פורים דעפרעסיע

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איין עצה
האלט א קליינע תהלימ'ל אין טאש און זאג יעדעס איבריגע מינוט
אויב איז די מצב געאייגענט דאן שפיר א ניצחון דורך אריינכאפן א בלאט גמרא אדער דורך לערנען עני ספר און זיך שפירן גוט אז כמעט קיינער לערנט נישט און איך לערן יא
דער עיקר איז אויסנוצן די צייט
אויב האט מען סטרעס אז עס איז א געהויבענע טאג - די גרעסטע טאג אין יאר און יעדע סעקונדע דארף ווערן אויסגענוצט, צו דורך מצוות היום צו דורך עני אנדערע דבר טוב, איבערטראכטן משניות, טראכטן אלע אייגענע בקשות צום אייבערשטן, מתפלל זיין א תפילה חרישית צום אייבערשטן און זיך אויסבעטן אויף מאמע לשון, מתפלל זיין פאר די קרובים און מתפלל זיין פאר אלע באקאנטע בפרטיות, יעדער מיט זיין הצטרכיות, עס איז א שאד יעדע סעקונדע, פארקערט, מען איז נערוועז אז כי פנה יום און מען דארף אריינכאפן אויסצונוצן די צייט - דאן איז נישטא קיין צייט פאר דעפרעסיע, מען מוז אויסנוצן די צייט, מען מוז ספענדן די מחשבה פאר תורה ותפילה

די משל מיטן קעניג וואס האט פארשפילט אז מען זאל נישט אויסליידיגן זיין אוצר, מען טראכט אז יעדע רגע פיילט מען הונדערטערס, יעדע סקונדע ציילט און נמען דארף עס אויסנוצן פאר רצון הבורא, די אנדערנעלין פאמפעט ביזן זמן צאת הכוכבים, דער עיקר מיטלעבן דעם טאג מיט בטחון אז מען טוט רצון הבורא ווי אזוי ער שטעלט עס אויס
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

שלאפן פון טרינקען, שטייט דאך אין שולחן ערוך.... [אז מען שלאפט איין פון וויין, שלאפט מען בד"כ כמעט ביז צאת...], דאס וויל דער רבוש"ע..

תהלים זאגן פורים נאכמיטאג?? ווייסעך נישט פון אזא זאך... ס'יז מיינעך א נייער מנהג....

כ'געדענק און כ'האב געקענט גרויסע אידן, כ'געדענק נישט זיי זאלן זאגן תהלים פורים...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:09 pm
שלאפן פון טרינקען, שטייט דאך אין שולחן ערוך.... [אז מען שלאפט איין פון וויין, שלאפט מען בד"כ כמעט ביז צאת...]

תהלים זאגן פורים? ווייסעך נישט פון אזא זאך... ס'יז מיינעך א נייער מנהג....

עכ"פ ווען דו האסט געזען...
וואס האבן זיי געטון?
אויך רצון הבורא צו זאל עס זיין אויפנעמען מענטשן, צו זאל עס זיין שנארן און פארטיילן געלט
יעדער דארף טון זיין זאך - אבער דער עיקר, דער צייט איז טייער און מען טאר נישט פארפאסן קיין איין רגע אן רצון הבורא
אויב איז דאס יעדן טאג פון לעבן איז כל שכן אין אזא טאג וואס יעדע רגע איז ווערד קעש
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:06 pm

פורים דארף מען הערן מגילה, מתנות לאביונים, משלוח מנות, עסן א געשמאקע סעודה משפחה ומשפחה. פארשטייט זיך לבסומי.

אויסנוצן יעדע מינוט, מתפלל זיין שטילערהייט, זאגן תהלים אגאנצען טאג...
די אלע זאכן איז נישט פורים.

קענסט עס טון, אבער וואונדער דיך נישט פ״וו דו פילסט נישט אין פלאץ (דעפרעסט).

