במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:54 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:53 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:44 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:29 pm
פוילישער, דאס איז א משוגענע מעשה, אבער שווער עס אריינצושטופן אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די אלע איבעריגע מעשיות, ווען מען לעכצט צו יענעם, און יענער (הנקרש) ווייסט נישט געווענליך, מען שעמט זיך צו רעדן צו יענעם, מען ווערט רויט ווען מען באגעגנט זיך, וכדו'... דער דאזיגער וואס דו רעדסט איז פשוט א פגע רע...

מאגיסטראט האקט ענליך
כ'גלייב נישט אז ער האט געוויסט אז איך זעה אז ער קלעבט צו מיר ביז כ'האב אים געזאגט נאך מיין חתונה.

ער האט אלעס געטון זייער כיטרע
קאלן אין די שבע ברכות און מער ווי איינמאל (ער איז מסתמא געווען אויף דיין חתונה, סאו אפילו איינמאל) איז שטאקיגע עזות און אומקלוגשאפט...
וכו' וכו' וכו'
ביסט מן הסתם גערעכט.

מ׳דארף עפענען אן אשכול איבער כראָנישע קלעבערס.
@פוליש פלייש האט אלע סימנים פון א וויקטים פון אן אבנארמאלן קלעפער, באגרעניצטן פארשטאנד, און א מזל צו האבן א נקרש מיט הלל׳ס געדולד און די מידות פון רבי ישראל סאלאנטער.

אין מיין אפיניען: א קלעפער איז הארמ-לעסס, מ׳דארף פשוט האבן אויסגעארבעטע מידות צו דולדן א נודניק, א קלעבער, וואס פארשטייט נישט אז יענער מעג האבן זיינע ד׳ אמות אן אים.

קאלן צען מאל אין טאג און דרייען דעם קאפ, איז טיפיקל נודניק-קלעבער סינדראם.
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

מחובר האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:49 pm
א חלק פון די ווייטאג איז אז מען איז נישט צופרידן אז מען קראשט יענעם, און עס קימט פאר מלחמות אין די אייגענע נפש, אויב מען ווייסט אז עס איז נאטורלעך,(אפילו עס איז א פראבלעם) און מען עקסעפט די פילינג איז אסאך גערינגער.
טאקע דאס איז די גרויסע אויפטוה פון די אשכול, אז די עולם איז געוואר געווארן אז סאיז א נחלת הכלל, ביז היינט האט יעדער געמיינט אז ער איז די איינציגסטע.
בחצי הלילה
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:07 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחצי הלילה »

נאך א אויפטוה פון די אשכול, די קורשים הערן צום ערשטן מאל די אמת'ע געפילן פון די נקרשים.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בחצי הלילה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:19 pm
נאך א אויפטוה פון די אשכול, די קורשים הערן צום ערשטן מאל די אמת'ע געפילן פון די נקרשים.
קום טאקע אריין מיט דיין עקספיריענס אלץ נקרש..
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

בחצי הלילה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:19 pm
נאך א אויפטוה פון די אשכול, די קורשים הערן צום ערשטן מאל די אמת'ע געפילן פון די נקרשים.
כאילו מ׳דארף זיי אויפקלערן.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע: ביים חצות מנין

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

Rishi Sunak האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:53 pm

וויאזו קען מען ווערן אויס קראש??
איר קענט ליינען די עטליכע אין צוואנציג בלעטער און איר וועט אוודאי טרעפן פארשידענע עצות פאר פארשידענע דרגות פון קראש

אז איר ווילט דוקא טון א טובה, פארשרייבט אייך נאטיצן און די תוכן פון יעדע פאל און די עצה דערויף און זייט עס שיין מסדר אין א תגובה כללי אין די נושא און דער ציבור וועט אייך דאנקבאר זיין איר קענט צולייגן לינקס און מראה מקומות און וועלכע ניקס עס האלטן פון וועלכע מהלך און וועלכע ניקס זענען די חולקים דערויף.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מצלמה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 3:22 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:54 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:53 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:44 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:29 pm
פוילישער, דאס איז א משוגענע מעשה, אבער שווער עס אריינצושטופן אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די אלע איבעריגע מעשיות, ווען מען לעכצט צו יענעם, און יענער (הנקרש) ווייסט נישט געווענליך, מען שעמט זיך צו רעדן צו יענעם, מען ווערט רויט ווען מען באגעגנט זיך, וכדו'... דער דאזיגער וואס דו רעדסט איז פשוט א פגע רע...

מאגיסטראט האקט ענליך
כ'גלייב נישט אז ער האט געוויסט אז איך זעה אז ער קלעבט צו מיר ביז כ'האב אים געזאגט נאך מיין חתונה.

