'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

אחראי: אחראי

געב אויפריכטיגע און דעטאלירטע פידבעק פאר 'המברך יתברך' (9 אפציעס - זיי דיך מסביר אין אשכול)

כ'האב הנאה אזויווי ס'איז
11
16%
מאך לענגערע תגובות מיט מער הסבר
1
1%
מאך קורצע קאנצעטרירטע תגובות
10
14%
ציטיר ענדערש יא יענעמ'ס תגובה
4
6%
ציטיר וווייניגער יענעמ'ס תגובה
1
1%
מאך א תמצית פון יענעמ'ס שיטה בעפאר'ן מגיב זיין
5
7%
מאך גאנצע סטעיטמענטס
4
6%
פרעג יענעם צוריק כדי אים צו צווינגען צו מסביר זיין
3
4%
פיר עס מער קלאסיש
6
9%
פיר עס מער פאלקסיש
1
1%
ניץ ענדערש עקזיסטירנדע אשכולות
2
3%
עפן ענדערש אייגענע אשכולות
1
1%
שרייב מער
8
11%
שרייב ווייניגער
8
11%
מאך עקסטערע ניקס פאר עקסטערע נושאים
5
7%
 
סך הכל שטימען: 70

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:43 am
אבער אויב די ביסט יונג דעמאלטס זאג מיך נישט..ווייל דיינע stocks גייען פאלן…
פון יעצט קענען מיינע סטאקס שוין נאר שטייגן.... אדער זיך לייגן אדער בייגן...
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

העי, דו האסט געטוישט די אפציע'ס אין די אנקעטע. די עולם דארף איבערוואוטן...
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:37 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 11:25 pm
יעצט וועל איך זיך באציען צו דיין תגובה, און קודם כל, דו ביסט א געוואלדיגער שרייבער. וואס נאך? מסתמא דער עולם קען דיך שוין, אבער איך וועל מוזן געוואר ווערן מיט דער צייט.

און לגופו של ענין, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט דעם קולטור אין אייוועלט, און בקיצור, טאקע דאס באדערט מיך. איך זע דא גענוג ערנסטע מענטשן, וואס ווערן פשוט צעדרוקט פון נארסיסיסטישער אוממענשטן וואס האלטן זיך אינמיטן אנפרעסן מיט זעקסטן סלייס קוגעל.

באמת בין איך נאר דא זיך אויסצולופטערן, ממילא, האט א נייע ניק נישט קיין פשט. ווייל איך זוך נישט צו ווערן א חלק פון קיין קולטור וואס פילט אליין נישט גוט מיט זיך.
הייסט עס אז דו ביסט א מזיד גאר!...

קומסט מיט א כוונה זדונית תחילה, צו איבערטוישן דעם גאנצן מצב רוח אויפ'ן סייט דא, מיט אן אויסרייד צו ראטעווען די באקריוודעטע פון די נארסיסטן... און דו האסט נאך גאר טענות צו די וואס ווילן עס נישט אקצעפטירן??!!
ווער איז דער נארסיסט?!...

(נעם עס אן מיט א שמייכל ביטע... :wink: )

אגב, דאס וואס דו שרייבסט אז דו פלאנסט געוואויר צו ווערן ווער איך בין, מיינט דאס אוודאי אויך אז איך וועל וויסן ווער דו ביסט. שטימט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:39 pm
הייסט עס אז דו ביסט א מזיד גאר!...

קומסט מיט א כוונה זדונית תחילה, צו איבערטוישן דעם גאנצן מצב רוח אויפ'ן סייט דא, מיט אן אויסרייד צו ראטעווען די באקריוודעטע פון די נארסיסטן... און דו האסט נאך גאר טענות צו די וואס ווילן עס נישט אקצעפטירן??!!
ווער איז דער נארסיסט?!...

