א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

א קיל קיצלנדע לופטל האט לייכט דורכגעמאכט איר וועג אינעם שפאלט פונעם אפענעם פענסטער, און מיט ליבע געגלעט די שטארק איינגעוויקלטע דאכענע פונעם געצערטלטע יונג וואס איז טיף געשלאפן דערין,

די בלאסע שיין פונעם גאס לאמפ, האט קונצליך אריינגעדרינגן אין די פארע פון די פונסטערניש און זיך פארנעפלט אפגעשפיגלט אין די זעלטן רייכע קליידער וואס זענען געלעגן אויסשטאפירט אויף א בענקל פונקטליך צום קנייטש.
די ווייזערל פונעם זייגער האט זיך שטייטליך באגעגנט מיטן נומער דריי, אנקומענדיג צום סאמע דראמע פונעם נאכט פינסטערקייט וואס האט ווי אריינגעבלענדעט אין די שרעקעדיגע שטילקייט, אלעס איז טאקע אויסערליך געווען שטיל, אבער זאגאר נאר אויף די צווייטע שטאק...
סענסעטיווע אויערן וואלטן אויפגעכאפט מילדע אקטיוויטעטן פארקומען אונעם אונטערשטן שטאק אונטערן שווארצע שאטן.

נאך פארצויגענע לאנגע סקונדעס האבן זיך געהערט עטליכע קריצן און שארכן, ווי אנצודייטן אז אלע פרואוון אז די זאך זאל אריבערגיין שטיל און געשמירט איז דורכגעפאלן, מיטאמאל האט עפעס א שווערע קלאץ געטראסקעט, וואס איר פארטייבנדע קלאנגן האבן אנגעגעבן אז א בענקל אין א געמיש פון צעשפליטערטע גלאז איז בטעות געקומען אין בארירונג פון א מאכטפול און פלינקע באוועגונג פון מענטשליכע קראפט,
די הילכיגע זעץ האט צושפרייט איר מאכטפולע ווידער קול, צו וואס 'גערי' האט זיך פלוצלינג ערוועקט, און מיט א געזיכט פול מיט אנגסט ווען פינקען פון שרעק, זארג, און פארלוירנקייט טאנצן ארום אין די שווארץ אפל פון זיין אויג.
ער האט זיך ווי ראבאטיש געגעבן א זעץ אויף אויפן בעט, און אינסטיקטיוו אנגעשפיצט אלע זיינע מעגליכקייטן צו אבזערווירן די שרעקעדיגע לאגע וואס קומט נארוואס פאר.
מיט איינגעצויגנע לונגען איז ער ארויסגעשפרינגן פון בעט און דערנעטערט זיינע ציטערדיגע טריט צו די שטיגן,די באקוועמע טעפיך האט איינגעזאפט זיין געוויכט, נישט ארויסגעבנדיג קיין שארך.. אבער דאך האט ער געשפירט ווי ער שפרייזט אריבער א בית הקברות אינעם סאמע טינקלקייט, און טויטליכע סקעלעטנ'ס קריכן ארויס פון זייערע לעכער און שפאנען הונטער אים...
די העפטיגע גערודער זענען געווארן מער קענטליך אז עמיצער שטארקט זיך איבער א צווייטן, אין א גרויזאמע געראנגל, עפעס האט זיך געהערט ווי יענער וויל שרייען אבער זיינע שטים בענדער קלאפן זיך אן און די פייכקייט פון א שמאטע...
ער האט געשפירט ווי בייזע גייסטן פאכענען ארום אים, ספאנטאן איז ער געלאפן צו זיין טאטעס שלאף צימער אים צו אלאמירן איבער די באלדיגע געפאר, אבער זיין בעט איז געווען ליידיג...
אין איילעניש איז ער צוריקגעלאפן צו די שטיגן, און ווי א האלב גע'שחט'ן הונדל איז ער אראפגעלאפן די ברייטע טרעפ, ווען נאכאנאנדע קוויטשן רייסן זיך שטיל ארויס אן ערלויבעניש.