ער האט אלעס געטון זייער כיטרע
קאלן אין די שבע ברכות און מער ווי איינמאל (ער איז מסתמא געווען אויף דיין חתונה, סאו אפילו איינמאל) איז שטאקיגע עזות און אומקלוגשאפט...
וכו' וכו' וכו'
ביסט מן הסתם גערעכט.
מ׳דארף עפענען אן אשכול איבער כראָנישע קלעבערס.
@פוליש פלייש האט אלע סימנים פון א וויקטים פון אן אבנארמאלן קלעפער, באגרעניצטן פארשטאנד, און א מזל צו האבן א נקרש מיט הלל׳ס געדולד און די מידות פון רבי ישראל סאלאנטער.

אין מיין אפיניען: א קלעפער איז הארמ-לעסס, מ׳דארף פשוט האבן אויסגעארבעטע מידות צו דולדן א נודניק, א קלעבער, וואס פארשטייט נישט אז יענער מעג האבן זיינע ד׳ אמות אן אים.

קאלן צען מאל אין טאג און דרייען דעם קאפ, איז טיפיקל נודניק-קלעבער סינדראם.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
לעצט פארראכטן דורך אפגעגאלט אום זונטאג אפריל 30, 2023 5:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:23 pm
צל עובר האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:18 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 1:45 pm

ביז מיין חברותא האט מיר איין טאג געזאגט אז ער האט עס אויך געהאט מיט זיין חבר און א מחנך האט אים געהייסן אינגאנצן אפהאקן די ביסט נישט מחויב צו ליידן וועגן יענעם משוגעתן.
אפשר איז יענער [בעיקר] סתם קלעבעדיג אויף א געפערליכן פארנעם?


ווייל קיינער פון די אנדערע זייט מטבע, טראץ וואס זיי האבן געשריבן גענוג פארשעמבארע זאכן, האט נישט דעסקרייבט עפעס נאנט צו אזא נכסשאפט ווי איר לייגט אראפ, השם ירחם.
זייטיגע נאטיץ
דיסקלעימער, די לייקס איז פאר חיזוק פארן אויסלייגן א פעקל, אבסעלוטלי נישט אז איך גלייך די מעשה..
פארוואס זעה איך נישט עפעס אויסערגעווענליך אין מיין מעשה ווי די אנדערע מעשיות דא.
ווארט נאר ביז די אנדערע נקרשים קומען אריין...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
info seeker
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

שאלה בעניני קראש/לימירענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך info seeker »

איז שייך א קראש אויף א ניק?

כ'מיין פארשטייט זיך מיין אנדערע [פאפולערער] ניק, האט א ניק וועלכער לייקט אין גרויסן, אן אפילו קוקן וואס כ'האב דארט געשריבן