(נעם עס אן מיט א שמייכל ביטע... :wink: )
ניין, ס'איז נישט קיין כוונה תחילה, דאס זענען נאר מיינע הרהורים אונטער'ן איינפלוס פון דיין רייכע שפראך...
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:39 pm

אגב, דאס וואס דו שרייבסט אז דו פלאנסט געוואויר צו ווערן ווער איך בין, מיינט דאס אוודאי אויך אז איך וועל וויסן ווער דו ביסט. שטימט?
ח"ו, איך פלאן נישט צו געוואר ווערן דיין נאמען אויף דער עכטער וועלט. איך האף אבער בעז"ה צו געוואר ווערן דעם אוצר פון מידות וואס ליגט באהאלטן אין אזא רייכן נפש.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:21 am
העי, דו האסט געטוישט די אפציע'ס אין די אנקעטע. די עולם דארף איבערוואוטן...
יעפ. אזוי האט מער מיר גע'אישי'ט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:37 am
און לגופו של ענין, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט דעם קולטור אין אייוועלט, און בקיצור, טאקע דאס באדערט מיך. איך זע דא גענוג ערנסטע מענטשן, וואס ווערן פשוט צעדרוקט פון נארסיסיסטישער אוממענשטן וואס האלטן זיך אינמיטן אנפרעסן מיט זעקסטן סלייס קוגעל.
כ'פארשטיי...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

למעלה משבעים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:56 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:37 am
און לגופו של ענין, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט דעם קולטור אין אייוועלט, און בקיצור, טאקע דאס באדערט מיך. איך זע דא גענוג ערנסטע מענטשן, וואס ווערן פשוט צעדרוקט פון נארסיסיסטישער אוממענשטן וואס האלטן זיך אינמיטן אנפרעסן מיט זעקסטן סלייס קוגעל.
כ'פארשטיי...
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:29 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:39 pm
הייסט עס אז דו ביסט א מזיד גאר!...

קומסט מיט א כוונה זדונית תחילה, צו איבערטוישן דעם גאנצן מצב רוח אויפ'ן סייט דא, מיט אן אויסרייד צו ראטעווען די באקריוודעטע פון די נארסיסטן... און דו האסט נאך גאר טענות צו די וואס ווילן עס נישט אקצעפטירן??!!
ווער איז דער נארסיסט?!...

(נעם עס אן מיט א שמייכל ביטע... :wink: )
ניין, ס'איז נישט קיין כוונה תחילה, דאס זענען נאר מיינע הרהורים אונטער'ן איינפלוס פון דיין רייכע שפראך...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פליז עדווייז ווען מען קען ריקן דעם אשכול אין פארברענגן.

קודם זייט עס ’דן’ בכובד ראש...
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:10 am
איך וואלט דיר פרובירט צו העלפן, אבער איך ווייס אליין נישט וועלכע דיסקוסיע האט באמת אויפגערעגט דעם עולם, און אויך נישט וועלכע ראלע איך האב געשפילט לגבי דעם.
איך ווייס נאך אלץ נישט וואס מ'וויל פון דיר, און איך פלאן עס נישט צו פארשן.

אזוי פיל זעה איך אז ס'דא וואס זיי געפעלט נישט דיין וועג פון שרייבן. האסטו 2 ברירות: אדער בעהט מ'זאל קלאר אנווייזן וואס ס'באדערט. ווען מ'האט א פראבלעם "ווי אזוי" אדער "אז" דו האסט געשריבן, זאל מען קומען דא / פריוואט און פונקטליך זאגן וואס האט געטריגגערט, זיי מקבל באהבה [הוכח לחכם ויאהבך] און פרוביר זיך צו צושטעלן.

