די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דער פינף און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פרעזידענט דאנעלד דזשעי טראמפ, איז וואויל באקאנט מיט זיינע אפטע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס און קרומע מיינונגען אויף פארשידענע טעמעס, ווי אויך טוט ער זיך אסאך מאל צוריקהאלטן פון פארדאמען פארשידענע פערזאנען און פאסירונגען וואס זענען ווערד א שארפן פארדאמונג, און דאס רופט אפט ארויס א שטארקן שטורעם און קאנטראווערסיע.

די טומל וואס ווערט געמאכט ארום דעם איז אפט מאל הוילע לופט אדער לכה"פ שטארק אויפגעבלאזן דורך די לינקע לאגער וועלכע כאפן זיך כסדר ארויף אויף נישטיגקייטן און בלאזן אויף דערפון א ריזיגן באלאן. פארט אבער קען מען נישט אלץ אוועקמאכן מיט א מאך מיט די האנט, למעשה אין געוויסע פעלער איז די שטורעם - כאטש טיילווייז - לעגיטים. ווען טראמפ קען זיך נישט ברענגען צו פארדאמען אן אנטיסעמיט מיט וועם ער איז געזעסן, אדער פארשיקן זיינע שטיצער וועלכע ראיאטירן פאר אים, און גאנץ לעצטנס אז ער קען נישט פארדאמען פוטין צוליב די אינוואזיע אויף אוקריינא, איז עס קלאר א עוולה פון זיין זייט. און טראץ וואס ס'איז ריכטיג אז ס'ווערט אויפגעבלאזן פי כמה בשעת אזעלכע סארט אקטן פון די אנדערע זייט ווערן פארשוויגן, פארענטפערט עס אבער נישט וואס טראמפ טוט און ס'איז קלאר אז זיין פירונג אין אסאך פעלער איז זייער מיאוס.

פארשטייט זיך אז אזא אויפפירונג איז א גרויסע חסרון און ברענגט שטארק אראפ די ווערד פון דעם מענטש, איך וויל אבער ארויסברענגען א געוויסע נקודה דערוועגן פון א אנדערן פערספעקטיוו, אז אין א געוויסן זין איז די סארט כאראקטער זיינער גאר א מעלה.

יעצט פאר דו שרייסט, הער מיך צו א מינוט. ניין, איך זאג נישט אז עס 'איז' א מעלה, איך זאג נישט אז אויסלויבן ראיאטירער איז א גוטע זאך. איך וויל נאר ארויסברענגען אז די סארט פירונג 'פארמאגט' אין זיך א געוויסן מעלה איבער די פירונג פון געווענליכע פאליטיקאנטן.

בעצם איז עס דברים פשוטים וואס איך גיי דא ארויסברענגן, דאך קלער איך אז ס'איז ווערט צו כאפן א טיפערן אריינבליק דערין.

ווי מיר אלע ווייסן איז טראמפ א שטארקע עגאאיסט, און ער זעט אין אלעם נאר זיך, איך, און מיך. אויב דו ביסט אויף מיין זייט ביסטו די בעסטע און געלונגענסטע מענטש וואס איז נאר אמאל געווען, אויב ביסטו אבער קעגן מיר ביסטו די ערגסטע און גרעסטע דורכפאל וואס קען זיין. אלס טייל פון זיין עגאאיזם האט ער אויך דעם אויבנדערמאנטן שוואכקייט, אז ער קען זיך נישט ברענגען צו פארדאמען עפעס וואס ער פילט נישט באמת קיין פאראיבל דערצו, ער קען עס פשוט נישט טון, ער קען נישט לאזן הערן שארפע ווערטער קעגן אן אנטיסעמיט בשעת יענער האט אים גע'חנפ'עט מיט בלויז עטליכע שעה צוריק. אדער נאך מער פשוט, צוליב די עצם פאקט אז ער איז געזעצן מיט יענעם, קען ער אים שוין נישט יעצט פארדאמען, ווייל אויב אזוי קומט אויס אז ער האט געטאן א שטיקל עוולה.

