וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
" ' : ; ! / -
וואס איז פשט פון די אלע סימנים?
וואס איז פשט פון די אלע סימנים?
Re: " , : ; ! / -
אקעי, ווען נוצט מען די סימנים, אויף וואס זענען זיי געמאכט געווארן?
למשל, ווען לייגט מען די ' סימן?
און, למשל, ווען נוצט מען די " סימן?
און, למשל, ווען נוצט מיט די ! סימן?
און, למשל, ווען נוצט מען די ; סימן?
און, למשל, ווען נוצט מען די / סימן?
למשל, ווען לייגט מען די ' סימן?
און, למשל, ווען נוצט מען די " סימן?
און, למשל, ווען נוצט מיט די ! סימן?
און, למשל, ווען נוצט מען די ; סימן?
און, למשל, ווען נוצט מען די / סימן?
- איטר יד
- שר מאה
- תגובות: 247
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
- לאקאציע: אויף די לינקע זייט
Re: " , : ; ! / -
דאס ” איז ווען מען ציטירט א זאך פון א צווייטן.
דאס , איז ווען מען וויל די ליינער זאל קענען אביסל אטעמען בשעת’ן ליינען.
דאס ! איז א צייכן פון זיך אויסדריקן.
דאס / איז אנשטאט די ווארט אדער.

זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
מ'קען רעדן אסאך איבער דעם, אבער דא האסטו גאר אין קורצן:
1) פינטל . דאס ניצט מען צו ענדיגן א זאץ.
2) פראַגע-צייכן ? דאס ניצט מען צו ענדיגן א פראגע.
3) אויסרוף-צייכן ! דאס ניצט מען צו ענדיגן אן אויסרוף.
4) קאָמע , דאס ניצט מען אלס אן אפשטעל אינמיטן א זאץ.
5) פּינטל-קאָמע (semicolon) ; דאס איז א גרעסערער פסיק ווי א קאמע, אבער שוואכער ווי א פינטל.
6) צוויי-פּינטל (colon) : צו זאגן "ווי פאלגנד". (צב"ש דער רבי האט קלאר געמאכט: "גיי אהיים, און קום נישט צוריק אן א צעטל פון דיין טאטן.")
7) מקף (hyphen) - צו מחבר זיין צוויי ווערטער.
8) טירע (dash) -- א פסיק אינמיטן א זאץ.
9) אַפּאַסטראָף ' אפצוטיילן אינמיטן א ווארט, צב"ש משה'ס.
10) ציטאַט-צייכן " ווען מ'ציטירט ווערטער פון עמיצן. אין א ציטאט אינערהאלב א ציטאט ניצט מען אן איינצלנע שטריכל, דורכ'ן מאכן אן אפאסטראף.
11) עלפּסיס ... אנצוצייכענען אז דער שרייבער האט אויסגעלאזט ווערטער.
12) קלאַמערן (parentheses) ( ) איינצורינגלען עפעס וואס איז חוץ לנושא.
13) קאַנטיקלעך (brackets) [ ] ווען מ'לייגט צו ווערטער אין א ציטאט.
14) קאָסאַק (slash) / צו געבן אן אנדערן אויסוואל. (צב"ש "אויב ער/זי קומט שפעט, זאל מען אים/איר נישט אריינלאזן.")
צו ליינען מער:
https://www.thepunctuationguide.com/

לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג מאי 21, 2023 4:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6263
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
זייער שיין @גרשון . די וועבסייט וואס דו האסט צוגעצייכנט איז אויך כללים ווען מען שרייבט אין אידיש?גרשון האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 3:31 pmמ'קען רעדן אסאך איבער דעם, אבער דא האסטו גאר אין קורצן:
1) פינטל . דאס ניצט מען צו ענדיגן א זאץ.
2) פראַגע-צייכן ? דאס ניצט מען צו ענדיגן א פראגע.