[ס'איז איבריג אז זאלסט ריאגירן און מסביר'ן דיין צד, ווייל דאס וועט פארפירן די שמועס אויף דיר און דו ביסט דאך נישט די סאבזשעקט פון וואס מ'רעדט, און בעיקר ווייל אפילו דו ביסט גערעכט, איז עס נישט וויכטיג פאר דער וואס האט קאמפלעינט. ער וועט סיי ווי נישט איינזיין דיין גערעכטקייט און ס'איז א שאד דיין צייט און ענערגיע.
אלץ אן עוסק אין חכמת הנפש ווייסטו אז ס'דא אלע מינע מענטשן, און ס'דא וואס פשוט פיטן אריין ווייניגער אין די געווענליכע נארמס. גארנישט ראנג מיט זיי, זיי זענען נאר אביסל אנדערש געווייערד. קען אויך זיין א פאקטאר פון יארגאנג און תקופה פון חינוך.]

אדער גיי אן מיט דיין מהלך און מאך דיך נישט וויסענדיג פון די ארומיגע. ס'איז זיכער דא אסאך וואס האבן יא הנאה פון דיין שרייבן.

הצד השוה שבהם אז קיין תועלת וועט נישט קומען פון זיך טענה'ן איבער דיר און דיין וועג פון שרייבן, ווייל מ'רעדט נישט די זעלבע שפראך.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יאנאש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:02 pm
פליז עדווייז ווען מען קען ריקן דעם אשכול אין פארברענגן.

קודם זייט עס ’דן’ בכובד ראש...
אונז האמיר שוין דריי מנהלים אויף דעם אשכול, אפשר קען מען זיך צאמזעצן און מאכן א "לחיים"?!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך טייערער, כ'האב פאר דיר א פערסאנעל סטארי.

איך פלעג אמאל זיין אקטיוו אין פאליטישע דעבאטעס, ווען די מלחמה פון אוקריינע האט זיך אנגעהויבן זענען געווען היציגע דעבאטעס אויב אמעריקע טוט גענוג צו העלפן אוקריינע. געוויסע האבן נישט געקענט פארנעמען מיין שארפקייט דארט און איך האב באקומען שארפע רעאקציעס.

איך האב אבער באמת געזוכט צו זיין מעורב בין הבריות און געוואלט הערן דעם אמת אויב איך בין צו שארף אדער נישט. האב איך דאן געעפנט אן אשכול אויסצושמועסן אויב איך בין צו שארף אדער נישט (כ'האב נישט געלינקט צו אלע מיינע אשכולות ווייל מיין ציל איז נישט געווען צו צייגן מומחיות...) און אויב מיין שרייבן מאכט בכלל סענס אדער נישט.

נאכן זיך איבערצייגן אז רוב ציבור איז צופרידן פון מיר בין איך געבליבן שרייבן דא, אבער פון פאליטישע דעבאטעס שטיי איך ווייט זייט דעמאלטס אפילו ס'האט נאר געבאדערט פאר געציילטע. לעניננו, אויב זוכסטו באמת צו זיין א נארמאלע און אנגעזעענע ניק, דארפסטו נישט אריינלייגן צופיל מחשבה צו טראכטן מיט וואס דו קענסט זיך פארבעסערן. נאר טו וואס יעדער טוט.

הצלחה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

להודות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:06 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:10 am
איך וואלט דיר פרובירט צו העלפן, אבער איך ווייס אליין נישט וועלכע דיסקוסיע האט באמת אויפגערעגט דעם עולם, און אויך נישט וועלכע ראלע איך האב געשפילט לגבי דעם.
איך ווייס נאך אלץ נישט וואס מ'וויל פון דיר, און איך פלאן עס נישט צו פארשן.

אזוי פיל זעה איך אז ס'דא וואס זיי געפעלט נישט דיין וועג פון שרייבן. האסטו 2 ברירות: אדער בעהט מ'זאל קלאר אנווייזן וואס ס'באדערט. ווען מ'האט א פראבלעם "ווי אזוי" אדער "אז" דו האסט געשריבן, זאל מען קומען דא / פריוואט און פונקטליך זאגן וואס האט געטריגגערט, זיי מקבל באהבה [הוכח לחכם ויאהבך] און פרוביר זיך צו צושטעלן.