נישט אין יעדן פאל איז עס אזוי פשוט און קלאר, אבער אז מ'קוקט אויפן גרויסן בילד שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטן מציאות, אז דער מענטש איז דורכזיכטיג, וואס ער האלט דאס ער דיר זאגן, אדער אמווייניגסטנס וועט ער גארנישט זאגן. ער קען זיך פשוט נישט ברענגען צו זאגן אנדערש ווי ער האלט. און דאס איז די הויפט זאך מיט וואס ער איז אנדערש פון סיי וועלכע פאליטיקאנט און וואו ער איז נישט 'פאליטיקלי קארעקט'.

יעצט וועסטו פרעגן, מה לי ולצרה הזאת? ווער דארף אזא מין אויפריכטיגקייט? ענדערש רעד יא ארויס שארף קעגן פוטין אפילו דו ביסט נישט באמת דערביי, דו דארפסט יא קענען אנשטעלן א פנים ווי דו פארדאמסט פארשידענע אקטן מיטן גאנצן שארפקייט, טראץ וואס ביי דיר אין געדאנק ביסטו גראדע אין שטיצע פון דעם אקט. די ענטפער איז, ריכטיג, ס'איז נישט אפגעפרעגט, ס'איז א גוטע זאך ווען אונזערע פארטרעטער רייסן אראפ יעדע זאך וואס איז ווערד א פארדאמונג טראץ וואס זיי זענען נישט אלעמאל ערנסט דערביי. אבער ווי געזאגט וויל איך ארויסברענגען אז פון די אנדערע זייט האט אזא סארט כאראקטער יא א שטארקע מעלה, און דאס איז, אז איך ווייס וואו איך שטיי מיט איהם, און לאמיר עס אויסשמועסן.

ווי יעדער ווייסט אוודאי איז די גאנצע וועלט פון פאליטיק איין שטיק שקר, קיינער מיינט נישט וואס ער זאגט און ווען א פאליטיקאנט לאזט זיך הערן איבער עפעס מיינט עס אך ורק אז ער וויל זיך געפעלן פארן וויילער. דערפאר, איז פשוט נישט מעגליך צו וויסן די ריכטיגע מיינונגען פון אונזערע ערוועלטע פארטרעטער. א פאליטיקאנט קען שטילערהייט ארבעטן אנצודרייען ראיאטן אין שטיצע פון די בלעק לייווס מעטער באוועגונג, און אין די זעלבע צייט קען ער ארויסשיקן א שארפן טוויט עס צו פארדאמען. און ס'איז לאו דוקא מיט דעמאקראטן, אקוראט די זעלבע איז מיט רעפובליקאנער, צי זאל עס זיין בנוגע יאנואר זעקס אדער סיי וואס. ווען א פאליטיקאנט לאזט הערן זיין מיינונג אויף פארשידענע געשעענישן אדער פארדאמט געוויסע פירונגען באדייט דאס סאמע גארנישט, אבער גארנישט. עס באדייט בלויז אז דאס איז וואס איז יעצט פאליטקלי קארעקט און כדי אנצוהאלטן א שיינעם פנים אויפן גאס ברויך ער דאס זאגן.

ווידעראום טראמפ, זיינע סטעיטמענטס זענען טאקע אפטמאל זייער נישט צום זאך און בכלל נישט עפעס וואס מען ערווארט פון דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אבער לכה"פ ווייס איך וואו איך שטיי מיט איהם. ווען ער לאזט הערן זיין מיינונג אויף א געוויסע טעמע ווייס איך אז דאס איז זיין מיינונג, אזוי האלט ער באמת, ער פאפט נישט קיינעם. פון וואו ווייס איך? פשוט ווייל זיין עגאאיזם לאזט אים נישט זאגן אנדערש ווי ער האלט.

