אומדערהערבאר אבער פאקט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קדמה מזרחה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 6:37 am
לאקאציע: מזרח

אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמה מזרחה »

שוין פארהאן כמה אשכולות דאָ אויפן וועלטל איבער פארשידענע פילאזאפישע און סייענטיפישע חשבונות און מהלכים,  צווישן זיי אויך א צאל וואס רעדן פון די נושאים ווי ראלעטיוו און אבסאלוט פון זמן ולמעלה מן הזמן וכו' וגו'. איך האב נישט אלע פון זיי דורכגעלייגט צו זיין געווארנט נישט איבערצו'חזר'ן באגריפן וואס א צווייטער האט שוין מרחיב געווען דערין.

אבער איך גלייב שווער אז מיטן שרייבן ידיעות אשר חנן ד' אותי לדעת וועט נישט זיין עפעס אייגנארטיג אדער חידושבאר, יעדע מענטש האט אייגנארטיקייט און יעדער קען צוגעבן א צווייטע פערספעקטיוו מיט א יאניק פוינט אף וויא. אלזא וועל איך ליפטערן אביסל ידיעות פון יענע האר אויפשטעלנדע וועלט וואו די פילאסאפישע געזעלשאפט האט זיך דערגרינטעוועט, דארט וואו מווערט געוואויר אז 'אמרתי אחכמה והוא רחוקה ממנו'. וואו דער מענטש וועקט זיך אויף צו באטאפן זיין זעלבסט און זיך פרעגן: "איז דען דא א זא זאך ווי טבע? איז נאך דא עפעס אין די טבעיות'דיגע וועלט וואס איך קען זיין זיכער דערמיט אז מארגן וועל איך עס נאך אנקוקן די זעלבע?"

אנפאנגען וועל איך מיט זמן-צייט, לאמיר זיך אריבערכאפן אינמיטן די דעזערטס פון סאהארא און באטראכטן א ניי געבוירן מענטשעלע וואָס שטייט דארט איינזאם אינמיטן מדבר
אל תירא מפחד פתאום
אוועטאר
קדמה מזרחה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 6:37 am
לאקאציע: מזרח

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמה מזרחה »

ס'איז אינמיטן הייסן מדבר ווען א בריאה חדשה ווערט דארט פלוצלינג באשאפן, די מענטש וואָס איז נארוואס באשאפן געווארן האט נישט קיין נאמען ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל אים געבן א נאמען. אָבער לתועלת הענין גייען מיר אים רופן גבריאל.

אקעי, גבריאל שטייט אין מדבר, ער האט נאך קיינמאל נישט געזען די וועלט בעפאר ער איז דא נולד געווארן. ער האט נישט קיין אהנונג קיין שום באגריף איבער די וועלט און די בריאה. אלעס וואס ער קען איז בלויז זעהן און באאבאכן דעם ארום. ארום? וואס ארום, גבריאל קען נישט רירן קיין איינע פון זיינע אברים און ווייסט ניטאמאל וואס עס מיינט זיך רירן, זיין אויג קוקט בלויז אויף פאראויס און ער זעהט אגאנצן צייט די זעלבע בילד.
נישט נאר גבריאל איז אזוי צוריקגעבליבן נאר אויך די פלאץ וואו גבריאל געפינט זיך איז דיסעיבלד, יענע מדבר דארטן איז געבענטשט מיט פיל פארשידענע מאדנע אייגנשאפטן. דארטן מעבר להרי החושך איז נישטא אזא זאך ווי נאכט. דארט שטייט די זון פונקט אינמיטן הימל און שיינט מיטן זעלבן קראפט אויפן זעלבן פונקט זינט ששת ימי בראשית. נישטא קיין ווינטן אדער וואלקענעס דארטן, יעדע ברעקל זאמד ליגט אויפן זעלבן פלאץ פון די ערשטע רגע פון זיין יציר.
גארנישט דארטן רירט זיך נישט, גבריאל'ס אויגן בלינקען ניטאמאל און ווער רעדט נאך פון צומאכן די אויגן, נישטא קיין שלאף דארטן. 
גבריאל איז א מאדנע בריאה, ער שלאפט נישט און עסט נישט און ווייסט נישט וואס דאס מיינט. זיין הארץ קלאפט נישט. יא! גבריאל לעבט אן א הארץ 'מי שאמר לשמן שידליק יאמר לחומץ' ס'איז פארהאן די בריאה וואָס לעבט אנע הארץ.
גארנישט אין גבריאל און גארנישט אינדרויסן פון אים ריקן זיך, אלעס איז סאליד און שטאנדהאפטיג און שטייט אויפן זעלבן שטאנד אלעמאל.
גבריאל געדענקט נישט זיין ערשטן טאָג דא, און ער ווייסט נישט צו ס'איז בכלל אמאל געוועהן א טאג וואס ער איז נישט דא געווען. מיר ווייסן אז גבריאל איז באשאפן געווארן איין שיינעם טאג (דא אויף אייוועלט) אבער גבריאל האט עס נישט פון וואו צו וויסן אדער געדענקען. 
איין זאך איז וואס עס רוקט זיך אָבער יא אינעם גאנצן ריזן מדבר וועלטל, דאס איז גבריאל'ס מחשבות, זיין מח פארט געהעריג, עס קומט ארויף איין מחשבה נאכן צווייטן. א מינוט טראכט ער פון די זון א מינוט פון די בערג (עפעס אנדערש האט ער נישט אין זיין עקספיריענס צו טראכטן דערפון).  ער טראכט פון פריער, ער דערמאנט זיך דעמאלטס ווען ער האט געטראכט פון די זון און אז פארדעם האט ער געטראכט פון די זאמד וכו' וגו'.

