א שפאציר אין קראקא

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

א שפאציר אין קראקא ------ ל"ג בעומר תרצ"ז -------


צום געלעגנהייט פון אונזער באזוך אין קראקא אויף ל"ג בעומר צום יארצייט פונעם הייליגן רמ"א זצ"ל, וויל איך דא אביסל מיטטיילן אונזער ערפארונג און איבערלעבעניש וואס מיר האבן אלץ באטראכט דורכאויס אונזער וויילן אינעם היסטארישן שטאט, ווי אידישקייט ווירבעלט דא מיט איר גאנצן פראכט און חסידישן טראגע, שוין דורי דורות. און אפשר וועט דאס צוניץ קומען אין ארום פינעף-און-אכציג / ניינציג יאר ארום פאר די "תשפ"ג אידן", זיי זאלן קענען מיטהאלטן אביסל פון אונזערע גייסטרייכע און געהויבענע געפילן טרעטענדיג אויף די ערד וואס איז אנגעזאפט מיט תורה און קדושה פון די וועלטס ריזן וואס האבן זיך דא געדרייט.

אבער איידער מיר הייבן אן מיט אונזער שפאציר, אז מ'רעדט שוין צו די תשפ"ג אידן, מוזן מיר ארויסברענגען, אז וויסן זאלטס עטץ, דאס קראקא פון היינט איז נישט די קראקא וואס וועט זיין אין ענקער צייטן, די אנגעזאפטע אידישקייט וואס טוט זיך היינט אויף די קראקאווער גאסן, גייט עטץ נאר ליינען אין ביכלעך / באשרייבונגען / אדער אויף די טאוולען וואס וועלן הענגען אין די אויסגעליידיגטע בנינים וואס אין ענקער צייטן וועט דאס ליידער שטיין פוסט נאכן אדורכגיין א גרויזאמע חורבן רח"ל, און אויף די געסער וואס היינט טוט זיך א פארקער פון אידישקייט, פון תורה, תפלה, צדקה וחסד, אין אלע ווינקלן, וועט זיין אין ענקער צייט א פארקער פון נידריגע גוים און אנלויפעניש פון מאסן טוריסטן מכל קצוי תבל, וואס וועלן ליידער איבערנעמען דאס פלאץ און דאס פארוואנדלן פאר א סייט-סיונג אינטערהאלטונגס ארט.

פארוואס זאג איך ענק דאס? ווייל ווער עס וויל גיין אין אונזער פיס טריט, און מאכן דעם זעלבן שפאציר אויף די אלע קראקאווער גאסן אין יאר תשפ"ג ביז משיח'ס טאג, אריינגערעכנט דער וואס נעמט א ווירטיאלן שפאציר זיצענדיג ביי זיך אין אפיס, זאל עומד זיין על המשמר טריט און שריט מיט די מאקסימום פארזיכטיגקייט אויף "שמירת עינים". אויב האט דער בעלזער רב בשעתו אנגעזאגט ווען ער האט געוויילט אין קראקא פאר עטליכע וואכן, אז ער וויל נישט זיינע בחורים זאלן קומען צו אים קיין קראקא, ווייל קראקא איז א שטאט ווי עס פארט די "טראם-וועי", מה נענה אנן...

שוין, איצט האלטס ענק אלע רואיג און געמיטליך, לייגטס צו קאפ צו די געדרייטע געסלעך, ווערטס נישט פארמישט צווישן רעכטס און לינקס, אלע קאמענטארן און שאלות קען מען פרעגן שפעטער ווען מיר וועלן זיך אי"ה אפשטעלן ביים בריק העכער די "ווייסל" אויפן וועג צום אנדערן געגענט "פאדגורדזש".

[מיר טוען זיך אנטשולדיגן, אז צוליב דעם וואס אונזער פאטא-אפאראט האט נישט אלעמאל גוט געכאפט, האבן מיר זיך באניצט מיט בילדער וואס זענען שוין געווען דא אויף אלע קראקאווער און היסטארישע אשכולות, און מיר האבן נישט גענומען די מוה צו לינקן צום מקור. ווער עס וויל מזכה זיין די ליינערס מיט די מקורות, אדער די בעלי שמועה אליין וואס ווילן האלטן די קרעדיט פאר זיך כראוי וכנכון, זענען מכובד צו מגיב זיין מיט אנצייגן די ארגינעלע מקור, וזכותם תעמוד לעד.]