ווען דעסאנטיס קומט ארויס נאך א שטורעם וואס האט זיך געשאפן ארום זיינע קאמענטארן בנוגע אוקריינע, און ער לאזט זיך הערן אז ער האט נישט ממש דאס געמיינט און אז ער האלט יא אז פוטין איז א קריגס קרימינאל, ווייס איך נישט צי ער האלט באמת אזוי, אדער קען גאר זיין אז ער זאגט עס בלויז ווייל אזוי בלאזט יעצט די ווינט, עס איז נישט פארהאן קיין שום וועג צו וויסן זיין אמת'ע מיינונג. אבער ווען טראמפ וויל נישט זאגן אז פוטין איז א קריגס קרימינאל, טראץ עס שמעקט מיר טאקע נישט, צייגט עס מיר אבער, אז אנדערש ווי ביי אלגעמיינע פאליטיקאנטן, קען איך וויסן וואס איז זיין אמת'ע מיינונג און כ'ווייס מיט וועמען איך גיי צום טיש.

דער מענטש איז פשוט דורכזיכטיג, נישט צוליב זיין מדת האמת, נאר טאקע צוליב זיין פארדארבענע עגאאיזם קען ער זיך נישט ברענגען צו זאגן ברבים אנדערש ווי זיין ריכטיגע מיינונג, און דאס מיינע פריינט, שטעלט אים איבער אנדערע פאליטיקאנטן מיט דעם חלק, אז א געווענליכע פאליטיקאנט האב איך נישט קיין שום וועג צו וויסן וואס ער האלט באמת און וואס ער זאגט אדער טוט אונטער פארמאכטע טירן. אבער טראמפ מיט זיין עגאאיסטישע אויפריכטיגקייט, גיבט ער מיר די מעגליכקייט צו וויסן ווער איז באמת דער מענטש וואס לויפט פאר אפיס, און וואס ליגט באמת באהאלטן ביי אים אין מח.
לעצט פארראכטן דורך רעגנדיג אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

א גראבען פינגער אויף ארויף!! @רעגנדיג

אזוי ווי די ביסט און א דעלעמע א יעדען צפרי וואס צו עסן פאר פרישטיג און עס ענדיגט זיך מיט א טאנע מיט סחוג

די סעם הער נאך אלעם פליס אמיגא טונא (טראמפ) וויט סחוג טאסטעט פליז
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:03 pm
איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
אבי צו זיין אנדערש פון טראמפ... דווקה'ניאק
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

טיפלעך געשריבן...
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:03 pm
איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
קודם א דאנק פארן לייק. גראדע איך לייק אויך אסאך מאל תגובות וואס איך בין נישט אינגאנצן מסכים צום תוכן, פשוט אז כ'האב הנאה געהאט פונעם תגובה און כ'וויל מכיר טוב זיין דעם שרייבער וועל איך לייקן.

יעצט קען איך באשטיין צו הערן טאקע מיט וועלכע חלק ביסט נישט מסכים. אדרבה, ברענג דיך ארויס. נישט סתם שיס א סטעיטמענט אז דו ביסט נישט מסכים.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:25 pm
שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:03 pm
איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
קודם א דאנק פארן לייק. גראדע איך לייק אויך אסאך מאל תגובות וואס איך בין נישט אינגאנצן מסכים צום תוכן, פשוט אז כ'האב הנאה געהאט פונעם תגובה און כ'וויל מכיר טוב זיין דעם שרייבער וועל איך לייקן.

יעצט קען איך באשטיין צו הערן טאקע מיט וועלכע חלק ביסט נישט מסכים. אדרבה, ברענג דיך ארויס. נישט סתם שיס א סטעיטמענט אז דו ביסט נישט מסכים.
גערן.

איך האלט אז דיפלאמאטישע וועג פון רעדן און פאליטיקל קערעקט איז וויכטיג צי אנהאלטן די ציוויליזאציע און טיילווייזע רואיגקייט און לאנד.

די שרעקליכע און אפולו געפארפולע וועג פון זאגן אלעס וואס איך האלט אפענערהייט און נישט סענסעטייו ברענגט צום אויבערפלאך די מיינונגס דיפערענצן און מ'הייבט זיך אן פיינט האבן איינער דעם צווייטן.

און ברענגט אויך מען זאל זיך נישט קענען פאראייניגן אויף פשוטע און נארמאלע אישוס.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אקעי, סאו דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס איך שרייב.