איז לאמיר אייך פרעגן א פראגע. טראכט א מינוט.. איז דא דא זמן? איז דא אין דעי מדבר דא ביי גבריאל'ן דא אזא זאַך ווי צייט? גבריאל זעהט נישט און עקספיריענט נישט גארנישט וואָס ריקט זיך די עבר הוה און עתיד איז ארום אים אלעמאל די זעלבע, איז ביי גבריאל דא דעי מושג פון צייט? די תירוץ איז אז יא! גבריאלס מחשבות ריקן זיך! טאקע, כאטש אינדרויסן פון אים איז אלעס די זעלבע. דערציילן אים אבער דאס וואס ער טראכט אגאנצן צייט פון א צווייטע זאַך פון זיין אויסקוק, אז ער האט ביי זיך די באגריף פון א פריער מיט א שפעטער. און וויבאלד ער ווייסט אז ער האט שוין געהאט אזוי סאך 'פריער'ס' און 'יעצט'ס', קען ער זיך אליינס פארשטעלן אז עס קומט א "באלד" אויכעט.
ער קען טאַקע נישט מעסטן גארנישט,  ער ווייסט נישט וואס דאס מיינט סקונדע, מינוט, שעה, טאג, נאכט, חודש ווייל די זון ריקט זיך דאך נישט און קיין זייגער איז זיכער נישטא דארטן און אפילו נישט קיין הארץ- קלאפעריי. אבער אזויפיל זעהט גבריאל אז עס איז דא א פריער א יעצט מיט א באַלד. 

