טייערער, ווענצעך אין עטליכע דעטאלן... דריי מיליאון דאללער, קאסט ארום 150 א חודש... יא! סיז זייער אסאך געלט!

איז דאס אבער טאקע אזוי? ספענדסטו נישט פאר אנדערע זאכן דאפעלט און טריפלט פון דעם? קומצעך נישט פאר דיין ווייב און קינדער אזויפיהל צו וויסן אז אויב ח"ו עפעס געשעהט מיט דיר גייען זיי נישט ווערן אויסגעפראקט אין פובליק פאר א קרן יתומים קאמפיין אדער הונגערן...

כ'רעד שוין נישט פון די ביזיונות וואס א קרן יתומים קאמפיין ברענגט, ווי הרב ראטענבערג זאגט, קען אמאל א קרן יתומים אנמאכן חרבנות... אבער אז סינישטא קיין ברירה, וואס קעמען טוהן? איז דען נישטא קיין ברירה?

און ווען מ'מאכט יא א קרן יתומים קאמפיין, קומט מען דען אן צו וויפיל מ'דארף? מ'שלעפט ארויס פון כלל ישראל געלט, די גוטע אידן זענען זיך משתתף, דער מיט ח"י דאללער און דער מיט צען מאל ח"י... און מ'קומט אן צו האלב פון וויפיל מ'דארף האבן צו סורווייוון... האסט עס ממש נישט געקענט עוואוידן?

און לאמער זאגן אז דאס איז די קעיס, א מענטש האט באמת נישט איבעריג, כ'גלייב אז ער קען טרעפן א היתר צו צאלן פון מעשר... עכ"פ זאלסטע כאטש וויסן די פאקט, מיליאון דאללער איז נישט גענוג! אזוי העסטו עס עטליעסט לייגן אויף דיין פרייארעטי ליסטע לכשירחיב, נישט רעד דיך איין שלום עלי נפשי, כאב אינשורענס... זאלסטע גוט וויסן ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!!

****************

אין די לעצטע פאר יאר איז ב"ה דא א שטיקל אויפוואכונג איבער דאס ענין פון אינשורענס, ס'איז נאך דא גענוג און נאך ליידער וואס האבן נאכניש קיין אינשורענס, אבער ס'איז היבש בעסער געווארן די מצב... די פראבלעם איז אבער אז מענטשן ריעלייזן נישט וויפיל אינשורענס זיי דארפן האבן...

אויף דיין הויז וואס איז ווערד - לאמער זאגן - מיליאון דאללער, האסטו אינשורענס, פול קאווערידזש! אויף דיין קאר וואס איז ווערד - לאמער זאגן - 50,000 דאללער, האסטע פול קאווערידזש... אבער אויף די טייערסטע זאך, דיין אינקאם! וואס איז ווערד סאאך מער ווי דיין הויז און קאר בענאזאם, דא איז גענוג אביסל... מיין אינקאם איז 100,000 דאללער א יאר, איך אינשור נאר 50,000...

*************

ר' איד, נעם יעצט א קאלקעלעיטער און הייב אן רעכענען, אויב ח"ו עפעס פאסירט צו מיר, וויפיל געלט דארפן מיינע קינדער האבן צו סורווייוון, זיי זאלן בלייבן נארמאלע קינדער אויף וויפיל סיז שייך, נישט דארפן וואנדערן רח"ל בלויז ווייל סיז נישטא קיין געלט... וויפיל אלמנות זענען געצווינגן צו סעטלן אויף עניטינג, די קינדער זאלן נישט הונגערן, און די תוצאות זענען רח"ל!!

אויב ביסטו פון די וואס קעירן נישט, רעדעך נישט צו דיר, איך רעד צו די אידן וואס קעירן יא פאר זייערע קינדער, איך בעט ענק, פאר די טובה פון ענקערע קינדער, טראכטס איין מינוט, איך האב טאקע א פאלעסי, אבער האב איך אינשורענס?

**************

אקעי, איך ווייס שוין אז א פאלעסי מיינט נישט גענוג אינשורענס... סאו וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?

אדער ווי אסאך אינגעלייט פרעגן, וויפיל איז די עוורידזש אינשורענס וואס א אינגערמאן מיין עידזש דארף האבן?