ווי איך שמועס קלאר אויס, איז א גוטע זאך אז פאליטיקאנטן פארדאמען אומגעוואונטשענע מעשים אפילו אויב זיי האלטן נישט עכט דערקעגן.

איך בין דא בלויז געקומען ארויסברענגען א געוויסע נקודה איבער טראמפ'ס כאראקטער, וואס צוערשט ערקלערט דאס זיין מאדנע און אומעטישע אויפפירונג ווען ס'קומט צו די זאכן, דהיינו אז ס'איז לאו דוקא אז זיין מיינונג איז באמת ערגער ווי אנדערע פאליטיקאנטן, פשוט ער קען נישט זאגן אנדערש ווי ער האלט, משא"כ אלגעמיינע פאליטיקאנטן.

אבער די עיקר וואס כ'האב ארויסגעברענגט איז, אז טראץ די גרויסע חסרון וואס שטעקט דערין פארמאגט עס אויך מעלות. דהיינו אז היות ער איז ממש דורכזיכטיג ווייס איך פונקטליך וואס ער האלט און טראכט, און טראץ וואס פילע פון זיינע קאמענטארן זענען היבש פראבלעמאטיש, ווייס איך אבער אז דאס איז עס ותו לא. משא"כ א געווענליכע פאליטיקאנט האב איך נישט קיין שום וועג צו וויסן וואו מ'שטייט מיט אים און וואס זיינע מיינונגען זענען באמת.

יעצט, כ'האב נישט געזאגט אז דאס איז די ריכטיגע און בעסטע מהלך, כ'האב בלויז ארויסגעברענגט אז ס'האט א געוואלדיגע מעלה.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גאמ צום אחד בפה ואחד בלב

(דאס מיינט אז מען זאגט איין זאך, אבער עכט האלט מען פארקערט)

עס איז בכלל נישט קיין גוטע מדה (אויסער אויב מען נוצט עס אויף "יא" פארדאמען אן אנטיסעמיט כאטש עס באדערט נישט (ווי אלע אנדערע פאליטיקאנטן טוען)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:55 pm
גאמ צום אחד בפה ואחד בלב
:oops: :oops: :oops:

בושות! אזא טעות צו מאכן! און ביז דיר האט עס קיינער ניטאמאל געכאפט.

גיי מיר שוין טוישן קעפל


-------


סאו בעיסיקלי ביסטו טאטאל מחולק מיט מיר?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:02 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:55 pm
גאמ צום אחד בפה ואחד בלב
:oops: :oops: :oops:

בושות! אזא טעות צו מאכן! און ביז דיר האט עס קיינער ניטאמאל געכאפט.

גיי מיר שוין טוישן קעפל


כ'האב פארשטאנען אז ס'איז א מליצה געצילט אריינצוכאפן די שונאי טראמפ אויך
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

נאופס, א פשוט'ע מיאוס'ער טעות.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:03 pm
איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
גא״ם, אויך געלייקט, כאטשיק איך דעסגרי מיט אנאלזירן אזוי טראמפ, כאילו יעדעם ביז אין נאך אים האט מען עס אויך געטון,
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

נודניק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 5:28 pm
גא״ם, אויך געלייקט, כאטשיק איך דעסגרי מיט אנאלזירן אזוי טראמפ, כאילו יעדעם ביז אין נאך אים האט מען עס אויך געטון,
וואס הייסט?

זיי זיך אביסל מער מסביר ביטע.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

סא איך פארשטיי נישט איין זאך מר. רעגענדיג סא די זאגסט אז טראמפ האלט באמת אז פוטין איז נישט קיין פארברעכער ?
ער האלט באמת אז פוטין אין זלענסקי זענען אויף איין פעדש ?
אזוי פארדארבן איז ער ?
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
לאקאציע: ביד השם
פארבינד זיך:

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:03 pm
איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
שוין יארן וואס כ'טי אזוי
MAGE
מעק אייוועלט גרעיט אגעין©️
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
לאקאציע: ביד השם
פארבינד זיך:

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 9:48 am
געטרייט אפאר מאך צו לייקען און עס איז נישט געאנגען
נאדיר
👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍
און פון די גרינע
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
MAGE
מעק אייוועלט גרעיט אגעין©️
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:03 pm
איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
בכלל נישט קיין חידוש.

