דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג פארענדיגט ב”ה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הויז בחור
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 12:06 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז בחור »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:19 pm

אלץ תשובות המשקל וואלט שיין געווען צו שרייבן נאך א פארזעצונג די וואך.
בלי"נ.
!!
איך בין נישט קיין הויז און נישט קיין בחור, עס איז סתם א אייוועלט ניק
אוועטאר
סוקסעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2023 5:54 pm
לאקאציע: הויעך די בוטשער

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוקסעס »

שווארצע פאות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:57 am
האסטו וועסטו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:26 am
פליז פי די עף
גא"מ
יא ס' איז שוין העכסט צייט פליז ווי שנעלער
 
 
...Loading
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@רעגנדיג פליז נעם אראפ פון דיין טייערע צייט צופרידן צושטעלן דיינע חשובע ליינער!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הויז בחור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:16 pm
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:19 pm

אלץ תשובות המשקל וואלט שיין געווען צו שרייבן נאך א פארזעצונג די וואך.
בלי"נ.
!!
כ'האב באמת געהאט אין פלאן צו האבן נאך איינס פארטיג אויף די וואך, אבער למעשה זענען געווען עטליכע היציגע טעג... און ס'קוקט שוין נישט אויס ווי ס'וועט נאך זיין פאר שבת. האפנטליך אויף זונטאג.

בנוגע א PDF וואלט איך שטארק אפרישיעטעד אויב איינער וואלט עס געקענט מסדר זיין.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - צוויי און צוואנציגסטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אין די זעלבע צייט וואס עס האט זיך אנטוויקלט די קאמפליצירטע משכונות קריזיס און די העכסטראנגיגע אגענטן איבער דעם קעיס האבן זיך געגרייט אפצופארן קיין וואשינגטאן, און דער הויפטקווארטיר איז געווען כמעט גענצליך ליידיג פון אגענטן בשעת דאס מערהייט פון זיי האבן זיך געפינען אויפן ארט וואו אבדול האט געהאלטן שמעון אונטער זיינע לאפעס, זיצט זיך מייק אין זיין צעל דערביטערט און צוקלאפט, דורכאויס די פאר וואכן וואס ער געפינט זיך דא האט קיינער זיך נישט אומגעקוקט אויף אים און קיינער האט ניטאמאל קיין בליק געטאן אין זיין ריכטונג, וויפיל ער האט זיך געבעטן צום וועכטער וואס האט באוואכט זיין צעל אז ער זאל אים לאזן רעדן צו ראבערט אדער איינער פון זיינע אנדערע קאלעגן ער זאל זיך קענען מיט זיי אויסשמועסן און אויפווייזן זיין אומשולד, זענען זיינע געבעטן געפאלן אויף טויבע אויערן. ניטאמאל האט ער באקומען די געלעגנהייט זיך צו שטעלן פאר א ריכטער און זיך פארטיידיגן, און ווארשיינליך וועט ער נישט באקומען זיין שאנס אין געריכט אזוי לאנג ווי די גאנצע אויספארשונג ארום די טעראר אטאקעס איז נאך אין געהיים און די עף בי איי וועט נישט וועלן אויפוויקלען די דעטאלן אין געריכט. זיצט ער איינזאם און צובראכן און קלערט אריין אין זיין ביטערן מצב, ווען אינמיטן כאפט ער אויף אז עפעס איז דא אנדערש ווי געווענליך, געווענליך אין אזא צייט ווירבלט די הויפטקווארטיר מיט פילע אקטיוויטעטן און דאס פלאץ רוישט און טומלט אבער היינט הערשט א דראסטישע שטילקייט אינעם גאנצן ארום, ס'איז אים געווען גאר מאדנע, וואס קען דאס מיינען. אזוי אריינקלערנדיג פאלט אים ביי אז אפשר יעצט וועט אים יא געלונגען אז דער וועכטער וועט אים נאכגעבן זיינע פארלאנגען, ער ווייסט זייער גוט אז ס'איז נישט דא עכט קיין שאנסן אז דאס זאל פאסירן, אבער דאך, אפשר יעצט אז דער בנין איז ליידיג און קיינער פון זיינע אויבערהארן זענען ווארשיינליך נישט אנוועזנד וועט ער זיין ווייכער. ער ווענדט זיך צום וועכטער און בעט אים אז ער וויל רעדן צו ענדרו, ווי ערווארטעט האט אים דער וועכטער איגנארירט, מייק איז אבער געווען אנטשלאסן אויסצופירן, עפעס אינערליך האט אים געשטופט זיך צו עקש'נען און נישט נאכלאזן בשום אופן, ער האט ווייטער געמוטשעט און פארפירט אז ער וויל שוין יעצט רעדן צו ענדרו ביז דער וועכטער האט זיך אויפגערעגט און האט אנגעהויבן שרייען אז ער זאל איינרוען, אויף דעם מאמענט האט מייק געווארט, דער עיקר האט ער געוואלט אז מ'זאל זיך וויסנדיג מאכן פון אים, ווי נאר דער וועכטער האט זיך געעפנט דאס מויל איז מייק געווארן אגרעסיוו און געפאדערט מיט א פעסטקייט אז ער וויל רעדן צו ענדרו, א היציגע געפעכט האט אויסגעבראכן צווישן זיי ווען מייק לאזט נישט נאך נאר ווידערהוילט זיין פארלאנג איינמאל און נאכאמאל. ענדליך נאך א לענגערע צייט פון אמפערייען און געשרייען האט מייק באמערקט אז דער וועכטער פארלירט דאס געדולד און האלט זיך אט אט ביים ברעכן, און טאקע עטליכע מינוט דערויף איז ער איינגעגאנגען צו נאכגעבן זיין פארלאנג און פרובירן צו זען אויב ענדרו קען מיט אים רעדן.