;l;p-
אוודאי א נייע מנהג. מ׳זוכט פון יעדע צדיק און יעדע חצר וועלעכע מנהג סאונד דערהויבען און דאס זאגט מען אין די דרשות הכנה לפורים....
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

לב בשר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:24 pm
צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:06 pm

די משל מיטן קעניג וואס האט פארשפילט אז מען זאל נישט אויסליידיגן זיין אוצר, מען טראכט אז יעדע רגע פיילט מען הונדערטערס, יעדע סקונדע ציילט און נמען דארף עס אויסנוצן פאר רצון הבורא, די אנדערנעלין פאמפעט ביזן זמן צאת הכוכבים, דער עיקר מיטלעבן דעם טאג מיט בטחון אז מען טוט רצון הבורא ווי אזוי ער שטעלט עס אויס
פורים דארף מען הערן מגילה, מתנות לאביונים, משלוח מנות, עסן א געשמאקע סעודה משפחה ומשפחה. פארשטייט זיך לבסומי.

אויסנוצן יעדע מינוט, מתפלל זיין שטילערהייט, זאגן תהלים אגאנצען טאג...
די אלע זאכן איז נישט פורים.

קענסט עס טון, אבער וואונדער דיך נישט פ״וו דו פילסט נישט אין פלאץ (דעפרעסט).
די גאנצע איז געשריבן ווען מען איז אליינס און מען שפירט זיך איינזאם און אויסגעשלאסן
די באלד איז דער עיקר

אויב איינער וויל בשיטה זיין דעפרעסט איז דאס א תירוץ און ער וויל סתם מען זאל מיטפילן
אקעי - ער איז בשמחה ביי די איכה ניגונים ביי די מגילה
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

די עצבות וואס באפאלט פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
קודם כל ישר כח פארן עפענען אזא וויכטיגע אשכול. וויסען זאלסטו אז די ביסט נישט אליינס, א שיין חלק פון כלל ישראל און בעיקר די אינגערע אינגעלייט איז נישט עפעס עקסטער פרייליך פורים מער ווי א גאנץ יאר.
א פאר עצות וואס קען דיר העלפן,
קודם כל, איז וויכטיג אז די זאלסט האבן א פלאן פון א גוטע סדר היום פונעם אויפשטיין ביז אויס. טריי צו האבן א גוטע נאכט שלאף צו האבן א קלארע קאפ במשך היום.
אויב די קענסט אויפשטיין און אויסזאגן תהלים אדער א חלק פון תהלים װער רעדט נאך פון לערנען פארן דאווענען, איז דאס א געוואלדיגע זאך. צו מען דארף זאגן תהלים פורים ווייס איך נישט, אבער מען פילט זיך זייער גוט במשך היום נאכ'ן אויסזאגן תהלים.
דאווען אין א נארמאלע מניין מיט א געהעריגע בעל קורא. נישט אין עפעס א געכאפטע שטיבל מניין.
עס איז כדאי זאלסט זיך אן גרייטן א פאר ווערטליך א זיסע תורות אויף די מגילה, עס קען דיר זייער צוניץ קומען אויב די גייסט עסן ביי דיין שווער אדער טאטע. זאגן געשמאקע ווערטליך מאכט דיך און אנדערע אויפגעלייגט און פרייליך.
דאס טרינקען וויין זאל זיין מיט א חשבון און א סדר. איין שלעכטע באטעל קען דיר אוועק הארגענען דעם טאג.
בנוגע וואס די האסט געשריבן אז דיין פראבלעם הייב זיך אן מער נאכמיטאג. אויב די קענסט זיך צוזאם נעמען מיט נאך אפאר חברים בײ איינעם אינדערהיים, קויף א פאר באטלעך וויין, פארשאפט זיך א ספיקער מיט לעבעדיגע מוזיק, טאנץ און שפרינג און געב זיך אויס די מערסטע וואס איז שייך. איך זאג דיר די וועסט האבן א געשמאקע לעבעדיגע פורים.
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

נשמת השכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:12 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
מה עושים?
מען נידערט די ערווארטונגען..
זייער גוט געזאגט

די קענסט דע קאזין וואס פרעגט אלץ פאוואס ביסטע דיפרעסט.
שרעק דיך נישט ער איז דער דעפרעסטער די ביסט פלעין ווי יעדן טאג
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

בערגשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 5:46 pm
נשמת השכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:12 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
מה עושים?
מען נידערט די ערווארטונגען..
זייער גוט געזאגט

די קענסט דע קאזין וואס פרעגט אלץ פאוואס ביסטע דיפרעסט.
שרעק דיך נישט ער איז דער דעפרעסטער די ביסט פלעין ווי יעדן טאג
*שיכור'ע קאזין
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פורים דעפרעסיע איז א זאך וואס איך לייד שוין יארן לאנג דערפון זייט אלס קליין יונגל. פורים איז פון מיינע שווערסטע ימים טובים און ביז ממש א טאג צוויי צוריק ווען מיין ב''ב האט געוואלט אויסארבעטן מיט מיר וואס איז די פלאן היי יאר פורים האב איך נישט געוואלט רעדן דערפון בכלל, און זי כסדר אפגעשטופט.

לאכן קענט עטס ביז איבערמארגן, אבער ווען איך האב ווען די כוחות און קוראזש וואלט איך מיך אויפגעהויבן און געפראוועט פורים אין פלארידע. א שטילע סעודה'לע, א משלוח מנות פאר א שכן, מתנות לאביונים פאר א לאקאלע שנארער און מגילה וואלט איך געהערט מיט די זקנים אינעם קליינעם שול'כל.

איך קען עס נישט אנדייטן פונקטליך וואס מאכט מיר דעפרעסט פורים, אבער עס לאזט זיך אראפ אזא סארט דעפרעסיע, פארלוירנקייט, און עס הערשט אן אומעטיגע מצב רוח. ספעציעל אין די נאכמיטאג שעות ווען אידן זענען פרייליך און טאנצן אויף די גאסן. 'ולשמחה מה זו עושה?!' טרעף איך מיך פרעגן צו מיר אליינס, 'וואס ביסטו אזוי פריש?' וכהנה וכהנה אזעלכע מחשבות..פון שיכורים שטיי איך ווייט, און יעדער פרייליכע בחור וואס טאנצט ארויף אויף מיר כאפט פון מיר א געזונטע שטופ אזש ער פליט אין די לופטן אינאיינעם מיט זיינע בעקיטשע קנעפלעך וואס הענגן אויף א פאדעם...

די באלאגאנישע כאאטישע מצב וואס לאזט זיך אראפ אין די גאסן אזוי פארנאכטס צייט, איז עפעס וואס איך קען נישט דערהייבן, הלואי איך זאל יא קענען.

לכאורה איז די סיבה וויבאלד פורים עפנט מען זיך אויף, פורים איז א יום טוב ווי יעדער איז אריגינעל, מ'טוט אויס די מאסקע פון א גאנץ יאר און מ'טוט זיך אָן אַן אמת'ע מאסקע פון פרייליכקייט, העכערקייט, כי אתה הוא מלך מלכי המלכים, ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, וכו', עס איז פרייליך. אידן גייען ארויף א שטאפל העכער ווי א גאנץ יאר, מ'טאנצט, מ'האפקעט וכו' - דאס איז עפעס וואס איז זייער שווער פאר מאנכע - אריינגערעכנט מיר - ווען מ'זעט דאס. מ'ווערט אינסטינקטיוו אנגעצויגן און דעפרעסט אז מ'קען פשוט נישט דערהויבן די טאג. מ'קען נישט פעיסן די אמת וואס הערשט אין לופטן, ס'פייניגט.

דאס איז מעשי היצר וואס וויל אז דער מענטש זאל בלייבן אין זיין גאנץ-יערליכע באָבל, און וואויל איז דער וואס קען איין מאל א יאר, פאר אפאר שעה ארויסקריכן דערפון. ס'איז א שווערע זאך. ס'ווענדט זיך ווארשיינליך אין וויפיל שיכטן פון באָבל מ'איז איינגעוויקלט א גאנץ יאר.

די עצה, איז פשוט, נעם ארויס דעם תהלימ'ל און בעט דעם אויבערשטן אויף אביסל קירבת אלוקים, אביסל נאנטקייט צום אויבערשטן. מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָּרוּצָה. אויב קענסטו נישט דאווענען, קענסט נישט רעדן צום אויבערשטן, דעמאלט זאג עס טריקענערהייט, זאג איין קאפיטל תהלים און דער אויבערשטער וועט שוין הערן דיין תפילה!

