אנקעטע: אנקעטעס

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

ביטע ליינט פארן שטימען

מינימום קערעקטערס פאר א נייע אשכול
65
35%
צוימען די אנקעטע אפציע
47
26%
בלויז איינפירן א תקנה
72
39%
 
סך הכל שטימען: 184

אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

א גוט יאר.

זייענדיג די וואס זענען געשטאנען אינטער דאס עפענונג פונעם 'דעת הקהל' פארום, טוט דער אינפראסטראקטור טיעם ערהאלטן כסדר'דיגע קאמענטארן איבער וויאזוי דער פארום האט זיך ארויסגעשטעלט צו אפערירן.

פון איין זייט זענען דא וועלכע באצייכענען דאס אלס אן הילכיגער סוקסעס, און אפלאדירן דעם פאקט אז דעת הקהל פיבערט מיט העפטיגע אקטיוויטעטן און ווירבלט מיט אשכולות וואו מ'קען פרייוויליג דיסקאסירן אלע סארטן טעמעס. אבער פון די אנדערע זייט זענען פארהאן אזעלכע וואס באקלאגן זיך אז דער גאנצער פארום איז יצא שכרו בהפסדו, און עס ברויך אויפגעלעזט ווערן צוליב עטליכע סיבות.

מיר וועלן נישט נעמען א טייל אינעם דעבאטע, אבער יא ארויסברענגען עפעס וואס גאר אסאך באקלאגן זיך, און הערן פונעם עולם וויאזוי מ'קען דאס לעזן:

-

דעת הקהל האט געברענגט מיט זיך א גרויסע טויש.

בעפאר עס האט עקזיסטירט א באזונדערע פארום פאר דיסקוסיעס, האט דער אלגעמיינער פותח האשכול געדארפט שרייבן א געהעריגע ארטיקל אראפצולייגן זיין פיל-פארביגער בליק אויף די נושא, ארויסברענגען א וואלידע פוינט, און איבערצייגן די ליינער מיט זיין מהלך דערין. דערנאך איז דער עולם אריינגעקומען מיט קאמענטארן און מיינונגען אויסשמועסנדיג די צדדים לכאן ולכאן, און אפטמאל איז אים טאקע געלונגען אויפצוברענגען א דיסקוסיע פון וואס די עולם האט הנאה געהאט און עס האט זיך געצויגן דערפון לאנגע בלעטער מיט היציגע דעבאטעס...

אבער זינט דאס עפענונג פונעם דעת הקהל פארום, וועלכער איז טאקע געווידמעט בלויז פאר דעבאטעס און דיסקאסיעס, האט זיך געטוישט דעם גאנצן צוגאנג דערצו. דער פותח האשכול פארמאגט מער נישט דעם דראנג ארויסצוברענגען עפעס, און אשכולות ווערן געעפנט ווי שוואמען נאך א רעגן בלויז מיטן ציל צו ברענגען דעם נאכפאלגענדן דעבאטע...

און דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען דאס ווערט דער סטאנדארט, און אשכולות ווערן געעפנט מיטן בלויזן ציל צו פארכאפן דעם נושא. דער פותח'ס איינציגסטע מטרה איז צו פארמאגן נאך אן אשכול אויף זיין קאנטע, און אזוי רייסט מען אויף פעקלעך ברויט ווי בחורים אין ישיבה...

אין איין ווארט, ווערט נישט געלייגט קיין געוויכט אז יעדע נייע אשכול זאל ברענגען עפעס צום טיש וואס די עקזעסטירנדע אשכולות פארמאגן נישט.

דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן אין דעת הקהל, און גאנץ לעצטנס כאפט זיך עס אויך אריבער צו אנדערע פארומס, א שטייגער ווי די נייעס אפטיילונגען.

עס ברענגט אראפ די ניווא פון א דעבאטע, די ניווא פון א אשכול, און עווענטועל די ניווא פון אייוועלט.

