אסתפקתא במשנת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

הרב סתם אזוי, על קעידא פירט א מלחמה מיט די גאנצע פרייע וועלט אריין גערעכנט אפילו אזעלכע לענדער וואס האבן קיין שייכות מיט די אזוי גערופענע פירער פון ארץ ישראל בלשונם מדינת ישראל.

הרב פארשלאפן, אמת וואר נכון הדבר אז לכאורה זענען זיי געגאנגען צום חב"ד הויז צוליב די סיבה פון דעם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל און זייער פאבליק רילעשענס וואס זיי פירן אן איבער די וועלט וואס דאס ברענגט ארויס בייז בלוט ביי אלע מוסלומענער איבער די וועלט.און וואס איך האב געזאגט איז אז ווען מ'שרייבט כאטש טייל זענען נישט מודה אבער דאס איז די פאקט, מיינט עס נישט אז דאס איז די פאקט נאר דאס איז איין מיינונג פון טויזענטער מיינונגען.

און די חילוק פון די צוויי מעשות איז דאך אנדערש ווען דא איז זיכער זייער ציל נישט געווען אידן, ווייל ווען יא האבן זיי אסאך בעסערע פלעצער ווי צי גיין, זיי דארפן נישט קומען קיין אינדיע דערפאר, און אפילו אין אינדיע איז דא די פלעצער ווי עס דאווענען און דרייען זיך אידן, נאר וואס דען זיי האבן "לכאורה" געצילט אינדיע צוליב זייער אינערליכע שטרייטן, און איינוועגס האבן זיי ליידער געגעבן א כאפ אריין נאך א העכטל די אידעלעך אויף וועם זיי טראגן א שנאה, איי פארוואס פונקט בית חב"ד? קען זיין ווייל עס האט פשוט בעסער געקלאפט מיט זייערע פלענער, אדער קען גאר זיין אז זיי האבן געוואלט דוקא אויסלענדער, אדער נאך 10 אנדערע סיבות וואס ווי עס קוקט יעצט אויס וועט מען נישט אזוי שנעל וויסן פונקלעך וואס עס איז פארגעגאנגען.

אזויפיל אבער, אז עס קען נישט ווערן געצילט נאר קיין מדינת ישראל, כאטש גאר אסאך סימנים טוען אנטייטלן אויף אהין. אנדערש ווי דער פאל פון וואס די רבי רעדט אין על הגאולה ווען עס האט בלויז געהאט מיט די ציונים, כאטש אז להלכה מוז נישט זיין אז די אלע חילוקים מאכן אויס, און אין הלכה נעם איך נישט קיין שטעלונג ווייל איך קען נישט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' זאנוויל, איר האט מיך זעט אויס נישט פארשטאנען, א פאקיסטאנע גוי וואלט נישט געהאסט קיין איד ווען נישט די קיום המדינה, עכ''פ אזוי שטארק עד כדי הריגה נאכדערצו אינמיטן אזא גרויסע אויספלאנירטע נאציאנאל געצילטע אקציע.

דו האלטסט טאקע אז אין גאנץ מומביי זענען נישט געווען נאך הויך שטאפלדיגע צילן אז זיי האבן געמוזט אויסקלייבן בית חב''ד? אלא וואדען די שנאה קעגן אידן צוליעב די מדינה האט זיי אהין געטריבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

למעשה לאזט איר אויס וואס רב דענקער האט דא בעיקר ארויסגעבערנגט.

פון די מעשה זעהט מען אז די רבי האט אועקגעקוקט אויף דעם אז די וועלט וועט איינזעהן אז ס'לוינט דייקא יא צו זיצן אין כנסת המינים צוזאמען מיט די רשעים וויבאלד מ'קען אויפטוען דערמיט פאר אידישקייט, א זאך אויף וואס די רבי האט געפירט א מלחמת חרמה, אבער אויב קען מען דורך דעם ראטעווען דאס גזירה פון ניתוחי מתים האט ער מסכים געווען דעראויף, על אף וואס די גייט פדרייען זיין שיטה און ארויסברענגען א פארקערטן פונקט.