3) אויסרוף-צייכן ! דאס ניצט מען צו ענדיגן אן אויסרוף.
4) קאָמע , דאס ניצט מען אלס אן אפשטעל אינמיטן א זאץ.
5) פּינטל-קאָמע (semicolon) ; דאס איז א גרעסערער פסיק ווי א קאמע, אבער שוואכער ווי א פינטל.
6) צוויי-פּינטל (colon) : צו זאגן "ווי פאלגנד". (צב"ש דער רבי האט קלאר געמאכט: "גיי אהיים, און קום נישט צוריק אן א צעטל פון דיין טאטן.")
7) מקף (hyphen) - צו מחבר זיין צוויי ווערטער.
8) טירע (dash) -- א פסיק אינמיטן א זאץ.
9) אַפּאַסטראָף ' אפצוטיילן אינמיטן א ווארט, צב"ש משה'ס.
10) ציטאַט-צייכן " ווען מ'ציטירט ווערטער פון עמיצן. אין א ציטאט אינערהאלב א ציטאט ניצט מען אן איינצלנע שטריכל, דורכ'ן מאכן אן אפאסטראף.
11) עלפּסיס ... אנצוצייכענען אז דער שרייבער האט אויסגעלאזט ווערטער.
12) קלאַמערן (parentheses) איינצורינגלען עפעס וואס איז חוץ לנושא.
13) קאַנטיקלעך (brackets) ווען מ'לייגט צו ווערטער אין א ציטאט.
14) קאָסאַק (slash) / צו געבן אן אנדערן אויסוואל. (צב"ש "אויב ער/זי קומט שפעט, זאל מען אים/איר נישט אריינלאזן.")
צו ליינען מער:
https://www.thepunctuationguide.com/
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
ס'איז אויף ענגליש, אבער כמעט אלע כללים גילטן אויך אויף אידיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
זייער שיין @גרשון
אויף יעדע שורה האסטו געגעבן א עקזעמפל ווי אזוי די סימבאל קוקט אויס, אויסער אויף "קאנטיקלעך".
אויף יעדע שורה האסטו געגעבן א עקזעמפל ווי אזוי די סימבאל קוקט אויס, אויסער אויף "קאנטיקלעך".
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6263
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
אויך געטראכט. אבער ער האט עס אריינגעווארפן דא:דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 4:17 pmזייער שיין @גרשון
אויף יעדע שורה האסטו געגעבן א עקזעמפל ווי אזוי די סימבאל קוקט אויס, אויסער אויף "קאנטיקלעך".
6) צוויי-פּינטל (colon) : צו זאגן "ווי פאלגנד". (צב"ש דער רבי האט קלאר געמאכט: "גיי אהיים, און קום נישט צוריק אן א צעטל פון דיין טאטן.")
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
ר' יעקב איר האט מסתמא נישט געכאפט וואס איך האב געוואלט, אבער ס'גוט, גרשון האט שוין פארראכטן עס זאל זיין א דבר השלם.
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6263
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
גערעכט. יעצט זעה איך.דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 5:07 pmר' יעקב איר האט מסתמא נישט געכאפט וואס איך האב געוואלט, אבער ס'גוט, גרשון האט שוין פארראכטן עס זאל זיין א דבר השלם.
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
גרשון האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 3:31 pmמ'קען רעדן אסאך איבער דעם, אבער דא האסטו גאר אין קורצן:
7) מקף (hyphen) - צו מחבר זיין צוויי ווערטער.
וואס איז דער כלל פון מחבר זיין צוויי ווערטער? למשל דאס ווייס איך פונעם בוך, זאך-ווארט איז א צוזאמענשטעל פון צוויי ווערטער, אבער אסאך מאל דאכט זיך אז צוויי ווערטער קומען זיך צוזאמען ,אבער מען לייגט נישט דעם סימן אינצווישן, אלזא וואס איז דער כלל?
[
8) טירע (dash) -- א פסיק אינמיטן א זאץ.