איז לאמיר מאכן די מעשה אביסל אנדערש. דאסמאל מיט א גבריאל וואָס איז נישט באשאפן געווארן אינעם מדבר מעבר להרי החושך נאר גאר אינעם חושך אליינס. לאמיר טוישן נאמען פון גבריאל, גבריאל העמיר לאזן טראכטן פון די זון און הימל. 
"מלכיאל" יא! מלכיאל איז באשאפן געווארן שוועבעדיג אין טינקעלע אטמאספערע, אלעס וואס מלכיאל זעהט איז בלויז שווארץ. מלכיאל איז ענדליך צו גבריאל מיט דעם אז ער קען זיך נישט רירן און גארנישט אין אים און אינדרויסן פון אים האבן סיי וועלכע באוועגונג. מלכיאל זעהט שווארץ. 
מלכיאל'ס מח טראכט אויך. אבער אלעס וואס מלכיאל קען טראכטן פון, איז בלויז פון וואס ער זעהט און האט אלעמאל געזעהן. נישטא נאך עפעס. 
מלכיאל ווייסט אויך נישט צו זאגן פון זיין ערשטן טאג, ער קען אייגנטליך נישט רעדן ער ווייסט נישט פון אזא זאַך, אבער טראכטן קען ער אויכנישט ווייל ער געדענקט נישט ווען און אויב ער איז דא אמאל באשאפן געווארן. 
מלכיאל פארגעסט טאקע וואָס ער האט אמאל געטראכט אבער ער כאפט נישט אז ער האט פארגעסן ווייל דעמאלטס און יעצט טראכט ער פון די זעלבע "שווארץ". ער האט נישט נאך עפעס צו טראכטן אז ער זאל זיך קענען קראצן אין שטערן און זיך דערמאנען פון עפעס אנדערש וואס ער האט אמאל עקספיריענסט, זיין בילד איז נישט קאלירפול מיט פארשידענע זאכן אזוי ווי גבריאל וואס האט אין זיין האריזאנט עטליכע זאכן צו באטראכטן, מלכיאל'ס בילד איז איין קאליר אן קיין שעיפ אדער א אנפאנג און א סוף.
אזא בריאה ווי מלכיאל האט נישט די באגריף פון צייט. נישטא קיין פריער ביי אים און נישטא קיין שפעטער. ווייל די גאנצע וועג וויאזוי א מענטש כאפט אז עס איז געוועהן א פריער איז נאר ווייל יעצט איז אנדערש אויב ס'איז אלעמאל די זעלבע איז נישטא קיין זאך וואס זאל אנדייטן א פריער מיט א שפעטער.
מלכיאל ביי זיך אין קאפ ווייסט טאַקע נישט פון קיין זמן צו זאגן אבער מיר ווייסן אז דארטן ביי מלכיאל'ן איז אין פאקט דא א פריער מיט א שפעטער, אין פאקט ריקן זיך מלכיאל'ס מחשבות, נאר היות אלע מחשבות זענען די זעלבע קען נישט מלכיאל עדענטיפיינען זיין צייט, אבער מיר פונדרויסן ווייסן אז אין פאקט ריקט זיך ביי מלכיאל די צייט. אָבער וואָס וועט זיין ווען מלכיאל'ס מחשבות ריקן זיך באמת נישט? אָדער ווען מלכיאל איז נישט דארט בכלל אין יענע שווארצע נישט-ריקנדע אטמאספערע? נישטא דארט קיין נפש חיה? איז דא זמן דארטן אָדער נישט?

די תירוץ איז אז עס ווענדט זיך. הערט גוט......

"אויב מיר ווייסן פון יענע פלאץ (באמת איז אז "פלאץ" איז נישט די ריכטיקע ווארט איך וועל שפעטער ערקלערן פארוואס) צו זאגן און מיר טראכטן פון אזא סארט פלאץ, איז דארט דא צייט. אבער אויב מיר ווייסן נישט דערפון און עס איז פארהוילן פון אונז (אזוי ווי עס איז געוועהן ביז אונז האבן אנגעפאנגען טראכטן דערפון) דאן איז נישטא דארט קיין זמן
."


מאָדנע ביז גאר, ניין? אין א קומענדיגע געלעגנהייט וועל איך מסביר זיין וואס דאס קריאזע היכי תמצא באדייט "אז דאס וואס מיר מענטשעלעך לייגן צו די קאפ צו א זאך איז וואָס עס מאכט יענץ אריינפאלן אין זמן". דורך דעם וואס איך וועל אריינגיין אין די מח-שטורעמדע נושא אז זמן האָט באמת נישט צו טאן מיט די בריאה נאר ענדערש מיט יעדע נברא באזונדער. ונזכה ונחיה ונראה
אל תירא מפחד פתאום
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

זייער שיין אין קלאר געשריבן
מיר קיק ארויס אויף ווייטער
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Wאוי
Excellent
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

וואונדערליך אבער בעצם וואס מאכט זמן פאר זמן דו עצם עקזיסטענץ..... אויב קיינער איז נישט דארט עקזיסטירט עס נישט?
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

זאפטיגע געשמאקע פעדער ביז גאר, א מורא'דיגע בעל הסבר

קיפ גאוינג
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

מעכטיג!!
יגעתי ולא מצאתי אל תאמין..(ברחניות העיקר אינו התוצאה..העיקר הוא היגיעה)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Wow!

מאסיוו! זייער אן אינטרעסאנטע נושא, און זייער גוט באשריבן.

עטליכע זאכן גרידזשען מיר אין קאפ, אבער כוועל ווארטן זאלסט ממשיך זיין קודם.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:37 am
Wow!

מאסיוו! זייער אן אינטרעסאנטע נושא, און זייער גוט באשריבן.

