די נייע AI תקופה

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

לאמיר שערן מיינע צוויי סענט איבער די נייע AI תקופה

די ריטעיל אינוועסטער'ס זענען אריינגעשפרינגען און א נייע AI שאפינג ספרי, יעדע נייע קאמפעני וואס געט זיך אן אז זיי טוען און AI באקומט יעצט א בוסט פון די ריטעיל חברה

לאמיר אביסעל צוזאמנעמען די ענין

די גרעסטע נייעס און AI די פארגאנגענע צוויי וואכען איז געווען אז מייקראסאפט האט געמאכט א יד אחת מיט די OPEN AI קאמפעני וואס האבן פראדעצירט די CHAT GPT טעכנעלאגיע, און זיי האבן עס אינטעגרעיטעד און זייער בינג סורטש סיסטעם

CHAT GPT און איין ווארט... אנשטאט וואס בוז היינט וואס ווען מען האט געסערטשט א זאך און די סערטש ענדזשין האט עס דיר ארויפגעברענגט אינפארמאציע איבער די זאך וואס מען האט גע'זוכט, טוט טשעט דזשי פי טי געבן די אינפארמאציע און א שואל ומשיב סעסיע, מען פרעגט א זאך און די משיב ענטפערט און א געשמאקע וועג כאילו מען רעדט מיט א מענטש, אויך קען CHAT GPT מאכן פאוימס וכדו,

CHAT GPT ארבעט מיט די טעכנעלאגיע פון AI וואס שטייט פאר אריטפישעל אינטעלעדזשענט'ס וואס מיינט פאלשע קלוגשאפט, פארוואס פאלטש? זייער פשוט! א מאשין קען נישט טראכטן, ממילא איז נישט שייך ער זאל האבן אינטעלעדזשענט'ס, נאר וואס דען? א מענטש וואס האט עכטע אינטעלעדזשענטס קען אויסלערנען א מאשין וואס צו טון כדי עס זאל אויסקוקען ווי די מאשין האט אייגענע חכמה, דאס איז און איין ווארט די אפטייטש פון AI, מאשינען וואס עס זעהט אויס ווי זיי האבן אליין שכל

די טעכנעלאגיע אינטער AI איז שוין א איר אלטע טעכנעלאגיא וואס בוז 2023 האט עס געהייסען אויטאמשיעשן, יעדע קאלקיולעיטער ארבעט מיט AI, א גוטע עקזעמפעל איז א עקסעל שיעט מען לייגט אריין א פארמולע און די בעק ענד און אויפען עקסעל שיעט קוקט עס אויס ווי די עקסעל שיעט מאכט די קאמפליצירטסיע חשבונות, בעת וואס באמת איז די שיעט קריעטער געזעצן א שיינע שטיק צייט און געשריבען די אלע פארמולע'ס וואס אן דעם וואלט די עקסעל שיעט געבליבען בלענק, AI איז די זעלבע טעכנעלאגיע ווי יעדע מאשין וואס מען פראגרעמט אריין א פאנקשען וואס די מאשין לערנענט זיך אויס וויאזוי עס צו טוען אליין, ווי למשל אסעמבלי ליינס ראבאטן קאמפיוטערס סענסערס וכדו

די לעצטע פאר יאר איז די טעכנעלאגיע געווארען אסאך מער פארגעשריטען אזוי ווייט אז געוויסע האבן מורה אז און אפאר יאר וועט מען שוין נישט דארפן האבן קיין ארבעטער אלעס גייט ווערן אויטאמעיטעד, צב''ש סעלף דרייווינג קארס וכדו,

און די לעצטע תקופה האבן קאמפעני'ס אנגעהויבען ארבעטן אויף א (מענטשליך אריינגעפראויגרעמט) סיסטעם וואס זאל מאכן די קאמפיטוער אויסזעהן ווי עס האט באמת חכמה וואס דאס האט מען א נאמען געגעבן AI, די געדאנק איז א פשוטע געדאנק עס איז דאך דא היינט די אינטערנעט וואס פארמאגט מער וויייניגער אלע אינפארמאציע וואס צורקולירט איבער די וועלט, גייט מען אויסלערנען א קאמפיוטער וויאזוי צו פארשטיין קשיות און דערנאך זוכען די אינפארמאציע אויפען געוועב און עס דערנאך איבערגעבן פארן שואל אויף א לשון בני אדם'דיגע מהלך

צוריק צום ענין: מייקראסאפט האט אינטערגרעיטעד זייער AI סיסטעם און בינג פרובירענדיג אראפצוצופען א שטיקעל פון גוגעל'ס סערטש ענדזשין מאנאפאלי, פרובירענדיג אויסצוכאפען גוגעל צו זיין דער ערשטער, אבער גוגעל אינוועסטירער האבן זיך בכלל נישט דערשראקען ווייל זיי ווייסען אז גוגעל האלט און די פיינעל סטעידזשעס פון ארויסגעבן זייער אייגענע AI סיסטעם וואס הייסט BARD, אבער דא איז געשען א פלאפ, גוגעל האט ארויסגעלייגט א עד מיט א דעמא פון זייער BARD סיסטעם און אויף די עד איז BARD גע'פרעגט געווארען א קשיא און איין דיטעיל פון די תירוץ איז געווען נישט ריכטיג, דאס האט געהאט א נעגעטיווע אפעקט אויף גוגעל סטאק וואס האט געכאפט א היבשע גליטש פון 9%,

די לעצטע פאר טעג זענען אלע בלאגערס שוין פארנעמען נביאות זאגען אז גוגעל'ס סורטש דאמינענץ איז אווער און מייקראסאפט גייט איבערנעמען די מארקעט וכדו,

מיינע צוויי צענט: CHAT GPT גייט נישט אוועקנעמען קיין איין קאסטומער פון גוגעל. גוגעל קאנטראלירט כהיום איבער 80% פון די גלאויבעל סורטש מארקעט און איבער 95% פון די גלאויבעל מאביל סערטש מארקעט, און אפילו אויף די אנדערע סוירטש ענדזשין'ס ווי בינג און יאהו וכדו' איז די מאסט וויזיטעד וועבזייטעל גוגעל דאט קאם, און אנדערע ווערטער גוגעל האט כמעט א 100 פראצענט פון די גלאויבעל סורטש מארקעט אן קיין איין ערענסטע קאמפעטישען

די דאמינאנץ גייט נאך אסאך ווייטער.. די עצם פעולה פון סערטשן רופט מען שוין כהיום נישט סערטשען, מען רופט עס גוגלען, (אז איר גלייבט מיר נישט קענט איר עס אליין גוגלען) עס איז געווארען א ווארט און די דיקשענערי, געב עס א גוגעל וכדו', שווער צו גלייבען אז עס קען זיך נאך דא אריינריקען א קאמפעטישען וואס זאל איבעררעדן די וועלט צו אויפהערן גוגל'ען און אנהייבען צו בינג'ען..