כ'גיי נישט אריינגיין אין די עידזש פראגע, כ'גיי נאר לאזן וויסן אז אזא אבסורד פראגע דארף א לאנגס און א ברייטס, ס'האט נישט קיין הענט און קיין פיס...

עכ"פ צו די עצם פראגע, וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?

פאר מיינע קליענטן בינעכעס מסביר זייער פשוט...

וואס איז אינשורענס? אינשורענס איז נישט קיין לאטערי, איך קויף א טיקעט פאר 500 דאללער און אויב איך בין לאקי באקומט מיין ווייב מיליאון דאללער... אינשורענס איז א ריפלעיסמענט! למשל ביי פייער אינשורענס, אויב פאסירט א פייער און דו האסט פארלוירן דיין פוירניטשער ריפלעיסד די אינשורענס די ווערד פון דיין פוירניטשער, די זעלבע איז מיט דיין קאר, אדער סיי וועלעכע אינשורענס... אויב ס'איז דא א לאסס, קומט די אינשורענס אריין און באצאלט די שאדן וויפיל מ'האט פארלוירן...

א טאטע אדער מאמע האבן א וועליא וואס איז נישט ריפלעיסעבל! מ'קעניש ריפלעיסן עלטערן, פינטעלע! אבער איין חלק פון א טאטע און מאמע קעמען יא ריפלעיסן, דאס איז זייער אינקאם... ווען א טאטע גייט ארויס יעדן טאג ארבייטן און ברענגט אהיים 100,000 דאללער א יאר, פארוואס טוט ער דאס? פשוט ווייל אויפצוהאלטן זיין שטוב קאסט אים אזויפיהל... יעצט אויב די טאטע איז ל"ע נישט דא, קאסט עס ווייטער אזויפיהל, און אויב עפעס, קאסט עס נאך מער, מ'דארף דאך ריפלעיסן - אויף וויפיל ס'איז שייך - די אנדערע חלקים פון א טאטע...

סאו ווען דער מענטש ארבייט, ברענגט ער 100,000 דאללער א יאר, אויב קען ער מער נישט ארבייטן, דארף ער לייגן זיין געלט צו ארבייטן, זיין געלט זאל ברענגן די זעלבע געלט וואס ער האט געברענגט...

כדי צו קענען ברענגן 100,000 דאללער א יאר, דארף מען האבן - לויט די היינטיגע אינטערעסט רעיטס פון ארום 5 פראצענט - 2 מיליאון דאללער, וואס מ'לייגט אריין אין א גאראנטירטע פאנד, דאס וועט זיין די ריפלעיסמענט ח"ו אויב דער טאטע קען נישט ברענגען קיין פרנסה... ס'טייטש 2 מיליאון אויף 5 פראצענט = 100,000 דאללער א יאר...

וויזוי שאפט מען אבער 2 מיליאון דאללער צו אינוועסטן? אה, דא קומט אריין אינשורענס... ס'טייטש די 2 מיליאון דאללער אינשורענס גייט ריפלעיסן די לאסס פון די אינקאם וואס די טאטע האט געברענגט...

פרעג מיך יעצט נישט צו יעדער אינגערמאן מוז קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס... דאס איז בלויז א קאנצעפט, דער וואס זיין לעבן קאסט אים 50,000 דאללער א יאר, זאל קויפן 1 מיליאון און דער וואס זיין לעבן קאסט אים 250,000 זאל קויפן 5 מיליאון...

אבער א מענטש וואס זיין לעבן קאסט אים 150,000 דאללער א יאר און קויפט 2 מיליאון דאללער אינשורענס, זאגט בעסיקלי אז אויב ח"ו בין אין נישט דא, זאלן מיינע קינדער עסן פלייש בלויז 2 מאל א וואך, אדער גיין אין קעמפ יעדע צווייטע יאר...

סארי נאכאמאל פאר די שפראך, אבער ווי געזאגט, ווען מ'הערט פון אן אלמנה די פראגע "דעטס איט? וואס העט דא זיין?" איז שוין צו שפעט צו רעדן אזוי...

***************

סאו צו סאמערייזן...

אינשורענס איז א אינקאם ריפלעיסמענט, דו ברענגסט אריין א געוויסע סומע צו שפייזן דיין פאמיליע, אויב ח"ו ביסטו נישט דא, זאלן דיינע קינדער נישט אויסגיין פאר הינגער...