אנקומענדיג קיין קראקא, פארשטייט זיך זענען אונזערע טריט געווענדעט צום אלטן בית החיים ווי עס געפינט זיך דער ציון הקדוש פונעם בעל הילולא, דער הייליגער רמ"א, צו וועמען טויזענטער אידן קומען זיך היינט אויסגיסן דאס הארץ. דא טרעפן מיר אן א גאנצע מארק פון אידן מיט אידענעס וואס שטייען אויף די גאסן און געסלעך ארום און פארקויפן אלע סארטן חפיצים און ארטיקלן. מיר שפרייזן אבער דירעקט צום הויף פונעם אלטן שול, ווי מיר דארפן אדורכגיין אויף צו אריינגיין אינעם בית החיים.

אבער דא ווערן מיר אפגעשטעלט פון די שווערע מאסן וואס שטיפן זיך אדורכצוגיין דעם שמאלן אריינגאנג פונעם הויף צום בית החיים. קוים אנקומענדיג טרעפן מיר דארט זיצן די קוויטל שרייבערס וועלכע זענען גרייט צו אפשרייבן א קוויטל פאר א מינימאלן אפצאל, און ארום און ארום פילע צדקה גייערס פאר אלע סארט צוועקן, און בעיקר פארשטייט זיך פאר די שטאטישע תלמוד תורה און ישיבה, וואס איז דאך בבחינת עניי עירך קודמין.


די מאסן עולם אינעם הויף פון רמ"א שול, פארן אריינגאנג צום בית החיים
ביהח יארצייט רמא (01).jpg
ביהח יארצייט רמא (01).jpg (194.98 KiB) געזען 1837 מאל

ביהח יארצייט רמא (002).jpg
ביהח יארצייט רמא (002).jpg (399.23 KiB) געזען 1837 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ביהח יארצייט רמא (03).png
ביהח יארצייט רמא (03).png (374.42 KiB) געזען 1832 מאל
ביהח יארצייט רמא (04).JPG
ביהח יארצייט רמא (04).JPG (112.77 KiB) געזען 1832 מאל
ביהח יארצייט רמא (05).jpg
ביהח יארצייט רמא (05).jpg (9.87 KiB) געזען 1832 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ביהח יארצייט רמא (06).jpg
ביהח יארצייט רמא (06).jpg (136.53 KiB) געזען 1827 מאל
ביהח יארצייט רמא (08).jpg
ביהח יארצייט רמא (08).jpg (80.82 KiB) געזען 1827 מאל
ביהח יארצייט רמא (10).jpg
ביהח יארצייט רמא (10).jpg (185.81 KiB) געזען 1827 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ביהח יארצייט רמא (007).jpg
ביהח יארצייט רמא (007).jpg (390.64 KiB) געזען 1815 מאל
ביהח יארצייט רמא (009).png
ביהח יארצייט רמא (009).png (356.67 KiB) געזען 1815 מאל
ביהח יארצייט רמא (11).jpg
ביהח יארצייט רמא (11).jpg (174.3 KiB) געזען 1815 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ביהח יארצייט רמא (012).jpg
ביהח יארצייט רמא (012).jpg (391.71 KiB) געזען 1805 מאל
ביהח יארצייט רמא (013).jpg
ביהח יארצייט רמא (013).jpg (384.61 KiB) געזען 1805 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
האנט באגאזש
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 10:21 am
לאקאציע: אין די הויעכע ספערן

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנט באגאזש »

פאר ווער עס גייט תשפ"ג צום יארצייט זאל זיכער מאכן אז ער באשטעלט עסן ביי ר' אברהם זולדון וואס האט לעצטנס איבערגענומען די זאלל וואס געפינט זיך די נעקסטע טיר פון די רמ"א שול https://maps.app.goo.gl/Cc1oFv4EKfo9HX8S7
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

נאכן ארויסקומען פונעם בית החיים, ניצן מיר נאך אויס די פאר שעה וואס איז פארבליבן ביז אונזער באן פארט פון דא צוריק צו אונזער וואוין-ארט, און מיר לאזן זיך ארויס פון דאנעט אויף א שפאציר איבער עטליכע ארומיגע גאסן פונעם אידישן "קאזמירז'ער" געגענט, בעיקר ווי עס געפינען זיך די זעקס היסטארישע שטאטישע שוהלן און טייל פון די אנדערע בתי מדרשות און שטיבלעך.