פאר די אלע וואס טראכטען אז CHAT GPT גייט זיין אזוי שטארק אז עס גייט יא טוישען די דינאמיק'ס אויף דעם איז די תירוץ אז גוגעל פארמאגט שוין די זעלבע סיסטעם ווי CHAT GPT און זייער באזיץ וואס רופט זיך BARD, וועט מען דאך פארשטייט זיך פרעגן BARD געבט דאך נישט קיין אקוראטע תירוצים? אויף דעם זייט וויסען אז CHAT GPT איז גארנישט בעסער, איך אליין האב שוין אויפגעכאפט אפאר אומריכטיגע תירוצים (באלד וועל איך אי''ה ארויפלייגען סקרינשאט'ס), און איך בון נישט די איינצוגסטער 100ער באנוצער זענען ארויסגעקומען מיט סקרינשאט'ס פון פאלטשע אינפארמאציע, בייעס און פאליטיק, דיסקרימענאציע וכדו',

די איינצוגסטע חילוק פון די צוויי איז אז ביי איינעם איז געשען א פאטאלער טעות אז די פאלטשע ריזאלט'ס איז פרעזענטירט געווארען אויף די קאמפעני'ס אייגענע עד, און ביים צווייטען זענען די עד עדיטער'ס געווען מער פארזוכטיג

די סובה צו די פאלטשע אינפארמאציע סיי פון CHAT GPT און סיי פון BARD איז זייער פשוט ביידע פון זיי נעמען די אינפארמאציע פונעם געוועב און אויב אויפן געוועב איז דא פאלטשע אינפארמאציע גייען זיי עס אזוי טרענסעלעיטען, קיינע פון די צוויי קאמפעני'ס האבן נאכנישט קיין סעלושען וויאזוי אויפצוכאפען אויב די זאכן וואס שטייען אויף די געוועב איז אמת אדער ליגענט,

וואס איז די חידוש פון AI? די עיקר טעכנעלאגיא וואס AI ברענגט צום טיש איז פארשטיין וואס מען פרעגט אים, עס ווערט אנגערופען מאשין לערנינג, און אנדערע ווערטער אנשטאט ווי בוז היינט ווען איך האב געוואלט עפעס וויסען האב איך עס געגעבן א גוגעל, טוט די AI טעכנעלאגיא די ארבעט פאר מיר, און פארשטייט זיך אז כדי צו וויסען וואס צו סערטשען דארף ער פארשטיין וואס איך פרעג

לאמיר עס צולייגען קלארער: AI איז א צוזאמשטעל פון צוויי טעכנעלאגיע'ס מאשין לערנינג און סירטש אלגעריטעמ'ס. ביידע פון די טעכנעלאגיע'ס איז שוין געווען אוועילעיבעל בוז היינט, די חידוש פון AI איז אז עס האט אינטעגרעיטעד די ביידע טעכנעלאגיע'ס אז עס זאל ארבעטן צוזאמען.

די מלך און ביידע פון די טעכנעלאגיא'ס איז גוגעל, די סורטש אלגעריטעם טעכנעלאגיע האט מען שוין אויסגע'שמועסט אויבען, און די מאשין לערנינג טעכנעלאגיע איז שוין א שיינע פאר יאר אינטעגרעיטעט מיט גוגעל'ס סערוויסעס ווי די סמארט ריפליי סיסטעם און GMAIL און אין די ענדראויד מעסעדזשינג עפפ.

ווילען יעצט געוויסע בלאגער'ס זאגען אז די סיסטעם פון א נייע קאמפעני וואס טוט בסך הכל צוזאמשטעלן צוויי טעכנעלאגיא'ס וואס איז שוין לאנג אוועילעבעל, זאל גאר זיין מער פארגעשריטען ווי די זעלבע סיסטעם וואס ווערט צוזאמגעשטעלט דורך די קאמפעני וואס איז גאר די מלך און ביידע פון די טעכנעלאגיע'ס,

נישט מסתבר...

איך האף עס איז געניג קלאר... געשריבען שנעל, בלתי מוגה
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

אינטערעסאנט! אבער די פוינט אז גוגל איז די מלך, און ס'הייסט אפילו גוגלען.. מיינט נאך נישט אז די עולם קען זיך נישט צוביסלעך אריבער ריקען ערגעץ אנדערש, און א פאל וואס א אנדערע סערטש ענדזשין שטעלט זיך ארויס אז פול מער פארגעשריטן.
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
הירש בן משה
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 8:10 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירש בן משה »

זייער שיין באשריבן
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p-
זייער א שיינער אנאליז, איך וואלט נישט אזוי שנעל גע'פסק'נט אז גוגל בלייבט ווייטער מלך העולם, נאופס, קיינער האט נישט די מארקעט ביי זיך אין קעשענע, אז מייקראסאפט וועט באווייזן צו צושטעלן א בעסערע פארלעסליכע סורטש ענדזשין ווי גוגל, וועט די עולם אפפלאזן גוגל לאנחות און זיך אריבערציען בהמוניהם צו מייקראסאפט.
נעם למשל די קאדעק פירמע ז''ל
קיינער האט נישט געחלומט בשעתו אז זיי וועלן זיין א פארגאנגענהייט
ודו''ק
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