ווען דיין לעבן קאסט דיר 100,000 דאללער א יאר, דארפסטו ריפלעיסן לכה"פ 100,000 דאללער א יאר, אויב ריפלעיסטו נאר 50,000 דאללער א יאר, לייגסטו אריין דיינע קינדער אין גאר א שלעכטע פלאץ!

צו באקומען 100,000 דאללער א יאר, דארף מען היינט צו טאגס 2 מיליאון דאללער...

און גאר וויכטיג... צו קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס, פאר א געזונטער אינגערמאן, דארף נישט צו קאסטן מער ווי 100 דאללער א חודש
!

**************

איך גיי ענדיגן מיט מיין דיסקלעימער...

נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס אויף א פובליק פלאטפארמע, פאר סיי וועלעכע פראגע בנוגע אינשורענס פרעג דיין עידזשענט אדער בראוקער...

פאר מער, שיק אן אימעיל אדער קום אין אישי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סעסעמי סיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:29 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעסעמי סיד »

מוראדיג

ישר כח
די פראבלעים איז ליידער סאך מער ווי איר האט געשריבן, גיי איבערצייג דיך אליין קוק אויף dryveup.com און אלע אנדערע פלאטפארמעס וויפל קרן יתומים קאמפיינס עס איס געווען אין די לעצטע יאר

און ביי א טייל האב איך מיט געהאלטן ווי ביי די חתונה פון די קינד ווען מען האט ארומגעגאנגן וויל עס איז נישט געווען געניג

ועוד בשעת מען האט געבעטן פאר די חתונה האבן מענטשן נישט געוואלט געבן ווייל עס איז דא א קרן

איז נישט מער ווי גערעכט אז אויף יעדע צוויי קינדער וואס מען האט דארף מען לענ’’ד האבן א מינימום פאליסי פון א מיליאן דאלער
לעצט פארראכטן דורך סעסעמי סיד אום זונטאג יוני 04, 2023 3:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר!!!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

גאר שטארק!
איך האב שוין א 2 מיליאן דאלער פאליסי (אנטשולדיגס וויכי...), און איך צאל א נישטיגע אונטער $150 שוין אלס רויכערער... מיין אגענט האט מיר געזאגט אז פון יעצט און ווייטער גייט מיינע ציגארעטן קאסטן טייערער...
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
נחלתי
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

ישר כח פאר די וויכטיגע אויפוואכונג!
ממש אנפאנג קאוויד האט מיר כביכול מזכה געווען צו זיין שטארק אינוואלווד אין א קרן יתומים קאמפיין ווי מען האט פרובירט צוזאמשטעלן א מיליאן דאללער.
די ערשטע טעיק עוועי פון די קאמפיין איז געווען צו העכערן מיין פאליסי פון א מיליאן צו צוויי אהאלב (מיין דעמאלטסדיגע מאקסימום).

אויב מעגליך, הרב וויכי. ביטע מסבירן די עמאנט אינשורענס א קאמפאני וועט אפראווען. איז דאס דען נישט געוואנדען אינעם אינקאם וואס דארף ווערן ריפלעיסט? אויב יא, איז דאס ממש די גרעסטע ראי' אז וויכי איז גערעכט. דהיינו די קאמפעני וועט אייך סייווי נישט עפראווען פאר אסאך מער וויפול איר דארפט... וויל דאס איז אינקאם ריפלעיסמענט נישט א לאטערי. מילא וויפול זיי עפראווען אדער כאטש בערך אזויפול דארף מען האבן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א ווארט וועגן ערבים...

מ'הערט אסאך מאל מענטשן רעדן וועגן ערבים, אויב איינער רעדט דערקעגן קומען אנדערע און זאגן אז למעשה איזעס צדקה בדרך כבוד וכד'...

איך גיי נישט רעדן פון זייער צדקה, איך גיי אבער יא רעדן פון די מיינד סעט, ערבים האט אהערגעשטעלט א מיינדסעט כאילו מיט 100,000 דאללער, און יעצט מיט 150,000 דאללער פער יתום, סאלווד מען א פראבלעם... כ'גיי נישט אריינגיין אין זייער טעות פון אוועקלייגן געלט פאר חתונה מאכן, ווי כאילו דאס איז די נאמבער וואן פראבלעם... איך גיי רעדן אפילו אויב זיי גיבן יא א טשעק פון 150,000 דאללאר פער יתום...