[ס'איז איבריג אז זאלסט ריאגירן און מסביר'ן דיין צד, ווייל דאס וועט פארפירן די שמועס אויף דיר און דו ביסט דאך נישט די סאבזשעקט פון וואס מ'רעדט, און בעיקר ווייל אפילו דו ביסט גערעכט, איז עס נישט וויכטיג פאר דער וואס האט קאמפלעינט. ער וועט סיי ווי נישט איינזיין דיין גערעכטקייט און ס'איז א שאד דיין צייט און ענערגיע.
אלץ אן עוסק אין חכמת הנפש ווייסטו אז ס'דא אלע מינע מענטשן, און ס'דא וואס פשוט פיטן אריין ווייניגער אין די געווענליכע נארמס. גארנישט ראנג מיט זיי, זיי זענען נאר אביסל אנדערש געווייערד. קען אויך זיין א פאקטאר פון יארגאנג און תקופה פון חינוך.]
אלס עוסק בתורת הנפש, ארבעט יא דער וועג וואס איך נוץ דא, צו אויסקלארן פינקטליך וואס יענער וויל פון מיר און וואס איך פון יענעם. 99% פון דער צייט, ווען דאס גייט דורך, פארשטייט מען זיך, און ביידע זענען מסכים אויף א חלק.

איך שטיי און וואונדער זיך פארוואס דא ארבעט עס נישט, איז געקומען 'הלבלר בקולמוסו' און שיין מסביר געווען אז דא איז פארמאכטע קולטור וואו מ'פאדערט אן עקסטערעמע שעבוד הגוף והנפש. זאכן האבן אנגעפאנגען צו קלעבן...
להודות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:06 pm

אדער גיי אן מיט דיין מהלך און מאך דיך נישט וויסענדיג פון די ארומיגע. ס'איז זיכער דא אסאך וואס האבן יא הנאה פון דיין שרייבן.
הצד השוה שבהם אז קיין תועלת וועט נישט קומען פון זיך טענה'ן איבער דיר און דיין וועג פון שרייבן, ווייל מ'רעדט נישט די זעלבע שפראך.
מסכים. אסאך מענטשן האבן הנאה, אבער איך ווייס דאך נישט אין וועמען איך באמפ אריין דא.
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

Thank you האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 4:43 pm
געווענליך ווען א ניק שרייבט צופיל תגובות און א קורצע צייט, און מאכט זיכער אריינצוווארפן תגובות און יעדע איינציגסטע אשכול אויפן וועלטל... נערווירט עס אביסל אסאך!

וואס די זאלסט טוהן? שרייב ווייניגער...

בלויז מיין געפיל!
המברך, איך שפיר מיט דיין ווייטאג,
עצה,
שטעל דיך נישט ארויס אויפן פלאטפארמע

אבער אגב האב איך הנאה פון דיינע תגובות,
עפ''ר נישט סתם געפאטשקעט
;l;p- ;l;p- ;l;p-
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:19 pm
המברך טייערער, כ'האב פאר דיר א פערסאנעל סטארי.

איך פלעג אמאל זיין אקטיוו אין פאליטישע דעבאטעס, ווען די מלחמה פון אוקריינע האט זיך אנגעהויבן זענען געווען היציגע דעבאטעס אויב אמעריקע טוט גענוג צו העלפן אוקריינע. געוויסע האבן נישט געקענט פארנעמען מיין שארפקייט דארט און איך האב באקומען שארפע רעאקציעס.

איך האב אבער באמת געזוכט צו זיין מעורב בין הבריות און געוואלט הערן דעם אמת אויב איך בין צו שארף אדער נישט. האב איך דאן געעפנט אן אשכול אויסצושמועסן אויב איך בין צו שארף אדער נישט (כ'האב נישט געלינקט צו אלע מיינע אשכולות ווייל מיין ציל איז נישט געווען צו צייגן מומחיות...) און אויב מיין שרייבן מאכט בכלל סענס אדער נישט.

