וואס איז ראסיסזעם??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

ברוכים הבאים!

היות ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען כמה פעמים צו זיין פארמישט אין דעי וויכיח, וואס איז די גדר פון ראסיסזעם, און וואס גייט יא אריין אין דעם כלל און וואס נישט, האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן,

וואס א ראסיסט מיינט ווייסט יעדער, איינער וואס האט פיינט א מענטש צוליב זיין ראסע, נישט ווייל ער פערזענליך האט דיר עפעס שלעכטס געטוהן, נאר וועגן זיי ראסע צו זאל עס זיין ווייל ער איז א איד, אדער להבדיל שווארץ, טשייניס אפריקאנער אא''וו,

יעצט לענ''ד איז דא צוויי חלקים אין ראסיסזעם וואס מ'דארף אפטיילן איינס פונעם צווייטן,
די ערשטע איז צוזאמשטעלן א גרופע מענטשן געבויעט לויט זייער ראסע, לאמיר נעמען א משל אידן, ווען איינער ליינט אן ארטיקל אין די ניו יארק טיימס איבער אידן דא אין ניו יארק, אז זיי זענען גרויסע גנבים און גנב'נען שווערע געלטער פון די רעגירונג, און ער קויפט עס אפ אלס אמת,
און לכבוד דעם ווען ער טרעפט א איד אין טעקסעס גייט ער איהם אנקוקן ווי גנב, דער איז א ראסיסט!

אדער איינער וואס האט א שלעכטע עקספריענס מיט זיינע טענענטס שחורים, און צוליב דעם גייט ער אנקוקן די נעקסטע שחור וואס קומט דינגען ביי אים, מיט א שלעכטע אויג, דעיס איז ראסיסזעם,

נאכדעם איז דא א צווייטע חלק אין ראסיסזעם, דאס איז איינער וואס האט פיינט א געוויסע ראסע על לא עול בכפם, זיי האבן אים גארנישט שלעכטס געטוהן, קיינער האט פון אים גארנישט אוועקגענומען, פשוט ער האט זיי פיינט ווייל זיי זענען א אנדערע ראסע פון אים,

יעצט, די ערשטע חלק פון ראסיסזעם איז א פאקט!! ס'איז א טבע וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אין די בריאה, און ס'איז נישט דא וואס צו טוהן אקעגן דעם, יעדע נארמאלע מענטש גייט ביי זיך אין מח אריינלייגן אלע מענטשן פון איין ראסע אין א כלל, נישט קיין חילוק צו ער האט שוין אמאל געהאט א שייכות מיט אים צו ער וואוינט פינעף טויזענט מייל ווייט פון אים,
פונקט אזוי ווי א חסיד וואס האט געהאט א בעד עקספריענס מיט א ליטוואק גייט פון היינט און ווייטער האבן אזא בליק אויף אלע ליטאים, אזוי איז עס מיט יעדע סעקטע מענטשן אויף דעי וועלט,
פונקט אזוי ווי אונזערע זיידעס האבן פיינט געהאט יעדע דייטש שנאת מות, אפי' ער איז געבוירן סאך נאך די מלחמה, אזוי איז עס מיט יעדע ראסע וואס איז נאר דא, ווייל אזוי ארבעט א מענטש'ס מח!

יעצט נישט אז צוליב דעם איז מותר צו טוהן עפעס למעשה אדער צו רעדן אויף א געוויסע ראסע ווייל דו האסט פיינט אדער געהאט א מחלוקה מיט איינעם פון דעי ראסע, אבער וואס די מח טראכט קעמען נישט אפשטעלן,
קענסט נישט זאגן פארן מענטש, טראכט נישט אזוי איבער אים ווייל ער האט גארנישט מיט יענעם וועם דו קענסט, ווייל א מח טראכט פון זיך אליין מ'קען עס נישט אפשטעלן,
נארוואס יא קענסט אים זאגן ביסט נישט בארעכטיגט אים צו זאגן א ווארט אדער טוהן עפעס ווייל ער איז גארנישט שולדיג אז ער באלאנגט צו דעי ראסע,

צו וואס איך וויל צוקומען איז צו די לעצטע שמועס איבער דעם ענין וואס מאנכע האבן געזאגט אז אין JFK עירפארט שטעלט מען כסדר אפ ארץ ישראל'דיגע אידן זיי אויסצוטשעקן אויב זיי טראגן ארויס מער קעש ווי ערלויבט, היות זיי טראגן מיט זיך געווענליך אסאך קעש,

איך פאר מיר האלט אז ס'איז נישט אמת, אבער לאמיר זאגן אז יא, איז דעיס ראסיסזעם? לכאורה יא,
אבער איז עס ראסיסזעם וואס איז א פארברעך? לכאורה נישט!
פארוואס? ווייל דעי מענטשן דארט זענען געשטעלט צו זיכען אט דאס, צו מענטשן טראגן ארויס מיט זיך מער קעש ווי ערלויבט געזעצליך, יעצט אויב זעהן זיי אפאר מאל אז ארץ ישראל'דיגע אידן טראגן מיט זיך מער קעש, איז עס נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלן האלטן אן עינה פקיחה אויף דעי מענטשן,
און די אפטייטש פון ווארט איז עס ראסיסזעם? יא ווייל די שטעלסט אים אפ צוליב זיין ראסע, אבער איז עס נישט גערעכט? כ'מיין אז יא!

