דאס איז א פילטער???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

טייערע 'העפי יוד' (פותח האשכול).

א יעדע סקונדע וואס די טראכסט, אז די ביזט א משהו 'ווייניגער ווערט' ביים אייבירשטן וועגן דעם, איז אסאאאאאאך ערגער ווי טון וואס די האסט געטון!!

במילא אויב שטערט דיר באמת "אידישקייט" דארפסטו סאאאאאאאך מער מורא האבן פון זיין צוקלאפט ווי פון וואס די האסט געטון.

דער יצר וויל מער די עצבות נאך די עבירה (ווייל דאס איז א גרעסערע עבירה - און אפשר די גרעסטע עבירה)..

ודי בזה - ודי לחכימה ברמיזה!!

[נ.ב. איך האלט נישט אז אייוועלט וועט זיין די פלאץ פון ווי די וועסט שעפן חיזוק און הערן דעם אמת, אבער אפשר א זכר לדבר איכא]
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עצבות פאסירט דורך טראכטן אז איך בין געווען אזוי וואויל, און דאך איז עס געשען צו מיר. מה שאין כן אויב מ'נעמט אחריות און מ'פארשטייט אז איך דארף מיך מער דערנענטערן צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער האט מיך ליב אבער ער וויל אז איך זאל מיך רייסן צו ווערן נענטער צו אים, ווערט אלעס איבערגעדרייעט לטובה במשך הזמן.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

פרוביר נעטפרי.

איך וואלט געזאגט אז נעטפרי איז די איינציגסטע כמעט הונדערט פראצענטיגע שטארקע פילטער אן קיין לעכער.

דו קענסט רואיג ארויסגיין פון אפיס סוף טאג, מיטן געוויסן אז דו האסט נישט געזעהן קיין איין ראי' אסורה!
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

מיר קוקט אויס אז מען רעדט דא פון גאר א טייערע אונגערמאן וואס האט גענומען די שטארקייט און געטוהן די ריכטיגע שריט וואס ווייניג וואלטן געקענט בייווייזען אוועקווארפן א פרנסה כדי נישט צורירן די כלי. הלואי ווען מיר אלע האבן די כוחות.

אולי האט די גאנצע מעשה פאסירט נאר להורות תשובה לרבים.

איך האב אמאל געהערט פון הרב נחמי' גאטליב (אנפירער פון טעג) ביי א אסיפת עסקנים, אז ווען די רבנים וואלטן באמת געוויסט וואס אינטערנעט מיינט, וואלטן זיי עס גע'אסרט, אפילו מיטן בעסטן פילטער און לצורך פרנסה.
לעצט פארראכטן דורך סבר פנים יפות אום מיטוואך מארטש 22, 2023 6:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

וואס א חילוק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 5:29 pm

דער יצר וויל מער די עצבות נאך די עבירה (ווייל דאס איז א גרעסערע עבירה - און אפשר די גרעסטע עבירה)..
אנטשולדגדיגט, אבער וואו אין די תורה שטייט אז מ'טאר נישט זיין בעצבות? ס'איז בכלל נישט קיין עבירה! נאר ווי צדיקים האבן געזאגט "עצבות איז נישט קיין עבירה, אבער וואס עצבות ברענגט קען קיין איין עבירה נישט צוברענגען"
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

כח און מח האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:11 pm

פונקט געהערט היינט, אז עס שטייט משנכנס אב ממעטין בשמחה, עס שטייט נישט אז מען זאל זיין בעצבות נאר ממעטין בשמחה, איז פשט אז אפילו און אב מיז זיין כאטש אביסל שמחה, נאר ווייניגער וואו געווענדליך.
אוועטאר
אייער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:23 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער »

זבולון ווייס האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 5:57 pm
פרוביר נעטפרי.

איך וואלט געזאגט אז נעטפרי איז די איינציגסטע כמעט הונדערט פראצענטיגע שטארקע פילטער אן קיין לעכער.

דו קענסט רואיג ארויסגיין פון אפיס סוף טאג, מיטן געוויסן אז דו האסט נישט געזעהן קיין איין ראי' אסורה!
These are 2 separate points... not related one to the other...
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

א העפי יוד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 4:40 pm
צום פותח האשכול.