דער וועכטער האט געמאכט עטליכע טעלעפאן רופן ביז ער האט דערגרייכט ענדרו, און אין קורצע ווערטער האט ער אים אראפגעלייגט די מאדנע סיטואציע אין וועלכע ער איז אריינגעפאלן און אז מייק איז פאר'עקשנ'ט אז ער מוז רעדן מיט ענדרו. ענדרו האט אים קלארגעשטעלט אז דאס קומט נישט אין באטראכט, ער האט נישט אין פלאן זיך צו טרעפן מיט דעם נידערטרעכטיגן פאררעטער וואס האט זיי אזוי מיאוס פארראטן, און זיכער נישט יעצט ווען ער יאגט זיך קיין וואשינגטאן צו אנוועזנד זיין ביי די זיצונגען אינעם ווייסן הויז וואו מ'וועט ארבעטן צו לעזן דעם קריזיס. דער וועכטער איז געווען צופרידן מיט ענדרו'ס ענטפער, אבער אויב האט ער געמיינט אז מיט דעם וועט זיך עס ענדיגן האט אים מייק זייער שנעל באוויזן צו איבערצייגן אז ער וועט נישט איינרוען ביז ענדרו וועט זיך טרעפן מיט אים. דער וועכטער וועלכער האט איינגעזען אז ער האט נישט קיין אנדערע וועג ארויס האט נאכאמאל אנגערופן ענדרו און נאכן זיך אנטשולדיגן עטליכע מאל פארן אים נאכאמאל שטערן האט ער זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל איינגיין זיך צו טרעפן מיט מייק ווייל אנדערש וועט ער קיין מנוחה נישט האבן, נאך לאנגע געבעטן איז ענדרו ענדליך איינגעגאנגען צו מאכן א קורצן אפשטעל אינעם הויפטקווארטיר בעפאר ער זעצט פאר זיין וועג קיין וואשינגטאן די סי און ער וועט הערן וואס מייק וויל יעצט פון אים און וואס עס ברענט אים אזוי זיך צו טרעפן מיט אים.