מיר קומען ארויס צום גאס. דא באטראכטן מיר דעם גאנצן ארום, וואס מיר זעהן אלץ שטייענדיג פארענט פונעם טויער וועלכע טראגט אויף זיך די אויפשריפט "בית הכנסת חדש הרמ"א זצ"ל". לויט די אינפארמאציע וואס מיר באקומען דא פון די קראקא'ווער יודעי דבר, ווערן מיר געוואור אז די אויפשריפט "בית הכנסת חדש" קומט באטאנען אז דאס איז די "נייע" בית המדרש וואס איז הערשט געבויעט געווארן אין יאר שי"ג, אין צייט וואס די "אלטע שול" וואס מיר זעהן דא אויף די זייט איז שוין געבויעט געווארן מיט יארן פריער.

001-ביהכנ רמא.jpg
001-ביהכנ רמא.jpg (396.56 KiB) געזען 1788 מאל
02-ביהכנ רמא.jpg
02-ביהכנ רמא.jpg (81.98 KiB) געזען 1788 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

סערוקא גאס


מיר געפינען זיך איצט אויפן גאס וואס הייסט "סערוקא", אדער ווי מען האט עס גערופן צווישן אידן "דער הויכע גאס" צוליב די געהויבענע בתי כנסיות ובתי מדרשות וואס געפינען זיך אויף דעם פלאץ.

ממש פארענט פונעם רמ"א שול זעהן מיר די ארומגענומענע שטח, וואס איז געווען מקובל ביי די קראקאווער אידן אז דאס איז די פלאץ פון די איינגעזינקענע חתונה. ווי קראנט דאס איז, און צו עס קען בכלל שטימען, ווייסן מיר נישט. וואס עס איז זיכער איז, אז אויף דעם פלאץ איז געווען די גאר אלטער בית החיים, די ערשטער אין קאזמירזש, וואס מען האט דא געניצט נאך בעפאר די תקופה פון רמ"א, אין די יארן פון ארום ה' אלפים, ביז ארום ה' אלפים ר'. אין יאר תקע"ח האט די עסטרייכער רעגירונג באפוילן ארויסצורייסן אלע מציבות פון דעם שטח, און קוים מיט שוועריגקייט האט מען גע'פועל'ט צו קענען לאזן דעם שטח פארמאכט (פאר די תשפ"ג אידן: די טאוועל וואס איז היינט דא אויף דרום זייט פונעם שטח, האט נישט קיין שייכות מיט די היסטאריע פונעם פלאץ, עס איז פשוט אן אנדענק פאר די 65,000 קראקאווער אידן וואס זענען ליידער אומגעקומען ביים קריג דורך די נאציס ימש"ו).

003-שטח.png
003-שטח.png (393.67 KiB) געזען 1778 מאל
004-שטח.png
004-שטח.png (393.39 KiB) געזען 1778 מאל
05-שטח.jpg
05-שטח.jpg (34.94 KiB) געזען 1778 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

מיר גייען אדורך דעם שטח און הייבן אן פון אנהייב גאס, קעגן איבער די רמ"א שול, נומער 6, דער בנין איז געבויעט געווארן פאר א שטאטישע מקוה אין יאר שכ"ז, און שטייענדיג איצט אין יאר תרצ"ז איז דאס שוין אין באניץ א קנאפע 370 יאר. ווי פאסיג איז טאקע איצט א טבילה במקוה נאכן ארויסקומען פון בית החיים.

06-מקוה.jpg
06-מקוה.jpg (136.11 KiB) געזען 1769 מאל

ווייטער נומער 16 זעהט זיך אן די טויער צום הויף פונעם "פאפער שול" וואס אין צענטער אין די הייעך איז אריינגעקריצט די ווערטער "בית הכנסת של ר' וואלף פאפער ז"ל...". דער שול איז געבויעט געווארן אין יאר ש"פ.
07-פאפער.jpg
07-פאפער.jpg (106.56 KiB) געזען 1769 מאל

מיר טרעפן נאך דא א מודעה וואס צייגט איבער די הספד פארן מרא דאתרא הגאון ר' יוסף נחמי' קארניצער זצ"ל וואס איז פארגעקומען דא אין דעם שול מיט א קנאפע פיר יאר צוריק.

008-פאפער.jpg
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

אינעם הויז דערנעבן, נומער 18, אויפן צווייטן שטאק געפינט זיך א באבוב'ער קלויז, ווען אינעם אונטערשטע שטאק איז קוואטירט א קעז פאבריק. די באבוב'ער אידן דא פארציילן איבער די ריח פון קעז וואס טראגט זיך שטענדיג אריין אינעם קלויז. אבער דער שטיבל פאר זיך איז גאר א חסיד'ישע ווארימע בית המדרש, די תפלות און ווארימע ניגונים הערן זיך שטענדיג ארויס פון דא אויפן גאנצן האריזאנט. דער באבוב'ער רב אליין קומט דא צומאל צו גאסט באשיינען דעם שטיבל.

