א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

ניין, איך עפן נישט דעם אשכול אז עס זאל זיין נאך א טראמפ אשכול, אדרבה ביטע לאזן אלע טראמפ דיסענטיס דעבאטעס און די באזונדערע אשכולות געאייגנט פאר דעם צוועק.

היות עס דערנענטערט זיך נאך א וואל סעזאן גרייט מיר זיך ווידער צו הערן איבער און איבער די ווארט " טראמפ פאליסי'ס " עס הערשט אבער א גרויס צומישעניש איבער דעם, וואס זענען די טראמפ פאליסיס? איז דאס רעכט צו לינק? וועלמיר בעזה אויסשמועסן וואס זענען די אלעמען באקאנטע טראמפ פאליסיס אין קאנטראסט צו די טיפישע קאנסערוואטיווע פאליסי'ס.
טראמפ איז נישט קיין קאנסערוואטיוו.
צום אלעם ערשטן ברויך מען פארשטיין אז טראמפ איז נישט קיין קאנסערוואטיוו, ער גלייבט נישט אין קאנזערוון די לאנד אדער קולטור ער איז ליבערשט א " סטאפ די מעדנעס" קאנדידאט.
סמאל גאווערמענט.
טראמפ האלט נישט פון די קליינע רעגירונג שיטה, אנדערש ווי קאנסערוואטיוון וואס דאס איז פון זייערע הויפט ציהלן איז דאס פאר טראמפ קיינמאל געווען א פריאריטעט. אדרבה, ער האט גאר מוסיף געווען די ספעיס פארס. טראמפ האט ענדערשט געהאלטן, מאך א גרויסע רעגירונג און ניץ דאס אויף א ריכטיגע וועג.
געווער.
ביי קאנסערוואטיוון איז די צווייטע אמענדמענט גאר טייער און זיי האלטן אז דאס איז אבסעלוט, ד.ה. אז יעדער זאל קענען קויפן סיי וועלכער סארט געווער ער וויל אן קיין אפהאלט. טראמפ האט נישט געהאלטן אזוי נאר דורכגעפירט עטליכע געווער קאנטראל געזעצן בעיקר אויף הייבן די יארגאנג און אויף געווער צוגעהער. ער האט כסדר געטענהט אז עס מוז האבן געוויסע צוימונגען.
נאציאנאלע חוב.
אנדערש ווי קאנסערוואטיוון האט טראמפ געהאלטן אז מען קען שפענדן אזויפיל ווי מען וויל אזוי לאנג ווי אמעריקע האט די שטערקסטע מיליטער און זיי בלייבן א וועלט'ס מאכט און ווילאנג עס טראגט נישט אריין די עקאנאמיע אין א לאך.
העלט קעיר.
איינער פון די גאר מערקבארע שטיקלעך ביי די פריימערי דעבאטעס איז געווען ווען קרוז האט געזאגט אז ער וועט ארויסווארפן די גאנצע אבאמא קעיר און טראמפ האט אריינגעשריגן איך וועל נישט לאזן מענטשן שטארבן אין גאס. טראמפ האט נישט געגליכן די מאנדאט אבער געהאלטן אז עס דארף זיין העלט קעיר מטעם די רעגירונג.
באקעמפן ליבעראליזעם.
אנדערש ווי היינט, ווען טראמפ איז די פנים פון די קאמף מיט ליבעראלן. איז ער אין 16 נישט געווען אזוי. ער האט געהאלטן אז דו קענסט זיין ווי ליבעראל דו ווילסט, אבער מאך נישט חרוב דאס לאנד. ד.ה. אויב קענסטו באווייזן אריינצולאזן אימיגראנטן אבער זיי וועלן קענען ענגליש,נישט אוועקנעמען דזשאבס און נישט ארויסשיקן אונזער געלט פון דא איז טוה עס געזונטערהייט. און די זעלבע זאך לגבי די עקאנאמיע און די ענווייראמענט, ער איז אבער נישט געקומען מיט די וואוק איז א סכנה צוגאנג.
עס זענען דא נאך עטליכע ביישפילן ווי טראמפ איז מער צו לינקס ווי צו רעכטס. אבער דאס זענען מער ווייניגער די הויפט אידילאגדשע חיליקים פון די צוויי.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

האסט אויסגעלאזט טעקסעס און רעגולעישאנ'ס.

