מיין טייערע הערשי! פיפטע חלק ארויף - ענדע!!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

רבי נחום
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:28 pm

מיין טייערע הערשי! פיפטע חלק ארויף - ענדע!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי נחום »

די מעשה גייט שוין צוריק אפאר יאר.

מיין טייערע זיסע אינגעלע הערשי ני"ו

הערשי איז געבוירן געווארן א געזונט קינד מיט א זיסע חן, ווי אלע קינדער. ער איז עלטער געווארן אין געגאנגען אין חדר, זיינע רבי'ס זענען געווען צופרידען פון אים, און אונז האבן געזען אסאך נחת.

הערשי איז ארויף צו א נייע כתה אין כתה ז' אלס 10 יעריג אינגעל, און זייער פיין מצליח געווען אין די ערשטע פאר חדשים פון יאר.

ערגעץ אינמיטן שבט באקום א פאון קאל פון זיין רבי, אז עפעס איז נישט בסדר מיט דיין הערשי, ער האלט נישט מיט ווי אמאל, אזוי אויך איז ער נישט אזוי צווישן די חברים ווי אמאל. מיין הארץ איז איינגעפאלן און עס האט מיך זייער ווייגעטון עס צו הערן.

ביינאכט ווען הערשי איז אהיימגעקומען האב איך מיך אראפגעזעצט צוזאמען מיט אים און פראבירט צו זעהן וואס עס גייט פאר.

הערשי א וואויל קינד, האט זיך אפגערעדט, אז ער פילט זיך נישט גוט און האט נישט קיין מוט צו רעדן פון דעם יעצט, אלס טאטע איז דאס מיר געווען זייער מאדנע, ווייל הערשי האט נישט אויסגעקוקט ווי אייביג.

איך האב געזאגט פאר הערשי, מיין טייערע הערשי איך האב דיך אזוי ליב, אויב פילסטו עפעס קוועטשט דיך, זאג מיך, איך וועל אלעס טון אין דער וועלט דיך צו העלפן!

הערשי האט מיך נאכאמאל געזאגט, טאטי! איך וויל דיך אויך זייער שטארק זאלסט זיין צופרידען פון מיך, אבער איך פיל מיך נישט בסדר איך ווייס נישט וואס עס גייט פאר מיט מיך.

יענע נאכט האב איך איבערגעשמוסט מיט מיין בני בית וואס הערשי'ס רבי מיך דערציילט און געפרעגט אויב זי האט באמערקט אויף אים א שינו לעצטענס. זי האט מיך אויפגעמערקט אז הערשי שטייט לעצטענס אויף שפעט און עס איז אים זייער שווער ארויסצוקומען פון בעט אבער ער איז זייער וואויל און חוץ פון דעם זעט זי נישט קיין שום שינו.

איך האב געטראכט צו מיך, קען זיין עס איז א פשוטע אריבערגאנג און לאמיר האפן אז וועט שנעל אריבערגיין.

די נעקסטע צופרי איז הערשי נישט אויפגעשטאנען אליין, און ווען מ'איז אים געגאנגען וועקן האט ער געזאגט, איך שפיר מיך נישט גוט איך וויל בלייבן שלאפן אביסל, מיין בני בית האט מיך גערופן פרעגן וואס צו טון, און איך האב איר געזאגט אז זי זאל אים לאזן גיין אביסל שפעטער אין חדר, עס וועט האפענליך שנעל אריבערגיין.

אפאר שעה שפעטער נאך איך בין אהיימגעקומען פון שחרית איז הערשי נאך געשלאפן, איך האב אים אויפגעוועקט און ער האט מיך געזאגט, טאטי, איך פיל נישט גוט! איך ווייס נישט וואס, אבער איך פיל נישט גוט!

הערשי האט אויסגעקוקט זייער גוט און געזונט. איך האב געזאגט פאר הערשי גיי אין חדר און איך וועל דיך מאכן אן אפוינטמענט ביים דאקטער אויף מארגען.

