א געשיכטע מיטן קרבן פסח

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

א געשיכטע מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

זאג נאר, דו האסט נאך פון די גאנץ-ווייסע שעפסלעך? איך דארף דער קארואנע (וואס זענען בחזקת בלתי מורכב שוין פאר דורי דורות)
- איך האב נאך דריי שטיק דערפון אויפן וועג אהער, עסט מוזן קומען נאך אפאר שעה ווייל זיי גייען גלייך.
ווער קלינגט שוין ווייטער... יא?
- יא, ס'נאכאמאל איך, כ'גיי נישט אניאגן צו קומען נאך היינט, לייג מיך ביטע אוועק איינס, אקעי?
- כ'על פרובירן כ'קען נישט צוזאגן.
- פיין יישר כח.
- ביי.
"וואלווי, דו קענסט אפשר גיין צום פסחן אפנעמען מיין כבש? ער 'עט שוין וויסן וואס איך מיין".
– אקעי.
- טאטי, ער זאגט, ער האט נאר געבליבן די שווארץ-קעפיגע, אדער האט ער גאנץ-ווייסע אבער נישט מיט עדה, זיי זענען תמימים אבער ער האלט אז פאר דיך וואלט ער ענדישע געגעבן די אנדערע.
- האסטו געהערט? מיין טאטע האט קיינמאל נישט מוותר געווען אויף גאנץ-ווייסע שעפעליך, כ'מאך נישט אוועק קיינעם אבער ביי אונז האט מען געוויסט אז מען איז נישט מווותר אויף קיין קיצו של יוד, כ'גיי קלינגען בערל ער האט נאך זיכער איבער גענוג.

נאכן פרובירן בערלען עטליכע מאל האט אונזערע יחיאל באשלאסן איהם צו פרובירן שפעטער און איז צוריק געגאנגען צו זיין סדר היום.
מ'קען מיינען ס'שוין ערב פסח, האט ער געטראכט צו זיך. ס'דאך נאך דא א גוטע האלבע וואך בעפאר דעם.
*
צוויי טעג שפעטער טרעפט ער בערלען פונקט ארויסגעקומענדיג פון מקוה. אה בערל, כ'האב דיך אינזין געהאט צו פרעגן, דו האסט נאך פון די קארואנע שאף? איך דארף א שיינע ווייסער שעפסל. בערל האט געשאקלט זיין זעקל אומגעדולדיג קוקענדיג ארום און דאן שנעל אריין געשטעקט זיין לינקע האנט אינעם רעכטן ביזעם און ארויסגענומען דעם טעלעפאון אוו קוקענדיג אריין דערין רופט ער זיך אן, סארי, איך מוז לויפן, קום צו מיך אין געשעפט און כ'על זען וואס איך האב פאר דיר.

- טו מיך עס נישט, איך פארלאז מיך אויף דיך, שרייט ער צוריק, דערווייל וואס בערל לויפט ארויף דו שטיגן מיט געאיילטער טריט.

דער טעלעפאון צעקלינגט זיך, מיט א סאטיספאקציע געבט ער א נעם אפיר דעם פאון. יא? הייבט ער אויף מיט אן ערנסטע טאון נאכן זען אז דאס איז הערשל, זיין פרישע איידעם, קוים פון אויוון ארויס.

- כ'האב נאר געוואלט זיכער מאכן אז דער שווער האט מיך אין זין מיטן פסח (אין קורצן פאר קרבן פסח) איך בין מָנוּי מיטן שווער'ס קרבן, יא?
- יא יא, זייער גוט, איך האב דיך אין זין, ש'כח פארן זיכער מאכן
- א גרויסן ש'כח שווער, בשורות טובות.
- ‏ ביי.

עטוואס נערוועז רוקט זיך אונזער ר' יחיאל אן צו דאס פלאץ וואו די שאף ווערט פארקויפט. דאס פלאץ שמעקט אן ערב-פסח'יגן שמעק. די שעפעליך מע'רן ארום און קייען די גראזן און שטרוי מיט א רואיגקייט.