וועגן דעם איז פורים שווערער ווי אנדערע ימים טובים, וויבאלד פורים פארלאנגט זיך אן עבודה פון זיין פרייליך, דאקעגן די אנדערע ימים טובים. והבן.
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

הצלת החינוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:53 pm
די ערשטע יסוד איז, זעסט מענטשן זענען זייער פרייליך זיי טאנצן זיי לעבן זיי דרייען זיך ארום פריש און מונטער זיי רופן זיך אן הויעך וואס זיי ווילן, ווייס אז זיי זענען גאנץ א אנדערע מהות ווי דיר, די הנהגה זייערע איז פון זייער מהות, טראכט נישט אז אויב קענסטו זיך נישט אזוי אויפפירן ווייל דיין מהות לאזט דיך נישט מיינט עס אז דו ביסט דעפרעסט
ניין! כלל וכלל לא, ביי זיי איז פורים זייער טאג, זיי געבן זיך אויס זייער ענעזשי זיי טוען דאס וואס זיי וואלטן געוואלט טון יעדע טאג אין יאר, און דו ווילסט עס קיינמאל נישט טון עס איז בכלל נישט דיין טבע צו זיין העפי גא לאקי וכו'
זייער קלאר

מיינע העפי טעג איז חול המועד רואיגע געשמאקע טעג.
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך האב עס אלעמאל ווען מען "דארף" זיין פרייליך... די פרעשור אז מען דארף זיין פרייליך ברענגט שוין אליינס א דעפרעסיע.

נאך א מזל אז אן עלטער-פעטער איז מיר געקומען דערמאנען ביי מיין חתונה נמ"ג, אז מען דארף ארויפציען א שמייכל אויפ'ן געזיכט...

די עצה איז, צו לאכן פון די גאנצע וועלט, יא! איך בין פון די מענטשן וואס ווערן פרייליך ווען מ'ליינט די איכה ניגון. און איך מוז נישט טאנצן יעצט... איך בין פרייליך וויאזוי איך בין.
מען דארף מקיים זיין די מצוות היום כתיקונם, מען קען שיין זינגען מיט די קינדערלעך, און אויב איינער קומט צו, "העלאו?! דו ביסט נישט פרייליך?... ס'איז פורים היינט!!", שטיק אים ארויס די צונג און זאג אים ביי...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:06 pm
איין עצה
האלט א קליינע תהלימ'ל אין טאש און זאג יעדעס איבריגע מינוט
אויב איז די מצב געאייגענט דאן שפיר א ניצחון דורך אריינכאפן א בלאט גמרא אדער דורך לערנען עני ספר און זיך שפירן גוט אז כמעט קיינער לערנט נישט און איך לערן יא
דער עיקר איז אויסנוצן די צייט
אויב האט מען סטרעס אז עס איז א געהויבענע טאג - די גרעסטע טאג אין יאר און יעדע סעקונדע דארף ווערן אויסגענוצט, צו דורך מצוות היום צו דורך עני אנדערע דבר טוב, איבערטראכטן משניות, טראכטן אלע אייגענע בקשות צום אייבערשטן, מתפלל זיין א תפילה חרישית צום אייבערשטן און זיך אויסבעטן אויף מאמע לשון, מתפלל זיין פאר די קרובים און מתפלל זיין פאר אלע באקאנטע בפרטיות, יעדער מיט זיין הצטרכיות, עס איז א שאד יעדע סעקונדע, פארקערט, מען איז נערוועז אז כי פנה יום און מען דארף אריינכאפן אויסצונוצן די צייט - דאן איז נישטא קיין צייט פאר דעפרעסיע, מען מוז אויסנוצן די צייט, מען מוז ספענדן די מחשבה פאר תורה ותפילה