הערשי איז געגאנגען אין חדר, און אין אהיימגעקומען זייער צופרידען יענע טאג, איך האב געקאלט די רבי, און די רבי האט מיך געזאגט אז הערשי איז געווען זייער עקטיוו אין חדר היינט.

איך האב מיך געפריידט און געדאנקט דעם באשעפער אז אלעס איז ב"ה אריבער און עס איז נאר געווען א דורכגאנג.

אזוי האב איך געמיינט...
לעצט פארראכטן דורך רבי נחום אום מאנטאג מאי 01, 2023 12:25 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

רבי נחום האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:05 am

גיטע פעדער, לייק
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

אונז ווארטן מיט שפאנונג....
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
אויס גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:56 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס גבאי »

אוי וויי וואס יעצט!?

(העפי ענדינג פליז)
האדם לא נברא אלא להתענג על ה'
🗲
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

רבי נחום האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:05 am
איין זאך זיכער די ביסט נישט קיין פרישער שרייבער (דא אויפן וועלטל).
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
רבי נחום
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:28 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי נחום »

.
לעצט פארראכטן דורך רבי נחום אום דינסטאג מאי 02, 2023 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האב געכאפט א שאקל ווען איך האב געזען דעם אשכול, האב געמיינט מען רעדט פון הערשי שווארץ ע"ה וואס איז לעצטנס טראגיש אוועק, און דער שרייבער "רבי נחום" איז דאך דער נאמען פון זיין פאטער...

שרייבסט פיין, זיי ממשיך.
רבי נחום
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:28 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי נחום »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 8:36 am
איך האב געכאפט א שאקל ווען איך האב געזען דעם אשכול, האב געמיינט מען רעדט פון הערשי שווארץ ע"ה וואס איז לעצטנס טראגיש אוועק, און דער שרייבער "רבי נחום" איז דאך דער נאמען פון זיין פאטער...

שרייבסט פיין, זיי ממשיך.
שכוח, נאטינג מיט הערשי שווארץ ע"ה. אבער רבי נחום מלאך הברית דאכטצעך וואלט נישט געשריבען דא אויף אייוועלט... :lol:
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

שרייבסט זייער גוט.

יישר כח!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
Hashemschild
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:37 am

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hashemschild »

אמת'ע מעשה? אדער כ'דארף דא מיטפארען מיט איינעםס דמיונות?
רבי נחום
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:28 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי נחום »

Hashemschild האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 9:20 am
אמת'ע מעשה? אדער כ'דארף דא מיטפארען מיט איינעםס דמיונות?
געשריבן אפאר תגובות צוריק
דער מעשה איז 100% אמת מיט מינדערוויכטיגע פרטים געטוישט.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

רבי נחום, שרייבסט זייער ציענד, גיי ווייטער
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

ציענד איט איז! איינגעשריבן.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

איך ווייס נאך נישט די מעשה אבער איך פיל שוין דעם קלעמעלע אין הארץ…
רבי נחום
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:28 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי נחום »

המשך פון די ערשטע חלק

למעשה אז מ'האט שוין געמאכט די אפוינמענט ביים דאקטער, איז מען געגאנגען דעם נעקסטן טאג, הערשי איז געווען זייער פריש און אויפגעלייגט איך האב געטראכט צו מיך, וואס פעלט אויס צו גיין צום דאקטער, הערשי איז אקעי און עס איז א שאד יעדער מינוט ער זאל פעלן פון חדר. אבער למעשה איז מען געגאנגען.

מיין בני בית איז מיטגעגאנגן מיט הערשי און איך בין געגאנגען צו די ארבעט ווי א געווענליכע טאג, אינצווישען בין אריין פאר זייער א וויכטיגע מיטונג מיט מיינע קאלעגעס, און מיין ווייב האט מיך אריינגערופן איך האב געטראכט אז איך וועל באלד צוריקרופן, אבער די פאון האט נישט אויפגעהערט צו קלינגען, בלית ברירה האב איך אויפגעהויבן און זי זאגט מיך מיט איין בהלה די דאקטער זאגט אז מ'דארף מאכן א טעסט אין א גרויסע שפיטאל. איך האב איבערגענומען די פאון און געפרעגט די דאקטער וואס ער זאגט (היות פרויען ווערן זייער פארפאניקט אין אזעלכע פעלער) ער האט מיך בארואיגט און געזאגט אז עס איז נישט קיין גרויסע זאכן אבער מ'דארף א טעסט.

