וואו איז דער לוי...?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

וואו איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

לוי...
לוי?
לוי???
אין כן לוי יעמוד ר'....

זאלעך אויסזאגן א סוד, איך בין א לוי, אין איך דאווען אין די מנין,
נאר פארוואס רופט די גבאי אויס אין כן לוי?
פשוט ווייל איך האב ארויסגעפיצט פונעם מנין גראד פארן ליינען,

נישט פאר שלעכטיגקייט,
נישט ווייל איך בין א ליידיגער,
אין נישט ווייל איך יאג מיך.

נאר משום מעשה שהיה....

א שיינע מאנטאג צופרי ביים דאווענען, איך שטעל מיר כמנהגי ביים וואונקל אין כשטעל מיר דאווענען מיט אן התלהבות,
קומט צום ליינען א קליין בחור'ל כאפט דאס בעל קורא'שאפט, זיין רבי האט אים אויסגעלערענט די טראפן, ער קען עס אין פארטיג,
די מסדר מנינים קומט אריין פארקויפן די עליות, די ליינען גייט ווי געשמירט, ס'עולה כהן,
ס'קומט צו לוי,
די גבאי שרייט אויס "לוי?"
איך טרעף דא א געלעגענהייט צו עולה זיין אומזינסט ווען איינער האט אפגעקויפט די עליות פאר גוט געלט, איך הייב אן שפאצירן צום באלעמער זיגרייך, אבער נאך איידער איך צום אן צום ספר תורה הער איך שוין א ברכו את ה' המבורך פון א צווייטן....

בושות....

איך דריי מיך צוריק רויטערהייט צו מיין פלאץ, צו די אויגן פון מיינע שכנים וואס האבן גענימען די מיה מיך צו שוינען...

די נעקסטע דאנערשטאג ביים ליינען האביך שוין תיכף ביים דערהערן דעם "לוי?" פונעם גבאי זיך געגעבן אזא ברים הויעך אז די גבאי זאל באמערקן אין מיך געבן דעם עלי', א האלבע מנין דרייט זיך אויס, אה! סאיז דא א לוי,
אבער צו מיין מזל האט זיך ווידעראמאל א עלטערע איד צוגעריקט אין עולה געווען לוי אנשטאטס מיך, יעדער קוקט מיך אן מיט רחמנות, אין פארשאפט מיר גרעסערע בושות....

די נעקסטע מאל האב איך באשלאסן אז כ'וועל בלייבן אויף מיין ארט ביז כ'זעי אז סאיז טאקע נישטא קיין איין לוי, אין דעמאלטס צוגיין,
כך הווה,
"לוי..." זוכט די גבאי,
איך בלייב שטיין,
"לוי?" פראבירט ער א צווייטע מאל,
ביים דריטען מאל האט ער שוין אויסגערופן 'כהן במקום לוי'...

איך ווייס נישט צו איך האב סתם פארפאסט אן עלי', צו וועגן מיך האט מען דא עובר געווען אויף א מצוה, אבער ווייטער האב איך דורכגעפאלן....

צום אנדערע מאל האב איך באשלאסן, זאל זיין וואס זאל זיין איך גיי נישט צו ביז כבין זיכער אז כבין די איינציגסטע לוי...
שטייט טאקע די גבאי אין שרייט לוי....לוי...
זעענדיג אז קיינער גייט נישט צו, וואק איך מיט זיכערע טריט צו צום ספר תורה, ווען א נערוועזע זיידע דארט הייבט זיך זיין אויסגעריבענע צינגל אויף מיר "דו קליין קינד! אזוי פיל דארף מען זיך בעטן ביי דיר צו זיך אנרופן! פאסט דיך נישט צו קומען עולה זיין?! ...היינטיגע יונגווארג..."

שטייענדיג ביים תורה האב איך מיר פארנימען מער נישט צו זיין אין ביהמ"ד ביים ליינען....

-אין טאקע וועגן דעם זוכט יעצט די גבאי א לוי אין ער טרעפט נישט....

וואס זאג איך אייך דאס?
פשוט אז ווען איר זעט ווי איינער לויפט ארויס ביים ליינען זאלט איר וויסן אז ער איז נישט ממש א ליידיגגייער....

נעווער מיינד,
לא לוי אני, ולא בן לוי אני.
כקוק נאר צו וואס א לוי גייט אלס דורך....