וואס דו זאגסט אז טראמפ איז נישט א עכט'ע קאנסערווארטיוו מיט'ן אריינלאזן אימיגראנטן אויב קענען זיי זיין דא סוקסעספול, איך זע נישט וואס די קאנסערווארטיוון האלטן אנדערש איבער דעם.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

יער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:02 pm

ביי קאנסערוואטיוון איז דאס אידילאגיש. זיי האלטן אז עס דארף זיין פולע אסימילאציע.

כאלעט'ל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 9:12 pm
אנדערש ווי היינט, ווען טראמפ איז די פנים פון די קאמף מיט ליבעראלן. איז ער אין 16 נישט געווען אזוי.
אנדערש ווי היינט האט קיין קאמף מיט די ליבעראלן בכלל נישט עקזעסטירט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

כאלעט'ל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:11 pm
יער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:02 pm
האסט אויסגעלאזט טעקסעס און רעגולעישאנ'ס.

וואס דו זאגסט אז טראמפ איז נישט א עכט'ע קאנסערווארטיוו מיט'ן אריינלאזן אימיגראנטן אויב קענען זיי זיין דא סוקסעספול, איך זע נישט וואס די קאנסערווארטיוון האלטן אנדערש איבער דעם.
ביי קאנסערוואטיוון איז דאס אידילאגיש. זיי האלטן אז עס דארף זיין פולע אסימילאציע.
זיי מסביר מער.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

כאלעט'ל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 9:12 pm
צום אלעם ערשטן ברויך מען פארשטיין אז טראמפ איז נישט קיין קאנסערוואטיוו, ער גלייבט נישט אין קאנזערוון די לאנד אדער קולטור
היינט איז ער שוין איינמאל דעיס.

זיין גאנצע קאמף מיט די ליבערל'ס איז דעיס, אפצוהאלטן די ליבערל'ס פון פאראויס מארשירן מיט זייער טוישן די וועלט. ער איז היינט פון די גרעסטע קולטור פייטער עגעינסט די ליבערל'ס און פראגרעסיוו'ס.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

גראדע זייער א שיינע אשכול, כ'מעיג פארדרייען די אשכול?

כ'האלט אז טראמפ האט פארלוירן די וואלן א גרויסע טייל טאקע צילוב נישט קלאר בויען, ברענדען און אויסשמועסן זיינע פאליסיס, ווען ער טיט עס ווען יאָ, פאר פיר יאר - בשעת וואס ער איז פרעזידענט - למשל האבן א יאטוב טשענעל ווי עס שמיעס אויס יעדע וואך - דירעקט פונעם אוועל אפיס - א שיעור וואס מ'איז דן די מהלכים וואס זענען לדעתו די בעסטע צו פירן דאס לאנד - וואלט ער געשלעפט מיט זיך אסאך אסאך נייע וויילער וואס וואלטן עים שטארק געהאלפן פאר די קומענדיגע וואלן.

ער האט גארנישט געטון צו פארברייטערן זיין באזע - וואס זאל גיין פאר טראמפ - אלץ גיטע פאליסיס אויס.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

יער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:15 pm
כאלעט'ל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:11 pm
יער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:02 pm
האסט אויסגעלאזט טעקסעס און רעגולעישאנ'ס.

וואס דו זאגסט אז טראמפ איז נישט א עכט'ע קאנסערווארטיוו מיט'ן אריינלאזן אימיגראנטן אויב קענען זיי זיין דא סוקסעספול, איך זע נישט וואס די קאנסערווארטיוון האלטן אנדערש איבער דעם.
ביי קאנסערוואטיוון איז דאס אידילאגיש. זיי האלטן אז עס דארף זיין פולע אסימילאציע.
זיי מסביר מער.
קאנסערוואטיוון האלטן אז אמעריקע איז א פאלק נישט בלויז א לאנד. און דער פאלק קומט מיט א קולטור און א לעבנסוועג, איז ווען דו ברענגסט אריין אימיגראנטן וואס האבן א אנדערע לעבנס שטייגער און האבן חתונה צווישן זיך און טוען זיך נישט אויסמישן מיט די אמעריקאנער באפעלקערונג און קולטור בלייבט מען אן א פאלק, אן פאטריאטיזעם און די גאנצע לאנד צופאלט מילא איז אימיגראנטן א גרויסער פראבלעם לשיטתם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

שר החסד האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:38 pm
גראדע זייער א שיינע אשכול, כ'מעיג פארדרייען די אשכול?