נאכן זיך איבערצייגן אז רוב ציבור איז צופרידן פון מיר בין איך געבליבן שרייבן דא, אבער פון פאליטישע דעבאטעס שטיי איך ווייט זייט דעמאלטס אפילו ס'האט נאר געבאדערט פאר געציילטע. לעניננו, אויב זוכסטו באמת צו זיין א נארמאלע און אנגעזעענע ניק, דארפסטו נישט אריינלייגן צופיל מחשבה צו טראכטן מיט וואס דו קענסט זיך פארבעסערן. נאר טו וואס יעדער טוט.

הצלחה.
זייער שיין און א גרויסע שכוח.

לעניננו, איך גלייב נישט אז איך וועל בלייבן דא צו לאנג סייווי. איך פרוביר פשוט, אז אין דער צייט וואס איך בין, זאל איך טאקע קענען טון וואס איז מקובל ביים עולם און זיי נישט טרעטן אויף די געהירן.

דער פראבלעם ביי מיר איז, אז איך ווייס פשוט נישט וואו די געהירן זענען.

די סיבה פארוואס איך האב געלינקט אשכולות, איז פשוט אז מ'זאל וויסן פון וואס ס'רעדט זיך.

איך האב אפילו געהאט אין פלאן צו לינקען דעם ליצנות אשכול פון "יעדער".
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

בוטשער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:22 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 4:43 pm
געווענליך ווען א ניק שרייבט צופיל תגובות און א קורצע צייט, און מאכט זיכער אריינצוווארפן תגובות און יעדע איינציגסטע אשכול אויפן וועלטל... נערווירט עס אביסל אסאך!

וואס די זאלסט טוהן? שרייב ווייניגער...

בלויז מיין געפיל!
המברך, איך שפיר מיט דיין ווייטאג,
עצה,
שטעל דיך נישט ארויס אויפן פלאטפארמע

אבער אגב האב איך הנאה פון דיינע תגובות,
עפ''ר נישט סתם געפאטשקעט
;l;p- ;l;p- ;l;p-
שכוח.
וואס מיינסטו מיט די ווערטער "שטעל דיך נישט ארויס אויפן פלאטפארמע"? וואס טו איך אנדערש ווי אנדערע און וואס רופסטו פלאטפארמע?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:24 pm
דער פראבלעם ביי מיר איז, אז איך ווייס פשוט נישט וואו די געהירן זענען.
מיין מאמע פלעגט אלץ זאגן אז ווען מ'גייט אין גאס ביינאכט און מ'קען נישט זען גענוי וואו די הינטן זענען ארויסגעגאנגען, גייט מען נישט אויף די גראז בכלל...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:25 pm
בוטשער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:22 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 4:43 pm
געווענליך ווען א ניק שרייבט צופיל תגובות און א קורצע צייט, און מאכט זיכער אריינצוווארפן תגובות און יעדע איינציגסטע אשכול אויפן וועלטל... נערווירט עס אביסל אסאך!

וואס די זאלסט טוהן? שרייב ווייניגער...

בלויז מיין געפיל!
המברך, איך שפיר מיט דיין ווייטאג,
עצה,
שטעל דיך נישט ארויס אויפן פלאטפארמע