אויב בין איך נישט גערעכט צו איך צוריק....
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

משפטים האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 4:12 pm

100% גערעכט
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך שטעל זיך פאר האסט עס געשריבען צו זיין הומאריסטיש. אבער אויב עס איז ערנסט, טרייבסטו היבש איבער. איך בין שוין ב"ה א לוי גדול באלד דרייסיג יאר, און עס האט מיך נישט פארשאפט קיין בעזונדערע שוועריגקייט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס זעט אזוי אויס יעדע שני וחמישי, דער גבאי שרייעט "כהן", ער קוקט אהער און קוקט אהין... נאך צוויי מינוט, איינער פון די אנדערע עק בית המדרש קוקט ארויס פון די גלעזער ווען מ'פרעגט אים "כהן?", ער געט אזא האלבע שאקל אויף יא, און מ'ווייזט אים מיט די הענט בשעת דער גבאי שרייט שוין אביסל אומגעדולדיג "יעמוד ר'..." ער שלייכט זיך צו אזוי שעמעדיג און פליסטערט אריין שמו ושם אביו צום גבאי אין אויער וואס רופט אויס "יעקב אברהם בן ר' ישראל צבי הכהן" ער געט אזא מאך מיט די הענט "ישראל זאב!", דער גבאי לאזט זיך פאררעכטן "ישראל זאב הכהן"....

איך אלץ זר (אזוי רופט דער תורה אן איינער וואס איז נישט קיין כהן אדער לוי, נישט אזוי?) וואונדער זיך אייביג, פארוואס שטייען נישט די כהנים און לויים גלייך נעבן באלעמער פארן ליינען...

אדער לכל הפחות זאלן זיי זיך שטעלן נאנט צום באלעמער...

וואס פארשטייט א זר?...
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

אנעים זמירות האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 4:56 pm
איך שטעל זיך פאר האסט עס געשריבען צו זיין הומאריסטיש. אבער אויב עס איז ערנסט, טרייבסטו היבש איבער. איך בין שוין ב"ה א לוי גדול באלד דרייסיג יאר, און עס האט מיך נישט פארשאפט קיין בעזונדערע שוועריגקייט.
מקורות איבער דעם קומט פון א בחורל וואס האט זיך צו מיר אפגערעדט ווי נערוועז סמאכט אים די עולה זיין....
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

נעה, האסט געדארפט אזוי שרייבען באלד פון אנפאנג. ס'דא אסאך זאכען וואס מאכען נערוועז בחור'לעך, ובפרט ווען מ'מאכט זיי דעם צענטער פון אטענשאן.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

אנעים זמירות האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 5:38 pm
נעה, האסט געדארפט אזוי שרייבען באלד פון אנפאנג. ס'דא אסאך זאכען וואס מאכען נערוועז בחור'לעך, ובפרט ווען מ'מאכט זיי דעם צענטער פון אטענשאן.
בינעך דאך נישט קיין לוי, האבעך געשריבן צו זען צו סאיז אמת...
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
קעניג פון אפסטעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 2:24 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניג פון אפסטעיט »

נברא האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 5:06 pm
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס זעט אזוי אויס יעדע שני וחמישי, דער גבאי שרייעט "כהן", ער קוקט אהער און קוקט אהין... נאך צוויי מינוט, איינער פון די אנדערע עק בית המדרש קוקט ארויס פון די גלעזער ווען מ'פרעגט אים "כהן?", ער געט אזא האלבע שאקל אויף יא, און מ'ווייזט אים מיט די הענט בשעת דער גבאי שרייט שוין אביסל אומגעדולדיג "יעמוד ר'..." ער שלייכט זיך צו אזוי שעמעדיג און פליסטערט אריין שמו ושם אביו צום גבאי אין אויער וואס רופט אויס "יעקב אברהם בן ר' ישראל צבי הכהן" ער געט אזא מאך מיט די הענט "ישראל זאב!", דער גבאי לאזט זיך פאררעכטן "ישראל זאב הכהן"....

איך אלץ זר (אזוי רופט דער תורה אן איינער וואס איז נישט קיין כהן אדער לוי, נישט אזוי?) וואונדער זיך אייביג, פארוואס שטייען נישט די כהנים און לויים גלייך נעבן באלעמער פארן ליינען...

אדער לכל הפחות זאלן זיי זיך שטעלן נאנט צום באלעמער...

וואס פארשטייט א זר?...
לייק פאר די זרות
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

דערמאן איך מיר א ווערטל .

געווען א איד סהאט זיך עהם פארשמעקט צי קענען עולה זיין כסדר אמזיסט
האט ער זיך איבערגעצויגן אין א נייע שטאט אלס כהן.
די זאך איז געפארן געשמירט יעדע שני וחמישי עולה געווען כהן סאיז געווען ממש א מחי'

קימט ער ארויף אויף יענע וועלט אין מעהייבט עהם אן אריינצישמייסן מלקות אויף יעדעס מאל ער האט עולה געווען כהן .

