א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ווער ס'פארשטייט מיך באדאנק איך און ווער נישט אינטערעסירט מיך נישט. ווער ס'ווייסט נישט פון וואס איך רעד בכלל זאל גיין ליינען אנדערע ארטיקלען, אבער מיין ווייטאג מוז איך אויסגיסן.

ס'איז דא א טרענד אין די לעצטע צוויי דריי יאר, אז גוי'שע עקספלארערס - געווענליך יוטוב פיגורן - קומען באזוכן די היימישע געגנטער וואו ס'וואוינען די "האסידיקס" - בעיקר אין ברוקלין - און פילמען ארום די גאסן, די געשעפטן, די טאג-טעגליכע לעבן א.א.וו.
אזא ווידיאו נעמט געווענליך אריין צווישן אנדערס: זיך זעצן צו א מאלצייט אין גאטליבס, קויפן עפעס אין א ספרים געשעפט אויף לי עוו. אדער 13טע עוו., טרייען צו כאפן א שמועס מיט מענטשן אין גאס און אן אינטערוויו מיט איינע פון די סעלעברעטיס פון כלל ישראל.
באמת איז מיך אפילו נישט ניחא די פשוטע טוריסטן וואס קומען כסדר און פארפלייצן די גאסן פונקט ווען איך דארף זיי די ווייניגסטע… אבער שוין. מ'קען עס נאך פארשלינגן. אפאר טעקסעסאנע גוים וואס זענען געקומען באזוכן ניו יארק און פרייען זיך צו האבן פיקטשערס פון מיר אין זייער מעמארי בוק… ס'וועט מיטגיין.
אפילו אויב קומט יא אן אורח וואס האט שוין נישט געטראפן עפעס א זאך וואס גייט זיין אינטערעסאנט פאר די אינטערנעט אויסער מיינע פיאות און מיין ווייבס שייטל און ער איז מוז עס ארויפלייגן פאר מיליאנען גוים צו זעהן, אקעי. ענדזשוי עס. איי דאונט מיינד. נאך אלעם איז עס סייווי א עקסעסיבל וועלט און א אייגנטליכע וויזיט צו אונזערע גאסן איז בלויז א פלעין טיקעט פלאס א אובער רייד אוועק פאר סיי וועלכע גוי אלוועלטליך.

אבער דעי "פארטרעטערס" פון צווישן אונז וואס רעדן אין די דאקומענטריס און מאלן אראפ די פיקטשער פון אונזער ציבור (בלשונם: קאמיוניטי) אויף די וועג וואס זיי ווילן, און אויף די וועג וואס זיי פילן אז ס'איז שיין די וועלט זאל עס זעהן, דעיס ברענגט מיך שוין די בלוט אין קאפ אריין!
זיי נעמען אויף זיך די ראלע צו זיין די אומזיסטע טור גייד פאר די דרויסנדיגע ספחת'ער און אינצווישן גיסן זיי אריין זייערע אלע שיטות און הסברים אויף אונז און אויף אונזער לייפסטייל.

איך וויל אייך פארשטיין געבן עפעס. אונזער קאמיוניטי צייכנט זיך אויס צו זיין וואס זי איז, נישט צוליב דעם וואס מיר זענען עקסטרעם רעליגיעז, נישט וועגן אונז זענען זייער "ספיריטשועל" און זיכער נישט וועגן אונז זענען געמאכט פון אנדערע מאטריאל. אונז זענען וואס אונז זענען צוליב אונזער לעבנס-שטייגער! אונזער לעבנסשטייגער איז אויסגעבויעט און אוועקגעשטעלט שוין הונדערטע יארן צו זיין די וועג וואס זי איז, און ס'קומט שוין רעדי מיט די רעליגיעזע, גייסטישע און טעכנישע פארלאנגען וואס מ'דארף צו בלייבן הייליג און ערליך. וועגן דעם איז די יסוד און פאקוס פון היימישע אידן אלס געווען איין זאך: זיך האלטן ביי די היימישע לעבנסשטייגער.