לאמיר מאכן א משל ס'זאל זיך מאכן א מאדנע מציאות מענטשן וואס הינקענען גייען אנהייבן שיסן מענטשן אויפן גאס יעדע שני וחמישי, איז אויב גייט מען אנהייבן מער דורכקוקן הינקעדיגע מענטשן אויב זיי טראגן וואפן מיט זיך, איז עס א פארברעך? זיכער אז נישט!
די זעלבע איז מיט דעם ארץ ישראל'דיגע איד,

און דעי כלל איז נוגע נאך אסאך פלעצער,
ווען מדינת ישראל מאכט שטרענגערע סיקיורעטי געזעצן פאר אראבער ווערן זיי כסדר באשולדיגט אלס ראסיסטן, אבער ווי געזאגט פריער איז עס נישט קיין שום פראבלעם, די וועלט האט נישט קיין קיום אנדערש,

ווען טראמפ האט פארמאכט די גרעניצן פאר מענטשן פון זיבן לענדער וואס פראדוצירן אסאך טעראריסטן, איז ער פארשטייטצך בא'שגץ'ט געווארן אלס ראסיסט, אבער ס'איז נישט ריכטיג,

פונקט אזוי ווי יעדער פארשטייט אז ווען דו שפאצירטס צווייע ביינאכט אויפן גאס און ס'קומט דיר אקעגן א גרויסע ברייטע שחור, גייסטו פון זיך אליין זיך שפירן אומרואיג, אפי' ס'קען זיין אז ער איז א פיינער מענטש וואס טשעפעט נישט קיין פליג, ווייל דיין מח זאגט דיר אז די מצב איז אנגעצויגן, אזוי אויך איז מיט דעי אלע משלים אויבן דערמאנט, און דו האסט טאקע נישט קיין רעכט יענעם אנצושרייען שלעגער אדער פארברעכער ווייל דו האסט נעכטן געזעהן איינער וואס קוקט אויס אזוי ווי אים שלאגן איינעם, אבער ביי דיר אין מח גייסטו זיין מער פארזיכטיג איבער אים,
די זעלבע האט די סיקיורעטי גארד/טראמפ/מדינת ישראל נישט קיין רעכט צו רופן איינעם פארברעכער בעיסעד אויף זיין ראסע, אבער זיין פארזיכטיג מעג מען!

בנוגע די צווייטע חלק ראסיסזעם איז פשוט אז ס'איז נישט דא קיין שום תירוץ אויף די וועלט פיינט צו האבן א געוויסע ראסע בלויז ווייל דו האלסט אז דו ביסט העכער פון אים, נישט איבער דעם איז די רעדע דא,

דעיס איז מיין מיינונג אדרבה דער עולם איז געבעהטן אריינקומען לאזן הערן זייער מיינונג!
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

די בעסטע וועג פין האנדלען מיט ראסיזעם איז איגנארירן אין די זעלבע מיט אנטעסעמעטיזם
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

תרי בדחנא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 1:33 am
די בעסטע וועג פין האנדלען מיט ראסיזעם איז איגנארירן אין די זעלבע מיט אנטעסעמעטיזם
אמת, אבער נישט דאס איז די נושא דא,
אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חסידים »

אונז אידן וויסן אז א איד איז סאך העכער פון א גוי, און די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי, און מיר זענען די מובחר הבריאה, און אלע אנדערע זאכן זענען באשאפן געווארן אונז צי באדינען, א גוי איז גארנישט מער ווי א בעל חי, פאר א איד מעג מען מחלל שבת זיין, מען דארף דוקא יא קויפן ביי א איד און נישט ביי א גוי, א איד דארף מען ליב האבן,
און טאקע ווייל מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די ריינע ראסע, וועגן דעם האבן זיי אונז פיינט, און פלאצן זאלן זיי, מיר געפעלן זיך נישט פאר, (ווילאנג מיר זענען אין גלות מעגן מיר זיך נישט רייצן מיט זיי) אבער זיי זענען אין אינזערע אויגן כאין וכאפס, א גוי איז טמא,
מיר האבן א חלק אלוקי ממעל ממש, מיר זענען בני אל חי, בני אברהם יצחק ויעקב!
איך בין א ראסיסט!!
יא און איך ליב נאר אידן, אין נישט אנדערע ראסעס.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

אוהב חסידים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 2:52 am
אונז אידן וויסן אז א איד איז סאך העכער פון א גוי, און די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי, און מיר זענען די מובחר הבריאה, און אלע אנדערע זאכן זענען באשאפן געווארן אונז צי באדינען, א גוי איז גארנישט מער ווי א בעל חי, פאר א איד מעג מען מחלל שבת זיין, מען דארף דוקא יא קויפן ביי א איד און נישט ביי א גוי, א איד דארף מען ליב האבן,
און טאקע ווייל מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די ריינע ראסע, וועגן דעם האבן זיי אונז פיינט, און פלאצן זאלן זיי, מיר געפעלן זיך נישט פאר, (ווילאנג מיר זענען אין גלות מעגן מיר זיך נישט רייצן מיט זיי) אבער זיי זענען אין אינזערע אויגן כאין וכאפס, א גוי איז טמא,
מיר האבן א חלק אלוקי ממעל ממש, מיר זענען בני אל חי, בני אברהם יצחק ויעקב!
איך בין א ראסיסט!!
יא און איך ליב נאר אידן, אין נישט אנדערע ראסעס.
האסט אנגעהויבן גוט אז די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי

אבער דאס אז מדארף פיינט האבן א גוי שטייט אין ערגעץ נישט חוץ פון די עמון ומואב וואס די סיבה איז בלויז צוליב זייער שלעכטע מדות וואו די תורה זאגט לֹא-יָבֹא עַמּוֹנִי וּמוֹאָבִי, בִּקְהַל ה': גַּם דּוֹר עֲשִׂירִי, לֹא-יָבֹא לָהֶם בִּקְהַל ה' עַד-עוֹלָם. עַל-דְּבַר אֲשֶׁר לֹא-קִדְּמוּ אֶתְכֶם, בַּלֶּחֶם וּבַמַּיִם, בַּדֶּרֶךְ, בְּצֵאתְכֶם מִמִּצְרָיִם

אדרבה די גמרא זאגט אז רבי יוחנן האט געגריסט א גוי וואו די גמרא זאגט (מסכת ברכות דף י"ז) אָמְרוּ עָלָיו עַל רַבָּן יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי שֶׁלֹּא הִקְדִּימוֹ אָדָם שָׁלוֹם מֵעוֹלָם, וַאֲפִילּוּ גּוֹי בַּשּׁוּק.

די גרעסטע ראי' אז אידישקייט איז נישט ראסיזעם איז אז מאיז מקבל גרים פון יעדן גוי פון אלע ראסעס און אפשטאמען וואס וויל אמתדיג ווערן א איד
און לעתיד וועלן זיך טאקע אלע מגייר זיין אדער עכ"פ לויט אנדערע זיין א עם אחד צי דינען נאר השי"ת אינטער די אידן

די גאנצע וואס מרעדט יא פון שנאה ממש רעדט מען פון די דרך הגוי ממאס צי זיין אבער נישט צי קיין געוויסע מענטש נאר צי אזעלכע מענטשן וואס האבן פיינט די תורה און השי"ת ווי דוד המלך זאגט הלוא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט וואס געווענליך איז עס איידער מזרע ישראל ווייל כידוע האט מען אלס די עיקר געליטן פון די שונאי הדת אפשטאמיגע פון אידן ווי פון גויים זעלבסט און די גויים וואס האבן טאקע יא פיינט דעם איד זיי זענען דאך באמת ראסיסטן ווייל ראסיזעם מיינט איך האב דיר פיינט ווייל דו ביזט אנדערש פון מיר
(משא"כ א איד האט נישט פיינט די גוי מטעם אז ער איז נישט קיין איד נאר אויב ער האט שלעכטע מדות ווי עמון ומואב און דאס אז ער איז נישט קיין איד איז מער א בחינת נעבעך.. און מאיז זיך מבדיל פון יעדן גוי אלס התבדלות פון דרכי האמורי נישט אלס שנאה בכלל)
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
ווייניגער ווי א כזית
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:35 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייניגער ווי א כזית »

זייער שיין!

בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

צום פותח האשכול
זייער קלאר ארויסגעברענגט.

למעשה האבן אלע ראסיסטן סיבות צו זייער העיט, מטאר עס נאכאלץ נישט צולאזן און מדארף עס פארדאמן און אפשטעלן, ווי אזוי? דאס לאז איך איבער פאר די עסקנים.
די פארדאמונג פון יעדן יחיד(סעלף מעיד עסקן) איז זיכער נישט פראדאקטיוו
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

אז מ'קוקט גוט אריין וועט מען זען אז די רוב ראסיסטן (איך רעד נישט פון זייערע פירער, איך רעד פון סתם עמך אלד רייט חברה) האלטן נישט אז מענטשן וואס זענען א אנדערע ראסע האבן עפעס עפעס ווייניגער רעכטן לכבוד דעם און אז ס'קומט זיי טויט שטראף. דעיס איז א געבוירענע סארט ראסיזם אז מ'וויל זיין מיט די אייגענע ראסע און נישט זיין אויסגעמישט מיט אנדערע ראסעס גלייך אויף גלייך. דעיס קומט אזוי, יעדער וויל פילן אז ער האט זיך זיין ראסע זיין קהילה זיין מין, און נישט ס'זאל זיין דארט אריינגעמישט אנדערע סארטן אנדערע קולטשער'ס אנדערע סארטן מענטשן. נישט אז דעי אלע אנדערע זענען עפעס מחויב מיתה, נאר סתם א מענטש האט ליב זיינע מינע מענטשן און פילט אנדערע מינע מענטשן אלץ אנדערש.

דעיס איז א נייגונג וואס איז ממש אוממעגליך אויסצורייסן פון די מענשטהייט, יעדער טו סאם עקסטענד דרייט זיך ארום מיט אזעלעכע סארט געפילן, נישט שייך אנדערש.

