טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- איש ציון
- שר האלפיים
- תגובות: 2454
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
קען מיר איינער מסביר זיינער וואס איז דאס שאיפה וואס מאנכע האבן אז עס זאל זיין א טיילונג (אדער אפאר), עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואס איז די געשמאק דערפון.
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק

- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17720
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
א טיילונג בענין?
- איש ציון
- שר האלפיים
- תגובות: 2454
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
לייין די טעלערלעך וועסטו זען
ער ברענגט דארט ארויס אז מאנכע ווילן אז עס זאל זיין א טיילונג ביי סמארטפאון וכו' און ער זעט אז עס איז שוין דא א טיילונג. עס איז משמע ער וויל א טיילונג גיי ווייס וואס ברעננט אים?

די מעשה האט שוין אן אשכול, און כ'בין נישט זיכער צי ס'שוין צוריק אפן....איש ציון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:50 pmלייין די טעלערלעך וועסטו זען
ער ברענגט דארט ארויס אז מאנכע ווילן אז עס זאל זיין א טיילונג ביי סמארטפאון וכו' און ער זעט אז עס איז שוין דא א טיילונג. עס איז משמע ער וויל א טיילונג גיי ווייס וואס ברעננט אים?
אבער די הויפט ארגומענט לטובת צעטיילן (וואס ווי ער זאגט איז עס שוין מער-ווייניגער בפועל אזוי, און עס ווערט נאר שטערקער) איז אס סוכ"ס זענען "עפ"י רוב" די סמארטפאון שטיבער קאמפליטלי אנדערש ווי די נישט-סמארטפאון שטיבער, עס איז א מציאות
קענסט עס אנרופן מחנה אלוקים און מחנה מגושמים, קענסט עס אנרופן קיל און ערנסט, קענסט עס אנרופן שטארק חסיד'יש און מער לופטיג, ס'איז אבער א מציאות - און עפ"י רוב -- נאכאמאל נאר עפ"י רוב -- ווערט עס צעטיילט אויך לויט די פאונ.
(דערווייל) פארשטייט יעדער אז סאטמאר מוסדות וועט נישט אננעמען א קינד א קיין געקרייזלטע פיאות, און אויב זיינע עלטערן האבן במסורה אז די קינדער גייען מיט די פיאות אויפן אויער וועט מען זיי זאגן אלעס פיין און וואויל, אבער נישט דא
(דערווייל) פארשטייט יעדער אז סאטמאר ישיבה קטנה וועט נישט אננעמען א בחור מיט א ווייסע טי-שוירט, אויב זיין טאטע האט נישט א פראבלעם דערמיט, נאו פראבלעם, אבער נישט דא
אבער ביי אסאך אנדערע תקנות אינעם מוסד הערט מען נישט אויף הערן פון א ציבור וואס הערט זיך נישט אויף אפרעדן, אלעס איז דיעפ סטעיט, פייט פאר קאנטראל, סתם רשעות, וכדומה, און אנשטאט פארשטיין אז פאר זייער דרגה אין אידישקייט קומט נישט זיי זאלן שיקן אין דעם מוסד, פארשטייען זיי אז די מוסד דארף זיך צושטעלן צו זייער דרגה אין אידישקייט.
(די סיבה דערצו איז מסתם ווייל היות זיי זענען למעשה אויפגעוואקסן אין דעם קרייז שפירן זיי ווי זיי באלאנגען דא און ווילן ווערן רידשעקטעד)
די לעצטע צען יאר שטייט מען און מען קריגט זיך, די מוסדות פראבירט איינצוציען, זיי מאכן תקנות איבער קליידונג, גלעזער, פאונס, וכדומה למיניהם, האלב עלטערן זענען דערביי, און האלב פייטן, און/אדער שטעלן אן לפנים ווי זיי פאלגן און למעשה אינדערהיים איז מפטירין כדאתמול - כ'מיין אז ס'פעלט נישט אויס מסביר צו זיין די שעדליכקייט פון אזא צוגאנג און די השפעה וואס עס האט אויף די קינדער...
סא זענען אייניגע אידן געפאלן אויף א המצאה, מ'קען מאכן 2 "סאטמאר'ע" מוסדות, איינס פאר "מחנה אלוקים" און איינס פאר "מחנה מגושמים", איינס פאר אזעלכע וואס ווילן זייערע קינדער זאלן זיין "חסיד'ישע (כאניאקישע) אידן, און איינס פאר די וואס ווילן מער אויפגעקלערטע (קאלטע) קינדער........
צי עס איז א גוטע עצה? דאס העמיר לאזן פאר די רבנים, אבער דאס איז די ארגומענט
- איש ציון
- שר האלפיים
- תגובות: 2454
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
איך ברענג נאר ארויס א זייטיגע נקודה וואס כסדר ביים רעדן פון כל מיני נושאים איז דא אסאך מענטשען וואס רעדן מיט גלאציגע אויגן און זאגן הלוואי וואלט מען געמאכט א טיילונג אדער מען ברויך מאכן א טיילונג וכו' וכו'פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:00 pmדי מעשה האט שוין אן אשכול, און כ'בין נישט זיכער צי ס'שוין צוריק אפן....איש ציון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:50 pmלייין די טעלערלעך וועסטו זען
ער ברענגט דארט ארויס אז מאנכע ווילן אז עס זאל זיין א טיילונג ביי סמארטפאון וכו' און ער זעט אז עס איז שוין דא א טיילונג. עס איז משמע ער וויל א טיילונג גיי ווייס וואס ברעננט אים?