זענען פארהאן א באנדע פראסטאקעס וואס האלטן ביים טוהן אלעס וואס אידישקייט פארלאנגט, אויסער גיין מיט די היימישע לעבנסשטייגער!
זיי זענען גרייט צו דאווענען, זיי לערנען יעדן טאג, זיי זענען קאנעקטעד צו גא-ד (מיט א פתח), זיי היטן שבת און אלע אנדערע תרי"ב מצוות, זיי זענען הונדערט פראצענטיגע ערליכע אידן as defined by the books.
אבער ווען ס'קומט צו די לייפסטייל האבן זיי יא מער ליב די דרויסנדיגע. זיי ווילן זיין אקטיוו אויף סאושעל מידיע, האבן א presence אין די אלגעמיינע גאס, זיין א סעלעבריטי ביי די מאסן פאר די ענטערטעינמענט וואס זיי שטעלן צו, האבן fans וואס זאלן משוגע ווערן אז זיי האבן די זכי' זיך צו טרעפן מיט זיי ועוד ועוד עד אין סוף.

און יעצט קומט די ביטערע פאראדאקס וואס רעגט מיך אויף. דעי זעלביגע וואס זייער ווילן און שטרעבן איז צו זיין עפעס אינגאנצן אנדערש ווי אונזער לייפסטייל, הן המה זענען די וואס נעמען דעם מייק צו דעסקרייבן אונזער לייפסטייל!
איז עס נישט זויער?

וויל איך אלזא קלאר מאכן. מיין לייפסטייל באשטייט "נישט" פון ליבשאפט צו גאטליבס' האנגעריען פוד און אפילו נישט פון קאנעקשן צו גא-ד (פתח רימיינדער) ביי מיין סעטורדעי מיעל. מיין לייפסטייל באשטייט פון אוועקשטיין פון ארוממינגלען מיט די דרויסנדיגע וועלט, אינקלודינג די אורחים (תרתי משמע) וואס קומען אין אונזערע גאסן צו ברענגען ענטערטעינמענט פאר זייערע פאלאוערס.

א דאנק פארן פארשטיין.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

שטארק שטארק! זייער קלאר ארויסגעברענגט!!
ווילסט זיין א איד זיי מוחל נעם די גאנצע פעקעזש!
אוועטאר
א פיינע וואקאציע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:26 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע וואקאציע »

;l;p- ;l;p- ;l;p- !To the point
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

הונדערט פראצענט, אונז האמיר אייביג געוואוסט אז אונז לעב מיר פאר זיך, אונז זיכן נישט צו ווייזן פאר יעדעם ווער אונזעמיר, און טאקע זיכער נישט דורך די גא-ד איד
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
--
דאס לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'פארשטייט א צווייטן. מ'פארשפאָרט זיך אסאך!
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

גראדע מאכן די אלע יוטובערס א גרויסע קידוש השם קוק די קאמענטארן פון די גויים ווי זיי ווערן באגייסטערט פון די יידישע לעבנס שטייגער
יעצט אויב די האסט טענות אויף איינער וואס זאגט זיי נישט ריכטיגע זאכן דעמאלט נעקסט טיים די זעסט זיי גיי די צו אין זאג זיי די אמתע אידישקייט וועסט זיכער מאכן א קידוש השם
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

גוט געזאגט!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

צי איידל געשריבן.

the ones who left the community because it did not work for them - זענען דא מיטן ציל צו פארשווארצן ערליכע אידן, און אפשפעטן פון אונזער לעבנסשטייגער.
דעריבער וועסטו אינעם בעסטן פאל הערן וויאזוי זיי מאכן חוזק כאילו ערליכע אידן לעבן אין א געטא און זענען געצוואונגען צו פאלגן וואס מ'הייסט זיי עפ"ל.

