היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:12 pm
יעדער האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:10 pm
אויסקוועטשן נאסע פיאות איז א פסיק רישא דניחא לי
אריינקוועטשן אין א האנטוך איז לכאורה גרינגער
כן פסק הגרשז״א ז״ל, (דיין קרוב??) אז סחיטת שער אריין אין א האנטוך איז מותר,
כ׳מיין אז אסאך פוסקים זענען זיך חולק.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די היתר האב איך אמאל געהערט בשם א דיין. די סיבה לכאורה איז פונקט ווי ביי געהעריגע סחיטה איז נאר אסור אויב דו דארפסט די אויסגעקוועטשטע זאפט, אבער אויב עס גייט לאיבוד, בפרט אויב דו קוועטשט עס אריין אין אן אנדער מאכל איז נישטא קיין איסור, ה"ה הכא.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

קריספי חלה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 9:15 am
חסד השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:30 pm
קריספי חלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:24 pm
לעכטל האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:37 am
איך וויל וויסן ווי אזוי צו מאכן דאס פיאות שבת אינדערפרי, א נארמאלע טאג איז עס א ארבעט מיט א בראש, אבער שבת איז עס לכאו' א פראבלעם פון (קוצר?) רייסן די האר (פסיק רישא?)
ליידער פלעג איך יא מאכן די פיאות מיט א קעמל, וואטשנדיג אז זאל נישט רייסן האר, אבער איך האב אויפגעהערט.

איך וואלט געוואלט הערן פון אנדערע וואס זיי טוען, צו מאכן זיי יא מיט א קעמל, צו מען מעג יא, אדער צו ס'דא א געוויסע קעמל וואס מען מעג יא ניצן.
עצה בדוק ומנוסה: צו קעמען אונטער א שטראם וואסער פון סינק. עס רייסט מיר קיינמאל נישט קיין האר.
האסטו אבער א פראבלעים מיט סחיטה אויב איז עס גאר שטארק נאס
איך זעה יעדן שבת א אינגערמאן וואס אין מקוה פארן זיך טובל'ען דרייט ער ארויף ביידע פאות אופן פיננגערס און אזוי טובלט ער זיך.
דאס נעמט אוועק דעם פראבלעם פון סחיטה.
אויסער דעם האט יענער מיר מסביר געוועהן אז סתם אזוי פון מקוה ווערט זיין פיאות גראד און עס צו קרייזלען איז א איסור פון בונה (יבואו המפלפלים ויפלפלו)
וואס די צושטעל?
דער אינגערמאן און מקוה דרייט עס פאר ער גייט אריין און וואסער, ווען ער קומט ארויס דארף ער גארנישט טוען, משא"כ אויב די קעמסט עס אונטער א שטראם וואסער ווי אזוי דרייעסטו עס צוזאם נאכדעים סזאל נישט זיין קיין סחיטה?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אורך ימים
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 04, 2019 8:43 am

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים »

סתם אזוי שפילן מיט די פיאות שבת איז א פראבלעם פון פסיק רישיה?
אפשר איז עס פסיק רישיה דלא ניחא ליה אבער איז נאך אלס אסור מדרבנן
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

חסד השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:25 pm
עד סנאודען האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:16 pm
עטס גייטס נישט אין מקווה אדער ענק זענען אינגלעך???
וואס די שאלה דא?
וואס האט מאכן די פיאות מיט גיין און מקוה?
וואס פארשטייסטו נישט? ווען מ'גייט אין מקוה ווערט די פיאות נאס, און עס צו מאכן נאכן מקוה איז א פראבלעם פון סחיטה.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:09 pm
חסד השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:25 pm
עד סנאודען האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:16 pm
עטס גייטס נישט אין מקווה אדער ענק זענען אינגלעך???
וואס די שאלה דא?
וואס האט מאכן די פיאות מיט גיין און מקוה?
וואס פארשטייסטו נישט? ווען מ'גייט אין מקוה ווערט די פיאות נאס, און עס צו מאכן נאכן מקוה איז א פראבלעם פון סחיטה.
וואס די שייכות? מקען נאר מאכן די פיאות גלייך נאך די מקוה?
איך מאך מיר די פיאות ווען איך קום אן צוריק אהיים נאך די מקוה דעמאלטס איז שוין לאנג נישטא קיין סחיטה
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

יעדער האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:10 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:40 pm
איך האב אייביג געוואוסט אז א קעמל איז מוקצה שבת, האב איך זיך פשוט טועה געווען?