עטליכע זאכן גרידזשען מיר אין קאפ, אבער כוועל ווארטן זאלסט ממשיך זיין קודם.
די זעלבע ביי מיר..כ׳וועל אויך אויסווארטן..
יגעתי ולא מצאתי אל תאמין..(ברחניות העיקר אינו התוצאה..העיקר הוא היגיעה)
אוועטאר
קדמה מזרחה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 6:37 am
לאקאציע: מזרח

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמה מזרחה »

פרק - ב’

איז אזוי 
איך האב עס שוין אין פארגאנגענהייט מסביר געווען באופן משל אז אויב זאָל א מענטש נישט האבן קיין שום טויש אין זיין באוואוסטזיין וועט ער נישט אויפכאפן אז ס'איז דא דאָ צייט.
לאמיר עס קלארער ארויסברענגען.
צייט איז צוטיילט אין דריי ’עבר, הוה, עתיד’ די וועג צו וויסן פון די מציאות פון עבר און פארגאנגענהייט איז דורכדעם וואָס איך זעה אז ’יעצט’ איז אַנדערש ווי פריער. לאמיר זאגן איך זעה א בלעטל ליגט אויפן בוים און עס קומט א ווינט רייסט עס אראפ און עס פאלט אויף די ערד. ווען נישט די מסקנה פון פריער שפעטער,  לכאורה וואו באמת איז דאס בלעטל? אויפן בוים צו אויף די ערד? זמן איז דער וואס קומט און פארענפערט: "די בלעטל אויפן בוים איז געווען פריער אבער יעצט ליגט עס אויף די ערד".
און טאקע וויבאלד אין די מענטש און אלעס ארום א מענטש טוישט זיך יעדע רגע, און עס קען דאך נישט זיין אז אלע מציאות’ער וואס באטרעפן א מענטש לאמיר זאגן אין איין טאג זענען באמת איין הוה, אלזא מוזן מיר איינזעצן אז  יעדע אנדערשקייט איז אין א צווייטע צייט, אלזא ווייסן מיר צו זאגן פון אזא באגריף פון "צייט" 

איז די עיקר פוינט דא איז אז עס פונקט פארקערט וויאזוי מיר קוקן עס אן. מיר קוקן אן אז זמן איז א שטאנדהאפטיגע זאך, לאמיר נעמען א טאג למשל. מיר קוקן אן ווי דא איז דא א טאג א מציאות פאר זיך,  און וויבאלד סאיז דא א טאג איז דא גענוג פלאץ אינעם טאג אז עס זאל זיך קענען טוישן זאכן, און דאס וואס איז דא צייט ערלויבט אז זאכן זאלן זיך ריקן און טוישן און עס זאל געשען און פאסירן. אבער באמת איז פארקערט דאס וואס איז דא אזא מציאות אז זאכן זאלן זיך טוישן דאס ברענגט אז די טוישונגען אנטוויקלען אזא מושג פון צייט. און די טאג איז נאר דא וויבאלד אזויפיל זאכן האבן זיך געטוישט און פאסירט, האט עס אנטוויקלט אזויפיל פריער'ס און שפעטער’ס ביז עס איז געווארן דערפון א טאג.
דאס אז די טוישונגען זענען די בלו-פרונט פאר צייט מיינט אין אנדערע ווערטער א געוואלדיגע אויפטוה. וואָס מער טוישונגען עס איז דא אלס שנעלער וועט די צייט לויפן. לאמיר געבן א משל עס צו פארשטיין: אין אונזער וועלט טוישן זיך זאכן אויף א געוויסע ספיד און אין איין טאג לאמיר זאגן טוישט זיך ארום א טריליאן טוישונגען. וואָס וועט זיין אויב עס זאל זיין א וועלטל נעבן אונז וואס דארט טוישט זיך פאר יעדע טויש דא אויפן וועלטל 100 טוישונגען מיינט עס אין קורצן אז ווען עס גייט דא אריבער איין טאג גייט דארט פארביי הונדערט טעג, ווייל דארט איז דא 100 מאל מער שוניים וואס ברענגט הונדערט מאל מער פריער'ס און שפעטערס.

