אלעס ארום עמערדזשענסי סערוויסעס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

אלעס ארום עמערדזשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

ברוכים הבאים!

לאור דעם וואס עס מאכט זיך האפט ביי געוויסע קאלס די עולם סיי און ניו יארק סיטי סיי און ראקלענד קאונטי און נאך געגנטער פרעגן כסדר איבער די קשיא פארוואס האט הערט מען נישט אויף צו פליען אדער פארוואס האט מען געדיספעטשט אזוי פיל פייער טראקס אדער אנדערע סערט ביי אנדערע סארט קאלס אסאך מאל זעהט מען אפי׳ ווי זייער אסאך שטייען סתם און די זייט וואונדערט מען זיך נאך מער.

די קשיא איז באמת ווי אזוי אפערירן עמערשענסי סערוויסעס, פייער דיפארטמענטס, פאליס, EMS און נאך.
יעדע סיטי אדער קאונטי וכו׳ האט זייער וועג ווי אזוי זיי אפערירן מיט געוויסע פראטאקאלס און קאודס,
ווי איך פארשטיי איז דא אסאך מינע קאודס סיסטעם׳ס און יעדע פלאץ האט זייער אויסגעוועלטע קאוד סיסטעם וואס זיי האבן גענומען פון די כמה מיני קאוד סיסטעם׳ס וואס עס איז דא, אזוי אויך האט יעדע פלאץ זייערע סארט פראטאקאל אדער סיסטעם ווי אזוי זיי אפערירן און יעדע סארט אינצידענט.

דא וועט מען אי״ה ארויפלייגן מיט די צייט די קאודס, פראטאקאלס און סיסטעם אזוי אויך וואסאפארא סארט וויקעלס עס איז אלטס דא און פארוואס זיי זענען געמאכט פאר ווען ניצט מען וואס וכו׳…

און עס איז אסאך זייער אינטערעסאנט ווי אזוי עמערשענסי סערוויסעס אפערירן בכלל און בפרט ביי געוויסע סארט אינצידענטן און עס דא אסאך וואס פאר זיי איז עס נאך מער אינטערעסאנט סתם אזוי ווי אזוי מ׳אפערירט,
א שטייגער ווי אסאך פרעגן אסאך מאל נו די הערסט די הצלה דיספעטשינג די שעמט׳סדעך נישט? זייער אסאך וואס הערן עס איז עס סתם אלטס אינטערעסאנטקייט ווי אזוי זיי אפערירן און לאו דווקא ווי עס איז דא א קאל און וואס איז געשעהן (אוודאי אסאך מאל יא, און עס איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אבער עס ציעט אסאך מאל אסאך מענטשן).

צילוב די לעצטיגע פייערס/קאלס און וויליאמסבורג אזוי אויך און מאנסי און די פראגעס ווערן נאר מער האט איך געעפענט די אשכול און ווער עס קען אריין קומען מיט אינפארמאציע צו אויסקלארן די אלע שאלות זאל ביטע אריין קומען

יישר כח למפרע.
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

ראקלענד קאונטי ניו יארק

בייגעלייגט ליגט צוויי לינקס פון די די עמערשענסי דיפארטמענטס און ראקלענד קאונטי אזוי אויך די קאודס וואס יעדע דיפארטמענט ניצט און אלע סארט טראקס וואס זיי האבן און נאך, וואס פארענפערט אסאך קשיות וואס די מאנסי עולם פרעגט,
ווי אזוי עס ארבעט ווען שיקט מען מער טראקס אדער אנדערע סארט טראקס וועל איך פרובירן צו שרייבן אביסל וואס איך ווייס פון צו זעהן אביסל און די פארגאנגענהייט ווען איך וועל האבן אביסל צייט, און ווער עס ווייסט דערוועגן אדרבה זאל אריין קומען מיט דיטעילס.

https://wiki.radioreference.com/index. ... ounty_(NY)

https://signal-12.com/wiki/Main_Page
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