קודם א לייק פאר דעם הערליכן ארטיקל

לגבי די אויספיר פונעם אנאליז יש לדון, קוק אויף גוגל'ס אייגענע היסטאריע קעגן די געוועזענע סוירטש ריז יאהו

איך קען שוין יעצט נוצן בענג אנשטאט אויפסיינען מיט chat gpt? טאמער יא בין איך אין

פארשטייט זיך אז אין די בעק ענד וועט דער עי איי מאכן א סוירטש אויף גוגל... צו ענטפערן די שאלות אויף בענג, אבער וועמען גייט דאס אן?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

זייער זייער גוט געשריבן אבער איך בין מחולק מיט דיר אויף די נקודה.
פאסט טרעגער האט געשריבן:
די דאמינאנץ גייט נאך אסאך ווייטער.. די עצם פעולה פון סערטשן רופט מען שוין כהיום נישט סערטשען, מען רופט עס גוגלען, (אז איר גלייבט מיר נישט קענט איר עס אליין גוגלען) עס איז געווארען א ווארט און די דיקשענערי, געב עס א גוגעל וכדו', שווער צו גלייבען אז עס קען זיך נאך דא אריינריקען א קאמפעטישען וואס זאל איבעררעדן די וועלט צו אויפהערן גוגל'ען און אנהייבען צו בינג'ען..
איינער וואס קען זיך אביסעל אויס אין מארקעטינג ווייסט אז דאס איז א שוואכקייט אין נישט א שטארקייט. דאס רופט מען 'אווער-מארקעטעד', ד''מ אז די גאנצע פראדוקט ווערט געריפן אויף דיין נאמען אפילן ס'איז פון א צווייטע פירמע.

נעם א דוגמא די פראדוקט Pampers. יעדער רופט די אייטעם מיט די נאמען 'פעמפער' כאטשיג מ'גייט און מ'קויפט פון די פירמעס Luvs אדער Huggies. די זעלבע זאך מיט Crocs, אפילו מ'קויפט די פאלטשע פלאסטישע רופט מען עס קראקס.

בקיצור ס'איז נישט אזוי פשוט, און לויט אסאך עקספערטען איז די נקודה מער א חסרון ווי א מעלה.

אבער דיין אנאליז איז געוואלדיג!
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

תולה ארץ האט געשריבן:

אין אנדערע ווערטער, מ'גייט גוגלען אויף בינג....

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:

ממש אזוי.... :grin: מיין גאנצע דרשה אין צוויי ווערטער.

איך הער די פאוינט, אבער וואס קען למשל זיין די דאוין סייד?

אגב, די נידון איז נישט ממש דומה צו די ראיה וויבאלד סיי פעמפערס און סיי קראקס זענען ווייטער די מערסט פאפולערע און די אינדוסטרי, די איינצוגסטע סיבה פארוואס עס איז דא שטארקע קאמפיטישען איז וויבאלד די נאכגעמאכטע קאמפעני'ס געבן בעסערע פרייזען וואס דאס איז נישט שייך ביי א סערטש ענדזשין וואס איז אימזיסט.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן:
זייער זייער גוט געשריבן אבער איך בין מחולק מיט דיר אויף די נקודה.
פאסט טרעגער האט געשריבן:
די דאמינאנץ גייט נאך אסאך ווייטער.. די עצם פעולה פון סערטשן רופט מען שוין כהיום נישט סערטשען, מען רופט עס גוגלען, (אז איר גלייבט מיר נישט קענט איר עס אליין גוגלען) עס איז געווארען א ווארט און די דיקשענערי, געב עס א גוגעל וכדו', שווער צו גלייבען אז עס קען זיך נאך דא אריינריקען א קאמפעטישען וואס זאל איבעררעדן די וועלט צו אויפהערן גוגל'ען און אנהייבען צו בינג'ען..
איינער וואס קען זיך אביסעל אויס אין מארקעטינג ווייסט אז דאס איז א שוואכקייט אין נישט א שטארקייט. דאס רופט מען 'אווער-מארקעטעד', ד''מ אז די גאנצע פראדוקט ווערט געריפן אויף דיין נאמען אפילן ס'איז פון א צווייטע פירמע.

נעם א דוגמא די פראדוקט Pampers. יעדער רופט די אייטעם מיט די נאמען 'פעמפער' כאטשיג מ'גייט און מ'קויפט פון די פירמעס Luvs אדער Huggies. די זעלבע זאך מיט Crocs, אפילו מ'קויפט די פאלטשע פלאסטישע רופט מען עס קראקס.

בקיצור ס'איז נישט אזוי פשוט, און לויט אסאך עקספערטען איז די נקודה מער א חסרון ווי א מעלה.

אבער דיין אנאליז איז געוואלדיג!
אין אנדערע ווערטער, מ'גייט גוגלען אויף בינג....
:grin: מען טוט עס שוין
פאסט טרעגער האט געשריבן:
און אפילו אויף די אנדערע סוירטש ענדזשין'ס ווי בינג און יאהו וכדו' איז די מאסט וויזיטעד וועבזייטעל גוגעל דאט קאם
די הסבר פארוואס מענטשן דארפן ניצען בינג צו גוגלען פארשטיי איך נישט
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

הערליך ארויסגעברענגט אלע דעטאלן..
שכויעך
זאלסט וואקסן הויעך
מיט א שטארקן מויעך
ווי זרח נויעך
מיט א ריח ניחויעך
אזש ס'גייט א רויעך
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך הרב פאסט טרעגער!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
מביט ומקשיב
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 5:50 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מביט ומקשיב »

נאר צוצולייגן CHATGPT איז געבויט אויף גוגל אי איי אפען סאורס NLP
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע: וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

הנאה געהאט, יישר כחכם.

איבער די צדדים, איך פארשטיי ביידע, לאמיר עס גיבן א וויילע, דערווייל האט נאך טעסלא די EV מארקעט על אף אלע שווארצקוקער...
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

;l;p- זייער שיינע אנאליז מיט אסאך קלארקייט. ;l;p-

כמדומה לי אז איר זענט זיך אביסל טועה וואס דאס איז AI, דאס איז נישט סתם א שענערע ווארט פאר אינטערנעט, דאס איז גאר אן אנדערע וועג וויאזוי די טעכנלאגיע ארבעט, דאס איז יא א מהלך פון "אויסלערנען" די קאמפיוטער "זיך אליין אויסצולערנען" ווייטער מער און מער, אוואדאי בעיסט אויף די אינפארמעישן וואס די מענטש האט איהם אויסגעלערנט.

