בית צדיקים יעמוד!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע: קרית טעגלאש

בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

משה יענקל גאלדזאפט דער שדכן באקומט היינט צופרי א וויכטיגע פאון קאל, צווישן קאווע און הכנות'דיגערהייט הייבטער אויף דעם טעלעפאון,
העלאו? הערט זיך זיין האלב פארשלאפענע האלב נערוועזע שטימע.
א גוטן, וואס הערט מען עפעס גוטס רעב משה יענקל? הערט זיך א טיפע אפיציעלע שטימע פון די אנדערע זייט טרייבל.
ברוך האשעם, צו וועם האבעך די זכי'?
משה ירוחם פישל ראפופורטעוויטש, דער רב הצעיר פון ניגעריע, דער עלסטער זוהן פונעם טאטן זאל זיין געזונט.
דער ניגעריער רבי פון בארא פארק איז אייער פאטער?
יא, יא,
ביי וועם זענט איר אניידעם?
וואס הייסט? ביים שווער זאל זיין געזונט! כ'מיין צו זאגן דעמישויער רבי פון בלומינגראוו.
דער בעל מכשיר פון די באקאנטע בשר בקר פלענט אין טעקסאס?
יא.
אייער שווער איז שוין ארויס פון שפיטאל?
ניין, אבער עס גייט שוין צו בעסערונג.
ווילאנג איז שוין אייער שווער אין שפיטאל?
עס ווערט צוויי יאר די קומענדיגע וואך.
און ווער איז אצינד דער משגיח אין בית השחיטה?
די גוים קענען גאר גוט אלע חומרות פונעם שווער זאל זיין געזונט.
אהא, איך הער, לאמיר אייך פרעגן, פארוואס רופט איר מיר יעצט?
אהה. איר זענט דער שדכן הרב גאלדזאפט?
יא.
אקעי, איך האב א געראטן טאכטער אינדערהיים, און מיר זענען שוין גרייט צו הערן א שידוך, שטייצעך אזאנס און א זאקען.
איך קען אייך צוריקרופן שפעטער? פרעגט משה יענקל, ווען די קאווע הייבט אים אן מרמז צו זיין אז די צייט איז געקומען זיך צו גרייטן צום דאווענען.
אקעי, אבער טראכט פון מיר.
אקעי, הצלחה רבה, וועמער שטיין אין פארבינדונג.
זיי געזונט.

פארזעצונג קומט בעז"ה
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

קיקט אויס אינטערסאנט, מען קיקט ארויס אויף די פארזעצונגען!..
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

סאונדט אינטערעסאנט, גיי אן

האקט
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

א פרישע געבעקס, פיין, פיין
אוועטאר
עקסידענט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:17 pm
לאקאציע: אין עלעפאנט חדר
פארבינד זיך:

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקסידענט »

קוקמער ארויס אויפן פאזעצונג הרב שעפטל
ווען א קאר קראכט איז עס א עקסידענט, ווען א חיה קראכט איז ער א חיה, ווען א מענטש קראכט איז ער "בלויז א מענטש".
הק' עקסי מיט זיין טעקסי
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע: קרית טעגלאש

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

.
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:23 am
.
פארזעצונג קומט אי"ה




.
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

פון דעם קען מען אויך מאכן א פארזעצונג?? גיי ווייטער!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע: קרית טעגלאש

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

נאכן ארויסשפאצירן פון ביהמ"ד זעצט זיך רעב משה יענקל אריין אין זיין גרויע האנדא אדעסי, און לאזט זיך ארויס אויפן אהיים לביתו נאוה קודש, און דערביי רופט ער צוריק דעם ניגעריער רב הצעיר.
אראפ די גאס שטייט נעבן א ריזיגע פאדל, א כולל אינגערמאן, באמיסטיגט פון קאפ ביז פוס פון די טראקטאר טרעילאר וואס איז נארוואס פארבייגעפארן מיט א שנעלע גאלאפ, מיט א ארויסגעשטעקטע אגודל, און ווארט איינער זאל זיך מרחם זיין און אים געבן זיין לאנג ערווארטעטע היטש.
משה יענקל האט ממש געשוואוירן ביי די זעכצן אז ער וועט אייביג געבן היטשעס, נאך א אינצידענט ווי ער איז נישט מער געדאכט געשטאנען קרוב צו צוויי שעה אין א אנגעצויגענעם פרייטאג נאכמיטאג, אויפן רוט 17B ערגעץ צווישן מאנטיסעלאו און ווייט לעיק, די וועטער איז געווען איבער ניינציג דעגרי, און געווארט אז איינער זאל זיך מרחם זיין און געבן א היטש צוריק קיין דעירילענד פאר שבת, און נאכער האט ער געכאפט פון ר' אברהם ישעי' אחת למעלה ושבע למטה פארן פעלן פון קעמפ אזויפיל שעות אנע ערלויבעניש, דעריבער שטעלט ער זיך אפ, און נעמט אריין דעם שלימזל'דיגן אינגערמאן.
ווי נאר דער אינגערמאן מאכט צו די טיר, הייבט דער ניגעריער אויף דעם טעלעפאון און זיין שטימע הערט זיך דורך די בלוטוט ספיקערס פון די קאר,
משה יענקל ווייסט אז שידוכים קען ער נישט רעדן אויף ספיקער מיט אנדערע אין קאר,
ויפן כה לחי וירא כי אין פיש, נישטא קיין קאפוי, הייבט ער אויף דעם טרייבל און ריקט עס צו צום אויער, אז ער זאל קענען שמועסן קאנפידענשעל.