הערט נישט אויף צו צוטירן מיט גרינע

און אישי'ט ווען ער קען נאר מיט פארשטענדליכע און אומפארשטענדליכע מעסעדזשעס
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דר'עולם כאפט נישט וואס דער נקרש מאכט מיט.
איז לאמיך אביסל מאריך'ן.
עס זענען קודם כל פאראן צוויי סוגים. 1) דארט ווען דער קראש וניקראש קענען זיך, 2) און ווען זיי קענען זיך נישט און מחמת סיבות שונות זענען זיי נישט קאננעקטעד.
לאמיר גיין ערשט צו סוג 1.
דער קראש קלעבט צום נקרש אן אויפהער. אויב איז ער א בחור אין ישיבה, מוז ער לערנען מיט איהם, לכה"פ איין סדר, אבער טייל מאל מיינט עס אויך עטליכע סדרים און בין הסדרים און בין הזמנים וכו'.
אויב דער נקרש וויל א צווייטע חברותא ווייל ער פיהלט אז ער גייט בעסער מצליח זיין אין לערנען מיט יענעם, וועט דער קראשער נישט נאכלאזן, און זיין ממש אויס מענטש ביז דער נקרש וועט איינזעהן אז עס איז פקוח נפש און וועט באין ברירה מסכים זיין.
פאשטייצעך אז מ'ווערט נישט א מתמיד אדער א גוטע קאפ בלויז ווייל דיין נקרש זוכט דאס אין א חברותא. ממילא גייט יעדע שני וחמישי זיין א חברותא קריזיס, אבער היות אז בדיני נפשות עסקינן, גייט דער נקרש כסדר זיך ברעכן און מקריב זיין זיין זמן און יארן פאר דעם "חבר" זיינעם.
חוץ פון דעם קען דער נקרש נישט ווערן היימיש און נאנט מיט עמיצן אנדערש, ווייל דאס איז דאך מועל בהקדש, דו ביסט פוגם אין אונזער העכערע פריינטשאפט, מיר זענען דאך קאננעקטעד נשמה-דיג...
דער קראש'ס שונאים מוזן ווערן דיינע שונאים, ווייל אויב נישט ביסטו נישט גענוג געטריי. אויב רעדסטו אמאל מיט א בחור וואס דער קראש האט נישט ליב, קענסטו האבן צו הערן דערפון פאר די נעקסטע פאר טעג (אדער חדשים אויב דו האסט נישט אזא גוט מזל...)
וואס מיינט איר טוט דער נקרש בכהאי גוונא? ער דארף רעדן מיט פלוני אלמוני, מאכט ער זיכער אז דער קראש ווייסט נישט דערפון. ער וויל דאך איהם נישט מצער זיין, (און זיך אויך נישט...). רעד ער מיט באהאלטענערהייט בחדרי חדרים. נו אבער עוף השמים יוליך את הקול מקען דאך נישט באהאלטן אויף אלעמאל און אייביג, דער קראש גייט אויסגעפינען, און חוזר חלילה, טוטצעך א טענה'ריי און א פסק'עריי, און חלישות הדעת מיט א פיוס... דאס נעקסטע מאל מיז דער נקרש גיין אין א קעלער אדער א בוידעם צו רעדן מיט דעם אשר אין המלך חפץ ביקרו. און חוזר חלילה. וכו' וכו'.
סוכ"ס אידאס גורם אז דער נקרש גייט אויפגעבן אדער פארלירן זיינע אייגענע חברים, און מערערע חברים און בלייבן אנגהאנגען אין דעם איינעם קראש.
כ'רעד שוין נישט פון סתם די רעאקציע וואס אנדערע בחורים האבן ווען זיי זעהן צוויי בחורים וועלכע האבן זיך אזוי שטארק ליב און לאזן נישט אריין קיין צווייטן אין זייער פריינטשאפט. נו, וואלט דאס געווען זייער ביידע'ס החלטה, איז איין זאך, אבער ווען דער נקרש איז געווארן אריינגעשלעפט אין אזא סיטואציע כמעט נגד רצונו אידאס זייער אומבאטעמט. ער וואלט געוואלט ארויסקומען און שרייען צו זיינע (געוועזענע) חברים, רבותי, איך בין געצווינגען צו טוהן דאס, עס איז נגד רצוני, העלפט מיר זיך ארויסדרייען פון דעם כישוף רינג!
דער קראש קען טייל מאל געבן געלט און מתנות פאר דעם נקרש, און דער נקרש ווערט נאך מער משועבד צו איהם. טיילמאל מוז ער אויפמאכן מעשיות און שקרים צו בהאלטן זאכן ווייל ער שעמט זיך אז די "ידידות" איז אזוי נאנט.
למעשה האט דאך דער נקרש אזוי ליב דעם קראש, ער איז אין זיינע אויגן נישט מער ווי א נארמאלע חבר, און עס בושעוועט אין איהם געפילן פון שולד, היתכן מיין חבר דער קראש איז אזוי געטריי צו מיר און איך האב עפעס נישט קיין געפיהלן צו איהם. אידאס נארמאל? איז עפעס ראנג מיט מיר? ווי קען זיין אז כ'אב נישט ליב אזא נאנטע חבר? בפרט אז ער איז מיין (כמעט) איינציגסטע חבר (נאכן מאכן פארלירן אלע אנדערע)
אזוי גייען אדורך יארן פון עליות און ירידות פיין טרערן און עג"נ און איינזאמקייט, זיין איינגעשפארט מיט איין מענטש וואס איז - לגבי דיר - נישט רעאליסטיש.
שפעטער נאך די חתונה, גייט דאס נישט אוועק. אלע וועלכע האבן דא געשריבן "האב חתונה און פטור" הייבן נישט אן צו וויסן פון וואס זיי רעדן,
דאס איז נישט עפעס אזא בחורישע רייץ וועלכער פאלט בדרך כלל אוועק נאך די חתונה.
עס גייט אן נאך די חתונה, און זאכן ווערן מער קאמפליצירט, ווען דער קראש שפירט אז ער פארלירט שליטה אויף דיר. (אויב האט ער אביסל שכל, אדער זעלבסט-קאנטראל וועט ער נישט גיין קעגן דיין ב"ב, אבער) ער וועט זיין דער הויפט מחותן ביי דיין חתונה, ביי דיין שלום זכר און ברית, ביי דיין כולל וכו' וכו'.
ווען אימער דו וועסט טוהן זאכן וואס אינוואלווד אנדערע מענטשן גייט ער אריינקומען און לייגן א פיסל. דאס וואס דו טוסט איז נישט גוט! מ'דארף טוהן פונקט פארקערט!
יא, ער גייט דיר קויפן א שיינע מתנה פאר די געבורט פון דיין זוהן, און זיכער מאכן אז דיין ווייב ווייסט אויך וואס פאר אגעטרייע חבר ער איז, און אז איז הוא ואין בלתו, קיינער קומט אפילו נישט נאנט צו ענק.
איך האב נאר אנגערירט אויפן שפיץ גאפל.
איך קען נאך אסאך אסאך מער מאריך זיין אבער איך וויל אויך רעדן פון סוג 2
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום זונטאג אפריל 30, 2023 6:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הוגה דעות
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:09 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוגה דעות »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 6:18 pm
כ'ווארט אויף סוג ב'
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

איך ווייס נישט צו איינער האט עס שוין געברענגט דא.