אז איינער שטויסט זיינע עלטערן און די פלאץ וואו ער איז אויפגעוואקסן, צייגט עס שוין אויף א געפערליכע דיסארדער און פארדארבנקייט. ווער רעדט נאך ווען ער גייט ארום באשמיצן פאר די מידיע.
דערפאר איז די בעסטע עצה זיי צו איגנארירן און דאווענען זיי זאלן תשובה טון.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

שוין גארנישט אזוי שטומפיג
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

גוט געשריבן!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:41 pm
גראדע מאכן די אלע יוטובערס א גרויסע קידוש השם קוק די קאמענטארן פון די גויים ווי זיי ווערן באגייסטערט פון די יידישע לעבנס שטייגער
יעצט אויב די האסט טענות אויף איינער וואס זאגט זיי נישט ריכטיגע זאכן דעמאלט נעקסט טיים די זעסט זיי גיי די צו אין זאג זיי די אמתע אידישקייט וועסט זיכער מאכן א קידוש השם
אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן.. טעארעטיש רעדט איר דברי חכמה אבער לא כך למדינו אבותינו.. ווי ווייניגער דער גוי ווייסט אלץ געזונטער איז פאר אונז. ליבערשט זאל ער אונז אנקוקן ווי עפעס א ווילד פרעמדע געוויקס ווי איידער ער זאל וויסן ווי נאבעל מיר זענען. ווי מער דער גוי ווייסט אלץ מער וועט ער אונז פיינט האבן. ער דארף נישט וויסן אז רעכטפארטיגקייט און איידלקייט עקזיסטירט עכט, דאן בלייבט ער אן עולם הזה אויכעט..

לענ”ד איז א חיוב גמור אדורכצולערנען די רייכע און באלערנדע תגובה פון @פאלעסיידס, סאיז א שיעור להלכה ולמעשה וויאזוי מיר זאלן הענדלען דעם גוי און וואס הבדלה (פרייוועסי) מיינט. גארנישט קיין פרומע מעשיות.. בלויז פראקטיק פאר די אייגענע טובה.

viewtopic.php?p=3821378#p3821378
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

שטארקע פוינט סתם אזוי ביזטו גערעכט
אבער אינז זענען עניוועס עקספאזעד סא אנשטאט די גוי זאל מיינען אז אינז זעמיר גנבים אין גזלנים מיינען זיי אז אינז האבן ליב הונגריען פאד
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

;l;p-
פתח רימיינדער... :lol:
מיך באדערט יא זייער די טוריסטן וואס קומען אפכאפן
אבער שוין .
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

תרי בדחנא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:38 pm
שטארקע פוינט סתם אזוי ביזטו גערעכט
אבער אינז זענען עניוועס עקספאזעד סא אנשטאט די גוי זאל מיינען אז אינז זעמיר גנבים אין גזלנים מיינען זיי אז אינז האבן ליב הונגריען פאד
נאופ.. דאס אז מיר זענען עקספאוזד אלץ ”שלעכטע מענטשן” וכו’ דאס הייסט ניש עקספאוזד. סתם לופטיגע און ליידיגע העיט סטעיטמענטס וועלכע יעדע בעסערע גוי פאסט נישט צו אידענטיפיצירן דערמיט.

דאס ערגסטע איז צו נעמען די ארטיקלען אין די ני”ט וועלכע איז אינפארמירט פון ארויסגעפאלענע אינסיידערס מיט האלבע אמת’ן פארדרייטערהייט און עס גאר נאך גיין קארעקטן און מפרש זיין.. אדער גאר ארויספוינטן די מיליאנען שיינע זייטן וואס מיר פארמאגן און נישט דער גוי..

לאז געמאכט.. האסט מיך פיינט? ביי ביי..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

אזעלכע שטותים צו רעדן.
אונזער לעבנסשטייגער קומט זעכער פון אונזער רעליגיע.
איעדע רור פון טאג איז געבינדן מיטן שלחן ערוך.
און מדארף זיין שטאלץ מיט דעם, נישט עס לייקענען.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

לשם ייחוד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:51 pm
אזעלכע שטותים צו רעדן.
אונזער לעבנסשטייגער קומט זעכער פון אונזער רעליגיע.
איעדע רור פון טאג איז געבינדן מיטן שלחן ערוך.
און מדארף זיין שטאלץ מיט דעם, נישט עס לייקענען.
איך רעד פון לייקענען? איך רעד פון לעבן פריוואט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

איש האשכולות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:26 pm
שוין גארנישט אזוי שטומפיג
יאפ, שטומפיג איז שארף קלאר.
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

זייער גוט געזאגט ונאמר אמן און יעצט וואס גייסטו טוהן דערפאר חוץ זאגן אז ס'שטערט דיר?!
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:50 pm
תרי בדחנא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:38 pm
שטארקע פוינט סתם אזוי ביזטו גערעכט
אבער אינז זענען עניוועס עקספאזעד סא אנשטאט די גוי זאל מיינען אז אינז זעמיר גנבים אין גזלנים מיינען זיי אז אינז האבן ליב הונגריען פאד
נאופ.. דאס אז מיר זענען עקספאוזד אלץ ”שלעכטע מענטשן” וכו’ דאס הייסט ניש עקספאוזד. סתם לופטיגע און ליידיגע העיט סטעיטמענטס וועלכע יעדע בעסערע גוי פאסט נישט צו אידענטיפיצירן דערמיט.