09-פאפער שול ובאבובער קלויז.jpg
09-פאפער שול ובאבובער קלויז.jpg (223.03 KiB) געזען 1762 מאל
עטליכע הייזער ארויפצו, נומער 24, געפינען זיך דערין 2 בתי מדרשים, איינס רופט זיך "שומרים לבוקר" ווי עס איז געווען די מנהג אז יעדן טאג פאר תפלת שחרית זאגט מען דארט אויס גאנץ ספר תהלים, און דער צווייטער רופט זיך "שבעה קרואים".

010-א בליק פון רמא שול צו אלטער און פאפער שול.jpg
010-א בליק פון רמא שול צו אלטער און פאפער שול.jpg (27.53 KiB) געזען 1762 מאל

וואס פאר א חן האט די שפאציר דא אויף דעם שטח, ווי חסיד'ישע אידן מסלתה ומשמנה פון שטאט, דרייען זיך דא מיטן גאנצן חסיד'ישן טראגע.
10-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg
10-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg (51.07 KiB) געזען 1762 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 9:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

11-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg
11-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg (51.88 KiB) געזען 1759 מאל
12-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg
12-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg (123.5 KiB) געזען 1759 מאל
013-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg
013-חסידישע אידן ברקע הפאפער שול.jpg (390.82 KiB) געזען 1264 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום מיטוואך מאי 03, 2023 3:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
קאנטרי
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי »

שיינע היסטארי'
https://capital.one/3Ly0pb9
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

גייענדיג ווייטער אויף סערוקא גאס, זעהן מיר פארענט פון אונזער אויגן דעם גרויסן געביידע פונעם אור-אלטן בית הכנסת פון קראקא, מיט די ברייטע חצר און שטיגן פון דער זייט. מיר דערקענען דעם בנין פון די בילדער ווי דער היגער רב זצ"ל, רבי יוסף נחמי' קארניצער, פאטער פונעם היינטיגן רב רבי שמעלקא קארניצער, האט מקבל פנים געווען פאר צען יאר צוריק, אין יאר תרפ"ז, דעם פוילישן פרעזידענט מאשציטצקי, ארויסקומענדיג מיט ספרי תורה אינטער א חופה פארענט פון דעם שול דא.

14-אלטע שול.jpg
14-אלטע שול.jpg (158.96 KiB) געזען 1708 מאל

הייסן הייסט עס אז דאס איז די עלטסטע שול אין פולין און פון די דריי עלטסטע שולן אין די גאנצע וועלט! לויט געוויסע דעות איז דאס שוין באלד טויזענט יאר אלט, די מיינונג איז געבויט אויף א דאטום וואס איז ארויפגעקריצט אויף א צדקה פושקע אינעם שול, שטייענדיג דארט די ווערטער "קול רנה וישוע'" לפרט, וואס די גימטריא דערפון קומט אויס ד"א תשפ"ג!! אבער מער אנגענומען איז אז עס איז הערשט געבויעט געווארן אין יאר ה' אלפים קס"ז. דער שול דא האט נאך מיטגעמאכט די גזירת גירוש אויף די קראקאווער אידן וואס איז געווען אין יאר ה"א רנ"ה, און שפעטער פארשידענע ביטערע פאגראמען, וואס טייל מנהגים דא אין שול זענען טאקע געגרינדערט געווארן אין צוזאמענהאנג מיט יענע צרות רח"ל, צ.ב.ש. אין דעם שול איז די מנהג, אז שמחת תורה ביינאכט טאנצט מען נאר דריי און א האלב הקפות. אינמיטן די פערטע הקפה שטעלט מען אפ די הקפות און מען זעצט זיך אראפ אויף דער ערד. דאס איז אלס זכר פון א פאגראם וואס איז דא פארגעקומען שמחת תורה ביינאכט מיט הונדערטער יארן צוריק, ווען אינמיטן די פערטע הקפה האבן זיך אריינגעריסן גוים און דורכגעפירט א שחיטה דא אין שול.

עס איז מקובל אז אין די שול האט נאך דער רא"ש זצ"ל געזאגט א דרשה ווען ער איז אהער געקומען נאך געלט אויף צו אויסלייזן זיין רבי'ן דער מהר"ם מרוטנבורג זצ"ל פון תפיסה.

אלענפאלס, וואס עס איז זיכער, אז אין דעם שול האבן געדאווענט און געזאגט דרשות מרנן הגאונים והקדושים דער רמ"א, דער שארית יוסף, דער מגלה עמוקות, דער ב"ח, דער תוס' יו"ט, דער מגיני שלמה, דער רבי ר' העשיל, און נאך צענדליגער אנדערע גדולים וקדושים.