סאיז דא א הערליכע שמועס אויף קול מבשר פון די טעראפיסט יוסף זאב בראווער מיט פנחס גלויבער ביי זיין קנעפל צווישן אונז ווי ער שמועסט זייער שיין אויס די גאנצע נושא.
ער איז מסביר וואס ברענגט צו פאר א מענטש צו דארפן נאכלויפן איינעם. די יסורים וואס סאיז גורם פארן מענטש און וואס איז די וועג זיך ארויס צו זעהן פונעם גרוב.
איינוועגס רעדט ער אויך פון די אנדערע זייט (וואס ווערט דא געריפן: נקרש), וואס קען א מענטש טון ווען ער זעהט אז איינער לויפט אים א גאנצע צייט נאך און ער פראבירט צו געפעלן ביי אים, און ווי אזוי קען ער זיך אליינס העלפן.

איך געדענק נישט וועלכע נומער אויף קול מבשר סאיז אבער איך ברענג דא די לינק.
סאיז נאר 18 מינוט און סאיז ווערט אויסצוהערן.

צווישן אונז - יוסף זאב בראווער
א' וארא פ״ג
- פארוואס בין איך אזוי פארנומען אויסצונעמען ביי יענעם?
- פארוואס איז יענער אזוי פארנומען אויסצונעמען ביי מיר?
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 6:18 pm
אלע וועלכע האבן דא געשריבן "האב חתונה און פטור" הייבן נישט אן צו וויסן פון וואס זיי רעדן,
דאס איז נישט עפעס אזא בחורישע רייץ וועלכער פאלט בדרך כלל אוועק נאך די חתונה.
איך וועל נאכאמאל שרייען ווי א הייזעריגע קאטשקע, הכל לפי הקורש והנקרש!!!

ס׳דא אלע מיני שעיפס און סייזעס וויאזוי דאס קומט און ביי רובא דרובא גייט עס אוועק אונטערן חופה, און אזוי אויך ביי רוב פעלער ליידט נישט דער נקרש ווי דו לייגסט עס אראפ.
מאגיסטראט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 1:31 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאגיסטראט »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 7:01 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 6:18 pm
אלע וועלכע האבן דא געשריבן "האב חתונה און פטור" הייבן נישט אן צו וויסן פון וואס זיי רעדן,
דאס איז נישט עפעס אזא בחורישע רייץ וועלכער פאלט בדרך כלל אוועק נאך די חתונה.
איך וועל נאכאמאל שרייען ווי א הייזעריגע קאטשקע, הכל לפי הקורש והנקרש!!!

ס׳דא אלע מיני שעיפס און סייזעס וויאזוי דאס קומט און ביי רובא דרובא גייט עס אוועק אונטערן חופה, און אזוי אויך ביי רוב פעלער ליידט נישט דער נקרש ווי דו לייגסט עס אראפ.
גא"מ, מיטגעהאלטן מער ווי איינס און מער ווי צוויי.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:16 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:06 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 1:45 pm
שנעל צום פינטל.
איך וועל פרובירן שרייבן פון א נקרש פערספעקטיוו.

המשך יבוא.
ווארט מער
דו לייגסט אראפ די געפילן עפעס אמעיזינג...
אבער עס קוקט אויס ווי דו האסט ציטון מיט עפעס א גאר אויסערגעווענליכע און אויסנאמליכע פאל, אויב האט יענער געהאט דאס עזות אויף אזא פארנעם ווי דו לייגסט עס אראפ, איז עס זייער עקסטרעם...

כ'הייב שוין אן צו טראכטן צו במשך מיין לעבן בין איך שוין נקרש געווארן??? די או סי די הייבט אן צו ארבעטן...

אקעי... בלייב מיר דא כ'על קיינמאל נישט פארטיג ווערן...

ווען די וועסט דארפן מיין עדווייס אלס נקרש וועל איך דעמאלס אריינקומען בל"נ...

קום צוריק מיט די המשך המעשה...
מסכים מיט דיר, ליינענדיג דאס טראכט איך א שאד פארוואס האב איך נישט אזוי אויסגענוצט מיין נקרש. (נע נישט עכט, איך מיין צו זאגן פון די קרישות חלק אין מיר.)

איך מיין אז זיין מעשה געשענט ווען קרישות מיט קלעבער שטעלן זיך צוזאם אין איין.
גירסא אחרת: ווען קלעבער מיט שכל שטעלן זיך נישט צוזאם
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:15 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 1:45 pm
שנעל צום פינטל.
איך וועל פרובירן שרייבן פון א נקרש פערספעקטיוו.