ווען מענדיגט דאס גאנצע רונדע פין מלקות לייגט מען עם איבער א צווייטער מאל אין מעהייבט אן א צווייטע רונדע מלקות
פרעגט ער וואס איז דאס ???
זאגט מען עם אז דאס איז פאר די אלע מאל וואס די האסט עולה געווען

כהן במקום לוי ...
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
אבליגה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 7:51 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבליגה »

100 פראצענט גערעכט אונז גיימיר דאס אריבער יעדע שני וחמישי.
און פאר הרב @אנעים זמירות מסתמא דאוונ'ט איר מיט א קביעות'דיגער מנין און דער גבאי קען אייך שוין אלס לוי, משא"כ די וואס דאווענען אין די שטיבלעך (ליין:חצות מנין)
"אלע זענען גאר חשוב"
(כ"ק אדמו'ר מלעלוב ב"פ שליט"א)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שוין אן אלטע זאך.. בימי עזרא האבן שוין די לויים נישט געוואלט עולה זיין..

מ'האט זיי טאקע דעמאלטס גע'קנס'ט צו געבן מעשר פארן כהן במקום לוי..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

להלכה דארף בכלל דער כהן אדער לוי ארויפגיין עולה זיין אויב מען האט נישט אויסגעריפן זיין נאמען?
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ד"א, געהערט אמאל אז הגה"צ וואדיסלאווער רב זצ"ל אלס יונגערמאן האט ער געלערנט מיט א חברותא די הלכה אז אויב עס איז נישטדא קיין לוי רופט מען אויס דעם כהן במקום לוי, האט ער זיך געווינדערט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אז מ' טוט דאס

ביז ווען ער האט געכאפט אז ווען ער איז דארט איז דא א לוי אין ביהמ"ד
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מ'טראכט, ''יוי, יעדער האט געזען, געהערט, געטראכט, ווי מאדנע איך פיר מיר אויך...! ווער ווייסט צו כ'וועל נאך קענען א שידוך טוהן מיט די קינדער...''

רעב יוד, ס'איז אקעי צו מיינען אז מ'האט דיר געמיינט.

קיינער קוקט דיר נישט אראפ. אלץ פארט ווייטער. יעדער גייט עסן פרישטיג היינט און יעדער גייט אנקומען צו די ארבעט. די וועלט האט זיך נישט געענדיגט.

כ'רעד ווייל כ'האב אויך אמאל געמיינט אזוי.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

מען גייט צו אביסלע נענטער פארן ליינען צום בימה און מען מאכט נישט א מצב פון יעדע קלייניקייט..
באטשי
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

משפטים האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 4:12 pm
לוי...
לוי?
לוי???
אין כן לוי יעמוד ר'....

זאלעך אויסזאגן א סוד, איך בין א לוי, אין איך דאווען אין די מנין,
נאר פארוואס רופט די גבאי אויס אין כן לוי?
פשוט ווייל איך האב ארויסגעפיצט פונעם מנין גראד פארן ליינען,

נישט פאר שלעכטיגקייט,
נישט ווייל איך בין א ליידיגער,
אין נישט ווייל איך יאג מיך.

נאר משום מעשה שהיה....

א שיינע מאנטאג צופרי ביים דאווענען, איך שטעל מיר כמנהגי ביים וואונקל אין כשטעל מיר דאווענען מיט אן התלהבות,
קומט צום ליינען א קליין בחור'ל כאפט דאס בעל קורא'שאפט, זיין רבי האט אים אויסגעלערענט די טראפן, ער קען עס אין פארטיג,
די מסדר מנינים קומט אריין פארקויפן די עליות, די ליינען גייט ווי געשמירט, ס'עולה כהן,
ס'קומט צו לוי,
די גבאי שרייט אויס "לוי?"
איך טרעף דא א געלעגענהייט צו עולה זיין אומזינסט ווען איינער האט אפגעקויפט די עליות פאר גוט געלט, איך הייב אן שפאצירן צום באלעמער זיגרייך, אבער נאך איידער איך צום אן צום ספר תורה הער איך שוין א ברכו את ה' המבורך פון א צווייטן....

בושות....

איך דריי מיך צוריק רויטערהייט צו מיין פלאץ, צו די אויגן פון מיינע שכנים וואס האבן גענימען די מיה מיך צו שוינען...

די נעקסטע דאנערשטאג ביים ליינען האביך שוין תיכף ביים דערהערן דעם "לוי?" פונעם גבאי זיך געגעבן אזא ברים הויעך אז די גבאי זאל באמערקן אין מיך געבן דעם עלי', א האלבע מנין דרייט זיך אויס, אה! סאיז דא א לוי,
אבער צו מיין מזל האט זיך ווידעראמאל א עלטערע איד צוגעריקט אין עולה געווען לוי אנשטאטס מיך, יעדער קוקט מיך אן מיט רחמנות, אין פארשאפט מיר גרעסערע בושות....