אונזער וועלט איז ווי א פאזל, יעדע טויש אין די בריאה פאורזאכט טוישונגען ערגעץ אנדערש. ווען די ווינט טוישט איר שטארקייט טוישן אלע זאמד שטויבלעך און אלע לופט ברעקלעך איר באוועגונג, ווי שטארק די לופט טוישט איר באוועגונג טוישן זיך די לופט פאר יעדע גרעזל און מאכט עס וואקסן אויף א געוויסע ספיד וכו’ וכו’. אזוי איז אלע טוישונגען פארבינדן. און די מענטש איז אויך אין דעי פאזל וויפיל מאָל די בריאה טוישט זיך אזויפיל מחשבות האט דער מענטש ווייל ווי מסביר געווען אין פרק א’ איז יעדע טויש וואס די מענטש כאפט אויף א נייע מחשבה ממילא לפי וויפיל טוישונגען די בריאה האט אזויפיל מחשבות האט דער מענטש. א מענטש טראכט דאך נאר פון זאכן וואס איז דא און געשעהט אויף די וועלט, מושגים פונדרויסן פון די וועלט קען נישט די מענטש טראכטן פון, וויבאלד ער ווייסט דאך נישט דערפון. אלזא, אלעס פון וואס די מענטש טראכט און דמיון’ט, שטעלט זיך פאר און פראסאסירט, אלעס אלעס איז זאכן פון די וועלט וואס זענען פארבינדן אלע איינס מיטן צווייטן און האבן די זעלבע טוישונג סטאטוס. וועגן דעם זענען די מענטשנ’ס מחשבות געבינדן צו די זעלבע ריטעם ווי די גאנצע בריאה. (אויב זאָל למשל די זון זיך נעמען פארן שטייטער און די לופט וכו’ רעלעטיוו צו די לבנה למשל אלעס ריקט זיך שטאטער אבער די לבנה בלייבט פארן [צ"ל זיך טוישן. הסבר בקאפיטל הבא]. די מענטש וועט נישט אויפכאפן אז עפעס איז געשען דא ווייל די טוישונגען וואס שפילט זיך אפ דא אויף די וועלט טוישן זיך אלע צוזאַמען. און די טריליאן [משל] טוישונגען וואס פילט אן א טאג געשעט ווייטער און די טאג זעהט אויס די זעלבע, אזויפיל וועט מען זעהן אז די לבנה איז עפעס ווילד געווארן און לויפט ווי א משוגענער. איי באמת איז די לבנה ווי אמאל נאר אלעס אנדערש קריכט? גיי קריג דיר מיט א וועלט, די לבנה פליעט און פערטיג) און וויבאלד די מענטשנס מחשבה טוישונגען איז געוואנדן אין די טוישונגען פונעם עקא סיסטעם פון די וועלט זענען אלע מענטשן’ס צייט בערך אינאיינעם. 
איז אלזא וועט איר פרעגן א קשיא, אויב זאָל מען נעמען א מענטש און אריינפאקן אין א פינסטערע שטוב וואו עס איז דא ווייניג טוישונגען אינעם ארומעגן מציאות וואלט דאָך לכאורה נישט געדארפט זיין דארט צו לאנגווייליג. אז עס טוישט זיך כמעט גארנישט איז דאך די צייט דארט פיל ווייניגער, 24 שעה וואלט זיך געדארפט שפירן ווי אפאר מינוט. 
די תירוץ איז פשוט. א מענטשנ’ס מחשבות זענען דאך נישט נאר פון וואס ער זעהט יעצט, ער האט דאך זכרון. און אין זיין מח טוישן זיך כסדר בילדער פון פארגאנגענהייט און יענע טוישונגען מאכן פאר אים דאס צייט. אויב זאָל ווען זיין די זכרון גענצליך פארלוירן און אפגעמעקט פונעם מענטש און ער זיצט אין פינסטער אן זעהן און וויסן גארנישט אבער ממש גארנישט.  דאן וועט זיין צייט זיין פיל שטאטער און שעות פאר דרויסנדע מענטשן זענען ביי אים אין קאפ מינוטן, פארשטייט זיך אז זיין גוף וואס איז אין די וועלט אטמאספערע מאכט מיט אלע לופט טוישונגען און עלטערט זיך פונקט ווי יעדע מענטש אדער זיינע מחשבות טוישן זיך ווייניגער און די צייט ווערט שטאטער (שטאטער רעלאטיוו צו אנדערע מענטשן אבער נארמאל פאר אים, והבן).