א גוט געשריבענע תגובה מעג מען רואיג לייקן אויך אויב מען דיסעגריעט, איך טו דאס כסדר, און באקום דאס כסדר. [למשל טאקע פון אונזער פותח היינט אין ביידן אדמיניסטראציע, אויב איך געדענק גוט..]

(פארט האבעך נאכנישט געלייקט די ערשטע תגובה דא, זעהט אויס אז דאס וואס איך שרייב דא האט א שיעור...)
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: טראמפ - אחד בפה ואחד בלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:03 pm
איך בין יעצט מחדש א גאנצע נייע זאך און די וועלט פון אייועלט,

איך לייק א תגובה אפולו איך האלט נישט אזוי...
געהאט די זעלבע הרגשה..

לייק!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

די זאגסט אז טראמפ איז אן עגאאיסט..כ׳מיין ס׳איז נאך מער ווי דעם..איז ער נישט קיין נארסעסיסט?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4753
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

איך טראכט שוין אריין אזא גוטע צען מינוט צו דו ביסט טאקע גערעכט, כ'מוז זאגן דעם אמת דער טראמפ איז אזא מאדנע בריאה אז כ'קען ממש נישט דיסיידען,
ואבנר בן נר שר צבא!!
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

סך הכל וואס דו קענסט וויסן ווי דו האלטס מיט עם איז ווי דו האלטסט מיט עם יעצט, און א מינוט קען עם שוין זיין עגאאיזם אוועקפירן מיילן פון דאס וואס ער האט געזאגט צוויי מינוט צוריק.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

צום ארטיקל:

ס'איז אמת אז ס'איז טאקע בעסער אז מ'זאל זאגן די ריכטיגע זאכן אפילו מ'איז נישט ממש דערביי, אבער דעיס איז אלעס גוט ביז ווילאנג די ריכטיגע זאך און די אמת איז במקומו עומדת, די ריכטיגע זאכן זענען ווייטער די נר לרגל, נאר בסך הכל איז מען נישט ממש דערביי און מ'טוט זאכן פשוט לטובת הענין אז זאכן זאלן פארן גוט און ריכטיג.

אבער די מציאות איז, אז נאך א לאנגע תקופה פון לעבן אין אזא סארט קולטור פון זאגן וואס מ'מיינט נישט און נישט מיינען וואס מ'זאגט, אז ס'קומט א פוינט וואס דעיס ווערט די לכתחילה, ס'איז מער נישט אזא סארט בדיעבד וואס מ'האלט אן א סטאנדארט לשם די טובה פון די זאך, נאר מ'האלט אן די סטאנדארט בלויז לשם סטאנדארט, זאכן פארלירן זייער אמת'ע מיענינג און די שקר או בלאף און די קארופציע און השחתה וואס קומט מיט מיט דעם ווערט די לכתחילה'דיגע וועג פון לעבן. ס'נאמאר אז מ'ווייסט אז די אמת איז די אמת - און אפילו איך בין נישט אינגאנצן דערביי וועל איך נאך ווייטער לפנים דינען די אמת, ס'איז שוין כלל קיין אמת נישטא, אלעס איז איין שטיק בלאף, יעדער פאפט יעדן און אלעס.

דא איז ווי מידת האמת קומט אריין. וויבאלד נאך אלעם איז דאך די אמת די שטערקסטע זאך אין די וועלט, וועלן מענטשן - נאך יארן פון וואס די שקר עסט זיך איין מער און מער - פלאצן דערפון און עס אוועקווארפן און אנהייבן זיין אמת'דיג, ווייל נאך אלעם איז שקר א זאך וואס א מענטש האט ביי דיפאלט דאס מערסטע פיינט, א מענטש קען נישט פאר צו לאנג אנגיין מיט עקסטרעמע שקר, די נפש פון א מענטש דערהייבט עס פשוט נישט.