א בראש נוצט מען נאר מיט ווייכע האר וואס רייסט נישט.

אבער עס וואלט געווען כדאי אויב מען קען טרעפן עפעס א היתר אויף דעם ענין וואס כלל ישראל מוטשעט זיך דערמיט... עס איז א שאלה פון גוזז, בונה, סחיטת שערות...

אפשר קען מען נוצן די היתרים פון אינו מתכוין? מתעסק? כבוד הבריות? אפילו אויב עס איז א פסיק רישא איז עס דאך לא ניחא לי', אלזא איז מעגליך ארויסצוקוועטשן עפעס א היתר? כחא דהיתרא עדיף!
מתעסק כבוד הבריות כחא דהיתרא קומט נישט אריין דא
אויסקוועטשן נייסע פיאות איז א פסיק רישא דניחא לי
סעפעס? ווער דארף די וואסער?
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:13 pm

וואס די שייכות? מקען נאר מאכן די פיאות גלייך נאך די מקוה?
איך מאך מיר די פיאות ווען איך קום אן צוריק אהיים נאך די מקוה דעמאלטס איז שוין לאנג נישטא קיין סחיטה
ווען די פיאות איז שוין טרוקן?

איז מעגליך דעמאלט צו מאכן די פיאות און ס'זאל נישט רייסן קיין האר?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:40 pm
איך האב אייביג געוואוסט אז א קעמל איז מוקצה שבת, האב איך זיך פשוט טועה געווען?

א בראש נוצט מען נאר מיט ווייכע האר וואס רייסט נישט.

אבער עס וואלט געווען כדאי אויב מען קען טרעפן עפעס א היתר אויף דעם ענין וואס כלל ישראל מוטשעט זיך דערמיט... עס איז א שאלה פון גוזז, בונה, סחיטת שערות...

אפשר קען מען נוצן די היתרים פון אינו מתכוין? מתעסק? כבוד הבריות? אפילו אויב עס איז א פסיק רישא איז עס דאך לא ניחא לי', אלזא איז מעגליך ארויסצוקוועטשן עפעס א היתר? כחא דהיתרא עדיף!
סחיטת שער איז א דרבנן. פסיק רישא דלא ניחא ליה. תרי דרבנן משום כבוד הבריות איז מותר.
חוץ פון דעם אז מען לאזט די האנטיך אופן קאפ פאר אפאר מינוט איז בדרך כלל שוין נישט קיין טופח על מנת להטפיח
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:19 pm
חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:13 pm

וואס די שייכות? מקען נאר מאכן די פיאות גלייך נאך די מקוה?
איך מאך מיר די פיאות ווען איך קום אן צוריק אהיים נאך די מקוה דעמאלטס איז שוין לאנג נישטא קיין סחיטה
ווען די פיאות איז שוין טרוקן?

איז מעגליך דעמאלט צו מאכן די פיאות און ס'זאל נישט רייסן קיין האר?
ניין נישט טריקן נאר אביסל פייכט
נישט טופח ע"מ להטפיח
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:19 pm
חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:13 pm

וואס די שייכות? מקען נאר מאכן די פיאות גלייך נאך די מקוה?
איך מאך מיר די פיאות ווען איך קום אן צוריק אהיים נאך די מקוה דעמאלטס איז שוין לאנג נישטא קיין סחיטה
ווען די פיאות איז שוין טרוקן?