די משל מיטן קעניג וואס האט פארשפילט אז מען זאל נישט אויסליידיגן זיין אוצר, מען טראכט אז יעדע רגע פיילט מען הונדערטערס, יעדע סקונדע ציילט און נמען דארף עס אויסנוצן פאר רצון הבורא, די אנדערנעלין פאמפעט ביזן זמן צאת הכוכבים, דער עיקר מיטלעבן דעם טאג מיט בטחון אז מען טוט רצון הבורא ווי אזוי ער שטעלט עס אויס
א נייע תורה איז געשען דא ביינונז און די לעצטע פאר יאר…

פורים = זאג תהילים א גאנצע טאג דאס איז די גאנצע ענין

זאת חנוכה = נישט מען מאכט א סעודה כמהנג נעה זאג אויס תהילים פארטס קיין ציונים הקדושים וואס היייסט גמר החתימה.

משא״כ

א׳ סליחות = פאסטן א האלבע טאג נעה.. דעיס איז געמאכט פאר די אונגערישע לאז אפפ דער באשעפער וויל פלעין שמחה

שלש עשרה מידות = נעה דעיס איז סתם א סיגוט׳ע מנהג… קיין איין חסידות מאכט נישט קיין עסק..

הושענה רבא = וואס רעדסטו.. גייט געהעריג אן שמחת בית השואבה ושמחת בחגיך … און סאטמאר האט מען פלעין ליב געהאט צו ברעטשענען..

עולם הפוך ומשוגע ראיתי

זייטס בשמחה און שיכור׳טס ווען עס איז א מצוה און זאגסט אויס תהילים און וויינטס ווען עס איז די צייט

א שמחת פורים טייערע אידן!
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
איינער וויסט וואס איך מיין?

די עצבות וואס באפאלט פורים נאכמיטאג צווישן 5:45 און די שקיעה ...

מה עושים?
יין ישמח לבב אנוש טרינק וויין (נישט בראנפען)
און האב א שמחת פורים און א שמחת תמיד
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

עירוב תבשילין האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 6:17 pm
פורים דעפרעסיע איז א זאך וואס איך לייד שוין יארן לאנג דערפון זייט אלס קליין יונגל. פורים איז פון מיינע שווערסטע ימים טובים און ביז ממש א טאג צוויי צוריק ווען מיין ב''ב האט געוואלט אויסארבעטן מיט מיר וואס איז די פלאן היי יאר פורים האב איך נישט געוואלט רעדן דערפון בכלל, און זי כסדר אפגעשטופט.

לאכן קענט עטס ביז איבערמארגן, אבער ווען איך האב ווען די כוחות און קוראזש וואלט איך מיך אויפגעהויבן און געפראוועט פורים אין פלארידע. א שטילע סעודה'לע, א משלוח מנות פאר א שכן, מתנות לאביונים פאר א לאקאלע שנארער און מגילה וואלט איך געהערט מיט די זקנים אינעם קליינעם שול'כל.

איך קען עס נישט אנדייטן פונקטליך וואס מאכט מיר דעפרעסט פורים, אבער עס לאזט זיך אראפ אזא סארט דעפרעסיע, פארלוירנקייט, און עס הערשט אן אומעטיגע מצב רוח. ספעציעל אין די נאכמיטאג שעות ווען אידן זענען פרייליך און טאנצן אויף די גאסן. 'ולשמחה מה זו עושה?!' טרעף איך מיך פרעגן צו מיר אליינס, 'וואס ביסטו אזוי פריש?' וכהנה וכהנה אזעלכע מחשבות..פון שיכורים שטיי איך ווייט, און יעדער פרייליכע בחור וואס טאנצט ארויף אויף מיר כאפט פון מיר א געזונטע שטופ אזש ער פליט אין די לופטן אינאיינעם מיט זיינע בעקיטשע קנעפלעך וואס הענגן אויף א פאדעם...

די באלאגאנישע כאאטישע מצב וואס לאזט זיך אראפ אין די גאסן אזוי פארנאכטס צייט, איז עפעס וואס איך קען נישט דערהייבן, הלואי איך זאל יא קענען.