וואס איז דער כלל, ווען לייגט מען דעם פסיק אינמיטן א זאץ?
א דאנק פאר די אינפארמאציע.
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
א מקף האט זייער שיטערע כללים. נישט נאר פון איין שפראך צו דער צווייטער, און נישט נאר אין שוואך-עטאבלירטע שפראכן, נאר אויך אין ענגליש זענען נישט דא געהעריג אוועקגעשטעלטע כללים אויף דעם. ייווא, למשל, לייגט א מקף ביי יעדע צוויי ווערטער וואס פארמירן איין זאכווארט -- עפעס וואס פאר אונז וואלט זייער פארשווערט דאס ליינען. ווי ביי אלע פונקטואציע כללים, איז גוט צו ניצן ווען ס'פעלט אויס, אבער צופיל איז גארנישט בעסער ווי צו ווייניג.
ווען צוויי ווערטער ווערן צוזאמגעשטעלט צו איין באדייט, איז מיין פערזענליכע מיינונג מ'זאל עס פארמירן אלס איין ווארט ווען מעגליך. פאסטטרעגער, פאסטקעסטל, שרויפנציער. מ'דארף אבער זיכער מאכן אז דאס ווארט ליינט זיך נארמאל און געשמאק; אויב נישט דארף מען עס אפטיילן. דא קומט א מקף אריין, ווען מ'וואלט עס באמת צוזאמגעשטעלט צו איין ווארט, נאר היות ס'איז צו לאנג און ס'קוקט נישט אויס גוט צעטיילט מען עס און מ'לייגט א מקף אינצווישן.
נאך א פאל ווען מ'שטעלט צוזאם צוויי ווערטער מיט א מקף ווערט גערופן Compound modifier אויף ענגליש. דאס איז ווען צוויי ווערטער דינען אלס אדיעקטיוו פאר איין זאכווארט. דער ציל פונעם מקף ביי דעם איז צו פארמיידן א פאטענציעלע צעמישעניש.
צב"ש ווען איינער וועט שרייבן "אמעריקאנער פוסבאל שפילער". דאס קען זיך ליינען אויף צוויי וועגן: 1. פוסבאל שפילער וואס וואוינען אין אמעריקע. 2. שפילער פון אן אמעריקאנער ווערסיע אין פוסבאל. די עצה איז צו לייגן א מקף ביים צווייטן אופן, און שרייבן אמעריקאנער-פוסבאל שפילער.
למעשה, נישט אייביג וואלט דער ליינער זיך פארמישט, און דארט איז נישט אייביג וויכטיג צו לייגן. פאר מער זע דא און דא.
דעשעס זע אינעם לינק וואס איך האב געשטעלט אין יענער תגובה. די ארץ ישראל'דיגע שרייבערס ניצן דעם דעש אביסל אנדערש, לויט די כללים פון העברעאיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
יישר כח פארן אויסקלארן די נושא.גרשון האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 2:49 pmא מקף האט זייער שיטערע כללים. נישט נאר פון איין שפראך צו דער צווייטער, און נישט נאר אין שוואך-עטאבלירטע שפראכן, נאר אויך אין ענגליש זענען נישט דא געהעריג אוועקגעשטעלטע כללים אויף דעם. ייווא, למשל, לייגט א מקף ביי יעדע צוויי ווערטער וואס פארמירן איין זאכווארט -- עפעס וואס פאר אונז וואלט זייער פארשווערט דאס ליינען. ווי ביי אלע פונקטואציע כללים, איז גוט צו ניצן ווען ס'פעלט אויס, אבער צופיל איז גארנישט בעסער ווי צו ווייניג.