איך וועל פרובירן עס מסביר זיין מיט א סימפל משל (איך האף עס וועט זיין קלאר) נעם א מאשין וואס שפיעלט שאך, ער איז אויסגעלערנט זייער גוט צו שפילן שאך, ער קען אלע רולס פון די געים און ער קען אפילו אלע טריקס פון די געים, אויב אבער די וועסט אויפקומען מיט א מאוו וואס מען האט איהם נישט אויסגעלערנט וועסטו איהם אייביג קענען איבערקלוגן. משא"כ ביי AI ער איז אסאך מער סאפיסטעקעירעט, אוואדאי האט א מענטש איהם אלעס אויסגעלערנט אבער ער וועט זיך אליין אויסלערנען מער, אויב למשל וועסטו אויפרומען מיט א מהלך איהם איבערצוקליגן וועט ער אויפכאפן וואס דו טוסט און ער וועט זיך אויסלערנען די נייע וועג, נאך מער ער קען וויסן לויט די אינפארמאציע וואס ער זאמעלט מיט וועם ער שפיעלט און וואס עס זענען יענעמס טריקס און מהלכים און לויט דעם איהם בעסער איבערקלוגן.

און דאס איז פארוואס אסאך גרויסע עקספערטן וואס ליגן אין דעם זאגן פאר אז דאס קען זיין א געפערליכע חורבן, ווייל "עס קען" קומען צו א פוינט וואס ער זאל איבערקלוגן די מענטשן.
פארשטייט זיך אז מיר אידן זארגן זיך נישט אויף דעם, איך וויל נאר ארויסברענגען די פוינט אז דאס איז יא "סעלף לערנונג".

און open AI נעמט אויסדרוקליך "נישט" זייער אינפארמעישן פון "גוגל", ליין אדורך וואס זיי שרייבן (אפשר וועל איך עס באלד ברענגען, מיין פילטער מאכט מיך אסאך מאל פראבלעמס עס צו עפענען), דאס האט גארנישט מיט גוגל און דערפאר ווייסט עס אויך נאך נישט קיין סאך וועלט געשעענישן פון די לעצטע יאר צייט.

איך האף עס איז קלאר, ואדרבה אויב בין איך נישט גערעכט ביטע פאררעכטן.
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
;l;p-
זייער א שיינער אנאליז, איך וואלט נישט אזוי שנעל גע'פסק'נט אז גוגל בלייבט ווייטער מלך העולם, נאופס, קיינער האט נישט די מארקעט ביי זיך אין קעשענע, אז מייקראסאפט וועט באווייזן צו צושטעלן א בעסערע פארלעסליכע סורטש ענדזשין ווי גוגל, וועט די עולם אפפלאזן גוגל לאנחות און זיך אריבערציען בהמוניהם צו מייקראסאפט.
נעם למשל די קאדעק פירמע ז''ל
קיינער האט נישט געחלומט בשעתו אז זיי וועלן זיין א פארגאנגענהייט
ודו''ק
קאדעק פאר סאם ריזאן האט געהאלטען אז זייערע פילמס זענען אזוי גוט אז מען וועט עס נישט איבערלאזן... סהייסט, זיי זענען נישט מיטגעגאנגען מיטן ווינט אין ביי טיים זיי האבען זיך דערמאנט איז שוין געווען צו שפעט, משאכ בנידון דידן.
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

שרויפל האט געשריבן:
קאדעק פאר סאם ריזאן האט געהאלטען אז זייערע פילמס זענען אזוי גוט אז מען וועט עס נישט איבערלאזן... סהייסט, זיי זענען נישט מיטגעגאנגען מיטן ווינט אין ביי טיים זיי האבען זיך דערמאנט איז שוין געווען צו שפעט, משאכ בנידון דידן.
דו ברענגסט ארויס א ריכטיגע נקודה.
קאדאק איז טאקע נישט מיטגעגאנגען מיט די ווינט, אבער היינט צו טאגס קענסטו מיטגיין מיט די ווינט, אבער אויב בלאזטו נישט גענוג שטארק ווערסטו פארווישט דורך די אנדערע וואס בלאזן שטערקער....
גוגל איז זייער שטארק, אבער אויב וועט איינער זיין שטערקער ווי אים וועט אים זיין גאר שווער זיך צו האלטן.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
...
CHAT GPT ארבעט מיט די טעכנעלאגיע פון AI וואס שטייט פאר אריטפישעל אינטעלעדזשענט'ס וואס מיינט פאלשע קלוגשאפט, פארוואס פאלטש? זייער פשוט! א מאשין קען נישט טראכטן, ממילא איז נישט שייך ער זאל האבן אינטעלעדזשענט'ס, נאר וואס דען? א מענטש וואס האט עכטע אינטעלעדזשענטס קען אויסלערנען א מאשין וואס צו טון כדי עס זאל אויסקוקען ווי די מאשין האט אייגענע חכמה, דאס איז און איין ווארט די אפטייטש פון AI, מאשינען וואס עס זעהט אויס ווי זיי האבן אליין שכל
...
ווי עניטינג שרייבט איז נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט איבער AI, עס ארבעט יא פאנדעמענטאל אנדערש ווי א קאלקילעיטאר אדער עקסעל
ארטיפישעל איז נישט טייטש פאלש נאר פאבריצירט, לאפוקי פון נאטורליכע פארשטאנד
און ניין ChatGPt נוצט נישט גוגל צו באקומען אינפארמאציע, ער נוצט געוויסע אלגאריטהעמס וואס גוגל האט אויסגעטראפן
--
איין קאסטומע האט שוין גוגל פארלוירן, איך בין אריבער צו בינג און חוץ פון די טשעט אפציע האט עס נאך מעלות איבער גוגל, איך גלייך נאר נישט אז זיי שטיפן מיר אריין נייעס וואס איך בין נישט אינטערעסירט אין
--
גוגל אינוועסטירער האבן זיך דערשראקן מיט 100 ביליאן דאלער
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4016
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער אינטערעסאנט. ש'כח!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