מיר באקומען טאקע א ספעציעלן רשות פון די גבאים אריינצוגיין אין דעם הייליגן שול.

15-אלטע שול.jpg
15-אלטע שול.jpg (142.5 KiB) געזען 1708 מאל


לעווקאווא / שעמנא גאס

אבער אנשטאט אראפגיין די שטיגן צום גרויסן שול, דרייען מיר זיך אריין אויף רעכטס אינעם קליינעם געסל וואס הייסט "לעווקאווא" (דער נאמען "לעווקאווא" איז פארבינדן מיטן נאמען פון משפחת "לעפקאוויטש" וואס האבן דא געוואוינט דורי דורות). דער גאס איז א שמאלע רינדעכיגע גאס וואס דרייט זיך אויף רעכטס ווי א האלבע רינג, און טראגט דיך צוריק צום סערוקא גאס ווי עס הייבט זיך אן הארט נעבן דער רמ"א'ס שול. אבער אביסל נאכדעם וואס די גאס דרייט זיך אויף רעכטס, דרייט מען זיך גראד ארויף אויף א קליין געסל מיטן נאמען "שעמנא", ווי מען גייט פארביי דעם ראדאמסקער שטיבל וואס געפינט זיך דארט אויפן רעכטן זייט, וואס תשפ"ג אידן קענען אלץ "עדן האטעל" ווי די אידן דאהי צוגלייך מיט די באזיכער'ס אין קראקא, באניצן זיך מיטן מקוה וואס איז געבויעט אינעם קעלער פונעם האטעל.

דער ראדאמסקער שטיבל, איז איינער פון די 4 ראדאמסקער שטיבלעך וואס זענען דא אין שטאט. ווי באשריבן האט ווארשיינליך דער תפארת שלמה זצ"ל נאך געדאווענט דא וויילענדיג אין קראקא יאר נאך יאר אויפן וועג קיין ליזענסק צום יארצייט. ווי אויך איז לעצטענס ערגעץ אפירגעקומען אז אין דעם הויז האט געוואוינט ר' אייזיק ר' יעקל'ס, וואס גאר מעגליך אז דא אינטערן אויוון איז געפינען געווארן זיין אוצר.

קעגן איבער זעהט זיך שוין אן דעם פרעכטיגן געביידע פונעם "ר' אייזיק ר' יעקיל'ס שול". פאר אונזער אויגן באווייזט זיך די מזרח וואנט פונעם שול. מיר קומען ארויס אויפן גאס פונעם שול, דער גאס הייסט טאקע "יעקובא" נאך די משפחה-נאמען פון ר' אייזיק ר' יעקל'ס, וואס האט זיך גערופן "יאקאבאוויטש".



יעקאבע / איזאקא גאס

מיט א בליק אויפן רעכטן זייט, באמערקן מיר די לאנגע שטיינערנעם וואנט פונעם אלטן בית החיים, און די טיר וואס דערינען הארט דערנעבן שטייט דער ציון פונעם הייליגן תוספות יו"ט זצ"ל וואס האט - ווי באקאנט - פארלאנגט אז מען זאל אים לייגן דא צוזאמען מיטן קארגן עושר וואס מען האט אים דא געלייגט נישט וואוסענדיג אז ער האט געשטיצט אלע עניים פון קראקא. מיר ווענדן אבער אונזערע טריט צו לינקס אויף יאקאבע גאס, און גראד מאכן מיר א רעכטס אויפן גאס וואס רופט זיך "איזאקא", טאקע נאך ר' אייזיק'ן אליינס. דא באטראכטן מיר פון דאס נאהנט דעם מעכטיגן געביידע מיט די פענסטערס אין די הייעך, אזש ס'שרייט זיך ארויס די כבוד בית ה' זעהענדיג מיט וואס פאר א כבוד און פראכט מען פלעגט אמאל בויען די בתי כנסיות.