אבער די הויפט ארגומענט לטובת צעטיילן (וואס ווי ער זאגט איז עס שוין מער-ווייניגער בפועל אזוי, און עס ווערט נאר שטערקער) איז אס סוכ"ס זענען "עפ"י רוב" די סמארטפאון שטיבער קאמפליטלי אנדערש ווי די נישט-סמארטפאון שטיבער, עס איז א מציאות
קענסט עס אנרופן מחנה אלוקים און מחנה מגושמים, קענסט עס אנרופן קיל און ערנסט, קענסט עס אנרופן שטארק חסיד'יש און מער לופטיג, ס'איז אבער א מציאות - און עפ"י רוב -- נאכאמאל נאר עפ"י רוב -- ווערט עס צעטיילט אויך לויט די פאונ.
(דערווייל) פארשטייט יעדער אז סאטמאר מוסדות וועט נישט אננעמען א קינד א קיין געקרייזלטע פיאות, און אויב זיינע עלטערן האבן במסורה אז די קינדער גייען מיט די פיאות אויפן אויער וועט מען זיי זאגן אלעס פיין און וואויל, אבער נישט דא
(דערווייל) פארשטייט יעדער אז סאטמאר ישיבה קטנה וועט נישט אננעמען א בחור מיט א ווייסע טי-שוירט, אויב זיין טאטע האט נישט א פראבלעם דערמיט, נאו פראבלעם, אבער נישט דא
אבער ביי אסאך אנדערע תקנות אינעם מוסד הערט מען נישט אויף הערן פון א ציבור וואס הערט זיך נישט אויף אפרעדן, אלעס איז דיעפ סטעיט, פייט פאר קאנטראל, סתם רשעות, וכדומה, און אנשטאט פארשטיין אז פאר זייער דרגה אין אידישקייט קומט נישט זיי זאלן שיקן אין דעם מוסד, פארשטייען זיי אז די מוסד דארף זיך צושטעלן צו זייער דרגה אין אידישקייט.
(די סיבה דערצו איז מסתם ווייל היות זיי זענען למעשה אויפגעוואקסן אין דעם קרייז שפירן זיי ווי זיי באלאנגען דא און ווילן ווערן רידשעקטעד)
די לעצטע צען יאר שטייט מען און מען קריגט זיך, די מוסדות פראבירט איינצוציען, זיי מאכן תקנות איבער קליידונג, גלעזער, פאונס, וכדומה למיניהם, האלב עלטערן זענען דערביי, און האלב פייטן, און/אדער שטעלן אן לפנים ווי זיי פאלגן און למעשה אינדערהיים איז מפטירין כדאתמול - כ'מיין אז ס'פעלט נישט אויס מסביר צו זיין די שעדליכקייט פון אזא צוגאנג און די השפעה וואס עס האט אויף די קינדער...
סא זענען אייניגע אידן געפאלן אויף א המצאה, מ'קען מאכן 2 "סאטמאר'ע" מוסדות, איינס פאר "מחנה אלוקים" און איינס פאר "מחנה מגושמים", איינס פאר אזעלכע וואס ווילן זייערע קינדער זאלן זיין "חסיד'ישע (כאניאקישע) אידן, און איינס פאר די וואס ווילן מער אויפגעקלערטע (קאלטע) קינדער........
צי עס איז א גוטע עצה? דאס העמיר לאזן פאר די רבנים, אבער דאס איז די ארגומענט
וואס איז דאס רייץ דערצו? מען ברויך זיכער מאכן דאס פארקערטע!
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
-
- שר האלף
- תגובות: 1152
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
בפועל לאמיר עס לאזן צו די רבנים, אבער אלס די ארגומענט האט איר פארפעלט די עיקר, עס איז נישט די "פאון" אדער "סמארטפאון" בעצם, נאר די טריפהנע "אינהאלט" וואס מ'זעהט אויפ'ן פאון און די אויר וואס דאס ברענגט דירעקט און אומדירעקט ביי די עלטערן און די קינדערלעך און די השפעה דערפון מיד ולדורות.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17720
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
חיסורי מחסרא והכי קתניאיש ציון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:08 pm
איך ברענג נאר ארויס א זייטיגע נקודה וואס כסדר ביים רעדן פון כל מיני נושאים איז דא אסאך מענטשען וואס רעדן מיט גלאציגע אויגן און זאגן הלוואי וואלט מען געמאכט א טיילונג אדער מען ברויך מאכן א טיילונג וכו' וכו'
וואס איז דאס רייץ דערצו? מען ברויך זיכער מאכן דאס פארקערטע!
