שיחת חבירים: דיציפלינירען די קינדער ווען, וואס און ווי אזוי?

אלעס איבער חינוך הילדים
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

שיחת חבירים: דיציפלינירען די קינדער ווען, וואס און ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

לאור די שכינות'דיגע אשכול מלא תוכן בנוגע גיבן ליבשאפט פאר קינדער, וואס האט געברענגט א פלייץ פון הערליכע תגובות און נקודות איינס בעסער פונעם צווייטן, עפען איך די אשכול בענין דיציפלינירען קינדער.

איז אזוי... עלטערן האבן אפאר פליכטן וועגן די קינדער איך וואלט עס צוטיילט אין 3 שלא כסדר.

1) חינוך לתורה ומצות.

2) ליבשאפט/סעקיוריטי.

3) דיציפלין.

אלע 3 איז זייער וויכטיג פאר יעדע קינד איהם צו בויען פאר זיין גאנצן לעבן.

לאמיר קודם רעדן פון די ערשטע חינוך לתורה ומצות, דאס איז א חיוב און א מציאות וואס הייבט זיך אהן ביי די 9 יאר בעפאר קען עס נישט ארבעטן. וואס חינוך איז איז א לענגערע נושא ועוד חזון למועד.

נומבער 2 האט מען שוין ב"ה שיין דיסקוטירט.

נומבער דריי: דיציפלין מיינט אויסלערנען פארן קינד הכנעה נעמען אחריות וכו', עס איז צוטיילט אין צוויי עס איז דא קליינע קינדער דערנאך איז דא גרעסערע טינעידזערס.

דאס איז קלאר אז דיציפלין האט גארנישט און טאר נישט האבן מיט די נערווען פון די עלטערן, עלטערן דארפן וויסן אז א קינד איז בכלל נישט קיין בעל אחריות און אטאמאטיש קען א קינד קיינמאל טראגן קאנסעקווענצן אויף זיינע מעשים, עס דארף בלויז זיין מיט א כונה באמת צו בויען די קינד פאר זיין לעבן.

נאך איז גאר גאר וויכטיג צו אייביג געדענקן אז דאס האט קיין שום שיכות מיט חינוך און עס איז א סכנה צו מישן די 2.

דיציפלין הייבט זיך לכאורה אהן ביי די 2 יאר און עס טוישט זיך מיט די יארגאנג פון די קינד.

אויב איינער וואלט געקענט אריינקומען אויסקלארן די נושא וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך ולמצוה גדוה יחשב.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: שיחת חבירים: דיציפלינירען די קינדער ווען, וואס און ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

שאלה: דיציפלין מיינט זיין שטרענג וואס מיינט זיין שטרענג? נישט זיין בכעס, וואס יא?
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
טעראפיע
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 29, 2023 1:39 pm

Re: שיחת חבירים: דיציפלינירען די קינדער ווען, וואס און ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעראפיע »

קינדער רעפלעקן די עלטערנס אויפפירונג.

קינדער נעמען אינפארמאציע פון ווי אזוי זיך צו פירן דורך לייענען און אויכאפן די געפיל און צוגאנג צו די ענין. עלטערען קענען רעדן פון אן ענין וואס אויב זענען זיי נישט דערביי גייט עס צומישן די קינדער.
1) מחנך זיין די קינדער לתורה ועבודה - איז די ארבעט אויף זיך צו דינען דעם באשעפער באמת ובלבב שלם - די חינוך איז וואס קינדער זעהן ביי זייערע עלטערן און אזוי וועלן זיי זיך פירן בעזרת השם אויב עס איז נישט בעצבות, ברוגזה נאר מיט שמחה.

פארשטייט זיך אז מען איז אליינס ערנסט מיט זיך (און קאנעקטעט מיט זיך) גיסט זיך איבער צו די קינדערלעך.

שטארק נזהר זיין נישט צו זאגן ליגנט. נאכדערצו פארנט פון קינדער, און נאכדערצו פאר די קינדער.
נישט בארעדן קיין אנדערע מענטשן. אפילו מען האט א סיכסוך מיט א צווייטן אדער מען באלאנגט אין אן אנדערע קרייז.
אפילו מען איז נישט די גרעסטע בעל מדריגה צו שעצן די וואס זענען יא אויף א העכערע מדריגה - פרומער וכו.
שעצן תלמידי חכמים און רבנים. נישט אפחוזק'ן פון וואס רבנים זאגן (אפילו עס שמעקט דיר נישט וואס זיי זאגן - האלט עס ביי דיר).