ווען צוויי ווערטער ווערן צוזאמגעשטעלט צו איין באדייט, איז מיין פערזענליכע מיינונג מ'זאל עס פארמירן אלס איין ווארט ווען מעגליך. פאסטטרעגער, פאסטקעסטל, שרויפנציער. מ'דארף אבער זיכער מאכן אז דאס ווארט ליינט זיך נארמאל און געשמאק; אויב נישט דארף מען עס אפטיילן. דא קומט א מקף אריין, ווען מ'וואלט עס באמת צוזאמגעשטעלט צו איין ווארט, נאר היות ס'איז צו לאנג און ס'קוקט נישט אויס גוט צעטיילט מען עס און מ'לייגט א מקף אינצווישן.
נאך א פאל ווען מ'שטעלט צוזאם צוויי ווערטער מיט א מקף ווערט גערופן Compound modifier אויף ענגליש. דאס איז ווען צוויי ווערטער דינען אלס אדיעקטיוו פאר איין זאכווארט. דער ציל פונעם מקף ביי דעם איז צו פארמיידן א פאטענציעלע צעמישעניש.
צב"ש ווען איינער וועט שרייבן "אמעריקאנער פוסבאל שפילער". דאס קען זיך ליינען אויף צוויי וועגן: 1. פוסבאל שפילער וואס וואוינען אין אמעריקע. 2. שפילער פון אן אמעריקאנער ווערסיע אין פוסבאל. די עצה איז צו לייגן א מקף ביים צווייטן אופן, און שרייבן אמעריקאנער-פוסבאל שפילער.
למעשה, נישט אייביג וואלט דער ליינער זיך פארמישט, און דארט איז נישט אייביג וויכטיג צו לייגן. פאר מער זע דא און דא.
דעשעס זע אינעם לינק וואס איך האב געשטעלט אין יענער תגובה. די ארץ ישראל'דיגע שרייבערס ניצן דעם דעש אביסל אנדערש, לויט די כללים פון העברעאיש.
נאר נאך איין קלייניגקייט, סאו בעיסקלי, דארף איך ניצן מיין אייגענעם שכל.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
אויף דעם חלק שמועס, איז א באזונדערער אשכול: ווען לוינט זיך צו צוזאמשטעלן ווערטער?.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
מ'קען מאריך זיין איבער וויאזוי מ'לייגט די פארשידענע סימבאלן, ווען איינס קראכט אריין אין צווייט, למשל: ביי מיין פריערדיגער תגובה, האט נאך אויסגעפעלט דער פינטל נאכ'ן פראגע-צייכן (איך האב דא א "מקף" שאלה)?
און יעצט ביי דער תגובה, איז דער אריינגערינגלטער חלק אויף זיין ריכטיגע פלאץ? אדער האט עס ענדערש געדארפט גיין נאכ'ן פראגע-צייכן?
(און לאמיר נישט מאכן יעצט קיין וועלט-מלחמה וועגן דעם "נאכ'ן" דארט, וויבאלד "פראגע" איז דאך א לשון נקבה... יוא.).
איך בין מכבד...

- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4021
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
ביי דיין פאריגע תגובה (איינס בעפאר דאס וואס איך ציטיר) קומט זיכער נישט קיין פינטל (וואס קומט צו ענדיגן א זאץ) נאכ'ן פראגע-צייכן, ווייל דו האסט דאך שוין געענדיגט דעם זאץ מיט א פראגע-צייכן. א זאץ ענדיגט מען נישט מער ווי איין מאל.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 10:20 pmמ'קען מאריך זיין איבער וויאזוי מ'לייגט די פארשידענע סימבאלן, ווען איינס קראכט אריין אין צווייט, למשל: ביי מיין פריערדיגער תגובה, האט נאך אויסגעפעלט דער פינטל נאכ'ן פראגע-צייכן (איך האב דא א "מקף" שאלה)?
און יעצט ביי דער תגובה, איז דער אריינגערינגלטער חלק אויף זיין ריכטיגע פלאץ? אדער האט עס ענדערש געדארפט גיין נאכ'ן פראגע-צייכן?