ער קוקט ארום, בערל איז נישט דארט. ער טרעפט דארט ארבעטן עפעס א פרעמדע אינגערמאן, איינער וואס קוקט איהם אויס היפש פארלוירן. זאג נאר, וואו איז בערל?
- ער איז יעצט אוועק געגאנגען, ער דארף זיין צוריק נאך עטליכע מינוט.

נאכן ווארטן עטליכע מינוט מיט א שמוץ אריבער, זייענדיג פאר'עקשנ'ט אז נאר בערל וועט כאפן וואס איך דארף, האט ער באשלאסן אוועק צו גיין און צוריק צו קומען אין אן אנדערע געלגעגענהייט. דער געלגעגענהייט האט געשפעטיגט צו קומען.

*
ערב פסח גלייך נאכן דאווענען האט ער זיך ארומגעדרייט ווילד און נערוועז. אלעס ארום איהם ווירבלט, יעדער איז פארנומען מיט די לעצטע הכנות פאר יו"ט און מיטן מבער זיין די חמץ פאר סוף זמן ביאור חמץ, אבער קיינער איז נישט מיט איהם.

ער דרייט זיך ארום און זיכט א שעפס. ער האט מחליט געווען אז ער וועט שוין מוזן מוותר זיין אויף שתי שערות (פאר די וואס ווייסן נישט: עס איז דא א חומרא צו האבן א שעפסל וואס האט אפילו נישט צוויי האר וואס איז נישט גענצליך ווייס. עס הייסט אז די פריעידיגע האבן שוין זייער מקפיד געווען דערויף...) אבער אבי א קארואנע. עס גייט אדורך נאך א שטיק צייט. ער מוז אהיים לויפן פארברענען די חמץ. ער טרעפט זיין איידעם וואס איז סתם אזוי בדרך אגב נייגעריג וועלכע שעפסל ער האט זיך איינגעהאנדלט און ער ענטפערט נאך מיט א שטארקייט אז ער איז פון אייביג אן מקפיד אויף שניי-ווייסע קארואנע.

גלייך נאכן פארברענען די חמץ לופט ער ארויס צום מארק, דערווייל וואס אין שטוב נעמט מען זיך באקן פרישע ערב פסח מצות (געענדיגט מיט די היימישע חבורות). דער זייגער קישט שוין אט אט חצות און אונזער ר' יחיאל האט נאך נישט קיין שעפסל. ער גייט ארום פון איין יריד צום צווייטן, אלעס איז געגאנגען, עס איז שוין גארנישט געבליבן. ער הייבט אן צו ווערן אנגעצויגן, וואס טו איך דא?

דער שטאט ווערט איינגעהילט אין א יו"ט'דיגען אטמאספער. מאסן מענטשן שטראמען צום הר הבית מיטן שעפסל אויפן אקסל. אינעם פראכטיגן הויז פון ג-ט הערן זיך שוין די הימלישע, גייסטפולע געזאנגען פון די לוויים. א גייסט פון דאנק און לויב צו ג-ט שפירט זיך אין די לופטן, עס זינגט זיך דאס הארץ ארויס א ספאנטאנישע הלל, די געמוטע זענען אויף, די געפילן זענען הויך.

דרייט זיך אונזער ר' יחיאל מיט שווערע טריט ארום און ארום די יעצט-שוין ליידיגע געסעליך און קוקט ארום מיט א ווילדקייט אויף אלע זייטן, וואס טו איך? עס ווערט שוין שפעט!
מיט א שווערע הארץ באשליסט ער אז ער גייט טוהן וואס ער דארף, אפגעזען צו עס איז איהם באקוועם אדער נישט.

ער קלינגט אן זיין איידעם און זאגט איהם:
- הערשל,
- יא?
- יא, ס'דא א שטיקל פראבלעם, איך האב נישט קיין שעפסל פארן קרבן פסח...
- וואס? נישט דא קיין כבש? געבט הערשל א שריי אויס מיט פארלוירנקייט, וואס הייסט? האסט דאך גאזא...
- לאנג סטארי שארט, רופט זיך יחיאל אן, דער קרבן איז נישט דא. מיטן חגיגה איז מען מסודר אבער כ'האנישט קיין שעפס.
- שווער, איך גיי פרובירן שנעל צו ערלעדיגן עפעס א שעפס, וואו איז דער שווער יעצט?
- איך בין... נישט קיין נפקא מינא וואו איך בין אויפן מינוט, דו פראביר עפעס צו ערלעדיגן און איך וועל פרובירן זען וואס איך קען טון און אונז עמער זיין בקשר מיט עני אפדעיט.
- אקעי. הצלחה.

