די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אה רבותי!
אייביג ווען מ'טענה'ט זיך איבער פאליטיק, וועט יעדער מודה זיין (לכל הפחות אין הארצן) אז קיין שום פאליטיקאנט, פארטיי, אדער סיסטעם, איז נישט הונדערט פראצענט גוט. נאר וואס? מ'מוז זוכן דאס בעסטע פון וואס ס'איז שייך.

אבער וואס הייסט גוט? איבערדעם קריגט מען זיך אויך ארום.

איינער האלט אז די רעפובליקאנער זענען בעסער, טראצדעם וואס ער איז ברוגז אויף מיליאן זאכן וואס זיי טוען, און א צווייטער איז בלינד פאר די דעמאקראטן אויפ'ן זעלבן אופן. אבער וואס ברענגט אים צו זיין החלטה מיט וועלכער זייט ער גייט? ס'זענען דא אסאך סיבות, אבער ביי טייל מענטשן איז עס ווייל זיי (די רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן) זענען די נאנטסטע צום אמת.

ממילא ווי איידער מ'זאל דיסקוסירן צי די זענען טאקע די נאנטסטע אדער נישט, וואס דאס איז א פאליטישע דעבאטע, וואס טאר נישט ח"ו אריינקומען אין דעם אשכול, וועט מען אבער דא קענען אויסשמועסן למשל אויב מיר באקומען בעלות אויף א שטיקל לאנד ערגעץ אין א פארווארפן אינזל, וואספארא פאליטישע סיסטעם, מיר וואלטן געוואלט פארעמען דארט.

איך האף אז דאס דארף זיין אינטערעסאנט...

(ביטע נישט אריינמישן קיין אידישקייט ענינים, לאמיר רעדן למשל אז יעדער איז אן ערליכער איד אן קיין שום סיסטעם וואס זאל אים צווינגען, אדער אז מ'מאכט א לאנד פאר פאלנע גויים).
אוועטאר
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2023 2:09 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קְצַת לְהוֹדָעוּתָא »

אויב איך וואוין דארט וואלט איך געוואלט אז דער עולם זאל באשליסן וואס זיי ווילן, אויסער אויב איך בין דער דיקטאטור פונעם לאנד (ווייל אויב איך בין נישט דיקטאטור וועט עס א צווייטער זיין - אויסער אויב ס'איז נישטא איינס).
אוועטאר
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2023 2:09 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קְצַת לְהוֹדָעוּתָא »

צו מער אויסברייטערן: יעדער האט זיך זיינע רצוניות וואס זיי ווילן, אריינגערעכנט איך. אויב לאזט מען מיך זיין אין טשארדזש וויל איך טוהן ווי איך פארשטיי, און אויב נישט זאל איך כאטש האבן א גלייכע שטימע (און נישט אז א צווייטער זאל מיך דיקטירן).

און בעצם איז דאס צו גאנצע געדאנק פון דעמאקראטיע, אז מ'קומט צו א פארשטענדעניש אז איך גיי נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, איז לאמיך כאטש האבן א ווארט לויט וויפיל ס'קומט מיר אלס טייל פן די באפעלקערונג (פארשטייט זיך אז די חשבון מאכט נאר דער וואס וועט טאקע זיכער נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, און וועלן די עליטע טאקע נישט זיין אזוי אויסגעהונגערט נאך דעמאקראטיע).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פיין, גוט ארויסגעברענגט אז מ'דארף א דעמאקראטיע און נישט קיין דיקטאטורשאפט. וויאזוי מאכט מען אז דאס לאנד זאל פארן אויף די בעסטע רעלסן מעגליך?

-----------

מ'גייט וואוטן פאר צענדליגער אייגנארטיגע קאנדידאטן אדער מ'דארף פארטייען?
וואו וועט א קאנדידאט "אנפאנגען" און וויאזוי גייט מען אים יא\נישט פארדרייען?