מיינע צוויי ¢

הרה"ק ר' מענדעלע וויטעבסקער זי"ע שרייבט (כ'מיין אין זיין ספר פּרי הארץ) אז דער רבוש"ע קען אמאל צופירן פאר א מענטש צו ווערן נכשל מיט אן עבירה, כדי אים ארויסצונעמען פון זיין רגילות'דיגן טאג טעגליכן מצוות אנשים מלומדה'דיגע שטייגער, און אים מעורר זיין צו תשובה און ווערן א בעסערע הייליגערע איד, וויבאלד א מענטש טאר נישט בלייבן אן עומד, מען דארף אנהאלטן צו זיין א הולך! עכלה"ק.

כבוד הכותב!, דאס אז איר שרייבט אז איר זענט אין כולל רוב טאג, ד"ה, אז איר זענט פארנומען מיט רוחניות רוב שעות פונעם טאג! ווייזט וואסערע חשובע אינגערמאן איר זענט! און הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט דיר אויסדערוועלט צו מעורר זיין! , וויבאלד נישט יעדער איז ראו לכך!

און אוודאי דארף דער פילטער קאמפאני זיין מער באווארענט פון לעכער, אבער איר ברויכט זיין נאכמער וואכזאם אז אפילו מיטן שטערקסטן פילטער, דארפט איר זיין אפגעהיטן! און עס קען נישט זיין אינגאנצן די אחריות פונעם פילטער קאמפאני!

אין יעצט אז ס'האט פאסירט וואס האט פאסירט, דו איינציגסטע וועג איז. קוק נישט צוריק! , הִמָלֵט עַל-נַפְשֶךָ אַל-תַּבִּיט אַחֲרֶיךָ! (בראשית י"ט י"ז) דער יצר הרע וועט דיר נאר אריינעמען אין א ראלער קאוסטער פון מחשבות שונות ומשונות וזרות, קוק נישט צוריק!, ביטער נישט אויף וואס דו האסט געטון!

"ווי מער מ'איז בּיזי צו בּלעימען זיך אדער אנדערע, אלץ מער נעמט דאס אוועק פון מקבל זיין אחריות!"

נעם פולע אחריות אויף דיינע מעשים און זיי רעספאנסעבל צו פאררעכטן וואס דו האסט געטון!

געדענק! אז אפילו מיט די שטערקסטע פילטער דארף מען סייעתא דשמיא! און זיין אחריות'דיג און וואכזאם וויאזוי זיך צו באגיין מיט טעכנאָלאָגיע אויף טריט און שריט, זיך אריינבויען א שטארקע פעלזן פעסטע פילטער אינעם קאָפּ!, אז סיי וואס עס פאסירט און עס קומט אינטער מכשולות וועסטו זיין קאמפס גרייט צו תיכף נעמען אחריות אין פארריכטן דעם פראבלעם באיזה אופן שיהיה!

געדענק!
  • קוק נישט צוריק!
  • נעם פולע אחריות!
  • פארלאז דיך נישט אויפן פילטער קאמפאני!
  • זיך בויען א פילטער אינעם קאפּ, זיי קאמפס גרייט!

אסאך הצלחה!
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום מאנטאג מארטש 27, 2023 12:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

דרייטצעך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:10 pm
אן אריינגיין לעצם המעשה איז טאקע דא א מקום מעורר צו זיין אז לייגן נעטפרי אן ווייפרי איז ווי כאילו מען לייגט בכלל נישט קיין פילטער.

(כ'ווייס נישט פון וועלכע פילטער די מעשה איז דא).
וואס איז דאס ווייפרי?
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ניין דו האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 3:32 pm
דרייטצעך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:10 pm
אן אריינגיין לעצם המעשה איז טאקע דא א מקום מעורר צו זיין אז לייגן נעטפרי אן ווייפרי איז ווי כאילו מען לייגט בכלל נישט קיין פילטער.

(כ'ווייס נישט פון וועלכע פילטער די מעשה איז דא).
וואס איז דאס ווייפרי?
א סאפטווער וואס מאכט מען זאל זיך נישט קענען קאנעקטן צום אינטערנעט אויב נעטפרי איז דיסקאנעקטעד.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ווילן ווילסטו
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 7:41 am

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילן ווילסטו »

לאמיך אייך זאגן איין זאך
אויב מען פאלט דורך
קען מען נישט זאגן
איך וועל עס צוריק בלאקן
זאגן א קאפיטל תהילים
און פארגעס פון די מעשה
די דעמעדזש איז דָן
עס קען צוריק קומען נאכאמאל און נאכאמאל
און עס ווערט נאר שווערער און שווערער
איך רעד פון עקספוריענס
מען מוז גיין פאר העלפ
עס איז דא אסאך גוטע העלף
ווי פריער מען גייט איז עס גרינגער
מען ווערט נישט א נעבעך פארן גיין פאר הילף
איינער וואס וויל קאנטאקטן
קען מיך קאנטאקטן
א מיטגעמאכטע
אויב ווילן ווילסטו דעמאלטס קענען קענסטו!
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