(און לאמיר נישט מאכן יעצט קיין וועלט-מלחמה וועגן דעם "נאכ'ן" דארט, וויבאלד "פראגע" איז דאך א לשון נקבה... יוא.).
איך בין מכבד...
בנוגע פינקטוציע סימבאלן אינעם איינגערינגלטן חלק איז אויך גאנץ פשוט. אויב איז דער צייכן (אין אונזער פאל א פראגע-צייכן) איבער דעם גאנצן זאץ, און סוף פונעם זאץ איז אויך דא א ווארט צוויי איינגערינגלט, דאן קומט דער צייכן נאכ'ן גאנצן זאץ.
ביישפיל: צי שרייבט מען קארס אדער קארן (וואס קען מיינען קאָרן וואס מען עסט)?
אבער אויב איז דער צייכן נאר פאר די עטליכע איינגערינגלטע ווערטער, דאן קומט ער צוזאמען מיט יענע ווערטער איינגערינגלטערהייט.
ביישפיל: @וויכטיג מאכער האט צוגעזאגט אז עס קומט עפעס א גרויסארטיגע פיעטשער (מיינסט ער איז א ליגנער?).
אויב אבער איז די איינגערינגלטע סוף פונעם זאץ נישט קיין חלק פונעם גאנצן זאץ, נאר איז צוגעלייגט, דאן קומט דאס איינגערינגלטע נאכ'ן זאץ מיט אירע צייכנס, און מען לייגט עקסטערע צייכנס פאר די איינגערינגלטע ווערטער (שטייצעך בעפאר'ן רינגל).
ביישפיל: שרייבט מען נאכ'ן אדער נאכן? (איך פערזענליך שרייב נאכ'ן מיט א שטרעכל.)
אין אונזער פאל וואלסטו געברויכט שרייבן אזויווי דער לעצטער ביישפיל: מ'קען מאריך זיין איבער וויאזוי מ'לייגט די פארשידענע סימבאלן, ווען איינס קראכט אריין אין צווייט, למשל: ביי מיין פריערדיגער תגובה, האט נאך אויסגעפעלט דער פינטל נאכ'ן פראגע-צייכן? (איך האב דא א "מקף" שאלה.)
און דאס איז אויך גילטיג ביי אויסרוף-צייכנס, ציטאט-צייכנס וכדו'.
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום זונטאג מאי 28, 2023 4:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- סעקאנד אפינניען
- שר האלף
- תגובות: 1177
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
פינטל פינטל פינטל … אויף אייוועלט. איז דט ערגעץ א פירוש ? . . .
די רעגורונג טיילט
אונלימיטעד סעלפאון סערוויס בחנם
אונלימיטעד סעלפאון סערוויס בחנם
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4021
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
דאס הייסט אן עליפסיס (Ellipsis), און מען נוצט דאס ווען מען וויל צייגן אז דער שרייבער האט נישט געענדיגט דעם זאץ, און ער געבט פלאץ פאר'ן ליינער צוצולייגן די איבריגע ווערטער וואס פעלט.סעקאנד אפינניען האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 3:53 amפינטל פינטל פינטל … אויף אייוועלט. איז דט ערגעץ א פירוש ? . . .
גרשון האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 3:31 pmמ'קען רעדן אסאך איבער דעם, אבער דא האסטו גאר אין קורצן:
11) עלפּסיס ... אנצוצייכענען אז דער שרייבער האט אויסגעלאזט ווערטער.
צו ליינען מער:
https://www.thepunctuationguide.com/
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- סעקאנד אפינניען
- שר האלף
- תגובות: 1177
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
היסטאריש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 3:56 amדאס הייסט אן עליפסיס (Ellipsis), און מען נוצט דאס ווען מען וויל צייגן אז דער שרייבער האט נישט געענדיגט דעם זאץ, און ער געבט פלאץ פאר'ן ליינער צוצולייגן די איבריגע ווערטער וואס פעלט.סעקאנד אפינניען האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 3:53 amפינטל פינטל פינטל … אויף אייוועלט. איז דט ערגעץ א פירוש ? . . .