המשך יבוא.
די קורש האט מיר געקאלט יעדע מינוט אן א גוזמא כ'האב ממש צוגעמאכט מיין פאון ביז שפעטער אין טאג האט ער אויפגעהערט קאלן.
כ'האב עס דיסקוסירט מיט מיין ווייב און געזאגט אז כ'שוין אים זייער שטארק ס'האט מיר זייער געבאדערט אז כ'האב אים וויי געטון איז די קומנדיגע טאג ווען ער האט גערופן האב איך אויפגעהויבן און זיך פארענטפערט אז כ'בין נאר געווען אין א נישט גוטע מאאד אבער ער זאל ביטע אויפהערן אזויפיל צו רופן ס'מאכט נישט קיין סענס כ'האב שוין חתונה געהאט..
נאך א וואך אודך ער רופט ווידער יעדע האלבע שעה מיט א צווייטע זייער וויכטיגע זאך.
ווען ער האט חתונה געהאט שפעטער האב איך געמיינט דא וועט זיך עס ענדיגן אבער ניין ער האט גערופן אפילו אין זיין ש''ב כ'האב אים נישט געקענט פארשטיין ער האט אויך חתונה געהאט צו א אנדערע שטאט און זיכער געמאכט צו קומען אויף שבת צו זיינע עלטערן די זעלבע שבת ווען איך קום ס'האט מיר זייער געבאדערט כ'האב פראבירט באהאלטן ווען כ'פאר אויף שבת אבער ער איז אלץ געווען א בר מזל..
ער האט אלץ געוויסט יעדע מזל טוב אין מיין גאנצע משפחה ביז צוואנציגסטע קאזין און מיר אלץ מודיע געווען נאך פאר מיינע עלטערן האבן אפילו געוויסט.
ווען כ'האב אסאך מאל נישט אויפגעהויבן די פאון האט ער געהאט געפערליך טענות פארוואס כ'טשעפע אים.
עטץ האטס נישט קיין אנונג וואספארא פעין דאס איז און די ווילסט אים פארשטייט זיך נישט וויי טון.

כ'וועל אפשר שרייבן נאך וואס ס'גייט נאך פאר ביז היינט צוטאגס שוין צען יאר פון די קרישות אבער די קורש איז נאך בקרשותו פול פורס און איך האלט שוין 8 יאר נאך מיין חתונה
דעיס שמעקט שוין אביסל פון א משוגע'נער אדער א געלט גייער :wink: , ס'איז גאר עקסטרעים,
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מאגיסטראט האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 7:22 pm
שבתוך הסתרה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 7:01 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 6:18 pm
אלע וועלכע האבן דא געשריבן "האב חתונה און פטור" הייבן נישט אן צו וויסן פון וואס זיי רעדן,
דאס איז נישט עפעס אזא בחורישע רייץ וועלכער פאלט בדרך כלל אוועק נאך די חתונה.
איך וועל נאכאמאל שרייען ווי א הייזעריגע קאטשקע, הכל לפי הקורש והנקרש!!!

ס׳דא אלע מיני שעיפס און סייזעס וויאזוי דאס קומט און ביי רובא דרובא גייט עס אוועק אונטערן חופה, און אזוי אויך ביי רוב פעלער ליידט נישט דער נקרש ווי דו לייגסט עס אראפ.
גא"מ, מיטגעהאלטן מער ווי איינס און מער ווי צוויי.
כ'האב איצט ממש געלייענט פוליש פלייש'ס תגובה "פון א נקרש'ס פערספעקטיוו", א שאד כ'האב עס נישט געזעהן פריער, איך וואלט נישט געשריבן מיין תגובה. ער איז 100% גערעכט און צום פינטל.
די אלע וואס זאגן אז "ס׳דא אלע מיני שעיפס און סייזעס וויאזוי דאס קומט" זענען גערעכט, נעוואדע אזוי, אזוי ווי ביי כל מחלה וכל קטטה וכל פגע רע, אבער אז "ביי רובא דרובא גייט עס אוועק אונטערן חופה" איז עס לאו דווקא אמת, כ'קען דיר נישט זאגן איבער רוב, כווייס נישט די נומערן פונקטליך אבער א-זייער אסאך פעלער גייט עס נישט אוועק. ב-אסאך מאל גייט עס טאקע אוועק אבער נישט מיט ווייניג פיין טרערן און ביטערע געפיהלן מיט נאכווייען פון יארן (למשל זיך צוקריגן מיט א נאנטע [נענטסטע] חבר פון די בחור'ישע יארן) ג-סאך מאל הייבצעכעס אן נאך די חתונה. אבער א חתונה...
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:15 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 1:45 pm
שנעל צום פינטל.
איך וועל פרובירן שרייבן פון א נקרש פערספעקטיוו.