אז מ'קוקט אין היסטאריע זעט מען ווי דעיס האט זיך אפגעשפילט צענדליגער מאל במשך די היסטאריע. יעדע תקופה האט די וועלט אדאפטירט א נייע שיטה א נייע מהלך פון לעבן, און ווי אזוי און פארוואס איז יעדע פון די תקופות צום סוף געקומען צו א ענדע?! ווען ס'איז אדורך גענוג א לאנגע צייט פון לעבן מיט דעי שיטות וואס מ'האט דעמאלט'ס געהאלטן, אזוי לאנג ביז די גאנצי שיטה האט פארלוירן איר אמת'ע באדייט און מיענינג, עס איז נאר פארבליבן די פאר חיצוניות'דיגע נקודות און הנהגות פון יענע שיטה אדער מהלך, און דא איז ווי ס'האט געפלאצט און מענטשן האבן פשוט בועט געווען און אוועקגעווארפן די אלטע מהלכים וואס איז שוין געווען אינגאנצן פארשקר'ט, און געגאנען זוכן נייע אלטערנאטיווע מהלכים און אנגהויבן פון פריש מיט א אמת. אזוי איז עס געגאנגען א סייקל יעדע עטליכע הונדערט יאר.

און דעיס איז וואס אונז האלטן דא מיט היינטיגע טעג.

עטץ מיינטס אז נאר טראמפ/רעכטע זענען אזוי אמת'דיג געווארן די לעצטערע יארן,?! אךך... די לינקע פונקט אזוי - אויב נישט מער. די גאנצע לינקע שיטה איז דאך געבויעט אויף זיין אמת'דיג און נאטורליך זיך צו פירן מיט די נאטורליכע אינסטינקטן וואס די מענטש האט, און נישט זיך לאזן פארדרייען פון כלומר'שטע ארויפגעצווינגענע שכל גלויבונג און מאראל. "זיי דיך אליין", "פאלאו יור אינסטינקט'ס אזוי ווי זיי זענען" - דעיס זענען די עמודי התוך פון די לינקע שיטה למינהם.

און דא איז ווי ס'האט געפלאצט אויך אויף די רעכטע זייט, גענוג געווען מיט די פאלטשקייט און נייסקייט, ווען די אנדערע זייט ווערט אמת'דיג קענען מיר נישט זיצן איינגעלייגט און ווייטער פאלאוען די אלטע מהלך פון זיך פירן נייס און קארעקט. טראמפ איז די ערשטער וואס האט דעיס אראפגעריסן און אויפגעוועקט די באגראבענע געפיל פון זיין אמת'דיג און זאגן די אמת וואס איז שוין געווען פארדזשאווערט און פארראסטעט אזויפיל יארן.


באדאם ליין. גארנישט אין די וועלט קען אפהאלטן פון די נאטורליכע געפיל פאר אמת. און ס'איז דוקא א גאר גוטע זאך. נאר אזוי קען מען פארמיידן דאס שלעכט'ס און השחתה וואס האט די עביליטי אריינצוקומען אין די וועלט שטילערהייט פון א הונטער טיר נאר א דאנק די נייסקייט און און שיינקייט און יאמי'קייט פון די פאלטשע וועלט.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
whateverusay
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:56 pm

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך whateverusay »

די נקודה האט פיל מער פראבלעמען פאר סטאביליטעט פון א לאנד ווי מעלות, בפרט פאר אונז אידן. עשו שונא ליעקב. אויב עס ווערט נארמאליזירט צו ארויסזאגן וואס מען פילט באמת, זאל דער באשעפער אפהיטן. מען זעט טאקע די אפעקט (נישט טראמפ'ס שולד דירעקט אבער די השפעה פון די נישט מער פאליטיקלי קארעקט) אין די מאס ווילדקייט און האס אין די גאס היינט
שטייף
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 10, 2022 12:22 am

Re: די אויפריכטיגקייט פון טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייף »

שכח רב @רעגנדיג. דיין שריפט איז געוואלדיג.
מין הסתם געוואלט שרייבן פיו וליבו שווים.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”