אחר הדברים האלה וועט איר מעגליך פארשטיין פארוואס זמן האט צו טון מיט יעדע נברא באזונדער. טאַקע אויף אונזער וועלט איז עס שווער צו זעהן ווייל יעדע נברא ווערט אפעקטירט פון זיין שכנ’ס טוישונגען און מ’טיילט כמעט די זעלבע ריטעם פון טויש אָבער לי יצויר עס זאל ווען נישט זיין די פאזל און יעדער פירט זיך אייגן טיש נישט די זון זאל עפעקטירן די לופט און די לופט נישט די געוויקסן און אלעס זאלן נישט אפעקטירן צוזאַמען דער מענטש. נאר יעדער מאכט שבת פאר זיך.  דאן וואלט יעדער פארמאגט זיין אנדערע צייט רעלאטיוו  צום אנדערן וואס האט קלענערע און ווייניגער טוישונגען וואס ער מאכט מיט.

פיין זאָל זיין טוישונגען איז אָבער די טוישונגען וויאזוי געשעט עס? נישט וויבאלד עס איז דא צייט? ניין! וואס יא?

אקעי די צייט פארלענגערט זיך און פאר היינט דארף איך ענדיגן שרייבן. נאכנישט געקומען צום ווארט אבער גיבט עס צייט. איך האף צוריקצוקומען בקרוב. און יישר כח פאר אלע פידבעק און קאמענטירער, פידבעק איז וואָס גיבט די שלווה ווייטער אנצוגיין. א דאנק פאר אייך
אל תירא מפחד פתאום
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow wow wow
וואס דא גייט נישט פאר
עמעזינג שרייבער
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
Excellent
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

נאדיר אפאר גרינע ; ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
אוועטאר
בעל התניא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 13, 2021 10:32 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל התניא »

מ'ווארט מיר אויף נאך!
נעם אין אכט א יעדע זאך וואס די טוסט נוץ קודם דיין ''מוח'' און לייג אריין אסאך ''מחשבה'' דערין !!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

@קדמה מזרחה
המשך?

פליז...
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מיין קאפ טוט נאך וויי פונעם ערשטן תגובה, וועל מיר בוקמארקן דעם אשכול און צוריקקומען מיט א קלארן קאפ.

אויבנאויף שרייבסטו זייער גוט און טיף, ש'כח און שרייב ווייטער.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Excellent
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

@קדמה מזרחה וואס וועט זיין
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע: 7 בויבעריק דרייוו

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

Wow wow!!
שרייב ווייטער איך בין זייער נייגעריג !
מ שוחט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 8:58 am

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ שוחט »

חיים טוב האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 10:45 pm
Wow wow!!
שרייב ווייטער איך בין זייער נייגעריג !
יא, דער עולם איז געשפאנד!
אוועטאר
קדמה מזרחה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 6:37 am
לאקאציע: מזרח

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמה מזרחה »

איך האף אי"ה פארצוזעצן, די קומענדיגע קאפיטל(ען) וועלן ארויפגיין האפענטליך חול המועד אדער תיכף נאך יו’ט.
היות די נושא וואס איך שרייב דא איז העכסט אומבאקאנט און סייענטיפיק באקליידעט מיט נייע טערמינען און צומאל כאפט מען נישט וואו מען דארף לענגער מסביר זיין דעריבער אויב איינער שפירט א געוויסע פונקט איז נישט גענוג געעפענט זאל ער עפענען זיין שטימע, איך וועל אים דאנקבאר זיין.
אל תירא מפחד פתאום
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@קדמה מזרחה, יעצט געזען צום ערשטן מאל, הערליך געשריבן.

דאס איז א זאך וואס איך בין נישט אויסגעקאכט דערין, העלף מיר טראכטן.

ווען איך טראכט אריין, פארשטיי איך אז בהכרח זענען פארהאנען באגריפן וואס זענען נישט באגרעניצט צו מקום און זמן, פשוט ווייל עס מוז זיין עפעס נאך די גבול.

אויב אזוי קומט אויס אז מיין מחשבה איז אביסל מוגבל און אביסל נישט, ווייל איך פארשטיי די הכרח פון בלי גבול אין אין סוף, איך פארשטיי אבער אז איך בין עס דאך נישט משיג. דאס מאכט מיר שוואך פון טראכטן ווייטער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נישטא אזא זאך ווי אביסל מוגבל, די רגע האסט א גבול ביזטו מוגבל, דאס וויסן אז ס'זענען דא זאכן אינדרויסן פונעם גבול מאכט די נישט אויס מוגבל.