היסטאריש האט געשריבן:
זייער אינטערעסאנט. ש'כח!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

מים חיים האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:
...
CHAT GPT ארבעט מיט די טעכנעלאגיע פון AI וואס שטייט פאר אריטפישעל אינטעלעדזשענט'ס וואס מיינט פאלשע קלוגשאפט, פארוואס פאלטש? זייער פשוט! א מאשין קען נישט טראכטן, ממילא איז נישט שייך ער זאל האבן אינטעלעדזשענט'ס, נאר וואס דען? א מענטש וואס האט עכטע אינטעלעדזשענטס קען אויסלערנען א מאשין וואס צו טון כדי עס זאל אויסקוקען ווי די מאשין האט אייגענע חכמה, דאס איז און איין ווארט די אפטייטש פון AI, מאשינען וואס עס זעהט אויס ווי זיי האבן אליין שכל
...
ווי עניטינג שרייבט איז נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט איבער AI, עס ארבעט יא פאנדעמענטאל אנדערש ווי א קאלקילעיטאר אדער עקסעל
ארטיפישעל איז נישט טייטש פאלש נאר פאבריצירט, לאפוקי פון נאטורליכע פארשטאנד
און ניין ChatGPt נוצט נישט גוגל צו באקומען אינפארמאציע, ער נוצט געוויסע אלגאריטהעמס וואס גוגל האט אויסגעטראפן
--
איין קאסטומע האט שוין גוגל פארלוירן, איך בין אריבער צו בינג און חוץ פון די טשעט אפציע האט עס נאך מעלות איבער גוגל, איך גלייך נאר נישט אז זיי שטיפן מיר אריין נייעס וואס איך בין נישט אינטערעסירט אין
--
גוגל אינוועסטירער האבן זיך דערשראקן מיט 100 ביליאן דאלער
איך האב זייער קלאר געשריבען וואס AI איז
פאסט טרעגער האט געשריבן:
לאמיר עס צולייגען קלארער: AI איז א צוזאמשטעל פון צוויי טעכנעלאגיע'ס מאשין לערנינג און סירטש אלגעריטעמ'ס. ביידע פון די טעכנעלאגיע'ס איז שוין געווען אוועילעיבעל בוז היינט, די חידוש פון AI איז אז עס האט אינטעגרעיטעד די ביידע טעכנעלאגיע'ס אז עס זאל ארבעטן צוזאמען.

די מלך און ביידע פון די טעכנעלאגיא'ס איז גוגעל, די סורטש אלגעריטעם טעכנעלאגיע האט מען שוין אויסגע'שמועסט אויבען, און די מאשין לערנינג טעכנעלאגיע איז שוין א שיינע פאר יאר אינטעגרעיטעט מיט גוגעל'ס סערוויסעס ווי די סמארט ריפליי סיסטעם און GMAIL און אין די ענדראויד מעסעדזשינג עפפ.
מיסודו ארבעט עס ווייטער די זעלבע ווי א קאלקיולעיטער, עס ארבעט מיט א מענטשליך געבויעטע אפערעיטינג סיסטעם

---------------------

וואס זענען די מעלות פון בינג איבער גוגעל? מיין פילטער לאזט מיר נישט נוצען בינג
תולעת שני
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 22, 2021 12:45 am

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת שני »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
לאמיר שערן מיינע צוויי סענט איבער די נייע AI תקופה

די ריטעיל אינוועסטער'ס זענען אריינגעשפרינגען און א נייע AI שאפינג ספרי, יעדע נייע קאמפעני וואס געט זיך אן אז זיי טוען און AI באקומט יעצט א בוסט פון די ריטעיל חברה

לאמיר אביסעל צוזאמנעמען די ענין

די גרעסטע נייעס און AI די פארגאנגענע צוויי וואכען איז געווען אז מייקראסאפט האט געמאכט א יד אחת מיט די OPEN AI קאמפעני וואס האבן פראדעצירט די CHAT GPT טעכנעלאגיע, און זיי האבן עס אינטעגרעיטעד און זייער בינג סורטש סיסטעם

CHAT GPT און איין ווארט... אנשטאט וואס בוז היינט וואס ווען מען האט געסערטשט א זאך און די סערטש ענדזשין האט עס דיר ארויפגעברענגט אינפארמאציע איבער די זאך וואס מען האט גע'זוכט, טוט טשעט דזשי פי טי געבן די אינפארמאציע און א שואל ומשיב סעסיע, מען פרעגט א זאך און די משיב ענטפערט און א געשמאקע וועג כאילו מען רעדט מיט א מענטש, אויך קען CHAT GPT מאכן פאוימס וכדו,

CHAT GPT ארבעט מיט די טעכנעלאגיע פון AI וואס שטייט פאר אריטפישעל אינטעלעדזשענט'ס וואס מיינט פאלשע קלוגשאפט, פארוואס פאלטש? זייער פשוט! א מאשין קען נישט טראכטן, ממילא איז נישט שייך ער זאל האבן אינטעלעדזשענט'ס, נאר וואס דען? א מענטש וואס האט עכטע אינטעלעדזשענטס קען אויסלערנען א מאשין וואס צו טון כדי עס זאל אויסקוקען ווי די מאשין האט אייגענע חכמה, דאס איז און איין ווארט די אפטייטש פון AI, מאשינען וואס עס זעהט אויס ווי זיי האבן אליין שכל