כ'האלט אז טראמפ האט פארלוירן די וואלן א גרויסע טייל טאקע צילוב נישט קלאר בויען, ברענדען און אויסשמועסן זיינע פאליסיס, ווען ער טיט עס ווען יאָ, פאר פיר יאר - בשעת וואס ער איז פרעזידענט - למשל האבן א יאטוב טשענעל ווי עס שמיעס אויס יעדע וואך - דירעקט פונעם אוועל אפיס - א שיעור וואס מ'איז דן די מהלכים וואס זענען לדעתו די בעסטע צו פירן דאס לאנד - וואלט ער געשלעפט מיט זיך אסאך אסאך נייע וויילער וואס וואלטן עים שטארק געהאלפן פאר די קומענדיגע וואלן.

ער האט גארנישט געטון צו פארברייטערן זיין באזע - וואס זאל גיין פאר טראמפ - אלץ גיטע פאליסיס אויס.
מקען זיך קריגן אויף געוויסע נקודות, אבער יש דברים בגו.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
עמאציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:20 pm
לאקאציע: ערגעצוואו אויבן...

Re: א.ג. טראמפ פאליסי'ס, וואס זענען זיי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמאציע »

טראמפ איז נישט קיין קאנסערוואטיוו. ער איז א ביזנעסמאן, א קאממאן סענס מענטש לאו ענד ארדער סטייל פערסאנאליטי.

טראמפ האט אין 16 געהאלטן פון קליינע גאווערמענט. ער איז געווען פארנומען אז מען דארף צוזאמשמעלן און שניידן גאנצע חלקים פון גאווערמענט. ער איז געקומען פון א ביזנעס פרעספעקטיוו.

לגבי מעדיקעיר איז נישט קלאר וואס פינקטליך ער האט געהאלטן, ער האט אבער נישט געהאלטן פון א פשוטע סאושעלייזד מעדיקעיר.

ער האט געהאלטן פון ספענדן אויף אינפראסטרוקטור, ער האט איבערגעדרייט די רעפובליקענס אויף יוסטיץ אישוס.

ביי טראמפ איז די צווייטע אמענדמענט א הויפט אישו. טאקע נישט צוליב פרעזערווירן די קאנסטיטוציע, נאר ווייל ער האלטן אז עס איז א וויכטיגע זאך, און גראדע האבן די גרינדער פון דעם לאנד אויך אזוי געהאלטן.

ער האט געהאלטן אז די לאנד דארף זיין א גוטע אבער אוועקגעשטעלטע שטארקע נארמאלע קאממאן סענס לאנד.

לגבי ספענדינג האט ער נישט 'געהאלטן' אז מען קען ספענדן וויפיל מען וויל, ער האלט בשיטה פון אחריות'דיגע ספענדינג. ער האט אבער יא 'געספענדט', ווייל אזוי האט אים בעסער געלוינט.

לגבי אימיגרעישאן האט ער געהאלטן אז ליגעל אימיגרעישאן איז אקעי, איליגעל אימיגרעישאן האט ער געהאט א פראבלעם סיי וויבאלד ער איז א לאו ענד ארדער מענטש און אין א לאנד דארף מען פאלגן געזעצן, און סיי מחמת די קרימיניאלן, דראגס און יומען טרעפיקינג וואס קומט ארויס פון איליגעל אימיגרעישאן.

טראמפ האט אויך א חידוש אין זיין פארעין פאליסי צוגאנג, האלטנדיג אז מען קען זיך פייטן מיט א לאנד און שמועסן מיט יענעם אין די זעלבע צייט. ער האט אנגעקוקט די וועלט מאפע ווי אסאך ביזנעסער וואס קאמפיטן איינער מיטן צווייטן, ווי איידער אסאך פריינט און פיינט וואס שלאגן זיך און חבר'ן זיך איינער מיטן צווייטן.

טראמפ איז נישט קיין אידיאלאג, ער האט א פראקטישער און 'צום זאך' וועג פון טראכטן, און גראדע שטימט זיין געדאנקן גאנג אין מערסטן טייל מיט די רעפובליקאנע געדאנקן גאנג.
וויאזוי שפירסטו?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”