טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מוהל מומחה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:49 pm

טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוהל מומחה »

די טעריטאריע איז אפן פאר דיסקוסיע און איך מיין אז אסאך טינט דארף נאך ווערן פארגאסן אויף דעם נושא. וועלוול שמעלצער האט שוין טאקע אויפמערקזאם געמאכט רינגס און ארום מיט חומר למחשבה, אבער מ'קען נאך שרייבן א וועלט.
דער עולם איז העפליך געלאדנט מיטצוטיילן מיינונגען און לאזן הערן די דריטע דעה.

ווער ס'איז שוין אמאל געווען צוגאסט ביי א חתונה אין ארץ הקודש האט בלינד געדארפט זיין נישט צו באמערקן דער הימל שרייענדער קאנטראסט צווישן א היימישע שמחה אין אמעריקא און אין ארץ ישראל.
און כ'רעד פון דער מוזיקאלישער חלק.
אויסער וואס דארט קעמען רואיג טאנצן הארא אויף דער סקולענער 'מה תשתוחחי' און דא יאגט מען נאך 'לע לע לע לע לעחיי עולמים...'און דאס גלייכן, אבער דאס וועלעך לאזן פאר הרב קעפעטשן...
האט מיר אבער געשטערט א צווייטער נקודה, און דאס איז דער כאניאקישקייט וויאזוי עס ווערט פרעזענטירט.
קען שטיין מאיר אדלער מיט זיין גאנצער חסידישער 'דיסקויאישער' (לאפוקי טעקנאו) סטיל ווען אינדערזייט באמבארדירט מלכות קווייער מיט די כאניאקישער וויינבערגערישער געבוי און איבערדרייען דעם זאל מיט אזא אמת'ע איבערפליסנדע שמחה. פשוט פרייליכקייט און לעבעדיגקייט.
כ'מיין צו זאגן, קיינער פאוקאסט נישט אויף נארישע חציניות'דיגע 'לאקס'.זיי שטייען נישט פאר יעדע זשאב א שעה ביים שפיגל זיך אויסקעמען די האר פארנט און בעק און גוט שמעקן, מ'פילט נישט פאר א פרנסה'דיגע צורך צו שניידן די בארד פענסי, צו שטיין מיט די מעכטיגע שטריימלעך און זיך קוים רירן גיאות'דיג, ס'עפעס נישטא דארטן דער אמעריקאנער דערפרעסיע, וכו'. (כ'רעד נישט אריין אינעם טענה'ריי פון שירה מיט מלכות, נאר דער געדאנק ביהיינד)
פארוואס דערף אן אמעריקאנער בעל מנגן אדער קווייער מעמבער פילן אז ער דארף זיך 'אהערשטעלן' און א היימישער אין ארץ ישראל נישט?

נאך א זאך מיין איך איז דא ביי זיי, אז די היימישע ארץ ישראל'דיגע זינגער זענען קלארער און ווייסן צו פונאנדערשיידן, אז "אונז פרעזענטירן די חסידישע מוזיק" און קוים וואס זיי האבן א ידיעה אין די פרייערע לעצטיגע ניגונים ווי פון 'חנן בן ארי' וכו' וואס יעדער בחור אין ניו יארק קען, און דא מאכן די זינגער א מישמאש פון אלע מינים און אלע סארטן.

וואס האלט עולם?
קענסט דעם מענטש וואס ציהט ארויף זיין דעקע ביז איבערן קאפ און ווייסט נישט פארוואס די פיס איז אים פלוצים קאלט געווארן...
יוסי בן דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 11:57 am

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן דוד »

מוהל מומחה האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 5:14 pm
..וואס יעדער בחור אין ניו יארק קען,....
דא ליגט די תירוץ צו א חלק פון דיין קשיא...
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

איך זעה נישט אז די ארץ ישראלדיגע זינגערס זאלן זיין עפעס פרימער פון די אמעריקאנע זינגערס
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

טעמפל שירה האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 6:58 pm
איך זעה נישט אז די ארץ ישראלדיגע זינגערס זאלן זיין עפעס פרימער פון די אמעריקאנע זינגערס
דא גענוג ארץ ישראל מיט דזשעל פיאות און ריחות רעות
און ב"ה אויך גענוג אמעריקאנע חסיד'ישע

כ'האב מורא אז די חילוק צווישן א"י און אמעריקא איז:
אז אין א"י וועט אויך דער חסיד'ישער פראמאוטן ווידיאס פון זיך, און אין אמעריקא נישט

ממילא פארדעם 'זעסטו' מער חסיד'ישע פון ארץ ישראל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

איך זעה נישט די אשכול זאל מאריך ימים זיין…. סאיז זייער שווער די נושא צו טענה׳ען אן נעמען וכדו. סא איך זעה נישט וויאזוי די שמועס קען פארן.