איך האלט דעפענעטלי, אז די עקסטרעמע אויסמישונג פון ראסעס אין די מערב וועלט פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר איז א פראבלעם, ווייל דעיס ברענגט אז דעי געבוירענע נאטורליכע ראסיזם זאל עקטשולי האבן פלאץ ארויסקומען אויף א בפועל'דיגע אופן אז מ'זאל ממש האסן די אנדערע ראסעס ווייל זיי זיצן דא מיט דיר אינאיינעם און טרייען צו ווערן א חלק פון דיר.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חסידים »

געוואלטיג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 4:08 am
אוהב חסידים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 2:52 am
אונז אידן וויסן אז א איד איז סאך העכער פון א גוי, און די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי, און מיר זענען די מובחר הבריאה, און אלע אנדערע זאכן זענען באשאפן געווארן אונז צי באדינען, א גוי איז גארנישט מער ווי א בעל חי, פאר א איד מעג מען מחלל שבת זיין, מען דארף דוקא יא קויפן ביי א איד און נישט ביי א גוי, א איד דארף מען ליב האבן,
און טאקע ווייל מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די ריינע ראסע, וועגן דעם האבן זיי אונז פיינט, און פלאצן זאלן זיי, מיר געפעלן זיך נישט פאר, (ווילאנג מיר זענען אין גלות מעגן מיר זיך נישט רייצן מיט זיי) אבער זיי זענען אין אינזערע אויגן כאין וכאפס, א גוי איז טמא,
מיר האבן א חלק אלוקי ממעל ממש, מיר זענען בני אל חי, בני אברהם יצחק ויעקב!
איך בין א ראסיסט!!
יא און איך ליב נאר אידן, אין נישט אנדערע ראסעס.
האסט אנגעהויבן גוט אז די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי

אבער דאס אז מדארף פיינט האבן א גוי שטייט אין ערגעץ נישט חוץ פון די עמון ומואב וואס די סיבה איז בלויז צוליב זייער שלעכטע מדות וואו די תורה זאגט לֹא-יָבֹא עַמּוֹנִי וּמוֹאָבִי, בִּקְהַל ה': גַּם דּוֹר עֲשִׂירִי, לֹא-יָבֹא לָהֶם בִּקְהַל ה' עַד-עוֹלָם. עַל-דְּבַר אֲשֶׁר לֹא-קִדְּמוּ אֶתְכֶם, בַּלֶּחֶם וּבַמַּיִם, בַּדֶּרֶךְ, בְּצֵאתְכֶם מִמִּצְרָיִם

אדרבה די גמרא זאגט אז רבי יוחנן האט געגריסט א גוי וואו די גמרא זאגט (מסכת ברכות דף י"ז) אָמְרוּ עָלָיו עַל רַבָּן יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי שֶׁלֹּא הִקְדִּימוֹ אָדָם שָׁלוֹם מֵעוֹלָם, וַאֲפִילּוּ גּוֹי בַּשּׁוּק.

די גרעסטע ראי' אז אידישקייט איז נישט ראסיזעם איז אז מאיז מקבל גרים פון יעדן גוי פון אלע ראסעס און אפשטאמען וואס וויל אמתדיג ווערן א איד
און לעתיד וועלן זיך טאקע אלע מגייר זיין אדער עכ"פ לויט אנדערע זיין א עם אחד צי דינען נאר השי"ת אינטער די אידן

די גאנצע וואס מרעדט יא פון שנאה ממש רעדט מען פון די דרך הגוי ממאס צי זיין אבער נישט צי קיין געוויסע מענטש נאר צי אזעלכע מענטשן וואס האבן פיינט די תורה און השי"ת ווי דוד המלך זאגט הלוא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט וואס געווענליך איז עס איידער מזרע ישראל ווייל כידוע האט מען אלס די עיקר געליטן פון די שונאי הדת אפשטאמיגע פון אידן ווי פון גויים זעלבסט און די גויים וואס האבן טאקע יא פיינט דעם איד זיי זענען דאך באמת ראסיסטן ווייל ראסיזעם מיינט איך האב דיר פיינט ווייל דו ביזט אנדערש פון מיר
(משא"כ א איד האט נישט פיינט די גוי מטעם אז ער איז נישט קיין איד נאר אויב ער האט שלעכטע מדות ווי עמון ומואב און דאס אז ער איז נישט קיין איד איז מער א בחינת נעבעך.. און מאיז זיך מבדיל פון יעדן גוי אלס התבדלות פון דרכי האמורי נישט אלס שנאה בכלל)
איך האב נישט געשריבן אז מען דארף זיי פיינט האבן.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אוהב חסידים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 2:52 am
אונז אידן וויסן אז א איד איז סאך העכער פון א גוי, און די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי, און מיר זענען די מובחר הבריאה, און אלע אנדערע זאכן זענען באשאפן געווארן אונז צי באדינען, א גוי איז גארנישט מער ווי א בעל חי, פאר א איד מעג מען מחלל שבת זיין, מען דארף דוקא יא קויפן ביי א איד און נישט ביי א גוי, א איד דארף מען ליב האבן,
און טאקע ווייל מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די ריינע ראסע, וועגן דעם האבן זיי אונז פיינט, און פלאצן זאלן זיי, מיר געפעלן זיך נישט פאר, (ווילאנג מיר זענען אין גלות מעגן מיר זיך נישט רייצן מיט זיי) אבער זיי זענען אין אינזערע אויגן כאין וכאפס, א גוי איז טמא,
מיר האבן א חלק אלוקי ממעל ממש, מיר זענען בני אל חי, בני אברהם יצחק ויעקב!
איך בין א ראסיסט!!
יא און איך ליב נאר אידן, אין נישט אנדערע ראסעס.
און אפילו צווישן די אידן האבן מיר נאר ליב חסידים.... :lol:
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צום קעפל

ראסיזם מיינט אנערקענען די אנדערשקייטן פון איין ראסע צום צווייטן און די פאטענשל ריסקס פון יעדע ראסע.