עניוועיס, תכלית הידיעה איז דאך שלא נדע
אוועטאר
קדמה מזרחה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 6:37 am
לאקאציע: מזרח

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמה מזרחה »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:08 pm
@קדמה מזרחה, יעצט געזען צום ערשטן מאל, הערליך געשריבן.

דאס איז א זאך וואס איך בין נישט אויסגעקאכט דערין, העלף מיר טראכטן.

ווען איך טראכט אריין, פארשטיי איך אז בהכרח זענען פארהאנען באגריפן וואס זענען נישט באגרעניצט צו מקום און זמן, פשוט ווייל עס מוז זיין עפעס נאך די גבול.

אויב אזוי קומט אויס אז מיין מחשבה איז אביסל מוגבל און אביסל נישט, ווייל איך פארשטיי די הכרח פון בלי גבול אין אין סוף, איך פארשטיי אבער אז איך בין עס דאך נישט משיג. דאס מאכט מיר שוואך פון טראכטן ווייטער.
די זאגסט גוט, אין אמת’ן ’גבול’ אליינס איז מעיד אז עס איז דא אזא זאך ’אין גבול’ ווייל ווען נישט הייסט עס ווען נישט גבול. אויב א זאך האט א גבול מוז דאך זיין עפעס נאך די גבול אז נישט איז עס נישט קיין גבול און אויב סאיז נישט קיין גבול איז עס אויטאמאטיש אין סוף, ממילא ממה נפשך איז אין סוף א הכרח..
אבער צוריק צו דיין פוינט. די גריכן האבן געהאלטן אז יעדע קשיא האט א תשובה, יעדע אומפארשטענדליכע זאך איז מעגליך צו פארשטיין, ווייל אויב קען מען פארשטיין די מיספארשטענדעניש קען מען עס לעזן, און די זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין קען מען ניטאמאל אנקומען זיך צו וואונדערן דערויף און זעהן אז מען פארשטייט עס נישט.
אבער די היינטיגע סייענטיסטן זענען ביי די מיינונג אז עס איז יא דא הכרחים וואס די מענטש פארשטייט אז עס מוז זיין אבער קען נישט פארשטיין ’וויאזוי’. אין קורצן, די גריכן האבן געהאלטן אז יעדע ’וואס’ איז מעגליך צו פארשטיין דעם ’וויאזוי’ און היינט האלט מען אנדערש.
יא מיר פארשטייען אז אין סוף און למעלה מן הזמן זענען דא אבער וויאזוי עס קען זיין און וויאזוי עס קוקט אויס איז פארהוילן פון די מענטשהייט.
פונקט אזוי ווי א מורישקע זעהט די מעשים פונעם מענטש און קען נישט צוזאמשטעלן א בילד פארוואס און וויאזוי.
אל תירא מפחד פתאום
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:08 pm
נישטא אזא זאך ווי אביסל מוגבל, די רגע האסט א גבול ביזטו מוגבל, דאס וויסן אז ס'זענען דא זאכן אינדרויסן פונעם גבול מאכט די נישט אויס מוגבל.

עניוועיס, תכלית הידיעה איז דאך שלא נדע
אמת, מיין אויסשפראך איז אפשר נישט ריכטיג.

סך הכל וואס איך האב פרובירט צו זאגן אז מיין הבנה איז גענוג שטארק צו פארשטיין די מושג פון גבול, אבער צו קורץ צו עס משיג זיין באמת.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

דו שרייבסט זייער גוט

גאר א אינטערסאנטע נושא

איך לייען מיט דורשט
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: אומדערהערבאר אבער פאקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

@קדמה מזרחה זייער א שיינע נושא.

כ'האב נאכ קיינמאל געזעהן אדער געהערט באשריבן די נושא פון זמן און מקום אזוי גוט ווי דא, און מיר ווארטן מיט דורשט און נאך..

ווי איך פארשטיי און קורצן, זמן איז רעלאטיוו צו די געשעענישן, ממילא אז ס'נישט דא געשענישן איז נישט דא זמן, אבער כלפי אונז איז איבעראל דא זמן ניין?

שרייב שרייב
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”