איז מעגליך דעמאלט צו מאכן די פיאות און ס'זאל נישט רייסן קיין האר?
ס'איז מותר, ווייל ס'איז א דבר שאינו מתכוין, און סאיז נישט קיין פסיק רישא, ווייל נישט יעדע מאל וואס די גייסט דורך דיין פיאות רייסטו האר, אפי' ס'זעכער אז דורך די פראסעס פון מאכן די פיאות וועסטו רייסן האר.
כהאב עס געזעהן און איינע פון די נושאי כלים סוף ס' ש"ג (כ'דענק נישט יעצט וועלעכע ספר)

אבער דעיס איז נאר מיט די הענט, מיט א קעמל איזעס א דבר שמתכוין..
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
קריספי חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:13 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריספי חלה »

חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:11 am
קריספי חלה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 9:15 am
חסד השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:30 pm
קריספי חלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:24 pm
לעכטל האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:37 am
איך וויל וויסן ווי אזוי צו מאכן דאס פיאות שבת אינדערפרי, א נארמאלע טאג איז עס א ארבעט מיט א בראש, אבער שבת איז עס לכאו' א פראבלעם פון (קוצר?) רייסן די האר (פסיק רישא?)
ליידער פלעג איך יא מאכן די פיאות מיט א קעמל, וואטשנדיג אז זאל נישט רייסן האר, אבער איך האב אויפגעהערט.

איך וואלט געוואלט הערן פון אנדערע וואס זיי טוען, צו מאכן זיי יא מיט א קעמל, צו מען מעג יא, אדער צו ס'דא א געוויסע קעמל וואס מען מעג יא ניצן.
עצה בדוק ומנוסה: צו קעמען אונטער א שטראם וואסער פון סינק. עס רייסט מיר קיינמאל נישט קיין האר.
האסטו אבער א פראבלעים מיט סחיטה אויב איז עס גאר שטארק נאס
איך זעה יעדן שבת א אינגערמאן וואס אין מקוה פארן זיך טובל'ען דרייט ער ארויף ביידע פאות אופן פיננגערס און אזוי טובלט ער זיך.
דאס נעמט אוועק דעם פראבלעם פון סחיטה.
אויסער דעם האט יענער מיר מסביר געוועהן אז סתם אזוי פון מקוה ווערט זיין פיאות גראד און עס צו קרייזלען איז א איסור פון בונה (יבואו המפלפלים ויפלפלו)
וואס די צושטעל?
דער אינגערמאן און מקוה דרייט עס פאר ער גייט אריין און וואסער, ווען ער קומט ארויס דארף ער גארנישט טוען, משא"כ אויב די קעמסט עס אונטער א שטראם וואסער ווי אזוי דרייעסטו עס צוזאם נאכדעים סזאל נישט זיין קיין סחיטה?
איך האב נישט געמיינט צו צישטעלן סתם געוואלט שרייבן אן אינטערסאנטע זאך אין דעם נושא
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

די ערשטע מאל איך ווער געוואר אז יודן ניצן א קעמל/בראש צו מאכן די פיאות שבת. א פאני זאך. שבת א קעמל?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

קריספי חלה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:13 pm
חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:11 am
קריספי חלה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 9:15 am
חסד השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:30 pm
קריספי חלה האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:24 pm

עצה בדוק ומנוסה: צו קעמען אונטער א שטראם וואסער פון סינק. עס רייסט מיר קיינמאל נישט קיין האר.
האסטו אבער א פראבלעים מיט סחיטה אויב איז עס גאר שטארק נאס
איך זעה יעדן שבת א אינגערמאן וואס אין מקוה פארן זיך טובל'ען דרייט ער ארויף ביידע פאות אופן פיננגערס און אזוי טובלט ער זיך.
דאס נעמט אוועק דעם פראבלעם פון סחיטה.
אויסער דעם האט יענער מיר מסביר געוועהן אז סתם אזוי פון מקוה ווערט זיין פיאות גראד און עס צו קרייזלען איז א איסור פון בונה (יבואו המפלפלים ויפלפלו)
וואס די צושטעל?
דער אינגערמאן און מקוה דרייט עס פאר ער גייט אריין און וואסער, ווען ער קומט ארויס דארף ער גארנישט טוען, משא"כ אויב די קעמסט עס אונטער א שטראם וואסער ווי אזוי דרייעסטו עס צוזאם נאכדעים סזאל נישט זיין קיין סחיטה?
איך האב נישט געמיינט צו צישטעלן סתם געוואלט שרייבן אן אינטערסאנטע זאך אין דעם נושא
אהא.
אבער לגבי דיין מנהג בינעך נייגעריג ווי אזוי געסטעך אן עצה מיט סחיטה
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
קריספי חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:13 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריספי חלה »