טראץ וואס ענדרו איז אהינגעגאנגען אומווילנדיג און מיט פארהארטעוועטע געפילן, אבער ווי נאר ער האט זיך געטראפן מיט זיין אלטן פריינד האט זיך עפעס אין זיין הארץ גערירט, טראץ וואס ער האט אים נאך אלץ אנגעקוקט אלץ פאררעטער האט ער אים דאך ווארעם באגריסט און דאן האט ער געבעטן ער זאל אים שנעל פארלייגן זיין בקשה ווייל ער יאגט זיך שטארק. מייק האט נישט געמאכט קיין לאנגע הקדמות נאר איז גלייך צוגעגאנגען צום ענין, דערקלערנדיג מיט א פעסטקייט אז ער איז קיינמאל קיין פאררעטער נישט געווען און די באשולדינג קעגן אים איז אויסדריקליך פאלש, ער האט אלץ געדינט געטריי דאס לאנד און ער איז גענצליך אומשולדיג. ענדרו האט געפילט ווי ער פאלט אוועק, דאס בלוט איז אים ארויף אין קאפ הערנדיג די ווערטער, ער האט נישט געקענט גלייבן אז מייק וואגט זיך צו לייקענען די אפענע באווייזן אויף זיין פארראט. "פארדעם האסטו מיך אהערגערופן יעצט?!" האט ער זיך צושריגן מיט כעס, "די באווייזן אויף דיינע נידערטרעכטיגע מעשים זענען קלאר ווי דער טאג, וועמען ווילסטו דא פארנארן?" האט ער געשוימט בשעת ער דרייט זיך אויס צום ריכטונג פונעם טיר זיך גרייטנדיג צו פארלאזן דאס ארט. מייק האט אבער נישט געפלאנט אויפצוגעבן אזוי שנעל, "ווארט א מינוט" האט ער געשריגן, "כ'קען דיר יעצט איבערצייגן מיין אומשולד, לאמיר זיך אראפזעצן און כ'וועל דיר אויפווייזן קליפ און קלאר אז איך בין ריין פון סיי וועלכע פארראט". ענדרו האט האסטיג געשאקלט מיטן קאפ אויף ניין, ער האלט נישט ביים אוועקגעבן צייט פאר דעם געמיינער פאררעטער. מייק האט זיך איינגעבעטן און פארפירט אז ער זאל אים כאטש אויסהערן און געבן די געלעגנהייט צו לאזן הערן זיין צד, ער מוז אים נישט גלייבן אויפן ווארט, ער וועט צונעמען די באווייזן און אויפווייזן זיין אומשולד. די זיכערקייט מיט וואס מייק האט קלארגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל אז ער קען איבערווייזן זיין אומשולד האט אביסל ווייכער געמאכט ענדרו'ס שטייפע שטעלונג, און וויסנדיג אז למעשה ליידן זײ נאך יעצט פון א געהיימער פאררעטער וועלכער גראבט זיי אונטער אויף טריט און שריט בשעת מייק געפינט זיך אונטער גראטעס, האט זיך געשאפן א קליינע שפאלט אין זיין זיכערקייט אז מייק איז טאקע א פאררעטער, טאקע בלויז א קליינע שפאלט אבער גענוג אויף איינצוגיין צו הערן וואס ער האט צו זאגן און זיך פארטיידיגן.