עף-די-ען-וויי #1

אה! העלא..
מען דארף טאקע ווייסען וואס דאס מיינט א באפער.. (buffer) ,
עס איז דא טאקע פארשידענע ינגען וואס זיצען מיט רעדיואס פון הצלה צו 911 און הערן כדי צו וויסן וואס טוט זיך ביי יענעם, ליידער, און דאס איז טאקע עפעס וואס דארף פארשריגען ווערן.
אנדערע הערן אויס פשט ווייל זיי זענען רייסערס.. זיי האבן ליב די לייטס די רעדיואס.. פארן ראנג וועי.. טייל זענען א חלק פון די ארגענעזאציע און טייל האט מען נישט אנגענומען..
דערנאך איז דא אנדערע וואס הערן אויס ווייל עס איז אינטערסאנט, בעיקר ביי 911, די גאנצע סצענע ווי מען כאפט פארברעכער אדער לעשט פייער, דאס מיינט נישט אז מען לויפט ארום צו אקטיווע סצענעס.. כאפן בילדער..
אויב איז דא איינער פון די מצלי אש פון קרית יואל קומטס ביטע אהער און באשטעטעגט מיינען קומענדיגע ווערטער. לעשען א פייער נעמט אריין אסאך חכמה און נפלאות הבורא, און עס איז נישט קיין שום בושה צו הערן די רעדיא און פארשטיין וואס עס גייט פאר.
לעצט פארראכטן דורך והיא שעמדה אום דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

ראקלענד קאונטי ניו יארק פייער דיפארטמענט איז 44 קאנטראל בייגעלייגט איז א וועבסייט פון אלע קאלס לייוו אזוי אויך פון די לעצטע 24 שעה

http://firewatch.44-control.net/
לעצט פארראכטן דורך בוק קיפפער אום דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

אויף די סייט קען מען הערן זייער אסאך טשענעלס פון אלע געגנטער אסאך מאל ווען מ׳הערט עפעס קאכט זיך און א געגנט קען מען אריין טשעקן צו הערן אמאל קען מען טאקע אויפכאפן וואס עס איז געשעהן און עס קען נאך זיין אינטערעסאנט אויך און אמאל נישט.

עס איז דא זייער אסאך סארט עפפס געלינקט צו די סייט און קען אסאך מאל זיין אסאך בעסער אדער אפי׳ נישט אפהאקן אנדערע טשענעלס אויב מ׳האט אפן נאך איינס

דיסקלעימער אוודאי איז נישט אויסגעהאלטן מיט צו האלטן אלעס אייביג בעיקר הצלה אבער פאר מיך און אסאך אנדערע איז עס זייער אינטערעסאנט ווי אזוי אלעס ארבעט און ווען איך הער יא איז עס אלטס דעס און נישט ח״ו צו וויסן אה ביי דיר איז עפעס געשעהן, אזוי אויך אויב הערט מען עפעס גייט פאר און געגנט טשעקט מען אויך אריין און פארדעם קומט דא אויסקלארן ווי אזוי אלעס ארבעט.

https://www.broadcastify.com/listen
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

דא שוין געווען אזא אשכול 😅😂

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=60008
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

חיים יצחק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:08 pm
דא שוין געווען אזא אשכול 😅😂

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=60008
ניין די גאול דא איז בכלל נישט ווי אזוי צו באפען גראדע האב איך אויך ארויף געלייגט אביסל פון דעס, די גאל איז אווער טיים זאלן חברה אריין קומען מסביר זיין ווי אזוי געוויסע זאכן ארבעטן ווען שיקט מען וואס, וואס מיינט וואס ווייל די שאלות קומען כסדר ארויף און עס איז אויך אינטערעסאנט צו וויסן ווי אזוי עס ארבעט וכו׳…
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

נו סאו וואס וויל דער עולם וויסן?
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:02 am
נו סאו וואס וויל דער עולם וויסן?
האסט געשריבן און די וויליאמסבורג אשכול היינט ביי די 4 אלארם פייער און R&R Lumber ווען די עולם האט געפרעגט פארוואס זיי האבן געדיספעטשט אזוי פיל טראקס ווען אסאך האבן גארנישט געטוהן,
האסטו געזאגט אז איינער זאל גיין פתיחה מיט אזא אשכול און וועסט מסביר זיין ווי אזוי עס ארבעט ווען דיספעטשט מען וואס און ווי פיל און פארוואס אזוי סך וואס איז יעדער געשטעלט אויף וכו׳ הייב אן און די עולם וועט שוין האבן שאלות.
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

און מאנסי אשכול פרעגט מען כסדר פארוואס מ׳האט דיספעטשט אפאר דיפארטמענטס פאר געוויסע סארט קאלס

ראקלענד קאונטי פייער דיפארטמענט רופט זיך 44 קאנטראל דעס איז די בעיס
וועסטשעסטער קאונטי איז 60 קאנטראל