מ'קען דערפון צוען א קליינעם שטריקל צו אינזער מעשה. דאס הייסט אז אויב דורך דעם וועט אפשר געראטעוועט ווערן א נפש אחת מישראל וואלט ער אוועקוקט אויף וואס עס ווועט ארויסקומען לגבי זיין שיטה און ווי ביי די אנדערע מעשה וואלט ער געזאגט אז מ'זאל האנדלן מיט זיי - די קאמאנדאס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

איך האב נישט דורך געקוקט אלע הודעה'לעך פונקטליך, און ס'קען זיין אז איינער האט שוין בארירט דעם נקודה. אויב יא זאל מען מיר אויפמערקזאם מאכן.

איך וויל וויסן וואס וואלט געוועהן ווען עס האנדלט זיך נישט פון קיין חב"ד הויז און נישט פון קיין ליובאוויטשע יודן, נאר פון סאטמארע יודן (ה"י) וואס זענען ערגעץ ווי פארכאפט געווארן דורך טעראריסטן, צו מדינת ישראל וואלט אויך אנגעבאטן הילף?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנטשולדיגט ר' פלאפי, איך פארשטיי נישט אייער פראגע, הרב טייטלבוים זצ''ל הי''ד איז געווען א חבד'סקער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

ניין! איך פרעג, אז דא, אין אינדיע, האבן זיך די ציונים אנגערופען ווארעם ווייל ס'איז געוועהן איזראעליז און חב"ד (כ'מיין נישט חלילה אוועקצומאכן די חב"ד יודן, זיי זענען געוועהן קדושים וטהורים) יודן פארמישט, און אגב איז אויך געוועהן סאטמארע יודן.

וויל איך וויסן וואס וואלט געוועהן אויב ס'וואלט זיך חלילה געהאנדלט 'נאר' פון סאטמארע יודן, דאס הייסט אז נאר סאטמארע יודן זענען פארכאפט געווארן דורך טעראריסטן, צו דעמאלט וואלטן די ציונים אויך אנגעטראגען הילף, מיט קאמאנדאס????
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווען עס וואלט נישט געווען קיין ישראלישע בירגער וואלט דער מדינה גארנישט אהנגעטראגען קיין הילף.
עס האט גארנישט צי טוהן מיט סאטמער, עס האט צי טוהן אויב עס זענען זייערע בירגער אדער נישט.
the SCY is the limit
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך וויל זיך אריינמישן א רגע, דאס וואס א דענקער שרייבט איבער א מעשה פון בוצינא קדישא, איז מיר אויפפאלענד. איך האב געהערט א טעיפ פון דעם שמועס, און עס קען זיין אז דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט די ווערטער מיט גאר אן אנדערע טאן, אזוי ווי איינער זאגט, ווילסט פרובירן, נו, אדרבה. אבער פון וויפיל איך האב יא פארשטאנען די ווערטער דארט, האט דער רבי אפגעלאכט פון זייער גאנצע פלאן, און געהאלטן אז מ'זאל דוקא יא מאכן א פראטעסט. עס איז גאר אינטערסאנט צו הערן, ווי דער גרויסער גדול איז מסביר זיין שיטה מיט אזא קלארקייט, אויף אזא געשמאקע שפראך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סאכדעס,
לייען ר' יאסל אשכנזי'ס הקדמה אין לעצטע אויפלאגע פון על הגאולה.

אגב, אפשר קענסטו ארויפשטעלן דעם טעיפ פונעם רבי'ן?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

צייטליך האט געשריבן:למעשה לאזט איר אויס וואס רב דענקער האט דא בעיקר ארויסגעבערנגט.