זיינע טריט האבן נאכגעפאלגט די גערודער וואס איז געקומען פונעם קאך אדורכלויפנדיג די מאיאסטעטישע קארידאר וואס האט אלס געשמייכלט צו אים, אבער אצינד געשפיגן פייער פון שרעק, זיינע אויגן האבן זיך געגרייט צו זען דאס ברוטאלסטע און האט זיך טאקע אנטפלעקט פאר אים... א פיס פון א מאנסטארישע שווארצע שאטן איז אויפאמאל ארויסגעשפרינגן צווישן די צובראכענע שויבן ווערנדיג איינגעשלינגן אין די ענדלאזע שווארצקייט וואס האט געהערשט אין די לבנה'לאזע נאכט...
איינער אליין איז ער געשטאנען אינעם כאאטישן צימער וואס אין צענטער ליגט זיין טאטע אין א קאלוזשע פון בלוט... און פון זיין שטאלצע כאראקטער איז געבליבן א געווייקטע שנאץ אין בלוט
ער איז געבליבן שטיין פארגליווערט ווי ער זאל זיך ווען האבן באגעגנט מיטן טייוועל אין א נעסט פון ווירבלנדע שדים.
נאך בלויזע סקונדעס האט ער ארויסגעכאפט די שמאטע פון זיין טאטעס מויל, און מיט צאפלדיגע הענט האסטיג געקלאפט אויף די אומראגירנדע קערפער וואס האט געצייגט צייכנס אז איר גייסט פלאטערט אט ארויס.
זיינע שנירלעך טרערן האבן זיך אריינגעשלענגלט אין די שלויכן פון בלוט, אבער א טויטליכע שווייגעניש איז געווען די רעאקציע.
אין א פארזוך זיך צו אריענטירן, האט ער אין יאגעניש אנגעצונדן די לעקטער, און דאן האט זיך די פולע בילד אנדעקט, טיפע געגרוילטע שניטן זענען געווען אפענע באווייז אויף די שווערד וואס איז געווען און באניץ מיט סאדיזעם און מערדערישקייט, די טייערע מעבל איז געלעגן צאקעליאטשעט און פארניכטעט, און פון יעדע ווינקל האט זיך געשריגן שפירן פון די פאראיבלנדע רציחה.
מיט איילנדע טריט איז ער צוגעלאפן צום טרייבל אבער די אומהיימליכע שטילקייט האט אים געגעבן צו באמערקן די איבערגעריסענע ווייער וואס שלענגלט זיך פון זיין הענט.
מיט א דערשראקענעם געמיט און צעהאקטע אטעם, האט ער צוריקגעשפאנט צו זיין פאטער און דאן אויפגעכאפט אז זיינע ליפן צאנקענען, אין איילעניש האט ער צוגענייגט אן אויער און געהערט די אומקלארע אבער קריטישע ווערטער: "אמיר... אמיר... אמיר כאבדאל..."
ער האט פראבירט צו פארשטיין וואס ער הערט אבער פלוצלינג האבן זיינע אויגן באגעגנט צוויי פונקען פון אויגן ארויסבליקן פון א שווארצע מאסק ביים פענסטער... ער האט געוואלט שרייען פאר שרעק אבער פינעף קאלטע פינגער ביי זיין גענאק האבן אים שטיל געמאכט.

פארזעצונג קומט אי"ה...
לעצט פארראכטן דורך פיש טאפ אום זונטאג מארטש 19, 2023 9:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הערות, קאמפלימענטן, קריטיק, וועט נישט שאטן...
א לייק אויך נישט...
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: א מינוט צום לעבן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

דראמאטיש ביז גאר!!!!