שכויעך פארן מעורר זיין. איך מיין אז איר זענט גערעכט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35436
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:19 pm
די ערשטע מאל איך ווער געוואר אז יודן ניצן א קעמל/בראש צו מאכן די פיאות שבת. א פאני זאך. שבת א קעמל?
כ'האב זיך דערמאנט פון סימן ל"ו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

ביים מאכן די פאות אום שבת קען מען עובר זיין אפאר איסורים:
א. סחיטה
ב. גוזז
ג. בונה
ד. ממרח (דזשעל) [ליידער האב איך שוין געזען בעצם יום הכיפורים ווי טייל זענען נכשל געווארן אין דעם איסור ר"ל]
ה. מוקצה (קעמל/בערשל)
ו. עובדה דחול (קעמל/בערשל)

[דאס איז חוץ פון דעם וואס לויט טייל איז נישט אזוי אויסגעהאלטן בכלל צו מאכן די פאות פארן דאווענען אפילו בימות החול]

פון די אנדערע זייט איז כבוד הבריות אויך נישט אזוי פשוט צו פארקוקן

אשר על כן זאל יעדער פרעגן זיין דיין ווי אזוי זיך נוהג צו זיין ע"פ הלכה.
ס'איז נישט אויסגעהאלטן זיך צו פארלאזן אויף מעגליכע הארבע איסורים ווייל מען האט "געזען אויף אייוועלט אז מען מעג", אדער "ווייל יענער טוט אזוי"...
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 9:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

סחיטה האמיר שוין געשמועסט אז מען קען טרעפן א וועג ארויס,
די עיקר שאלות בלייבט אויף גוזז און בונה.
ביי אסאך מענטשן פאלן די האר ארויס אפילו מען מאכט עס מיט די הענט, אן קיין בערשטל/קעמל.
עס איז זייער א שווערע פראבלעם.
אידן ווילן זיין ערליך אבער מען פאלט אדורך שלא בכוונה.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

ריקוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:13 pm
ביים מאכן די פאות אום שבת קען מען עובר זיין אפאר איסורים:
א. סחיטה
ב. גוזז
ג. בונה
ד. פסיק רישא
ה. ממרח (דזשעל) [ליידער האב איך שוין געזען בעצם יום הכיפורים ווי טייל זענען נכשל געווארן אין דעם איסור ר"ל]
ו. מוקצה (קעמל/בערשל)
ז. עובדה דחול (קעמל/בערשל)

[דאס איז חוץ פון דעם וואס לויט טייל איז נישט אזוי אויסגעהאלטן בכלל צו מאכן די פאות פארן דאווענען אפילו בימות החול]

פון די אנדערע זיין איז כבוד הבריות אויך נישט אזוי פשוט צו פארקוקן

אשר על כן זאל יעדער פרעגן זיין דיין ווי אזוי זיך נוהג צו זיין ע"פ הלכה.
ס'איז נישט אויסגעהאלטן זיך צו פארלאזן אויף מעגליכע הארבע איסורים ווייל מען האט "געזען אויף אייוועלט אז מען מעג", אדער "ווייל יענער טוט אזוי"...
מיין לייק איז פאר די לעצטע שורה.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

ג' בונה קען מען איבערלאזן פאר די מיידלעך'ס צעפ...
ד' פסיק רישא איז נישט קיין איסור בפני עצמו
ו' מוקצה איז נאר די שם כללי אזוי ווי אנצינדען א לעקטער און דרייווען א קאר איז מוקצה...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר

לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:18 pm
יעדער האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:10 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 9:40 pm
איך האב אייביג געוואוסט אז א קעמל איז מוקצה שבת, האב איך זיך פשוט טועה געווען?

א בראש נוצט מען נאר מיט ווייכע האר וואס רייסט נישט.

אבער עס וואלט געווען כדאי אויב מען קען טרעפן עפעס א היתר אויף דעם ענין וואס כלל ישראל מוטשעט זיך דערמיט... עס איז א שאלה פון גוזז, בונה, סחיטת שערות...