פון די מעשה זעהט מען אז די רבי האט אועקגעקוקט אויף דעם אז די וועלט וועט איינזעהן אז ס'לוינט דייקא יא צו זיצן אין כנסת המינים צוזאמען מיט די רשעים וויבאלד מ'קען אויפטוען דערמיט פאר אידישקייט, א זאך אויף וואס די רבי האט געפירט א מלחמת חרמה, אבער אויב קען מען דורך דעם ראטעווען דאס גזירה פון ניתוחי מתים האט ער מסכים געווען דעראויף, על אף וואס די גייט פדרייען זיין שיטה און ארויסברענגען א פארקערטן פונקט.

מ'קען דערפון צוען א קליינעם שטריקל צו אינזער מעשה. דאס הייסט אז אויב דורך דעם וועט אפשר געראטעוועט ווערן א נפש אחת מישראל וואלט ער אוועקוקט אויף וואס עס ווועט ארויסקומען לגבי זיין שיטה און ווי ביי די אנדערע מעשה וואלט ער געזאגט אז מ'זאל האנדלן מיט זיי - די קאמאנדאס.

עס איז מיר צוליב א סיבה יעצט אויסגעקומען אפצושטויבן דער אינהאלטסרייכער אשכול.

דער צד השוה פון רוב תגובות דא איז אז מען קען נישט אריינרעדן אין די נושא, נאכדערצו ווען מיר האבן נישט קלאר ארויס די שיטה, און מיר האבן נישט געהאט די זכי' צו הערן א קלארע הוראה פונעם רבי'ן אין דעם הינזיכט.

נאר כדאי צו פארענטפערן די לעצטע פארגלייך וואס "דענקער" האט דא צוגעברענגען, מוז איך מגיב זיין.

אפילו עס זאל זיין אז דער רבי האט מסכים געווען ביי יענע מעשה אז עס זאל ארויסקומען א סתירה צו זיין שיטה, אז מען קען גארנישט אויפטון זייענדיג אין די רעגירונג, איז דאס אבער נישט קיין שום פארגלייך צו גיין מודה זיין אין דעם כוח ועוצם ידי פון אידן וואס זענען מורד בריש גלי אינעם רבוש"ע. די טענה פון רבי'ן אז מען קען גארנישט אויפטון פון אינעווייניג איז געווען בלויז א פראקטישע טענה אפצוענטפערן די פארטייאישע פארפירונגען אז מען דארף אריינגיין אין כנסת, עס איז אבער נישט קיין יסוד אין די שיטה. משא"כ לויט ווי די שאלה איז דא געשטעלט געווארן איז די רעדע צי מען מעג אננעמען די הילף פון רשעים וואס וועלן דאס אויסניצן צו פראפאגאנדירן זייער מרידה במלכות שמים.

אפשר נאך צוויי יאר מיט אזויפיל צוגעקומענע נייע חברים דא, וועט זיך יאווען איינער וואס קען אביסל אויסקלארן די נושא.

השי"ת זאל העלפן אז די טעמע זאל אלעמאל בלייבן בלויז אויף להלכה און נישט אויף למעשה ח"ו, עד ביאת משיח צדקינו.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

א_דענקער האט געשריבן:הרב לעווי,
ווען דער רבי איז איז אנגעקומען אויף ארץ ישראל, אום אלול תש"ה, האבן די נאנטע געזאגט פארן רבין, אז ס'פאסט זיך אריבער צו גיין צו רב הערצאג'ן צו שלום נעמען אין אים געבן א בככודיגען וויזיט אלטס א דאנק פאר זיין השתדלות פארן רבין,

באקאנט אז דער רבי ז"ל האט נישט געוואלט אריבערגיין פערזענדליך צו אים נאר באויפטראגט זיין איידעם דער סעמיהאלער רב צו באדאנקען בשמו ווען זיי האבן זיך געטראפן ביי א ברית.
אבער אפגעבן פערזענדליך דעם כבוד דאס האט ער נישט געוואלט.
שויתי השם לנגדי תמיד
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: אסתפקתא במשנת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