די טעכנעלאגיע אינטער AI איז שוין א איר אלטע טעכנעלאגיא וואס בוז 2023 האט עס געהייסען אויטאמשיעשן, יעדע קאלקיולעיטער ארבעט מיט AI, א גוטע עקזעמפעל איז א עקסעל שיעט מען לייגט אריין א פארמולע און די בעק ענד און אויפען עקסעל שיעט קוקט עס אויס ווי די עקסעל שיעט מאכט די קאמפליצירטסיע חשבונות, בעת וואס באמת איז די שיעט קריעטער געזעצן א שיינע שטיק צייט און געשריבען די אלע פארמולע'ס וואס אן דעם וואלט די עקסעל שיעט געבליבען בלענק, AI איז די זעלבע טעכנעלאגיע ווי יעדע מאשין וואס מען פראגרעמט אריין א פאנקשען וואס די מאשין לערנענט זיך אויס וויאזוי עס צו טוען אליין, ווי למשל אסעמבלי ליינס ראבאטן קאמפיוטערס סענסערס וכדו

די לעצטע פאר יאר איז די טעכנעלאגיע געווארען אסאך מער פארגעשריטען אזוי ווייט אז געוויסע האבן מורה אז און אפאר יאר וועט מען שוין נישט דארפן האבן קיין ארבעטער אלעס גייט ווערן אויטאמעיטעד, צב''ש סעלף דרייווינג קארס וכדו,

און די לעצטע תקופה האבן קאמפעני'ס אנגעהויבען ארבעטן אויף א (מענטשליך אריינגעפראויגרעמט) סיסטעם וואס זאל מאכן די קאמפיטוער אויסזעהן ווי עס האט באמת חכמה וואס דאס האט מען א נאמען געגעבן AI, די געדאנק איז א פשוטע געדאנק עס איז דאך דא היינט די אינטערנעט וואס פארמאגט מער וויייניגער אלע אינפארמאציע וואס צורקולירט איבער די וועלט, גייט מען אויסלערנען א קאמפיוטער וויאזוי צו פארשטיין קשיות און דערנאך זוכען די אינפארמאציע אויפען געוועב און עס דערנאך איבערגעבן פארן שואל אויף א לשון בני אדם'דיגע מהלך

צוריק צום ענין: מייקראסאפט האט אינטערגרעיטעד זייער AI סיסטעם און בינג פרובירענדיג אראפצוצופען א שטיקעל פון גוגעל'ס סערטש ענדזשין מאנאפאלי, פרובירענדיג אויסצוכאפען גוגעל צו זיין דער ערשטער, אבער גוגעל אינוועסטירער האבן זיך בכלל נישט דערשראקען ווייל זיי ווייסען אז גוגעל האלט און די פיינעל סטעידזשעס פון ארויסגעבן זייער אייגענע AI סיסטעם וואס הייסט BARD, אבער דא איז געשען א פלאפ, גוגעל האט ארויסגעלייגט א עד מיט א דעמא פון זייער BARD סיסטעם און אויף די עד איז BARD גע'פרעגט געווארען א קשיא און איין דיטעיל פון די תירוץ איז געווען נישט ריכטיג, דאס האט געהאט א נעגעטיווע אפעקט אויף גוגעל סטאק וואס האט געכאפט א היבשע גליטש פון 9%,

די לעצטע פאר טעג זענען אלע בלאגערס שוין פארנעמען נביאות זאגען אז גוגעל'ס סורטש דאמינענץ איז אווער און מייקראסאפט גייט איבערנעמען די מארקעט וכדו,

מיינע צוויי צענט: CHAT GPT גייט נישט אוועקנעמען קיין איין קאסטומער פון גוגעל. גוגעל קאנטראלירט כהיום איבער 80% פון די גלאויבעל סורטש מארקעט און איבער 95% פון די גלאויבעל מאביל סערטש מארקעט, און אפילו אויף די אנדערע סוירטש ענדזשין'ס ווי בינג און יאהו וכדו' איז די מאסט וויזיטעד וועבזייטעל גוגעל דאט קאם, און אנדערע ווערטער גוגעל האט כמעט א 100 פראצענט פון די גלאויבעל סורטש מארקעט אן קיין איין ערענסטע קאמפעטישען

די דאמינאנץ גייט נאך אסאך ווייטער.. די עצם פעולה פון סערטשן רופט מען שוין כהיום נישט סערטשען, מען רופט עס גוגלען, (אז איר גלייבט מיר נישט קענט איר עס אליין גוגלען) עס איז געווארען א ווארט און די דיקשענערי, געב עס א גוגעל וכדו', שווער צו גלייבען אז עס קען זיך נאך דא אריינריקען א קאמפעטישען וואס זאל איבעררעדן די וועלט צו אויפהערן גוגל'ען און אנהייבען צו בינג'ען..

פאר די אלע וואס טראכטען אז CHAT GPT גייט זיין אזוי שטארק אז עס גייט יא טוישען די דינאמיק'ס אויף דעם איז די תירוץ אז גוגעל פארמאגט שוין די זעלבע סיסטעם ווי CHAT GPT און זייער באזיץ וואס רופט זיך BARD, וועט מען דאך פארשטייט זיך פרעגן BARD געבט דאך נישט קיין אקוראטע תירוצים? אויף דעם זייט וויסען אז CHAT GPT איז גארנישט בעסער, איך אליין האב שוין אויפגעכאפט אפאר אומריכטיגע תירוצים (באלד וועל איך אי''ה ארויפלייגען סקרינשאט'ס), און איך בון נישט די איינצוגסטער 100ער באנוצער זענען ארויסגעקומען מיט סקרינשאט'ס פון פאלטשע אינפארמאציע, בייעס און פאליטיק, דיסקרימענאציע וכדו',

די איינצוגסטע חילוק פון די צוויי איז אז ביי איינעם איז געשען א פאטאלער טעות אז די פאלטשע ריזאלט'ס איז פרעזענטירט געווארען אויף די קאמפעני'ס אייגענע עד, און ביים צווייטען זענען די עד עדיטער'ס געווען מער פארזוכטיג

די סובה צו די פאלטשע אינפארמאציע סיי פון CHAT GPT און סיי פון BARD איז זייער פשוט ביידע פון זיי נעמען די אינפארמאציע פונעם געוועב און אויב אויפן געוועב איז דא פאלטשע אינפארמאציע גייען זיי עס אזוי טרענסעלעיטען, קיינע פון די צוויי קאמפעני'ס האבן נאכנישט קיין סעלושען וויאזוי אויפצוכאפען אויב די זאכן וואס שטייען אויף די געוועב איז אמת אדער ליגענט,

