אומוועלנדיג

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

אומוועלנדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

איך בין,
פארלוירן אין -,
א וועלט אן א זון.

ווי אין א וואלד,
טונקעל קאלט,
יעדע טאג מ'פאלט.

יעדע טאג מ'ווערט,
טיפער אין ערד,
קיינער מיך הערט.

אמאל איך פלעג זאגן,
זיפצען און קלאגן,
וויפיל נאך פלאגן.

אמאל איך פלעג,
אין א געיעג,
זוכן א וועג.

אבער געטון אפשטעלן,
כ'טו שוין נישט געפעלן,
אפי' די וועלן.

דאס איז די פוינט,
זיך צו געוואוינט,
די שמוץ באקרוינט.

די שמוציגע בלאטעס,
דאס האט-עס,
נישט אויפגעטוישט איך וואט-עס.

אויסגעטריקנט די טרערן,
ס'טוט שוין נישט שטערן,
ווען כ'טו מיך אפקערן.

כ'גיי שוין נישט רעכטס,
נישטא מער א קרעכטס,
זיך געוואוינט צום שלעכטס.

אלעס איז פיין,
אלעס איז שיין,
פארוואס ארויסגיין?

י------------------------------------י

די גלות המר,
די שכינה בצער,
פארוואס? דערפאר:

די ביטערע גלות,
געווען אמאל-איז,
שווערע בהלות.

א גהנם התחתון,
ביטערע שלאכטן,
די 'מאד' א צוקראכטן.

גע'הרג'עט נשמות,
וועלטס מלחמות,
א איד געבליבן קוים-איז.

ליידער היינט,
אלעס שיינט,
די גוי איז א פריינט.

זיי פרובירן מיט פארשידן,
אז די אידן,
זאלן זיין צופרידן.

ער ווערט נישט מיד,
מיט א שטריק ער ציעט,
קום קום - איד.

הרג'ענען ער גייט-נישט,
אפילו - ער שרייעט-נישט,
די פראבלעם מ'פארשטייט-נישט.

די גוי איז ריין ווייס,
ס'גלאנצט די גאס,
מיר זענען אין 'גלות הדעת'.

••••
ווער ס'העט כאפן (וויאזוי ס'הייבט אן אנפאנג און ס'פארט אריבער צו א אנדערע זאך), אז לכתחילה האב איך געוואלט אנהייבן א גראם אויף א אנדערע נושא, אבער למעשה איז דאס אויסגעקומען....
ס'געשען 'אומוועלנדיג'. איך האב עס בכלל נישט געוואלט מאכן.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אומוועלנדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אויייייייייייייי!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: אומוועלנדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

וויייייייייייי!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
אפיס טישל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 03, 2023 6:51 pm

Re: אומוועלנדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפיס טישל »

זייער שיין אבער אביסל דיפרעסט...
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע: אין צענטער פון מחאה

Re: אומוועלנדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

אפיס טישל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 4:44 pm
זייער שיין אבער אביסל דיפרעסט...
פארוואס אביסל? שטארק
זיי דיך מחזק
ה' תמיד איתך
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: אומוועלנדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ר' אבנר האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 3:01 am
אפיס טישל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 4:44 pm
זייער שיין אבער אביסל דיפרעסט...
פארוואס אביסל? שטארק
זיי דיך מחזק
ה' תמיד איתך
:lol: :lol: :lol:
מ'דארף שטענדיג זיין פרייליך. און ח"ו מ'טאר נישט זיין דעפרעסט, און איך האב קיינעם נישט געמיינט צו דעפרעסירן....
אבער - דאס וואס איך האב געשריבן איז א מציאות.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”