צל עובר האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 5:29 pmדי חרידים אלץ געמיינדע זענען פיל מער קעגן נאכגעבן פאר די אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, און פיל מער פאר אונטערדרוקן דעם אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, דאס איז א פשוט'ע אומלייקענבארע מציאות, און דאס איז די פוינט.
איך זאג גארנישט בנוגע וואס דאס מיינט בנוגע טעראר, אדער אפילו ציונות, ווייל יענץ שטייט דאך לכאורה אין קוראן...
(קיינמאל געוויסט אז געוויסע זאכן דארט זענען צו די זאך, אויב וואר איז עס מסתמא גערויבט פון להבדיל די תורה אווי ווי דער אלד טעסטימענט..)
עס איז די זעלבע סיבה פארוואס די אמעריקאנע חרדישע עולם איז רעכט געשטימט,
חרדישע אידן האבן זייער א גראדע, נישט סאפיסטיקירטע בליק אויף פאליטיק, אזוי ווי די ווייסע פויערען אין די סטעיטס, אן די אלע פשעטלעך און קאפ דרייענישן וואס די לינקע זענען אויפגעקומען,
ביסט א רוצח? אראפ מיטן קאפ...! האסט געגנבט? אריין אין תפיסה...!
די סיבה איז לכאורה ווייל ביי אונז פרעדיגט מען נישט וועגן די אלע זאכן און חדר און און שולע, סא אונז קוקן אן די אלע זאכן אזוי ווי אומגעלערנטע פויער קוקט עס אן...