שטילע הארץ שמועסן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.


טאטי, דו ווייסט נישט, אבער כ'האב דיר נעכטן געזען,
דו ביסט דורך געגאנגען, כ'בין אין מיין ווינקל געווען,
און אויפאמאל, אן מיין רשות, איז עס געשען,

א טרער'ל, זיך ארויסגעגליטשט, פון די אויגעלעך מיין,
אן קיין ווארענונג, געקומען נאך איין, און נאך איין,
ביז כ'האב אויסגעבראכן אין א ביטער געוויין,

טאטי, איך ווייס אז דו מיינסט אז איך,
האב שוין גענצליך פארגעסן פון דיך,
איך האב אויך אזוי געמיינט,

שוין יארן, וואס נאר אוועק, איך קריך,
צו די פינסטערע זייט זיך געיאגט גיך,
מיין זעל שטייף פארשטיינט,

און איך ווייס ווען דו טראכסט פון מיך,
האלטסטו איין די טרערעלעך אין זיך,
די זון מער דיר נישט שיינט,

איך האב געמיינט אז דאס איז וואס איך וויל,
דעם גוטן מלאך'ל אין הערצעלע, געמאכט שטיל,
אבער טאטי, יעצט ווייס איך שוין, צו װעמען איך ציל,

איך בעט דיך ביטע גיב מיר נאך א שאנס איין,
אינווייניג, בין איך יא דיין אינגעלע צארט און קליין,
אפילו איך זאג עס נישט, גלייב מיר כ'וויל אהיים גיין,


……


קינד מיינס, דו ווייסט נישט, איך האב דיר נעכטן געזען,
כ'בין דורכגעגאנגען, דו ביסט, אין דיין ווינקל געווען,
און אויפאמאל, אן מיין רשות, איז עס געשען,

איך האב געפילט דיין טרויער, ווי דו ביסט עלנד אליין,
א טיפער געוויין, האט מיר איבערגענומען ביזן ביין,
וויסן זאלסטו דיין נשמה'לע אינווייניג איך ליין,

שעפעלע, כ'ווייס אז דו מיינסט אז איך,
בין אנגעפילט מיט אויפברויז אויף דיך,
און אז יעדער האט דיך פיינט,

אבער, שוין יארן וואס צו דיר איך קריך,
כ'בין שוין אויסגעוואקסן די קליינע שיך,
א טאטע איז אייביג א פריינט,

האלט מער נישט די טרערלעך אין זיך,
לויף, צו מיין אויגעשפרייטע האנט גיך,
קום אהיים, קום יעצט, היינט,

אלעמאל ווארעם אפן, איז א טאטע'ס געפיל,
דאס לעבן קען צומאל זיין, גאר א שווערער שפיל
מיין טייער ליב קינד, דו דארפסט נישט בלייבן שטיל,

איך ווייס, א פינטל אין הארץ אלץ געבליבן ריין,
א פיינע גוטע איד וועסטו פון יעצט און ווייטער זיין,
קום זיסער שעפעלע מיינס, לאמיר צוזאמען אהיימגיין,


.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

וואאף!! הארטע קעש!! דיינע געפילן לויפן טיף, און דיין קריעטיוועטי בריינגט עס מייעסטעטיש ארויס.. ווי וואנט מאאר!
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

קום קום אינאיינעם גיין. גענוג די טרערן גענוג די געוויין. מיר זענען און בלייבן איין. נעם נאר מיט די שטיין. דארט אויף הר המוריה אליין. לאמיר עס אינאיינעם ארויפלייגן שיין.


אויסנאם!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מאסיוו.
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

זייער זייער שיין
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

זייער עמאציאנאל!!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

ט-יף!
י-דען’יש!
נ-פשיות’דיג!
ט-ראכטנדיג!

מיר ברויכן נאך, ביטע!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

וואף! די צוויי קרוינען.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אין פאעזיע זענען דא מער פון עטליכע שניט און גענג, איינער פאקוסירט אויפן קונסט ווען א צווייטער לייגט געוויכט אויפן געפיל, א דריטער וויל מאכן א פונקט ווען א פערדער פרובירט צו אינספירירן אנדערע.

עפעס אין @טינט'ס וועג פון שרייבן מאכט מיר טראכטן אז מער פון איין מענטש האט דאס געשריבן, ב'איז נישט דא דער מח וואס קען אזוי שנירן פון איין ציל צום צווייטן און האלטן א פערפעקטן באלאנס צו גרייכן יעדן עלעמענט מיט א שלימות

דיין פאעזיע רירט מיר שטייגערליך, ספעציפיש די יעצטיגע מייסטערווערק, האלט אן דיין ארבעט און מיש אונזערע געפילן, יו אר די בעסט
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

טינט מיין ליבער פריינד,

איך שרייב יעצט מיין 2300תגובה, באמת האב איך געוואלט שרייבן עפעס לענגערס, אבער, בום! טראך!
מיין הארץ, מיין נשמה, קוים ווי איך קוק זיך ארום, א טרערעלע רינט, גארנישט איך קען מיר נישט איינהאלטן, די רוישיגע געפילן עס בענקט און האפט, קלערט אזוי, און מיינט אזו, ארויסגעברענגט אינערליכע בענקשאפט, טיפע צמאון.

טאטע זיסער, די צער איז עד אין לשער,
עס קוקט ווי איך גלייב ווי א נער,

אבער טיף און מיר איך ווייס און האף,
אז אפילו דא אינעם ביטערן גלות וועט קומען א סוף.
……………

און צו דיר טינט,
איך בעט דיר אצינד.
לאז נישט לאנג,
איך וויל הערן נאך געזאנג.
ריינע שורות,
לעכטיגע זמירות.


הקולמוס שלי.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

טינט אדער טרערן?
לא עליך המלאכה לגמור
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הערליך!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

גא"מ לכל התגובות דלעיל.

(איך האב פשוט נישט די ריכטיגע ווערטער.)
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ישר כח טייערע ידידים און חברים.

יעדע תגובה איז טיף אפרישיעטעט!

און טייערער @הקולמוס שלי א עקסטערע דאנק פארן מיר אוועקגעגעבן דיין 2300'סטע תגובה, עס מיינט אסאך פאר מיר.

שקויעך @מתמודד פאר די ליבע!

ישר כח ר' @לייבל פריש פארן נעמען די צייט און אויסשרייבן א לידל פאר מיינעטוועגן.

און אלע עקסטער.

שקויעך
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אלנתן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 12:37 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלנתן »

ס'האט מיר געברענגט טרערן, שכ'ח!
מה אתה רוצה ממני, מה?
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

איין ווארט: רירענד...
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow! אויף אזאנע געפילן האב איך זיך נישט געראכטן יעצט. יישר כח פארן מיר אויפוועקן! פארן צופלאקערן מיינע ווייטענישע פילינג, און פאר די גלוסטעניש צוריק. איך קום איך קום.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

הערליך און רירענד, דיין קונסט איז אומגעווענדליך.
איך האלט מיר פאר איינער וואס האלט זאכן.
דרייטצעך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 11:45 am
צ/ק

מען האט זיי נישט געזאגט אין ישיבה אז אייוועלט מעקט?
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

שטיקער געפיל מלובש אין אותיות.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

טשילס!

טרערן!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: שטילע הארץ שמועסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

הערליך
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”