לכאורה איז די סיבה וויבאלד פורים עפנט מען זיך אויף, פורים איז א יום טוב ווי יעדער איז אריגינעל, מ'טוט אויס די מאסקע פון א גאנץ יאר און מ'טוט זיך אָן אַן אמת'ע מאסקע פון פרייליכקייט, העכערקייט, כי אתה הוא מלך מלכי המלכים, ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, וכו', עס איז פרייליך. אידן גייען ארויף א שטאפל העכער ווי א גאנץ יאר, מ'טאנצט, מ'האפקעט וכו' - דאס איז עפעס וואס איז זייער שווער פאר מאנכע - אריינגערעכנט מיר - ווען מ'זעט דאס. מ'ווערט אינסטינקטיוו אנגעצויגן און דעפרעסט אז מ'קען פשוט נישט דערהויבן די טאג. מ'קען נישט פעיסן די אמת וואס הערשט אין לופטן, ס'פייניגט.

דאס איז מעשי היצר וואס וויל אז דער מענטש זאל בלייבן אין זיין גאנץ-יערליכע באָבל, און וואויל איז דער וואס קען איין מאל א יאר, פאר אפאר שעה ארויסקריכן דערפון. ס'איז א שווערע זאך. ס'ווענדט זיך ווארשיינליך אין וויפיל שיכטן פון באָבל מ'איז איינגעוויקלט א גאנץ יאר.

די עצה, איז פשוט, נעם ארויס דעם תהלימ'ל און בעט דעם אויבערשטן אויף אביסל קירבת אלוקים, אביסל נאנטקייט צום אויבערשטן. מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָּרוּצָה. אויב קענסטו נישט דאווענען, קענסט נישט רעדן צום אויבערשטן, דעמאלט זאג עס טריקענערהייט, זאג איין קאפיטל תהלים און דער אויבערשטער וועט שוין הערן דיין תפילה!
זאג, טרויבן שווייס רעדט נישט צו אייך? און וואס טוט זיך מיט געטראנקען וועלכע פארמאגן אלקאהאלישע באשטאנדטיילן?
כ'מיין ס'איז ווערט צו באטראכטן.
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

פאר די אלע וואס געבן עצות (איך מיין מיך אויך) אז מען זאל טרינקען דארפן געדענקן אז נישט יעדער איינער קען טרינקען, עס איז דא אסאך וואס זענען אויף מעדיצין וואס קען זיין סם אויב מען טרינקט, עס איז דא וואס דארפן אהיים דרייוון, און נאכדעם איז דא סתם די מענטשן וואס זייער בני בית לאזט נישט. בקיצור נישט פאר יעדעם איז דאס אן עצה.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

ביי מיר איז אזוי געווען, ביז איך האב אנגעהויבן כאפן אז עס איז א סימטאם פון די ''אריינכאפן און אויס'פועל'ן דיסארדער'' , א צוויייגל פון א.ס.ד.
שטארק דיך מיט אמונה אין קדושת הזמן, אלעס איז אפן און עס האט 'גארנישט' מיט דיינע פעולות, נאר פריי דיך מיט יעדע מינוט און מיט אלע השפעות.
און אז אין השמחה תלוי אלא בי, פרוביר נישט און ערווארט נישט אז עפעס זאל דיר פרייליך מאכן חוץ דיך אליין, זיי אויפגעלייגט און טו וואס ''דיך'' מאכט פרייליך.

זאגן תהילים איז גאר הייליג אבער פשוט נישט אין פלאץ אין די צייט וואס חכמינו ז''ל האבן מתקן געווען משתה ושמחה, אזוי פועל'ט מען דעמאלטס.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:12 pm
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:09 pm
שלאפן פון טרינקען, שטייט דאך אין שולחן ערוך.... [אז מען שלאפט איין פון וויין, שלאפט מען בד"כ כמעט ביז צאת...]

תהלים זאגן פורים? ווייסעך נישט פון אזא זאך... ס'יז מיינעך א נייער מנהג....

