א טאטע קען מען נישט ריפלעיס"ן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מעדנים
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2023 2:10 am

א טאטע קען מען נישט ריפלעיס"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדנים »

לבקשת הרבים בין איך ממשיך מיט די געדאנקען ששמעתי אויף 'מסכת אבות' און אראפגעשריבן אויף אידיש לתועלת הקוראים

די כח פון א טאטע

די גרויסע גאון הרב שמואל הלוי וואזנער זצ"ל בעל שבט הלוי האט אמאל געזאגט א דרשה, ארויסברענגענדיג אז עלטערן זאלן מחנך זיין זייערע קינדער,
און נישט זיך פארלאזן אויף די מחנכים פון חדר אדער שולע.

האט ער געזאגט:

קיין שום מוסד פאר קינדער קען נישט אהערשטעלן דאס וואס א טאטע קען, און קען נישט האבן אזא טיפע השפעה אויפ'ן קינד ווי די טאטע, די מוראדיגע שטארקע
געפיל און שטאלץ וואס א קינד האט ווען ער זאגט: "מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט", "איך האב אזוי געהערט פון מיין טאטע", דאס קען קיינער קיינמאל נישט צושטעלן,
און דאס קען זיי דערהאלטן ביי אידישקייט, און צו האבן א געשמאק תורה און מצוות.

און דערפאר זאלן די עלטערן נישט איבערלאזן די חינוך פון זייערע קינדער אינגאנצן אויף די בתי חינוך, אז די מלמדים וועלן זיי שוין מחנך זיין, ווייל די מוסדות החינוך
קענען נישט אריינלייגן דאס וואס די עלטערן קענען, און די ווייטע השפעה אויפן קינד'ס לעבן קומט בעיקר פון וואס ער הערט פון זיין טאטן.

שמע בני מוסר אביך, ואל תטוש תורת אמך.

אמש הקרני אבא את ההלל

אין די צייטן פון די שופטים איז געווען אמאל וואס אידישע קינדער זענען געווען זייער אונטעקדריקט אונטער די מדיינים פאר זיבן יאר, און זיי האבן געליטן אסאך צרות פון זיי.
איינמאל פסח אינדערפרי האט זיך א מלאך ה' באוויזן אין די פעלד פון יואש אבי העזרי, ווען זיין זוהן גדעון איז דארט געווען, גדעון האט דעמאלטס מקיים געווען מצוות כיבוד
אב אויף א געוואלדיגע פארנעם, האט ער געהאט די זכייה אז די מלאך זאל קומען צו איהם.

די מלאך זאגם איהם: ה' עמך גבור החיל, די אייבערשטער איז מיט דיר.

זאגט איהם גדעון, אויב די אייבערשטער איז דא מיט אונז, ולמה מצאתנו כל זאת, פארוואס פאסירט אונז די אלע שלעכטס.
און גדעון בן יואש האט זיך אויסגעדריקט מיט א געוואלדיגע מליצה ישרה אויף כלל ישראל וואס האט געמאכט א רעש אין הימל, און ער האט געברענגט די ישועה,
און אט איז וואס ער האט געזאגט:

אמש הקרני אבא את ההלל, נעכטן נאכט, פסח ביים סדר, האט מיין טאטע מיר געליינט דאס הלל, און ער האט געזאגט, בצאת ישראל ממצרים, ווען אידישע קינדער
זענען ארויסגעגאנגן פון מצרים, האט די רבש"ע געמאכט פאר זיי נסים ונפלאות, איז ממה נפשך, אויב האבן אונזערע זיידעס געהאט אייגענע זכותים, זאל די אייבערשטער
אונז העלפן אין זייער זכות, ויושיענו בזכות אבותינו, און אויב זענען זיי דעמאלטס נישט געווען ראוי צו די אלע נסים, און דאך האט די אייבערשטער זיי געהאלפן, זאל ער
אויך טוהן מיט אונז נסים אפילו מיר זענען נישט ראוי.

און פון הימל האט מען איהם געענטפערט:

לך בכוחך זה והושעת את ישראל!!

גיי מיט דעם כח פון מלמד זכות זיין אויף אידישע קינדער, און דו וועסט העלפן און ראטעווען אידישע קינדער, וכך הוה, גדעון איז ארויס אין מלחמה מיט די מדיינים
און געהאט א געוואלדיגע נצחון.

פרעגט הגאון ר' חיים שמואלביץ זצ"ל, גדעון איז דאך געווען א ערוואקסענע מענטש, ער האט דאך מסתמא אסאך מאל שוין געזאגט הלל, ער האט געוואוסט
וואס עס שטייט אין הלל, איז אויב אזוי וואס איז די פשט פון די ווערטער וואס ער זאגט 'אמש הקרני אבא את ההלל' נעכטן האט מיין טאטע מיר געליינט דעם הלל,
ער וואלט סתם געדארפט זאגן אז עס שטייט אין פסוקי הלל בצאת ישראל ממצרים?

נאר די הסבר איז:

אוודאי האט גדעון געקענט דעם הלל, אוודאי האט ער אסאך מאל געזאגט הלל, אבער, אמש הקרני אבא את ההלל, און ווען א טאטע זאגט עפעס פאר זיין זוהן,
אפילו מען ווייסט עס אליינס, און אפילו עס איז א דבר פשוט, גייט עס אריין סאך מער, סאך טיפער, סאך קלארער, עס דרינגט אריין ביז די הארץ.