פונקט געליינט אין איינע פון די אנגלא אידישע פעיפערס אן אונטערוויו מיט הרה”ג ר’ יצחק ז”ש שליט”א

פארציילט ער אז ער האט אמאל באגלייט הרה”צ ר’ ארי’ לעווין ז”ל ’הצדיק מירושלים’ ווען ער איז געגאנגען שתדלן ביי די ענלישע אינסטאנצן זיי זאלן ארויסלאזן א נטורי קרטאני’ק וואס האט געשמאכטעט ביי זיי אין טורמע, סאיז אים אנגעקומען ביטערליך שווער אבער צום סוף האט ער מצליח געווען אים ארויסצובאקומען פון טורמע.

זאגט ער אז ווען זיי זענען געגאנגען אפנעמען דעם איד האט ער נישט געוואלט קוקן ר’ אריה’ן אין פנים צוליב ’אסור להסתכל באדם רשע’ און ר’ אריה איז דאך געווען גוט מיט רב קוק וכו’... ער פירט אויס אז פאר הרב לעווין האט עס בכלל נישט געבאדערט אים איז דער עיקר געווען אז ער האט זוכה געווען מקיים צו זיין פדיון שביום.
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: אסתפקתא במשנת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

יין רב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:03 pm

ס’ווערט ארויסגעברענגט צווישן דיינע שורות ליצנות אויף א תמימות’דיגע ערליכע איד.
איז וואס אז ער האט נישט געוואלט קוקן, נישט געפערליך, אז איינער איז זיך מחבר צו רשעים ליידער, דאס באדערט נישט?..
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: אסתפקתא במשנת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

יין רב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:03 pm
פונקט געליינט אין איינע פון די אנגלא אידישע פעיפערס אן אונטערוויו מיט הרה”ג ר’ יצחק ז”ש שליט”א

פארציילט ער אז ער האט אמאל באגלייט הרה”צ ר’ ארי’ לעווין ז”ל ’הצדיק מירושלים’ ווען ער איז געגאנגען שתדלן ביי די ענלישע אינסטאנצן זיי זאלן ארויסלאזן א נטורי קרטאני’ק וואס האט געשמאכטעט ביי זיי אין טורמע, סאיז אים אנגעקומען ביטערליך שווער אבער צום סוף האט ער מצליח געווען אים ארויסצובאקומען פון טורמע.

זאגט ער אז ווען זיי זענען געגאנגען אפנעמען דעם איד האט ער נישט געוואלט קוקן ר’ אריה’ן אין פנים צוליב ’אסור להסתכל באדם רשע’ און ר’ אריה איז דאך געווען גוט מיט רב קוק וכו’... ער פירט אויס אז פאר הרב לעווין האט עס בכלל נישט געבאדערט אים איז דער עיקר געווען אז ער האט זוכה געווען מקיים צו זיין פדיון שביום.
ווער איז ר יצחק ז"ש?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: אסתפקתא במשנת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 12:54 pm
יין רב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:03 pm
פונקט געליינט אין איינע פון די אנגלא אידישע פעיפערס אן אונטערוויו מיט הרה”ג ר’ יצחק ז”ש שליט”א

פארציילט ער אז ער האט אמאל באגלייט הרה”צ ר’ ארי’ לעווין ז”ל ’הצדיק מירושלים’ ווען ער איז געגאנגען שתדלן ביי די ענלישע אינסטאנצן זיי זאלן ארויסלאזן א נטורי קרטאני’ק וואס האט געשמאכטעט ביי זיי אין טורמע, סאיז אים אנגעקומען ביטערליך שווער אבער צום סוף האט ער מצליח געווען אים ארויסצובאקומען פון טורמע.