המשך יבוא.
די קורש האט מיר געקאלט יעדע מינוט אן א גוזמא כ'האב ממש צוגעמאכט מיין פאון ביז שפעטער אין טאג האט ער אויפגעהערט קאלן.
כ'האב עס דיסקוסירט מיט מיין ווייב און געזאגט אז כ'שוין אים זייער שטארק ס'האט מיר זייער געבאדערט אז כ'האב אים וויי געטון איז די קומנדיגע טאג ווען ער האט גערופן האב איך אויפגעהויבן און זיך פארענטפערט אז כ'בין נאר געווען אין א נישט גוטע מאאד אבער ער זאל ביטע אויפהערן אזויפיל צו רופן ס'מאכט נישט קיין סענס כ'האב שוין חתונה געהאט..
נאך א וואך אודך ער רופט ווידער יעדע האלבע שעה מיט א צווייטע זייער וויכטיגע זאך.
ווען ער האט חתונה געהאט שפעטער האב איך געמיינט דא וועט זיך עס ענדיגן אבער ניין ער האט גערופן אפילו אין זיין ש''ב כ'האב אים נישט געקענט פארשטיין ער האט אויך חתונה געהאט צו א אנדערע שטאט און זיכער געמאכט צו קומען אויף שבת צו זיינע עלטערן די זעלבע שבת ווען איך קום ס'האט מיר זייער געבאדערט כ'האב פראבירט באהאלטן ווען כ'פאר אויף שבת אבער ער איז אלץ געווען א בר מזל..
ער האט אלץ געוויסט יעדע מזל טוב אין מיין גאנצע משפחה ביז צוואנציגסטע קאזין און מיר אלץ מודיע געווען נאך פאר מיינע עלטערן האבן אפילו געוויסט.
ווען כ'האב אסאך מאל נישט אויפגעהויבן די פאון האט ער געהאט געפערליך טענות פארוואס כ'טשעפע אים.
עטץ האטס נישט קיין אנונג וואספארא פעין דאס איז און די ווילסט אים פארשטייט זיך נישט וויי טון.

כ'וועל אפשר שרייבן נאך וואס ס'גייט נאך פאר ביז היינט צוטאגס שוין צען יאר פון די קרישות אבער די קורש איז נאך בקרשותו פול פורס און איך האלט שוין 8 יאר נאך מיין חתונה
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 7:01 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 6:18 pm
אלע וועלכע האבן דא געשריבן "האב חתונה און פטור" הייבן נישט אן צו וויסן פון וואס זיי רעדן,
דאס איז נישט עפעס אזא בחורישע רייץ וועלכער פאלט בדרך כלל אוועק נאך די חתונה.
איך וועל נאכאמאל שרייען ווי א הייזעריגע קאטשקע, הכל לפי הקורש והנקרש!!!

ס׳דא אלע מיני שעיפס און סייזעס וויאזוי דאס קומט און ביי רובא דרובא גייט עס אוועק אונטערן חופה, און אזוי אויך ביי רוב פעלער ליידט נישט דער נקרש ווי דו לייגסט עס אראפ.
היינו טעמא דשוחט היינו טעמא דמגולח... ווען עס איז אן עכטע לימערענס איז די חופה נישט קיין ריהעביליטאציע, און דער נקרש ליידט פיין צוזאם (טראץ וואס דער קורש לעבט אפטמאל אין דעניייעל און כאפט נישט נישט די פולע קאנצעקווענצן).

וואס יא. מאכט זיך וואס איידער די חתונה נוצט מען אויס די געלעגנהייט צו שטעלן דעם נפש און פלאץ דורך ריכטיגע הדרכה (יא בשורשו איז זמן הנשיאון א געלעגנהייט צו היילן)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מושכל ראשון
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 10:58 am
איך האלט אז דאס וואלט געברויכט אריין גיין געהעריג אין די קריקיולעם פון חדרים און ישיבות אז מ'זאל רעדן פון דעם ברבים אויף זייער א קלארע אופן
אטאמאטיש וועט עס אפשטעלן אסאך פעלער, פשוט ווייל די קושר און די נקרש גיין וויסן אז די גאנצע ישיבה ווייסט די נושא און איז אויסגעקאכט אז ראובן איז די קורש און שמעון איז די נקרש...
און די קורש אליין וועט זיך שנעלער כאפן וואס גיט דא פאר מיט איהם, און עס אפשטעלן גלייך
איך בין נאך א נייער "אייוועלט'ניקער" (דאס איז מיין צווייטע תגובה...), אבער מ'דארף אנהייבן כדי צו ווערן מבני החבורה דא, איך האב אנגעהויבן לייענען די אשכול איז ביי מיר געווארן זייער אומבאקוועם, ס'האט זיך נישט געפילט ריכטיג צו רעדן אזוי ברייט און אפען אויף אזא פובליק פלאטפארמע, אבער נאכן זעהן די תגובות פון אנדערע און ווי זיי זאגען ווי דאס העלפט זיי ממש ארויס אין ארויסגעבן טיף פארבארגענע הרגשים חתומים בחותם המלך, איז ביי מיר געטוישט געווארן די מיינונג אז מעגליך ברענגט דאס יא א תועלת, מיין זארג איז אבער נאך נישט אריבער טראכטענדיג אויף די פילע גיל אנשים וואס דרייען זיך דא, די יונגע בחורים צעירי הצאן וואס זענען נאך נישט אנטוויקילט געווארן צו אסאך פון די זאכן - הגם אז איך פארשטיי אז דאס קען זיין אין יעדער יאר גאנג - דארף מען איבער טראכטן צו דען ברענגט דאס תועלת אדער ח"ו די היפך "ועל מי נטשת מעט הצאן", איי זאגסטו זאלן זיי וויסען אז דאס איז נארמאל, יעדער גייט עס דורך, איז דען נישט בעסער זיי זאלן עס הערן פון אן ערוואקסענעם מענטש אויף א געזונטע אופן? די נושא קען מען נישט רעדן "ברבים אויף זייער א קלארע אופן" ווייל מי יודע אויב די תוצאות טובות וועגן איבער די היפך דערפון? פארשטייט זיך אז א בחור דארף רעדן צו עמיציר דערוועגן כדי צו העלפן און נארמאלאזירן זיין מצב, און ער זאל קענען אנגיין אין לעבן אין א געזונטע אופן, אבער מי יימר אז פובליק וועט ברענגען די זעלבע תוצאות?