ער האט געוואלט אפשטופן מייק און אים צוזאגן אז ווי נאר ער קומט צוריק פון וואשינגטאן וועט ער זיך אראפזעצן מיט אים, ער האט זיך שטארק געיאגט און האט באמת נישט געהאט קיין צייט דערפאר אין דעם יעצטיגן מאמענט, אבער א אינערליכע געפיל האט אים געשטופט אז ער זאל יא זיך יעצט אראפזעצן מיט מייק און הערן וואס ער האט צו זאגן, ער האט נאך געקווענקלט אויב ער זאל עס טאקע טון, און מייק'ס בעטנדע בליקן האט אים צוגעשטופט צום ענדגילטיגן החלטה און ער האט געוויזן פאר מייק זאל קומען מיט אים, נישט פאר ער האט פארארדענט דעם וועכטער זאל ארויפלייגן ספעציעלע קייטלען אויף זיין פיס אז ער זאל נישט קענען אנטלויפן. ער האט זיך אראפגעזעצט מיט אים אין אפיס און אן א ווארט האט ער אנגעצינדן זיין קאמפיוטער און אויפגעברענגט די פילע באווייזן וואס צייגן אז מייק האט פארראטן די אגענטור אונטער זייער רוקן, די בילדער וואו מ'זעט אים ארויסקומען פון אבדול'ס וואוינונג, זיינע טעלעפאן רעקארדס וואס מ'האט אויפגעכאפט ווי ער האט קאמיוניקירט מיט די טעראריסטן, און זאגאר רעקארדירונגען פון די טעלעפאן געשפרעכן וואס ער האט געפירט מיט אבדול. מייק איז געזיצן רואיג און געווארט ענדרו זאל ענדיגן, און ווי נאר ער איז פארטיג געווארן האט ענדרו געוואנדן זײנע אויגן צו מייק און גרינטליך באטראכט זיינע געזיכט אויסדרוקן פרובירנדיג אפצולערנען זיין רעאקציע. מייק האט זיך נישט דערשראקן און מיט א רואיגקייט פרעגט ער פון ענדרו אויב ער קען אים צייגן א שטיקל באווייז אז ער האט איבערגעגעבן סיי וועלכע סענסיטיווע אינפארמאציע פאר אבדול, ענדרו האט אים אנגעקוקט מיט מאדנע בליקן, "וואס ווילסטו יעצט? איז נישט גענוג וואס כ'האב דיר דא געוויזן וואו מ'זעהט זייער קלאר אז דו ביסט געווען אין שטענדיגע פארבינדונג מיט אבדול??" האט ער געפרעגט מיט וואונדער. "ניין" האט מייק געענטפערט, "קוק גוט איבער אלע באווייזן וועסטו זען אז אין קיין פאל האב איך איך נישט ארויסגעגעבן קיין ברעקל אינפארמאציע, די גאנצע ציל פון מיינע פארבינדונגען איז בלויז געווען צו דערשנאפן די מאטיוון און פלענער פון אבדול!". און דא האט ער אנגעהויבן איבערגיין אלע באווייזן שטיקל ביי שטיקל און געוויזן פאר ענדרו אז ער האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן קיין שום ריכטיגע אינפארמאציע.