וואס איז די חידוש פון AI? די עיקר טעכנעלאגיא וואס AI ברענגט צום טיש איז פארשטיין וואס מען פרעגט אים, עס ווערט אנגערופען מאשין לערנינג, און אנדערע ווערטער אנשטאט ווי בוז היינט ווען איך האב געוואלט עפעס וויסען האב איך עס געגעבן א גוגעל, טוט די AI טעכנעלאגיא די ארבעט פאר מיר, און פארשטייט זיך אז כדי צו וויסען וואס צו סערטשען דארף ער פארשטיין וואס איך פרעג

לאמיר עס צולייגען קלארער: AI איז א צוזאמשטעל פון צוויי טעכנעלאגיע'ס מאשין לערנינג און סירטש אלגעריטעמ'ס. ביידע פון די טעכנעלאגיע'ס איז שוין געווען אוועילעיבעל בוז היינט, די חידוש פון AI איז אז עס האט אינטעגרעיטעד די ביידע טעכנעלאגיע'ס אז עס זאל ארבעטן צוזאמען.

די מלך און ביידע פון די טעכנעלאגיא'ס איז גוגעל, די סורטש אלגעריטעם טעכנעלאגיע האט מען שוין אויסגע'שמועסט אויבען, און די מאשין לערנינג טעכנעלאגיע איז שוין א שיינע פאר יאר אינטעגרעיטעט מיט גוגעל'ס סערוויסעס ווי די סמארט ריפליי סיסטעם און GMAIL און אין די ענדראויד מעסעדזשינג עפפ.

ווילען יעצט געוויסע בלאגער'ס זאגען אז די סיסטעם פון א נייע קאמפעני וואס טוט בסך הכל צוזאמשטעלן צוויי טעכנעלאגיא'ס וואס איז שוין לאנג אוועילעבעל, זאל גאר זיין מער פארגעשריטען ווי די זעלבע סיסטעם וואס ווערט צוזאמגעשטעלט דורך די קאמפעני וואס איז גאר די מלך און ביידע פון די טעכנעלאגיע'ס,

נישט מסתבר...

איך האף עס איז געניג קלאר... געשריבען שנעל, בלתי מוגה
במחילות כבודך הרב פאסט טרעגער , האט איר ארויסגענומען ווערטער פון קאנטעסט, און מיר פון גלייכגעוויכט, כאילו וואס איז שוין AI? סך הכל פאלטשע חכמה, וואס מאכט נאך א מוח, און דיינע ווערטער א קאלקיולעיטער נאר מער פארגעשריטען.

לאמיר אנהייבען פון אנפאנג
וואס איז א מוח? א בעבי ווערט געבוירן עס קען נישט טון קיין שום זאך , ער וויל עסן וועט ער וויינען , דאס איז וואס ער פארשטייט ,וואס א טאג גייט אדורעך דער בחור ווערט קלוגער און קלוגער דהיינו ער וויינט איעדע מאל ער וויל די מאמע זאל אים אויפהייבן אפילו ער איז לאו דווקא הונגעריג,יעצט ווער האט אים דאס אויסגעלערנט ? ווי האט ער די שכל דאס צו פארשטיין ? ווייל זיין מוח האט צוזאמגעשטעלט אז נעכטען האט ער געוויינט פאר עסן און מאמי האט אים אויפגעהויבן דעמאלטס היינט וועט ער וויינען פאר גארנישט און מאמי וועט אים לכאורה אויך אויפהייבן און ער פרובירט עס אויס, און יא זיין הנחה איז געווען גערעכט קעניינעה הרע...
ער האט זיך אויסגעלערנט באזירט אויף זיין פריערדיגע עקספריענס.

יעצט דער בעבי וואקסט אונטער ער זעיט מער זאכענעס און הייבט אן צו קאנעקטען דאטס קודם זאגט ער נאך וואס זיין פלעיגרופ טיטשער זאגט אבער נאר ווען די פרעגסט אים עס גענוי די זעלבע וועג ווי מען האט אים עס אריינגעפראגרעמט:פרעה איז געווען א? רשה!! אבער פרעגסט אים: וואס איז געווען פרעה? העט ער שוין נישט וויסן, נאך אפאר יאר וועט ער דאס אויך וויסן ווייל ער האט זיך אויסגעלערנט אז עס איז פשוט א אנדערע אויסדריק, ווי אזוי האט ער זיך דאס געלערנט? ווייל זיין מאמע האט אים עס געפרעגט אויף דעי וועג און אים געזאגט די זעלבע תירוץ, יעצט פון היינט און ווייטער ווייסט ער אז די צוויי זאכן איז גלייך,און זיין מוח וועט עס שוין אליינס צוזאמשטעלן,אבער דעיס אז המן איך א רשע ווייל ער האט אויך געהארגעט אידן דעיס כאפט ער נאכנישט אבער ווען זיין רבי גייט זאגן אז המן איז אויך א רשע גייט זיין מוח כאפען דער קליק אה ווייל ביידע האבן געוואלט הארגענען וועגען דעים איז עס דומה.
איז ווידער באזירט אויף דאטא אין ענליכקייטן פראסעסט זיין מוח געדאנקען.

שפעטער ער ווערט אביסל עלטער וועט ער ווערן מער קריעטיוו, וואס מיינט קריעיטיוו ? ער נעמט אינפארמאציע און זיין מוח און ער שטעלט עס אויס אויף א דיפרענט וועג ,לדוגמה א פאפיר איז געמאכט צו מאלן און ער מאכט עס פאר ערפלאן זיין מוח האט די דאטא פון א פאפיר און פון א ערעפלאן און ער שטעלט עס צוזאם. יעצט פארוואס שטעלט עס זיין מוח צוזאם? ווייל ער האט א געפיל צו דרייווען א ערעפלאן ,און ער פרעגט זיין מוח וואס קען איך יעצט טון און די מוח ווייסט זיין סטאטוס אז ער האט נישט קיין ערעפלאן און ער וויל עס דרייווען טראכט ער פון די געדאנק צו מאכן דאס און א שעיפ דומה צו דעים.
איז ווייטער ער נעמט אינפארמאציע פון אלטע געדאנקען און מוח און עס ווערט א געדאנק.