ווארטמער אויפן המשך!
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: א מינוט צום לעבן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

עמעיזינג!
כהאף אז מהעמיר נישט דארפן ווארטן צו לאנג פארן פארזעצונג...
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א מינוט צום לעבן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שרעקעעעדיגגג
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
חושן משפט
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:36 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: א מינוט צום לעבן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושן משפט »

סובסקרייבד
טייערע אידן...
איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין נערווען צו לערנען גמרא ביז איינער האט מיר באלאכטן מיינע אויגן מיט דעם שיעור
929-533-2323
פארגעלערנט בטוב טעם ודעת דורך די מגיד שיעור פה מפיק מרגליות הר"ר הירצקא גרינפעלד שליט"א.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א מינוט צום לעבן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דראמא שרעק און טשילס אויסגעמישט מיט הנאה און פלעזשור!!!

איך ווארן דיר אויב לאזטו אונז הענגען פאר צו לאנג!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

מיין הארץ האט מיטגעליינט מיט מיר...

ווארט מיר אויפן המשך, שנעל
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

גאר דראמטיש שפאנענד ציענד שרעקעדיג מיסטריעז אינטערעסאנט ...

ווען קען מען ערווארטן די קימענדיגע פארזעצונג ?
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

בררררר... דראמאטיש און שרעקעדיג.

ביטע זיי ממשיך ווי שנעלער.

א דאנק פארן מהנה זיין!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה א גיטע פען דאס. שיק איהם א גריס
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

סאלידע שטאף, פיינער שפראך , מיר ווארטען מיט שפאנונג
פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

קאפיטל 'א'

באלטימאר, אמעריקע, 1994 למספ'.

עטליכע זון שטראלן האבן קונצלעך באוויזן איבערצוקומען די זיידענע פורהענג אויפן זעקסטן שטאק פונעם מאסיווע 'גאלד קינג' געביידע שיקנדיג איר ליכטיגקייט אויף די הוילע גלאנציגע קאפ פון 'קארלס לי' א מיטליעריגע מאן מיט גרויע וואנצעס, זיין געזיכט איז געווען הארט אין פארשלאסן אבער דאך האט א דינע שיכט פון שווייס פארראטן זיין אינערליכע פארמאכטקייט, ווייל אין זיינע שווערסטע מצבים האט ער נישט גערירט א מוסקל אויף זיין געזוכט וואס זאל צייגן דאס מינדעסטע פארלוירנקייט, אבער דאס מאל איז געווען אן אויסנאם.

אן אנגעשפאנטע שטימונג האט איינגעהילט דעם צימער און איז בכלל נישט געווען אין איינקלאנג מיט'ן הערליכען בלויע הימל מיט די ציכטיגע ווייסע וואלקענעס און די פייכטע הערבסט ווינטל וואס האט געוויגט די בלעטער צום טאקט, נישט אז מהאט זיך נישט געקימערט דערמיט נאר ס'פשוט נישט באמערקט געווארן.

'מארק' האט פראבירט צוצושטיפן אומבאמערקט א קאווע וואס האט געהאלטן ביים אויסקילן אבער א שיפע בליק פון זיין אויבערהאר האט ספאנטאן צוריקגעשלעפט זיין הענט, גלאצענדיג אויף אן אימבאצייכענטע פונקט אויפן דאך האט קארלס געקלאפט מיט א פעדער נערוועז אויפן טיש, ענדליך איז די ווייזערל פונעם זייגער אנגעקומען צו איר באשטימטע צייט און ער האט זיך געגעבן א הייב אונטער און געריכטעט זיינע טריט צום פורהאנג, זיינע אויגן ברעמען האבן זיך צאמגעצויגן אראפקוקענדיג עטליכע שטאק, מיטאמאל האט ער זיך געגעבן א דריי ארום און בלויז רעאגירט: "מארק, פארלאז דעם צימער ביטע".
א שפראך צו וואס מארק איז נישט געווען געוואוינט אבער די טאן פון זיין שטימע האט אנגעגעבן אז אט גייט עפעס דראמאטיש פארקומען.