אפשר קען מען נוצן די היתרים פון אינו מתכוין? מתעסק? כבוד הבריות? אפילו אויב עס איז א פסיק רישא איז עס דאך לא ניחא לי', אלזא איז מעגליך ארויסצוקוועטשן עפעס א היתר? כחא דהיתרא עדיף!
מתעסק כבוד הבריות כחא דהיתרא קומט נישט אריין דא
אויסקוועטשן נייסע פיאות איז א פסיק רישא דניחא לי
סעפעס? ווער דארף די וואסער?
מען וויל עס אויסקוועטשן
אויב די פיאות בלייבט ווען אינגאנצען נאס וואלט מען עס נישט געקענט מאכן
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

יעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:23 pm
מען וויל עס אויסקוועטשן
אויב די פיאות בלייבט ווען אינגאנצען נאס וואלט מען עס נישט געקענט מאכן
דאס מיינט נישט אז מען וויל עס (די אויסגעקוועטשטע וואסער), דאס מיינט אז מען וויל עס "נישט".
אוועטאר
בחור יקר
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:23 pm
לאקאציע: בעסער אז די ווייסט נישט

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחור יקר »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:24 pm
יעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:23 pm
מען וויל עס אויסקוועטשן
אויב די פיאות בלייבט ווען אינגאנצען נאס וואלט מען עס נישט געקענט מאכן
דאס מיינט נישט אז מען וויל עס (די אויסגעקוועטשטע וואסער), דאס מיינט אז מען וויל עס "נישט".
איינער קען אריין קומען מיט א קלארע פסק
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:24 pm
יעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:23 pm
מען וויל עס אויסקוועטשן
אויב די פיאות בלייבט ווען אינגאנצען נאס וואלט מען עס נישט געקענט מאכן
דאס מיינט נישט אז מען וויל עס (די אויסגעקוועטשטע וואסער), דאס מיינט אז מען וויל עס "נישט".
די וואסער איז טאקע הולך לאיבוד
אבער די איסור סחיטה איז ניחא ליה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: היט שבת וועט אייך גוט זיין - מאכן די פיאות מיט א קעמל/בראש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

יעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
ריקוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:13 pm
ביים מאכן די פאות אום שבת קען מען עובר זיין אפאר איסורים:
א. סחיטה
ב. גוזז
ג. בונה
ד. פסיק רישא
ה. ממרח (דזשעל) [ליידער האב איך שוין געזען בעצם יום הכיפורים ווי טייל זענען נכשל געווארן אין דעם איסור ר"ל]
ו. מוקצה (קעמל/בערשל)
ז. עובדה דחול (קעמל/בערשל)

[דאס איז חוץ פון דעם וואס לויט טייל איז נישט אזוי אויסגעהאלטן בכלל צו מאכן די פאות פארן דאווענען אפילו בימות החול]

פון די אנדערע זיין איז כבוד הבריות אויך נישט אזוי פשוט צו פארקוקן

אשר על כן זאל יעדער פרעגן זיין דיין ווי אזוי זיך נוהג צו זיין ע"פ הלכה.
ס'איז נישט אויסגעהאלטן זיך צו פארלאזן אויף מעגליכע הארבע איסורים ווייל מען האט "געזען אויף אייוועלט אז מען מעג", אדער "ווייל יענער טוט אזוי"...
ג' בונה קען מען איבערלאזן פאר די מיידלעך'ס צעפ...
ד' פסיק רישא איז נישט קיין איסור בפני עצמו
ו' מוקצה איז נאר די שם כללי אזוי ווי אנצינדען א לעקטער און דרייווען א קאר איז מוקצה...
לגבי מוקצה, מוקצה איז א איסור דרבנן. מען טאר נישט מטלטל זיין א דבר מוקצה, אין דעם פאל איז עס מוקצה צוליב כלי שמלאכתו לאיסור.

אויב נעמט מען א דבר מוקצה און מ'טוט מיט דעם אן איסור, ווי גוזז וכדו' איז מען עובר אויף צוויי איסורים, טלטול, און גוזז.

(אלעס געזאגט געווארן באופן פאטענטשעל, איך בוי אויף ריקוד'ס תגובה.)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”