איך ווייס נישט פינקליך ווען די דיספעטשער מאכן אפ אז עס גייט אריין און איינע פון די קאטעגאריעס אז מ׳דארף דיספעטשן אפאר דיפארטמענטס און סארט טיעם׳ס,
אבער יעדעס מאל זיי לייגן עס אריין און די קאטעגאריע פון א סטראקשער פייער אדער סמאוק און א בילדינג (מער פון סתם אביסל, אדער אויב זיי האבן פארשטאנען אז עס איז עפעס מער אפי׳ עס איז למעשה געווען א קליינע קייט) דעמאלטס דיספעטשן זיי און עוורידזש 3 דיפארטמענטס
1. די דיפארטמענט ממונה אויף די געגנט 2. נאך א ענדזשין אדער אמאל א ליידער טראק פון א דערנעבענדיגע דיפארטמענט 3. און דערנאך נאך א דערנעבענדיגע דיפארטמענט פאר א פעסט (FAST) טיעם וואס מיינט Firefighter Assist and Search Team, וואס זייער מעין אויפגאבע איז זיי זאלן זיין גרייט אריין צו גיין און די פייער און טיעם׳ס פון מינימום 2 ווען א פייערפייטער דארף הילף, איז און צרות אדער פארלוירן וכו׳
איך האב שוין באמערקט אז אויב איז די דיפאלט דיפארטמענט וואס עס איז און זייער געגנט א שטייגער ווי הילקרעסט (וואס איז זייער א גרויסע דיפארטמענט) און געוויסע געגנטער דיספעטשט מען נאר צוויי דיפארטמענטס, די צווייטע איז א פעסט טיעם און מ׳דארף נישט מער ווייל זיי אליינס זענען גרויס און האבן אסאך פערסאנעל און טראקס,
די זעלבע פארקערט אויב איז עס און א געגנט ווי עס א קליינע דיפארטמענט (נישט עוורידזש) אדער עס איז און געוויסע סארט דיוועלעפמענטס קען מען אסאך מאל גלייך דיספעטשן 4 אדער 5 דיפארטמענטס סיי פאר פערסאנעל און סיי פאר די סארט טראקס למשל נאך א ענדזשין א לייטער אדער אנדערע סארט רעסקוי אדער עקוויפמענט טראקס וכו׳…

עס איז דא 26 דיפארטמענטס און די קאונטי פלאס נאך סארטן טיעם׳ס און עקסטער אויך אינטער 44 קאנטראל

יעדע דיפארטמענט האט א טשיף און איינס אדער צוויי אסיסטנט טשיף׳ס וואס זיי זענען למשל דיפארטמענט 7 (מאנסי) 7-1 איז די טשיף, 7-2 7-3 אסיסטנט טשיף׳ס דערנאך איז דא ביז 12 יעדע דיפארטמענט אנדערש אבער די מערסטע זענען 12 וואס למשל איינער איז א קעפטעין אפאר זענען ענדזשינירן און נאך סארט פייער לייט מער פון די פלעינע פייערפייטערס (איך ווייס נישט פונקליך וואס די חילוקים זענען)

אזוי אויך איז דא 12 קארדינעיטערס און די קאונטי 44-1 44-2 און אזוי ווייטער, ווי ביי א יעדע פייער אדער גרויסע קאל קומט כאטש איינס אמאל אפאר קארדינעיטערס און זיי ארבעטן צוזאמען מיטן טשיף זיי זענען שטערקער פון איהם קענען פארלאנגן זאכן אדער נאך הילף אליינס אדער אפווארפן אמאל אויך און נאך זאכן וואס איך ווייס נישט פינקליך וואס זייער פולע אויפגאבע איז

ווען א פייער ווערט טרענסמיטעט צו א 2 אלארם ווערן אויטוימאטיש דיספעטשט נאך אפאר דיפארטמענטס און אזוי ווייטער אמאל קען מען ריקוועסטן נאך א פעסט טיעם און ווען עס איז העכער א געוויסע אלארם ווערט אויטוימאטיש דיספעטשט נאך א פעסט טיעם

