א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איך וויל אויסשמועסן א זאך וואס איך האב נישט געזען אז עס זאל אויסגעשמועסט ווערן אויף די שפארעס פון אייוועלט.

יעדער איינער גייט אין שוהל דאווענען, יעדער איינער האט א מקום וואו ער דרייט זיך און וואו ער געפינט זיך, יעדער איינער דאווענט. פארט איז דער אטמאספערע אזוי אנדערש פון איינעם צום צווייטן. די תפילות זענען טאקע די זעלבע, די ווערטער זענען די זעלבע, אבער דאס דאווענען אליין איז גענצליך אנדערש.

פארהאן מענטשן וואס דאווענען אין א קליין שטיבל, אדער אפילו א גרעסערע שטיבל, דארט וואו יעדער קען זיך, היימיש, אינטימיש. מען קומט אריין אין בית-המדרש און דאס מויל אטעמט אפ מיט פארלייכטערונג, "אהה", ווידער צוריק אין שטיבל. מען טרעפט זיך מיט חברים, ידידים, מ'זאגט א גוט ווארט פאר דעם, גוט מארגן פאר יענעם. מען שטעלט זיך דאווענען. "ווער גייט היינט צום עמוד?" - מען טוט זיך אן דעם טלית און מען דאווענט. דאס דאווענען האט א טעם, גשמיות'דיג און רוחניות'דיג. אט איז דער ידיד וואס טיילט צוקערלעך פאר די קינדער... חיים בער מאכט היינט א זכר, אמת'דיג? - ער האט א שטוב פול מיט מיידלעך, די ערשטע יונגל... דאס איז באמת א שמחה... "קום נאר אהער דו יונגעלע, חיים פסח הייסטו, יא? - לאמיר דיר פרעגן א חידה אויף די פרשה, וועסט זאגן פאר דיין טאטע אז איך האב דיר געפרעגט..."

אצינד לאמיר ארויסגיין פון שטיבל און זיך אריבערכאפן אין דעם גרויסן שוהל:
אט קומען אידן, שטראמען איינע נאך די אנדערע, מען גייט ארויף די גרויסע ברייטע טרעפ אין פארנט פון דער מאסיווער געביידע. די גרויסע שטיינערנע זוילן ציען זיך ארויף מיט א שטאלץ ביז צום הימל, דאס מענטש שפירט זיך אזוי נישטיג און מינדערוויכטיג קעגן דעם ריזן געביידע. א פאבריק פון מענטשן באווייזט זיך פון אינדערווייניג, מענטשן גייען און קומען אהער און אהין. מען לייגט אראפ דעם טלית בייטל, מען מאכט זיך א קאווע צווישן די פילע מאשינען און ריזיגע כלים אינעם שטיבל. ריזיגע פליקאטן הענגען, אז מען זאל זיך נאכרוימען און נישט איבערלאזן קיין שמוץ - מאכט א רושם כאילו דו ביסט נישט באלעבאס דא, זאג שכוח אז מען סערווירט דיר אזוי שיין... אלעמאל איז דא צוזאמענגערוימט און מסודר. די גבאים און קהל מאכן א גוטע ארבעט און מאכן זיכער אז אלעס קלאפט ווי א זייגער. די מנינים אזוי אויסגערעכנט, אלס איז אזוי שיין און מסודר.

אין בית-המדרש הגדול איז פארהאן אן איבערפלוס פון א ציבור. דאס שיינקייט איז דאך אזוי גרויס, בשעת אלפים מישראל זינגען לכה-דודי, טאנצן בואי בשלום, זאגן שמע ישראל כאיש אחד בלב אחד לאביהם שבשמים. דו שטעלסט זיך אויף דיין מקום קבוע, וואס דו האסט געקויפט פאר טבין ותקילין. דער שכן אויפן באנק מאכט די וואך א שמחה, זייער שיין, מען מוז מיטהאלטן און אין דעם גרויסן קידוש שטוב וועט מען זיך מוזן באווייזן די וואך - הגם וואס נישט יעדע וואך באזוך איך דארט נאכן דאווענען. אויבן-אן זיצט דער רב שליט"א, א איד וואס אויף זיינע פלייצעס ליגט א ריזיגע קהילה. ער גיבט זיך אפ סיי מיט די מוסדות און מיט די אנפירערשאפט פון שוהל, און סיי מיט יעדן יחיד און טיילטמאל מיט גאר האקעלע נושאים. מזמן לזמן זאגט ער דרשות אדער פירט טישן, וואס דאס איז א חן און פאר פונעם שוהל. עס קען זיין אז די כוונה איז דא נישט אזוי שטארק ווי אין שטיבל, אבער די רוב עם הדרת מלך גיבט א מלכות'דיגן אויסקוק און מאכט א קידוש השם פארן הייליגן באשעפער.