אין נארמאלע אומשטענדן וואלט ענדרו אים נישט געגלייבט אזוי שנעל, אבער מיט דעם פאקט אז ער ווייסט שוין היינט אז זיי זענען נאך נישט פטור פון דעם פאררעטער האט ער גאנץ שנעל באוויליגט אנצונעמען מייק'ס ווערסיע, ער זעט דאך קלאר אז דער אמת'ער פאררעטער איז נאך אויף דער פריי און גייט אן מיט זיינע מעשים אומגעשטערט. ס'האט אים גענומען א וויילע צו פארדייען וואס ער האט יעצט אנטדעקט, ס'איז אים געווען א גרויסע שאק, אבער ווי נאר ער איז אביסל געקומען צו זיך האט ער זיך שנעל אריענטירט און גלייך מיטגעטיילט מיט מייק די סיטואציע אין וועלכע זיי געפינען זיך יעצט און אין קורצע ווערטער האט ער אים אראפגעלייגט וואו מ'שטייט יעצט, די קריזיס וואס האט זיך געשאפן מיט שמעון, און דער פאקט אז מ'ליידט זיך נאך אלץ צוזאם פון דעם מיסטעריעזן פאררעטער. מייק האט אויסגעהערט מיט אויפמערקזאמקייט, און פלוצלינג איז ער אויפגעשפרינגען און ער זאגט פאר ענדרו "איך וועל דערגיין ווער עס איז דער פאררעטער! גיב מיר א קאמפיוטער, א יו. עס. בי. דרייוו, און גיב מיר אויך צוריק מיין טעלעפאן, און ביז עטליכע שעה וועסטו וויסן ווער דאס איז!". ענדרו האט אים אנגעקוקט ווי פון זינען אראפ, וויאזוי זאל ער דאס קענען אזוי שנעל דערגיין ווען זיי מוטשענען זיך שוין דערמיט לאנגע חדשים אן האבן אפילו דעם עק פונעם פאדעם? אבער מייק האט נישט נאכגעלאזט, "וואס האסטו צו דערלייגן?" האט ער פארגעווארפן ענדרו. "גלייב מיר איך ווייס וואס איך רעד, אז איך זאג דיר אז כ'וועל עס דערגיין וועל איך דיר נישט אנטוישן". ענדרו איז געווען היבש סקעפטיש, נאך אלעם האט ער ביז א קורצע צייט צוריק געגלייבט אז ער איז אליינס דער פאררעטער, און דא זאל ער אים גאר איבערגעבן די אויפגאבע צו טרעפן דעם פאררעטער? נאך אלעם איז ער נאך אלץ נישט הונדערט פראצענט איבערצייגט אז ער איז טאקע ריין פון סיי וועלכע פארראט. ביים ענדע האט ער באשלאסן אז ער האט נישט וואס צו דערלייגן און אז אין אזא קריזיס לוינט זיך אלעס צו פרובירן, און ער איז איינגעגאנגען אויף דעם פארשלאג, נאכן פארזיכערן אז ער וועט שטעלן איינער וואס זאל האלטן א שטרענגע איבערזיכט אויף אלע זיינע אקטיוויטעטן און גלייכצייטיג זיכער מאכן אז ער אנטלויפט נישט. ער האט אים טאקע צוגעשטעלט אלעס וואס ער האט געבעטן און האט אים אנגעזאגט אז אויב האט ער סיי וועלכע אויפדעקונג זאל ער אים גלייך מיטטיילן, מייק האט אים שטארק באדאנקט פארן אים אויסהערן און גלייכצייטיג געבעטן אז ער זאל גארנישט דערציילן פאר ראבערט און זיינע אנדערע קאלעגן וואס דא איז פארגעגאנגען, וויבאלד זיי וועלן זיכער ברוגז זיין אויף וואס ער האט דא געטון מיט אים. און ענדרו האט זיך געיאגט אפצופארן קיין וואשינגטאן די סי וואו ער האט דערגרייכט א היבשע וויילע שפעטער ווי זיינע קאלעגן, און האט זיך ארויסגעדרייט פון ערקלערן די סיבה צו זיין שפעטיגן.

צוזאמען מיט זיינע קאלעגעס איז ענדרו געזיצן אינעם ווייסן הויז ביים זיצונג מיטן פרעזידענט, אבער זיין קאפ איז בכלל נישט דארט געווען, ער האט פרובירט זיך צו קאנצענטרירן אויף די אנגייענדע פאסירונגען און העלפן לעזן דעם קריזיס, אבער זיינע געדאנקען זענען א גאנצן צייט צוריקגעפארן צו מייק וואס זיצט אין די עף בי איי הויפטקווארטיר אין ניו יארק, דורכאויס די גאנצע צייט איז ער געזיצן אויף שפילקעס ווארטנדיג צו הערן עפעס נייעס פון אים, יעדע פאר מינוט האט ער געכאפט א בליק אויף זיין טעלעפאן צו זען אויב ער האט נישט אפשר פארפאסט א מעסעדזש. ענדליך נאך לאנגע שעות איז ער אויפגעשפרינגען זעענדיג אז ער האט נארוואס באקומען א טעקסט מעסעדזש פון מייק, ער האט זיך אנטשולדיגט אז ער מוז ארויסגיין פאר עטליכע מינוט, ארויסקומענדיג אינדרויסן האט ער גלייך אפגעליינט די מעסעדזש, און צו זיין שאק און פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ ליינענדיג מייק'ס ווערטער "איך האב אנטדעקט דעם פאררעטער!". ער האט שנעל אנגערופן מייק, וועלכע האט צו זיין אנטוישונג אים נישט געוואלט זאגן ווער דער פאררעטער איז, נאר אנשטאט האט ער פארלאנגט אז ער זאל אים צושטעלן א גרופע פון צען געשולטע עף בי איי אגענטן וועלכע זענען געשטעלט דורכצופירן ארעסטן, און ער זאל אים צושטעלן א וועג קיין וואשינגטאן די סי וואו ער וועט צוזאמען מיט די אגענטן אריבערקומען צום מיטינג אינעם אוועל אפיס, און דארט, אין פארנט פונעם פרעזידענט, וועט ער אנטדעקן די געהיימניס.