די שטאפל ווען עס ווערט א פראבלעם איז ווען די גאווערנמענט אדער סיי וועלכע פאבליק אינסטיטוציע הייבט אן טריטן מענטשן אנדערש איינער פונעם צווייטן און דורכדעם ווערן מענטשן דיסקרימינירט.

די אגב נושא פון שנאה איז א גרויסע פראבלעם אבער סאיז נישטא קיין וועג צו טוישן הערצער, נאר ווי געזאגט, די גאווערנמענט און פאבליק אינסטיטוציעס טארן נישט עקטן אויף דעם, דהיינו באהאנדלען איינעם אנדערש פונעם צווייטן.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

בערגשטיין האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 10:07 am
צום פותח האשכול
זייער קלאר ארויסגעברענגט.

למעשה האבן אלע ראסיסטן סיבות צו זייער העיט, מטאר עס נאכאלץ נישט צולאזן און מדארף עס פארדאמן און אפשטעלן, ווי אזוי? דאס לאז איך איבער פאר די עסקנים.
די פארדאמונג פון יעדן יחיד(סעלף מעיד עסקן) איז זיכער נישט פראדאקטיוו
כ'האב פארגעסן צו מדגיש זיין דעי נקודה,
כ'רעד נישט פון פיינט האבן א כלל צוליב יחידים פון דעם כלל, אפי' דעם יחיד ביסטו בארעכטיגט פיינט צו האבן, נישט פון דעם האב איך גערעדט,

כ'רעד פון באהאנדלן א מענטש בעיסעד לויט זיין ראסע, וואס דעיס ווערט רוב מאל פארשריגן אלס ראסיסזעם,
איינע פון די באקאנסטע משלים וואס יעדער קען איז מיט די מאסקעס, די מציאות איז געווען אז אידן זענען נישט געגאנגן מיט קיין מאסקעס! קיינער איז נישט מחולק מיט דעם! (כ'מיין אזוי,)
יעצט ווען א איד קומט ארויף אויף א פליגער און ער טוט אויס זיין מאסק פאר פינעף מינוט פשוט ווייל ער וויל יעצט עסן א גאנצע זעקל ניסלעך, יא יעדער איז באקאנט מיט דעי מעשיות,😜
און די סטוערט קומט מיט קולות אז ער זאל שוין אנטוהן דעם מאסק אז נישט פירט מען אים ארויס, אזא מעשה איז אין רוב פעלער געווארן פארשריגן אלס ראסיסזעם, אבער ס'איז נישט אמת!
דער סטוערט האט פיינט אידן? ס'קען זיין און ס'איז שטארק מעגליך אז יא, אבער פון דעי מעשה איז נישט קיין שום ראי' אז יא, סך הכל די לעצטע פינעף מאל ער האט געהאט אידן אויף זיין פליגער האט ער געהאט די זעלבע חכמות מיט זיי, סאו אוטעמאטיש ווען ער זעהט א איד הייבט אן מאכן קונצן, זאגט אים זיין מח תיקף, דו האסט שוין עוד הפעם מיט דעי חברה, ער האט אים פיינט? בכלל נישט! סך הכל באהאנדלט ער אים לויט די עקספריענס וואס ער האט שוין געהאט מיט מענטשן וואס שטאמען פון זיין ראסע,
klmn
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2022 2:44 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך klmn »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 12:29 pm

Enough people like republicans also made issues with mask and they attacked more Jews then others
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:28 am
צום קעפל

ראסיזם מיינט אנערקענען די אנדערשקייטן פון איין ראסע צום צווייטן און די פאטענשל ריסקס פון יעדע ראסע.

די שטאפל ווען עס ווערט א פראבלעם איז ווען די גאווערנמענט אדער סיי וועלכע פאבליק אינסטיטוציע הייבט אן טריטן מענטשן אנדערש איינער פונעם צווייטן און דורכדעם ווערן מענטשן דיסקרימינירט.

די אגב נושא פון שנאה איז א גרויסע פראבלעם אבער סאיז נישטא קיין וועג צו טוישן הערצער, נאר ווי געזאגט, די גאווערנמענט און פאבליק אינסטיטוציעס טארן נישט עקטן אויף דעם, דהיינו באהאנדלען איינעם אנדערש פונעם צווייטן.
גערעכט מאכן ספעציעלע געזעצן פאר א געוויסע ראסע איז נישט ריכטיג,
אויך נישט אייביג, ס'דא פעלער ווען ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה,

אבער די פוינט דא איז ווען א מענטש פאר זיך האנדעלט לויט זיינע מענטשליכע חשבונות צו פארבינדען אלע מענטשן פון איין ראסע אלס איינס,

klmn האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 1:42 pm

אבער ס'איז נישט געווען א זאך מיט זיי האבן ארויסגעשטארט מער פון סתם מענטשן, משא''כ אידן וואס זענען מערקבאר,
און יא אסאך כינעזער האבן געליטן אין די צייט פון קאוויד,
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 1:22 am