די 'הלל' פון זיין טאטע האט איהם צוגעברענגט צו קענען ריכטיג ארויסנעמען א לימוד זכות פאר אידן, וואס האט טאקע עווענטועל געברענגט די ישועה פאר אידישע קינדער.
דאס איז די כח פון א ווארט פון א טאטע צו זיין זוהן.
תנה בני לבך לי (משלי כג).

צוריק געקומען פון יענע וועלט

ארום די בעט פונעם גרויסן צדיק ר' אליעזר'ל פון דזשיקוב זי"ע זענען פארזאמעלט די קינדער און גבאים, די צדיק איז ליידער זייער נישט געזונט און די מצב
קוקט נישט אויס גוט, די חברא קדישא לייט צינדען שוין אהן ליכט, און מ'גרייט זיך אויף דאס ערגסטע, אויף יציאת נשמה.

פלוצלינג הערט מען א געשריי פונעם צדיק'ס מויל, ר' אליעזר'ל עפנט אויף די הייליגע אויגן, ער הייסט פארלעשן די ליכט, און הייבט אהן פארציילן:
איך בין ארויף אויף יענע וועלט, און איך האב באגעגנט מיין יוגענט פריינט ר' נפתלי פון ליזענסק זי"ע (בן הרה"ק ר' אלעזר בהרה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע) וואס איז שוין
אויפן עולם האמת, ער האט זיך זייער געפרייט מיך צו זעהן, און ער האט מיך געבעטן אז איך זאל מסכים זיין צו פארבלייבן דארט, זאגענדיג:

דו געדענקסט דאך אוודאי וויפיל מיר פלעגן רעדן און גלוסטן צו נתעלה ווערן צו גאר הויכע מדריגות אין דביקות השם, יעצט איז געקומען די געלעגנהייט, לאז דא דיין
נשמה און צוזאמען וועלן מיר זיך מתענג זיין מזיו השכינה, און זאגענדיג דאס האט ער שטארק אנגעכאפט מיין האנט און נישט אפגעלאזט.

איך האב נאכנישט געוואלט שטארבן האב איך אנגעהויבן טענהן מיט איהם.

איך בין דאך א רב, און די שטאט מענטשן דארפן צוקומען צו מיר.
מ'וועט שטעלן א צווייטן רב אנשטאט דיר, האט ער געענטפערט.

אבער איך בין א רבי פאר מיינע חסידים, און זיי זענען אנגעוויזן אויף מיר.
מען וועט אויפנעמען א נייע רבי וואס זאל פירן די עדה, האט ער ווידער געזאגט.

אבער איך בין א טאטע צו מיינע קינדער, און ווי לאנג איך לעב קען איך זיי נאך מחנך זיין און מדריך זיין צו וואקסן גרעסער בתורה ובעבודת השי"ת.
אויף דעם האט ער שוין נישט געהאט וואס צו ענטפערן ווייל מען קען דאך נישט שטעלן א נייע טאטע פאר קינדער, א טאטע איז נאר דא איינס,
מ'קען דאס נישט פארטוישען אדער פארטרעטן.

צוליב די טענה האט ער האט מיך געמוזט אפלאזען, און איך האב מיך אויפגעוועקט.

די הייליגע צדיק האט דאן אויפגעהויבן זיין ארבעל און די פארזאמעלטע האבן געזען קלארע צייכענעס פון א האנט אויף איהם. (המעשה במילואו סיפר האמרי
חיים זי"ע לתלמידי הישיבה ר"ח ניסן תשי"ט)

הוא הדבר אשר דיברנו:
א טאטע איז נאר דא איינס, און קיינער קען נישט זיין במקום פון א טאטע, און דאס איז א טענה וואס מ'נעמט אהן אין הימל, אויב מ'בעט רבש"ע איך וויל בלייבן לעבן,
איך מוז נאך מחנך זיין מיינע קינדערלעך, אזא תפילה איז מען מקבל.

דאס איז די כח פון א טאטע, ווייל קיינער קען נישט מחנך זיין א קינד אזוי ווי א טאטע, קיינער קען נישט האבן אזא השפעה אויף א קינד אזוי ווי זיין טאטע.

אבותינו סיפרו לנו

קען זיין אז פארדעם הייסט די מסכתא 'אבות', ווייל ווען מ'רעדט דאך אין די אלע פרקים פון אוועקשטעלן א מענטש אויף די ריכטיגע וועג, און איהם אויסבויען מיט מידות
טובות מיט דרך ארץ מיט גוטע הנהגות, דארף די טאטע דאס טוהן, און אפילו זאכן און הדרכות וואס זעהן אויס פשוט, ווערט עס אבער מער אריינגעבאקן אין די קינדער
ווען די טאטע זאגט עס, ווען די טאטע פאדערט עס, ווען עס קומט פון די אבות, און נאר אזוי האט עס א קיום.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: א טאטע קען מען נישט ריפלעיס"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

הערליכע געדאנקען!!!
יישר כח!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

Re: א טאטע קען מען נישט ריפלעיס"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

הערליך שיין, און טאקע זייער פאסיג פאר ערב ראש חודש סיון, יישר כחכם
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”