דער דאקטער האט אונז באשטעלט פאר אן אפוינמענט אין א גרויסע שפיטאל פאר צוויי וואכן ארום און ער האט געזאגט אז עס איז נישטא קיין סיבה צו צויאגן דעם אפוינמענט. און דאס האט מיך בארואיגט.

אפאר טעג איז אריבער. די וועטער אינדרויסן איז שיין, און די ביזנעס פארט ווי עס דארף צו זיין מ'זעט נחת פון די קינדער. קען נישט זיין בעסער.
אזוי האב איך געמיינט

אינצווישען מיין ווייב קלינקט מיט א בהלה אז די מנהל האט אריינגערופן זאגן אז הערשי פילט נישט גוט, און מ'זאל שוין אריבערקומען אין חדר. דאס מאל בין איך ממש אריין אין א פאניק עפעס האט מיין הארץ מיך אנגעזאגט...
ביים דרייווען צום חדר האב איך געהערט פיל הצלה סיירינס פון אלע זייטן, איך האב געהאפט אז מיינט נישט מיך, אבער איך האב געזעהן צו וועלכע דיירעקשן זיי פארן.

מיט כח האב איך אנגעכאפט דעם רעדל פונעם קאר צו קענען דרייווען, מיין קאפ האט געקלאפט ווי מיט טויזענט האמערס, און איך האב געפילט ווי איך האלט עס נישט אויס.

איך בין אנגעקומען צום חדר, מיינע פיס האבן זיך קוים ארויפגעשלעפט די טרעפ צום אפיס פונעם מנהל ווי הערשי איז געווען, און מיינע אויערן האביך געהערט ווי די הצלה מעמבערס רעדן איינער צום אנדערן זייער ערנסט, און פארשטאנען אז די מצב איז זייער ווייט פון פשוט.

איך קום אריין אין אפיס און איך זעה ווי הערשי ליגט ווייס ווי דער וואנט, בערך זעקס מעמבערס שטייען און ארבעטן אויף אים, און מאשינען פייפען פון אלע זייטן.

איך שריי אויס צו אים, הערשי!!! הערשי!!! אבער אין קול ואין עונה, הערשי רעאגירט נישט. הערשי!!! קוק, טאטי איז דא נעבן דיך די פילסט זיכער גוט!!!! הערשי איך בעט דיך, קוק צו מיך שמייכעל צו מיך!!!!

אנטשולדיגט אבער איך הער יעצט אויף צו שרייבען מיינע געפילען שלעפן מיר צוריק און איך קען פשוט נישט אויפהערן צו וויינען, איך קען מער נישט שרייבען יעצט איך וועל פראבירן צו זיין צוריק ווי פריער.
לעצט פארראכטן דורך רבי נחום אום פרייטאג אפריל 28, 2023 10:36 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

א פחד! איך פיל ווי איך לעב עס מיט לייוו איך ווייס נישט פארוואס איך שטיי ווי א קלאץ און באטראכט די סיטואציע נעם א תהילים און זיי מתפלל געגאנגען איך נעם א - י ווער נעמט נעקסט?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
א פיינע וואקאציע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:26 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע וואקאציע »

;l;p-
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

יוש איז דאס שפאנענד. שרייב שרייב דו שרייבסט דאך אזוי גוט!

פלאס וועסט פילן אסאך בעסער ווען אלעס איז ארויסגעשריבן. באט טעק יור טיים!
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

יוי... אזא פעדער!!!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך ציטער צו ליינען די צווייטע חלק
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

מיין הארץ צאפעלט פאר שרעק..
לאז אונז נישט ווארטן צו לאנג
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

רבי נחום…
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סקערי!!
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

די האסט מיך ממש איבערגענימען!
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3029
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: מיין טייערע הערשי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

יוש!!!!! איך ציטער
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”