איזאקא מצד יאקאבא.jpg
איזאקא מצד יאקאבא.jpg (121.41 KiB) געזען 1708 מאל

מיר קומען ארויס צום "קופא" גאס וואס האקט אדורך אינמיטן די "איזאקא" גאס, קוקענדיג אויף רעכטס זעהט זיך אן די מערב זייט פונעם שול און די אריינגענג. קעגן איבער, אויף די איזאקא גאס, טרעפן מיר אן א אידישן מארק, ווי אידן מיט אידענעס פארקויפן פיש און עופות לכבוד שבת.
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום זונטאג מאי 07, 2023 3:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

דא אויף איזאקא גאס
איזאקא מצד קופא.jpg
איזאקא מצד קופא.jpg (33.78 KiB) געזען 1698 מאל

דא אויף איזאקא גאס
ר אייזיק שול ברקע השוק (1).jpg
ר אייזיק שול ברקע השוק (1).jpg (229.65 KiB) געזען 1698 מאל
ר אייזיק שול ברקע השוק (2).jpg
ר אייזיק שול ברקע השוק (2).jpg (119.13 KiB) געזען 1698 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ר אייזיק שול ברקע השוק (3).jpg
ר אייזיק שול ברקע השוק (3).jpg (104.83 KiB) געזען 1697 מאל
ר אייזיק שול ברקע השוק (4).jpg
ר אייזיק שול ברקע השוק (4).jpg (106.2 KiB) געזען 1697 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום מיטוואך מאי 03, 2023 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

נאך פון אונזער באזוך אינעם ר' אייזיק ר' יעקי'לס שול:

די בימה:
הבימה בבית הכנסת ר' אייזיק.jpg
הבימה בבית הכנסת ר' אייזיק.jpg (178.44 KiB) געזען 1694 מאל

די זיגל פון די גבאים:
זיגל.jpg
זיגל.jpg (87.15 KiB) געזען 1694 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום מיטוואך מאי 03, 2023 3:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
קען טאקע זיין
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2023 4:42 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קען טאקע זיין »

די האסט מיר צוריקגעטראגן מיט א 100 יאר, מען דארף צוריק איינפירן די קעשקעטלעך מיט די מצה שטריימלעך
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

קופא גאס



מיר שפאצירן אדורך די שול פון איר מערב זייט אויף "קופא גאס", מיר גייען ביזן עק גאס ווי מיר קומען אן צו א גאס וואס הייסט "ווארשויער", דארט קעגן איבער זעהן מיר די "קופא שול". איבער די נאמען פונעם שול איז טאקע דא געוויסע חילוקי דיעות, צו דער נאמען פונעם שול "קופא" איז צוליב דעם וואס עס איז געבויעט געווארן פון "קופת הקהל" ווען עס איז שוין נישט געווען קיין פלאץ אין די אנדערע שולן, און צוליב דעם איז שפעטער אויך דער גאס אזוי פאררופן געווארן, אדער גאר פארקערט, אז דער גאס האט געהייסן שוין פון פריער מיטן נאמען "קופא גאס", און דער שול איז פאררופן געווארן נאכן נאמען פונעם גאס. אלענפאלס דער שול איז געבויעט געווארן אין יאר ת"ג, פערציג יאר נאכדעם וואס עס איז געבויעט געווארן די "הויכע שול" צו ווי מיר וועלן באלד אנקומען.
בית הכנסת קופה (1).JPG
בית הכנסת קופה (1).JPG (260.72 KiB) געזען 1285 מאל
בית הכנסת קופה (2).JPG
בית הכנסת קופה (2).JPG (198.82 KiB) געזען 1569 מאל
בית הכנסת קופה (3).jpg
בית הכנסת קופה (3).jpg (236.29 KiB) געזען 1569 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום מיטוואך מאי 03, 2023 3:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער אינטערסאנט
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

זייער אינטערעסאנט!

דא האט איר היסטארישע קליפס פון די שטאט קראקא פארן קריג אפשר האט איר דאס אויך אפגעכאפט

יעצט אפאר קלייניגע הערות
דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:31 am
נאכן ארויסקומען פונעם בית החיים,

מיר קומען ארויס צום גאס. דא באטראכטן מיר דעם גאנצן ארום, וואס מיר זעהן אלץ שטייענדיג פארענט פונעם טויער וועלכע טראגט אויף זיך די אויפשריפט "בית הכנסת חדש הרמ"א זצ"ל".
כ'פארשטיי נישט, איר זענט געווען אין ביה"ח מיינט דאס אז איר זענט שוין אריין אין דעם טויער אוןם שוין פארביי געגאנגען דעם ביהמ"ד, פון אייערע ווערטער זעהט אויס אז דאס איז גאר א באזינדערע פלאץ אביסל אהינציר, אפשר איז דאן געווען אנדערש אויסגעשטעלט? אדער איז געווען אן אנדערע טויער צום ביה"ח?
דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:40 am
סערוקא גאס