דאס אהערשטעלן א מיינדסעט אז 750,000 דאללער פאר אן אלמנה מיט 4 יתומים ראטעוועט די שטוב איז א פארברעכן!! אויב איין מענטש קויפט נישט גענוג אינשורענס צוליב דעם, ווייל ער האטעך ערבים, האט די מיינדסעט גע'שחט'ן דורות!!! נעמעס נישט פון מיר, נאר פון "אור חדש", אן ארגענעזעישן וואס דיעלט מיט יתומים טאג טעגליך...

כא'שוין אמאל אביסל באשריבן א דרשה פון הרב ראטענבערג איבער דעם ענין, ער לייגט אראפ אז ל"ע ווען א מאמע פעהלט פון שטוב וויפיל עקסטערע געלט דארף מען האבן בלויז אז די קינדער זאלן גיין אין חדר און אין סקול נארמאל אנגעטוהן און זאט... זייער שטודיע זאגט אז די מינימום צו ריפלעיסן א מאמע ל"ע - און דאס איז אויב די טאטע בלייבט מיט די זעלבע אינקאם - איז לכה"פ עקסטערע 3 טויזענט דאללאר א וואך!!! דאס איז 150,000 טויזענט דאללאר א יאר!!!

רבש"ע! וויזוי ריפלעיסד מען 150,000 דאללער א יאר מיט 750,000 אדער 900,000 דאללער!

סארי פאר מיין אויסברוך, אבער ווען דו זאלסט באקומען די פאון קאללס וואס איך באקום... און לאמעכעס אראפלייגן ווי דער גוי האט געזאגט... איך דיעל טאקע מיט טאטעס און מאמעס פון קינדער ב"ה... אבער איך באקום אויך די פאון קאללס פון אלמנות - טאטעס און מאמעס פון יתומים, אויף קיין שום איד געדאכט...

דער זעלבע וואס האט געשריגן לאדעך נישט פון די חברה, סתם מארקעטינג... א מיליאון דאללער איז גענוג, שרייט יעצט, דעץ איט? נאר איין מיליאון?

ווי געשריבן, יא! איך בין אין די אינשורענס ביזנעס! איך, מיין שותף און מיין סטעף זענען גרייט ארויסצוהעלפן יעדער וואס וויל צוקויפן נאך דעד בענעפיט, קענסט שיקן אן אישי אדער אימעיל... אבער די קאמפיין האט גארניש מיט מיר, קענסט גיין צו סיי וועלעכע עידזשענט דו ווילסט, מאך אבער זיכער אז דו ביסט נישט פון די וואס האבן א פאלעסי און נישט קיין אינשורענס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נאך א וויכטיגע פוינט וואס מיין קאלעגע האט מיך מעורר געווען...

די נאמבער פון 2 מיליאון פאר 100,000 איז יעצט! די ראטעס זענען אביסל ארויף, אויב אבער רעיטס גייען צוריק צו 3 פראצענט דארף מען 3 מיליאון + צו באקומען 100,000...

סאו די נאמבער פון 1 מיליאון פאר יעדע 50,000 איז ממש א מינימום!!! פאר א סיבה אפראוון רוב אינשורענס קאמפאניס 30 מאל די אינקאם!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

אויב דו קויפסט א טערם פאלעסי קענסט עס באקומען פאר עכט ביליג, דער אנדערע פאלעסיס קאסט טייער פאר גארנישט און פאר נישט.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

טייערע @וויכטיג מאכער ווען וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט נאך א זקנה ושיבה טובה וועלן אייך אנטקעגן קומען די ענדלאזע זכותים פון שמירת עינים וואס איי וועלט האט פרודיצירט אויף א מאסיווער פארנעם

אבער.....(שרעקעדיג) פלוצים וועלן אפיר קומען דע געוויין פון צענדליגע אלמנות און הונדערטער יתומים, דו האסט געהאט די מיקראפן אין דיין האנט, האסט געהאט די שפראך, די פעדער און פארוואס האסטו נישט געמאכט א ויצעקו וואס זאלן אויפרודערן דעם יהדות החרדית

וויכי יעצט איז די צייט, דו האסט די מעגליכקייט צו אפווישן די טרערן פון די בעקעלעך פון די יתומימלעך