פיר מינוט איז פארבייגעקראכן אין א איידעלע קלאפ האט זיך געהערט אויפן טיר, קארלס האט געגעבן א לייכטע טרייסל אבער זיך באלד אריענטירט ווי גארנישט קומט פאר, מיט א שארפע גראדע רוקן און א אנגעשטעלטע שמייכל וואס האט אויפגעדעקט די צוויי פאדערשטע ציינער האט ער שטייטלעך געעפענט די טיר, די אנדערע זייט זענען געשטאנען צוויי פעך שווארצע פארשוינען מיט ברייטע פלייצעס אנגעקליידעט אין געפרעסטע אנצונגען און נישט רעאגירט, קארלס האט פראבירט צו צייגן העפליכקייט אבער ניטאמאל האבן זיי אויפגעדעקט זייער ארויסשטארצענדע ווייסע ציין,

"עטס ווילטס אריינקומען?"

די צוויי פארשוינען האבן ניטאמאל געבלינקט מיט די אויג, און אויסער וואס זייער גרויסע קערפערס האבן שווער געארבעט צו פאמפן אקסיגאן האבן זיי זיך נישט גערירט.

"קומטס שוין אריין דארט... מיין צייט איז צו טייער..."

"אונז זעמיר דיר אויס ווי אידיאטן?! אריינגיין צו דיר דו זאלסט אונז קענען רעקארדירן?!"
קארלס זיכערהייט איז געקומען אונטער אטאקע אבער ער האט נישט געוויזן קיין צייכן פון נאכלאזן זיין שטאלצע כאראקטער.

"איך גיי ענק נישט רעקארדירן, מיר גייען דא ארבעטן צוזאמען.... ניין?"

צוויי פעטע הענט האבן אנגעכאפט זיין פויסט און אין לייכט געשלעפט, קארלס האט פראבירט זיך אפשאקלען אבער נאכן כאפן א בליק אויף די צוויי דיקע צושפרייטע ליפן אין פארעם פון א סאדיסטיש שמייכל האט זיין שטאלץ געהויבן א ווייסע פאן.

"מיר גייען אין קעלער! קארלס, ווייז אונז די וועג..."

די צוויי פארשוינען האבן געצייגט מאנסטארישע זיכערקייט ווי זיי זאלן ווען זיין אקטיארן אין א שפיל.

"כא כא כא... האסט שוין אנגעיאגט צו אינסטאלירן אונטערהער אפאראטן אינעם בוילער?...."

מיט ווייניג געדולד האבן די דריי געווארט אז די עלעוועיטאר זאל ערשיינען, נאך געציילטע סקונדעס האבן זיך די טירן צועפנט און די צוויי פארשוינען האבן אריינגעשפאנט פאראויס, די עלעוועיטאר האט זיך אראפגערוקט שטאקן, מיטאמאל איז א ביקס ארויספאלן פון איינע פון די צוויי פארשוינען, ס'האט געזאלט אויסזען נאטורליך אבער אפילו א נאר וואלט באמערקט די פאלשקייט אונטער דעם...

די טירן האבן זיך אטאמאטיש געעפענט צוויי שטאק אונטער די ערד צו א האלב באלאכטענע קארידאר מיט ציגלנע ווענט. קארלס האט פראבירט אפירצוזוכען די צימער מיט די ווייניגסטע רערן וואס הענגן פון דאך, אבער די צוויי האבן געהייט אנדערע פלענער...

א שמאלע בלעך מיט'ן אויפשריפט 'בוילער' איז געווען די טיר צו ווי זיי האבן געצילט, מיט א לייכטע קריץ האט זיך די טיר שווער גערירט.

"קום אריין קארלס!"
הערות, קאמפלימענטן, קריטיק, וועט נישט שאטן...
א לייק אויך נישט...
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

פיש טאפ האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:13 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ביסטעך ממש א גיטע שרייבער!
בקע לגלגולת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

מענדל וועבער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:19 pm

ער איז טאקע א גוטע שרייבער אבער וואס איז מיט דיר געלאזט הענגען אינמיטן עס איז נישט שיין...
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן

בקע לגלגולת האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:30 pm

המממממ עמיר נאך צרוק קומען איין טאג!
בקע לגלגולת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