אזוי ארבייט א מוח באזירט אויף אלטע דאטא און אינפארמאציע, און אט אזוי ארבייט AI
באזירט אויף אלטע אינפארמאציע און דאטא .

(יעצט יא א מענטש האט אויך געפילן און דאס מאכט זיין מוח טון געוויסע זאכן, אבער דאס האט קיין שייכות מיט אינטעלעדזשענט'ס און קלוגשאפט)

ביז AI איז א קאמפיוטער געווען זייער ראבאטיש אן די קריעיטיווער חלק פון צוזאמשטעלן נייע געדאנקען באזירט אויף דאטא אבער יעצט האבן זיי די מעגליכקייט, און זענען זייער שטארק דומה מיט זייער מהלך פון טראכטן צו א מענטש, דאס איז עכטע חכמה לעניית דעתי , און מען קען טאקע זען אז רוב מאל ענטפערט ער ווי א מענטש, טאקע נישט די קלוגסטער מענטש אבער אויף דעים ארבעטן זיי אים צו מאכן קלוגער און קלוגער מיט דו עכטע קלוגשאפט....

יעצט לסיכום גערעדט ,אפשר אז בעצם איז עס די זעלבע טעכנעלאגיע ווי 20 יאר צוריק,דהיינו אז ער טוט וואס מען שטעלט אים אן, אבער מען האט אים כהיום אנגעשטעלט צו טראכטן ווי א מענטש.....

דיסלעימער: דו אלע אינפארמאציע איז באזירט אויף מיינע אייגענע הבנה , אדרבה אויב איינער קען אויפקלערן אנדערש פארוואס בעצם מענטשען זענען קלוגער,וועט עס מיר שטארק צוגעבן צו מיין עגא אלס מענטש..

נ. ב. נאכען כאפן א שמועס מיט AI דערוועיגן האלט ער אז בעצם זענען מענטשן יא קלוגער און קענען טראכטן מער ארגינעל און אוט אויף די באקס כאילו , מה שאין כן ער קען נאר טראכטן באזירט אויף דאטא , וואס איך האב נישט פארשטאנען געהעריג ווי אויסגעשמיסט אויבען, אז בעצם אלעס וואס א מענטש טראכט איז אויך באזירט אויף דאטא , איך האב עס פרובירט צו פארשטיין און ער האט עס פרובירט מסביר זיין,אבער אונז האב מיר זיך נישט פארשטאנען.
איראניש איז כהאב אים געפרעגט א משל ווי א מענטש קען אויפקומען מיט א געדאנק און AI נישט, האט ער מיר געזאגט אז לדוגמה דעזיינען א קאר AI וואלט עס דעזיינט ענדליך צו עקזעסעטירינדיגע מאדעלס נאר א שענערא דעזיין אבער א מענטש וואלט ווען געקענט אויפקומען צו דעזיינען אזוי ווי א ערעפלאן אדער א חיה , האב איך אים געפרעגט די ביסט דאך AI און דו האסט געהאט די איידיע?...
לעצט פארראכטן דורך תולעת שני אום מיטוואך פעברואר 15, 2023 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

די חידוש פון די נייע בינג אז סהאט אינטעגרעיטעד מיט סירטש, די חידוש פון gpt איז אז סאיז זייער א פארגעשריטענע LLM און סהאט גארנישט מיט סירטש
און בנוגע ווי אלט AI איז, מיסודו איז עס נישט ניי, אבער געוויסע טעכניקן וואס מנוצט היינט איז נישט מער ווי אפאר יאר אלט
נישט שייך זיך צו טענהן אהין און צוריק, אבער דאס אז ביידע ארבעטן אויף די זעלבע אפערעיטינג סיסטעם מאכט עס נאכנישט די זעלבע, ווי אויך איז די אקוראטקייט ביי די יעצטיגע פאזע נישט ציפיל משנה איבער די נושא טאמער AI קען טון זאכן וואס טראדיציאנעלע פראגרעמינג קען נישט טון
ווער ספארשייט צו פראגרעמינג און וויל וויסן מער איבער AI קען ליינען דא
http://neuralnetworksanddeeplearning.com/chap1.html

און צו פראוון די פוינט אז AI ארבעט פאנדעמענטאל אנדערש, קיין שום געווענליכע פראגראם ווערט נישט בעסער פון זיך אליינס מיט די צייט אן גארנישט טון און נישט צולייגן קיין דעטע, משא"כ AI נאך איינמאל פראסעסן די טרענירונג דעטע איז עס זייער שוואך און נאך אפאר מאל פראסעסן די זעלבע דעטע קען עס ווערן איבער 95 פראצענט אקוראט

תולעת שני האקט מיט אן אריכות
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

יישר כח פאר אלע פידבעק

הרב @תולעת שני, די אלגעריטעם פון זיין א מבין דבר מתוך דבר איז א מענטשליך געשריבענע אלגעריטעם

דאס וואס איר שרייבט אז למעשה נאכן בויען די סיסטעם ארבעט עס ענדליך צו א מח איז נישט אמת, איך נוץ שוין א שיינע פאר יאר די מאשין לערנינג סיסטעם דורך גוגעל סמארט ריפליי עס איז טאקע ווינדערבאר אינטערסאנט צו זעהן ווי ער העלפט מיר אפשרייבען א גאנצע שיינע אימעיל מיט זיין אלגעריטעם, אבער מער מאל ווי נישט שרייבט ער אינגאנצען שלא מן הענין, איה''נ ער איוואלווד זיך מיט די צייט, אבער ער גייט קיינמאל נישט קומען נאענט צו א מענטשליכע מח
לעצט פארראכטן דורך פאסט טרעגער אום מיטוואך פעברואר 15, 2023 2:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: די נייע AI תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

צו זאגן אז א קאלקולעיטער איז AI איז עם הארצות במחילת כבודך

AI איז א חלק פון Machine Learning, וואס איז א רעלעטיוו נייע פעלד. @תלעת שני האט הערליך מסביר געווען
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”