לך בכחך הזה והושע את ישראל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

עס מאכט אויס צו די פאליסיס זענען האול אדער טוירם?
(כ'רעד לצורך אינשורענס נישט 'פאליסי')
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pm
עס מאכט אויס צו די פאליסיס זענען האול אדער טוירם?
(כ'רעד לצורך אינשורענס נישט 'פאליסי')
די טערם גייט עקספייערן עט סאום פוינט, אבער נאכאלס בעסער ווי גארנישט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נחלתי האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:19 pm
ישר כח פאר די וויכטיגע אויפוואכונג!
ממש אנפאנג קאוויד האט מיר כביכול מזכה געווען צו זיין שטארק אינוואלווד אין א קרן יתומים קאמפיין ווי מען האט פרובירט צוזאמשטעלן א מיליאן דאללער.
די ערשטע טעיק עוועי פון די קאמפיין איז געווען צו העכערן מיין פאליסי פון א מיליאן צו צוויי אהאלב (מיין דעמאלטסדיגע מאקסימום).

אויב מעגליך, הרב וויכי. ביטע מסבירן די עמאנט אינשורענס א קאמפאני וועט אפראווען. איז דאס דען נישט געוואנדען אינעם אינקאם וואס דארף ווערן ריפלעיסט? אויב יא, איז דאס ממש די גרעסטע ראי' אז וויכי איז גערעכט. דהיינו די קאמפעני וועט אייך סייווי נישט עפראווען פאר אסאך מער וויפול איר דארפט... וויל דאס איז אינקאם ריפלעיסמענט נישט א לאטערי. מילא וויפול זיי עפראווען אדער כאטש בערך אזויפול דארף מען האבן.
עבסעלוטלי! געשריבן האלבוועגס אין מיין פריערדיגע תגובה...

ווען א מענטש וואס פארדינט 100,000 דאללער, וויל קויפן 10 מיליאון דאללער אינשורענס, גייט די קאמפאני אים נישט פארקויפן, ווייל א מענטש דארף זיין מער ווערד ווען ער לעבט, אויב איזער מער ווערד ווען ער שטארבט וועלן מאנכע אים וועלן זעהן טויט...

אויב די אינשורענס קאמפאניס אפראוון 30 מאל די אינקאם, איזעס ווייל זיי פארשטייען אז צו ריפלעיסן 100,000 דאללער, דארף מען 3 מיליאון!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרייסלער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:41 pm
עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:38 pm
עס מאכט אויס צו די פאליסיס זענען האול אדער טוירם?
(כ'רעד לצורך אינשורענס נישט 'פאליסי')
די טערם גייט עקספייערן עט סאום פוינט, אבער נאכאלס בעסער ווי גארנישט
כ'וואלט זייער געוואלט אז די אשכול זאל נישט אריינגיין אין די טוירם ווס האלל לייף דיבעיט...

ענדערש זאל די אשכול זיין אן אויפוואכונג צו קויפן מאקסימום אינשורענס, נישט קיין חילוק טוירם צו האלל לייף...

לאמעך זעהן, ארויף אויף דיין חתימה...

ארויף אויף סטעטוס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

אינטערשריפט ארויף
בה איך האב א פאלעסי און אויכט אינשורענס.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

אזא פנים האט אונזער @וויכי קודם פארפירט ער אז מ'זאל אראפ ברענגן נשמות אויף די וועלט, דערנאך פארפירט ער וועגן די נשמות וואס גייען צו יענע וועלט, עט סאם פוינט וועט ער זיך נעמען צו די מלאכים און דאן וועט זיין ששון....
------
צ'ק
קען א מענטש מיט א נידעריגע אינקאם מאכן עטליכע פאליסיס פון קלענערע נומערן?
אויב נישט - האב איך די ענטפער.
אויב יא - איז צוריק שווער די טענה פון וויכינען אז א מענטש קען נישט לאחר מותו זיין ווערד מער ווי בחיי חיותו.
וי''ל אז....?
אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

ערבים רעקעמענדירט א אינשארענס פאלעסי און זיי זאגן זייער קלאר עס איז נישט קיין ריפלעסמענט, זיי זענען נאר דא אז דער יתומים זאלן חתונה האבן! בכלל נישט צו ריפלעסן א אינקאם אזוי ווי לייף (צריך לומר טויט) אינשארענס איז דא פאר!
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