"הלוואי וואלט מען נישט געדארפט מאכן א טיילונג און יעדער זאל זיך צושטעלן, אבער השתא אז ס'איז נישט אזוי און זייער השפעה כאפט זיך אריבער צו אונז וואלט מען שוין לאנג געדארפט צו האבן געמאכט א טיילונג"
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4695
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
קעפל: מאמענט מאגאזין
די נקודה פון אימעיל/אייוועלט האט מיר אויך געבאדערט, אבער שוין...
בנוגע צו די פאלעסטינער ווייסן אז די חרדים זענען היינט צוטאגס גרעסערע ציונים ווייס איך נישט, אבער עס לייגט זיך שטארק אויפן שכל ענדערש אז זיי ווייסן אז צווישן חרדים וועט נעמען לענגער ביז מען שטעלט זיי אפ. הגם אין השקפה איז ער אפשר יא גערעכט אז די היימישע ציונות איז שולדיג, אבער נישט דאס איז די נידון.
נאך איין נקודה נאך, מנחם גאלד אידענטיפיצירט ווארשיינליך מזרחיסטן אויך אלס חרדים.
ביי.
זאל מען זיך טענהן דא...טישטוך האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 9:52 amאון איצטער צו ר׳ מנחם גאלד פון טעלערלעך:
ס׳זעט מיר אויס ווי איר זוכט מיר דירעקט צו ברענגען צו כעס בעצם יום השבת קודש, און צום צווייטן מאל האט איר אויסגעפירט דעם תפקיד מיט רעספעקט. קודם כל, ביטע זיי נישט מזלזל אין די לאנגע דעבאטעס וואס האבן זיך דא אפגעטון, און רוף ס׳קינד ביים נאמען. יא, אויף אייוועלט איז געווען א וואך פון געשפאנטע דעבאטעס איבער אייערע רייד וואס איר האט געשריבן לגבי מדינת ישראל און טעראר. געענדיגט האט זיך עס מיט אפאר אומוואוסנדע אינגעלייט וואס האבן ציטירט דעם קוראן און געשפאנט אין ריכטונג פון א פארדרייטע היסטאריע, אבער דער מנהל איז געקומען מיט זיין בעזעם שטעקן און אויסגעמעקט די ארבעט פון א וואך צייט. דאס איז איר האט זיך באצויגן דערצו ווי צו אימעילס האט מיר עטוואס געבאדערט. אבער נישט געפערליך.
געפערליך איז דאס וואס איר האט געשריבן די וואך, אז די סיבה פארוואס די פאלעסטינער מערדער האבן אויסדערוועלט היימישע שטעט אויסצופירן זייערע שחיטות ה״י נעמט זיך פון דעם אז זיי ווייסן אז די חרדים זענען די גרעסטע ציונים היינט צוטאגס, איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף.
1) תל אביב איז נישט נאר נישט קיין חרדי׳שע שטאט, נאר איז אויסדרוקליך א שטאט וואס איז אנטי חרדים, און האט אפילו א ספעציעלע אמערזשענסי ליניע צוגעשטעלט פאר די ארטיגע איינוואוינער צו באריכטן אינצידענטן פון ״הדתה״ (ליין: חב״דסקער לייגן תפילין, עירוב עסקנים וכו׳) און דארט האט זיך אפגעשפילט די לעצטע טעראר אטאקע דורך א פארשאלטענער פאלעסטינער הונט וואס האט געשאסן אין קאפ דריי אידישע קינדער ה״י.
2) הר ברכה איז א געגנט וואו א היימישער חרדי וועט אין לעבן נישט וואוינען. דארטן וואוינען נאר אמת׳ע ציונים - פרומע מזרח׳יסטן וואס זענען זיך מקריב פארן ציוניסטישן חלום פון ברענגען די גאולה דורכן באזעצן ארץ ישראל און עס אזוי באהערשן. דאס איז דער אבסאלוטער פארקערטע מיינונג פון די חרדי׳שע אידן, און אפילו די אגודה קרייזן שאקלען זיך אפ פון אזעלכע רעיונות.
3) חווארה איז אן אראבישע דערפל וואס מען איז געצווינגען דורכצופארן ווען מען וויל אנקומען קיין שכם, אדער מצפה יוסף און הר ברכה. עס האט גארנישט, אבער גארנישט איינגעלייגט מיט חרדים.
אפדעיט: יעצט אין די מינוטן ווערט באריכטעט איבער נאך א טעראר אטאקע אין חווראה מיט אידישע נפשות פארמישט ה״י.