מענדל וועבער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:41 pm
בקע לגלגולת האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:30 pm
מענדל וועבער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:19 pm
פיש טאפ האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:13 pm
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ביסטעך ממש א גיטע שרייבער!
ער איז טאקע א גוטע שרייבער אבער וואס איז מיט דיר געלאזט הענגען אינמיטן עס איז נישט שיין...
המממממ עמיר נאך צרוק קומען איין טאג!
דא איז נישט דאס מקום אבער טריי שטארק עס איז ווייטאגליך...
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

ערעב פיש טאפ עס וואלט געווען א גוטע זאך צו מאכן א באשטימטע צייט ווען איר גייט ווייטער!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
הענטעלע
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:57 pm

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענטעלע »

מאסיווע שריפט און א רייך ציענדיגע פעדער..
ס'דא א גרויסע חילוק צווישן א ראדני זיץ און א ראדני זיצער.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

Wow
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

מאסיוו!! גאר דראמאטיש געשריבן מיט א רייכע שפראך!

איך בין נייגעריג אויב די ווייסט שוין די ענדע פון די מעשה אדער די באקסט עס בשעת די שרייבסט?
מיט א רואיגקייט
פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

אומר אני האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:32 am
מאסיוו!! גאר דראמאטיש געשריבן מיט א רייכע שפראך!

איך בין נייגעריג אויב די ווייסט שוין די ענדע פון די מעשה אדער די באקסט עס בשעת די שרייבסט?
אנטשולדיג פארן זיין שפעט. ב"ה מען איז טריד מיט גוטע זאכן.

די געשיכטע האב איך שוין געבויעט, מען שרייבט ווען מען האט צייט, עס קומט צו, .מען נעמט אראפ, אבער די מעשה איז שוין דא.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 10:16 pm
;l;p- ;l;p- ;l;p-

ערעב פיש טאפ עס וואלט געווען א גוטע זאך צו מאכן א באשטימטע צייט ווען איר גייט ווייטער!!
אויב פראבירט מען צו גיין אויף א צייט וועט עס זיין שפעט,

ווען מהאט צייט שרייבט מען, אין ווען עס איז פארטיג לייגט מען ארויף...

אין א הערצליכע דאנק פאר אלע באדאנקערס, עס געט מוט צו אנגיין ווייטער...
הערות, קאמפלימענטן, קריטיק, וועט נישט שאטן...
א לייק אויך נישט...
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אז די ביסט שוין יא דא... ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג??
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:01 pm
אז די ביסט שוין יא דא... ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג??
האפענטליך אויף זוך המועד

פיש טאפ האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 8:16 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:01 pm
אז די ביסט שוין יא דא... ווען קומט די נעקסטע פארזעצונג??
האפענטליך אויף זוך המועד
העמער ווארטן אויף די שפיץ בענקל!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

Re: א מינוט צום לעבן... *פארזעצונג*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

די גערוך אינע בוילער איז בכלל נישט געווען אנגענעם, אייגנטליך איז עס געווען דערשטיקנד און פארשטויבט, אבער שטיין אינאיינעם צאמגעפרעסט מיט צוויי מאנסטארישע טינקלע פארשוינען אין א האלב באלאכטנע בוילער וואס הייסע לופט צו אטעמען קומט נאר פון די מיילער פון אט די צוויי, האט געשטעלט אין שאטן די אלע אומאנגענעמליכקייטן, קארלס האט פראבירט איינצוקווארטירן זיין דערשראקן קערפער ביים ווינקל פונעם בוילער אבער זיין דורכגעפאלענע פרואוו האט בלויז צושטערט א רייע נעצן פון שפין געוועב.

"ווען איז די קומנדיגע מאל וואס די רייזט אפ קיין קאנדאפי?!"

קארלס האט נישט רעגירט צו די מער העכערע מאן וואס האט אים פארגעווארפן די פראגע. ניטאמאל האט ער באגעגנט יענעמס אויגן.

"אייגנטליך דארפסטו נישט ענטפערן, ווייל מיר וועלן אויסשטעלן די פלענער פאר דיר..."