הכ"ד מצפה לדעת נכונה
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

צל עובר האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 2:18 pm
פוילישע פלייש האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 1:45 pm

ביז מיין חברותא האט מיר איין טאג געזאגט אז ער האט עס אויך געהאט מיט זיין חבר און א מחנך האט אים געהייסן אינגאנצן אפהאקן די ביסט נישט מחויב צו ליידן וועגן יענעם משוגעתן.
אפשר איז יענער [בעיקר] סתם קלעבעדיג אויף א געפערליכן פארנעם?


ווייל קיינער פון די אנדערע זייט מטבע, טראץ וואס זיי האבן געשריבן גענוג פארשעמבארע זאכן, האט נישט דעסקרייבט עפעס נאנט צו אזא נכסשאפט ווי איר לייגט אראפ, השם ירחם.
זייטיגע נאטיץ
דיסקלעימער, די לייקס איז פאר חיזוק פארן אויסלייגן א פעקל, אבסעלוטלי נישט אז איך גלייך די מעשה..
קראש איז א מחלה, און ווען יענער האט נישט קיין געזעלשאפט סקילס / טאקט קומט ארויס דעם עגל, דאס איז א פועל יוצא נישט דעם שורש.
איך האב שוין בייגעוואוינט אסאך פון דו אויבנדערמאנטע אבער נישט ממש אזא עקסטרעם, דאס איז פשוט א מענטש מיט 0 סאושל סקילס,
עס איז אבער מוכיח אויף די פנימיות וואס ברענט אין דעם קורש'נס הארץ, און די יסורים וואס די נקרש האט ווען מפילט עס....... אוי!
א זאך וואס האט מיך געגעבן גרויסע חיזוק, איך האב מיך גע'חזר'עט אז ב''ה נאר דאס איז מיין פראבלעם און געדאנקט דעם אייבערשטן אז איך האב יא א נארמאלע לעבן, און ס''ה דארף מען סבלנות צו גיין בדרך המלך אויפן פיין ליין נישט צו פיטערן דעם מחלה און נישט צו מצער זיין דעם צובראכענע נשמה,
בכלל ווען מקוקט יענעם אן ווי א חולה איז עס סאך גרינגער ווי א פגע רעה.
פוילישע פלייש
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2023 1:05 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישע פלייש »

קודם פאר די אישיס וואס פרעגן אויב כ'האב זיי געמיינט מיין קראש איז נישט אויף אייוועלט ווען יא וואלט איך שוין געוויסט.
כ'גיי נישט ווייטער ממשיך זיין איבער די נושא כ'שפיר כ'האב בעוולט אפאר ניקים.
ווער ס'שפירט כ'האב אים מבזה געווען זאל מיר ביטע מודיע זיין.
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע: ביים חצות מנין

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

די במשך די לעצטע עטליכע טעג האט מיר דער באשעפער אונטערגעשיקט א שרעקליכער לימערענס דורכגאנג, אבער עס איז נאר געווען בעת איך האב יענעם געפעיסט און געשמועסט מיט יענעם, אוי איז דאס געווען שרעקליכע יסורי הנפש...

ביז דער אייבערשטער האט מיר אריינגעגעבן א מחשבה, וואס??? איך טריי מיך צו געפעלן פאר א "מענטש"??? וואס קען ער מיך העלפן??? כ'האב מיך אנגעהויבן שעמען פאר מיר אליינס!!!, צודרייט בין איך??? כ'האב א באשעפער און אים דארף איך דינען, און מיך פאקט אן די אהבה צו א מענטש??? איך וואס איך ארבעט שוין עטליכע יאר נישט צו געפעלן די מענטשהייט, איך טו גענוי וואס עס איז מיר באקוועם און וואס איך האלט פאר ריכטיג, און איך ווער פארלוירן פאר... א מענטש???

