ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

עס איז געקומען גענצליך אומערווארטעט! איך האב זיך בכלל נישט גערישט דערויף! און זיכער נישט אויף אזא פארנעם. אבער עס האט אויסגעפלאצט ווי א קאנאן. איך בין ממש נישט אין קאנטראל פון מיר...

מיין חבר וואס איז מיטגעקומען מיט מיר אויף א רוטינער ערב ראש חודש באזוך ביי קברי צדיקים, שטייט ביי די זייט. ער ווייסט נישט וואס ער זאל טון אצינד. אבער ער קען זעט אויס נישט נעמען דעם קוראזש מיר אוועקנעמען פון דעם ארט וואס איך בין אזוי צוגעשמידט.

דאס זיך טרעפן ביים עלטער-באבנ'ס מציבה, אינעם פארשטופטן בית החיים, פונקט אינעם טאג פון יארצייט, האט מיר געכאפט אין שאק. איך בין געווארן גאר איבערגענומען פון דעם השגחה פרטית. אבער וואס האט געכאפט מיין בליק איז געווען גאר א צווייטע זאך...

איך זע פאר מיינע אויגן די שווארצע אותיות שטארן ארויס, פ"נ האשה הצדקנית בעלת חסד וטובת לב מרת 'דבורה לאה ב"ר יצחק' ע"ה. זע איך איין אותיות פלוצלינג אין וועג...
זיי ווינקען, זיי רופן און ריידען מיט שרעק...


איך האב געשפירט ווי א סקרוך לויפט מיר אדורך אין אלע גלידער. דאס בלוט איז מיר ארויפגעשווימען אין קאפ.
אין א ווינקל פון מיין אויגן האט אנגעהויבן פינקלען עטליכע גלאנציגע טראפעלעך, וואס האבן זיך בליץ שנעל פארוואנדלט אין א קוואל פון הייסע טרערן.


איך פרוביר זיך צו שטארקן, נעמען מוט און קוראזש. אנצינדן דאס ליכטל און גייט ווייטער, אבער עפעס אינערליך לאזט מיר נישט אוועק פון דארט.

איך שפיר אז אינעם איצטיגן מאמענט האט זיך געעפנט א קעמערל אין מיין הארץ. אזוינס וואס פארשטעקט און באהאלט אוצרות מיט געפילן, רויע און אפענע וואונדן וואס סתם אזוי גליסט זיך נישט צו טרעפן דערמיט פנים אל פנים. אבער איינמאל די קראן האט זיך געעפנט... רינט עס שוין איבער אלע ברעגן.

****

אינעם גרינעם פעלדל נעבן א פוסטן וועלדל. שטיי איך דארט איבערגעבויגן ביים גלאטן מציבה. מיט'ן לינקן האנט אויפ'ן שטיין, און דער תהלימ'ל אינעם רעכטן האנט, מיין געזיכט אינגעוויקלט דערין, און מיינע טרערן פליסן איינס נאכ'ן צווייטן, און איך וויין און איך וויין.

איך האב זיך געשעמט צו שטיין אזוי.
איך געדענק נישט ווען איך האב דאס לעצטע מאל אזוי געכלעפטשעט און געבריטשעט אויפ'ן קול. אפשר ביי מיין חופה? ניין, איך מיין אז דאס אויך נישט...
אבער, איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן.



איך טראכט פון דיר מיין טייערע שוועסטער 'דבורה לאה', דו לעכצט דאך שוין אזויפיל יאר צו האלזן אן אייגן שעפעלע...

איך זע פאר מיר דיין אויסגעלאשנעם געשטאלט, דיין פארמארטעטן פנים. די אפדרוקן וואס באהאלטן אונטער זיך אזוינע שטורמישע געפילן.

אין מיין כח הדמיון פרוביר איך זיך אביסל פארצושטעלן און אויסצומאלן וואס גייסט אלץ אדורך. אבער איך ווייס ניטאמאל וואו אנצוהויבן.

קען איך ביי זיך קלערן אז איך ווייס וואס דער ווארט 'סטראגלען' באדייט?!...
פון דאס ביסל וואס איך האב שוין געהערט, פארשטיי איך, אז וויפיל איך וועל נאר הערן, וועל איך נישט פארשטיין.


***
מיין פנים ווערט נאס. די טרערן לאזן נישט נאך, זיי פליסן אראפ אין צוויי שנירלעך באנעצנדיג מיינע באקן. איך וואנדער ארום מיינע בליקן אפירצוזוכן א טישו אדער פאפיר, אבער איך זע נישט קיין שפירן פון אזוינס.
אבער דאן בין איך מחליט, עס גייט מיר בכלל נישט אן. זאלן זיי רינען וויפיל עס גייט.