עס איז דא נאך אסאך סארטן טיעם׳ס ווי למשל מארין שיפן, דייוו טיעם, העזמעט טיעם, טעקניקעל רעסקוי טיעם און נאך וואס ווערן געדיספעטשט ווען מ׳דארף זיי עס איז דא געוויסע דיפארטמענטס וואס האבן איינע אדער צוויי פון די אחוץ עקסטערע מעמבערס וואס זענען נאר פון די טיעם און די קאונטי וואס זיי גייען אויפפיקן פון די פייער טרעינינג סענטער די סארט טראק וואס מ׳דארף פאר יענע סארט אינצעדענט

בנוגע וויפיל דיפארטמענטס עס איז דא און די קאונטי וואספארא סארט טראקס יעדער פארמאגט (נישט אלע, אבער כמעט אלע זענען ליסטעט און די סייטס ווי פריער געלייגט) אזוי אויך וואס יעדע סיגנל מיינט למשל סיגנל 11 אדער 12 וכו׳ האב איך פריער געלייגט אפאר סייטס וואס שרייבן תשובות צו רוב פון די שאלות.

עס איז דא נאך אסאך זאכן וואס איך ווייס וואס איך האב געפיגערט אווער טיים אבער דעס איז פאר יעצט מער ווייניגער וואס אסאך פרעגן אלטס.
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

בוק קיפפער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:18 am
והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:02 am
נו סאו וואס וויל דער עולם וויסן?
האסט געשריבן און די וויליאמסבורג אשכול היינט ביי די 4 אלארם פייער און R&R Lumber ווען די עולם האט געפרעגט פארוואס זיי האבן געדיספעטשט אזוי פיל טראקס ווען אסאך האבן גארנישט געטוהן,
האסטו געזאגט אז איינער זאל גיין פתיחה מיט אזא אשכול און וועסט מסביר זיין ווי אזוי עס ארבעט ווען דיספעטשט מען וואס און ווי פיל און פארוואס אזוי סך וואס איז יעדער געשטעלט אויף וכו׳ הייב אן און די עולם וועט שוין האבן שאלות.
עף-די-ען-וויי #2

האסט זייער שיין מסביר געווען ווי אזוי עס ארבעט אפסטעיט, גראדע יעדע קאונטי אפסטעיט וואס האט נאר וואלענטירן פייערלעשער מיז האבן איין ענדשען און לעדער מיט באצאלטע ארבייטער צו יעדע צייט, אין ראקלענד זענען זיי אין קאמפעני איינס וואס איז הילקרעסט.

אריבער די האדסען ריווער צו ניו יארק סיטי ארבעט עס אז ווען עס קומט אריין א קאל פאר א פייער אדער שטארקע רויעך ווערט אטעמאטיש ארויסגעשיקט דריי ענדשען קאמפעניס, צוויי לייטער קאמפעניס, מיט איין טשיף. ווען די ערשטע יוניט קומט אן אופן סצענע און ער קאנפערמד אז עס ברענט דאן 'טרענסמיט ער די באקס' דאס מיינט ער זאגט פארן דיספעטשער די קאוד 10-75 און דאס מיינט אז נאך הילף מיז קומען.

איינמאל א 10-75 ווערט טרענסמיטעד שיקט מען אטעמאטיש א פערדע ענדשען, און א דריטע לייטער, די לייטער קאמפעני גייט זיין די פעסט FAST טראק, אזוווי געשריבן ביי מאנסי. אזוי אויך ווערט געשיקט א סקוואד קאמפעני, וואס דאס איז א מער פארגעשריטענע ענדשען, און א רעסקיוא קאמפעני, וואס דאס איז א מער פארגעשריטענע לייטער קאמפעני, (רעסקיוא איז די טראק וואס האט די אפענע טירן און די בעק), אויך קומט נאך א טשיף, און אויך וועט קומען א רעק יוניט. די רעק יוניט איז א ווען וואס ברענגט צוטרינקען פאר די פייערלעשער.
לעצט פארראכטן דורך והיא שעמדה אום דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

.
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

עף-די-ען-וויי #3

רוב אמעריקאנע עמערדשענסי אגענטורן וואס אפערירען מיט רעדיאוס ניצן קאודס צו קאמיוניקירן, די סיבה פארן ניצן קאודס איז עס זאל נעמען שנעלער ווי איידער דארפן ארויסזאגן גאנצעטע ווערטער ווען טייל מאל ציילן די סקונדעס.