די גאוה דקדושה איז אריינגעקומען צוריק מיטן גאנצן קנאק, די גאנצע סעלף קאנפידענץ, (איך שעם זיך צו אידענטיפיצירן מיט דעם ווארט...) די גאנצע נישט קעירן פאר די מענטשהייט, די גאנצע אני ואפסי עוד, די גאנצע אל תבטחו בנדיבים האט צוריק אנגעהויבן צו פליסן אין די אדערן, יא! העלפן אידן דאס יא! מהנה זיין אידן, דאס יא! אבער איך בין פארדעם! מיין כבוד און מיינע אינטערעסן שטייען אסאך פאר יענעם! דעריבער וועל איך טון מיינע פליכטן ברוחניות ובגשמיות פאר מיך זעלבסט, און נישט איזנין האבן יענעם.

די באבל האט הילכיג געפלאצט בס"ד!!!

איך האב מיט דעם געקלערט אז וועגן דעם שטייט ואהבת לרעך כמוך, אבער נאר אזוי ווי דיר, און נישט מער... ווען דו לייגסט יענעמ'ס אינטערעסן פאר דיינע, דו טוסט זאכן יענעם צו געפעלן, טראץ וואס עס שטערט דיך אין דיין אייגן לעבן, דאן איז עס נישט כמוך, נאר עס איז מער פון דיר... און אפשר וועגן דעם שטייט נאכדעם אני ה' - געדענק אז יענער איז נאר א מענטש, און געפעלן דארפסטו נאר פאר מיר, ווייל אני ה'...
-------------------------------------------------
עס איז דברים פשוטים מאד, און א איד דארף כסדר לעבן דערמיט, אבער ווי געשמועסט, דו ליינסט דעם אשכול אין שפיטאל, און די הדרכה ווערן דא געגעבן בתורת טעראפי.

דאס איז עכט די סיבה פארוואס איך קום דא ארויס ברבים, ווייל איך האף אז אנדערע אידן מיט די מחלה וועלן דא געפונען עצות און הדרכה, חיזוק און אלטערנאטיווע רפואות, וזה יהא חלקי מכל עמלי.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
היימישע טעראפיסט
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2023 12:45 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע טעראפיסט »

אקעי נאכן ליינען אזא 28 דפים מער פון דריי שעה וויל איך צולייגן מיינע פאר צענט
איך האב שוין ב"ה רובו ככולו ארויס געקראכן דערפון און צו דערציילן מיין סטארי וועט נעמען צייט
[סאו איי על ליוו איט פאר ע דיפרענד טיים!!!]
אבער חיזוק קען יעדער נעמען והא ראיה א טעראפיסט איז דאס אויך אדוירעך געגאנגען lol :P
[א טעראפיסט ווערט מען נאר נאכן אדורך גיין אויפן אייגענע ביינער סאו מען דארף זיך נישט שעמען פון זיי]


נ.ב. אפאר ניקים האבן געשריבן אז זייער קראש האט געקאלט און מעשוגע געמאכט לפי עניית דעתי הקטן זה לא קראש ויכול להתווכח
סטאטיטיקס וויזן אז שמייכלן איז אסאך גרינגער און ניצט וויניגער מוסקלן ווי צו זיין טרויעריג

😀so lets be happy😀
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

פוילישע פלייש האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 10:54 am
קודם פאר די אישיס וואס פרעגן אויב כ'האב זיי געמיינט מיין קראש איז נישט אויף אייוועלט ווען יא וואלט איך שוין געוויסט.
כ'גיי נישט ווייטער ממשיך זיין איבער די נושא כ'שפיר כ'האב בעוולט אפאר ניקים.
ווער ס'שפירט כ'האב אים מבזה געווען זאל מיר ביטע מודיע זיין.
פארוואס זאלסו נישט ממשיך זיין? פארוואס זאל איינער מיינען אז דו האסט אים געמיינט? אויף די גנב ברענט דאס היטל!!

אדרבה זיי ממשיך לטובת הכלל.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

דוקטור האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 7:42 am
פוילישע פלייש האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 10:54 am
קודם פאר די אישיס וואס פרעגן אויב כ'האב זיי געמיינט מיין קראש איז נישט אויף אייוועלט ווען יא וואלט איך שוין געוויסט.
כ'גיי נישט ווייטער ממשיך זיין איבער די נושא כ'שפיר כ'האב בעוולט אפאר ניקים.
ווער ס'שפירט כ'האב אים מבזה געווען זאל מיר ביטע מודיע זיין.
פארוואס זאלסו נישט ממשיך זיין? פארוואס זאל איינער מיינען אז דו האסט אים געמיינט? אויף די גנב ברענט דאס היטל!!

אדרבה זיי ממשיך לטובת הכלל.
מ'האט דאך שוין גערעדט אז דאס איז נישט קיין קראש, נאר א זעלטענע פאל פון א עקסטרעמע חולה, דאס מיינט אז קיינער וועט נישט געהאלפן ווערן פון ווייטער אויספאקן דא יענעמ'ס שמוץ וועש. וואס פעלט עס אויס?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”