ענדרו האט זיך פרובירט צו בעטן ביי אים אז ער זאל אים אויסזאגן ווער דאס איז, אבער מייק איז געווען אנטשלאסן דאס צו אויפדעקן בלויז אין אנוועזנהייט פונעם פרעזידענט, און אויך האט ער שטרענג אנגעזאגט פאר ענדרו אז ער זאל פאר קיינעם נישט דערציילן פון זיין קומען, און זיין באזוך דארט זאל זיין א טאטאלע סורפרייז. זעענדיג אז ער האלט זיך נישט ביים ברעכן האט ענדרו שנעל ערלעדיגט די גרופע אגענטן וואס מייק האט געבעטן, כדי צו זיין אויף די זיכערע זייט האט ער אנגעזאגט פאר די הויפט פון דעם גרופע אז ער זאל האלטן אן אויג אויף מייק זאל נישט הייבן פיס און אנטלויפן, און אנגעצויגן אויפן העכסטן גראד איז ער צוריק אריין צום זיצונג קוים ווארטנדיג אז מייק זאל שוין אנקומען און איינמאל פאר אלעמאל ברעכן דעם גרויסן געהיימניס. מיט עטליכע שעה שפעטער, פונקט אין די זעלבע צייט וואס דער פרעזידענט האט געשוימט פאר כעס און פארלאנגט אז מ'מוז זאפארט אונטערנעמען א מאסיווע אפעראציע צו דערגיין ווער ס'איז דער פאררעטער, האט ער באקומען א מעלדונג פון מייק אז ער איז דא אינדרויסן און איז גרייט אריינצוקומען. ענדרו איז שנעל ארויסגעגאנגען צו אים און זיכער געמאכט אז ער באקומט די נויטיגע ערלויבעניש אריינצוקומען צום ווייסן הויז, און צוזאמען האבן זיי שפאצירט צום אוועל אפיס מיט אנגעצויגענע געמיטער און געשפאנט אויפן העכסטן שטאפל. ווי נאר ער האט זיך באוויזן ביים טיר צוזאמען מיט מייק האבן די אנוועזנדע געהויבן ברעמען און דאס בלוט איז זיי אפגעלאפן פון פנים, שאקירט און צומישט האבן זיי פארלאנגט אן ערקלערונג פון ענדרו פארוואס ער האט יעצט מחליט געווען אהערצוברענגען דעם פאררעטער מייק. ענדרו האט שטיל געמאכט די פארזאמלטע און אנגעכאפט מיייק ביים האנט און אים צוגעטראגן ביזן פרעזידענט, דאן האט ער שאקירט די פארזאמלטע ביים דערקלערן אז ער האט נארוואס קלארגעשטעלט אז מייק איז אן אומשולדיגער מאן און ער האט דאס לאנד קיינמאל נישט פארראטן, און נישט בלויז דאס, נאר ער האט יעצט אנטדעקט ווער עס איז דער ריכטיגער פאררעטער, און ער וועט עס יעצט אנטפלעקן פארנט פונעם פרעזידענט.