מיין פנימ'ל ליגט באגראבן אינען תהלימ'ל, און פאר מיינע אויגן לויפן אדורך אלע פאסירונגען פון די לעצטע אכט יאר... אלעס וואס איך האב אלעמאל פרובירט צו באגראבן און פארגלעטן, עס פארשטעקן מיט א קרעכץ, אלעס האט זיך מיטאמאל צוזאמגענומען אויפאמאל, און זיי קאכן אין שטורעמען אין מיין הארץ אן אויפהער.

איך נעם דאס תהלימ'ל אין האנט, איך וויל אנהייבן ארויסזאגן די ווערטער. אבער איך בין ווי געלעמט.
מיין הארץ איז צעפליקט, איך בין צעשטורעמט. איך קען גארנישט טון יעצט, בלויז וויינען און וויינען.

איך דערמאן זיך פון יענעם טאג ווען איך האב אריינגעקלאפט ביי דיר אין שטוב. איך האב דיר געברענגט א ווארעמע נאכטמאל פון מאמי. קוים וואס דו האסט זיך צוגעשלעפט צום טיר. איך האב דיר געפרעגט וואס גייט פאר... האסט פרובירט זיך ארויסצודרייען, איך האב דיר נישט געוואלט דערקוטשען. אבער מען האט נישט געדארפט זיין צו קלוג צו פארשטיין וואסערע שווערע צייטן דו גייסט אדורך...

איך טראכט פון דיר מיין ליבער שוואגער, איך זע דיין פארוואלקנדן געזיכט ביים יום טוב'דיגן טיש, ווען אלע קינדערלעך קע"ה לויפן ארום אין טאנצן אויפ'ן קאפ.
איי, די ווייטאג וואס ליגט אינטער דיין שמייכל, ווען דו קומסט מיר – דיין יוגערע שוואגער - אנוואונטשן הארציגע ברכות, איין שמחה נאכ'ן צווייטן....

עס קומט מיר ארויף דעם תמימות'דיגן געזיכט פון מיין קליינעם רבקה'לע וואס פרעגט מיר: "טאטי, מומע לאה'לע האט נישט קיין קינדער?"...
"פארוואס טראכסטו אזוי מיין טייערע?"... פרוביר איך אויס איר IQ.
"ווייל איך זע איר אייביג ביי באבי'ס הויז, און איך זע נישט אירע קינדער"...
"יא, שעפעלע", ענטפער איך מיט אן ערנסטקייט, "בעט פונעם הייליגן באשעפער זאל איר אויפרעכטן בקרוב. דער אויבערשטער האטל ליב די תפילות פון קליינע קינדער".


עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן די ווייטאגליכע שטימע פונעם צדיק, פאר ראש השנה ווען דו האסט מיר געשיקט איך זאל דיר מזכיר זיין, און זיין השתתפות בצערן של ישראל האט געשניטן מיט מעסערס. ער האט מיר איבערגעפרעגט נאכאמאל, "א-כ-ט יאר?!..." א קרעכץ האט זיך געהערט פון זיין הייליג מויל...
איך האב דיר עס ניטאמאל איבער דערציילט, איך האב דיר נישט געוואלט וויי טאן.

איי, שוועסטער טייערע, וואס נאך קען איך טון פאר דיר?!... מיר האבן שוין געטון אלע סגולות אויף דער וועלט! מיר זענען מתפלל יעדן טאג פאר דיר. איך ווייס נישט וואס נאך איך קען דיך העלפן. עצות קען איך דיר נישט געבן, אבער איין זאך קען איך טון, איך קען וויינען.

איך וויין פאר דיר. איך וויין פאר דיינע דורות.
איך וויין מיט דיר. און דיינע דורות וויינען מיט אונז מיט.


עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די האפענוג וואס דו האסט זיך אויסגעדרוקט צו מיר שטילערהייט ביי די סגולה וואס מיר האבן געטון פאר דיר.

איי, די אנטוישונג עטליכע וואכן דערנאך, ווען דו האסט קוים ארויסגעשטאמלט צו מיר מיט צובראכנקייט אז דו האסט שוין זיכער געמיינט דו גייסט שוין האלטן נאכדעם.
פון וואו דו האסט גענומען דעם חיזוק נאכדעם ווייס איך נישט, אבער עס מוז זיין דער אויבערשטער געבט דיר די כוחות.