ספר לקוטי מוהר"ן
אִם רוֹצֶה לִהְיוֹת יְרֵא ה', וְרוֹצֶה לְהִתְפַּלֵּל
וְאֵינוֹ רוֹצֶה בְּאֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת
צָרִיך שֶׁלּא לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל
וְשֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ מַה שֶּׁעוֹמְדִים לְפָנָיו
וְרַק יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק
בַּתּוֹרָה אוֹ תְּפִילָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן
וְלא יַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל
וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד
שֶׁבְּשָׁעָה שֶׁעָמַד לְהִתְפַּלֵּל
הָיָה מִזְדַּמֵּן וְעוֹמֵד לְפָנָיו בְּדִמְיוֹנוֹ עַכּוּ"ם עָרֵל
וְהָיָה לוֹ יִסּוּרִים גְּדוֹלִים מִזֶּה
וְכָל מַה שֶּׁרָצָה לְהִתְגַּבֵּר וּלְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה
הִתְגַּבְּרָה עָלָיו יוֹתֵר
וְיָעַץ לוֹ חָכָם, שֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ
וְיַעֲמד הָעַכּוּ"ם, וְאַף עַל פִּי כֵן יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ וְיִתְפַּלֵּל
וּבָזֶה יִסְתַּלֵּק מִמֶּנּוּ
אַך זֶה עֵצָה לְפִי שָׁעָה
כָּל זְמַן שֶׁלּא נִתְקַדֵּשׁ גּוּפוֹ עֲדַיִן
וְהָעִקָּר לְקַדֵּשׁ וּלְטַהֵר עַצְמוֹ כַּנַּ"ל
וְיֵלֵך לְחָכָם, וְיִתֵּן לוֹ עֵצָה נְכוֹנָה עַל כָּל דָּבָר כַּנַּ"ל

https://he.wikisource.org/wiki/%D7%9C%D ... 7%A2%D7%91
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

כח און מח האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:11 pm
וואס א חילוק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 5:29 pm

דער יצר וויל מער די עצבות נאך די עבירה (ווייל דאס איז א גרעסערע עבירה - און אפשר די גרעסטע עבירה)..
אנטשולדגדיגט, אבער וואו אין די תורה שטייט אז מ'טאר נישט זיין בעצבות? ס'איז בכלל נישט קיין עבירה! נאר ווי צדיקים האבן געזאגט "עצבות איז נישט קיין עבירה, אבער וואס עצבות ברענגט קען קיין איין עבירה נישט צוברענגען"
איך קען ברענגען פון אסאך צדיקים אבער איך וועל אנהייבן מיט די זעלבע צדיק וואס האט געזאגט מצוה גדולה להיות בשמחה. (ליקוטי מוהר"ן תנינא תורה מח)

און ווי אויך איז דער הייליגער ר' נתן מסביר אז די טעם פון עצבות איז א טענה לפרוש וואס דאס איז די ערגסטע עבירה!!
11.jpg
11.jpg (216.4 KiB) געזען 3739 מאל
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ווייל ס'איז מזיק. דער טענה'ט אז ס'איז נישט קיין עבירה, אבער איז מודה אז ס'איז א פראבלעם ווייל ס'איז מזיק.

און לגופו של ענין, שטעלט זיך שוין דער חת"ס אויף די קושיא, פארוואס ס'איז טאקע נישט קיין עבירה.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