וויאזוי גייט מען אויסשטעלן דעם סיסטעם?
און וויאזוי וועט מען אויסמיידן א פראבלעם?

וועמען גייט מען באשטראפן און וויאזוי?
צי דארף מען נישט דאס אויך אויסרעכענען גענוי?

פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

דער עיקר פראבלעם פון סיי וועלכע סיסטעם איז קארופציע. אין דעם איז אריין גערעכנט אז די וואס ווערן אריינגעוועהלט באקומען צופיהל מאכט און קענען זיך נישט שיידן פון זייערע פאזציעס.

איינע פון די עצות דערצי איז טוירם לימיטס. צו צווינגען די באאמטע אפצוטרעטן נאך א באשטימטע צייט.

דער פראבלעם איז אבער אז די פארטייען און אלטגעזעצענע באטמטע פיהרן דאס לאנד. זיי טוישן זיך נישט, און זיי זענען די וועלכע קאנטראלירן די פאליטישע אמטן און די געריכטן. עס איז נישט קיין גרויסע חילוק ווער עס זיצט די מינוט אויפן בענקל.

אפשר איז אן עצה אז יעדער וואס האט א פאליטישע אדער שטאטישע אמט זאל מוזן גענצליך אפטרעטן. יעדער, מחוטב עציך עד שואב ממיך.

צופיהל וואלן איז אויך עפעס וואס טויג נישט. אין אמעריקע ווערט יעדער קאנגרעס מיטגליד ערוויילט יעדע צוויי יאהר. דאס מאכט זיי פאר גרויסע שנארערס ווייל זיי מוזן שטענדיג זיין טעטיג צו אנפילן זייערע קאסעס. שטענדיג גיין נאך געלט מאכט זיי משועבד צו די געלט געבערס, און דאן זענען אלע זייערע הבטחות ווערד כקליפת השום. נישט לאזן שנארן איז אויך א סכנה, ווייל דאן וועלן בלויז רייכע לייט קענען געווינען קאמפיינס.

צו דעם איז מיין פארשלאג אז קאמפיין באשטייערונגען זאל בכלל נישט זיין. די רעגירונג זאל געבן א באשטימטע מינימאלע סכום פאר יעדע קאנדידאט וואס לויפט. די קאנדידאטן וועלן מוזן באשליסן וויאזוי אויסצוגעבן די געלט אויפן קליגסטן אופן.

דאס גייט שוין אריין אין גדר פון ״ביג גאווערמענט״ וואס איז אויך א פראבלעם, אבער איך זעה נישט אן אנדערע עצה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב מ'האט כסדר נייע מענטשן פון פריש, באקומט מען אומערפארענע פירערס, אבער ס'איז נישטא גענוג צייט אז זיי זאלן ווערן אזוי שטארק קארופטירט.
אויב האט מען ערפארענע מענטשן, האט מען מער קארופציע.
דארף מען שוין ווייטער אויסוועלן צווישן צוויי מכות.

אן עצה?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:59 pm
צו מער אויסברייטערן: יעדער האט זיך זיינע רצוניות וואס זיי ווילן, אריינגערעכנט איך. אויב לאזט מען מיך זיין אין טשארדזש וויל איך טוהן ווי איך פארשטיי, און אויב נישט זאל איך כאטש האבן א גלייכע שטימע (און נישט אז א צווייטער זאל מיך דיקטירן).

און בעצם איז דאס צו גאנצע געדאנק פון דעמאקראטיע, אז מ'קומט צו א פארשטענדעניש אז איך גיי נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, איז לאמיך כאטש האבן א ווארט לויט וויפיל ס'קומט מיר אלס טייל פן די באפעלקערונג (פארשטייט זיך אז די חשבון מאכט נאר דער וואס וועט טאקע זיכער נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, און וועלן די עליטע טאקע נישט זיין אזוי אויסגעהונגערט נאך דעמאקראטיע).
סאיז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל לאמיר זאגן, 70% פון די נייע לענדל פארלאנגט איינצופירן ראסיסטישע געזעצן אקעגן די איבריגע 30% מינארעטי, ביזטו ווייטער אין א דילעמא, רוב וויילער איז נישט אלס די ענטפער.