מיר געפינען זיך איצט אויפן גאס וואס הייסט "סערוקא", אדער ווי מען האט עס גערופן צווישן אידן "דער הויכע גאס" צוליב די געהויבענע בתי כנסיות ובתי מדרשות וואס געפינען זיך אויף דעם פלאץ.
אגב בין איך נייגעריג די מקור

דאטשע האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 1:40 am
ממש פארענט פונעם רמ"א שול זעהן מיר די ארומגענומענע שטח, וואס איז געווען מקובל ביי די קראקאווער אידן אז דאס איז די פלאץ פון די איינגעזינקענע חתונה. ווי קראנט דאס איז, און צו עס קען בכלל שטימען, ווייסן מיר נישט. וואס עס איז זיכער איז, אז אויף דעם פלאץ איז געווען די גאר אלטער בית החיים, די ערשטער אין קאזמירזש, וואס מען האט דא געניצט נאך בעפאר די תקופה פון רמ"א, אין די יארן פון ארום ה' אלפים, ביז ארום ה' אלפים ר'. אין יאר תקע"ח האט די עסטרייכער רעגירונג באפוילן ארויסצורייסן אלע מציבות פון דעם שטח, און קוים מיט שוועריגקייט האט מען גע'פועל'ט צו קענען לאזן דעם שטח פארמאכט (פאר די תשפ"ג אידן: די טאוועל וואס איז היינט דא אויף דרום זייט פונעם שטח, האט נישט קיין שייכות מיט די היסטאריע פונעם פלאץ, עס איז פשוט אן אנדענק פאר די 65,000 קראקאווער אידן וואס זענען ליידער אומגעקומען ביים קריג דורך די נאציס ימש"ו).
קודם כל זענט איר דאך סותר, אז סאיז געווען א ביה"ח איז די מעשה קלאר נישט אמת אחוץ אויב סאיז געווען אויף א צווייטע פלאץ, והשנית איז טאקע היינט באקאנט די מעשה און מ'איז מפלפל אין די קראנטקייט, אבער אויב כגעדענק גוט האט הרה"ק ר יענקעלע מפשעווארסק מעיד געווען אז פארן קריג האט מען אין קראקא נישט געוויסט פון דעם צו זאגן,
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ווארשויער / אסתר גאס


אויפן גאס פונעם קופא שול, וואס הייסט "ווארשויער" [גראדע נאך א איד, א בארימטער דאקטאר, מיטן נאמען "יונתן ווארשויער"], מאכן מיר א לינקס. אבער נאך פארדעם ווארפן מיר א בליק אויפן רעכטן זייט אויף די "בית השחיטה" וואס געפינט זיך הארט פארענט פונעם "קופא שול" צו מזרח זייט, מיר ווענדן אבער אונזער טריט צו מערב זייט אויף לינקס, ווי גראד נאכן קופא שול, שטייט א גרויסע געביידע, וואס אינעם צענטער פונעם געביידע איז אויסגעקריצט א לענגליכע פיר עקיגע ראם, און דערין איז ארויפגעקריצט מיט גרויסע אידישע בוכשטאבן די ווערטער "תלמוד תורה" (די תשפ"ג אידן, זעהן אנשטאט דעם די ווארט "אסתר" מיט גוי'אישע בוכשטאבן, אנצייכענענדיג די נאמען פונעם האטעל וואס איז קוואטירט אינעם געביידע, שטייענדיג ביים קארנער פונעם דערנעבנדיגן גאס "אסתר" צו ווי מיר וועלן שוין דערגרייכן). דא געפינט זיך די שטאטישע תלמוד תורה ווי די היגער ילדי ישראל ווערן נתחנך ע"ד התורה והיראה.

תלמוד תורה 1.jpg
תלמוד תורה 1.jpg (398.37 KiB) געזען 1342 מאל
די געביידע פון תלמוד תורה, ווי פון די הונטערגרונד זעט מען די קופה שול


אויך געפינען זיך אין דעם געביידע דריי חסיד'ישע שטיבלעך, אינעם אונטערשטן שטאק דער דזיקוב'ער שטיבל און די טשארטקאוו'ער שטיבל, און אויפן צווייטן שטאק דער גור'ער שטיבל.

מיר גייען ביז סוף גאס, נעמליך ביזן נאכפאלגענדן גאס וואס הייסט "אסתר", אויפן רעכטן זייט איז דער הויפט אריינגאנג צום בנין, העכער דעם אריינגאנג זעהן מיר ווידער מיט גרויסע אותיות די אויפשריפט "תלמוד תורה".