די פאלעסטינער אקופירער ווייסן זייער גוט דעם חילוק צווישן די ווילדע מתנחלים וואס האבן זיי פארברענט די געגנב׳עטע קארס און בנינים צו די חרדים. אבער, עס גייט זיי קיין טראפקעלע נישט אן. זיי ווילן אומברענגען וועמען זיי קענען נאר. ווי האט נאר א ״פאלעסטינער״ געשריבן אויף טוויטער צו א זעלבסט פארפיינטעטער פרייער איד וואס האט געשריבן נאכן תל אביב אטאקע, אז מ׳דארף מיט זיי האבן מיטלייד און פארשטיין פארוואס זיי קעמפן. ״אנטשולדיגט! דו מיינסט אז ווייל דו וואוינסט אין תל אביב ביסטו נישט קיין מתנחל? פאלעסטינע איז גאנץ מדינת ישראל, און מיר פרייען זיך מיט יעדן קרבן ענקערע עפ״ל.״
יעצט לאמיר אייך ערקלערן זייער פשוט פארוואס די רוצחים זענען געקומען צו חרדי׳שע געגנטער ה״י:
די סיבה איז זייער קלאר. זיי ווייסן אז די חרדים גייען נישט אין מיליטער, און זיי ווייסן אז מען האט נישט קיין געווער ביי די חרדים. פאר די נידערטרעכטיגע רוצחים גייט גאנץ קנאפ אן אז זיי גייען שטארבן (דאס איז טאקע די אבסורד אינעם נארישן חוק עונש מוות למחבלים) אבער כאטש ווייסן זיי אז די חרדים קענען זיך נישט אריענטירן גענוג שנעל, אזוי אז זיי וועלן קענען חלילה אניאגן מער אויפן וועג ה״י.
עס האט גארנישט מיט די ״אימעיל שיקער״ ווי איר האט באקרוינט די וועלכע זענען נישט איינשטימיג מיט אייך, און עס האט גארנישט מיט זייער שיטה כלפי ציונות, פון וועלכן מיר אלע שאקלען זיך אוודאי אפ. זייט וויסן אז די פארשאלטענע פאלעסטינער אקופירער פראווענען דעם געהעריגן עשו שונא ליעקב שפיל - אצינד איז זייער תירוץ די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל.
בלייבט נאר פאר אונז מתפלל צו זיין אז יעדער אידיש קינד זאל אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן, און דער רבש״ע זאל האלטן זיין רעכטער האנט אויף זיין געליבטן פאלק.
און אויך, אז די תגובה זאל מאריך ימים זיין. אויף דעם קענען מיר מאכן השתדלות, דורכן רעאגירן אביעקטיוו, און דורכן נישט שרייבן קיין קאנטרעווערסיאלע תגובות צו ביידע זייטן - נישט קיין ציונות חלילה, און נישט קיין קוראן חלילה.
די נקודה פון אימעיל/אייוועלט האט מיר אויך געבאדערט, אבער שוין...
בנוגע צו די פאלעסטינער ווייסן אז די חרדים זענען היינט צוטאגס גרעסערע ציונים ווייס איך נישט, אבער עס לייגט זיך שטארק אויפן שכל ענדערש אז זיי ווייסן אז צווישן חרדים וועט נעמען לענגער ביז מען שטעלט זיי אפ. הגם אין השקפה איז ער אפשר יא גערעכט אז די היימישע ציונות איז שולדיג, אבער נישט דאס איז די נידון.
נאך איין נקודה נאך, מנחם גאלד אידענטיפיצירט ווארשיינליך מזרחיסטן אויך אלס חרדים.
ביי.
לעטס פלאטשקע אלל טוגעTHער!
שר ה-וואט?!
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
די חרידים אלץ געמיינדע זענען פיל מער קעגן נאכגעבן פאר די אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, און פיל מער פאר אונטערדרוקן דעם אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, דאס איז א פשוט'ע אומלייקענבארע מציאות, און דאס איז די פוינט.
איך זאג גארנישט בנוגע וואס דאס מיינט בנוגע טעראר, אדער אפילו ציונות, ווייל יענץ שטייט דאך לכאורה אין קוראן...
(קיינמאל געוויסט אז געוויסע זאכן דארט זענען צו די זאך, אויב וואר איז עס מסתמא גערויבט פון להבדיל די תורה אווי ווי דער אלד טעסטימענט..)
איך זאג גארנישט בנוגע וואס דאס מיינט בנוגע טעראר, אדער אפילו ציונות, ווייל יענץ שטייט דאך לכאורה אין קוראן...
(קיינמאל געוויסט אז געוויסע זאכן דארט זענען צו די זאך, אויב וואר איז עס מסתמא גערויבט פון להבדיל די תורה אווי ווי דער אלד טעסטימענט..)
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17720
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
זיין בהמה שומרת התורה האט גוט געציפט, אבער זעט אויס די אמת ציפט....
(נישט אז איך טויש מיינונג לכבוד דעם, לענ"ד איז נאכאלץ נישט שייך צו לעבן ווי דעי בהמות, אלעס מוז שטימען מיטן פלאן וואס מען האט שוין אויספלאנירט פאר די נעקסטע 5 וואכן...)
אבער שוין...
(נישט אז איך טויש מיינונג לכבוד דעם, לענ"ד איז נאכאלץ נישט שייך צו לעבן ווי דעי בהמות, אלעס מוז שטימען מיטן פלאן וואס מען האט שוין אויספלאנירט פאר די נעקסטע 5 וואכן...)
אבער שוין...