סאיז זיכער אז עפעס א קאנסטיטוציע דארף ווערן באשלאסן איידער מהייבט אן לאזן די אנגעמיינע באפעלקערונג וועלן.
#בשיטה נישט
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע: גרינד

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

א געדאנק פאר מיין חלום לענדל, האט נישט דוקא מיט פאליטישע סיסטעם

יעדע בירגער באקומט א ריעל עסטיעט קרקע, צוטיילט איווען צווישן אלע בירגער, איי וועט קומען א עושר און אפקויפן משך די יארן יעדעמ'ס קרקע און עטליכע דורות ארום וועט נישט יעדע קינד האבן קיין קרקע, נאר די סיסטעם וועט זיין אז קיינער קען נישט פארקויפן אדער אפקויפן קיין ריעל עסטיעט! אויב איינער איז געדרוקט אין געלט קען ער נאר פאר'ליעס'ן די קרקע ביז יובל.
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נו שוין האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:41 am
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:59 pm
צו מער אויסברייטערן: יעדער האט זיך זיינע רצוניות וואס זיי ווילן, אריינגערעכנט איך. אויב לאזט מען מיך זיין אין טשארדזש וויל איך טוהן ווי איך פארשטיי, און אויב נישט זאל איך כאטש האבן א גלייכע שטימע (און נישט אז א צווייטער זאל מיך דיקטירן).

און בעצם איז דאס צו גאנצע געדאנק פון דעמאקראטיע, אז מ'קומט צו א פארשטענדעניש אז איך גיי נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, איז לאמיך כאטש האבן א ווארט לויט וויפיל ס'קומט מיר אלס טייל פן די באפעלקערונג (פארשטייט זיך אז די חשבון מאכט נאר דער וואס וועט טאקע זיכער נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, און וועלן די עליטע טאקע נישט זיין אזוי אויסגעהונגערט נאך דעמאקראטיע).
סאיז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל לאמיר זאגן, 70% פון די נייע לענדל פארלאנגט איינצופירן ראסיסטישע געזעצן אקעגן די איבריגע 30% מינארעטי, ביזטו ווייטער אין א דילעמא, רוב וויילער איז נישט אלס די ענטפער.

סאיז זיכער אז עפעס א קאנסטיטוציע דארף ווערן באשלאסן איידער מהייבט אן לאזן די אנגעמיינע באפעלקערונג וועלן.
דא ארבעט מען אויס דער קאנסטיטוציע...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דזשי רי בי האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 7:43 am
א געדאנק פאר מיין חלום לענדל, האט נישט דוקא מיט פאליטישע סיסטעם

יעדע בירגער באקומט א ריעל עסטיעט קרקע, צוטיילט איווען צווישן אלע בירגער, איי וועט קומען א עושר און אפקויפן משך די יארן יעדעמ'ס קרקע און עטליכע דורות ארום וועט נישט יעדע קינד האבן קיין קרקע, נאר די סיסטעם וועט זיין אז קיינער קען נישט פארקויפן אדער אפקויפן קיין ריעל עסטיעט! אויב איינער איז געדרוקט אין געלט קען ער נאר פאר'ליעס'ן די קרקע ביז יובל.
דאס ווערט אנגערופן "קאלאניזאציע", וואס ציעט היבש אביסל צו קאמוניזם. איך שאץ אז ס'זענען דא חברה וואס קענען עס בעסער מסביר זיין און אויסשמועסן ווי מיר.
סתם
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 10:23 am
דזשי רי בי האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 7:43 am
א געדאנק פאר מיין חלום לענדל, האט נישט דוקא מיט פאליטישע סיסטעם

