איך ווייס נישט וואס די מציאות איז, צו זיי האבן בכלל א מאנגל צו נישט...
אבער די אלע וואס האבן טענות איבערן פארקויפן א גאנץ יאר... פארגעסס נישט, די בעקעריי מוז פארקויפן א געוויסע סכום זיך צו קאווערן, אמאל איז דאס די חילוק צווישן מאכן געלט און דערלייגן...
קענסט מאכן אן ארגיומענט אז ער זאל פארקויפן ווייניגער און איבערלאזן מער פאר פסח... אבער פון וואו זאלער וויסן וויפיל? ער קעניש עפארדן צו בלייבן מיט אסאך מצות נאך פסח, און ער ווייסט נישט וויפיל ער גייט דארפן אויף פסח... סאו וואס טוט א בעקעריי? זיי טרייען צו שאצן בעיסד אויף געוויסע נאמבערס וויפיל זיי דארפן האבן, און זיי טרייען צו מאכן זיכער אז אזויפיהל זאל זיין אויף פסח, איין יאר שאצן זיי איבער און זיי בלייבן סטאק, איין יאר שאצן זיי אונטער און ס'ווערט א מאנגל...
אין אנדערע ווערטער, ער גרייט אן פאר פסח וויפיל ער שאצט סעט אויסגיין, און די איבעריגע פארקויפטער א גאנץ יאר...
האסט א ברירה אריינצוגיבן דיין ארדער גענוג פרי, העסטו האבן גענוג אויף יו"ט בעז"ה...