די נעקסטע מאל האב איך באשלאסן אז כ'וועל בלייבן אויף מיין ארט ביז כ'זעי אז סאיז טאקע נישטא קיין איין לוי, אין דעמאלטס צוגיין,
כך הווה,
"לוי..." זוכט די גבאי,
איך בלייב שטיין,
"לוי?" פראבירט ער א צווייטע מאל,
ביים דריטען מאל האט ער שוין אויסגערופן 'כהן במקום לוי'...

איך ווייס נישט צו איך האב סתם פארפאסט אן עלי', צו וועגן מיך האט מען דא עובר געווען אויף א מצוה, אבער ווייטער האב איך דורכגעפאלן....

צום אנדערע מאל האב איך באשלאסן, זאל זיין וואס זאל זיין איך גיי נישט צו ביז כבין זיכער אז כבין די איינציגסטע לוי...
שטייט טאקע די גבאי אין שרייט לוי....לוי...
זעענדיג אז קיינער גייט נישט צו, וואק איך מיט זיכערע טריט צו צום ספר תורה, ווען א נערוועזע זיידע דארט הייבט זיך זיין אויסגעריבענע צינגל אויף מיר "דו קליין קינד! אזוי פיל דארף מען זיך בעטן ביי דיר צו זיך אנרופן! פאסט דיך נישט צו קומען עולה זיין?! ...היינטיגע יונגווארג..."

שטייענדיג ביים תורה האב איך מיר פארנימען מער נישט צו זיין אין ביהמ"ד ביים ליינען....

-אין טאקע וועגן דעם זוכט יעצט די גבאי א לוי אין ער טרעפט נישט....

וואס זאג איך אייך דאס?
פשוט אז ווען איר זעט ווי איינער לויפט ארויס ביים ליינען זאלט איר וויסן אז ער איז נישט ממש א ליידיגגייער....

נעווער מיינד,
לא לוי אני, ולא בן לוי אני.
כקוק נאר צו וואס א לוי גייט אלס דורך....

אויב בין איך נישט גערעכט צו איך צוריק....
איך ווייס נישט פונקטליך וואס און ווען אבער וואס איז זיכער איז אז די האסט א פיינע פענע !
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גיי צו פשטא, ווער דו די בעל קורא, און פטור'נ'עסק.
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

כ'געב דיר א לייק אלס לוי. (אופס גילוי...)
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

משפטים האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 4:12 pm
לוי...
לוי?
לוי???
אין כן לוי יעמוד ר'....

זאלעך אויסזאגן א סוד, איך בין א לוי, אין איך דאווען אין די מנין,
נאר פארוואס רופט די גבאי אויס אין כן לוי?
פשוט ווייל איך האב ארויסגעפיצט פונעם מנין גראד פארן ליינען,
א קליינע פראגע, דו האלטסט אז אויב איז דיר באשערט בזיונות וועסטו באווייזן זיך ארויסצודרייען דערפון דורכ'ן ארויסלויפן פארן ליינען?

אני הקטן בין א ישראל (די עולם איז זיך מגלה היינט...) און איך דארף באצאלן מיינע בזיונות אויף אנדערע פלעצער.
א פעני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:03 pm

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פעני »

צביירושלים האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 3:31 pm
מען גייט צו אביסלע נענטער פארן ליינען צום בימה און מען מאכט נישט א מצב פון יעדע קלייניקייט..
באטשי
לכאורה ביסטו א ישראל און ווען דיין חבר קויפט די מצוות קוקסטו אין סידור ער זאל נישט טראכטן אז דו ווארטסט אויף כבוד, איא?
דער לוי האט אויך נישט ליב צו ארויסשטארן אלס אן עלי' ליבהאבער
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: וואו איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

משפטים האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 4:12 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווען קומסטו מיטן כהן ?
ווען מען זיכט א שישי ריפסטעך יא אן????
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ווי איז דער לוי...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אנעים זמירות האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 4:56 pm
איך שטעל זיך פאר האסט עס געשריבען צו זיין הומאריסטיש. אבער אויב עס איז ערנסט, טרייבסטו היבש איבער. איך בין שוין ב"ה א לוי גדול באלד דרייסיג יאר, און עס האט מיך נישט פארשאפט קיין בעזונדערע שוועריגקייט.
איך שטעל זיך פאר אז דיין תגובה איז אויך הומאריסטיש... דו ביסט שוין דא אויפ'ן וועלט 10 יאר און דו ביסט פון די געציילטע ניקים וואס האבן קיין שום פראבלעם מיט גילוי..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”