ר' מיכאל שניצלער ע''ה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

ר' מיכאל שניצלער ע''ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

די עולם זאל ביטע אריינקומען מיט שיינע גראמען לזכרון פון ר' מיכאל ע''ה
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: ר' מיכאל שניצלער ע''ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

כ'בין ווערטערלאז,
כ'האף אז ס'נאר א דרימל,
מיינע ווערטער הערט-ער-אויס,
דארט אויבן אין הימל.

אוי, אוי, ר' מיכאל,
אזוי פלוצלונג אוועק,
אויף איינמאל,
ס'איז אזא שרעק.

פשוט, עס גלייבן,
כ'וויל-נישט,
כ'קען עס נישט דערהייבן,
אין הארץ א שטילעניש.

דיינע ניגונים, נישטא אזוי ווי-די,
געהאט עפעס א מומחיות,
יעדע נייע סי.די.,
געווען א גרויסע שמחה-איז.

מחזק געווען,
אין אלע אומשטענדען,
ווען א שוועריגקייט געשען,
צו דיינע סי.די.'ס זיך געטון ווענדען.

ניגונים הערליכע,
שיינע גראמען איך געפין-עס,
מעלאדיעס ערליכע,
אריינגעדרינגען ביזן הארצן'ס סטרונעס.

מיכאל! נישטא נאך א זיין,
מ'קען זוכן אין א אלע פלעצער,
ס'איז נישט פארהאן,
אן איבערזעצער.

מיכאל! מיר וועלן זיך בענקען,
דיין געשמאק, דיין חיות, דיין הארץ,
מיר וועלן דיר געדענקען,
ווען ס'וועט אונז זיין שווארץ.

ר' מיכאל!
מיר פארגעסן נישט פון דיר
קיינמאל!!!
לעצט פארראכטן דורך יש משהו אום מוצ"ש אפריל 15, 2023 9:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע: נישט דא!

Re: ר' מיכאל שניצלער ע''ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

קעפל: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה
ממש יעצט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 7:12 pm
אוי ווי ביטער.
עס כאפט א ציטער.
ברוך דיין האמת.
מיט שווערעקייט איך אן נעם עס.
הצדיק מיכאל איז מער נישט דא.
ארויף דארט לעולם הבא.
אזויפיל אידן געטוהן משמח.
עס גייט זיכער מיט דארטן אין די הייעך.
זיינע אלע הערליכע ערליכע ניגונים.
העט דארטן פארטרייבן אלע קטרוגים.
אזוי פלוצלינג אונז איבערגעלאזט.
אזויפיל זכותים מיכאל דו האסט.
ס'פאלט א טרער נאך א טרער.
באשעפער מיר קענען שוין נישט מער.
אזויפיל צרות ווער קען אויסהעלטן ווער.
די וועלט אן דיר מיכאל ס'פילט זיך לער.
ערב שבת שמיני תשפ''ג.
וועט בלייבן אין זכרון די טאג וואס דו ביסט ארויף אין הימל.
The quick brown fox jumps over the lazy dog
אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

Re: ר' מיכאל שניצלער ע''ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

מימיני מיכאל, פעטער, די שטייסט יעצט לעבן מלאכים, לכה דודי לקראת כלה.

יברכך השם וישמרך, פון דיינע מעשים טובים זענען זיי געווארן באשאפן אלע.

כהנים, לווים, ישראלים, גאנץ כלל ישראל איז אויף דיר מלא תהלה, מען רעדט אויף דיר יעדע מעלה.

אתה הראת לדעת, א אור נפלא ביסטו
געווען ס׳איז קיין שאלה.

לעכטעלע, די בלייבסט ברענען אין מיין הארץ אויף אייביג, אין בפי מלה.

שטיינדעלעך, וועט מען ביי דיר לייגן, ווער קען דאס גלייבן, ברוך דיין האמת אז מען דארף אויף דיר ברומען.

נהפך לאבל מחולינו אין א ווארעמען לאנגען פרייטאג האט מען דיר פון אונז אוועקגענומען.

יא די קענסט, זיין רואיג ווייל די ביסט אויף א גיט פלאץ אנגעקומען.

צור משלו אכלנו האסטו ליל שבת קודש געזינגען מיט שמחה בישיבה של מעלה נישט קיין געוויין אדער קלאגן.

ליבי אמר לי, אונזערע הערצער זענען אבער יא פארקלעמט און האבן אסאך וואס צו זאגן.

עפעס בעסער, האט גאט אנגעגרייט, נישט אייביג איז עס יא אדער ניין, די קערנדל האסטו אין אונז געטון איינזייען.

רי ישעי דער שיבער זינגט מיט דיר הלל דארט מיט די מלאכים ושרפים, עס איז זיכער אזוי, רייס איין מיר זאלן שוין אלע זינגען צוזאמען דעם הלל הגדול און ירושלים!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”