יעדע בירגער באקומט א ריעל עסטיעט קרקע, צוטיילט איווען צווישן אלע בירגער, איי וועט קומען א עושר און אפקויפן משך די יארן יעדעמ'ס קרקע און עטליכע דורות ארום וועט נישט יעדע קינד האבן קיין קרקע, נאר די סיסטעם וועט זיין אז קיינער קען נישט פארקויפן אדער אפקויפן קיין ריעל עסטיעט! אויב איינער איז געדרוקט אין געלט קען ער נאר פאר'ליעס'ן די קרקע ביז יובל.
דאס ווערט אנגערופן "קאלאניזאציע", וואס ציעט היבש אביסל צו קאמוניזם. איך שאץ אז ס'זענען דא חברה וואס קענען עס בעסער מסביר זיין און אויסשמועסן ווי מיר.
דאס איז די סיסטעם פון די תורה אויף נחלת הארץ
אוועטאר
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2023 2:09 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קְצַת לְהוֹדָעוּתָא »

נו שוין האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:41 am
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:59 pm
צו מער אויסברייטערן: יעדער האט זיך זיינע רצוניות וואס זיי ווילן, אריינגערעכנט איך. אויב לאזט מען מיך זיין אין טשארדזש וויל איך טוהן ווי איך פארשטיי, און אויב נישט זאל איך כאטש האבן א גלייכע שטימע (און נישט אז א צווייטער זאל מיך דיקטירן).

און בעצם איז דאס צו גאנצע געדאנק פון דעמאקראטיע, אז מ'קומט צו א פארשטענדעניש אז איך גיי נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, איז לאמיך כאטש האבן א ווארט לויט וויפיל ס'קומט מיר אלס טייל פן די באפעלקערונג (פארשטייט זיך אז די חשבון מאכט נאר דער וואס וועט טאקע זיכער נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, און וועלן די עליטע טאקע נישט זיין אזוי אויסגעהונגערט נאך דעמאקראטיע).
סאיז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל לאמיר זאגן, 70% פון די נייע לענדל פארלאנגט איינצופירן ראסיסטישע געזעצן אקעגן די איבריגע 30% מינארעטי, ביזטו ווייטער אין א דילעמא, רוב וויילער איז נישט אלס די ענטפער.

סאיז זיכער אז עפעס א קאנסטיטוציע דארף ווערן באשלאסן איידער מהייבט אן לאזן די אנגעמיינע באפעלקערונג וועלן.
א קאנסטיטוציע איז נישט קיין סתירה מיט דעמאקראטיע.

ערשטנס קען א קאנסטיטוציע בדרך כלל אויך ווערן געטוישט מיט א גאר גרויסע רוב, אפילו די אמעריקאנע קאנסטיטוציע געבט א מעגליכקייט צו לעגאליזירן אן האלאקאוסט ח"ו.

צווייטנס, אין דעמאקראטישע לענדער ווערט די קאנסטיטוציע אויך געמאכט דורך די ווילן פונעם פאלק, און נאך מיט די זאלבע גאר גרויסע רוב וואס קענען אויך טוישן די קאנסטיטוציע.

אין אנדערע ווערטער מיינט א קאנסטיטוציע אז לאמיר זאגן 90% פונעם פאלק פירט איין מיט'ן כח פון זייער גאר גרויסע רוב, אז געוויסע זאכן וואס זיי ווילן זאל בלייבן אזוי לאנג ווי די זעלבע גאר גרויסע רוב וויל אנדערש, און דאס איז לאו דוקא א סתירה מיט דעמאקראטיע.
אוועטאר
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2023 2:09 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קְצַת לְהוֹדָעוּתָא »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 9:16 pm
פיין, גוט ארויסגעברענגט אז מ'דארף א דעמאקראטיע און נישט קיין דיקטאטורשאפט. וויאזוי מאכט מען אז דאס לאנד זאל פארן אויף די בעסטע רעלסן מעגליך?