אבער אגב האב איך הנאה פון דיינע תגובות,
עפ''ר נישט סתם געפאטשקעט
;l;p- ;l;p- ;l;p-
שכוח.
וואס מיינסטו מיט די ווערטער "שטעל דיך נישט ארויס אויפן פלאטפארמע"? וואס טו איך אנדערש ווי אנדערע און וואס רופסטו פלאטפארמע?
איך האב מיר באצויגן צו דעם אשכול,
ווי די גיבסט א אפענע טשעק פאר אלע קריטיקירער,
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:26 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:24 pm
דער פראבלעם ביי מיר איז, אז איך ווייס פשוט נישט וואו די געהירן זענען.
מיין מאמע פלעגט אלץ זאגן אז ווען מ'גייט אין גאס ביינאכט און מ'קען נישט זען גענוי וואו די הינטן זענען ארויסגעגאנגען, גייט מען נישט אויף די גראז בכלל...
סוי דיין עצה איז אינגאנצן צו סטאפן שרייבן. שטימט?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:27 pm

ניין, נאר דארט וואו ביסט מסופק אויב וועסט אריינטרעטן איז בעסער נישט צו שרייבן.

איך מיין אז ס'איז נישט אזוי שווער צו וויסן. לויט ווי איך קען דיר האסטו עטליכע חסרונות, אבער קיין שוטה ביסטו זיכער נישט....

בוטשער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:27 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:25 pm
בוטשער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:22 pm
Thank you האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 4:43 pm
געווענליך ווען א ניק שרייבט צופיל תגובות און א קורצע צייט, און מאכט זיכער אריינצוווארפן תגובות און יעדע איינציגסטע אשכול אויפן וועלטל... נערווירט עס אביסל אסאך!

וואס די זאלסט טוהן? שרייב ווייניגער...

בלויז מיין געפיל!
המברך, איך שפיר מיט דיין ווייטאג,
עצה,
שטעל דיך נישט ארויס אויפן פלאטפארמע

אבער אגב האב איך הנאה פון דיינע תגובות,
עפ''ר נישט סתם געפאטשקעט
;l;p- ;l;p- ;l;p-
שכוח.
וואס מיינסטו מיט די ווערטער "שטעל דיך נישט ארויס אויפן פלאטפארמע"? וואס טו איך אנדערש ווי אנדערע און וואס רופסטו פלאטפארמע?
איך האב מיר באצויגן צו דעם אשכול,
ווי די גיבסט א אפענע טשעק פאר אלע קריטיקירער,
איך באקום די קריטיק סיי ווי, און אפילו ווען איך באקום עס נישט אזוי אפן, באמערק איך עס דאך.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:29 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:27 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:26 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:24 pm
דער פראבלעם ביי מיר איז, אז איך ווייס פשוט נישט וואו די געהירן זענען.
מיין מאמע פלעגט אלץ זאגן אז ווען מ'גייט אין גאס ביינאכט און מ'קען נישט זען גענוי וואו די הינטן זענען ארויסגעגאנגען, גייט מען נישט אויף די גראז בכלל...
סוי דיין עצה איז אינגאנצן צו סטאפן שרייבן. שטימט?
ניין, נאר דארט וואו ביסט מסופק אויב וועסט אריינטרעטן איז בעסער נישט צו שרייבן.

איך מיין אז ס'איז נישט אזוי שווער צו וויסן. לויט ווי איך קען דיר האסטו עטליכע חסרונות, אבער קיין שוטה ביסטו זיכער נישט....
שכוח. אבער ס'טוישט זיך א גאנצן צייט, סיי לטב און סיי למוטב.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:30 pm
איך באקום די קריטיק סיי ווי, און אפילו ווען איך באקום עס נישט אזוי אפן, באמערק איך עס דאך.
;l;p- ;l;p- יעצט האסטו באשטעטיגט אז דו כאפסט יא פיין וואו די געהירן זענען...

אויב אזוי פארוואס האט טאקע אויסגעפעלט די אשכול? סתם צו באשטעטיגן די קריטיק אלס קראנט אדער מאכן די קריטיקירער מער באקוועם?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:31 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:30 pm
איך באקום די קריטיק סיי ווי, און אפילו ווען איך באקום עס נישט אזוי אפן, באמערק איך עס דאך.
;l;p- ;l;p- יעצט האסטו באשטעטיגט אז דו כאפסט יא פיין וואו די געהירן זענען...

