אין איך שפיר פאר א חוב, ארויס ברענגן מיינע געפילן לרוב, איבער דער מקום וואס איז אוועק געשטעלט, מיטן נאמען אייוועלט, מיט דברי חרוזין ארויסברענגן, מיינט התרגשות אין געפילן צו אנשטרענגען, וזה החלי בסייעתא דשמיא, קה רבון עלם ועלמיא... דער מזמור לתודה וועט זיין א ברכת יישר כח ברבים צו ארויס געבן, אין מיין ארימע ארטיקל פאר היינט דאס איז מיין שטרעבן....
מיט אפאר ווערטער אויסשמועסן, דאס הארץ אויסגיסן.
לאמיר אביסלע מתבונן זיין, אין צו געבן צו פארשטיין
פון ווען איך האב געלאנדעט דא, אין א מזל'דיגע שעה
שוין צענדליכע יארן, קומט מיר ארויף אויף די זכרון
אז מען קוקט אויף צוריק, געט מען א קוק
וואס איז מיין ציל געוועהן, אז כ'זאל דא דער וועלטל זעהן...
וירא כה וכה, איז דער אמת אזוי
כ'בין א חובב היסטורי' דברים ישנים ועתיקים, פין אלטע זאכן חסידים וצדיקים
אין די אלע יוצאי חלציהם, דער יוחסין הצדיקים ותוצאיהם..
זיכענדיג פארשידענע זאכן ביי גוגל הדור, האט מיר דער רבש"ע געגעבן א לעכטיגע אור
וואס הייסט אייוועלט, א כשר'ע וועבסייט אהערגעשטעלט
האב איך ארום שפאצירט דא אין דארט, נאך ביי די אלטע געווארדיע פון אלטן סארט
האב איך געזעהן א געוואלד, דער וועלטל מיטן הערליכן געשטאלט
אזא ריינע פלאץ אפגהיטן, ראטעוועט פונעם טיעפן אפגערונטען
צווישן דער ימ'ען פין דער מבול הזידונים, א פחד איום אין דער עולם התחתונים
א בחי' פין תיבת נח, מלא טעם ריח ניחוח
האב איך באשלאסן מיט א שטארקן אופן קבועה, אז פה אשב כי איוותי'ה
דא וועל איך מיר באשיצן, נאר מיט דעם זיך באניצן
ערגעץ אנדערש נישט באזיכן, קיין שום פלאץ נישט ארום קריכן..
מאת ד' היתה זאת, ממילא איז דער זכותים זייער גרויס.
געדענקן מיר נאך דער אלטע חבריא, דער אלטע געווארדיע
מיטן אלטן טעם, געוועהן שבת אחים גם.
מיט א מורא'דיגע ברידערלעכקייט, געוועהן בתוקפה דער שיינקייט
אין האב איך נאך זוכה געוועהן, דער אלטע דור צו זעהן
שפעטער איז טאקע שוין נישט דער זעלבע טעם, נישט מיטן אלטן פלאם
אבער דאך כולם אהובים, טייערע חשובע יונגעלייט רעים וחביבים
יעדער געט צו צום וועלט, מיט זיין טעם אויסגעוועלט
מיט דעם דערגרייכונג וויל דאנקען אין לויבן, דער פין אויבן
אנצוקומען צו א ערליכן פלאץ, וואס דער ערך האט נישט קיין שאץ
צו זיין אפגעהיטן מיט א שמירה, בלייבן מיטן יודישן צורה
אייוועלט א פלאץ פאר ערליכע אידן, אייוועלט א פלאץ וואס יעדער איז צופרידן
אייוועלט א פלאץ פיל מיט תוכן אין געשמאק, אייוועלט א פלאץ פון א קנאק
אייוועלט פארמאגט שטארקע סחורה, אייוועלט איז ממש א מקום אורה
אייוועלט האט אלעס דברים עתיקים, ידיעות התורה סיפורים צדיקים
אייוועלט איז א מקום פין פארברענגן אינאיינעם, אייוועלט בארעדט מען נישט קיינעם
יותר ממה שאמרנו כאן, קען מען רעדן גאר אסאך א לאנגע זמן...
אין יישר כח, זאגן מיר הויעך
דער גרינדער'ס זכותים זענען גרויס, משמים וועט מען זיי באצאלן מיט ברכות אויף א כוס
על כוס יין , א פילע כוס פין ישועות זאל זיין
ונאמר אמן ואמן