כ'געדענק און כ'האב געקענט גרויסע אידן, כ'געדענק נישט זיי זאלן זאגן תהלים פורים...
עכ"פ ווען דו האסט געזען...
וואס האבן זיי געטון?
אויך רצון הבורא צו זאל עס זיין אויפנעמען מענטשן, צו זאל עס זיין שנארן און פארטיילן געלט
יעדער דארף טון זיין זאך - אבער דער עיקר, דער צייט איז טייער און מען טאר נישט פארפאסן קיין איין רגע אן רצון הבורא
אויב איז דאס יעדן טאג פון לעבן איז כל שכן אין אזא טאג וואס יעדע רגע איז ווערד קעש
יעדע רגע איז ווערט קעש, ווייל וואס מיט שמחה קאן מען פועל'ן קען גארנישט פועל'ן, בפרט ווען שמחה איז דאך א מצוה בזמנה...
און ווילאנג מען האלט נאך נישט ביי עד דלא ידע ... נו, וואסי די שאלה.... טרונק נאך און נאך
אויב דארפסטו דרייוון, דינג א גוי זאל דיר דרייוון ....
אויב די ווייב לאזט נישט ..., טרונק ביז דו פארגעסט אז זי האט בכלל א מיינונג דא...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בערגשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 5:46 pm
נשמת השכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 2:12 pm
געמבלער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 1:53 pm
מה עושים?
מען נידערט די ערווארטונגען..
זייער גוט געזאגט

די קענסט דע קאזין וואס פרעגט אלץ פאוואס ביסטע דיפרעסט.
שרעק דיך נישט ער איז דער דעפרעסטער די ביסט פלעין ווי יעדן טאג
האמיר אונז דעם זעלבן קאזין?
זעמיר אונז משפחה?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

חיים יצחק האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 7:24 pm

א נייע תורה איז געשען דא ביינונז און די לעצטע פאר יאר…

פורים = זאג תהילים א גאנצע טאג דאס איז די גאנצע ענין
נישט דאס איז דער גאנצער ענין, אבער יא א שטארקע ענין יעדע איבריגע מינוט ווען מען איז נישט פארנומען מיט סעודת פורים און די מצוות היום (מקורות וועלן מעגליך נאכפאלגן)

עולם הפוך ומשוגע ראיתי

זייטס בשמחה און שיכור׳טס ווען עס איז א מצוה און זאגסט אויס תהילים און וויינטס ווען עס איז די צייט - אריינגערעכנט דעם טאג פורים אין די שעה וואס עס איז אין פלאץ

א שמחת פורים טייערע אידן!
אמן וכן למר

און אויב ביסטו פון די וואס פראווען א פורים אויף אזא פארנעם און עס דערגרייכט דיך נישט קיין קאלעמוטנע מינוטן קיין טראפ דורכאויס דעם געהויבענעם טאג
דאנק דעם אייבערשטן און נישט דיר מיינט דער אשכול ב"ה.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 8:06 pm
יעדע רגע איז ווערט קעש, ווייל וואס מיט שמחה קאן מען פועל'ן קען גארנישט פועל'ן, בפרט ווען שמחה איז דאך א מצוה בזמנה...
אויף די שורה לייק איך
אויף די אנדערע בין איך נישט אין די מדריגה...
איך פרוביר ביי משתה היין צו טרונקען און זיך דרוקן ביזן צאת הכוכבים...
איך האב דאך די פאביע צו בלייבן ביים קלארן דעת. און דאס לאזט נישט דעם גשמיות'דיגן גוף טרונקען, אבער כאטש פרובירט מען...
אלטע נייעס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:30 pm

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע נייעס »

עס זענען דא (רוב) מענטשן וואס פילן זיך זייער נישט באקוועם מיט דעם ווען איינער מישט זיך אין זיינע פריווייטע געשעפטן.
עס זענען אויך דא מענטשן וואס פילן זיך זייער נישט באקוועם מיט דעם ווען איינער קוקט אים אפילו אהן אדער רעדט צו אים מער וואו אפאר סעקונדען איבער זיין לעבן.
עס זענען אויך דא מענטשן וואס פילן זיך זייער באקוועם מיט דעם ווען איינער מישט זיך אין זיינע פריווייטע געשעפטן.

די וואס ווערן דעפרעסט פורים זענען עפ"ר די צווייטע קאטאגאריע
און די וואס זענען אויפגעלייגט פורים זענען די דריטע קאטאגאריע
דוק ותשכח...