אבער ווי אנדערע דא האבן געשריבן. איך קען גענוג פענצי איזרעילי חסידישע זינגערס.
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

וואס עס מאכט מיר נאר נערוועז איז ווי יעדע זאך וואס איז דא און ארץ ישראל איז ׳״אמת׳דיגע שמחה , לעבעדיגקייט, וכו. די זעסט א וויינבערגישע חינאקישקייט.. .. אבער אויף די אמעריקאנע זעט מען נאר שלעכטס..

אן אלטע פראבלעים וואס די אמעריקאנע האבן…. ווערן פאר בלענדט פאר א ארץ ישראלדיגע אקצענט ( ווערט אויטאמאטיש זיס..)

מוף קיין ארץ ישראל פאר א אפאר יאר און קאלל מיר נאכדעים..
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

אין מיין מיינונג זענען היינט צוטאגס דאס רוב זינגערס אין ארץ ישראל, ערוואקסענע און קינדער, מער אמעריקאנעזירט ווי די אמעריקאנער אליינס.

ודי בזה.
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

איך זעה נישט ס'זאל האבען צו טוהן ארץ ישראל ווערסעס אמעריקא,
סאיז חסידיש ערליך קעגן מגושם און פראסט,
אין ארץ ישראל, בין איך געווען לעצטענס אויף א חתונה,, זייער מגושם (שיין גערעדט)
אויך דא, זענען דא עטליכע זינגערס וואס זענען נישט דוקא אין די מגושמדיגע סעקטע, (ווי למשל יששכר גוטמאן)
לשוני עט סופר מהיר
אוועטאר
מוהל מומחה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2023 4:49 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוהל מומחה »

הע, חברה, ס'ווערט געבעטן זיך צו בארואיגן. כ'האב געעפענט און אראפגעלעזט דעם אשכול פון בוים פשוט ווייל כ'האב געוואלט מיין מחשבה מיטטיילן מיט א קלוגער איד.
נישט נעמען צום הארצן, ביטע.
נאר חלילה נישט פארגעסן פון 'וראה בטוב ירושלים!'
קענסט דעם מענטש וואס ציהט ארויף זיין דעקע ביז איבערן קאפ און ווייסט נישט פארוואס די פיס איז אים פלוצים קאלט געווארן...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ספעציפיש זינגערס ווייס איך נישט, אבער אין אלגעמיין איז די ארץ-ישראל'דיגע מענטאליטעט מער אריגינעל און די אמעריקאנער מער חיצוניות'דיג אהערגעשטעלט. דער זעלבער חילוק איז אויך דא צווישן ספרדים און אשכנזים. אלזא, אן אשכנזי אין אמעריקע האט אלע סיבות...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

צינגעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 8:28 pm
איך זעה נישט ס'זאל האבען צו טוהן ארץ ישראל ווערסעס אמעריקא,
סאיז חסידיש ערליך קעגן מגושם און פראסט,
אין ארץ ישראל, בין איך געווען לעצטענס אויף א חתונה,, זייער מגושם (שיין גערעדט)
אויך דא, זענען דא עטליכע זינגערס וואס זענען נישט דוקא אין די מגושמדיגע סעקטע, (ווי למשל יששכר גוטמאן)
האסט מחיה געווען א איד מיט דעם תגובה...
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
כתר מלוכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: טייערע זינגערס אין אמעריקא אין קאנטראסט צו די מנגנים אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

איך מיין אז ס'טוט אפשפיגלען דער עולם אין אלגעמיין.

אין א''י איז דא מער פרייליכע כאניאקע'ס וואס קענען טאנצען א לעבעדיגע ''שורות''', און אין אמעריקא איז די עולם מער קיל.

ס'איז נישט נאר די פארפארמער וואס איז מער געפיצט אין אמעריקע, ס'איז יעדער איינער.

חוץ המעשה וואס די כאניאקעס ביי א א''י'דיגע חתונה גייען טאנצען, (און זיך אויסשוויצן), ווס. אין אמעריקע וואס נאר די קילע- אינגערע עולם - בחורים טאנצען, ממילא דארף מען זינגען דא די סארט ניגונים, און ממילא איז די גאנצע אינדורסטרי אויף אזא שניט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”