א גוטן, הייבט משה יענקל אן דעם שמועס, ווי איך פארשטיי האט איר א טאכטער און איר זענט גרייט צו אויסהערן א שידוך, קארעקט?
יא, שטימט דער ניגעריער צו.
לאמיר הערן, וואס זוכט איר?
אהההה.. איך זיך א שידוך וואס זאל זיין דער געשפרעך פון טאג, און עס זאל זיין א כבוד פאר חצר הקודש ניגעריע בכל קצוי תבל.
דער אינטערווישעווער רב פון וויליאמסבורג האט גאר א חשוב'ער זוהן באמת א אויסגערופענער בחור.
נע, אינטערווישעווע האט נישט גארנישט, קוים א פיצי שבת ביהמ"ד, מיט ניין אהאלב אידן, אלטע בענק, א געדינגענע לעכל אויף ראסס סט.
ווי גרויס איז דען ניגעריע? וואגט זיך משה יענקל צו פרעגן.
וואס הייסט, ווערט דער ניגעריער רב הצעיר ווילד, די ווייסט ווי גרויס ניגעריע איז?
ביי אונז איז דא פופציג! שטריימלעך יעדע פרייטאג צונאכטס, ערקלערט דער רב הצעיר מיט פאטאס, פינף אין פערציג טליתים יעדע שבת צופרי, ווער רעדט נאך פון א שיינע שבת, קען זיין קרוב צו פופציג טליתים, כ'מיין וויאזוי זאל איך דיר עס מסביר זיין, אונז האב מיר "פינף שאוערס" אין מקוה, אינטערווישעווע האט נישטאמאל א מקוה, נישטא וואס צו רעדן.

דער ראש ישיבה פון ישיבת פראנקפורט ד'אדר פון וויליאמסבורג האט גאר א חשובער בחור, די ווייסט דאך אז זיי זענען געוואלדיגע מיוחסים, זיי זענען אייניקלעך פונעם רבינו ת"ם, שור ת"ם שנגח, ברוך טע"ם און פונעם נותן טע"ם לפגם און די גאנצע גזע למעב"ק, זיי זענען אויך אייניקלעך פונעם ספרד'ישן כאחאם נ"ט בר נ"ט.
נע, א ראש ישיבה, האט נישט קיין ביהמ"ד שבת, די גאנצע ישיבה האט ער דאך נאר פאר די געלט פון די פראגראמען, און פאר די נאמען צו קענען טוהן שענערע שידוכים, און די פראנקפורטער ישיבה נעמט דאך געלט פון די פארשאלטענע דעמאקראטן צו איינפלאנצן מייקרא-טשיפס אין די מוחות פון די אומשולדיגע בחורים'לעך, קען גאר זיין אז דער בחור האט גאר איינגעפלאנצט א פאטעיטא טשיפ אין זיין קישקע, ווער ווייסט, נישטא וואס צו רעדן, דער שידוך איז נישט אינטערעסאנט.

די וואלסט גענומען א דאלאדיע אייניקל?
איך מיין אז נישט, ווייסט דאך אז דער ניגעריער זיידע זצוק"ל, און אויך זיין הייליגער פאטער דער מילאנער זיידע זצוק"ל, האבן געפירט א מלחמת חרמה מיטן דאלאדיע'ר הויף, עס איז דא א שיינע עובדא פונעם ניגעריער זיידע אז אמאל האט ער געהערט אויף איינע פון זיינע חסידים אז ער איז אויך געווען ביים דאלאדיע'ר רבי'ן, און ער האט איבערגעפרעגט דעם חסיד אויב עס איז אמת, און דער חסיד האט מודה געווען צום זיידן ז"ל, "האט דער זיידע ז"ל געגעבן א קוק אן דעם חסיד מיט א שארפן בליק, און דער איד האט נישט מוציא שנתו געווען", א שיינע עובדא דאס, איך מיין נישט אז איך קען טון א דאלאדיע שידוך.

פארזעצונג קומט בעז"ה.
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
אח לצרה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 5:34 pm

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אח לצרה »

צוקער זיס, מיר ווארטן מיט שפאנונג
נישט ממש א ברודער אבער א נאנטע קאזין זעכער
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך וואלט געציטערט צו טון דעם דאלאדיע שידוך, איין מאל וואס די ווייבל וואלט צוגעברענט די נאכטמאל און דער אינגערמאן וואלט געגעבן אזא שארפע בליק ווי זיין זיידן...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: בית צדיקים יעמוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

צוקער זיס געשריבן, זייער געשמאק, ווארט מיר אויפן פארזעצונג.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”