-

דאס איז עפעס וואס יעדער וועט מודה זיין אז עס איז א פראבלעם, און דערפאר זענען מיר דא צו הערן וועלכע מאסנאמען זאלן גענומען ווערן דאס צו פארמיידן אינעם צוקונפט:
  • די ערשטע און פשוטסטע מהלך, איז צו טוישן די סעטינגס פונעם סייט אז מ'זאל נישט קענען עפענען א נייעם אשכול אין דעת הקהל אויב דער ערשטער תגובה פארמאגט נישט א ספעציפישע מינימום פון קערעקטערס. דאס וועט צווינגען דעם פותח צו אנהייבן דעם שמועס מיטן רעכטן פוס...
    (און דאס וועט אויך געצוימט ווערן אין אנדערע צענטראלע פארומס וואס זענען געאייגנט פאר ארטיקלען.)
  • א פארקערטע מהלך איז דא, וואס איז אפשר מער מעסיג, פשוט אוועקצונעמען דעם אפציע פון מאכן א אנקעטע ביים עפענען א נייעם אשכול אין דעת הקהל, קרעטשמע, און נייעס.
    (און פארשטייט זיך אז אין א נויטפאל וועט מען קענען עפענען דעם אנקעטע אינעם אנקעטע פארום, וואו דער פונקציע וועט בלייבן אפן, און בעטן אן אחראי אריבערצופירן דעם אשכול צו זיין באשטומטן פלאץ.)
  • אדער האלט איר אז מ'זאל דערווייל נישט מאכן קיין שום באגרעניצונגען, און בלויז איינפירן א תקנה אז ווען אימער עס ווערט געעפנט א פרישע אשכול, זאל דער פותח האשכול מוזן אויסשמועסן זיין צד און זיך געהעריג ארויסברענגען אין עטליכע פאראגראפן...

ביטע שטימט אויפן אנקעטע און לאזט הערן אייער מיינונג איבערן נושא. (מ'קען וועלן אויף 2 פון די דריי אפציעס.)
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

די ערשטע אפשען
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

די חלק פון עפענען א אשכול אין דעת הקהל אן ארויסברענגען די נושא אין א ארטיקל באדערט מיך נישט, ווייל אויב איז עס א גוטע נושא דורך צו טון פעלט נישט מער ווי צו עפענען די נושא, אויב דער פותח האשכול ברענגט א זאפטיגע נושא צום טיש אבער קיין שרייבער איז ער נישט מילא קען ער נישט אראפלייגן די צדדים אין ארטיקל איז נישט, די צדדים וועלן שוין נאכפאלגן.

וואס באדערט יא איז טאקע ווען מען עפענט אנקעטעס רעכטס און לינקס אויף אומאינטערסאנטע נארישע נושאים וואס פילט נישט אן אפילו איין בלאט און דער אשכול לעבט קורצער פון א פליג, ביז דער פותח טרעפט נאך א אנקעטע וואס ער קען צולייגן צו זיין קאנטע.

די סעלושען אבער לענ"ד איז נישט אוועקצונעמען די אפציע פון לייגן אנקעטעס אין דעת הקהל, וואס יא? המממ, אפשר אז א אנקעטע אין דעת הקהל זאל דארפן ווערן באשטעטיגט דורך א קאמיטע פון אפאר באזעסענע ניקס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בלויז א תקנה

א סעטינג ברויך זיין אז מער ווי איין עקסלעמעישאן מארק זאל נישט קענען אריין אין א קעפל, אדער אפשר זאל קיין איינס נישט קענען

די זעלבע מיט פראגע צייכנס וכדומה
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך מיין אז ס'איז גוט וויאזוי ס'איז.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

גארנישט טוישן, און אריינפירן די אלע אשכולות און פארברענגען אדער און ארכיוון, אדער... אויסמעקן!
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
לאקאציע: ביד השם
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

Thank you האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 11:49 pm
גארנישט טוישן, און אריינפירן די אלע אשכולות און פארברענגען אדער און ארכיוון, אדער... אויסמעקן!
גא''מ
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

צווייטע אפציע.