זאגט ער אז ווען זיי זענען געגאנגען אפנעמען דעם איד האט ער נישט געוואלט קוקן ר’ אריה’ן אין פנים צוליב ’אסור להסתכל באדם רשע’ און ר’ אריה איז דאך געווען גוט מיט רב קוק וכו’... ער פירט אויס אז פאר הרב לעווין האט עס בכלל נישט געבאדערט אים איז דער עיקר געווען אז ער האט זוכה געווען מקיים צו זיין פדיון שביום.
ווער איז ר יצחק ז"ש?
זילבערשטיין
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

צום פוינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אסתפקתא במשנת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

לייבל פריש האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 6:06 am
יין רב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:03 pm
פונקט געליינט אין איינע פון די אנגלא אידישע פעיפערס אן אונטערוויו מיט הרה”ג ר’ יצחק ז”ש שליט”א

פארציילט ער אז ער האט אמאל באגלייט הרה”צ ר’ ארי’ לעווין ז”ל ’הצדיק מירושלים’ ווען ער איז געגאנגען שתדלן ביי די ענלישע אינסטאנצן זיי זאלן ארויסלאזן א נטורי קרטאני’ק וואס האט געשמאכטעט ביי זיי אין טורמע, סאיז אים אנגעקומען ביטערליך שווער אבער צום סוף האט ער מצליח געווען אים ארויסצובאקומען פון טורמע.

זאגט ער אז ווען זיי זענען געגאנגען אפנעמען דעם איד האט ער נישט געוואלט קוקן ר’ אריה’ן אין פנים צוליב ’אסור להסתכל באדם רשע’ און ר’ אריה איז דאך געווען גוט מיט רב קוק וכו’... ער פירט אויס אז פאר הרב לעווין האט עס בכלל נישט געבאדערט אים איז דער עיקר געווען אז ער האט זוכה געווען מקיים צו זיין פדיון שביום.
ס’ווערט ארויסגעברענגט צווישן דיינע שורות ליצנות אויף א תמימות’דיגע ערליכע איד.
איז וואס אז ער האט נישט געוואלט קוקן, נישט געפערליך, אז איינער איז זיך מחבר צו רשעים ליידער, דאס באדערט נישט?..
תמימות'דיג ?.???
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: אסתפקתא במשנת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

צום פוינט האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:35 pm
לייבל פריש האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 6:06 am
יין רב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:03 pm
פונקט געליינט אין איינע פון די אנגלא אידישע פעיפערס אן אונטערוויו מיט הרה”ג ר’ יצחק ז”ש שליט”א

פארציילט ער אז ער האט אמאל באגלייט הרה”צ ר’ ארי’ לעווין ז”ל ’הצדיק מירושלים’ ווען ער איז געגאנגען שתדלן ביי די ענלישע אינסטאנצן זיי זאלן ארויסלאזן א נטורי קרטאני’ק וואס האט געשמאכטעט ביי זיי אין טורמע, סאיז אים אנגעקומען ביטערליך שווער אבער צום סוף האט ער מצליח געווען אים ארויסצובאקומען פון טורמע.

זאגט ער אז ווען זיי זענען געגאנגען אפנעמען דעם איד האט ער נישט געוואלט קוקן ר’ אריה’ן אין פנים צוליב ’אסור להסתכל באדם רשע’ און ר’ אריה איז דאך געווען גוט מיט רב קוק וכו’... ער פירט אויס אז פאר הרב לעווין האט עס בכלל נישט געבאדערט אים איז דער עיקר געווען אז ער האט זוכה געווען מקיים צו זיין פדיון שביום.
ס’ווערט ארויסגעברענגט צווישן דיינע שורות ליצנות אויף א תמימות’דיגע ערליכע איד.
איז וואס אז ער האט נישט געוואלט קוקן, נישט געפערליך, אז איינער איז זיך מחבר צו רשעים ליידער, דאס באדערט נישט?..
תמימות'דיג ?.???
אויב איז ער נישט געווען תמימות’דיג איז ער איינס נאך דער חכם פון די הגדה ש”פ, און נישט קיין תם אנטשולדיגט פאר’ן נישט זיין מער אריינגעטראכט!
ש’כח פאר’ן מעורר זיין
8.)
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”