2) ליבשאפט און שפירן אנגענומען אפעקטיוו, איז זייער א וויכטיגע באשטאנטייל אין קינדס דעוועלאפמענט. אז דאס קינד זאל קענען געזונט אננעמען די ערשטע נקודה פון חינוך וואס ער זעהט ביי זיינע עלטערן.
  • באמת ליב האבן די קינדער. און נישט בלויז זיך ליב האבן. דאס מיינט אז ווען א קינד טוט עפעס וואס איז נישט כרצונו. צו קענען האבן די מעגליכקייט זיך אפצושטעלן און טראכטן "וואס פילט מיין קינד יעצט?" און דערנאך זיך פרעגן "וואס דארף מיין קינד יעצט?". קען זיין אז דאס קינד נויטיגט זיך אין א שטראף, אפשר א פאטש אפשר מוסר אדער אפשר גאר מער דיסציפלין און ליבשאפט. דאס פארלאנגט אסאך עבודת המידות.
  • זיין באקוועם מיט די אייגענע קערפער. קענען געבן פיזישע און גייסטישע ליבשאפט אפן און געשמאק אנע צוריקהאלט.
  • זיין אויפריכטיג ווען מען איז אויפגערעגט און נערוועז - אז מען איז יעצט אין מצב וואס מען דארף די צייט זיך צו בארואיגן. און נישט רעאגירן דערויף אוטאמאטיש.
  • אנערקענען אז זיי זענען נשמות וואס דער רבש"ע האט געגבן א תפקיד צו ערציען און נישט ח"ו אז זיי דארפן פיטן דיין אימיעדש ideal-image
  • אנערקענען אז יעדעס קינד האט זיך זיין/איר צוגאנג - חנוך לנער ע"פ דרכו.
  • נישט ח"ו לעבלן - לדוגמא דו ביסט א______, דו ביסט אזוי ווי_________.
  • אנערקענען אז דאס קינד האט די רעכט צו עקזיסטירן אן דעם וואס די קינד זאל דארפן עפעס טוהן. בלויז ווייל ער/זי איז דעם באשעפערס קינד.
  • וויסן די געזונטע גדרים פון ליבשאפט - נישט ח"ו אריבערגיין די גדרים (ודי).
  • נישט נוצן די קינדער במקום די ווייב/מאן. דאס מיינט זיי לאזן זיין קינדער און זיי נישט אריינעמען אין קיין ערוואקסענע החלטות. און זיכער נישט אז זיי זאלן דינען ווי אן ערזאץ פאר די אימאשענל קשר וואס מען דארף האבן מיט די ב"ב.
  • ח"ו נישט נוצן די קינדער אלס א שופט צווישן מאן און ווייב.
  • און פארשטייט זיך אז שלום בית איז א שטארק פאקטאר.
3) דיסציפלין
  • שאצונג - האבן א געזונטע זעלבס ווירדע. וויסן און שפירן אז איך בין טאטע/מאמע נישט קיין חילוק וואס די קינד טוט, פירט זיך אויף ווער איך נישט אויס טאטע/מאמע. עס איז זייער וויכטיג פאר קינדס גייסטישע געזונט צו שפירן זיכער אז ער קען נישט אקטיוויזירן און אפעקטירן די באלאנס פון די עלטערן.
  • קלארקייט - זיין קלאר מיט זיך, מיט די ב"ב, און מיט די קינדער וואס מען פארלאנגט פון די קינדער און זיך האלטן דערצו. פאר א קינדס רואיגקייט פעהלט זיך אויס אז ער זאל וויסן וואס מען פארלאנגט פון אים. טיילמאל שפקולירן מענטשן אז קינדער דארפן וויסן פון זיך אליינס.. זייער מח איז פארנומען אין זייער וועלטעל און זיי דארפן כסדר הערן וואס מען פארלאנגט פון זיי.
  • סדר - האבן א סטרוקטשער ווי אזוי די הויז ווערט געפירט. און זיך האלטן דערצו. קינדער ווערן צימישט ווען עס טוישט זיך כסדר. זיי שפירן ווי זיי שטייען נישט אויף שטארקע ערד זיי שפירן ווי עס שאקלט זיך.
  • פלעקסעביליטי - ווען עס איז דא א קלארע סדר און סטרוקטשור פעלט זיך אויס אז עס זאל מעגליך זיין פאר אויסנאמס - אבער קלארע אויסנאמס אז די קינד זאל וויסן אז דאס איז אן אויסנאם.
______________________
דאס איז נישט שווארץ און ווייס - עס איז כסדר'דיגע עבודות המידות צו ארבעטן אויף זיך. אז מען זאל זיין א העכערע מדריגה און נענטער צו השי"ת. פארברענגען מער צייט וואס מען איז וואך presence אינדערהיים, נישט וואס מען פארברענגט אויפן פאון (אפגערעדט אויפן סמארט פאון). שפירן שטערקער אין די פלאץ ווי מען איז און האבן א קלארערע דיסציפלין.

וואס איז געווען איז געווען -מען דארף טוהן וואס דער רבש"ע פארלאנגט יעצט פון מיר.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שיחת חבירים: דיציפלינירען די קינדער ווען, וואס און ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

World Champion האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 11:30 am

1) חינוך לתורה ומצות.

חינוך לתורה ומצות, דאס איז א חיוב און א מציאות וואס הייבט זיך אהן ביי די 9 יאר בעפאר קען עס נישט ארבעטן
בעפאר קען עס נישט ארבעטן?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: שיחת חבירים: דיציפלינירען די קינדער ווען, וואס און ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

World Champion האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 11:36 am
שאלה: דיציפלין מיינט זיין שטרענג וואס מיינט זיין שטרענג? נישט זיין בכעס, וואס יא?
זיין שטרענג ווען מען "דארף" זיין שטרענג, זיין בכעס ווען מען "דארף" זיין בכעס.

עס איז דא אמת'ע כעס און עס איז דא געמאכטע כעס, ווען מען מעג זיין עכט בכעס דארף מען אליין וויסען. למשל אויב שעדיגט איין קינד דער צווייטען דארף מען זיין עכט בכעס, ניין?

אבער אים צו שלאגען ווייל דו ביזט אין כעס, דאס טאר מען קיינמאל נישט. דא קומט אריין דיסיפלין פון דער טאטע, זיך אליין צו דיסיפלינירען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”