וויאזוי צו העלפן די עלטערן בעת שמחה

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

וויאזוי צו העלפן די עלטערן בעת שמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

עס איז דא אסאך משפחות וואס העלפן אפציעל זייערע עלטערן ווען עס קומט צו חתונה מאכן יעדער מיט זייער מהלך.

מיין פראגע דא איז וויאזוי הייבט מען אן, די ערשטע מאל וואס מען דארף העלפן ביי מער א נייע משפחה מיט געציילטע חתונה געהאטע משפחות און מען דארף ארויסהעלפן.

וויאזוי צו שאפן דאס געלט איז א באזינדערע נושא, איך וויל מער אן עצה וויאזוי מען עפנט די נושא, איז עס בעסער צו געבן אינטערן טיש ער זאל נישט וויסן פון ווי עס קומט אדער אפציעל?

די ספעציפישע שאלה איז בערך אזוי, מיין שווער איז מיר אפן מרמז אז מען דארף ברעכן א באנק יעצט אז מען קומט נענטער צו א זמן שמחה גלייך נאך שביעות, ער בעהט נישט מען זאל געב אדער שאפן אבער די רמזים זענען גאנץ אפן, ער איז בטבע ווי רוב אין די פאזיציע פון א שווער אן איש מכובד און ער וואלט זייער מעגליך געווען אימבאקוועם ווען מען געבט דירעקט.

די שאלה איז, איז ענדערש עס צו געבן דורך א אינטער טירל אויב יא וויאזוי, און אפשר דווקא דירעקט היות ער איז מרמז זאל ער נישט האבן א שווער הארץ אז מען העלפט נישט, און דא אויך וויאזוי עפנט מען די נושא אויף א וועג עס זאל זיין די מערסטע באקוועם?

אויב איז שוין דא אן אשכול וואס רעדט דירעקט פון די נושא זאל מען עס ביטע לינקן.

א גרויסן שכח פאר יעדעמס הילף.
לעצט פארראכטן דורך שארן בארן אום פרייטאג אפריל 28, 2023 4:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
לאקאציע: ביד השם
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי צו העלפן די עלטערן בעת שמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

שיקען דירךא שלש
MAGE
מעק אייוועלט גרעיט אגעין©️
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: וויאזוי צו העלפן די עלטערן בעת שמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

קענסט מיר נישט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:10 pm
שיקען דירךא שלש
כבר הי' לעולמים אז א שליש האט עס ג'מעשר'ט אדער גענומען חלק נכבד פאר אנדערע וויכטיגע צוועקן, מ'דארף מורא'דיג נזהר זיין כבדהו וחשדהו, ביודעי ומכירי קאמינא.

די בעסטע איז אז דער גדול או הנכבד של האיידימער או הקינדער זאל עס לייגן אין אן ענוועלאפ און איבערגעבן בדרך כבוד (בשעת מ'דארף סייווי גיין ערגעץ ווייטער ווייל א קאר ווארט, מ'דארף כאפן א באס וכדו') זאגן לכבוד די שמחה ניץ עס געזונטערהייט, אוי איך דארף שוין לויפן, מער נישט רעדן און מרמז זיין דערפון נאר עקטן כאילו לא הי' - אז דער שווער אדער טאטע זאגט שפעטער א ישר כח דארף ער צוריק זאגן נו אודאי, ב"ה מ'האמיר געקענט א קלייניקייט צוריק צאלן אלעס וואס מ'האט געטון פאר אונז ביז יעצט און פארדרייען דעם שמועס.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: וויאזוי צו העלפן די עלטערן בעת שמחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

פארשטייט זיך אז אין פאל סאיז סייווי דא א אפענע קאמיוניקאציע איבערן מצב קען עס צוגיין גאנץ אנדערש אבער איך רעד כפי השאלה.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”