נאך א עטליכע מינוט צעקלינגט זיך דער טעלעפאון.
- שווער איך האב ערלעדיגט א שעפס! וואו איז דער שווער?
- איך בין דא כרגע...
- וואו דא?
- איך קום אהיים, כ'על זיין אין דערהיים נאך עטליכע מינוט.
- אקעי איך האב געברענגט א שעפסל ס'איז ביים שווער אין גארטן.
- ‏אקעי א גרויסן ש'כח.

ר' יחיאל נעמט צוזאם זיינע כוחות און לויפט אהיים מיט איין אטעם. דער זון נייגט שוין צו מערב זייט און א קילע נאכמיטאג לופט בלאזט אריין אין זיין פנים.

ער קומט אהיים אן ערשעפטע, לויפט צום גארטן געבט א כאפ אן דעם קרבן און מיט איין אטעם לויפט אריבער צום בית המקדש. ער לויפט קעגן דער שטראם פון מענטשן וואס קומען איהם אנקעגן מיט א רואיגקייט, האלטענדיג זייערע אפגעשינדעטע קרבן גרייט צום צליה. ער לויפט מיט אן איילענדע יאגעניש ביז ער קומט אן צום בארג. בליץ שנעל טוט ער זיך אויס די שיך, לאזט איבער זיינע חפצים אינעם לאקער און לויפט ארויף די שטיגן.

די כוהנים זענען זיך שוין מערסטענס צעגאנגען, ער באמערקט, מאיר, דער חצות-מנין כהן, שטיין ביים זייט. ער לויפט צו צו איהם מיט האפענונג.

- אה מאיר, דו קענסט מיך נאך ערלעדיגן מיין קרבן? מאיר, א איד מיט א הארץ פון זיידן, קומט צו נענטער צו איהם, קוקט אויפן קרבן און דאן קוקט אריין אין זיינע אויגן און דאן צוריק אויפן קרבן.

יחיאל געבט א קוק אויפן בהמה וואס ער האט דא מיט געשלעפט און זעט פאר זיך, א פעך-שווארצע, מאגערע ציג, לעקענדיג זיין נאז מיט זיין רויזע צינגל.

"זאל זיין אזוי", הערט ער מאיר'ס קול.
אטעטשמענטס
די געשיכטע מיט דעם קרבן פסח - Ivelt.pdf
(239.21 KiB) געווארן דאונלאודעד 28 מאל
לעצט פארראכטן דורך טפסר אום זונטאג מארטש 26, 2023 5:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2394
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: א געשיכטער מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

פיין אראפגעלייגט וויאזוי ס'וועט אויסקוקן , האפענטליך דעם יאר ערב פסח !! ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים !! ;l;p- ;l;p-
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: א געשיכטער מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

זייער שיין
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: א געשיכטער מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

אההה
זאלן מיר שוין זוכה זיין
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: א געשיכטער מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

;l;p-
זייער שיין אראפגעלייגט
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א געשיכטע מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-


שפעטער העט זיך דער איידעם וואונדערן פארוואס ער איז די שווארצע שעפעלע אין די משפחה..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: א געשיכטע מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 8:16 am
;l;p- ;l;p- ;l;p-


שפעטער העט זיך דער איידעם וואונדערן פארוואס ער איז די שווארצע שעפעלע אין די משפחה..
ער ווייסט עס,
ס'איז נישט קיין סוד אז ביים איהם אריינעמען אין די משפחה האט מען געברויכט פארקוקן...
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: א געשיכטע מיטן קרבן פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

פיין געשריבן,
גיימיר נאך זוכה זיין די יאר. באהוק איבאקרוק.
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”