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17720
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
קען זיין אז דאס איז ריכטיג ביי די אלגעמיינע חרדישע באפעלקערונג, אבער אין כנסת איז נישט אזוי. משה גפני איז באקאנט צו זיין זייער נאנט מיט די אראבישע פארטייען. דאס זעלבע האבן די חרדישע פארטייען געשטיצט דאס אז אחמד טיבי זאל זיין איינע פון די סגני יו"ר הכנסת, כדי צו באקומען אין אויסטויש אנדערע טובות פון אים. אלס צוויי מינארעטעטן ארבעטן זיי צומאל צוזאמען.צל עובר האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 5:29 pmדי חרידים אלץ געמיינדע זענען פיל מער קעגן נאכגעבן פאר די אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, און פיל מער פאר אונטערדרוקן דעם אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, דאס איז א פשוט'ע אומלייקענבארע מציאות, און דאס איז די פוינט.
איך זאג גארנישט בנוגע וואס דאס מיינט בנוגע טעראר, אדער אפילו ציונות, ווייל יענץ שטייט דאך לכאורה אין קוראן...
(קיינמאל געוויסט אז געוויסע זאכן דארט זענען צו די זאך, אויב וואר איז עס מסתמא גערויבט פון להבדיל די תורה אווי ווי דער אלד טעסטימענט..)
לבי במזרח
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
נו, מען האקט טאקע מזמן לזמן אויף גפני אז ער איז א לינקער..
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
נישט אזוי ווייט אויף זיין פריינטשאפט צו די אראבער, ווי דאס אז ער ברענגט מירב מיכאלי טאנצן מיט חרדישע מיידלעך ביי זיין אייניקל'ס חתונה. ווי איך געדענק, ארבעטן אלע חרדים צומאל, אריינגערעכענט דרעי גודלקנופף, מיט די אראבישע פארטייען.
לבי במזרח
- איש ציון
- שר האלפיים
- תגובות: 2454
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
אפשר ברויך מען טאקע רופן דעם קאלום מיטן נאמען: מנחם גאלד'ס פריוואטע אימעיל...
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1655
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
איך בין גראדע געווען אנטקעגן טישטוך אין יענע דעבאטע אבער דער אויפפאסונג אז געוויסע האבן ציטירט פונעם קוראן האב איך אויפגעמערקט און טישטוך זאגט עס נאר איבער בשמי.צל עובר האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 5:29 pmדי חרידים אלץ געמיינדע זענען פיל מער קעגן נאכגעבן פאר די אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, און פיל מער פאר אונטערדרוקן דעם אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, דאס איז א פשוט'ע אומלייקענבארע מציאות, און דאס איז די פוינט.
איך זאג גארנישט בנוגע וואס דאס מיינט בנוגע טעראר, אדער אפילו ציונות, ווייל יענץ שטייט דאך לכאורה אין קוראן...
(קיינמאל געוויסט אז געוויסע זאכן דארט זענען צו די זאך, אויב וואר איז עס מסתמא גערויבט פון להבדיל די תורה אווי ווי דער אלד טעסטימענט..)
דאס אז ניקס האבן געקענט שרייבן אז ארץ ישראל געהערט פאר די אראבער פונקט ווי פאר די אידן וויבאלד זיי זענען אויך אייניקלעך פון אברהם אבניו איז א ריין מאחמאדאנער פרעספעקטיוו וואס איגנארירט בפירוש'ע פסוקי התורה.
דאס מיינט נישט אז ער איז גערעכט, אבער אויף אזויפיל איז ער יא גערעכט אז געוויסע ווייסן ניטאמאל פארוואס זיי זענען גערעכט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.

- שר חמש מאות
- תגובות: 938
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
ס'דא וואס זענען מסביר די ארגומענט אביסל אנדערשט.פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:00 pmדי מעשה האט שוין אן אשכול, און כ'בין נישט זיכער צי ס'שוין צוריק אפן....איש ציון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 12:50 pmלייין די טעלערלעך וועסטו זען
ער ברענגט דארט ארויס אז מאנכע ווילן אז עס זאל זיין א טיילונג ביי סמארטפאון וכו' און ער זעט אז עס איז שוין דא א טיילונג. עס איז משמע ער וויל א טיילונג גיי ווייס וואס ברעננט אים?
אבער די הויפט ארגומענט לטובת צעטיילן (וואס ווי ער זאגט איז עס שוין מער-ווייניגער בפועל אזוי, און עס ווערט נאר שטערקער) איז אס סוכ"ס זענען "עפ"י רוב" די סמארטפאון שטיבער קאמפליטלי אנדערש ווי די נישט-סמארטפאון שטיבער, עס איז א מציאות
קענסט עס אנרופן מחנה אלוקים און מחנה מגושמים, קענסט עס אנרופן קיל און ערנסט, קענסט עס אנרופן שטארק חסיד'יש און מער לופטיג, ס'איז אבער א מציאות - און עפ"י רוב -- נאכאמאל נאר עפ"י רוב -- ווערט עס צעטיילט אויך לויט די פאונ.