יעצט נישט אז צוליב דעם איז מותר צו טוהן עפעס למעשה אדער צו רעדן אויף א געוויסע ראסע ווייל דו האסט פיינט אדער געהאט א מחלוקה מיט איינעם פון דעי ראסע, אבער וואס די מח טראכט קעמען נישט אפשטעלן,
קענסט נישט זאגן פארן מענטש, טראכט נישט אזוי איבער אים ווייל ער האט גארנישט מיט יענעם וועם דו קענסט, ווייל א מח טראכט פון זיך אליין מ'קען עס נישט אפשטעלן,
נארוואס יא קענסט אים זאגן ביסט נישט בארעכטיגט אים צו זאגן א ווארט אדער טוהן עפעס ווייל ער איז גארנישט שולדיג אז ער באלאנגט צו דעי ראסע,
אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 1:22 am

צו וואס איך וויל צוקומען איז צו די לעצטע שמועס איבער דעם ענין וואס מאנכע האבן געזאגט אז אין JFK עירפארט שטעלט מען כסדר אפ ארץ ישראל'דיגע אידן זיי אויסצוטשעקן אויב זיי טראגן ארויס מער קעש ווי ערלויבט, היות זיי טראגן מיט זיך געווענליך אסאך קעש,

איך פאר מיר האלט אז ס'איז נישט אמת, אבער לאמיר זאגן אז יא, איז דעיס ראסיסזעם? לכאורה יא,
אבער איז עס ראסיסזעם וואס איז א פארברעך? לכאורה נישט!
פארוואס? ווייל דעי מענטשן דארט זענען געשטעלט צו זיכען אט דאס, צו מענטשן טראגן ארויס מיט זיך מער קעש ווי ערלויבט געזעצליך, יעצט אויב זעהן זיי אפאר מאל אז ארץ ישראל'דיגע אידן טראגן מיט זיך מער קעש, איז עס נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלן האלטן אן עינה פקיחה אויף דעי מענטשן,
און די אפטייטש פון ווארט איז עס ראסיסזעם? יא ווייל די שטעלסט אים אפ צוליב זיין ראסע, אבער איז עס נישט גערעכט? כ'מיין אז יא!

לאמיר מאכן א משל ס'זאל זיך מאכן א מאדנע מציאות מענטשן וואס הינקענען גייען אנהייבן שיסן מענטשן אויפן גאס יעדע שני וחמישי, איז אויב גייט מען אנהייבן מער דורכקוקן הינקעדיגע מענטשן אויב זיי טראגן וואפן מיט זיך, איז עס א פארברעך? זיכער אז נישט!
די זעלבע איז מיט דעם ארץ ישראל'דיגע איד,
לכאורה איז דאס א סתירה מיני' ובי'
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אוהב חסידים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 2:52 am
אונז אידן וויסן אז א איד איז סאך העכער פון א גוי, און די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי, און מיר זענען די מובחר הבריאה, און אלע אנדערע זאכן זענען באשאפן געווארן אונז צי באדינען, א גוי איז גארנישט מער ווי א בעל חי, פאר א איד מעג מען מחלל שבת זיין, מען דארף דוקא יא קויפן ביי א איד און נישט ביי א גוי, א איד דארף מען ליב האבן,
און טאקע ווייל מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די ריינע ראסע, וועגן דעם האבן זיי אונז פיינט, און פלאצן זאלן זיי, מיר געפעלן זיך נישט פאר, (ווילאנג מיר זענען אין גלות מעגן מיר זיך נישט רייצן מיט זיי) אבער זיי זענען אין אינזערע אויגן כאין וכאפס, א גוי איז טמא,
מיר האבן א חלק אלוקי ממעל ממש, מיר זענען בני אל חי, בני אברהם יצחק ויעקב!
איך בין א ראסיסט!!
יא און איך ליב נאר אידן, אין נישט אנדערע ראסעס.
איד איז א ראסע?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 12:29 pm
בערגשטיין האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 10:07 am
צום פותח האשכול
זייער קלאר ארויסגעברענגט.

למעשה האבן אלע ראסיסטן סיבות צו זייער העיט, מטאר עס נאכאלץ נישט צולאזן און מדארף עס פארדאמן און אפשטעלן, ווי אזוי? דאס לאז איך איבער פאר די עסקנים.
די פארדאמונג פון יעדן יחיד(סעלף מעיד עסקן) איז זיכער נישט פראדאקטיוו
כ'האב פארגעסן צו מדגיש זיין דעי נקודה,
כ'רעד נישט פון פיינט האבן א כלל צוליב יחידים פון דעם כלל, אפי' דעם יחיד ביסטו בארעכטיגט פיינט צו האבן, נישט פון דעם האב איך גערעדט,

כ'רעד פון באהאנדלן א מענטש בעיסעד לויט זיין ראסע, וואס דעיס ווערט רוב מאל פארשריגן אלס ראסיסזעם,
איינע פון די באקאנסטע משלים וואס יעדער קען איז מיט די מאסקעס, די מציאות איז געווען אז אידן זענען נישט געגאנגן מיט קיין מאסקעס! קיינער איז נישט מחולק מיט דעם! (כ'מיין אזוי,)
יעצט ווען א איד קומט ארויף אויף א פליגער און ער טוט אויס זיין מאסק פאר פינעף מינוט פשוט ווייל ער וויל יעצט עסן א גאנצע זעקל ניסלעך, יא יעדער איז באקאנט מיט דעי מעשיות,😜
און די סטוערט קומט מיט קולות אז ער זאל שוין אנטוהן דעם מאסק אז נישט פירט מען אים ארויס, אזא מעשה איז אין רוב פעלער געווארן פארשריגן אלס ראסיסזעם, אבער ס'איז נישט אמת!
דער סטוערט האט פיינט אידן? ס'קען זיין און ס'איז שטארק מעגליך אז יא, אבער פון דעי מעשה איז נישט קיין שום ראי' אז יא, סך הכל די לעצטע פינעף מאל ער האט געהאט אידן אויף זיין פליגער האט ער געהאט די זעלבע חכמות מיט זיי, סאו אוטעמאטיש ווען ער זעהט א איד הייבט אן מאכן קונצן, זאגט אים זיין מח תיקף, דו האסט שוין עוד הפעם מיט דעי חברה, ער האט אים פיינט? בכלל נישט! סך הכל באהאנדלט ער אים לויט די עקספריענס וואס ער האט שוין געהאט מיט מענטשן וואס שטאמען פון זיין ראסע,
און אקוראט דאס איז אומלעגאלע ראסיזם

