בן בוזי האט געשריבן:קודם זיינע קינדער: פון ערשטן זווג מיט די טאכטער פון ר' שלמה מסאווראן, 1) פיגא 2) ר' מרדכי 3) ר' משה 4) ר' שלמה 5) ר' מנחם נחום
פון די צווייטע זווג מיט די טאכטער פון ר' אליקם געץ מאוסטראה 1) ר' איציקל קעשינובער 2) ר' יעקב יוסף מקאלאראש וסקווירא-ארה"ב 3) ר' יודא לייב 4) הבחור פנחס 5) סימא
פיגא וועלכע איז געווען א כלה מיט די ינוקא פון סטאלין איז נפטר געווארן פאר די חתונה, ר' מרדכי, ר' משה, ר' שלמה זענען נפטר געווארן אין די מגיפה אין קיוב בשעת די פאגראמען אין יאר תר"פ, ר' יודא לייב וועלכע איז געווען אן איידעם אין קאלוב איז געהרג'ט געווארן אין קריג עטליכע וואכן נאך זיין חתונה צוזאמען מיט זיין ב"ב, פינחס און סימא האבן נישט געהאט חתונה געהאט ווען מ'איז אנטלאפן און זיי זענען געבליבן אונטערן אייזערנעם פארהאנג.
דער פאלטיטשאנער רבי ר' אלעזר טווערסקי איז געווען א זוהן פון ר' שלמה.
פונעם ערשטן זיווג האט הרה"ק ר' דוד'ל זצ"ל געהאט נאך א זוהן בשם ר' אהרן ז"ל וואס איז אוועק בחייו און איבערגעלאזט א גרויסע שטוב מיט יתומים, דאכטזיך 14
מיללער האט געשריבן:ביז צום ערשיינונג פון די 'מלכות טשערנאבל' האט מען געוואוסט אז ר' יצחק אברהם משה האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, אבער ידידינו ר' יצחק מאיר האט איהם אנגע'שדכ'נט א רביצין בשם 'מירל', אבער אהן קיין ייחס....
מ'האט אים געהאט פאר'שדכ'נט די טאכטער פון ר' יוסף מאיר'ל מאכנובקה (דאכטזיך מיר) מרת חנה, וועגן געוויסע סיבות איז דאס נישט צושטאנד געקומן. למעשה האט ער קיינמאל נישט חתונה געהאט.
וואס איז גיווען אינדערהיים ווייס איך נישט, אבל כשעלה ארצה באחריצ ימיו היה לבד וש"ב הרה"ק ממאחניבקא דאג בעבורו
בן בוזי האט געשריבן:און איצטער ברענג איך ווידער אראפ דעם פראצעס איבער'ן ירושה וואס א חסיד פון רבין ר' דודל האט איבערגעלאזט פארן קליינעם דוד'ל (מסקווירא ב"פ) צוליב א מופת וואס ער האט געהאט ביים זיידן, און בהיות ר' דוד'ל האט געטראגן זיין נאמען האט ער איהם דאס געוואלט איבער לאזן.
איך האב לעצטענס איבער געטייפט די גאנצער ארטיקעל און איך האף עס ארויף צו שטעלען בקרוב בעזהשי"ת. אויב מעגליך וואלט גיווען א שטארקע תועלת צו מברר זיין די מהות פון די מענטשען וואס ווער'ן דערמאנט אינעם ארטיקעל ווי אויך צו זען אין די קאורט ארכיווען צו עס ווערט טאקע דערמאנט די קעיס, איך האב פראבירט צו זיכען אביסעל אבל עדיין לא נושעתי.
כ'האב מיך לעצטענס אנגעטראפן אין אן אייניקל פון רבי משה דן. א פרייער אדער האלב פרייער איד וואס פון זיין מאמעס זייט קומט די יוחוס. ער זאגט אז ר' משה דן האט געהאט א זון ר' יעקב, און פון עם איז ער אן אייניקל.
חיימ'ל האט געשריבן:כ'האב מיך לעצטענס אנגעטראפן אין אן אייניקל פון רבי משה דן. א פרייער אדער האלב פרייער איד וואס פון זיין מאמעס זייט קומט די יוחוס. ער זאגט אז ר' משה דן האט געהאט א זון ר' יעקב, און פון עם איז ער אן אייניקל.
ר' יעקב איז געווען א זון פון רבי משה דן אדער א ברודער?
ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.
חיימ'ל האט געשריבן:ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.
חיימ'ל האט געשריבן:ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.
חיימ'ל האט געשריבן:ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.
מפיקוב?
סקווירא אויב עפעס
ר' יצחק מאיר טווערסקי הי"ו שרייבט אין זיין ספר 'מלכות אדמו"רי בית טשערנאביל' אז ער האט געוואוינט אין ליניץ.