גרשון האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 3:31 pmמ'קען רעדן אסאך איבער דעם, אבער דא האסטו גאר אין קורצן:
11) עלפּסיס ... אנצוצייכענען אז דער שרייבער האט אויסגעלאזט ווערטער.
אויף אייועלט מיינט עס נישט געזאגט איז אויך געזאגט
צו ליינען מער:
https://www.thepunctuationguide.com/
די רעגורונג טיילט
אונלימיטעד סעלפאון סערוויס בחנם
אונלימיטעד סעלפאון סערוויס בחנם
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
זייער גוט ארויסגעברענגט! קורץ אין שארף!גרשון האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 3:31 pmמ'קען רעדן אסאך איבער דעם, אבער דא האסטו גאר אין קורצן:
1) פינטל . דאס ניצט מען צו ענדיגן א זאץ.
2) פראַגע-צייכן ? דאס ניצט מען צו ענדיגן א פראגע.
3) אויסרוף-צייכן ! דאס ניצט מען צו ענדיגן אן אויסרוף.
4) קאָמע , דאס ניצט מען אלס אן אפשטעל אינמיטן א זאץ.
5) פּינטל-קאָמע (semicolon) ; דאס איז א גרעסערער פסיק ווי א קאמע, אבער שוואכער ווי א פינטל.
6) צוויי-פּינטל (colon) : צו זאגן "ווי פאלגנד". (צב"ש דער רבי האט קלאר געמאכט: "גיי אהיים, און קום נישט צוריק אן א צעטל פון דיין טאטן.")
7) מקף (hyphen) - צו מחבר זיין צוויי ווערטער.
8) טירע (dash) -- א פסיק אינמיטן א זאץ.
9) אַפּאַסטראָף ' אפצוטיילן אינמיטן א ווארט, צב"ש משה'ס.
10) ציטאַט-צייכן " ווען מ'ציטירט ווערטער פון עמיצן. אין א ציטאט אינערהאלב א ציטאט ניצט מען אן איינצלנע שטריכל, דורכ'ן מאכן אן אפאסטראף.
11) עלפּסיס ... אנצוצייכענען אז דער שרייבער האט אויסגעלאזט ווערטער.
12) קלאַמערן (parentheses) ( ) איינצורינגלען עפעס וואס איז חוץ לנושא.
13) קאַנטיקלעך (brackets) [ ] ווען מ'לייגט צו ווערטער אין א ציטאט.
14) קאָסאַק (slash) / צו געבן אן אנדערן אויסוואל. (צב"ש "אויב ער/זי קומט שפעט, זאל מען אים/איר נישט אריינלאזן.")
צו ליינען מער:
https://www.thepunctuationguide.com/
*רעדט קלארער ווייל איך הער נישט גוט*
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
יישר כח!היסטאריש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 3:36 amביי דיין פאריגע תגובה (איינס בעפאר דאס וואס איך ציטיר) קומט זיכער נישט קיין פינטל (וואס קומט צו ענדיגן א זאץ) נאכ'ן פראגע-צייכן, ווייל דו האסט דאך שוין געענדיגט דעם זאץ מיט א פראגע-צייכן. א זאץ ענדיגט מען נישט מער ווי איין מאל.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 10:20 pmמ'קען מאריך זיין איבער וויאזוי מ'לייגט די פארשידענע סימבאלן, ווען איינס קראכט אריין אין צווייט, למשל: ביי מיין פריערדיגער תגובה, האט נאך אויסגעפעלט דער פינטל נאכ'ן פראגע-צייכן (איך האב דא א "מקף" שאלה)?
און יעצט ביי דער תגובה, איז דער אריינגערינגלטער חלק אויף זיין ריכטיגע פלאץ? אדער האט עס ענדערש געדארפט גיין נאכ'ן פראגע-צייכן?