א שטורעם האט אויסגעבראכן אויפן ארט, זיינע קאלעגן האבן זיך גענומען שרייען אויף ענדרו און אים פארגעהאלטן אויף די חוצפה וואס ער האט געהאט צו גיין און אויף די אייגענע האנט באפרייען אזא פארשוין וואס עס איז דא קלארע באווייז אז ער איז א פאררעטער. ענדרו האט זיי אבער שטיל געמאכט און זיך געבעטן ביי זיי אז זיי זאלן צואווארטן עטליכע מינוט און הערן וואס מייק האט צו פארציילן, און דאן וועלן זיי שוין אלעס פארשטיין, און ער האט איבערגעגעבן דאס ווארט פאר מייק. מייק האט זיך אויסגעדרייט צום פרעזידענט און אויסגערופן מיט א דראמאטישע שטימע: "מר. פרעזידענט, דער פאררעטער געפינט זיך דא מיט אונז אין צימער!".


פארזעצונג קומט אי"ה.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

רעגנדיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 7:53 am
הויז בחור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:16 pm
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:19 pm

אלץ תשובות המשקל וואלט שיין געווען צו שרייבן נאך א פארזעצונג די וואך.
בלי"נ.
!!
כ'האב באמת געהאט אין פלאן צו האבן נאך איינס פארטיג אויף די וואך, אבער למעשה זענען געווען עטליכע היציגע טעג... און ס'קוקט שוין נישט אויס ווי ס'וועט נאך זיין פאר שבת. האפנטליך אויף זונטאג.
למעשה האמיר עס ב"ה יא באוויזן אריינצושטופן..

נעתר לבקשתינו...
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

נאאאאא wעי!!! בינעך מער אנגעצויגן ווי איך בין געווען פארדעם!!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

יאוי יאוי. כ’האף אז מיין קאפ וועט מיר נישט ליפן גאנץ שבת געוואויר צו ווערן ווער ס’איז דער פאררעטער...

געוואלדיג שב’געוואלדיג! דיין פעדער ציט מיר אן!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

נישט נארמאל!!!! כ'גיי נישט קענען שלאפן!!!!!!
אז מען וויל וויסן וואס דעמאקראטן זענען זאל מען קוקן אין וואס זיי באשולדיגן ריפאבליקאנער.
קרעדיט: @פון אמעריקע
Low key
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:02 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Low key »

יעצט קען איך שוין נישט זיצן, נישט שטיין, נישט ליגן,
נאר ארומלויפען אנגעצויגען אויפן העכסטן גראד,
נאאאאאאא!!!!!!

וער איז די פאררעטער פאר א גיט יאר???????

אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

קודם א ריזיגע שקויעך פארן אראפנעמען פון דיין טייערע צייט פאר דיינע טייערע ליינערס.

בבבבררררררררר
פונקט דא האסטו געדארפט סטאפן?????
אויב גייסטו נישט ווייטער ביי זונטאג/מאנטאג העלעך מוזן אראפשיקן צו דיין הויז אבדול-די עף בי איי-מיט דער פאררעטער פראטעסטירן….
אממ שיק מיר נאר אריין דיין אדרעס…
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

Low key האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:42 am
אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
איך שאץ אז סיז ראבערט!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:48 am
Low key האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:42 am
אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
איך שאץ אז סיז ראבערט!
ס'איז מיר אויך עפעס אזוי דורך געלאפן אין קאפ, אבער כ'האב קיינמאל נישט באמערט אז ראבערט זאל וועלן פארדעקן דא זאכן און צוריק האלטן פון טוען עפעס
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שווארצע פאות
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2023 3:04 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פאות »

א ריייזיגן ש'כח פאר'ן אריינשטופן נאך א פארזעצונג, ...............
אשרינו שזכינו,
"יהי רצון שמדינת ישראל תתבטל בלי שום צער ונזק ליהודי"
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

מעשיגע און מעטארע כי לעולם חסדו...
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אדם פשוט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 12:22 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם פשוט »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:48 am
Low key האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:42 am
אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
איך שאץ אז סיז ראבערט!
עדווארד איז די שפיאן
אדם פשוט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 12:22 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם פשוט »