...
לאמיר אויסשמועסן צוזאמען, וואס זענען די מעלות און חסרונות פון די שטיבלעך און פון די ריזיגע שוהלן?
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

מיין געפיל האט מער ליב א גרויסע שוהל, ווען ס’שייך, אבער דאך אין געוויסע מצבים, וועל איך מיר אריינזעצן אין א קליינע לעכל, ווייט פון די מענטשהייט...
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

ס’לעצטע מינוט האט זיך געקליקט ס’אשכול מיט 30 קליקס...
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

איך האב בעסער ליב א קליין שטיבל מיט א היימיש קרעמל, אבער פאר א יום טוב, א אהבה רבה, די הייליגע טעג קען איך נישט מוותר זיין אויף די גרויסע ביהמ''ד.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

א שטיבל איז זייער געשמאק אבער מען שמיעסט אסאך פאר של"ס איז עס זייער גיט אבער פאר א ווארעמע דאווענען איז א גרויסע שוהל געמאכט
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

VZQ האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 12:06 am
אבער פאר א ווארעמע דאווענען איז א גרויסע שוהל געמאכט
לכאורה מייינסטו בעיקר דעם הויעכע קול פון טויזנטער מענטשן וואס זאגן אמן וכו’
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

האסט נאר אנגעטאטשט די עקסטרעים פון ביידע זייטן, וואס טוט זיך מיט א גרויסע געגענט שול?
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

לייבל פריש האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 12:12 am
VZQ האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 12:06 am
אבער פאר א ווארעמע דאווענען איז א גרויסע שוהל געמאכט
לכאורה מייינסטו בעיקר דעם הויעכע קול פון טויזנטער מענטשן וואס זאגן אמן וכו’
ניין, אין א שוהל ווי די ביזט נישט ספעציעל נאנט מיט קיינעם
קימסט דיר אן גייסט אויף דיין פלאץ איבערגעדעקט מיטען טלית משא"כ ווען די דאווענען איז מיט חברים
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

רבותי!
גיי מיר צו וואלן
viewtopic.php?t=62750
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
שם בן נח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 23, 2021 5:56 pm
לאקאציע: אויף די הרי אררט

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם בן נח »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 10:13 am

...
לאמיר אויסשמועסן צוזאמען, וואס זענען די מעלות און חסרונות פון די שטיבלעך און פון די ריזיגע שוהלן?

איך האב חתונה געהאט בש”ט אין אן אנדערע שטאט וואו איך בין אויפגעוואקסן, נאך שבע ברכות די ערשטע וואך שבת האב איך זיך דערזעהן מיט אן ערענסטע פראבלעם, פון איין זייט האב איך געהאט א גוטע צען קליינע שטיבלעך ארום מיין שטוב וואס איך וואלט געקענט דארט גיין דאווענען, קודם איך האב נישט דעקענט אפמאכן צו וועלכע צו גיין, אזא עלי יניח סיטואציע.. אבער אסאך מער פון דעם האב איך זיך געזארגט אז אין דיזע שולן ברויך מען אנבאדינג קענען אלע מתפללים פון די מקווה יוד ביז די קאווע גבאי.. אין אלס איינער וואס איז נישט די גרעסטע מוילמאכער האב איך זייער געציטערט פון דעם. פון איין זייט איז עס א מעלה אז איינמאל די ביסט שוין איינגעגלידערט איז עס אסאך געשמאקער, אבער די חסרון איז ביי אזא מעשה ווי מיר.

פון די אנדערע זייט - וואס איך האב טאקע געטוהן - האב איך געהאט א גרויסע קהלישע געגנט שול ווי יעדער איז פון די זעלבע חסידות ווי איך, און איך ברויך נישט אפגעבן קיין דן וחשבון פאר קיינעם און די פילסט נישט די שטרענגע בליקן אויף דיר. אבער די חסרון דערפון איז אז עס דויערט דיר וואכן ביז די טרעפסט איינעם דיין יארגאנג מיט וועם די קענסט אויסטוישן א ווארט ביים טרינקען קאווע שבת צופרי.

