פוטין'ס באזוך אין אוקריינע יא אדער ניין?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

וואס זאגט עטס איז פוטין ווירקליך געווען און אוקריינע אדער איינע פון זיינע פאלשע פארשוינען?

פוטין איז ווירקליך געווען אין אוקריינע
12
39%
פוטין איז ווירקליך נישט געוען און אוקריינע
19
61%
 
סך הכל שטימען: 31

אוועטאר
313AAA
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 12:33 pm
לאקאציע: טראכטן גוט

פוטין'ס באזוך אין אוקריינע יא אדער ניין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 313AAA »

אָנטאן גערעשענקא, א ראַטגעבער פאַר וולאַדימיר זעלענסקי, האָט פאַרשפּרייט עטליכע לעצטיגע בילדער פונעם רוסישן פּרעזידענט, אַריינגערעכנט צוויי ביי זיין באַזוך אין מאַריאָפּול, און ער זאָגט אַז מען זעהט קלאָר אַז עס איז נישט דער עכטער פּוטין. גערעשענקא זאָגט אַז פּוטין האָט מורא צו ערשיינען אין פּובליק, און אוודאי האָט ער מורא אַריינצוקומען אין אוקראַינע, און דעריבער האָט די קרעמלין אַראָפּגעשיקט א פאַלשן פּוטין.
(אידיש 24)
טראכט גוט וועט זיין גוט אין נאך אסאך בעסער
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: פוטין'ס באזוך אין אוקריינע יא אדער ניין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

נקדימון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 10:41 pm
פוטין האט אנגעבליך באזיכט די אקופירטע שטאט מאריאפאל פאריגער וואך.

אנטאן געראסטשענקא אן עדווייזער און א באקאנטע מויל מאכער אין די אוקריינער רעגירונג האלט אז פוטין האט געשיקט א טאפלטער פוטין קיין מאריאפאל אנשטאט אים.

געראסטשענקא שרייבט אז די בילדער רעדן פאר זיך אליינס.
Screenshot_20230320-2210352_1_67.png

געראסטשענקא פאבליצירט דריי בילדער איינע נעבן די אנדערע. די ערשטע בילד איז פוטין בלויז א חודש צוריק אים פעברואר 21 אין מאסקווא. די מיטלסטע בילד איז פוטין אין סוואסטיפאל מערץ 18. און די דריטע בילד איז פוטין אין מאריאפאל מערץ 19.

מען דארף נישט זיין קיין חכם צו באמערקן אז געראסטשענקא האט א סאליד פוינט. די צוויי פוטינס זעהן אויס קאמפליטלי אנדערש...



לאמיר גיין צושטייטעלעך.

די ערשטע בילד ווי געראסטשענקא שרייבט אליינס אז עס איז פאריגער חודש אין מאסקווא איז עקטשעלי א בילד פון פוטין מיט איבער דריי יאר צוריק.

איך גלייב נישט איינער עקספעקט פוטין פון דריי יאר צוריק זאל אויסקוקען אויפן האר ווי היינט צוטאגס.

20230320_222628~2.jpg


די צווייטע בילד ווי געראסטשענקא שרייבט אז עס איז אין סוואסטיפאל מערץ 18 איז אויך נישט ריכטיג.

עס איז אין מאריאפאל מערץ 19. דא איז די גאנצע בילד מיט די צוגעגרייטע עסן אין די בעקגראונד.

(אפיציעל זענען די איינוואוינער געכאפט געווארן אין א שאק אז פוטין איז אנגעקומען פאר א באזיך אבער סאמהאו האבן זיי געוואוסט צו אנגרייטן דאס בעסטע מאכלים זיי פארמאגן צו די האנט פאר מלאך סאנטא וואס איז אנגעקומען בהקיץ... די רוסישע פאלשקייט איז אנבעליוועבל טשיעפ...)

20230320_223418.jpg
viewtopic.php?p=4193414#p4193414
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”