אדם פשוט האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:31 am
עדווארד איז די פאררעטער
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אלטער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:51 am
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:48 am
Low key האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:42 am
אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
איך שאץ אז סיז ראבערט!
ס'איז מיר אויך עפעס אזוי דורך געלאפן אין קאפ, אבער כ'האב קיינמאל נישט באמערט אז ראבערט זאל וועלן פארדעקן דא זאכן און צוריק האלטן פון טוען עפעס
רעגנדיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:20 am
מייק האט אים שטארק באדאנקט פארן אים אויסהערן און גלייכצייטיג געבעטן אז ער זאל גארנישט דערציילן פאר ראבערט און זיינע אנדערע קאלעגן וואס דא איז פארגעגאנגען,
1) מילא אלע אנדערע פארשטייעך אז זיע זאלן נישט וויסן אבער ראבערט? ער פירטאך די גאנצע קעיס! אלא מאי….
2) געווענדליך איז די פאררעטער דער וואס מהאצעך די ווייניגסטע פארגעשטעלט!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4818
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אדם פשוט האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 11:31 am
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:48 am
Low key האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:42 am
אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
איך שאץ אז סיז ראבערט!
עדווארד איז די שפיאן
עדווארד?? ווען האט מען גערעדט פון אים?
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
Rishi Sunak
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:28 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rishi Sunak »

לעצט פארראכטן דורך Rishi Sunak אום פרייטאג יוני 09, 2023 12:06 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
👍👍עס העלפט אייביג א לייק 👍👍
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ערעב איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:35 am
נאאאאא wעי!!! בינעך מער אנגעצויגן ווי איך בין געווען פארדעם!!
וואס האסטו געמיינט? ס'איז אייביג אזוי.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אלטער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:51 am
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:48 am
Low key האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:42 am
אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
איך שאץ אז סיז ראבערט!
ס'איז מיר אויך עפעס אזוי דורך געלאפן אין קאפ, אבער כ'האב קיינמאל נישט באמערט אז ראבערט זאל וועלן פארדעקן דא זאכן און צוריק האלטן פון טוען עפעס
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 3:58 pm
ערעב איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 9:38 am
אלטמאדיש האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 7:17 am
איך פארכט ארויפצוברענגן אזא געדאנק, אבער פארוואס קען נישט זיין אז ראבערט אליין איז דער פאררעטער?
געטראכט די זעלבע...

שכח @רעגנדיג פארן אונז האלטן געשפאנט.
נאר א פאררעטער, פאר'משפט כלומר'שטע פאררעטער'ס אזוי שנעל איינס נאכ'ן צווייטן...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:02 pm
אלטער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:51 am
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:48 am
Low key האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:42 am
אפשר זאגסטו אלע נעמען פון די מענטשן וואס זענען דארט אינעם אפיס? אזוי קען איך כאטשיג עפעס טרייען.
איך שאץ אז סיז ראבערט!
ס'איז מיר אויך עפעס אזוי דורך געלאפן אין קאפ, אבער כ'האב קיינמאל נישט באמערט אז ראבערט זאל וועלן פארדעקן דא זאכן און צוריק האלטן פון טוען עפעס
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 3:58 pm
ערעב איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 9:38 am
אלטמאדיש האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 7:17 am
איך פארכט ארויפצוברענגן אזא געדאנק, אבער פארוואס קען נישט זיין אז ראבערט אליין איז דער פאררעטער?
געטראכט די זעלבע...

שכח @רעגנדיג פארן אונז האלטן געשפאנט.
נאר א פאררעטער, פאר'משפט כלומר'שטע פאררעטער'ס אזוי שנעל איינס נאכ'ן צווייטן...
איך הייב הענט, זעט אויס מיין אינסטינגט ארבעט יא...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מיין אינסטינקט ערלויבט מיר נישט צו הייבן קיין הענט חלילה...

אבער מער נענטער צו דער נקודה:
מ'דארף אייביג אויסהערן דעם אינסטינקט, אבער עס אויך נאכטראכטן...
אלץנארגוט
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:21 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץנארגוט »

How many more pages about will be added, don't want to start reading before the end
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”