אנקעטעס האבן א באזונדערע פארום און דעת הקהל אדער נייעס זענען נישט געמאכט פאר דעם.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 11:17 am
צווייטע אפציע.

אנקעטעס האבן א באזונדערע פארום און דעת הקהל אדער נייעס זענען נישט געמאכט פאר דעם.
גא"מ.

(לייק ארבעט דאך נישט ביי דיר...)
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

מינימום פון קארקטערס, אבער אויך לייגן די אנקעטע אונטן פון די בלאט, נישט איך זאל זען די אפציעס פאר איך זעה וואס מען רעדט וועגן...
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע: קאוטש

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

מען זאל מאכן אז אין א יעדע פארום זאל די דארטיגע גענעראל דארפן אפראוון יעדע נייע אשכול..
אין היכל הנגינה זאל עס זיין@never
אין נייעס @נקדימון @הכל הבל @ישראל_הלוי
אין טעכנעלאגיע @קנאפער ידען
וכ"ו וכ"ו
און פארשטייט זיך די מנהלים און אחראים..
זיי זאלן באשטעטיגן צו א נייע אשכול איז אינטרעסאנט, אינפארמאטיוו, און נאכנישט דא אזא אשכול..
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

בכלל וואלט געווען א גוטע זאך אז יעדע פאר טעג ווערט איבערגעקוקט די נייע אשכולות (איך גלייב עס איז דא א מהלך צו זעהן נייע אשכולות) צו עס ליגט אויפן ריכטיגע פלאץ, עס וועט פארשפאָרן אסאך ארבעט פאר @ציגאנער און זיינע מיטהעלפער.
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

את חטאי אני מזכיר היום

מיט אפאר טאג צוריק האב איך געעפענט די דאזיגע אשכול מיט אן אנקעטע בתי מדרשים; אויף די אלטע סטיל אדער אפ-טו-דעיט. היינט האב איך פונקט אריינגעבאמפט אין די אשכול און איך האב מיך א כאפ געגעבן ביים קאפ 🥵 אז גענוי וואס @ציגאנער האט געשריבן האט פאסירט צו מיר.

דהיינו, בעצם וואלט איך געקענט שרייבן א שיינעם ארטיקל אין דעם ענין פון וואס מיין אשכול רעדט זיך וועגן, אבער זעענדיג אז אין דעם דעת הקהל פארעם קען מען עפענען אן אשכול מיט דריי ווערטער און אן אנקעטע און אפפיצן פון שטח, האט די ייצעררארער פון פוילקייט מיך אריינגעכאפט אין זיין נעץ און איך בין געפאלן א קרבן...

אלזא טוה איך געבן מיין פולסטע צושטימונג צו די וויי געשריי פון ציגאנער, אז עפעס זאל געטוען ווערן איבער דעם.

אויסגעוועלט האב איך ס'זאל זיין א תקנה אבער נישט איינצוימען, ווייל צו יעדע זאך איז דא א יוצא מן הכלל און די אפציעס דארפן בלייבן אפן.

וויל איך טאקע וויסן, איז געמאכט געווארן פארשריט אין דעם געביט?
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: אנקעטע: אנקעטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

שיין פון דיר!

-
דעם אשכול האט מען געעפנט ווייל געוויסע האבן זיך אפגערעדט.

היינט, באלד א יאר שפעטער, איז די פראבלעם שוין לאנג נישט אויף דעם לעוול. און כ'מיין אז אזוי ווי ס'איז יעצט איז דעת הקהל א סעמפל פון א סוקסעספולע פארום!

די פלאן איז קיינמאל נישט געגאנגען אין ערגעץ, ווייל אזוי ווי דו זעסט האט יעדע אפציע אינעם אנקעטע א צוויי דריטל קעגנערשאפט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”