סבר פנים יפות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 2:13 pm
ספר לקוטי מוהר"ן
אִם רוֹצֶה לִהְיוֹת יְרֵא ה', וְרוֹצֶה לְהִתְפַּלֵּל
וְאֵינוֹ רוֹצֶה בְּאֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת
צָרִיך שֶׁלּא לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל
וְשֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ מַה שֶּׁעוֹמְדִים לְפָנָיו
וְרַק יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק
בַּתּוֹרָה אוֹ תְּפִילָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן
וְלא יַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל
וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד
שֶׁבְּשָׁעָה שֶׁעָמַד לְהִתְפַּלֵּל
הָיָה מִזְדַּמֵּן וְעוֹמֵד לְפָנָיו בְּדִמְיוֹנוֹ עַכּוּ"ם עָרֵל
וְהָיָה לוֹ יִסּוּרִים גְּדוֹלִים מִזֶּה
וְכָל מַה שֶּׁרָצָה לְהִתְגַּבֵּר וּלְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה
הִתְגַּבְּרָה עָלָיו יוֹתֵר
וְיָעַץ לוֹ חָכָם, שֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ
וְיַעֲמד הָעַכּוּ"ם, וְאַף עַל פִּי כֵן יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ וְיִתְפַּלֵּל
וּבָזֶה יִסְתַּלֵּק מִמֶּנּוּ
אַך זֶה עֵצָה לְפִי שָׁעָה
כָּל זְמַן שֶׁלּא נִתְקַדֵּשׁ גּוּפוֹ עֲדַיִן
וְהָעִקָּר לְקַדֵּשׁ וּלְטַהֵר עַצְמוֹ כַּנַּ"ל
וְיֵלֵך לְחָכָם, וְיִתֵּן לוֹ עֵצָה נְכוֹנָה עַל כָּל דָּבָר כַּנַּ"ל

https://he.wikisource.org/wiki/%D7%9C%D ... 7%A2%D7%91
כ'האב אמאל געליינט א מעשה אין די "מעלות" אויסגאבע איבער א אינגערמאן וואס האט נעבעך געליטן אויף OCD און יעדע מאל ער האט זיך געביקט ביי שמו"ע איז אים ארויפגעקומען א בילד פון א שתי וערב רח"ל... ער איז געווען זיכער אז דאס איז א רמז מן השמים אז ער איז מנודה משתי העולמות...
ביז א גוטע טעראפיסט האט אים געגעבן דעם פאלגנדן עצה, ער זאל עס טאטאל איגנארירן, און עס איז וואונדערליך נעלם געווארן...
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:04 pm
ווייל ס'איז מזיק. דער טענה'ט אז ס'איז נישט קיין עבירה, אבער איז מודה אז ס'איז א פראבלעם ווייל ס'איז מזיק.

און לגופו של ענין, שטעלט זיך שוין דער חת"ס אויף די קושיא, פארוואס ס'איז טאקע נישט קיין עבירה.
ער שרייבט פריער אז ס'איז מזיק און דערנאך שרייבט ער אז ס'איז אן "עבירה גדולה".

און אויך אז עצבות איז דער סטרא אחרא.. וואס איז דער עבירה אליינס!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עבירה מיינט אז ס'איז פון די רמ"ט מצות עשה און שס"ו לא תעשה?
לומד'ישע קאפ
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:12 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לומד'ישע קאפ »

כמיין דאס שטייט אויך אין ר' מענדלע רימאנוב, אז דער עצבות קומט פון גאוה.
דער מענטש טראכט, ווי קען זיין אז "איך" (דהיינו דער גרויסע צדיק'ל...) זאל אזוי אריינפאלען?! און דער אויבעשטער טוט דיר א טובה און ווייזט אז דער גרויסע "איך" איז גארנישט, סיאיז נאר דער באשעפער אליינס וואס הוא הנותן לך כח לעשות חיל, און אפילו דיין ריינקייט און עבודת השי"ת איז נאר פון איהם אליינס.
נאך דעם וואס מ'קומט צו אזא הכרה, שטייט מען אויף גאר אסאך העכערע מדרגה פון ווי מ'איז געוועהן קודם החטא..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

חיזוק דארף מען אבער נאכאלץ
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

וועלכע קאמפעני איז דאס געווען?
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

איבערלעבער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 9:33 pm
א העפי יוד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:23 pm
דרייטצעך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:17 pm
א העפי יוד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:14 pm
דרייטצעך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:11 pm
פשוט הוא אז אויב פאלט ח"ו אראפ די פילטער פון איינעמס דעווייס, מעג מען זיך נישט באנוצן דערמיט ביז די פילטער ווערט צוריק אקטיוו.
איר ווייסט וואס מיינט א יצר הרע?...