(דערווייל) פארשטייט יעדער אז סאטמאר מוסדות וועט נישט אננעמען א קינד א קיין געקרייזלטע פיאות, און אויב זיינע עלטערן האבן במסורה אז די קינדער גייען מיט די פיאות אויפן אויער וועט מען זיי זאגן אלעס פיין און וואויל, אבער נישט דא
(דערווייל) פארשטייט יעדער אז סאטמאר ישיבה קטנה וועט נישט אננעמען א בחור מיט א ווייסע טי-שוירט, אויב זיין טאטע האט נישט א פראבלעם דערמיט, נאו פראבלעם, אבער נישט דא
אבער ביי אסאך אנדערע תקנות אינעם מוסד הערט מען נישט אויף הערן פון א ציבור וואס הערט זיך נישט אויף אפרעדן, אלעס איז דיעפ סטעיט, פייט פאר קאנטראל, סתם רשעות, וכדומה, און אנשטאט פארשטיין אז פאר זייער דרגה אין אידישקייט קומט נישט זיי זאלן שיקן אין דעם מוסד, פארשטייען זיי אז די מוסד דארף זיך צושטעלן צו זייער דרגה אין אידישקייט.
(די סיבה דערצו איז מסתם ווייל היות זיי זענען למעשה אויפגעוואקסן אין דעם קרייז שפירן זיי ווי זיי באלאנגען דא און ווילן ווערן רידשעקטעד)
די לעצטע צען יאר שטייט מען און מען קריגט זיך, די מוסדות פראבירט איינצוציען, זיי מאכן תקנות איבער קליידונג, גלעזער, פאונס, וכדומה למיניהם, האלב עלטערן זענען דערביי, און האלב פייטן, און/אדער שטעלן אן לפנים ווי זיי פאלגן און למעשה אינדערהיים איז מפטירין כדאתמול - כ'מיין אז ס'פעלט נישט אויס מסביר צו זיין די שעדליכקייט פון אזא צוגאנג און די השפעה וואס עס האט אויף די קינדער...
סא זענען אייניגע אידן געפאלן אויף א המצאה, מ'קען מאכן 2 "סאטמאר'ע" מוסדות, איינס פאר "מחנה אלוקים" און איינס פאר "מחנה מגושמים", איינס פאר אזעלכע וואס ווילן זייערע קינדער זאלן זיין "חסיד'ישע (כאניאקישע) אידן, און איינס פאר די וואס ווילן מער אויפגעקלערטע (קאלטע) קינדער........
צי עס איז א גוטע עצה? דאס העמיר לאזן פאר די רבנים, אבער דאס איז די ארגומענט
היות געוויסע מענטשן האבן א ליידיגע אידישקייט סיסטעם. זיי ארבעטן נישט אויף זייערע מידות. ארבעטן נישט אויף תרי"ג מצות. ארבעטן נישט מחנך צו זיין די אייגענע קינדער צו זיין אידן. זיי ווילן נאר די מצות אנשים מלודמה מהלך פון אידישקייט מיזן זיי יעדע שטיק צייט פיטערן זייער נשמה מיט פילן וואס זיי איינרעדן אז זיי טוען דעם רצון השם. איז זייער יצר הרע אויפגעקומען מיט אן איידיע וואס הייסט טיילונג מיט דעם וועלן זיי באפרידיגן זייער הוילע נפש וואס זיכט אביסל אידישע עקשאן.
די צווייטע צד זאגט. (אויסער אלע אמת'ע סיבות פארוואס נישט וואס איך וועל נישט אויסרעכענען דא. ווייל די פלאץ איז נישט געמאכט פאר אמת'ע זאכן) . לאז געמאכט. דארפסט עקשאן? ארבעט אביסל אויף "דיינע" מידות. אויף "דיין" שייכות צום אויבערשטען נישט אויף יענעמס. לאמיר זעהן ווי אזוי דיין דאווענען, מצות, מדות, וכו' זעהט אויס בעפאר די טרייסט צו פאררעכטן יענעם
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17720
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
דו האסט עפעס צו רעדן איבער די טענות וואס איך האב אויסגערעכנט? זענען דען נישטא דערין לעגיטימע טענות?אפענע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmס'דא וואס זענען מסביר די ארגומענט אביסל אנדערשט.
היות געוויסע מענטשן האבן א ליידיגע אידישקייט סיסטעם. זיי ארבעטן נישט אויף זייערע מידות. ארבעטן נישט אויף תרי"ג מצות. ארבעטן נישט מחנך צו זיין די אייגענע קינדער צו זיין אידן. זיי ווילן נאר די מצות אנשים מלודמה מהלך פון אידישקייט מיזן זיי יעדע שטיק צייט פיטערן זייער נשמה מיט פילן וואס זיי איינרעדן אז זיי טוען דעם רצון השם. איז זייער יצר הרע אויפגעקומען מיט אן איידיע וואס הייסט טיילונג מיט דעם וועלן זיי באפרידיגן זייער הוילע נפש וואס זיכט אביסל אידישע עקשאן.
די צווייטע צד זאגט. (אויסער אלע אמת'ע סיבות פארוואס נישט וואס איך וועל נישט אויסרעכענען דא. ווייל די פלאץ איז נישט געמאכט פאר אמת'ע זאכן) . לאז געמאכט. דארפסט עקשאן? ארבעט אביסל אויף "דיינע" מידות. אויף "דיין" שייכות צום אויבערשטען נישט אויף יענעמס. לאמיר זעהן ווי אזוי דיין דאווענען, מצות, מדות, וכו' זעהט אויס בעפאר די טרייסט צו פאררעכטן יענעם
פארוואס זאלסטו נישט ענדערש צענעמען מיין תגובה שטיקל ביי שטיקל?