וואס פאר א געבענטשט יאר האב איך איינגעשטויסן מיט די אנדערע מענטשן פון מיין ראסע (אין דעם פאל רעליגיע)?!

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 2:02 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:28 am
צום קעפל

ראסיזם מיינט אנערקענען די אנדערשקייטן פון איין ראסע צום צווייטן און די פאטענשל ריסקס פון יעדע ראסע.

די שטאפל ווען עס ווערט א פראבלעם איז ווען די גאווערנמענט אדער סיי וועלכע פאבליק אינסטיטוציע הייבט אן טריטן מענטשן אנדערש איינער פונעם צווייטן און דורכדעם ווערן מענטשן דיסקרימינירט.

די אגב נושא פון שנאה איז א גרויסע פראבלעם אבער סאיז נישטא קיין וועג צו טוישן הערצער, נאר ווי געזאגט, די גאווערנמענט און פאבליק אינסטיטוציעס טארן נישט עקטן אויף דעם, דהיינו באהאנדלען איינעם אנדערש פונעם צווייטן.
גערעכט מאכן ספעציעלע געזעצן פאר א געוויסע ראסע איז נישט ריכטיג,
אויך נישט אייביג, ס'דא פעלער ווען ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה,

אבער די פוינט דא איז ווען א מענטש פאר זיך האנדעלט לויט זיינע מענטשליכע חשבונות צו פארבינדען אלע מענטשן פון איין ראסע אלס איינס,
דאס איז וואו דו און די דעמאקראטן גייען ראנג
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 8:34 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 12:29 pm
בערגשטיין האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 10:07 am
צום פותח האשכול
זייער קלאר ארויסגעברענגט.

למעשה האבן אלע ראסיסטן סיבות צו זייער העיט, מטאר עס נאכאלץ נישט צולאזן און מדארף עס פארדאמן און אפשטעלן, ווי אזוי? דאס לאז איך איבער פאר די עסקנים.
די פארדאמונג פון יעדן יחיד(סעלף מעיד עסקן) איז זיכער נישט פראדאקטיוו
כ'האב פארגעסן צו מדגיש זיין דעי נקודה,
כ'רעד נישט פון פיינט האבן א כלל צוליב יחידים פון דעם כלל, אפי' דעם יחיד ביסטו בארעכטיגט פיינט צו האבן, נישט פון דעם האב איך גערעדט,

כ'רעד פון באהאנדלן א מענטש בעיסעד לויט זיין ראסע, וואס דעיס ווערט רוב מאל פארשריגן אלס ראסיסזעם,
איינע פון די באקאנסטע משלים וואס יעדער קען איז מיט די מאסקעס, די מציאות איז געווען אז אידן זענען נישט געגאנגן מיט קיין מאסקעס! קיינער איז נישט מחולק מיט דעם! (כ'מיין אזוי,)
יעצט ווען א איד קומט ארויף אויף א פליגער און ער טוט אויס זיין מאסק פאר פינעף מינוט פשוט ווייל ער וויל יעצט עסן א גאנצע זעקל ניסלעך, יא יעדער איז באקאנט מיט דעי מעשיות,😜
און די סטוערט קומט מיט קולות אז ער זאל שוין אנטוהן דעם מאסק אז נישט פירט מען אים ארויס, אזא מעשה איז אין רוב פעלער געווארן פארשריגן אלס ראסיסזעם, אבער ס'איז נישט אמת!
דער סטוערט האט פיינט אידן? ס'קען זיין און ס'איז שטארק מעגליך אז יא, אבער פון דעי מעשה איז נישט קיין שום ראי' אז יא, סך הכל די לעצטע פינעף מאל ער האט געהאט אידן אויף זיין פליגער האט ער געהאט די זעלבע חכמות מיט זיי, סאו אוטעמאטיש ווען ער זעהט א איד הייבט אן מאכן קונצן, זאגט אים זיין מח תיקף, דו האסט שוין עוד הפעם מיט דעי חברה, ער האט אים פיינט? בכלל נישט! סך הכל באהאנדלט ער אים לויט די עקספריענס וואס ער האט שוין געהאט מיט מענטשן וואס שטאמען פון זיין ראסע,
און אקוראט דאס איז אומלעגאלע ראסיזם