-----------

מ'גייט וואוטן פאר צענדליגער אייגנארטיגע קאנדידאטן אדער מ'דארף פארטייען?
וואו וועט א קאנדידאט "אנפאנגען" און וויאזוי גייט מען אים יא\נישט פארדרייען?

וויאזוי גייט מען אויסשטעלן דעם סיסטעם?
און וויאזוי וועט מען אויסמיידן א פראבלעם?

וועמען גייט מען באשטראפן און וויאזוי?
צי דארף מען נישט דאס אויך אויסרעכענען גענוי?
איך מיין אז אויב מ'וויל זיין אויפריכטיג דארף מען רילייזן אז פרטים איז נישט מעגליך צו באשליסן ווילאנג מ'איז נישט דארט און מ'האט אלע דינאמיקס פאר די אויגן.

אויב סתם חלומ'ן ווער קען טראכטן פון עפעס אנדערש ווי ישראל שרוים על אדמתן (ווי אין די גוטע צייטן, נישט ווען מ'האט אפגעקערט פון די תורה), ווי ער קומט אריין קלאר:
דזשי רי בי האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 7:43 am
יעדע בירגער באקומט א ריעל עסטיעט קרקע, צוטיילט איווען צווישן אלע בירגער, איי וועט קומען א עושר און אפקויפן משך די יארן יעדעמ'ס קרקע און עטליכע דורות ארום וועט נישט יעדע קינד האבן קיין קרקע, נאר די סיסטעם וועט זיין אז קיינער קען נישט פארקויפן אדער אפקויפן קיין ריעל עסטיעט! אויב איינער איז געדרוקט אין געלט קען ער נאר פאר'ליעס'ן די קרקע ביז יובל.
-

אגב, איך האב אמאל אנגעהויבן צו שרייבן א סעריע ארטיקלען וועגן וועלטליכע פאליטיק בכלל (גארנישט מיט קארענט איווענטס) אויף א נייטראלע פארנעם אן אריינצומישן מיינונגען נאר פשוט אראפצולייגן די יסודות פון די פאליטיק, אז דער עולם איז אינטרעסירט קען איך עס שערן מיט'ן ציבור.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:56 pm

איך מיין אז אויב מ'וויל זיין אויפריכטיג דארף מען רילייזן אז פרטים איז נישט מעגליך צו באשליסן ווילאנג מ'איז נישט דארט און מ'האט אלע דינאמיקס פאר די אויגן.
ווען מ'איז שוין דארט, האט מען שוין אויך די נגיעות פאר די אויגן.

נא, געב אהער...
אוועטאר
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2023 2:09 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קְצַת לְהוֹדָעוּתָא »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 2:50 pm
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:56 pm

איך מיין אז אויב מ'וויל זיין אויפריכטיג דארף מען רילייזן אז פרטים איז נישט מעגליך צו באשליסן ווילאנג מ'איז נישט דארט און מ'האט אלע דינאמיקס פאר די אויגן.
ווען מ'איז שוין דארט, האט מען שוין אויך די נגיעות פאר די אויגן.
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:56 pm

אגב, איך האב אמאל אנגעהויבן צו שרייבן א סעריע ארטיקלען וועגן וועלטליכע פאליטיק בכלל (גארנישט מיט קארענט איווענטס) אויף א נייטראלע פארנעם אן אריינצומישן מיינונגען נאר פשוט אראפצולייגן די יסודות פון די פאליטיק, אז דער עולם איז אינטרעסירט קען איך עס שערן מיט'ן ציבור.
נא, געב אהער...
איז דער עולם אינטרעסירט? די ניקים וואס פאליטיזירן דא קוקט אויס מער אינטרעסירט אין די נייעס פונעם טאג.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 7:58 pm
איז דער עולם אינטרעסירט? די ניקים וואס פאליטיזירן דא קוקט אויס מער אינטרעסירט אין די נייעס פונעם טאג.
ס'זענען אנדערע מענטשן וואס פאליטיזירן אין קארענט אישוס, ווי די וואס פילאזיפירן אין טעארעטישע אישוס.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