כן נראה לענ”ד.
ה' יראה. אברהם קרא אותו יראה. שם קרא לו שלם. ומלכי צדק מלך שלם (בראשית יד יח). לפיכך נקראת ירושלים על שם שני הצדיקים האלה. (מדרש לקח טוב)

ווילסט מיר מענשענען? לייג אן אנדערע נאמאן און טויש זיין ID צו 19796. און טויש די נאמען צו מיין'ס.
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 10:13 am
איך וויל אויסשמועסן א זאך וואס איך האב נישט געזען אז עס זאל אויסגעשמועסט ווערן אויף די שפארעס פון אייוועלט.

יעדער איינער גייט אין שוהל דאווענען, יעדער איינער האט א מקום וואו ער דרייט זיך און וואו ער געפינט זיך, יעדער איינער דאווענט. פארט איז דער אטמאספערע אזוי אנדערש פון איינעם צום צווייטן. די תפילות זענען טאקע די זעלבע, די ווערטער זענען די זעלבע, אבער דאס דאווענען אליין איז גענצליך אנדערש.

פארהאן מענטשן וואס דאווענען אין א קליין שטיבל, אדער אפילו א גרעסערע שטיבל, דארט וואו יעדער קען זיך, היימיש, אינטימיש. מען קומט אריין אין בית-המדרש און דאס מויל אטעמט אפ מיט פארלייכטערונג, "אהה", ווידער צוריק אין שטיבל. מען טרעפט זיך מיט חברים, ידידים, מ'זאגט א גוט ווארט פאר דעם, גוט מארגן פאר יענעם. מען שטעלט זיך דאווענען. "ווער גייט היינט צום עמוד?" - מען טוט זיך אן דעם טלית און מען דאווענט. דאס דאווענען האט א טעם, גשמיות'דיג און רוחניות'דיג. אט איז דער ידיד וואס טיילט צוקערלעך פאר די קינדער... חיים בער מאכט היינט א זכר, אמת'דיג? - ער האט א שטוב פול מיט מיידלעך, די ערשטע יונגל... דאס איז באמת א שמחה... "קום נאר אהער דו יונגעלע, חיים פסח הייסטו, יא? - לאמיר דיר פרעגן א חידה אויף די פרשה, וועסט זאגן פאר דיין טאטע אז איך האב דיר געפרעגט..."

אצינד לאמיר ארויסגיין פון שטיבל און זיך אריבערכאפן אין דעם גרויסן שוהל:
אט קומען אידן, שטראמען איינע נאך די אנדערע, מען גייט ארויף די גרויסע ברייטע טרעפ אין פארנט פון דער מאסיווער געביידע. די גרויסע שטיינערנע זוילן ציען זיך ארויף מיט א שטאלץ ביז צום הימל, דאס מענטש שפירט זיך אזוי נישטיג און מינדערוויכטיג קעגן דעם ריזן געביידע. א פאבריק פון מענטשן באווייזט זיך פון אינדערווייניג, מענטשן גייען און קומען אהער און אהין. מען לייגט אראפ דעם טלית בייטל, מען מאכט זיך א קאווע צווישן די פילע מאשינען און ריזיגע כלים אינעם שטיבל. ריזיגע פליקאטן הענגען, אז מען זאל זיך נאכרוימען און נישט איבערלאזן קיין שמוץ - מאכט א רושם כאילו דו ביסט נישט באלעבאס דא, זאג שכוח אז מען סערווירט דיר אזוי שיין... אלעמאל איז דא צוזאמענגערוימט און מסודר. די גבאים און קהל מאכן א גוטע ארבעט און מאכן זיכער אז אלעס קלאפט ווי א זייגער. די מנינים אזוי אויסגערעכנט, אלס איז אזוי שיין און מסודר.

אין בית-המדרש הגדול איז פארהאן אן איבערפלוס פון א ציבור. דאס שיינקייט איז דאך אזוי גרויס, בשעת אלפים מישראל זינגען לכה-דודי, טאנצן בואי בשלום, זאגן שמע ישראל כאיש אחד בלב אחד לאביהם שבשמים. דו שטעלסט זיך אויף דיין מקום קבוע, וואס דו האסט געקויפט פאר טבין ותקילין. דער שכן אויפן באנק מאכט די וואך א שמחה, זייער שיין, מען מוז מיטהאלטן און אין דעם גרויסן קידוש שטוב וועט מען זיך מוזן באווייזן די וואך - הגם וואס נישט יעדע וואך באזוך איך דארט נאכן דאווענען. אויבן-אן זיצט דער רב שליט"א, א איד וואס אויף זיינע פלייצעס ליגט א ריזיגע קהילה. ער גיבט זיך אפ סיי מיט די מוסדות און מיט די אנפירערשאפט פון שוהל, און סיי מיט יעדן יחיד און טיילטמאל מיט גאר האקעלע נושאים. מזמן לזמן זאגט ער דרשות אדער פירט טישן, וואס דאס איז א חן און פאר פונעם שוהל. עס קען זיין אז די כוונה איז דא נישט אזוי שטארק ווי אין שטיבל, אבער די רוב עם הדרת מלך גיבט א מלכות'דיגן אויסקוק און מאכט א קידוש השם פארן הייליגן באשעפער.