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
אה, איך האב קיינמאל נישט געזען יענע תגובות, מאכט אסאך סענס.מתמודד האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:43 pmאיך בין גראדע געווען אנטקעגן טישטוך אין יענע דעבאטע אבער דער אויפפאסונג אז געוויסע האבן ציטירט פונעם קוראן האב איך אויפגעמערקט און טישטוך זאגט עס נאר איבער בשמי.צל עובר האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 5:29 pmדי חרידים אלץ געמיינדע זענען פיל מער קעגן נאכגעבן פאר די אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, און פיל מער פאר אונטערדרוקן דעם אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, דאס איז א פשוט'ע אומלייקענבארע מציאות, און דאס איז די פוינט.
איך זאג גארנישט בנוגע וואס דאס מיינט בנוגע טעראר, אדער אפילו ציונות, ווייל יענץ שטייט דאך לכאורה אין קוראן...
(קיינמאל געוויסט אז געוויסע זאכן דארט זענען צו די זאך, אויב וואר איז עס מסתמא גערויבט פון להבדיל די תורה אווי ווי דער אלד טעסטימענט..)
דאס אז ניקס האבן געקענט שרייבן אז ארץ ישראל געהערט פאר די אראבער פונקט ווי פאר די אידן וויבאלד זיי זענען אויך אייניקלעך פון אברהם אבניו איז א ריין מאחמאדאנער פרעספעקטיוו וואס איגנארירט בפירוש'ע פסוקי התורה.
דאס מיינט נישט אז ער איז גערעכט, אבער אויף אזויפיל איז ער יא גערעכט אז געוויסע ווייסן ניטאמאל פארוואס זיי זענען גערעכט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 938
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
איך וואלט עס גערן געטוען. אבער אזוי ווי איך בין נישט א פועל בטל וועל איך נישט אוועקגעבן 10 מינוט און נאכדעם זאל מיין תגובה זיין כצל עובר. איך האב שוין צופיל אוועקגעגעבן די לעצט שטיקל צייט מיט הערליכע לאנגע שיינע דרשות און הסברים נאר אויסצוגעפונען 5 מינוט דערנאך אז ס'איז אנגעקומען ערגעץ ווי בעומקא תהומא רבה. אז די קענסט מיר פארזיכערן אז מיין ארבעט וועט נישט גיין לטמיון וועך איך גערן שרייבן.פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 7:41 pmדו האסט עפעס צו רעדן איבער די טענות וואס איך האב אויסגערעכנט? זענען דען נישטא דערין לעגיטימע טענות?אפענע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmס'דא וואס זענען מסביר די ארגומענט אביסל אנדערשט.
היות געוויסע מענטשן האבן א ליידיגע אידישקייט סיסטעם. זיי ארבעטן נישט אויף זייערע מידות. ארבעטן נישט אויף תרי"ג מצות. ארבעטן נישט מחנך צו זיין די אייגענע קינדער צו זיין אידן. זיי ווילן נאר די מצות אנשים מלודמה מהלך פון אידישקייט מיזן זיי יעדע שטיק צייט פיטערן זייער נשמה מיט פילן וואס זיי איינרעדן אז זיי טוען דעם רצון השם. איז זייער יצר הרע אויפגעקומען מיט אן איידיע וואס הייסט טיילונג מיט דעם וועלן זיי באפרידיגן זייער הוילע נפש וואס זיכט אביסל אידישע עקשאן.
די צווייטע צד זאגט. (אויסער אלע אמת'ע סיבות פארוואס נישט וואס איך וועל נישט אויסרעכענען דא. ווייל די פלאץ איז נישט געמאכט פאר אמת'ע זאכן) . לאז געמאכט. דארפסט עקשאן? ארבעט אביסל אויף "דיינע" מידות. אויף "דיין" שייכות צום אויבערשטען נישט אויף יענעמס. לאמיר זעהן ווי אזוי דיין דאווענען, מצות, מדות, וכו' זעהט אויס בעפאר די טרייסט צו פאררעכטן יענעם
פארוואס זאלסטו נישט ענדערש צענעמען מיין תגובה שטיקל ביי שטיקל?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
די בהמה שומרת התורה טעלער'ל איז גאנץ א שוואכע פאום טעלער, ווייל הגם אין זיין דעבאטע מיט זיין חבר צו מען דארף לעבן מיט א סדר היום בין איך אינגאנצן אויף זיין זייט, אבער נוצן די נקודה פון זיין א בהמה וואס היט די תורה און נאך פרעגן "וואס איז שלעכט דערמיט?" איז זייער זייער א שוואכע ארגומענט, כמבואר בהרבה ספרי חסידות אז די תפקיד פון א מענטש איז צו דינען דעם אייבערשטן מיט מחשבה און געפיל צו תורה ומצוות דייקא נישט ווי א בהמה.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17720
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
איך קען דיר פארזיכערן אז אויב וועסט נישט גיין אויף א בלינע ראמפעידש (@גרשון, אידיש ביטע) קעגן אלע רבנים ומנהיגים, נאר וועסט רעדן נארמאל צום זאך, און שטארק פראבירן אז דיין תגובה זאל נישט האבן קיין שטעכעדיגס וואס זאל אונטערצינדן א דווח וועט עס מסתם בלייבן שטיין.אפענע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 10:38 pmאיך וואלט עס גערן געטוען. אבער אזוי ווי איך בין נישט א פועל בטל וועל איך נישט אוועקגעבן 10 מינוט און נאכדעם זאל מיין תגובה זיין כצל עובר. איך האב שוין צופיל אוועקגעגעבן די לעצט שטיקל צייט מיט הערליכע לאנגע שיינע דרשות און הסברים נאר אויסצוגעפונען 5 מינוט דערנאך אז ס'איז אנגעקומען ערגעץ ווי בעומקא תהומא רבה. אז די קענסט מיר פארזיכערן אז מיין ארבעט וועט נישט גיין לטמיון וועך איך גערן שרייבן.פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 7:41 pmדו האסט עפעס צו רעדן איבער די טענות וואס איך האב אויסגערעכנט? זענען דען נישטא דערין לעגיטימע טענות?אפענע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pmס'דא וואס זענען מסביר די ארגומענט אביסל אנדערשט.