(און לאמיר נישט מאכן יעצט קיין וועלט-מלחמה וועגן דעם "נאכ'ן" דארט, וויבאלד "פראגע" איז דאך א לשון נקבה... יוא.).
איך בין מכבד...
בנוגע פינקטוציע סימבאלן אינעם איינגערינגלטן חלק איז אויך גאנץ פשוט. אויב איז דער צייכן (אין אונזער פאל א פראגע-צייכן) איבער דעם גאנצן זאץ, און סוף פונעם זאץ איז אויך דא א ווארט צוויי איינגערינגלט, דאן קומט דער צייכן נאכ'ן גאנצן זאץ.
ביישפיל: צי שרייבט מען קארס אדער קארן (וואס קען מיינען קאָרן וואס מען עסט)?
אבער אויב איז דער צייכן נאר פאר די עטליכע איינגערינגלטע ווערטער, דאן קומט ער צוזאמען מיט יענע ווערטער איינגערינגלטערהייט.
ביישפיל: @וויכטיג מאכער האט צוגעזאגט אז עס קומט עפעס א גרויסארטיגע פיעטשער (מיינסט ער איז א ליגנער?).
אויב אבער איז די איינגערינגלטע סוף פונעם זאץ נישט קיין חלק פונעם גאנצן זאץ, נאר איז צוגעלייגט, דאן קומט דאס איינגערינגלטע נאכ'ן זאץ מיט אירע צייכנס, און מען לייגט עקסטערע צייכנס פאר די איינגערינגלטע ווערטער (שטייצעך בעפאר'ן רינגל).
ביישפיל: שרייבט מען נאכ'ן אדער נאכן? (איך פערזענליך שרייב נאכ'ן מיט א שטרעכל.)
אין אונזער פאל וואלסטו געברויכט שרייבן אזויווי דער לעצטער ביישפיל: מ'קען מאריך זיין איבער וויאזוי מ'לייגט די פארשידענע סימבאלן, ווען איינס קראכט אריין אין צווייט, למשל: ביי מיין פריערדיגער תגובה, האט נאך אויסגעפעלט דער פינטל נאכ'ן פראגע-צייכן? (איך האב דא א "מקף" שאלה.)
און דאס איז אויך גילטיג ביי אויסרוף-צייכנס, ציטאט-צייכנס וכדו'.
און ווען מען שרייבט א ! נאך א קוואט, און מען שרייבט אויך קוואטעישאן מארקס, לייגט מען דעם ! פאר די קוואטעישאן אזוי!" אדער אזוי"! און די זעלבע שאלה איז אויך לגבי א קוועסשאן מארק.
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4021
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
דאס איז אויך זייער פשוט.זשוליאנע האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 05, 2023 10:36 pmיישר כח!היסטאריש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 3:36 amביי דיין פאריגע תגובה (איינס בעפאר דאס וואס איך ציטיר) קומט זיכער נישט קיין פינטל (וואס קומט צו ענדיגן א זאץ) נאכ'ן פראגע-צייכן, ווייל דו האסט דאך שוין געענדיגט דעם זאץ מיט א פראגע-צייכן. א זאץ ענדיגט מען נישט מער ווי איין מאל.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 10:20 pmמ'קען מאריך זיין איבער וויאזוי מ'לייגט די פארשידענע סימבאלן, ווען איינס קראכט אריין אין צווייט, למשל: ביי מיין פריערדיגער תגובה, האט נאך אויסגעפעלט דער פינטל נאכ'ן פראגע-צייכן (איך האב דא א "מקף" שאלה)?
און יעצט ביי דער תגובה, איז דער אריינגערינגלטער חלק אויף זיין ריכטיגע פלאץ? אדער האט עס ענדערש געדארפט גיין נאכ'ן פראגע-צייכן?
(און לאמיר נישט מאכן יעצט קיין וועלט-מלחמה וועגן דעם "נאכ'ן" דארט, וויבאלד "פראגע" איז דאך א לשון נקבה... יוא.).