...
לאמיר אויסשמועסן צוזאמען, וואס זענען די מעלות און חסרונות פון די שטיבלעך און פון די ריזיגע שוהלן?
אומווילנדיג האסטו צוגערירט א ווייטאגליכע טאפיק.

די גרעסטע פראבלעם פון די היינטיגע חסידות'ער איז אז אלעס איז איין גרויסע פעקטארי און קיינער ווארפט נישט קיין בליק אויף דיר ביז דו פארסט ארויס פון די שורות א בחור שפירט זיך איינזאם אין אזא גרויסע קאמפעני ד'רבי וואס איך פארברען זיך פאר אים קען מיך בכלל נישט און וועט מיר לכאורה קיינמאל נישט קענען, מען קען דעם רבי'ן נאר פון מיילן אוועק פון די הויכע פארענטשעס.

עס האט זיך שוין ג'עפענט אן ארגאניזאציע פאר די פראבלעם דאכצעך עס ריפט זיך משכינו קארעקט מי איף איים ראנג.

דאווענען אין א קליין שטיבעל איז אסאך געשמאקער אבער אלץ רוחניות אויס וואלט איך גע'דאווענט אין א גרויסע פעקטארי אין א גרויסע פעקטארי איז גרינגער צו אינפארסירן תקנות און ווי ערווענט דאווענט זיך בעסער וויבאלד מען קען גאר ווינציג פונעם ציבור און ווער רעדט נאך ווען טויזענטער אידן זינגען ביינעזאם אהבה רבה...
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

מ'דארף אויך פינאנדערשיידן צווישן א פשוטע גרויסע שוהל, ביז א גרויסע שוהל וואס דער רבי פונעם חסידות פראוועט דארט זיינע תפילות און טישן.


אין אלגעמיין גלייך איך צו דאווענען אין א שוהל ווי קיינער קען מיך נישט און איך קען קיינעם נישט, איך קום אריין טויש נישט קיין ווארט מיט קיינעם טו וואס איך האב צו טון און גיי ווייטער.
אמאל איז דאס מער אין א קליינע שוהל'כל אדער שטובל וואס היות דער עולם איז קליין אטאמאטיש באגענגנט מען ווייניגער באקאנטע מענטשן, מ'שאקלט יעדן מיטן קאפ און שוין, משא"כ א גרויסע שוהל וועסטו טרעפן סאך מער באקאנטע מענטשן.
און אמאל איז פינקט פארקערט, און א גרויסע שוהן קוקט קיינער נישט מיין זייט, מ'לאזא מיך גיין מיין וועג, משא"כ א קליינע שוהל ווי יעדער קען זיך וועל איך באקומען 10 שלום עליכם'ס און מוזן ווערן היימיש מיט מער מענטשן.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך דארף עפעס אינדערצווישן. דאס הייסט א שול מיט צווישן 100 און 200 טליתים, און ס'זאל זיין אן ערנסטע רב וואס איז נושא בעול - זארגט זיך פאר די רוחניות און גשמיות פון די קהילה. אינדערוואכן דארף איך נישט קיין מנין יעדע 15 מינוט, נאר ס'זאל זיין א גרויסע מנין יעדע שעה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

מיין טאטע האט אלעמאל געדאווענט און קליינע שוהל און איך קען פשוט נישט דערהייבן צו דאווענען אין א גרויסע שוהל פילנדיג ווי איך ווער פארלוירן צווישן די עולם
משא"כ אין א קליינע שוהל ווי איך האב אלעמאל געפילט ווי ביים דאווענען בין איך עכט א חלק וכדו'
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: א חסידישע שטיבל אדער א גרויסע שוהל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

איך דאווען אין א קליין שטיבל ווי יעדער לעבט זיך אין איין קרעמל, מ'טינקט די אייער קיכל אין דעם זעלבן הערינג שאכטל, איך קען שרייען צום אנדערע עק סמעדרעש ווען איך וויל אז מיין חבר זאל מיר שיקן די גליון ווען ער ענדיגט, וכדו'
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”