כ'האב געטראכט בדרך אפשר אזוי, Whole Life Insurance איז טאקע "לייפ" אינשורענס ווייל ס'רוב פון די בענעפיטן וואס מ'פארקויפט א שטייגער ווי טעקס בענעפיטס, ריווערס מארטגעדש, לאונס וכדו'זענען אלעס נוגע פאר "לייפ" דהיינו ווען מ'לעבט, ופוק חזי וויפיל מענטשן מאכן זיכער צו אויסלעבן אויף די דעט בענעפיט אזוי אז ווען זיי שטארבן בלייבט גארנישט איבער פאר די יורשים, פארשטייט זיך אז אויב זאל איינער אוועקגיין אינגערהייט פלוצלינג וועט בדרך אגב בלייבן א שיינע חתיכה פאר די יורשים, משא"כ טערם לייף אינשורענס איז טאקע בלויז דאס "דעט אינשורענס" דאס איז געמאכט געווארן איבערצולאזן געלט פאר נאכ'ן טויט (כ'גיי נישט אריין יעצט אין טערם פאר לייף פראדוקטן)
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

עפעס א ניק האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:51 pm
אזא פנים האט אונזער @וויכי קודם פארפירט ער אז מ'זאל אראפ ברענגן נשמות אויף די וועלט, דערנאך פארפירט ער וועגן די נשמות וואס גייען צו יענע וועלט, עט סאם פוינט וועט ער זיך נעמען צו די מלאכים און דאן וועט זיין ששון....
------
צ'ק
קען א מענטש מיט א נידעריגע אינקאם מאכן עטליכע פאליסיס פון קלענערע נומערן?
אויב נישט - האב איך די ענטפער.
אויב יא - איז צוריק שווער די טענה פון וויכינען אז א מענטש קען נישט לאחר מותו זיין ווערד מער ווי בחיי חיותו.
וי''ל אז....?

קענסט קויפן וויפיל פאלעסיס דו ווילסט, פון 250,000 און העכער קענסטו האבן די בעסטע רעיט ביי רוב קאמפאניס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

עס קען נישט זיין האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:03 pm
ערבים רעקעמענדירט א אינשארענס פאלעסי און זיי זאגן זייער קלאר עס איז נישט קיין ריפלעסמענט, זיי זענען נאר דא אז דער יתומים זאלן חתונה האבן! בכלל נישט צו ריפלעסן א אינקאם אזוי ווי לייף (צריך לומר טויט) אינשארענס איז דא פאר!
איך גיי דיך לאזן בלייבן גערעכט ווייל כ'וויל נישט די אשכול זאל ווערן נאך אן ערבים לייף אינשורענס אשכול...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מקווה איד האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:49 pm
אינטערשריפט ארויף
בה איך האב א פאלעסי און אויכט אינשורענס.
טענקס פאר דיין סיגניטשור!!

מ'דארף אויפשאקלן א וועלט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

Where can I find a whole life million dollar plus policy for $150 a month?
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 3:36 pm
בס"ד

איך גיי ענדיגן מיט מיין דיסקלעימער...

נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס אויף א פובליק פלאטפארמע, פאר סיי וועלעכע פראגע בנוגע אינשורענס פרעג דיין עידזשענט אדער בראוקער...

פאר מער, שיק אן אימעיל אדער קום אין אישי...
ביסטו א לייף אינשורענס אגענט ?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:40 pm
Where can I find a whole life million dollar plus policy for $150 a month?
וואו שטייט אז ס'דארף זיין האלל לייף?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:51 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 3:36 pm
בס"ד

איך גיי ענדיגן מיט מיין דיסקלעימער...

נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס אויף א פובליק פלאטפארמע, פאר סיי וועלעכע פראגע בנוגע אינשורענס פרעג דיין עידזשענט אדער בראוקער...

פאר מער, שיק אן אימעיל אדער קום אין אישי...
ביסטו א לייף אינשורענס אגענט ?
יא
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
עסומינג אז מ'איז נישט מחויב... איך רעד נישט פון קיין חוב, איך רעד פון די וואס ווילן, זאלן וויסן וואס צו טוהן...

קוק וואס כאב געשריבן, איך רעד נישט צו די וואס קעירן נישט, איך רעד צו די וואס קעירן יא!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”