פארשטייט זיך אז יעדע אגענטור האט איר אייגענע קאודס וואס זיי ניצן, אבער דאך זענען רוב אינטער די '10 קאודס' סיסטעם. די 10 קאודס לויפט מיט יעדע סארט זאך זאל זיין מיט א נאמבער פון 1 ביז 100, מיט די נומבער 10 פון פאראויס. דאס הייסט 10-1 10-2 10-99 וכו'.

עס איז דא פארשידענע קאודס וואס יעדער ניצט ווי למשל 10-4 מיינט אן אקנאלעדשמינט, דאס מיינט יעדעס מאל איינער רעדט צו דיך און די דארפסט זיך וויסענדיג מאכן זאגסטו 10-4. א צווייטע ברייט געניצטע קאוד איז 10-84 דאס מיינט מיר זענען אנגעקומען.

אסאך מאל וועט מען אבער נישט נוצן די ווארט 10 בעפאר מען זאגט די נאמבער סתם ווייל פארוואס נישט. מען קען אסאך מאל זאגן 'איי עם 10-84' און אמאל קען מען זאגן 'איי עם 84'.

די וועלט פון קאמיוניקאציע איז ארויסגעשטעלט אז ווען מען ענדיגט רעדן און יעצט ווארט מען אז דער צווייטע זאל צוריק רעדן, אז דא א סימן א מען האט שוין אפגעזאגט וואס מען האט צו זאגן און יעצט רעדט די. און די ארמיי וועלן זיי ניצן די ווארט 'אווער' over. אבער און אסאך 911 רעדיאוס וועט מען ניצן א 'קעי' K. ווי למשל א יוניט גייט זאגן פארן דיספעטשער: 'דיספעטשער איי עם ריספאנדענג טא די פייער קעי' ; און די דיספעטשער גייט צוריק זאגן 10-4.

אזוי אויך איז איינגעפירט צו זאגן די זייער נאך יעדע טרענסמישען, דאס איז ווייל אלעס ווערט אוועקגעלייגט און אויב דארף מען עפעס פארשען שפעטער זאל אלעס זיין געזייגערט. זיי וועלן ניצן די 24 שעה זייגער, דאס הייסט אז 1pm וועט זיין 13:00.
לעצט פארראכטן דורך והיא שעמדה אום דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
JfkIvelt
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 08, 2022 11:09 am

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JfkIvelt »

והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:38 am
בוק קיפפער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:18 am
והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:02 am
נו סאו וואס וויל דער עולם וויסן?
האסט געשריבן און די וויליאמסבורג אשכול היינט ביי די 4 אלארם פייער און R&R Lumber ווען די עולם האט געפרעגט פארוואס זיי האבן געדיספעטשט אזוי פיל טראקס ווען אסאך האבן גארנישט געטוהן,
האסטו געזאגט אז איינער זאל גיין פתיחה מיט אזא אשכול און וועסט מסביר זיין ווי אזוי עס ארבעט ווען דיספעטשט מען וואס און ווי פיל און פארוואס אזוי סך וואס איז יעדער געשטעלט אויף וכו׳ הייב אן און די עולם וועט שוין האבן שאלות.

האסט זייער שיין מסביר געווען ווי אזוי עס ארבעט אפסטעיט, גראדע יעדע קאונטי אפסטעיט וואס האט נאר וואלענטירן פייערלעשער מיז האבן איין ענדשען און לעדער מיט באצאלטע ארבייטער צו יעדע צייט, אין ראקלענד זענען זיי אין קאמפעני איינס וואס איז הילקרעסט.

אריבער די האדסען ריווער צו ניו יארק סיטי ארבעט עס אז ווען עס קומט אריין א קאל פאר א פייער אדער שטארקע רויעך ווערט אטעמאטיש ארויסגעשיקט דריי ענדשען קאמפעניס, צוויי לייטער קאמפעניס, מיט איין טשיף. ווען די ערשטע יוניט קומט אן אופן סצענע און ער קאנפערמד אז עס ברענט דאן 'טרענסמיט ער די באקס' דאס מיינט ער זאגט פארן דיספעטשער די קאוד 10-75 און דאס מיינט אז נאך הילף מיז קומען.