אויב אזוי פארוואס האט טאקע אויסגעפעלט די אשכול? סתם צו באשטעטיגן די קריטיק אלס קראנט אדער מאכן די קריטיקירער מער באקוועם?
דו האסט נישט קיין הנאה דא?
דריי מנהלים האבן אפגעשטאטעט א פערזענליכע וויזיט!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:20 pm
אלס עוסק בתורת הנפש, ארבעט יא דער וועג וואס איך נוץ דא, צו אויסקלארן פינקטליך וואס יענער וויל פון מיר און וואס איך פון יענעם. 99% פון דער צייט, ווען דאס גייט דורך, פארשטייט מען זיך, און ביידע זענען מסכים אויף א חלק.
האסט מיר געמאכט לאכן, נישט חלילה פון דיר נאר פון די איראניע.
דיין פארענטפערן זיך (בעסער געזאגט: מסביר זיין דיין זייט) איז עסזעקטלי וואס מיין ארטיקל האט געזוכט צו אויסמיידן.
איך בין אפילו אקעי צו מקבל זיין דיין פאקט וואס דו ווייסט פון עקספיריענס, און אויך זאגן ס'מיר אינטערעסאנט צו וויסן אין לעבן...
אבער יעצט דא צו אונזער שמועס איז עס נישט נוגע (ווייל אדער ביסטו מקבל וואס איך זאג, אדער נישט. מיר מאכט עס נישט אויס און איך בין נישט דא צו טענה'ן).
והבן כי קצרתי.

אויך דיין אויספיר אז דו ווייסט נישט אין וועם דו באמפסט, ס'נישט קיין נפק"מ! קענסט נישט יעדעם צופרידן שטעלן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: 'המברך יתברך' - אשכולות בעניני נפש, מומחיות הכתיבה און נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

להודות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:36 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:20 pm
אלס עוסק בתורת הנפש, ארבעט יא דער וועג וואס איך נוץ דא, צו אויסקלארן פינקטליך וואס יענער וויל פון מיר און וואס איך פון יענעם. 99% פון דער צייט, ווען דאס גייט דורך, פארשטייט מען זיך, און ביידע זענען מסכים אויף א חלק.
האסט מיר געמאכט לאכן, נישט חלילה פון דיר נאר פון די איראניע.
דיין פארענטפערן זיך (בעסער געזאגט: מסביר זיין דיין זייט) איז עסזעקטלי וואס מיין ארטיקל האט געזוכט צו אויסמיידן.
איך בין אפילו אקעי צו מקבל זיין דיין פאקט וואס דו ווייסט פון עקספיריענס, און אויך זאגן ס'מיר אינטערעסאנט צו וויסן אין לעבן...
אבער יעצט דא צו אונזער שמועס איז עס נישט נוגע.
והבן כי קצרתי.
איך האב פארשטאנען וואס דו פרעגסט אבער ס'איז נישט קיין סתירה.
וואס איך זאג פון עקספעריענס האב איך גערעדט פון ווען אנדערע קומען צו מיר, און וואס ס'איז וויכטיג אין לעבן איז בנוגע....
און יא, ס'בלייבט אייביג איבער BLIND SPOTS וואס ס'איז א שאד נישט צו ארבעטן אויף.
אבער ס'איז בעסער ווען מ'איז קלאר וואס יא און וואס נישט.
און די מעסעדזשעס וואס איך באקום דא זענען זייער סתירה'דיג, איך קען אפילו ציטירן ממש פונקט דאס פארקערטע איינס פון צווייטן. און הגם מיר ווייסן דאך אז כשם שאין דיעותיהם שוות, כך אין פרצופיהן..., אבער דאך ווען דער זעלבער מענטש באקומט אסאך קריטיק אבער אלעס איז ממש סתירה'דיג מן הקצה אל הקצה, מאכט עס וואונדערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “מפתחות”