דאס ערגסטע איז צו נעמען די ארטיקלען אין די ני”ט וועלכע איז אינפארמירט פון ארויסגעפאלענע אינסיידערס מיט האלבע אמת’ן פארדרייטערהייט און עס גאר נאך גיין קארעקטן און מפרש זיין.. אדער גאר ארויספוינטן די מיליאנען שיינע זייטן וואס מיר פארמאגן און נישט דער גוי..

לאז געמאכט.. האסט מיך פיינט? ביי ביי..
אין הכי נמי נאכן ליינען פאליסיידס תגובה זע איך אז איך בין נישט גערעכט
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:41 pm
גראדע מאכן די אלע יוטובערס א גרויסע קידוש השם קוק די קאמענטארן פון די גויים ווי זיי ווערן באגייסטערט פון די יידישע לעבנס שטייגער
יעצט אויב די האסט טענות אויף איינער וואס זאגט זיי נישט ריכטיגע זאכן דעמאלט נעקסט טיים די זעסט זיי גיי די צו אין זאג זיי די אמתע אידישקייט וועסט זיכער מאכן א קידוש השם
זיי ווערן באגייסטערט פון די לעבנסשטייגער וואס ווערט געוויזן דורך דעי וואס פירן זיי ארום, נישט פון די אידישע לעבנסשטייגער
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3852
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

גאר גאר שטארק!
נישטא וואס צוצולייגן.
שכח פאר די קלארע ווערטער.
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אזוי!
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:49 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי! »

נישט גערעכט ספעציאל נאך די ני"ט ארטיקל מעג מען זען עפס שיין אויף אינז
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 6:19 pm
צי איידל געשריבן.

the ones who left the community because it did not work for them - זענען דא מיטן ציל צו פארשווארצן ערליכע אידן, און אפשפעטן פון אונזער לעבנסשטייגער.
דעריבער וועסטו אינעם בעסטן פאל הערן וויאזוי זיי מאכן חוזק כאילו ערליכע אידן לעבן אין א געטא און זענען געצוואונגען צו פאלגן וואס מ'הייסט זיי עפ"ל.

אז איינער שטויסט זיינע עלטערן און די פלאץ וואו ער איז אויפגעוואקסן, צייגט עס שוין אויף א געפערליכע דיסארדער און פארדארבנקייט. ווער רעדט נאך ווען ער גייט ארום באשמיצן פאר די מידיע.
דערפאר איז די בעסטע עצה זיי צו איגנארירן און דאווענען זיי זאלן תשובה טון.
מען רעדט נישט דא פון די סארט מען רעדט פון פאזיטיווע ווידיאוס
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

ווייסאיך נישט על מה יצא הקצף ממ”נ אויב אינטערעסירטיך סייווי נישט די דרויסנדיגע וועלט דאן וואס באדערט דיך אז אפאר אידן וואס וואלטן סייווי געהאט סאשעל מידיע וכל אביזרייהו טוען כאטשיק עפעס גוטס דערמיט צי פארשפרייטן פאזעטיוויטי אויף אונזער געמיינדע צווישן די אומות העולם.

ווען מקוקט די קאמענטס אויף דיע ווידיאוס זעהט מען אז סטוט אויף.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער זייער גוט און קלאר!


פאר אן אשכול פון שטומפיג מיין איך האט זיך שוין אלעס געלוינט...!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אלטער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 10:40 pm
זייער זייער גוט און קלאר!


פאר אן אשכול פון שטומפיג מיין איך האט זיך שוין אלעס געלוינט...!
און אויך אז ס'האט צוריקגעברענגט אלטער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”