עס איז א טבע וואס איינער קען נישט פארשטיין די אנדערע
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך וואלט נישט גערופן מיין פורים ערפארונג א דעפרעסיע; אבער איך קען נישט דערליידן געוויסע פורים מנהגים:

קושן
האלזן
שרייען
אנגיסן
ברעכעראציע
שמוץ
הויכע ווילדע מוזיק
טראפיק (!!!)
בחורים גרופעס

אן אנגענעמער פורים ביי מיר איז זיך איינשפארן אין א צימערל ביי א טיש מיט א באטל וויין און א תהלים׳ל, א פארקנאקטע פעקל ציגארעטלעך, אויסטרונקען ס׳באטל בשעת׳ן רויכערן דעם לולקע און ווערן דערהויבן בשעת׳ן תהלים זאגן. עס פירט מיר אריין אין העכערע ספערן וואס איך קען נישט באשרייבן. די געגועים און געפילן וואס איך שפיר דאן איז עפעס העכערס.

דעם וועג ארויס וועל איך שוין געווענליך נישט מאכן גראד, דאן טאנצט זיך מיט א געשמאק. פורים טאנץ איך אליין, נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן זענען אין צימער, די ריקודים פראווע איך צווישן מיר און מיר, כ׳קען זיך אמאל באקליידן אפילו מיט א טלית איבערן פרצוף.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פורים דעפרעסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 9:11 pm
איך וואלט נישט גערופן מיין פורים ערפארונג א דעפרעסיע; אבער איך קען נישט דערליידן געוויסע פורים מנהגים:

קושן
האלזן
שרייען
אנגיסן
ברעכעראציע
שמוץ
הויכע ווילדע מוזיק
טראפיק (!!!)
בחורים גרופעס

אן אנגענעמער פורים ביי מיר איז זיך איינשפארן אין א צימערל ביי א טיש מיט א באטל וויין און א תהלים׳ל, א פארקנאקטע פעקל ציגארעטלעך, אויסטרונקען ס׳באטל בשעת׳ן רויכערן דעם לולקע און ווערן דערהויבן בשעת׳ן תהלים זאגן. עס פירט מיר אריין אין העכערע ספערן וואס איך קען נישט באשרייבן. די געגועים און געפילן וואס איך שפיר דאן איז עפעס העכערס.

דעם וועג ארויס וועל איך שוין געווענליך נישט מאכן גראד, דאן טאנצט זיך מיט א געשמאק. פורים טאנץ איך אליין, נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן זענען אין צימער, די ריקודים פראווע איך צווישן מיר און מיר, כ׳קען זיך אמאל באקליידן אפילו מיט א טלית איבערן פרצוף.
גיב נאר אכטונג, ווייל פאר אזא פורים האט מען נאך פיהל שטערקערע ערווארטונגען, און ממילא מער שאנסן אדורכצופאלן..

-----

זה הכלל: מען טאר קיינמאל נישט מאכן קיינע גזירות שוות פון איינמאל אויף די אנדערע - אז וויבאלד איך האב עפעס איינמאל ווען איך האב געטוהן דאס און דאס און געווען דארט און דארט געשפירט א גוטע הרגשה, ממילא וועליך פון היינט און ווייטער פרובירן צו איבערצוטוהן אקוראט די זעלבע זאך אין ארדער צו באקומען נאכאמאהל יענע גוטע הרגש.

עס ארבייט נישט אזוי.

מען מוז אלעמאל בלייבן וואלנערבל און מופקר צו ווי אזוי זאכן פירן זיך - מיט א הכנעה און ביטול, און דאן איז פארהאן פלאץ פאר די אור אריינצוקומען וויבאלד די נפש איז דאן אפן נאטורליך. ווייל נאר אין א ליידיגע אפענע כלי איז דא פלאץ פאר די אור אריינצוקומען, לעומת א גאווה'דיגע קאנטראל וואס מען פרובירט צו האבן אויף זיך און אויף די געפילן צו האבן די גוטע געפיל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”