איי מין פליז...
טאקע וועגן דעם איז די איינציגסטע אפציע עס בכלל נישט אנצורירן...
נישט נאר דאס, נאר בלי נדר אריינווארפו ביים סקולענע רביס ציון!
לא מדבשך ולא מעיקצך
אפילו סברענגט שיין פרנסה מיין אידישקייט קען איך נישט פארקויפן!!
שכח אייועלט פאר מיר העלפן זיך צי שטיפן עס צי טיען! איך ווארף דיר אוועק!
ביי! נישט צים ווידערזעהן!!
מי כעמך ישראל.
בעזר השם בלי נדר. קנאת סופרים תרבה חכמה. בקרוב ממש וועלן מיר טוהן די זעלבע. השם היה עוזר לי.
השם עזר. אין לי גישה אין לי כלי ואין בדעתי לתקנו. הפח נשבר ואנחנו נמלטנו. עזרנו השם אלקינו על דבר כבוד שמך והצילנו וכפר על חטאותינו למען שמך. קרבנו לתורתך ולמדנו לייחד ליראה ולאהבה את שמך.
עיין כאן
viewtopic.php?p=4442845#p4442845
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אפילו מיט א גוטע פילטער און מיט א גוטע ווילן, איז דא מכשולות השם ישמרנו ויצילנו. ולפענ"ד אינו מיעוט המצוי אלא רוב המצוי. עס איז א שרעקליכע ווייטאג אז אזוי פיהל אידן דארפן אזוי שטארק צוקומען דערצו והמכשולות מצויות לרוב. אבער ווער עס קען די מערסטע אוועקשטיין ווי מעגליך זאל ער עס טוהן. ער וועט הנאה האבן זיינע דורות וועלן איהם דאנקן און זיין נשמה וועט האבן אן עליה שוין דא בעולם העשיה. עס איז טאקע גאר שווער. קול הלשון מיט נאך גוטע זאכן. דיפאזיטס צום באנק שיקן פעימענטס און באקומען, עס קוקט אויס שווער ווי א בארג, אבער עס איז באמת כחוט השערה. שוין עטליכע וואכן אויב נישט א חודש, עס ווערט גרינגער טעגליך. עס איז גרינגער ווי א דייעט....
אפילו דא אין קיאסק מיט א הערליכע פילטער. מען טייפט אריין עטליכע אויתיות אין גאגל און נישט חסידי אומות העולם שפראצן ארויף אין קליינע בילדער לאו דוקא מענער. זעהט נישט אויס ווי מען קען עס פילטערן.
והשם הטוב יעזור. הרוצה ליטהר מסייעין אותו, הרוצה ליטמא פותחין לו. השם "עוז" לעמו יתן.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

אפאר טאג צירוק נאכן זיך ארומשפילן א שטיק צייט האבעך אויסגעפונען אויסצושפילן מיין משומר פילטער דורך א פשוטע וועג און די גאנצע אינטערנעט איז מיר אפן ממש ככלי פתוח אשר אין צמוד פתול עליו... ב”ה דערווייל האלט איך מיך שטארק כברענג עס נאר ארויף דא אז מזאל וויסן אז אפי’ די בעסטע פילטער איז גארנישט ווערט

און ניין כבין בכלל נישט קיין טעק גיק...
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
עלינו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:54 pm
אפאר טאג צירוק נאכן זיך ארומשפילן א שטיק צייט האבעך אויסגעפונען אויסצושפילן מיין משומר פילטער דורך א פשוטע וועג און די גאנצע אינטערנעט איז מיר אפן ממש ככלי פתוח אשר אין צמוד פתול עליו... ב”ה דערווייל האלט איך מיך שטארק כברענג עס נאר ארויף דא אז מזאל וויסן אז אפי’ די בעסטע פילטער איז גארנישט ווערט

און ניין כבין בכלל נישט קיין טעק גיק...
פארוואס טראכסטו אז דאס איז די "בעסטע" פילטער?
יעדע פילטער קען מען אויסשפילן, אבער ליוודזשענט (משומר-גדר)אויף ווינדאוס קען מען כאדם המעביר פקק מעל הצלוחית.
די ערשטע שאלה פון דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצוק"ל, האסטו געהאלפן מיינע קינדער?

לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג, וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: דאס איז א פילטער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:54 pm
אפאר טאג צירוק נאכן זיך ארומשפילן א שטיק צייט האבעך אויסגעפונען אויסצושפילן מיין משומר פילטער דורך א פשוטע וועג און די גאנצע אינטערנעט איז מיר אפן ממש ככלי פתוח אשר אין צמוד פתול עליו... ב”ה דערווייל האלט איך מיך שטארק כברענג עס נאר ארויף דא אז מזאל וויסן אז אפי’ די בעסטע פילטער איז גארנישט ווערט

און ניין כבין בכלל נישט קיין טעק גיק...
זאג זיי און טוה דיר און אנדערע אידן א טובה
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”