תלמוד תורה 3.jpg
תלמוד תורה 3.jpg (75.97 KiB) געזען 1342 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ארויסקומענדיג פון "ווארשויער גאס" צום קארנער "אסתר", קוקענדיג אויף רעכטס ביים סוף פונעם "אסתר גאס", זעהט מען פון קעגן איבער די מאדערנער "טעמפל שול" וואס שטייט אויף די "מיידאווא גאס" . אויף יענער גאס זענען אויך דא פיל בתי מדרשים און שטיבלעך, צווישן זיי א ציעשנובער שטיבל וואס געפינט זיך אינעם בנין פון מיידאווא 13.

טעמפל 1.jpg
טעמפל 1.jpg (320.28 KiB) געזען 1320 מאל
טעמפל 2.jpg
טעמפל 2.jpg (332.54 KiB) געזען 1320 מאל

ווייטער, קוקענדיג אויף די לינקע זייט פון די "אסתר גאס", נומער 12 איז דא א באבוב'ער קלויז, און צוויי הייזער דערויף, נומער 16, איז דא א צאנזער קלויז. אבער מיר האלטן זיך גראד ווי מיר שפאצירן אדורך די גרויסע אידישע מארק וואס געפינט זיך דא קעגן איבער.

תלמוד תורה 02.png
תלמוד תורה 02.png (396.05 KiB) געזען 1320 מאל
די אידישע מארק, ווי פון די הונטערגרונד זעהט זיך אן די בנין פונעם תלמוד תורה



נאווא גאס
דער גאס דא ביים מארק ווערט אנגערופן "פלאץ נאווא", ד"ה די נייער מארק, אדער ווי היגער אידן רופן עס "די אידישע מארק". די גאס דרייט זיך אויף לינקס. אויפן רעכטן זייט ביים קארנער, אינעם הויז נומער 4, וואוינט דער ראב"ד הג"ר משה שמואל בלייכער, ווי ער האט דא אויך א אייגן בית המדרש.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

מייזעלס גאס

איצט שטייען מיר ביים קארנער פונעם "מייזעלס" גאס, און מיטן פולן נאמען "בעררא מייזעלס". דער נאמען איז געגעבן געווארן פאר דעם גאס נאכן ווארשאווער רב הג"ר דוב בער מייזעלס זצ"ל וואס איז געווען רב דא אין קראקא פאר ארום 14 יאר, און געווען א געטרייע פוילישע דעפלעמאט, וואס האט פיל געהאלפן פאר די זעלבסשטענדיגקייט פונעם פוילישן רעגירונג. נאכדעם וואס ער איז צוריק געפארן קיין ווארשא, האט מען דא אויפגענומען אלץ רב הגה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל.

א צייטונג באריכט איבער א גאס אין ווארשא וואס מען האט א נאמען געגעבן נאכן ווארשא'ווער רב הרב מייזעלס זצ"ל, דערמאנענדיג אז אין קראקא איז שוין דא א גאס על שמו
באריכט איבער מייזעלס גאס.jpg
באריכט איבער מייזעלס גאס.jpg (188.83 KiB) געזען 1301 מאל

דער בנין אויפן אנדערן קארנער אריבער דער גאס, דאס איז מייזעלס 17, איז די באקאנטע שול "בני אמונה", ווי עס קומען צומאל פאר גרעסערע שטאטישע פארזאמלונגען אדער דרשות.
זיגל ביהמד בני אמונה.jpg
זיגל ביהמד בני אמונה.jpg (54.2 KiB) געזען 1301 מאל

מיר שפאצירן אריין אינעם מייזעלס גאס, ביים קומענדיגן קארנער אויפן רעכטן זייט, דאס איז מייזעלס 18, זעהן מיר די צוויי שטאקיגע געביידע פונעם בית המדרש "חברת תהלים", וואס איז ספעציעל געבויעט געווארן פארן בית המדרש אין יאר תרנ"ו, דאס איז א בית המדרש פון ערענסטע תמימות'דיגע פשוטי העם, און פארמאגט עטליכע הונדערט מתפללים. אביסל ווייטער, ווי די גאס טיילט זיך מיט די ביימער אינדערמיט, נומער 14, איז דער אלכסנדר שטיבל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

זייער שיין און זייער רייך אראפגעשריבן.
יעצט דארפן קומען פאר-אויסזאגערס, וואס קענען זיך פארשטעלן וויזוי עס גייט אויסקוקן די גאסן און תשפג און צוזאמשטעלן בילדער.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: א שפאציר אין קראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך, אינטערסאנט און ציענד.

איי לייק די איידיע פון צוריקפירן צו יענעם פערספעקטיוו, גיבט א מיסטישער געפיהל.

יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”