וואס פאר א געבענטשט יאר האב איך איינגעשטויסן מיט די אנדערע מענטשן פון מיין ראסע (אין דעם פאל רעליגיע)?!
שטייטליך, דער TSA אגענט וואס שטייט אין די עירפארט, זיין דזשאב איז צו דערשמעקן ווער ס'טראגט מיט זיך וואפן אדער מער קעש וכדו' יעצט ווען ער זעהט איינעם וואס די פון די לעצטע הונדערט מענטשן וואס שטאמען פון די זעלבע ראסע פון אים האבן פופציג געטראגן מיט זיך מער קעש וכדו' זאגט אים זיין מח פון זיך אליין אז ס'דא א שטארקע טשענס אז ער טראגט אויך מיט זיך קעש, דעיס איז אמת?? זיכער אז יא!
סאו וואס זאל ער יעצט טוהן? נישט אויספירן זיין דזשאב אויף וואס ער איז געשטעלט?? כ'מיין ס'איז נאריש אזוי צו זאגן,

ווען דער סיקיורעטי אפיציר ביים לוד לופטפעלד זעהט א אראבער, איז גלייך דא א ריזיגע שאנס אז ער טראגט מיט זיך א גאן, דעיס איז א מציאות! סאו דו זאגסט אז ער מעג אים נישט אפשטעלן ווייל זיין חשד איז געבויעט אויף ראסע? די וועלט קען נישט אזוי האבן קיין קיום,

אמת אין זין פון ווארט איז ער ראסיסזעם, אבער ס'מוז און ס'גייט אזוי זיין לעולם ועד,
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

וואס איז יא אומלעגאלע ראסיסזעם? די מעשה מיט לופטהאנזא ווען זיי האבן אראפגעשיקט אנדערע אידן פון א פליגער אפי' זיי האבן גארנישט געטוהן, נאר ווייל זיי זענען איין ראסע/רעליגיע, דעיס איז א ריזיגע פארברעך ס'איז נישט קיין שאלה,
אבער ווען ס'קומט צו זיכערהייט אדער חשדות איז א פאקט אז מענטשן פון איין ראסע ווערן צאמגעפארט אלס איינס,
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 8:32 pm
אוהב חסידים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 2:52 am
אונז אידן וויסן אז א איד איז סאך העכער פון א גוי, און די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי, און מיר זענען די מובחר הבריאה, און אלע אנדערע זאכן זענען באשאפן געווארן אונז צי באדינען, א גוי איז גארנישט מער ווי א בעל חי, פאר א איד מעג מען מחלל שבת זיין, מען דארף דוקא יא קויפן ביי א איד און נישט ביי א גוי, א איד דארף מען ליב האבן,
און טאקע ווייל מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די ריינע ראסע, וועגן דעם האבן זיי אונז פיינט, און פלאצן זאלן זיי, מיר געפעלן זיך נישט פאר, (ווילאנג מיר זענען אין גלות מעגן מיר זיך נישט רייצן מיט זיי) אבער זיי זענען אין אינזערע אויגן כאין וכאפס, א גוי איז טמא,
מיר האבן א חלק אלוקי ממעל ממש, מיר זענען בני אל חי, בני אברהם יצחק ויעקב!
איך בין א ראסיסט!!
יא און איך ליב נאר אידן, אין נישט אנדערע ראסעס.
איד איז א ראסע?
רעליגיע ראסע ס'איז היינו הך,
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 8:32 pm
אוהב חסידים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 2:52 am
אונז אידן וויסן אז א איד איז סאך העכער פון א גוי, און די ערגסטע איד איז אסאך בעסער פון די בעסטע גוי, און מיר זענען די מובחר הבריאה, און אלע אנדערע זאכן זענען באשאפן געווארן אונז צי באדינען, א גוי איז גארנישט מער ווי א בעל חי, פאר א איד מעג מען מחלל שבת זיין, מען דארף דוקא יא קויפן ביי א איד און נישט ביי א גוי, א איד דארף מען ליב האבן,
און טאקע ווייל מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די ריינע ראסע, וועגן דעם האבן זיי אונז פיינט, און פלאצן זאלן זיי, מיר געפעלן זיך נישט פאר, (ווילאנג מיר זענען אין גלות מעגן מיר זיך נישט רייצן מיט זיי) אבער זיי זענען אין אינזערע אויגן כאין וכאפס, א גוי איז טמא, מיר האבן א חלק אלוקי ממעל ממש, מיר זענען בני אל חי, בני אברהם יצחק ויעקב!

איך בין א ראסיסט!!

יא און איך ליב נאר אידן, אין נישט אנדערע ראסעס.
איד איז א ראסע?
וואס איז די דעפענישן פון ראסע?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז ראסיסזעם??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 10:23 am
איך האלט דעפענעטלי, אז די עקסטרעמע אויסמישונג פון ראסעס אין די מערב וועלט פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר איז א פראבלעם, ווייל דעיס ברענגט אז דעי געבוירענע נאטורליכע ראסיזם זאל עקטשולי האבן פלאץ ארויסקומען אויף א בפועל'דיגע אופן אז מ'זאל ממש האסן די אנדערע ראסעס ווייל זיי זיצן דא מיט דיר אינאיינעם און טרייען צו ווערן א חלק פון דיר.
די פאקטן שטימען נישט מיט. אמאל איז ראסיזם געווען איינגעווארצלט פי כמה פון היינט. היינט גייט עס אויך (אין אלגעמיין) אז ווי מער מולטי-קולטורעל א שטאט איז, אלץ ווייניגער ראסיזם. א מענטש קען וואוינען אויף איין גאס מיט מענטשן מארבע מאות כנפות הארץ און זיך פיין פארטראגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”