איך בין מכבד...
בנוגע פינקטוציע סימבאלן אינעם איינגערינגלטן חלק איז אויך גאנץ פשוט. אויב איז דער צייכן (אין אונזער פאל א פראגע-צייכן) איבער דעם גאנצן זאץ, און סוף פונעם זאץ איז אויך דא א ווארט צוויי איינגערינגלט, דאן קומט דער צייכן נאכ'ן גאנצן זאץ.
ביישפיל: צי שרייבט מען קארס אדער קארן (וואס קען מיינען קאָרן וואס מען עסט)?
אבער אויב איז דער צייכן נאר פאר די עטליכע איינגערינגלטע ווערטער, דאן קומט ער צוזאמען מיט יענע ווערטער איינגערינגלטערהייט.
ביישפיל: @וויכטיג מאכער האט צוגעזאגט אז עס קומט עפעס א גרויסארטיגע פיעטשער (מיינסט ער איז א ליגנער?).
אויב אבער איז די איינגערינגלטע סוף פונעם זאץ נישט קיין חלק פונעם גאנצן זאץ, נאר איז צוגעלייגט, דאן קומט דאס איינגערינגלטע נאכ'ן זאץ מיט אירע צייכנס, און מען לייגט עקסטערע צייכנס פאר די איינגערינגלטע ווערטער (שטייצעך בעפאר'ן רינגל).
ביישפיל: שרייבט מען נאכ'ן אדער נאכן? (איך פערזענליך שרייב נאכ'ן מיט א שטרעכל.)
אין אונזער פאל וואלסטו געברויכט שרייבן אזויווי דער לעצטער ביישפיל: מ'קען מאריך זיין איבער וויאזוי מ'לייגט די פארשידענע סימבאלן, ווען איינס קראכט אריין אין צווייט, למשל: ביי מיין פריערדיגער תגובה, האט נאך אויסגעפעלט דער פינטל נאכ'ן פראגע-צייכן? (איך האב דא א "מקף" שאלה.)
און דאס איז אויך גילטיג ביי אויסרוף-צייכנס, ציטאט-צייכנס וכדו'.
און ווען מען שרייבט א ! נאך א קוואט, און מען שרייבט אויך קוואטעישאן מארקס, לייגט מען דעם ! פאר די קוואטעישאן אזוי!" אדער אזוי"! און די זעלבע שאלה איז אויך לגבי א קוועסשאן מארק.
אויב איז דער פראגע-צייכן פאר'ן גאנצן שורה, דאן קומט עס נאך די ציטאט-צייכנס. ביישפיל: זאל איך טוישן מיין חתימה צו א ציטאט פון נאפאלעאן אז "היסטאריע איז די ווערסיע פון פארגאנגענע געשעענישן וואס מענטשן האבן באשלאסן עס צו אקצעפטירן"?
אבער אויב איז דער פראגע-צייכן נאר א חלק פונעם ציטאט, דאן קומט עס אין די ציטאט-צייכנס. ביישפיל: גרשון פרעגט אין זיין חתימה "וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?"
דאס זעלבע מיט אויסרוף-צייכנס אד"ג.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6263
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
@היסטאריש זייער קלאר! יישר כח!
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
למשל אויב איך האב א שאלה מיט א הסבר אויף דער שאלה
ביישפיל: "וואס איז דער פרייז פאר דעם גלעזל? ווייל איך ווייס אויב איך האב גענוג געלט"
וואו לייגט מען דעם פראגע-צייכן, נאך 'גלעזל' אדער נאך 'געלט'?
יישר כח
פון וואו לערנט מען זיך אויס די אלע כללים. איך וואלט געקענט באשטיין צו זיין פון די משיבים...

- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: וויאזוי ניצט מען די סימבאלן " , : ; ! / -
יעדער משיב איז אמאל געווען א שואל…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!