***
און מיטאמאל זע איך פון דערווייטנס ווי עס קומט צו גיין א גרופע אידן! זעט אויס זיי האבן עפעס א יארצייט צי וואס.

מיט אלע מיינע כוחות גארטל איך זיך אן. איך גיי צו צו זיי, און בעט זיי א קליינע טובה, זיך אפצושטעלן פאר אין מינוט און מיטזאגן אינאיינעם איין קאפיטל תהלים.
אז די באבע דבורה לאה, זאל זיך מיען אן לעכטיגן גן עדן. פאר'ן אייניקל וואס טראגט איר נאמען, זאל שוין אויפגעראכטן ווערן בקרוב.

מיט א געשטיקטע שטימע האב אנגעהויבן די ווערטער, שיר למעלות אשא עיני, ווען זיי קוקן זיך צו מיט מיטגעפיל, און זאגן נאך פסוק בפסוק.

איך האב אפגעענדיגט דעם קאפיטל, דאנקענדיג דעם רבוש"ע אויף דעם השגחה פרטית, מיט א האפענונג געפיל, אז ס'זאל שוין זיין תחילה וראש לפדיון נפשינו, און מען זאל שוין הערן גוטע בשורות בקרוב.



*****


מיינע טייערע חברים. גלייבט מיר, עס איז מיר נישט גרינג אפצוקלאפן אט די שורות. א געשיכטע וואס איז שוין פארפלאפן היבש א וויילע צוריק. אבער איך בין קיינמאל נישט געווען מסוגל צוריקצוטראכטן דערפון.
נאר טראכטנדיג פון יענע מאמענטן ווער איך אינגאנצן איבערגענומען און עמאשענעל.

אבער יעצט האב איך געשפירט אז די צייט איז געקומען. דאס איז מיין פליכט היינט און איך קען זיך נישט ארויסדרייען.

מיינע פינגער זענען געפרוירן, דערנער פליסן אין מיינע אדערן אנשטאט בלוט. איך מוז מקיים זיין דעם וישלח אברהם את ידו... אבער איך שפיר אז דאס איז וואס איך דארף יעצט טון.

****

און אצינד אז מיר קלערן אביסל פון אונזערע טייערע פארפלאגטע ברידער און שוועסטער, מיר זענען זיך אביסעלע מתבונן אין זייער צער. לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט, און מתפלל זיין פאר זיי איין קורצע קאפיטל אבער אמת'דיג פון הארץ. אז אלע אידישע קינדער זאלן ווערן אויפגעראכטן בקרוב.


לאמיר זאגן אינאיינעם, און איינרייסן פאר זייער באלדיגע ישועה:
◄ ווייז ספוילער
*****


און די ווערטער שרייען ארויס פון זיך אליינס.


טאטע אין הימל! דו זעסט דאך אלסדינג!
זעסט דאך ווי אידן זענען זיך מקריב פאר א צווייטן יוד, כל ישראל ערבים זה לזה. אידן שפירן די צער פון זייערע ברידער.
אזא מהפכה ווי אידן געבן אוועק פון זיך דמים תרתי, מען טוט וואס מען איז נאר ביכולתם, אויפצורעכטן זייער פארענגטע ברידער.

מען קוקט צו די צער און ווייטאג, פון אונזערע פארפלאגטע ברידער און שוועסטער, וואס קוקן ארויס און לעכצן אז דער קאמפיין זאל געקרוינט ווערן מיט סוקסעס.
זייער שוין אזוי אויסגעמארדעוועטער לעבן, זאל ווערן אביסל לייכטער פאר זיי.

עס מאכט דאך זיכער א מהפכה אויף יענער וועלט.

בעט איך פון דיר רבוש"ע, האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך!!
זיי אונז משמיע בשורות טובות ישועות ונחמות, בקרב כל בית ישראל. אכי"ר.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

איך גיי דורך די זעלבע זאך מוט א שוועסטער קרוב צו 20 יאר נאך די חתונה איר הערט גוט 20…. און ווארט נעבעך פאר א ישעוה אוי וויי באשעפער האב שוין רחמנות
לעצט פארראכטן דורך די גוטע פעטער אום זונטאג מאי 21, 2023 6:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

😥😥😥😥

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

:-e;/ :-e;/
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

קען מען דען לייקן, ווען דאס פנים איז נאס?
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3029
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

עיני עיני ירדו עיני
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »


צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

זאל דער אייבערשטער שוין יעדעם אויפרעכטן בקרוב!

דערווייל וועלן מיר זיי ווייזן אז מיר זענען מיט זיי! כלל ישראל האט זיי אינזין!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

א ווייטאג.
אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

:-e;/ :-e;/ רבוש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך!
בילד
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ביים קאלטן מצבה, מיט'ן נאסן תהלים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

רירנד און הארצרייסנד!



(די קעפל, יעצט גייט מען עס ליינען)
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”