דער פארשוין'ס בערישע שטימע מיטן נידריגע דראענדע טאן האט טיף אריינגעשניטן אין קארלס אהערשטעלנדע כאראקטער אין וואס ער האט אינוועסטירט יארן, ווי א קינד אינעם מנהל'ס אפיס איז אצינד געווען זיין איינדרוק, אבער דאסמאל האט דער פארשוין אריבערגעטרעטן די רויטע ליניע מיט שפאנענדע טריט, אין קארלס איז אריינגעפאלן אין פארצווייפלטע אויסברוך:

"געמיינע טעראריסטן!! עטס שלעפטס מיר אראפ אין בוילער און טיילטס מיר איין וואס צו טוהן? בין איך משוגע?!"

א לייכטע שמייכל אויפן פארשוין'ס געזיכט מיט די צוויי הענט אין טאש האט אים געגעבן צו שפירן ווי א נאריש אינגל וואס ווארפט א טענטראם, אבער דאך האט ער באשלאסן אז דאס איז די איינציגסטע אויסוועג.

"עטס ווייסט ווער איך בין?! גאנץ קאנדאפי האב איך ביים קארג! מיין געלט קען ענק דערטרענקען טויזענטער פוס!!
און 'מיר' סטראשעט עטס?!!..."

די צוויי פארשוינען האבן אויס געטוישט שפייסיגע בליקן צווישן זיך ארויסגעבנדיג א מילדע לאך.

"ווייסט עטס וואס ? כ'ברענג ענק די פאפירן... און עטס ווארטס דא..."

קארלס פלוצלימדיגע רואיגע דיפלאמאטישקייט האט אנגעצינדן א רויט לעמפל אבער דאך האט עס דער הויכער מאן איגנארירט, רעאגירנדיג מיט זיין צינישקייט "נו ברענג..."

קארלס האט ארויסגעשפאנט מיט א קענטליכע ציטער זיך נישט ארומדרייענדיג די קאפ, ער האט אויסגעזעהן גאר פארדעכטיגט, אומנאטירלך, אבער די צווי פארשוינען האבן זיך נישט געקימערט.
קארלס איז ארויס פון די ענגע צימער און צוגעהאקט די טיר מיט כעס... דער הויכער מאן איז צוגעלאפן צום פארמאעטע טיר און פראבירט צו עפענען, אבער קלאנגען פון א שלאס וואס פארעט זיך צו פארשליסן האט אים געגעבן צו פארשטיין אז זיי זענען פארכאפט אין א פאסטאקע...

קארלס איז דורכגעלאפן די רויע קארידאר ווי אין א שווארצע חלום, די צאנקעדיגע לעקטערס האבן געווארפן אויף אים א גרויזאמע שיין, ער האט געשפירט ווי ער לויפט אריבער ווילד באוואקסנע מענטשן פרעסער וואס בלוט רינט זיי פין די ציין... ער האט ערוואטערט צו הערן פארצווייפלטע געהאקערייען אויפן טיר, אבער א דראמאטישע שווייגעניש האט אים באגלייט.
פארוואס?

ער איז ווייטער אקטיוו ארויפגעלאפן די טרעפ מיט אומפעט, אריינגעשפאנט און זיין אפיס און זיך אראפגעזעצט אויפן פאטעל מיט קראפט, מיט א שנעלע אטעם האט ער באפרייט א קנויל נערוועזע לופט פון זיין לונגען... דאן האט ער זיך געכאפט, א רגע, ווער האט זיי אינפארמירט אז די איינציגסטע צימער אין דעם געביידע וואס איז נישט אונטער די זיכערהייט - קעמרעס איז די בוילער? האבן זיי זיך בלויז פארגעשטעלט? אדער עמיצער פון אינעוויניג ארבעט מיט מיט זיי? און אויב יא, ווער?
עפעס א טייוולאנישע שאטן פאלגט אים נאך.
הערות, קאמפלימענטן, קריטיק, וועט נישט שאטן...
א לייק אויך נישט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”