איינמאל א 10-75 ווערט טרענסמיטעד שיקט מען אטעמאטיש א פערדע ענדשען, און א דריטע לייטער, די לייטער קאמפעני גייט זיין די פעסט FAST טראק, אזוווי געשריבן ביי מאנסי. אזוי אויך ווערט געשיקט א סקוואד קאמפעני, וואס דאס איז א מער פארגעשריטענע ענדשען, און א רעסקיוא קאמפעני, וואס דאס איז א מער פארגעשריטענע לייטער קאמפעני, (רעסקיוא איז די טראק וואס האט די אפענע טירן און די בעק), אויך קומט נאך א טשיף, און אויך וועט קומען א רעק יוניט. די רעק יוניט איז א ווען וואס ברענגט צוטרינקען פאר די פייערלעשער.
למעשה פארוואס דארף מען 5 טראקס ͏͏דיפאלט?
אויך וואס איז דו ארבעט פונעם טשיף און פארוואס קומט ער אייביג פינקטלעך 30 סקונדעס שפעטער? ער קען נישט בטעות קומען צוזאמען מיט זיי? וויאזוי געבן זיי זיך אן עצה אנהייב אנעם טשיף?
ווען דו רעדסט צו מיך ביטע ציטיר מיך
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

עף-די-ען-וויי #4

די סיבה פארוואס מען דארף אזויפיל טראקס איז פשוט, געווענטלעך אין ניו יארק סיטי זענען די הייזער עטליכע שטאק ממילא ווען עס ברענט דארף מען מער מענטשען צו העלפן. די ארבעט פון די ענדשען קאמפעניס זענען צו לעשען די פייער פון אינעוויינג מיטן 'סטרעטשען א ליין' אריין אין די הויז ארויף ביז די פלאץ פון די פייער. ווען עס פלאקערט א פייער וועט מען ניצן די דיקסטע הויז ליין וואס זיי פארמאגן, יעצט מיט אזא וואסער שטראם וואס לויפט דארף מען האבן צוויי פייערלעשער עס אנציהאלטען ביים שפיץ און שפריצן, איינער דארף זיצען דעראויף עס זאל נישט ארימפליען, די דרייווער וועט אייביג בלייבן אנדרויסען און קאנטראלירן די וואסער שטראם. פארשטייט זיך אז א גאנצע ענדשען גייט פארדעם מיסטו האבן מער פון איין ענדשען, אויך זענען די לייט אויף די ענדשענס אי-עם-טי'ס און זיי וועלן באהנדלען ביז אי-עם-עס קומט אן.

אריבער צו די לייטער, די פייערלעשער אויפן לייטער זיי דארפן טון די סערטש ענד רעסקיוא דאס מיינט זיכן פאר פארכאפטע מענטשען, און זיי דארפן געבען א באשטעטיגונג אז זיי האבן צוויי מאל געזיפט די געביידע און קיינער איז נישט פארכאפט, פארשטייט זיך אויב טרעפט מען איינעם איז עז זייער דשאב יענעם צו ראטעווען. אויך טוען די לייטער חברה 'ווענטען' די געביידע, דאס מיינט אז און די געגענט פון די פייער, יענע שטאק צו וואס, מיז האבן זייער אסאך ליפא ממילא איז זייער דשאב צו ארויסנעמען די רויך וכו' דורך קנאקען אלע פענסטער, מאכן א גרויסע לאך אין די דאך און נאך. די לייטער קאמפעני גייט אויך שפריצען וואסער פון אינדרויסען אריין אינעוויינג אויב עס פעלט זיך אויס.
דאס איז מער וויינעגער ביי א איין אלארעם פייער, אדער ווי מען רופט עס א 10-75.

די טשיף גייט אייביג פארן אינטער די פייערטאקס כדי זיי צו לאזן אנצוקימען אונפראנט פון די פייער בילדינג.

שפעטער וועל איך רעדען איבער די טשיפס ראלע.
לעצט פארראכטן דורך והיא שעמדה אום דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארבלענדעניש
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:51 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבלענדעניש »

והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 3:53 am

עס איז דא פארשידענע קאודס וואס יעדער ניצט ווי למשל 10-4 מיינט אן אקנאלעדשמינט, דאס מיינט יעדעס מאל איינער רעדט צו דיך און די דארפסט זיך וויסענדיג מאכן זאגסטו 10-4. א צווייטע ברייט געניצטע קאוד איז 10-84 דאס מיינט מיר זענען אנגעקומען.