@גראז , דו האסט מסתמא וואס צו צולייגן דא, אלזא ביסט מכובד...
ידיד נפש
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 2:15 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נפש »

א דיקטאטורשאפט ארבעט די בעסטע פאר יעדן. מען ברויך נאר אז דאר דיקטאטאר זאל זיין א אויפריכטיגער מאן און מענטשן ליבהאבער.

וואס עפעס דעמאקראטיע? איך ברויך אז מען זאל מיר פרעגן יעדע פאר מינוט וואס צו טון? שטעל דעם פארסיגן מענטש, און לאז אים טון זיין זשאב.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ידיד נפש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:30 pm
א דיקטאטורשאפט ארבעט די בעסטע פאר יעדן. מען ברויך נאר אז דאר דיקטאטאר זאל זיין א אויפריכטיגער מאן און מענטשן ליבהאבער.
און ווער נעמט אויף דעי דיקטאקטור?
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

תגובה דורך באטל וואסער »

גראז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:40 pm

דער ווער עס טרעפט די שטיק ערד ווי מען גייט בויען די לאנד, ע''ע סינגאפור.

א פירער דארף זיכן אויף צו טוהן און האבן צייט צו שניידן און עסן די פירות. האסט פארשווענדעט געלט? דאן לעק עס אויף! האסט געמאכט א דיעל? שפיל עס אויף אין ריעל טיים!

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:08 pm

איך בין מסכים, אבער ווער נעמט אויף?

וואס טוט מען אין סינגאפור?

גראז האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 4:17 pm

דער וואס האט אויסגעטראפן סינגאפור איז געווען די ערשטע פירער פון לאנד, שפעטער האט ער עס איבער געגעבן פאר זיין זוהן.
ניק ניקי
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 2:08 pm

Re: די חלום-פאליטישע סיסטעם פאר'ן חלום לענדל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניקי »

נו שוין האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:41 am
קְצַת לְהוֹדָעוּתָא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:59 pm
צו מער אויסברייטערן: יעדער האט זיך זיינע רצוניות וואס זיי ווילן, אריינגערעכנט איך. אויב לאזט מען מיך זיין אין טשארדזש וויל איך טוהן ווי איך פארשטיי, און אויב נישט זאל איך כאטש האבן א גלייכע שטימע (און נישט אז א צווייטער זאל מיך דיקטירן).

און בעצם איז דאס צו גאנצע געדאנק פון דעמאקראטיע, אז מ'קומט צו א פארשטענדעניש אז איך גיי נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, איז לאמיך כאטש האבן א ווארט לויט וויפיל ס'קומט מיר אלס טייל פן די באפעלקערונג (פארשטייט זיך אז די חשבון מאכט נאר דער וואס וועט טאקע זיכער נישט זיין די דיקטאטור אויב ס'איז דא איינס, און וועלן די עליטע טאקע נישט זיין אזוי אויסגעהונגערט נאך דעמאקראטיע).
סאיז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל לאמיר זאגן, 70% פון די נייע לענדל פארלאנגט איינצופירן ראסיסטישע געזעצן אקעגן די איבריגע 30% מינארעטי, ביזטו ווייטער אין א דילעמא, רוב וויילער איז נישט אלס די ענטפער.

סאיז זיכער אז עפעס א קאנסטיטוציע דארף ווערן באשלאסן איידער מהייבט אן לאזן די אנגעמיינע באפעלקערונג וועלן.
רבי, די קאנסטיטאציע קען דאך אויך ווערן געמאכט דורך ראסיסטען. וואס וועסטו האבן אויפגעטוהן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”