היות געוויסע מענטשן האבן א ליידיגע אידישקייט סיסטעם. זיי ארבעטן נישט אויף זייערע מידות. ארבעטן נישט אויף תרי"ג מצות. ארבעטן נישט מחנך צו זיין די אייגענע קינדער צו זיין אידן. זיי ווילן נאר די מצות אנשים מלודמה מהלך פון אידישקייט מיזן זיי יעדע שטיק צייט פיטערן זייער נשמה מיט פילן וואס זיי איינרעדן אז זיי טוען דעם רצון השם. איז זייער יצר הרע אויפגעקומען מיט אן איידיע וואס הייסט טיילונג מיט דעם וועלן זיי באפרידיגן זייער הוילע נפש וואס זיכט אביסל אידישע עקשאן.
די צווייטע צד זאגט. (אויסער אלע אמת'ע סיבות פארוואס נישט וואס איך וועל נישט אויסרעכענען דא. ווייל די פלאץ איז נישט געמאכט פאר אמת'ע זאכן) . לאז געמאכט. דארפסט עקשאן? ארבעט אביסל אויף "דיינע" מידות. אויף "דיין" שייכות צום אויבערשטען נישט אויף יענעמס. לאמיר זעהן ווי אזוי דיין דאווענען, מצות, מדות, וכו' זעהט אויס בעפאר די טרייסט צו פאררעכטן יענעם
פארוואס זאלסטו נישט ענדערש צענעמען מיין תגובה שטיקל ביי שטיקל?
אויב קענסטו אבער נאר שרייבן שטעכעדיג, אדער זיין פארנומען מיט ברודערס פון מנהיגים דאן וועט דיין תגובה פליען אינאיינעם מיט רוב אנדערע תגובות אין דעם אשכול איבער ס'ענין.
__
העי, הערשט יעצט באמערקט אז די ברודער תגובה אינאיינעם מיטן נאכפאלגנדער שמועס איז מער נישטא
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
גערעכט און די סיבה איז די מידיע אין ארץ ישראל וואס ברענגט אלצהיימערס אויף די פרייע, זיכער צו מאכן אז צוויי וואכן נאך א טעראר אטאקע געדענקט מען שוין נישט דערפון זינט א מתנחל האט שאדן געמאכט די קאר פון אן אראבער.צל עובר האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 5:29 pmדי חרידים אלץ געמיינדע זענען פיל מער קעגן נאכגעבן פאר די אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, און פיל מער פאר אונטערדרוקן דעם אראבער ווי דער אלגעמיינער פרייער ציבור, דאס איז א פשוט'ע אומלייקענבארע מציאות, און דאס איז די פוינט.
איך זאג גארנישט בנוגע וואס דאס מיינט בנוגע טעראר, אדער אפילו ציונות, ווייל יענץ שטייט דאך לכאורה אין קוראן...
(קיינמאל געוויסט אז געוויסע זאכן דארט זענען צו די זאך, אויב וואר איז עס מסתמא גערויבט פון להבדיל די תורה אווי ווי דער אלד טעסטימענט..)
די חרידים ווערן נישט געפיטערט מיט די איינזייטיגע מיינונגען, זיי בלייבן געדענקען די מציאות, זיי האבן נישט פארגעסן ווען עס איז די לעצטע מאל געפלויגן מיסיל'ס העכער די קעפ און ווען עס איז געווען רואיגערער צייטן, און וואס די רעגירונג האט געטון דעפאר.
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
איך מיין אז מנחם גאלד קען שרייבן אן ארטיקל איבער א אנשיקעניש אז צייטונגס שרייבער זענען געווארן גאנצע מיינונג זאגער אויף האקעלע נושאים אין כלל ישראל...
Re: טעלערלעך - וועכנטליכער קאלום אין מאמענט פון מנחם גאלד
יעצט כאפ איך ווי גרויסע די פאראדאקס איז ווען איך ליין ווי געפערליך עס איז אז זינגערס האבן א מיינונג אין יודישקייט...