אסאך מאל וועט מען אבער נישט נוצן די ווארט 10 בעפאר מען זאגט די נאמבער סתם ווייל פארוואס נישט. מען קען אסאך מאל זאגן 'איי עם 10-84' און אמאל קען מען זאגן 'איי עם 84'.
מקור פון ''10''
גוט-געפרעגט - פנחס גלויבער
ב' בלק פ״ב
- וואס איז פשט פון 10-4?
https://www.yiddish24.com/miscellanies/156/65440
copy cut share select all
פארבלענדעניש
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:51 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבלענדעניש »

JfkIvelt האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:50 am
למעשה פארוואס דארף מען 5 טראקס ͏͏דיפאלט?
אין ניו יארק סיטי וועט דער פייער דיספעטשער אייביג מאכן דעם קאל פאר אן MCI (ווייל מען קען דאך נישט וויסן וויפיל מענטשן זענען פארכאפט) סוי יא, פאר אן MCI קומט ביי דיפאלט 5 טראקס.
copy cut share select all
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6135
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:42 am
יישר כח. זייער קלאר און העכסט אינטערעסאנט. עס זעהט אויס ווי די האסט זייער אסאך נאלעדזש שרייב נאך!
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

עף-די-ען-וויי #5

יעצט וועלן מיר אויסשמיסען די ראנקען פון די פייער דיפארטמענט און לאמיר זעהן וואס טוט די טשיף.

ווען מען ווערט א פייערלעשער הייסט מען פאר די ערשטע שטיק צייט א פראבי, דאס מיינט א טריים אוט, צו זעהן אויב די דשאב איז טאקע געמאכט פאר עם. נאכדעם ווערט מען א פייערפייטער. דערנאך איז דא א לואטענענט, דערנאך א קעפטען, דערנאך א בעטאליאן טשיף, דעפיוטי טשיף, דעפיוטי אסיסטענט טשיף, אסיסטענט טשיף, טשיף אוו אפערעשענס, טשיף אוו דיפארטמענט, און דערנאך איז די די קאמישענער מיט זייער געהילפן.

כדי צו ווערן א העכערע ראנק דארף מען נעמען א טעסט, מען דארף קענען מער, און אויב מען פעסט דאן ווערט מען געהויבן, יעדער איינער קען נעמען די טעסט. מען קען נישט גלייך ווערן א טשיף מען דארף קודם זיין א לואטענענט און אזוי ווייטער.
די העכסטע ראנק וואס יעדער קען ווערן איז אן דעפיוטי טשיף. נאכדעם די אלע העכערע טשיפס זענען מענטשען וואס פירן די דיפארטמענט, אדער א טייל דערפון, אנצוקימען דארט דארף מען זיין אן אויסגעריפענע טשיף פאר פילע יארן קודם.
די קאמישענער ווערט אריינגעשטעלט דורך די מעיאר און איינס פון די דשאבס פון די קאמישענער איז צו זיכער מאכן אז די אלע טשיפס זענען מסדר.

יעצט איז אזוי, יעדע פייער קאמפעני, האט אויף יעדן שיפט פינף פייערלעשער, אינז וועלן ניצן די פייער קאמפעניס אין וויליאמסבורג פאר א משל, אויף הופער סטריט איז דא א פייער סטאנציע מיט צוויי קאמפעניס. ענדשען קאמפעני 211 און לייטער קאמפעני 119, אויף יעדע שיפט וועט זיין פינף לייט פארן ענדשען און פינף פארן לייטער. די בעל הבית פון די סטעטשען איז די קעפטען, אבער ער איז א טייל פון די פינף פייערלעשער, די קעפטענס דשאב איז זיין איבער זיינע פייערלעשער ביים טרעינינג, זיכער מאכן אז אלע שיפטס זענען מסודר, און די עיקר ביים פייער צו הייסן זיין טיעם וואס צו טון. פארשטייט זיך אז די קעפטען קען נישט אייביג ארבייטען, ממילא האט ער אינטער זיך אפאר לואטענענטס און ביי יעדע שיפט דארף זיין פאר יעדע קאמפעני א לואטענענט אדער קעפטען.

גראדע איז גיט צו וויסן אז די פייער דיפארטמענט ארבעט אויף 12 שעהדיגע שיפטס, פון 7 ביז 7. פיר מאל א וואך. דאס הייסט מאנטיג פון 7am ביז 7pm, דינסטאג פון 7am ביז 7pm, מיטוואך פון 7pm ביז 7am, דאנערשטאג פון 7pm ביז 7am, יעצט פיר טאג פריי און נאכדעם אודך. אדער דין מען נעמען צוויי 24 שעה שיפטס. אזוי איז אויך ביי די דיספעטשערס. פארשטייט זיך אז מען קען ארום שפילן מיט די שיפט אויב דארף מען. און מען ארבעט דאס אויס מיט די קעפטען.

יעצט לאמיר גיין ווייטער, יעדע פאר פייער קאמפעניס האבן איבער זיך א בעטאליאן טשיף. הופער סטריט איז אינטער די 31 טשיף. איז יעדאס מאל עס איז דא אן אינצעדענט וואס הופער סטריט ריספאנט קומט די 31 בעטאליאן, וועגן דעם קומען זיי אסאך מאל אפאר מינוט שפעט וויי זיי קאווערן א גרעסערע שטח.
לעצט פארראכטן דורך והיא שעמדה אום דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

איך שרייב קלענערע שטיקלעך ווייל עס קומט מיך אויס גרינגער. איך וועל באלט לייגען ווייטער. איך מיין אבער אז קול מבשר מעג שוין האבן א חול המועד אינטערוויא מיט איינער וואס קען די פאליציי אדער פייער דיפארטמענט ער זאל אלעס דערציילן.
פייערדיג
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 2:32 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערדיג »

זייער קלאר און שיין צולייגט והיא שעמדה, קיעפ איט אפ

כ'וואלט אריינגעווארפן עטליכע קליינע אויסבעסערונגען אויב דו ערלויבסט מיר
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

זיכער אזוי
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6135
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 1:47 pm
איך שרייב קלענערע שטיקלעך ווייל עס קומט מיך אויס גרינגער. איך וועל באלט לייגען ווייטער. איך מיין אבער אז קול מבשר מעג שוין האבן א חול המועד אינטערוויא מיט איינער וואס קען די פאליציי אדער פייער דיפארטמענט ער זאל אלעס דערציילן.
פאר מיך אלס ליינער, איז אויך בעסער קלענערע שטיקלעך עס איז רואיגער פאר די מח צו פראסעסען!

קיפ איט אפ! פיינע שריפט!
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

יעקב פריינד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:13 pm
והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 1:47 pm
איך שרייב קלענערע שטיקלעך ווייל עס קומט מיך אויס גרינגער. איך וועל באלט לייגען ווייטער. איך מיין אבער אז קול מבשר מעג שוין האבן א חול המועד אינטערוויא מיט איינער וואס קען די פאליציי אדער פייער דיפארטמענט ער זאל אלעס דערציילן.
פאר מיך אלס ליינער, איז אויך בעסער קלענערע שטיקלעך עס איז רואיגער פאר די מח צו פראסעסען!

קיפ איט אפ! פיינע שריפט!
יא סאיז א געשמאק צו ליינען!
פייערדיג
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 2:32 pm

Re: אלעס ארום עמערשענסי סערוויסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערדיג »

אקעי על אחרון אחרון
והיא שעמדה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:12 pm
יעצט לאמיר גיין ווייטער, יעדע פאר פייער קאמפעניס האבן איבער זיך א בעטאליאן טשיף. הופער סטריט איז אינטער די 31 טשיף. איז יעדאס מאל עס איז דא אן אינצעדענט וואס הופער סטריט ריספאנט קומט די 31 בעטאליאן, וועגן דעם קומען זיי אסאך מאל אפאר מינוט שפעט וויי זיי קאווערן א גרעסערע שטח.
די בעטאליאן טשיפס דיסטריקטס איז אנדערש געסלייסט ווי די רעספאנס עריע דיסטריקטס, דהיינו 211/119 זענען טאקע אונטערן 31'ס דיסטריקט, אבער א גרויסע טייל קאלס (באקסעס...) צו וואס 211/119 רעספאנדן איז דער 35 דער פירסט דאה טשיף וואס ריספאנד צו די קאל. די סיבה איז וויבאלד דער 35 איז געאגראפיש נענטער, און ביי קאלס איז אויסגעשטעלט אז דער נענסטער טשיף צום קאל לאקאציע (באקס) איז דער ערשטער טשיף צו ריספאנדן. (איראניש איז אז טראץ וואס 211/119 זענען אונטערן 31, איז דער 31 טישף ניטאמאל דער 2נד דאה טשיפ צו רוב וויליאמסבורג ווי 211/119 רעספאנדן פירסט דאה, נאר דער 57 טשיף פון בעד סטיי)
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”